הרב נפתלי הירץ וויזל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ווילאנג אידישקייט איז באשטאנען פון זאכן וואס מאכן סענס, און מ'האט געקענט רעדן אמונה זאכן אן זיך צו פארפלאנטערן אין סתירות און אקסימאראנס, האט געהאט פשט זיך צו טענהן איבער דעם. איינמאל אידישקייט האט אנגעפאנגען אנצונעמען BS, אמונות טפילות, שטותים, און אקסימאראנס אלץ עיקרי אמונה איז שוין די גאנצע זאך נישט שייך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
זאפטיג האט געשריבן:איך וויל פרעגן א שאלה
פון ווען האט זיך אנגעהויבן ביי כלל ישראל דער התנהגות פון פארמאכן אינזער קעפ און נישט לאזן ח''ו קוקן ערגעץ אנדערש מחשש מינות ווי איידער קומען מיט געהעריגע ענטפערס אזוי ווי דער גמרא ברענגט ציווישען די מינים מיט די תנאים ואמוראים און דער רמב'''ם ועוד?
איך האב נישט א גאנצער תשובה, נאר האט רבינו יונה נישט פארברענט ספרי הרמב"ם דאכט זיך מיר אין פאריז?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווילאנג אידישקייט איז באשטאנען פון זאכן וואס מאכן סענס, און מ'האט געקענט רעדן אמונה זאכן אן זיך צו פארפלאנטערן אין סתירות און אקסימאראנס, האט געהאט פשט זיך צו טענהן איבער דעם. איינמאל אידישקייט האט אנגעפאנגען אנצונעמען BS, אמונות טפילות, שטותים, און אקסימאראנס אלץ עיקרי אמונה איז שוין די גאנצע זאך נישט שייך.
א דאנק פאר דיין פאוסט
קענסטו אביסל מסביר זיין
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 368 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
איה"נ אז עס איז נישט קיין שטארקע ראיה, אבער איך זעה נישט אז דער חת"ס זאל האבן אזא שפראך אין קיין איינע פון זיינע תשובות, ממילא אז איינער וויל טענה`ען אז דער חת"ס האט בעצם יא געווען שארף עליו להביא ראיה.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זע׳נדיג די תשובות אין חת"ס וועגן רעפארם, בין איך אויך נתפעל געווארען וויפיהל דרך ארץ ער גיבט זיי און זייער טענות.אגרות צפון האט געשריבן:ח"ו, איך מיין צו זאגן ווען דו ליינסט דער בלאט באקומסטו א אנשטעל כאילו די נו"ב און חת"ס האבן געפירט זייערע מערכות אזוי ווי דער בלאט לייגט עס אראפ, און נאכדעם אז מען דיסעגריט מיט די מהלך הייבט מען אנקוקן די גדו"י ווי חשוכים, בשעת וואס די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן.
עיין בספר ספרא וסייפא א ליקוט פון אלע בריוון פון חת"ס וואס ער האט געשריבן קעגן די רעפארם, אזוי געלאסן מסביר די פראבלעמן אז א קליין קינד זאל עס פארשטיין, ער איז מסביר פארוואס מ`דארף מזכיר זיין ירושלים ביים דאווענען אן קיין פוי`ס אן קיין חרמות נאר אלס בדרכי נועם.
און עס באדערט מיר זייער, יעדעס מאל איך רעד מיט איינעם אפילו ער איז אויפגעקלערט איז נאכאלס ביי אים ברור אז דער חת"ס איז דער טאטע פון היינטיגע חרדיזם, און עס איז פשוט נישט אמת.
נאר למען האמת, עס זעט אויס אז די תשובות זענען געווען א צורך פאר דער רעגירונג, ווי מ׳וואלט נישט געקענט שרייבען א קנאישע שפראך. דעריבער איז עס נאך נישט קיין ראיה ברורה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
זאפטיג האט געשריבן:איך וויל פרעגן א שאלה
פון ווען האט זיך אנגעהויבן ביי כלל ישראל דער התנהגות פון פארמאכן אינזער קעפ און נישט לאזן ח''ו קוקן ערגעץ אנדערש מחשש מינות ווי איידער קומען מיט געהעריגע ענטפערס אזוי ווי דער גמרא ברענגט ציווישען די מינים מיט די תנאים ואמוראים און דער רמב'''ם ועוד?
פון ווען פרעגסטו? פון ווען מ'האט פארקויפט די ערשטע ספר תורה וואס דארט האט מען געזעהן צום ערשטען מאל אז עבודה זרה איז אסור, און נישט סתם אסור, נאר אפי' באונס, ואפי' משהו.
זייט דעמאלטס, איז נתפשט געווארן די מנהג בכל תפוצות ישראל, אז ניטאמאל מעגסטו טועם זיין און זעהן וואס דאס איז, נאר אויך זאלסטו האלטן די אויגען און קאפ פארמאכט, און קוק ניטאמאל אויף יענע זייט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
זאפטיג האט געשריבן:געהאקט אין קאפ
דער גאנצע ספר ''אלה דברי הברית'' געדריקט אין אלטונא איז פול מיט ערענסטע אויפוויזונגען קעגן ''הרב'' אהרן חורינער
דער גמרא איז פול מיט אמר ההוא מינא ל... מיט א תירוץ אויף צוריק
מורה נבוכים
כוזרי
ועעוד ועוד
די אלע מראה מקומות זענען כעין געפילטערטע דעות. א יעדע תקופה אדער א יעדע עטליכע דורות האט זיך געטוישט די מעג יא'ס און די מעג נישט'ס. ווייל די אויווען דערמאנטע ספרים וואס די ברענגסט, האט א יעדער איינער א רויטע ליניע וואס מ'גייט נישט אריבער, דאס איז חוץ פונדעם וואס זיי האבן שוין אפגעמאכט פון פארדעם אז למען השם גייט מען דא זיין גערעכט. אויב אזוי, ווי אזוי קענען זיי בכלל ברענגען יענעם'ס שיטה 100% נישט בייעסד, און נאך דערצו קוואוטען יענעם'ס ווערטער און געדאנקען, אן אריינרוקען מעיקרא די שוואכקייטן, און עס גאר נישט באשמירן מיט לצנות נאך אויך..
אלזא אונזער תורת אמת האט שוין אנגעהויבן מיט דעם, נאטינג פערסאנעל, תורה איז דאך נצחיות און בלייבט דאך אייביג גערעכט, ווי קען אזא תורה שיינערהייט ארויס ברענגען די טיפע און אינטעליגינטע געדאנקגאנג פון פרעמדע אפגעטער? מיינסט טאקע מיליאנען מענטשען וואס דינען א שטיין זענען טאטאל פארוקט? ס'לייגט זיך דען אויפ'ן שכל אז רובא דהאי עלמא, וואס גלייבן אין איינער וואס וואקט אויף וואסער, זענען אזעלעכע תמימים אזש זיי קענען נישט פארדינען א דאלער, ווייל זיי וואלטען פונקט אזוי ווי זייער גלויבונג, אויך אוועק געגעבן זייער סחורה אומזינסט פאר זייערע קונדען?
חוץ פון דעם, שטעל דיך פאר מען טוישט ארום די צוויי נעמען, משה און יאשקע, משה האט געהיילט די בלונדע, און יאשקע האט געשפאלטען די ים. דעמאלטס וואלסטו געלאכט פון משה פאנדריק, און געמאכט סוכות אושפיזין פאר יאשקע רבנו. ס'איז אלעס סוף מעשה במחשבה תחילה, מ'שרייבט נאר פאר וואס מ'וויל אריין צווינגען אלס די מסקנא. די פילטער ארבעט די זעלבע נאר ס'איז אן אנדערע ווערזשאן. ס'האט זיך אנגעהויבן אין די בראשית יארן און ס'דעוועלאפט זיך עד היום הזה.
נישט אזוי האט דער בעלזער געזאגט ביים פעימאס שטייעדיגע תורה, "מ'האט נאך געמאכט דערפון א פערצענטער אני מאמין, אדער דער ערשטע גאר אויך..."
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
זאפטיג האט געשריבן:אלזא אז א קינד פרעגט חלילה א קשיא וואס באדערט אים וואס ברויך מען צו טוהן? שטיל מאכן?? א פראסק אין פנים?
דאס האסטו געליינט אין מיין ווערטער? אז ס'איז א דע"ד ענ"ד? מיין כוונה איז געווען אז בולש*ט ארבעט זיכער נישט.
וואס קלערסטו למעשה זאל מען טוהן צום קינד. שטיל מאכן? אודאי נישט. פראסק אין פנים? חס מלהזכיר.
וואס יא, קודם לאז עם רעדן אן קיין שום עיכוב אדער פרעשור, מאך זיכער עם אויסצוהערן גוט עד הסוף, און ער זאל דאס קלאר שפירן. דערנאך פרוביר עם צו העלפען ארויס קריכען פון זיין ספקות און קשיות, ביז ער געפונט רואיגקייט. גאר אסאך מאל איז ניטאמאל א העלפ עם צו געבן א תירוץ בכלל, ארויסהעלפן אז זיין קאפ זאל קלארער טראכטן און אליינס אויסארבעטן די קשיות קען גאר זיין די געזונסטע וועג עם צו ברענגען עכטע קלארקייט און אלטימעטלי צופרידענהייט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווילאנג אידישקייט איז באשטאנען פון זאכן וואס מאכן סענס, און מ'האט געקענט רעדן אמונה זאכן אן זיך צו פארפלאנטערן אין סתירות און אקסימאראנס, האט געהאט פשט זיך צו טענהן איבער דעם. איינמאל אידישקייט האט אנגעפאנגען אנצונעמען BS, אמונות טפילות, שטותים, און אקסימאראנס אלץ עיקרי אמונה איז שוין די גאנצע זאך נישט שייך.
איך בין נישט זיכער אין דעם טיים ליין ווען דאס האט געזאלט זיך אנהייבן, אבער לכאורה פין דער ערשטער מינוט האבן אידן געגלייבט אין שטותים, מיט מאכען א קאלב ווייל משה איז נישטא, כאילו עס מאכט סענס, און לאורך הדורות זעה איך נישט א זמן וואס אלעס איז געוועהן אזוי ווי עס ברויך צו זיין.
דער ספר מאור ענים פין ר' עזריה מן האדומים איז געווארן מוחרם פין גדולים בזמנו, אנגעפירט פין בית יוסף, ווייל ער האט געשריבן אז די יארן פין בריאת העולם זענען נישט מדויק מיט פינף יאר בערך. כאילו די יארען זענען פין די זאכען וואס מען טאר נישט האבן קיין ספק. און אזוי די אנדערע טענות זענען אזעלכע שוואכע זאכן וואס זענען אנגענומען ביי מענטשן פאר אמת.
לכאורה איז אייביג געוועהן אזעלכע וואס זענען געווען קלוגער און געוווסט אז נישט אלעס איז כפשוטו, און אזעלכע וואס זענען געווען פשטנים, און פראבירט ארויף צו צווינגן זייערע פשטנות (טפשנות) אויף די קלוגערע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
גלייבן שטותים ווייל ס'מאכט סענס פאר איינעם משום איזה סיבה איז איין זאך, אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו, אבער גלייבן זאכן וואס מ'ווייסט אז ס'נישט אמת איז גאר עפעס אנדערש. גערעכט אז מ'טרעפט שוין אין גמרא געוויסע תנאים און אמוראים וועלכע רעדן שטותים, אבער ס'וועט אלץ זיין א צווייטע מאן דאמר וועלכע וועט זיך דינגען מיט איהם. רבי זאגט כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, זאגט אים רב אז ווייל דאתי מבית דוד מהפך בזכותיה דדוד. רבי אליעזר המודעי זאגט אז די תורה איז געגעבן געווארן אין כתב אשורית, זאגט ר' יוסי אז כתב אשורית איז א נייע אויסטרעף, וכן הלאה. אויסער דעם האט די גמרא קיינמאל נישט גענומען די אויסשליסליכע רעכט צו זאגן דעות, פאר א סיבה האבן די רמב"ם, רשב"ם, אבן עזרא און נאך אסאך נישט געהאט קיין שום פראבלעם אוועקצומאכן בפירושע גמרות. אין גמרא און די פריערדיגע ראשונים טרעפט מען נישט אזא מין געדאנק אז ס'דא עפעס וואס מ'מוז גלייבן, א כופר איז א כשרע איד ע"פ דינא דגמרא, ווילאנג ער איז נישט מחלל שבת בפרהסיא. די אמתע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] האט זיך אנגעפאנגען מער ביי די שפעטערדיגע ראשונים, נעם למשל אזא מין מאדנע געדאנק אז ביי הלכות טרפות קוקט מען נישט אויף די מציאות, ס'דא א סיבה פארוואס ביז'ן רשב"א איז עס קיינעם נישט אייגעפאלן. און די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] איז נאר געווארן ערגער און ערגער, אזא ספר ווי די באר הגולה למהר"ל וואלט קיין איין ראשון אפילו נישט אנגעקוקט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. מיכה גאטליב זאגט:
ועיין באשכול זו על רמ״ד.Naftali Herz Wesley in the 18th century was considered a very problematic figure. He was famously denounced by the Noda B'Yehuda for his proposal of educational reforms. But in the 19th century he kind of gained re-entry into Orthodoxy and he was kind of accepted by the Neo-Orthodox. I actually recently saw there's a kind of new edition of the works of "Rav" Naftali Herz Wesley "zecher tzadik livracha" that has come out in Israel; they've gone back to his manuscript and reprinted it. He's had this kind of revival, which already began in the 19th century; his acceptance back into traditionalist Judaism. Whereas it's interesting that in the 18th century he was much more controversial than Mendelssohn who was actually more accepted, but the roles were reversed and Mendelssohn is considered much more problematic, because I think he became the symbol and figurehead. Growing up in Charedi circles, the things you hear about Mendelssohn would make one's hair stand on end, and then you actually read a book about him and it's entirely the opposite
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re:
איך געדענק נישט יעצט די מראה מקום אבער דער זכר יהוסף שרייבט אז ער לערנט נאר אינעם ביאור רמ"ד סדר ויקרא ווייל דאס האט געשריבן רנ"ה וויזלמי אני האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:37 pm דר. מיכה גאטליב זאגט:ועיין באשכול זו על רמ״ד.Naftali Herz Wesley in the 18th century was considered a very problematic figure. He was famously denounced by the Noda B'Yehuda for his proposal of educational reforms. But in the 19th century he kind of gained re-entry into Orthodoxy and he was kind of accepted by the Neo-Orthodox. I actually recently saw there's a kind of new edition of the works of "Rav" Naftali Herz Wesley "zecher tzadik livracha" that has come out in Israel; they've gone back to his manuscript and reprinted it. He's had this kind of revival, which already began in the 19th century; his acceptance back into traditionalist Judaism. Whereas it's interesting that in the 18th century he was much more controversial than Mendelssohn who was actually more accepted, but the roles were reversed and Mendelssohn is considered much more problematic, because I think he became the symbol and figurehead. Growing up in Charedi circles, the things you hear about Mendelssohn would make one's hair stand on end, and then you actually read a book about him and it's entirely the opposite
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: הרב נפתלי הירץ וויזל
עס איז א תשובה צו ר' חיים חזקיהו מדיני זיך צו פארענטפערן אויף דער מהרש''ם מברעזאן'ס טענות פארוואס ער ברענגט נאך פון די ביאור הרמ''ד, געדרוקט אין שדי חמד פאת השדה (כללים א, כד).
עס איז זייער אינטערעסאנט דער זכר יהוסף'ס בליק, וויבאלד וויזל איז לכאורה געווען מער פארפיינטערט ביי די קנאים ווי רמ''ד (ווי @מי אני האט צוגעברענגט פון דר. מיכה גוטליב).
אזוי אויך, דאס וואס דער מהרש''ם ברענגט פון ספר עליות אליהו קעגן רמ''ד איז לכאורה זיין כונה צו די באקנטע סיפור מיט דער גר''א און שלמה מימון (עליות אליהו דף יא מתחת לקו), איז לכאורה שלא בדיקדוק וויבאלד רמ''ד ווערט דארט אראפגעלייגט אין א פארווע ליכט, ע''ש.
דא האב איך שפעקעלירט אז דער חתם סופר'ס עיקר פראבלעם מיט די ביאור איז געווען דוקא סדר ויקרא וויבאלד ביז דאן איז עס געשריבן געווארן דורך ר' שלמה דובנא ז''ל.
עס איז זייער אינטערעסאנט דער זכר יהוסף'ס בליק, וויבאלד וויזל איז לכאורה געווען מער פארפיינטערט ביי די קנאים ווי רמ''ד (ווי @מי אני האט צוגעברענגט פון דר. מיכה גוטליב).
אזוי אויך, דאס וואס דער מהרש''ם ברענגט פון ספר עליות אליהו קעגן רמ''ד איז לכאורה זיין כונה צו די באקנטע סיפור מיט דער גר''א און שלמה מימון (עליות אליהו דף יא מתחת לקו), איז לכאורה שלא בדיקדוק וויבאלד רמ''ד ווערט דארט אראפגעלייגט אין א פארווע ליכט, ע''ש.
דא האב איך שפעקעלירט אז דער חתם סופר'ס עיקר פראבלעם מיט די ביאור איז געווען דוקא סדר ויקרא וויבאלד ביז דאן איז עס געשריבן געווארן דורך ר' שלמה דובנא ז''ל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.