אבימלך האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:32 pm
איינמאל איינער פון די צוויי ווילן שוין נישט לעבן מיטן צווייטן, און זענען צעטיילט, פארוואס זאל מען נישט געבן א גט ? חוץ פון רשעות?
אפשר וויזיטעישן? ווער ס'פארשטייט צווישן די שורות באמערקט אז וויזיטעישן איז א פאקטאר דא און ככה"נ פראבירט די מאמע ער זאל נישט קענען זען די קינדער אליין אן אנדערע, הנקרא "סעיף וויזיטעישן", כ'ווייס נישט קיין פרטים פון די מעשה און ס'קען זיים אז זי איז גערעכט, כ'זאג נאר א סברא וואס מאכט זיך אפט.
אמאל אויב די מאמע איז רשעות'דיג איז דאס די איינציגע אפציע פאר די טאטע.
טל ומטר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:59 pm
א OTD האלט אויך אינמיטן וויי טון דעם באשעפער. אבער דאך וועט יעדער פארשטיין אז מען ווארפט נישט ארויס קיין קינד פון שטוב. קען אפילו זיין אז מיט עם האלטן ווען מען סוף כל סוף האבן א ווארט ביינעם און קענען פועל'ן עם צוריקצוברענגן אדער לעינינונו צו געבן דעם גט.
איך וויל פארשטיין, דו האלטסט אז א קינד וואס יעדן טאג האקט ער איינעם אן די ביינער זאלן עלטערן נישט זאגן איך נעם דיר נישט אריין ווילאנג דו הערסט אויף?
ביי OTD איז עס לגמרי נישט דיין דאגה, דער באשעפער איז א כל יכול און אויב עס טוט אים עכט וויי קען ער זיכער מאכן עס זאל נישט ווייטוהן. דאס איז חוץ וואס די מציאות איז אז ארויסווארפן א קינד וואס איז OTD ארבעט נישט! עס האט נישט קיין שום פאזיטיווע אפעקט אויפן קינד און אויף קיינעם.
א כל יכול קען נישט מאכן דעם אינגערמאן געבן א גט?
עס איז א שאד אריינצוקריכן אין פילאזאפישע שמועסן ווייל מ'קען פארקריכן. די פוינט איז אז בין אדם למקום און בין אדם לחבירו איז א חילוק, און מעולם לא שמעתי אז בין אדם למקום איז "אויך" בין אדם לחבירו ווייל ער טשעפעט א צווייטן - דעם אייבערשטען.
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:26 pm
איך זעה אונז זענען אויף איין בלאט, אז ווען די משפחה קען גארנישט טוהן טאר מען נישט מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן, די האלט׳ס נאר אז רוב מאל ווען די משפחה וואלט אים ארויסגעווארפן אדער געלייגט פרעשור וואלט ער גלייך געלאפן צו בי״ד שרייבן א גט, און איך האלט אז ווען די טאטע זאגט פאר א זוהן פון דרייסיג יאר אלט (און א רשע מרושע) אז ער זאל שוין געבען א גט באקומט די טאטע און בעסטן פאל צוויי מיטעלסטע פינגערס.
האסט שוין אמאל געטראכט אז עס קען זיין איינער פון די עלטערן אינטער פארמאכטע טירן וויינען צו אים אז ער זאל שוין געבען א גט?? אדער האבן שוין אויף געגעבן ווייל ס׳איז נישטא צו וועם צו רעדן?
דארף מען דן זיין יעדע מעשה לגופו של ענין. די יעצטיגע פאל קוקט נישט אויס ווי איינער וואס גיבט די טאטע צוויי מיטעלסטע פינגערס
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:26 pm
איך זעה אונז זענען אויף איין בלאט, אז ווען די משפחה קען גארנישט טוהן טאר מען נישט מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן, די האלט׳ס נאר אז רוב מאל ווען די משפחה וואלט אים ארויסגעווארפן אדער געלייגט פרעשור וואלט ער גלייך געלאפן צו בי״ד שרייבן א גט, און איך האלט אז ווען די טאטע זאגט פאר א זוהן פון דרייסיג יאר אלט (און א רשע מרושע) אז ער זאל שוין געבען א גט באקומט די טאטע און בעסטן פאל צוויי מיטעלסטע פינגערס.
האסט שוין אמאל געטראכט אז עס קען זיין איינער פון די עלטערן אינטער פארמאכטע טירן וויינען צו אים אז ער זאל שוין געבען א גט?? אדער האבן שוין אויף געגעבן ווייל ס׳איז נישטא צו וועם צו רעדן?
דארף מען דן זיין יעדע מעשה לגופו של ענין.
זייער גוט געזאגט, יעצט וויל איך וויסן ווי אזוי קען איך וויסן וואס עס גייט פאר און די עלטערן׳ס שטוב? פארוואס דארף איך טראסטן וואס פלעטבוש גירל זאגט אן עוועדענס? און ווי אזוי ווייסט פלעטבוש גירל וואס די מעשה איז? ווייל די ווייבל האט איר אליינס געזאגט אז אירע עקס שווער העלפט אים ארויס?
און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:23 pm
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
איך קען נישט די דעטאלן פון די ספעציפישע מאנרא מעשה,
(אגב אין מאנרא איז דא די ערגסטע מעשיות מיט די בעסטע עסקנים אלעס צו פארווישן) אבער איך ווייס יא פון פעלער וואס עלטערן און גאר נאנטע משפחה האבן איבערגערעדט די מאן נישט צו געבן א גט פאר די ווייב.
און ליידער איז דא אסאך אזעלכע. זייער ווייטאגליך.
ווען א יונגערמאן איז א רשע געדענק אז ער איז נישט געוואקסן אויפן בוים, ווי די מאמר החכם גייט,
"די עפעלע פאלט נישט ווייט פון בוים."
און יא, אונזערע רבנים ווילן נישט אריינרעדן אין די נושא, זיצן מיט זיידענע הענטשוך אויפן פריוואטע פליגער קיין מיאמי.
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:29 pm
גראדע קען איך א מעשה וואס די פרוי וויל נישט נעמען א גט (זי איז א לעסביען). איינער קען רופן פלעטבוש גירל איך בין נייגעריג צו זי גייט מאכן א פראטעסט.
וואס איז דען די פראבלעם? זאל די מאן נעמען א היתר מאה רבנים און פארטיג, ער קען חתונה האבן. אבער אויב די מאן גיט נישט קיין גט איז די פרוי געבינדן און קען בשום אופן חתונה האבן
און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:11 pm
ס׳געשעהט כמעט נישט א היתר מאה רבנים, ס׳שלעפט זיך נישט אזוי צאם הינדרעט רבנים, מען טרייט עס צי נוצען אלץ א סטראשע, אבער למעשה געשעהט עס נישט.
(אגב, ס׳געוועהן א מאל א מעכב גט און מען האט עים גע׳אפערט געלט און ער האט נאך אלץ נישט געוואלט גט׳ן, האט מען עים געסטראשעט אז אויב געט ער נישט קיין גט וועט מען מאכן א היתר מאה רבנים און מען גייט איר גט׳ן אן זיין רשות און ער גייט נישט באקומען די געלט, און די עם׳הארץ אינזערע האט געגעבען א גט….
אמאל א קליגער רב קען פיל מער אויפטוהן ווי א פלעטבוש גירל)
דערמאנט די מעשה פונעם בעל דין וואס מען האט אים אויסגעלערנט צו זאגן "אין לי" און דער דיין האט געהייסן אראפלייגן די גאנצע געלט אויפצואווייזן דעם 'אין לי'...
אבער צים נושא, היתר מאה רבנים מאכט זיך מער אפט ווי דו מיינסט, מען דארף אפילו נישט קיין עכטע רבנים (וואס מיינט בכלל עכט?)
איך געדענק מען איז ארומגעגאנגען אמאל אין א שול דערפאר און יעדער האט גע'חתמ'עט.
רב מלכיאל קאטלער פון לעיקוואד האט צוויי ווייבער מיט א היתר מאה רבנים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
זאקן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 8:16 pm
מ׳מאכט עס אויסזעהן אזוי פשוט אבער ס׳איז נישט אינגאנצן אזוי, איך ווייס נישט צו איינער געדעקנט די מארקאוויטש פרשה אבער פאר יארן איז מען אים נאך געלאפן אין באשמיצט וועגן ער האט געמאכט א היתר מאה רבנים.
די מעשה וואס איך האב דערציילט וועגן א פרוי וואס וויל נישט נעמען א גט איז נאך אינטער צוויי יאר, העט מען דארף ווארטן אביסל צו זעהן וואס זיי פלאנען צוטוהן.
יא איך געדענק די מעשה, ווער איז עם נאכגעלאפן? נאר די ווייב'ס משפחה פאר א קורצע צייט, געווען א איידעם ביי פ. די 2 שוואגערס שותפים האבן געלד און זענען גבר אלים זיי האבן אנגערייצט רבנים הגאון ר' יושע העשיל וואלהענדלער ז''ל האט אנגעפירט מיט די היתר מאה רבנים די פעקעטע'ס האבן טעראריזירט אויף נעקסט לעוועל אבער הרב וואלהענדלער ז''ל האט זיך אן עצה געגעבן מיט זיי ווען הרב מארקאוויטש האט געדארפט א חתן ווערן קורץ דערנאך האבן זיי טעראריזירט די צד הכלה למעשה איז ער א חתן געווארן בשתיקה און פעקעטע איז איין טאג אויפגעשטאנען צו די נייעס אז במשך די נאכט איז פארגעקומען א חתונה... וואס האבן זיי דען געקענט טון? זי האט זיך געמוזט אדורך קומען אויפצופירן איר גט...
צום שלוס די 2 פ. ברודער'ס נגידים שותפים וואס האבן גערודפ'ט צוזאמען די שוואגער זענען היינט טויט צוהארגעט וועגען א נארישע ירושה זייער טאטע איז געווען א יושב אהל איבערגעלאזט איין הויז ווי ער האט געוואוינט און פארגעס נישט די ברודער'ס זענען אליינס עשירים, פארשטייט זיך אז די בשותפות'דיגע ביזנעס האט זיך אויך גענדיגט...