דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
- עמקות התם
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 61
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:14 am
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
ביידע פון זיי זענען ג'וועהן אניטקעגן דעם מדינה, נאר בזמן פון הרה"ק ר' ישכר דוב זצ"ל איז עס נאך געווען אין די פאזע פין עס אוועקשטעלן האט ער נאך ג'האט א סיבה צו שרייען, איינמאל עס שטייט שוין איז די אויסדריק אז עס איז א שמייכעל פון הימעל אז עס איז דא ווי זיך צו אראפלייגען דעם גזעהל,
כמובן דארף מען פארשטיין אז איעדע לידה קומט און שווער און שמוציג אזוי ווי מצרים, וואס מצרים איז גוועהן דעם סיבאל פון גאולה אזוי איז איעדע גאולה בפרטי ובכללי, נישט דא קיין גדלות פאר קטנות, נישט דא קיין pleasure פאר discomfort,
אט דאס גייט איצטע פאר, עס איס ס"ה אויפען וועג צום גאולה, און דעם שרייען און פארפירען איז א חלק פון דעם ווי א בחינה פון ע' קולות וצעקות מאשה בחבלי לידה,

"You are not your thoughts; you are the observer of your thoughts"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נאאיווע אידן: סיי די ארגאניזירערס און סיי די שטיצערס פון "נטרונא". זיי רעדן זיך איין אז אויב די גויים וועללן זעהן און הערן אז די מערסטע רעליגיעזע אידן זענען נישט קיין דאגמאטישע ציונים, וועלן זיי נאכלאזן פון זייער שנאת ישראל און רציחה אויף אידן.די קעפעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:32 pm די נטרונא שטאב איז שטארק פארטון מיט דעם קומענדיגן פראיעקט, מחיל אל חיל, צו פולקאם פארענדיגן די רענאוואציע אויף דעם נייעם וועבזייטל וואס ווערט אצינד פארענדיגט מיט א קלאסישן און מאדערנעם אויסשטעל,אז ס'זאל זיין אהערגעשטעלט רייך און צוגענגליך, וואס זאל געבן א פאזיטיוון איינדרוק פאר די אומצאליגע גוי'אישע באזוכער מארבע כנפות הארץ.
https://torahjews.org/
https://drive.google.com/file/d/1LrGUqu ... -IcEI/view
או. קעי. זיי קושן זיך נישט מיט די אראבערס (נאך א מזל). נאר זיי זאגן און האלטן די זעלבע וואס זייערע קאלעגעס די נטורי קרתא. כ'בין זיכער אז צווישן די אידן וועלכע האלטן פון נטרונא זענען דא א סאך תלמידי חכמים און בעל בתישע אידן. נישט א א באנדע פון עמי הארצים און בעלי תשובות. אבער דאך. זיי זענען נישט תופס דעם שורש פון דעם פראבלען. אז שנאת ישראל איז אייביג געווען און ס'וועט אייביג זיין. ביז ס'וועט קומען דער תיקון השלם. וואס און ווען דאס איז ווייס איך נישט
דעם זעלבן טעות מאכן די אידן אויף דעם אנדערן ענד פון ספעקטרום. די מענטשן פון די רעגירונג אין מדינת ישראל. זיי האלטן אז די סיבה פארוואס די (גאנצע) גוי'אישע וועלט האט זיי פיינט איז ווייל זיי האבן נישט געניג שווער געארבעט ארויסצוברענגען און אויפקלערן דעם צד פון מדינת ישראל.
זיי (אלע גרופירונגען) פארגעסן פון דעם פסוק אין די תורה..."הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב"...! ס'וועט נישט העלפן קיין שום דיפלאמאטיע און קיין שום אויפקלערונגען. און קיין שום וועבסייטס. און קיין שום אנאנסן אין די "פרעסטיזשפולע צייטונג" דער ניו יארק טיימס (ימ"ש, שר"י).
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נישט אינגאנצן אמת.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:55 pm
נאאיווע אידן: סיי די ארגאניזירערס און סיי די שטיצערס פון "נטרונא". זיי רעדן זיך איין אז אויב די גויים וועללן זעהן און הערן אז די מערסטע רעליגיעזע אידן זענען נישט קיין דאגמאטישע ציונים, וועלן זיי נאכלאזן פון זייער שנאת ישראל און רציחה אויף אידן.
או. קעי. זיי קושן זיך נישט מיט די אראבערס (נאך א מזל). נאר זיי זאגן און האלטן די זעלבע וואס זייערע קאלעגעס די נטורי קרתא. כ'בין זיכער אז צווישן די אידן וועלכע האלטן פון נטרונא זענען דא א סאך תלמידי חכמים און בעל בתישע אידן. נישט א א באנדע פון עמי הארצים און בעלי תשובות. אבער דאך. זיי זענען נישט תופס דעם שורש פון דעם פראבלען. אז שנאת ישראל איז אייביג געווען און ס'וועט אייביג זיין. ביז ס'וועט קומען דער תיקון השלם. וואס און ווען דאס איז ווייס איך נישט
דעם זעלבן טעות מאכן די אידן אויף דעם אנדערן ענד פון ספעקטרום. די מענטשן פון די רעגירונג אין מדינת ישראל. זיי האלטן אז די סיבה פארוואס די (גאנצע) גוי'אישע וועלט האט זיי פיינט איז ווייל זיי האבן נישט געניג שווער געארבעט ארויסצוברענגען און אויפקלערן דעם צד פון מדינת ישראל.
זיי (אלע גרופירונגען) פארגעסן פון דעם פסוק אין די תורה..."הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב"...! ס'וועט נישט העלפן קיין שום דיפלאמאטיע און קיין שום אויפקלערונגען. און קיין שום וועבסייטס. און קיין שום אנאנסן אין די "פרעסטיזשפולע צייטונג" דער ניו יארק טיימס (ימ"ש, שר"י).
אנטי-סעמיטיזם איז טאקע אייביג דא. אבער עס ווערט אייביג מלובש אין אנדערע קליידער, און וואס פאסירט איז אז איינמל עס באקומט א 'סיבה' כאפן זיך אסאך דרויסענדיגע מענטשן אויך אן דערצו - אן דעם וואס זיי זאלן האבן עפעס א טיפערע שנאה - פשוט ווייל זיי קויפן די נאראטיוו און פראפעגאנדע.
אנדערש איז אבער ווען אן אלטערנאטיווע נאראטיוו שלאגט אין פנים, וואס דאן טוען זייער אסאך מענטשן איבערשאצן זייערע הנחות ומסקנות, און טאקע די נאאיווע נאכשלעפער פון א ספעציפישן מאוומענט (וועלכע זענען ע"פ רוב אויך די וועלכע ווערן די שנעלסטע ראדיקאלעזירט און טוען למעשה) ווען זיי הערן א צווייטע צד מאכט דאס זיי מער מעסיג און סימפאטיש.
אלס א thought experiment, וויאזוי וואלסטו אנגעקוקט פאלעסטינער אויב ווערסטו כסדר געפיטערט מיט בילדער ווי זיי שרייען אויס סימפאטיע מיט מדינת ישראל אדער אויב האבן זיי א וועבזייטל וועלכע פראפעגאנדירט אנקעגן כאמאס און טעראר? וואלסטו זיי נאך אלץ געלייגט אין דעם זעלבן פעקל מיט כאמאס, אדער וואלסטו געהאט צווייטע מחשבות אז עכ"פ א חלק פון זיי זענען יא 'נארמאל'?
יעצט apply דאס זעלבע צום פארקערטן צד...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אלפא: דער פראבלעם איז אז דו טראכטסט ראציאנאל. און די אלע שונאי ישראל איבער די וועלט זענען געטריבן דורך עמאציעס. פונקטליך וואס די עמאציעס זענען ווייס איך נישט. קנאה. שנאה. רציחה און בלוט דורשט.
צווייטנס. די נטורי קרתא גרופ איז דאך שוין אויף די סצענע פאר זייער א לאנגע צייט. נישט אזוי ווי "נטרונא". וועלכע זענען א "ווארק אין פראגרעס". זיי האבן אייביג פלענער וואס און וויאזוי צו פארגרעסערן און פארבעסערן די קאמוניקאציע פון איבערגעבן דעם מעסעדזש אז די ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים און האבן גארנישט קיין שייכות מיט מדינת ישראל.
קינד און קייט. א יעדער שרץ און שרוצה ווייסט דאך וואס די אגענדא פון די נטורי קרתא איז. זיי זעהען די בילדער ווי די נט"ק האלזן זיך און קושן זיך מיט די פאלעסטינער און איראנער פיהרערס און שטיצן זיי . אפילו די שמח"ת רציחות פון כאמאס האבן זיי בארעכטיגט. און דאך האט זיך נישט געטראפן קיין איין גוי'אישער פיהרער וואס זאל זאגן אז זיי האבן גארנישט אקעגן די רעליגיעזע אידן פון די נט"ק וועלכע זענען נישט קיין ציונים.
פארקערט. די הויפטן פון די גרעסטע און מערסט פראמינענטע אוניווערזיטעטן האבן אלע ווי איינער בארעכטיגט די רציחות אויף אידן.
מיין עצה ובקשה איז. (צו נטרונא. נישט צו די בהמות ווי ישראל דויד ווייס וסייעתו) הערטס ענק אויף נאריש צו מאכן און פארשווענדן אידיש געלט. ס'וועט ממילא גארנישט העלפן. אונז דארף מיר געדענקען וואס די גמ' זאגט..."אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים"...!
צווייטנס. די נטורי קרתא גרופ איז דאך שוין אויף די סצענע פאר זייער א לאנגע צייט. נישט אזוי ווי "נטרונא". וועלכע זענען א "ווארק אין פראגרעס". זיי האבן אייביג פלענער וואס און וויאזוי צו פארגרעסערן און פארבעסערן די קאמוניקאציע פון איבערגעבן דעם מעסעדזש אז די ערליכע אידן זענען נישט קיין ציונים און האבן גארנישט קיין שייכות מיט מדינת ישראל.
קינד און קייט. א יעדער שרץ און שרוצה ווייסט דאך וואס די אגענדא פון די נטורי קרתא איז. זיי זעהען די בילדער ווי די נט"ק האלזן זיך און קושן זיך מיט די פאלעסטינער און איראנער פיהרערס און שטיצן זיי . אפילו די שמח"ת רציחות פון כאמאס האבן זיי בארעכטיגט. און דאך האט זיך נישט געטראפן קיין איין גוי'אישער פיהרער וואס זאל זאגן אז זיי האבן גארנישט אקעגן די רעליגיעזע אידן פון די נט"ק וועלכע זענען נישט קיין ציונים.
פארקערט. די הויפטן פון די גרעסטע און מערסט פראמינענטע אוניווערזיטעטן האבן אלע ווי איינער בארעכטיגט די רציחות אויף אידן.
מיין עצה ובקשה איז. (צו נטרונא. נישט צו די בהמות ווי ישראל דויד ווייס וסייעתו) הערטס ענק אויף נאריש צו מאכן און פארשווענדן אידיש געלט. ס'וועט ממילא גארנישט העלפן. אונז דארף מיר געדענקען וואס די גמ' זאגט..."אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים"...!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אויב איז מיין פראבלעם אז איך טראכט ראציאנאל וויל איך נישט טראכטן וואס דיין פראבלעם איז...
איך בין נאר נייגעריג אויב דו נוצט דעם סלאגאן 'אין לנו על מי להישען' אויך אנקעגן די צה"ל און די אלע מוילמאכערס/דוברי צה"ל/אילון לוי וכת דילהון? אדער דארט נוצטו דעם פראז 'חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם', פארשטייענדיג די וויכטיגקייט אנצופירן א PR קאמפיין אויך אנקעגן אנטיסעמיטן?!
איך בין נאר נייגעריג אויב דו נוצט דעם סלאגאן 'אין לנו על מי להישען' אויך אנקעגן די צה"ל און די אלע מוילמאכערס/דוברי צה"ל/אילון לוי וכת דילהון? אדער דארט נוצטו דעם פראז 'חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם', פארשטייענדיג די וויכטיגקייט אנצופירן א PR קאמפיין אויך אנקעגן אנטיסעמיטן?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אויף צה"ל טאר מען דאך נישט זאגן אין לנו להישען ווייל ס'גרעניצט זיך מיט סיטרא אחרא...לאל. פארשטייצעך אויסער דיינע פערזענליכע אטאטקעס...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
שטאטס ענטפערן דירעקט אויף מיין שאלה אדער סטעיטמענט גייסט אויף ענקער טיפיקל דעמאגאגישן מהלך מיט פערזענליכע אטאקעס.
ס'וועט דיר גארנישט העלפן. א יעדער ווייסט ממילא וואו דיינע סימפאטיעס ליגן. און דיין (פארקרומטן) הילוך המחשבה. כדרככם...!
איינמאל דו גייסט אריין אין דעמאגאישע, פערזענליכע אטאקעס האבן זיך געענדיגט אלע ויכוחים.
ס'וועט דיר גארנישט העלפן. א יעדער ווייסט ממילא וואו דיינע סימפאטיעס ליגן. און דיין (פארקרומטן) הילוך המחשבה. כדרככם...!
איינמאל דו גייסט אריין אין דעמאגאישע, פערזענליכע אטאקעס האבן זיך געענדיגט אלע ויכוחים.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אנטשולדיגט פאר די פערזענליכקייט פון מיין תשובה..
די ערשטע שורה איז נאר געווען א גלייך ווערטל איבער דעם אז אז איך האב 'א פראבלעם' מיטן טראכטן ראציאנאל.. איך האב פשוט נישט קיין אלטערנאטיוו..
די צווייטע חלק וואלט טאקע נישט געדארפט זיין געריכטערט צו דיר, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ווען נטרונא גייט ארויס מיט פראפעגאנדע קאמפיינס פארשטייט מען אז עס וועט נישט העלפן (אפי' פאר יחידים ווי איך האב געשריבן אין די פריערדיגע תגובה), משא"כ מדינת ישראל ענדיגט נישט פראפעגאנדירן איז עס פארשטענדליך?! אויב באשטייט דער וועלט ממילא נאר פון אומראציאנאלע אנטיסעמיטן - דאן צו וואס זיי פראבירן אפצוקויפן? אלא מאי, עס העלפט יא עפעס...
איך האב נישט קיין סטאטיסטיקס, ניטאמאל ווייס איך וויפיל מענטשן הערן אויס נטרונא/נ"ק, אבער עס איז ברור אז עס דארף אויפצוטון לגבי א געוויסע פראצענט גוים/אראבער.
צו די מעטאדן זענען ריכטיג? צו איך שטום מיט מיט זיי? אינגאנצן נישט! עס איז אפשר אפי' יצא שכרו בהפסידו ווי דו ברענגסט ארויס. זיי מעגן אבער האלטן אנדערש, זיי מעגו אפי' מאכן טעותים! מ'מעג זיי פיינט אדער ליב האבן פאר זייער טעותים! און מ'מעג זיי בארעכטיגן אדער אנשרייען דערפאר פונקט אזוי! זה הכל.

-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 15, 2023 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
בערל האט דאך אפן געשריבן אז ער רעדט אויך פון די מדינת ישראל פראפאגאנדעאלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:25 am אנטשולדיגט פאר די פערזענליכקייט פון מיין תשובה..
די ערשטע שורה איז נאר געווען א גלייך ווערטל איבער דעם אז אז איך האב 'א פראבלעם' מיטן טראכטן ראציאנאל.. איך האב פשוט נישט קיין אלטערנאטיוו..
די צווייטע חלק וואלט טאקע נישט געדארפט זיין געריכטערט צו דיר, איך וויל נאר פארשטיין פארוואס ווען נטרונא גייט ארויס מיט פראפעגאנדע קאמפיינס פארשטייט מען אז עס וועט נישט העלפן (אפי' פאר יחידים ווי איך האב געשריבן אין די פריערדיגע תגובה), משא"כ מדינת ישראל ענדיגט נישט פראפעגאנדירן איז עס פארשטענדליך?! אויב באשטייט דער וועלט ממילא נאר פון אומראציאנאלע אנטיסעמיטן - דאן צו וואס זיי פראבירן אפצוקויפן? אלא מאי, עס העלפט יא עפעס...
איך האב נישט קיין סטאטיסטיקס, ניטאמאל ווייס איך וויפיל מענטשן הערן אויס נטרונא/נ"ק, אבער עס איז ברור אז עס דארף אויפצוטון לגבי א געוויסע פראצענט גוים/אראבער.
צו די מעטאדן זענען ריכטיג? צו איך שטום מיט מיט זיי? אינגאנצן נישט! עס איז אפשר אפי' יצא שכרו בהפסידו ווי דו ברענגסט ארויס. זיי מעגן אבער האלטן אנדערש, זיי מעגו אפי' מאכן טעותים! מ'מעג זיי פיינט אדער ליב האבן פאר זייער טעותים! און מ'מעג זיי בארעכטיגן אדער אנשרייען דערפאר פונקט אזוי! זה הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
זייער נייגעריג: ייש"כ. נאר אויב א מענטש איז "בייעס'ד" זעהט ער נישט (אדער וויל נישט זעהן) דעם אמת.
איך האב דאך קלאר געשריבן (אזוי ווי דו האסט ארויסגעברענגט) אז די מדינת ישראל דיפלאמאטישע אנשטרענגונגען זענען פונקט אזויפיהל ווערד. דאס פארמינערט נישט די שנאת ישראל פון די גויים.
ער איז אבער , פונק ווי א סאך סאטמער'ער חסידים סימפאטיש צו די מעסעדזש און מעטאדן פון נטורי קרתא. זיי מיינען (בטעות) אז מיט דעם זענען זיי מקיים די שיטה.

- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
שאלתיאל פארוואס האסטו פיינט די נטורי קרתא און די וואונטש זיך זיי זאלן פארשווינדען ווערן אין שאול תחתית צוזאמען מיט זייערע פארשאלטענע אידעאלאגיע?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
צו דעיע אקאונט האבן 4 חברה צוטריט, און לייגן דארט ארויס די נייעס און ווידעאוס.
אזויווי געווענליך איז דא איינער, וואס ער נעמט צאם ווידעאוס, און קלאפט צאם מיט א אומפראפעסיאנעלע ענגליש מיט בערך וואס צו שרייבן און שיקט עס צו איינער וואס לייגט עס אראפ פראפעסיאנאל.
מען האט אים געשיקט דער בילד פון מהרי"ד ווייס מיט חאמאס , אבער האט בדעת עצמו צוגעשריבן די ווערטער,
און דעם ארטיקל געלייגט אויס א אנדערע פאוסט.
עטליכע שעה דערויף האט ער דאס טאקע פארמעקט.
אבינו מלכנו בטל מעלינו את המדינה הציונות במהרה בימינו אמן
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
דער פותח האשכול שטעלט אוועק א שאלה צי מען דארף ליב האבן נטורא קרתא. איך האב נישט דורכגעליינט אלע אגרומענטן, און איך האף אז איך שמועס אויס א געדאנק וואס איז נאכנישט געמאכט געווארן.
ווען עס קומט צו די מידה פון אהבה איז דאך ידוע די שאלה ווי אזוי קען די תורה פארלאנגן מצות וואס פארלאנגען אהבה ווי ואהבת את ה' אלוקיך און ואהבת לרעיך כמוך; אויב האט מען ליב ג-ט אדער א צווייטער איד דארף מען דאך נישט די מצוה, און אויב איך האב נישט ליב ג-ט אדער מיין פעלאו איד דאן וועט נישט העלפן קיין מצוה וויבאלד אהבה דורך צווינגען איז דאך נישט קיין לויטער'ע אהבה.
אויף דעם איז דאך ידוע די עצה פון דער רמב''ם לענין אהבת ה' אז מען זאל זיך מתבונן זיין אין זיין גדלות און גוט'סקייט, וועט מען אנערקענען ווער ג-ט באמת איז און אזא ג-ט איז דאך נישט מעגליך נישט ליב צו האבן (מיד יגיע אליו כו').
לכאורה קען מען זאגן די זעלבע פשט אויף די מצוה פון אהבת ישראל, מען איז זיך מתבונן אין די צווייט'ע איד'ס מעלות און כשרונות ביז מען באמערקט אז ער איז ליבשאפטליך (lovable) און מען איז מקיים די מצות פון ואהבת לרעיך כמוך. קומט אויס אז די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך איז צו אינוועסטירן צייט און מחשבה צו קענען-לערנען די אנדערע איד, אבער איינער וואס עס איז נישט מעגליך ליבצוהאבן נאכן אריינלייגן מחשבה, איז דאך אונס רחמנא פטרה [מ'קען טענה'ן מער פון דעם אז דער גאנצ'ע מצוה איז נאר אים צו קענען-לערנען ממילא דארף מען ניטאמאל צוקומען צו די געדאנק פון אונס רחמנא פטריה].
יעצט לעניננו, איך האב באמת אינוועסטירט צייט צו קענען-לערנען די אנשי 'נטורא קרתא', און וויפיל מער איך קוק ווידיאו'ס פון זיי אדער הער פון זייער'ע נאיוו'ע געדאנקן, ווערט מיין שנאה קעגן זיי מער און מער, און ווי אויסגעשמועסט איז נישט דא קיין שום ענין פון פאלטש'ע אהבה.
פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געשריבן לענין די מצוה בין אדם למקום, אבער ווי אזוי זיך צו פירן בפועל מיט זיי איז מער קאמפלעצירט נעמענדיג אין באטראכט אז רוב פון זיי זענען תינוקות שנשבו ל'בין הגוים', אויף דעם דארף מען לכאורה דן זיין יעדער פאל באזונדער און איך דאנק ג-ט אז איך דארף נישט מאכן די באשלוס'ן.

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
דו האסט זיי פיינט בלויז צוליב זיי זענען אידן!!כרם זית האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 2:13 pm.
יעצט לעניננו, איך האב באמת אינוועסטירט צייט צו קענען-לערנען די אנשי 'נטורא קרתא', און וויפיל מער איך קוק ווידיאו'ס פון זיי אדער הער פון זייער'ע נאיוו'ע געדאנקן, ווערט מיין שנאה קעגן זיי מער און מער, און ווי אויסגעשמועסט איז נישט דא קיין שום ענין פון פאלטש'ע אהבה.
אידן האבן געליטן פון אנטיסעמיטן במשך אלע דורות און די לעצטע הונדערט יאר זענען עס די ציוניסטן ימ"ש.
איר זענט א פארברענטער ציוניסט, דערפאר האט איר זיי פיינט.
אידן האבן נישט מורא פון קיינעם נאר פון הייליגן באשעפער. כלל ישראל דערשרעקט זיך נישט פון די אנטיסעמיטן נישט קיין חילוק אין וועלכע שעיפ און פארום דאס קומט.
גארנישט וועט אונז נישט מאכן ברעכן פון די תורה הקדושה!
משה אמת ותורתו אמת!!
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:51 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אמאל האב איך געמיינט אז איר זענט טאקע א נ"ק, אבער די אליינס זאגסט דאך אז ביסט נישט, והראיה ביסט קיינמאל געגאנגן צי זייערע מחאות, דאן וואס איז אייך אפי' אינטרעסאנט צי שרייבן דא אזויפיל הבלים??אסטראלאג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 2:32 pmדו האסט זיי פיינט בלויז צוליב זיי זענען אידן!!כרם זית האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 2:13 pm.
יעצט לעניננו, איך האב באמת אינוועסטירט צייט צו קענען-לערנען די אנשי 'נטורא קרתא', און וויפיל מער איך קוק ווידיאו'ס פון זיי אדער הער פון זייער'ע נאיוו'ע געדאנקן, ווערט מיין שנאה קעגן זיי מער און מער, און ווי אויסגעשמועסט איז נישט דא קיין שום ענין פון פאלטש'ע אהבה.
אידן האבן געליטן פון אנטיסעמיטן במשך אלע דורות און די לעצטע הונדערט יאר זענען עס די ציוניסטן ימ"ש.
איר זענט א פארברענטער ציוניסט, דערפאר האט איר זיי פיינט.
אידן האבן נישט מורא פון קיינעם נאר פון הייליגן באשעפער. כלל ישראל דערשרעקט זיך נישט פון די אנטיסעמיטן נישט קיין חילוק אין וועלכע שעיפ און פארום דאס קומט.
גארנישט וועט אונז נישט מאכן ברעכן פון די תורה הקדושה!
משה אמת ותורתו אמת!!
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
זויער טייג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 3:10 pmאמאל האב איך געמיינט אז איר זענט טאקע א נ"ק, אבער די אליינס זאגסט דאך אז ביסט נישט, והראיה ביסט קיינמאל געגאנגן צי זייערע מחאות, דאן וואס איז אייך אפי' אינטרעסאנט צי שרייבן דא אזויפיל הבלים??אסטראלאג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 2:32 pmדו האסט זיי פיינט בלויז צוליב זיי זענען אידן!!כרם זית האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 2:13 pm.
יעצט לעניננו, איך האב באמת אינוועסטירט צייט צו קענען-לערנען די אנשי 'נטורא קרתא', און וויפיל מער איך קוק ווידיאו'ס פון זיי אדער הער פון זייער'ע נאיוו'ע געדאנקן, ווערט מיין שנאה קעגן זיי מער און מער, און ווי אויסגעשמועסט איז נישט דא קיין שום ענין פון פאלטש'ע אהבה.
אידן האבן געליטן פון אנטיסעמיטן במשך אלע דורות און די לעצטע הונדערט יאר זענען עס די ציוניסטן ימ"ש.
איר זענט א פארברענטער ציוניסט, דערפאר האט איר זיי פיינט.
אידן האבן נישט מורא פון קיינעם נאר פון הייליגן באשעפער. כלל ישראל דערשרעקט זיך נישט פון די אנטיסעמיטן נישט קיין חילוק אין וועלכע שעיפ און פארום דאס קומט.
גארנישט וועט אונז נישט מאכן ברעכן פון די תורה הקדושה!
משה אמת ותורתו אמת!!
ווייל איך האלט מיט זיי, מיינט נישט אז כ'דארף זיך אנשליסן מיט זייערע פראטעסטן.
דער עיקר זיכער מאכן אז עס פארט..!
יא אונטערשטיצן! דאס איז הצלת כלל ישראל.
פארט האלט איך זיך נישט ביים דערקלערן אלס נטורי קרתיסט און נעמען א שטאנד אין פערזענליכע לעבן..!
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
@אסטראלאג: אויב האסטו איינגעזעהן אז דאס איז די אמת, די קליינע חבורה זענען די עכטע ערליכע אידן, און די אנדערע חלקים זענען ליידער ציונים אדער פארכאפט אין זייער טריפה'נע נעץ, אויב אזוי היתכן אז די גייסט נישט מיט בכל התוכף?! היתכן ?! אז די רצון ה' איז דאס, און די האלסט אזוי , פארוואס נישט מאכן א ריכטיגע נחת רוח ?!
פארוואס בלייסטו מיט פארלייגטע הענט, און אזוי ווערסטו ליידער נמשך נאך די וואס האלטן נעבעך אז מ'דארף נישט גיין מיט די גוים ?!!
אידישקייט איז נישט קיין מאנקי ביזנעס, אויב פארשטייסטו אז זיי טוען ריכטיג זאלסטו מוחל זיין און שוין אנהויבן גיין צי די פאליסטינער ראליס, און פארן קיין איראן זיך טויפן צו איסלאם
ברכה והצלחה !!!

- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 18
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:51 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה
https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog ... 6.html?m=1
https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog ... 6.html?m=1
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
דו האסט נישט דערהערט. אדער דו ווילסט נישט דערהערן. ביטע ליין איבער מיין תגובה.אלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:00 pm אויב איז מיין פראבלעם אז איך טראכט ראציאנאל וויל איך נישט טראכטן וואס דיין פראבלעם איז...
איך בין נאר נייגעריג אויב דו נוצט דעם סלאגאן 'אין לנו על מי להישען' אויך אנקעגן די צה"ל און די אלע מוילמאכערס/דוברי צה"ל/אילון לוי וכת דילהון? אדער דארט נוצטו דעם פראז 'חזקה על פראפעגאנדע שאינה חוזרת ריקם', פארשטייענדיג די וויכטיגקייט אנצופירן א PR קאמפיין אויך אנקעגן אנטיסעמיטן?!
דו דארפסט דיך נישט מטריח זיין. איך ווייס שוין דעם ענטפער. דיין אגענדא לאזט דיך נישט הערן וואס א צווייטער זאגט. כאילו דו האסט א פילטער אויף דיין מח. דו לאזסט זיך אויך אריין אין פערזענליכע אטאקעס. צי האביך דען נישט קלאר ארויסגעזאגט אז די די פלאמאטן פון (דיין פארפיינטיגטע) מדינת ישראל מאכן דעם זעלבן טעות. זיי מיינען אז זייערע אנשטרענגטנגען וועללן ברענגען עפעס רעזולטאטן.
נאר א קליינע משל און ראיה. אז אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל האט נישט קיין לאגישע באגרינדונג.
אין די פערציגער און פופציגער יארן (למספ') האט דאס אנטיסעמיטיזם געבושעוועט סיי אין אמעריקע און סיי אין רוסלאנד. אין אמעריקע האבן די שונאי ישראל געשריגן אז זיי האבן פיינט אידן ווייל די אידן זענען קאמוניסטן. אין רוסלאנד האבן זיי געגעבן א סיבה פאר זייער אנטיסעמיטיזם אז די אידן זענען קאפיטאליסטן (אקעגן קאמוניזם).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
איין קליינע טעות: ער איז שוין היינט נישט קיין נטורי קרתא. א טראבלמעיקער איז ער נאכאלץ.עלם ועלמיא האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:24 pm מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה
https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog ... 6.html?m=1
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
אידישקייט בליהט, אנטי ציוניזום איז ב"ה פארשפרייט איבעראל אין אלע שיכון און קרייזן, גוט אז ער עדענטיפעצירט זיך נישט אלץ נ"ק אזוי וועט מען נישט זיגלען יעדן משוגענעם אלץ א נטורי קרתא און אזוי פארשעמען די נאמען פון רביה"ק זי"ע.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:41 pmאיין קליינע טעות: ער איז שוין היינט נישט קיין נטורי קרתא. א טראבלמעיקער איז ער נאכאלץ.עלם ועלמיא האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:24 pm מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה
https://bshch.blogspot.com/2023/11/blog ... 6.html?m=1
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
ער רעדט דאך צוזאם אזעלכע שטותים און אינגאנצן נישט צו דער זאך. ער רעדט נאך מער שטותים ווי ישראל דויד ווייס. דער אראבישער (שונא ישראל ) אינטערוויוער האט איהם פשוט אויסגעלאכט.עלם ועלמיא האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:16 pm משה אריה פרידמן פין וויען אינטערוויו אין Al Jazeera
ווי מער ער רעדט זעהט מען אז ער איז א גרעסערער טיפש.