ס׳איז זייער הארצראסענדיג, געווענדליך איינער וואס געט נישט א גט פאר יארן, איז א רשע און איך פארשטיי שוין פארוואס מ׳האט זיך געדארפט גט׳ן, אבער נישט וועגן מ׳האט געמאכט א שיינע ווידיא מיינט עס אז יעדער און די ווידיא איז טאקע אזא רשע (און נישט אלעס מוז זיין אמת אפילו עס שטייט קלאר אין די ווידיא).
נעם טאקע די ווידיא וועסטו פארשטיין וואס איך מיין, זיי זאגן נישט וואס די טאטע האט געטוהן ראנג און זיי לייגן א פיקטשער פון די טאטע אין זאגן אז ער איז א מגיד שיעור בלא בלא בלא, רבונו של עולם וואס איז די טאטע שולדיג אז ער האט א קינד וואס איז משוגע? און אויב די טאטע האלט אז זיין זוהן איז יא גערעכט איז וואס?? א טאטע האט א געפיל צו א קינד און געפיל קען אסאך מאל מאכן אז מ׳זאל נישט טראכטן, שטעלט דיך פאר מ׳גייט אנקלאגן איינעם פאר די ערגסטע זאכן און די טאטע אדער קינד האלט אז ס׳קען נישט זיין אמת, איז שוין איינעם בייגעפאלן צו אנקאלן די פלאץ ווי די טאטע ארבעט פרעגן פארוואס די האלטס די טאטע פאר ארבייטער??? וואס איז די טאטע שולדיג? (חוץ אויב די טאטע האט א חלק און די מעשה אליינס איז שוין עפעס אנדערש)