לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך צפת »

דער עולם איז אויף. יעדער איינער איז פארנומען צו רעדן און צו הערן איבער דער שוואנצאנעס סאמעטוכע. כמובן דרייען זיך ארום ווערטלעך און חוזק אויף אלע זייטן. דער אלגעמיינער וועלט האלט זיך אונטער מיט די שטאף וואס זיי גיבן אונז צום טיש. עס לאזט זיך זאגן אז די רעבע איז געווארן דאס ציל ברעט פאר חוזק איבער די גאנצע וועלט (אויסער ביי זיינע חסידים).

לאמיר זיך אבער קלארשטעלן אויף א מינוט. לאמיר אריינטראכטן. אפשר האט ער יא עפעס א צד, אפשר האט ער יא עפעס א טענה מיט א געדאנק וואס ער וויל דערמיט צוקומען, און מיט א צווייטן טראכט קענען מיר אים אביסל פארשטיין און ארויסהאבן וואס ער וויל דא? - אפשר רעדט מען יא פון א מענטש מיט דעת און פארשטאנד, ער וויל עפעס, ער האט א געוויסע דעה און א מהלך, אפשר זאגט ער יא עפעס, נאר ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט צו טראכטן אזוי, אדער ווייל דאס לצנות שפראצט אין אלע זייטן, דערהערן מיר נישט זיין הארץ און מיר פארשטייען אים נישט?!

אין דעם אשכול, לאמיר פראבירן אים צו פארשטיין, לאמיר אריינקלערן און אפשר אים ארויסהאבן.

מיר זענען דאך פארט אינטעליגענטע מענטשן און מיר קענען אריינלאזן אן אנדערע מיינונג אין אונזער הארץ. איר דארפט נישט טוישן אייער שיטה און אייער מיינונג אויף דער מענטש און זיין חסידות, נאר דא לעת עתה, אין דעם אשכול, לאמיר נעמען דעם צד הסנגור און פראבירן צו דערהערן זיין דערשטיקן קול - אפשר ליגט יא עפעס דערין?

לאמיר זיך פארמאכן די אויגן אויף א וויילע און זיך פארשטעלן אז מיר זענען אויף זיין זייט. איך בין זיכער אז פאר הונדערט טויזנט דאלער מזומן, וואלט איר גע'טענה'ט דא אין שטיבל לטובתו און איר וואלט געקענט איבערצייגן אנדערע אין זיין דעפענץ. מיר קענען דאס טון, בלויז פאר אונז אליין, זיך צו איבערצייגן אז מיר קענען האבן אן אפענע דיסקאסיע מיט זיך אליין און פראבירן צו טראכטן אביסל אנדערש. לאמיר אצינד ווערן זיין לויער און טענה'ן לטובתו.

אין דעם אשכול זענט איר ווילקאמען אריינצוקומען מסביר זיין וואס עס קומט דא פאר, און וואס איז זיין זייט פון די געשיכטע. (עס מוז נישט האבן צו טון מיט אייער אמת'ע מיינונג, און עס איז נישט קיין סתירה מיט וואס איר שרייבט אינעם אנדערן אשכול. עס איז בלויז זיין זייט פון די געשיכטע, ווי אזוי מיר קענען אים פארשטיין). גלייכצייטיג איז דא אויך א פלאץ פאר זיינע חסידים, אריינצוקומען און מסביר זיין וואס אצינד עס קומט דא פאר. איר דארפט אייך נישט שעמען, ווייל קיינער גייט נישט קוקן דא קרום אויף אייך, מען וועט עס אננעמען אז בלויז אין דעם אשכול שרייבט איר אזוי און עס מוז נישט רעפלעקטירן אייער פערזענליכע מיינונג.

לאמיר הערן פונעם עולם, וואס איר האט צוזאגן?
מסופק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 4:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך מסופק »

'אדם רוצה בקב שלו מתשעה קבין של חבירו' אין איין ווארט.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אז די הייבסט אן, זאג דיין מיינונג ערשט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
[NAMELESS]

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך פארשטיי ר' מענדעלע זייער גוט. פונקט ווי אלע רבי'ס וויל ער פולע און אבסאלוטע קאנטראל אויף די לעבן פון זיינע חסידים די מערסטע וואס איז מעגליך. ער האט גע'טעסט די וואסערן און געזעהן אז ער קען גיין עקסטרעם און ס'געשעהט אים גארנישט. ער בלייבט נארמאל אנגענומען איבעראל אין די יהדות החרדית. גייט ער נאך ווייטער, און ער זעהט ס'געשעהט ווייטער גארנישט. גייט ער נאך ווייטער און נאך ווייטער.

משוגע זאל ער זיין צו סטאפן
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך שעפטאל »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך אלפא »

ער איז לכאו' פאר א געוויסע סיבה אריינגעפאלן אין א פאראנויע פון די וועלכע שטיצן אים נישט אינגאנצן, און ער האט דאס אנגעפאנגען צו אויסנוצן און אויסשמעקן ביז ווי ווייט מ'קען דאס טראגן. ביז דערווייל איז ער/עס מצליח.

איך מיין עס באמת אלץ לימוד זכות נישט אראפצורייסן. נאר נישט יעדע זאך האט א ראציאנאלע געדאנקענגאנג דאס צו פארענטפערן, צומאל איז די סיבה פסיכאלאגיש. ביי א רבי איז נישט זעלטן אז חסידים טאנצן דאס נאך ווי נאך א הייליגער הנהגה.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך קליינע צדיק »

און אלץ מער עס ארבעט נישט פראבירט ער צו גיין נאך שארפער און ווילדער
אויסצוראטן יעדע צל ספק אז די עולם איז נישט פולי אין
ער האט עס קלאר אויסגעשמועסט היי יאר,
זיין גרעסטע ווייטאג איז אז שטייענדיג דריי יאר אריין אין שוואנצנות האבן נאך אפאר נאנטע מענטשן מיטגעשפיעלט און ווען עס איז זיי געווארן שווער משום איזה סיבה
(למשל ביי די דיין אפפעל איז עס געווען ער האט בשו"א נישט געוואלט שיקן זיין זון צו די ישיבה קטנה אין מאנסי - וואס איז די יסוד פון שוואנצנות אין אמעריקא)
האבן זיי געפלאצט און געזאגט ברוך שפטרנו, ער האט געהאלטן אז שוואנצנות וועט דאס אויפטון און האט למעשה געכאפט פעטש, ממילא האט ער זיך נאכמער צולאזט,
און יעצט גייט מען נאכקוקן שטרענגער און מאכן די שטריק אויפן האלז נאך מער טייט, אז דער וואס קען נישט זאל אפיאגן (כמעט נוסח KGB)

וואס פארשטיימיר אונז
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך אדונינו »

דו ווילסט באמת פארשטיין?
ווייסט ער דען אליין וואס ער וויל? לפי המצב מאכט ער נייע רצונות, האט ער דען געוואלט זיין אין זיין יעצטיגע מצב? ער האט געוואלט שלאגן זיין ברודער, שטויסן זיין שוועסטער, קאנטראלירן זיין טאטע, ליבן זיין מאמע, פירן גאנץ וויזניץ, וכו׳ ווען זאכן גייען אבער לינקס, מיז מען ווילן נייע זאכן…
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך זאקן »

גראדע ווייס איך וואס ר׳ מענדעלע טראכט, איך בין מסכים צו דערציילן אבער נאר נאכדעם וואס די דערציילסט וואס א פערד טראכט ווען א דארע מענטש וואס וועגט קוים א פערטל וואס די פערד וועגט געט א שלעפ די בענדל, אין די פערד הייבט אן גיין, לכאורה וואלט די פערד אים געדארפט אראפ נעמען די ביצים פאר די חוצפה ניין???!?!?
אחידוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך אחידוש »

למעשה לאמיר עס צוטיילן אין 2
1. כמעט נישטא נאך אזא איבערגעגעבענע רבי פאר די חסידים ווי רמ"מ ממש ווי א טאטע א מאמע, טראכט פון זיי 24 שעה, נעמט קער פון יתומים וכו' אבער ממש מיט א אמת'דיג קייט להפליא - געבט זיך איבער - קען יעדער חסיד מיט די מאמע'ס נאמען - געבט ליבשאפט - וכו'
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות
נאר ער האט עס גענומען נעקסט לעוועל
ביז עס איז געקומען א פוינט - אדער ביזטו דא אדער נישט
ודברת בם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך ודברת בם »

איך ווייס נישט וואס די הייליגע רבי טראכט אבער וואס זיינע חסידים טראכטן ווייס איך. די הייליגע ישועות משה האט סומך געווען זיינע הייליגע האנט אויף די הייליגע רבי מענדעלע און געזאגט ער וועט זיין ענקער מנהיג און די הייליגע אהבת ישראל האט סומך געווען זיין האנט אויף די הייליגע ישועות משה, אזוי ארויף ביז די בעל שם טוב. ווער זעמיר אונז בכלל זיך אריין מישען צווישען די צדיקים? דהיינו שוואנצונעס.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך לאכעדיג »

ס'איז דא א פארצייטישער שפריכווארט.
אלץ העכער די רבי איז אין הימל אלץ טיפער זענען די חסידים אין די ערד.

ס'קען זיין אז וועגן דעם האט די "הייליגע" בית הכסא מענדעלע ביי די אבן הפינה פאר די נייע מרכז (וואס די געלט גייט קומען פון לעבענס וואס די קינדער ווילן האבן. לשונו של ראש הזנב כידוע.) אראפ געטראגן זיינע וויידלעך טיף אין די ערד.

איין זאך וויל איך זאגן פאר זיינע וויידלעך. פון אלע קהילות שטעלט ווישניץ צו די גרעסטע אויסוואל פון רביס, איבעראל וואלט מען אייך אויפגענומען גאר ווארעם, און איר קענט נישט אוועק גיין פון דעם פערד, איר טאנצט אים נאך ווי א מאלפע,
"איז ער גערעכט."

צום קעפל פון די אשכול, איין פראגע. איר ווילט פארשטיין א פערד מיט מאלפעס? GOOD LUCK
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

פשוט. די רבי - א נארסאסיסט, זיינע חסידים - אין א אביוזסיוו רילעישנשיפ.
עס מאכט זיך אפט צווישן פארפעלקער וכדו', דא איז עס צווישן א פירער מיט זיינע נאכפאלגער. פונקט ווי אלע אנדערע קולטס און סעמי קולטס. גארנישט ספעציעל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך תניא בניחותא »

אחידוש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 10:52 pm למעשה לאמיר עס צוטיילן אין 2
1. כמעט נישטא נאך אזא איבערגעגעבענע רבי פאר די חסידים ווי רמ"מ ממש ווי א טאטע א מאמע, טראכט פון זיי 24 שעה, נעמט קער פון יתומים וכו' אבער ממש מיט א אמת'דיג קייט להפליא - געבט זיך איבער - קען יעדער חסיד מיט די מאמע'ס נאמען - געבט ליבשאפט - וכו'
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות
נאר ער האט עס גענומען נעקסט לעוועל
ביז עס איז געקומען א פוינט - אדער ביזטו דא אדער נישט
ביזט גערעכט, באמת איז מענדעלע דער ריכטיגער ממשיך ברא כרעא דאבוה, זיין טאטע איז שוין אויך געווען א גרויסע חכם אויף צוריקציוועגס, נאר דער עולם האט נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט מיטטאנצן, נישט יעדער קען גיין דאווענען אין רחוב מלצר... אבער בחיים פונעם אמרי חיים האט 95% געלאכט פון איהם, מיט די צייט האט מען זיך געמוזט באקוועם מאכן מיט די מציאות אז ער איז רבי און ער מיינט שוין נישט נאר זיך, און סוכ”ס איז ער געווען א ערליכער און געלערנט פלייסיג וכו’

ס’איז דורך יארן וואס מ’האט זיך צאמגעליטן פון מענדעלע רדיפות מיט רשעות ווען ער איז געווען מושל בכיפה, די רגע וואס מ’האט געהאט די געלעגנהייט צוריק צי ברענגען ר’ ישראל וואס אין חכמה איז ער טאקע געראטן אין די משפחה, אבער מידות טובות אין זיך פארחובות’ן פאר אנדערע אידן איז ער א חד בדרא, האט נישט גענומען קיין צען מינוט אין רוב עולם איז ארויף געשפרוגען אויפן באן און געשיקט מענדעלע לופטערן, ובדבר אשר זדו עליהם, ולכל בני ישראל הי’ אור במושבותם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תניא בניחותא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך אדונינו »

אחידוש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 10:52 pm
2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות

ביטע דערמאן נישט זיין טאטן׳ס נאמען מיט זיינע משוגעתן, זיין טאטע איז געווען א ערליכע איד, געלערנט און געדאוונט און געווען אויסגעטון פון דער וועלט, וחילופיהן בגולם.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך לאכעדיג »

אדונינו האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:06 am ביטע דערמאן נישט זיין טאטן׳ס נאמען מיט זיינע משוגעתן, זיין טאטע איז געווען א ערליכע איד, געלערנט און געדאוונט און געווען אויסגעטון פון דער וועלט, וחילופיהן בגולם.

אבער אין פאקט האט די ישועות משה געהאט די זעלבע מענטעל דיסארדערס וואס זיין זון די הויפט פון די וויידלעך האט, און וועגן דעם האט אחידוש זיי דערמאנט ביינעזאם.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך קלוגע יודל »

לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:43 am אבער אין פאקט האט די ישועות משה געהאט די זעלבע מענטעל דיסארדערס וואס זיין זון די הויפט פון די וויידלעך האט און וועגן דעם האט אחידוש זיי דערמאנט ביינעזאם.
קלוגע יודל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:40 pm
ליידער האט דער מענדל הגר אזוי באשמוצט זיין טאטע, אז מענטשן קענען שוין אזוי רעדן אויפן הייליגן ישועות משה, זיי גלייבן שוין מענדעלע אז זיין טאטע איז געוועהן משוגע.

אחידוש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 10:52 pm 2. האט ער די ירושה פון זיין טאטע שוואנצונעס (עס איז דא די דרשה געוען אויף קרעטשמע א צייט צוריק וויי די הייליגע ישועות משה שרייט ווי מיינט ער גייט ער? וויזניץ איז נישט גוט?...) די טעכנאלאגיע דעמאלטס איז נישט געווען אזוי שטארק ממילא איז נישט דא אלע דרשות

עפ"ל, די ישועות משה האב איך שוין ליידער נישט אזוי גוט געקענט, אבער פון די בעלזא רב און די סאטמערע רבי מהר"א האב איך אסאך געהערט פון זיין גרויסקייט.

באקאנט די דרשה ווי די רונדעכיגע חלה רבי זאגט אז עס איז ארויסגעקומען א נייע ספר וידעת היום, איך האב עס, זאגט ער, אבער ביז איך בין אנגעקומען צו דף...., דארט האב איך פארקלאפט דעם ספר.
אויף יענע דף רעדט זיך ארום וועגן קדושת הדיבור, ווערט געברענגט אין די הערות אז איינער האט אמאל געזאגט אז איינער איז ש שוואנ..., האט דער ישועות משה געגעבן א קלאפ אויפ'ן מויל, ווי זאגענדיג מען רעדט נישט אזוי.

ווילסט רעדן פון זיין שוואכקייטן, איז רעד, יעדער איינער (כולל אלע רבי'ס) האבן שוואכקייטן. אבער זאגן אז דאס איז געווען די מהות פון די מענטש? עפ"ל. דער רונדעכיגע חלה האט זיך ארויף געזעצט אויף די שוואכקייטן און ליידער געמאכט דערפון א נייע עשרת הדברות.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך לאכעדיג »

קלוגע יודל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:55 am
לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:43 am אבער אין פאקט האט די ישועות משה געהאט די זעלבע מענטעל דיסארדערס וואס זיין זון די הויפט פון די וויידלעך האט און וועגן דעם האט אחידוש זיי דערמאנט ביינעזאם.
קלוגע יודל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:40 pm
ליידער האט דער מענדל הגר אזוי באשמוצט זיין טאטע, אז מענטשן קענען שוין אזוי רעדן אויפן הייליגן ישועות משה, זיי גלייבן שוין מענדעלע אז זיין טאטע איז געוועהן משוגע.

ער האט ארויסגעווארפן זיין זון ר' ישראל פאר אכצן יאר ווי א הונט אויף די גאס און ווען ר' מאטעלע האט געזען ווי זיין נעפיא דרייט זיך אויף די גאס ווי א Homeless האט ער אים מקרב געווען, און דער ישועות משה האט געוויינט ביי שלוש סעודות מיט בכיות נוראות אז זיין ברודער איז אן אכזר.

דארף איך הערן פון די ראש הזנבים אז זיין טאטע איז געווען א משוגענער?

יעצט ענטפער "די רביצין איז געווען שולדיג" אדער גאר ר' ישראל, לאמיר זעהן אויף וועמענס זייט דו ביסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך קלוגע יודל »

איך וואלט געראטן אז דו זאלסט לערנען א שיעור אין היסטאריע פון חסידישע פאליטיק
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך לאכעדיג »

קלוגע יודל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:01 am דעם ישועות משה האב איך שוין ליידער נישט אזוי גוט געקענט, אבער פון די בעלזא רב און די סאטמערע רבי מהר"א האב איך אסאך געהערט פון זיין גרויסקייט..

בעלזא רב און סאטמאר מהר"א רעדן נאר די גרויסקייט פון זייער שווערס תורה, נישט פון זיין מידות.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך לאכעדיג »

קלוגע יודל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:06 am איך וואלט געראטן אז דו זאלסט לערנען א שיעור אין היסטאריע פון חסידישע פאליטיק

א דאנק פאר אייער געראטאכץ!
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך צפת »

לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:07 am בעלזא רב און סאטמאר מהר"א רעדן נאר די גרויסקייט פון זייער שווערס תורה, נישט פון זיין מידות.
דוכט זיך אז ווען סקווירא רבי רעדט פונעם שווער, דערמאנט ער בעיקר די מידות.
פארשפארט