אינטערוויא מיטן שתקן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך שעפטאל »

לכבוד תגובה 1000
(יא כ'האלט נאכנישט דארט, אבער פארוואס סתם אנפירקלען ביז טויזנט צו קענען לייגן אן ארטיקל? לייגט מען עס יעצט על שם העתיד)

יעדע מעשה האט אן אנהויב, דעם מעשה האט זיך קוים אנגעהויבן (פון מיין זייט), ס'איז גאר ווייט פונעם ענד. אלעס איז אמת (חוץ פון פרטים וואס זענען חשש גילוי וועל איך ארום טוישן) ווי זאגט ר' שלמה קאלירבאך "א אמת'ע מעשה ענדיגט זיך נישט". ובזה החלי:

נעכטן נאכט חמשה עשר בשבט האט מיין רבי געמאכט א פארברענגן.

(מיין רבי האט נישט קיין פארענשעס, ער טראגט ניטאמאל א שטריימל בעקיטשע, אבער ער האט אסאך חסידים, ער רופט זיי אזוי ווי די בעש"ט פלעגט רופן זיינע חסידים "חברים, ידידים, אחים," וכדו' "דע בּוי'ס". מ'דארף עם גארנישט געבן, ער געבט. מ'דארף זיך נישט צו שטעלן, ער שטעלט. ער קאכט אין אהבת השם, אהבת ישראל, זינגט און שפילט מיטן גיטאר, מ'דארף נישט זיין שטיל ביים טיש, ס'איז ווי א געהעריגע פעמעלי סאפער, די אשת חיל מיטן גאנצע משפחה זיצן ביים טיש, מ'זינגט, מ'הערט תורה, מ'פארברענגט מיט א נשמה'דיגן ליבשאפט, אהן עגא, מ'גייט אהיים זאט בגוף ובנפש. שוין לאמיר נישט פארפארן..)

שעפטי האט זיך אויסגעלאזט אויפן וועג, להסתופף בצלו פונעם רבי'ן, ווארום דעם רבין וואוינט אין אן אנדערען שטאט ווייט אוועק פון ווי איך וואוין ערגעץ ארום לעיקוואד. אבער ס'לוינט זיך דעם נסיעה. (כ'האב שוין אויפגעבן אסאך דשאב'ס, טויזנטער'ס, כדי צו קענען זיין ביי אהים, ווארום פארוואס דארף איך געלט? אויף צו לעבן. דארטן לעב איך)

ביים טיש זעה איך אפאר נייע פנימער, כ'גיי זיך באקענען "שלום עליכם ברידער - שוועסטער כ'הייס שעפטי גראס, און דו?" (יא. שעפטי שעמט זיך מער נישט צו שמועסן מיט אידן.. ב"ה)


און דא הייבט זיך די מעשה אהן.

איינער פון די געסט ענטפערט נישט. אבער ער שמייכלט גוט'מוטיג, ער ווייזט מיטן האנט, אבער די מויל איז הערמעטיש פארשלאסן.

מן הסתם א ביישן, כ'איגנאריר דעם פאקט, און כ'שמועס ווייטער מיט עם אן איינזייטיגער שמועס, ער שאקלט מיטן קאפ אויף יא און ניין, איינער אין די זייט זאגט מיך "וועסט עם נישט מאכן רעדן".

אביסל שפעהטער זעמער ארויס פאר א ציגערעטיל, געוועהן דארטן דער שווייגער, צוויי חבירות וואס קענען עם שוין פון פריער.

שעפטי: אה, יעצט קען מען רעדן, ווי אזוי הייסטו?
שותק: (שמייכלט)
שפרה: ער רעדט נישט.
שעפטי: וואס???! ווי לאנג רעדסטו שוין נישט
שותק: ווייזט דריי פינגערס.
שעפטי: דריי שעה, טעג, וואכן, דריי יאהר? וואו!!

דעם שמועס גייט ווייטער מיט מיין מויל, און זיינע שאקלן מיט די הענט. זיין שטילקייט איז עפעס אזוי הויעך, אז ער קען ממש מודיע זיין עפעס מיט א קליינע ווינק.

ביסט אקעי צו רעדן דערפון? יא. (אהן רעדן שטייצעך)
ס'איז מן הסתם זייער שווער, ס'פיהלט זיך נישט לאונלי? זיין פינקלדיגע אויגן דערציילען אז ניין, בכלל נישט.
ווי אזוי קאמיאנקיר'סטי? ער ווייזט אויף זיינע אויגן און אויערן.
האסט מן הסתם וויזיע'ס, און דו מאכסט מעדיטעישן? יא.
דו קוקסט אויס ווי אן אייגענע אויסגעבויטע מענטש נישט א סתם ליטוואק. (ווארום ער האט לאנגע האר, און עפעס א שלוות הנפש). ער ווייזט מיך מיטן פינגער אויף מיך, אה, ביסט חסידיש?! יא. (דא האבן אונז זיך ביידע צולאכט, איך הויעך און ער אהן קול)
די ערלויבסט זיך צו זינגן? ער צייכנט דעם פינגער אויפן קאפ.
אה, דו זינגסט אין דיין קאפ. ער ווייזט א פויסט.
אה, דו זינגסט מיטן גאנצן קנאק, ביסט פולי אין דעם ניגון, אבער אהן קול. יא.
דו פלאנסט איין טאג צוריק אנצוהייבן רעדן? ניין
אפשר גייסטו שפירן אז דו גייסט נישט פארלירן דאס וואס דו האסט יעצט אפי' מיטן רעדן, וועסט קענען צוריק רעדן? 🤷
ווי אלט ביסטו? (בערך 25)
ווילסט חתונה האבן? יא, אבער גיי טרעף א פרוי וואס איז מסכים, אבער פינגער צום הימל.
שרייבן שרייבסטו יא? יא.
כ'דארף מיט דיך מאכן אן אינטערוויא!! נאו פראבלעם.
געוואלדיג!! דא האסטו מיין נאמבער
ער שיקט מיך זיין נאמען (לאמיר עם רופן שמואל)
דו ארבעסט נאך אויף עפעס, אדער האסט שוין אנגעקומען ווי דו ווילסט? ער ווייזט מיט די הענט און פנים, ער וויל נאך עפעס ענדלאז.
ער איז זיך מיישב, ער שרייבט עס אראפ ווי א טעקסט (אין ענגליש)
"כ'ארבעט אויף נצח"

אקעי שמואל, איי קענט וועיט!!!
גיימער זיך שרייבן!!!
---

די אינטערוויא וועט נאכקומען ביי תגובה טויזנט.
אדער האפענטליך אסאך פריער..

קען מיך איינער פליז געבן שאלות פארן אינטערוויא?
יישר כחכם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ישראל הלוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך ישראל הלוי »

ער רעד נישט אדער ער איז שטום? ווי לאנג שוין?
מען מאכט נישט אן אייביגע החלטה, פון א צייטוויליגע מציאות.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך שעפטאל »

כ'מיין כ'האב עס שוין געשריבן.
ער קען רעדן, וויל שווייגן.
שוין פאר 3 יאהר.

אגב. ס'איז ארויף מיט זיין רשות.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

ער ליינט קריאתשמע-דאווענט?
וויאזוי קאמיוניקירט ער מיט דאקטער-שטאטישע אפיסעס וכדומה?
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך קליינע צדיק »

העב איך דארפן ווארטן צו ליינען די אינטערוויו
ווייל איך האב א מיליאן שאלות.....
שכח @שעפטאל
לאאקינג FWD
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך סקעפטיקער »

שאלה #1 פארוואס שווייגט ער?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך שעפטאל »

סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:46 pm שאלה #1 פארוואס שווייגט ער?
די ערשטע שאלה איז. ביטע שטעלט זיך פאר פאר די טייערע קאווע שטיבל ליינער.

דיין שאלה איז שאלה 2#.. :P
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך מונטסורי »

מזל טוב צו דיין פיוטשער טויזענטסטע תגובה, כה׳ יעזור ה׳ להלאה.

ער האט אמאל נסיונות צו רעדן? איז ער אמאל דורכגעפאלן?
באניצער אוואטאר
פינקע בלומען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2023 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך פינקע בלומען »

ער האט א Job?
וואס האט אים געמאכט באשליסן צו שווייגען?
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך קידוש »

שעפטי, דיין רבי עקסעפט נאך חסידים?....

פרעג דיין חבר צו פאר זיך רעד ער יא, למשל זינגען אין שאווער,
אויכעט וויאזוי האט עס זיין משפחה אנגענומען?
מסופק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 4:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך מסופק »

שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 2:40 pm ווארום פארוואס דארף איך געלט? אויף צו לעבן. דארטן לעב איך
Best quote of the week!!! I use it to remind myself not to get distracted from work related duties while home with the family
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך בן ישי »

שעפטי ווי לאוו יו!

אפאר שאלות וואס איך וואלט געוואלט פרעגן דעם שתקן.

האט ער א דזשאב? אויב יא וויאזוי באגייט ער זיך אין ביזנעס? און האט ער געהאט דעם דזשאב ווען ער האט נאך גערעדט? אויב יא וויאזוי האט זיך עס געטוישט און וויאזוי האבן עס אלע דארט אויפגענומען

האט ער פארלוירן אלטע חברים? האט ער באקומען נייע חברים? אויב נייע, זענען זיי באמת נאנט? קען מען זיך געהעריג קאנעקטן מיט נייע חברים אויף אזא וועג?

וויאזוי האט עס די משפחה אויפגענומען?

וויאזוי פוהלט ער ווען ער וויל עפעס מסביר זיין פאר איינעם און די איינציגסטע אופן איז נאר אויב ער וואלט גערעדט?

ווען ער וויל שרייען/שעלטן אויף איינעם וואס טוהט ער (כ'האב א הרגשה אז ער לעבט זיך אין זיין וועלטעל אזוי שטארק אז זאכן גייען עם באמת נישט אן)

אויב גייט ער אמאל צוריק אנהייבן רעדן, וועם גייט ער רופן די ערשטע און וואס גייט ער יענעם זאגן?

ער קאמיוניקירט אסאך מיט מענטשען דורך שרייבן און אנדערע אופנים אדער ער זיכט בכלל נישט צו דארפן האבן מיט מענטשן? למשל ער האט ליב צו זיצן ביי קיפקעס און הערן וואס די עולם רעדט? אויב יא וועט ער פרובירן צוצוגעבן דורך זיינע וועגן וואס ער קען אדער ער וועט בעסער זיך האלטן אויף די זייט

דערצייל אינטערסאנטע מעשיות וואס די האסט געהאט מיט מענטשן בנוגע דיין נישט רעדן

ער זינגט קיינמאל נישט?

פארשטייט זיך זיין היסטערי און וואס האט עם געמאכט דאס טוהן.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך שעפטאל »

טייערע ברידער, כ'האב נישט געוואלט צו נעמען פון די אוטענטיש'קייט, כ'האב עס געלאזט ככתבו וכלשונו, נישט אלע שאלות זענען גענטפערט געווארן דערווייל, אבער כ'קען נישט שטיפן פאר ענטפער'ס. אפשר גייט קומען א המשך.

כ'געב ענק מיין ווארט. ס'איז אמת. (ס'דא אפאר ניקים וואס זעהן אמאל ווידיאו'ס פון מיין רבי'ס הויז, אדער קומען אריבער אמאל. כ'גיי פאר שטעלן דעם שתקן פאר זיי בעז"ה. בקיצור: כ'מאך נישט קיין ליצנות פון ענק)

אינטערוויא

ביטע שטעלט זיך פאר, פאר אונז בני שטיבל'נו

My name ישראל.
I grew up in Lakewood.
For work, ישראל בטח בשם.
I like learning. And hearing smart people talk.


פארוואס האסטו מחליט געוועהן צו שווייגן

After 120, I want to be able to say I lived my name the most pure.
Spread purely spirit of ישראל.
We all have a part in ישראל....


דו דאווענסט מיטן מויל אדער במחשבה?

I daven with thought.


ווי אזוי האסטו אויפגעהערט צו רעדן? פלuצלינג?

It was a slow process, signs and realizations....
במוקום שאדם רוצה לילך מוליכן אותו.


וואס האט זיך געטוישט אין דיין לעבן דורך שווייגן

My hole perception of connecting changed.
I connect to people energy. Expression a lot.
Closer to the shoresh neshama.
It's a different wave length than basing off words as fundamental interaction.


קענסט אונז דערציילן מער איבער די וויזיע'ס וואס דו האסט ביי מעדיטעישן


Different levels of consciousness have different energies. Some are a feeling, some are words, some are image's.
Sleeping dreaming...
Different realms.
It says if someone doesn't talk for 40 days they get gileee eliuha.
It opens up the neshama shebimoach to be able to express your emes.

A picture has a thousand words


סאו, דו האסט גילוי אליהו?...

Like I said. Its more like activating your neshema shibmiochi

א מעסעדש פאר די ליינער

Help someone feel understood
Rather then opinionated.

We're all one. Let's try to help each other see it.

שכח ישראל פאר דיין צייט, די אייבישטער זאל דיך באגלייטן און באגליקן מיט אלעס גוט'ס
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

:like
שעפטאל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:38 pm Help someone feel understood
Rather then opinionated.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
קליגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 23, 2024 1:00 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך קליגער »

א יוד האט אמאל געזאגט פאר זיין רבי אז ער וויל זוכה זיין צו גילוי אליהו וואס ער קען טון

האט אים זיין רבי געענטפערט ער זאל נישט רעדן פאר פערציג טעג

ער קומט צוריק צו זיין רבי נאך פערציג טעג אז ער האט געפאלגט וואס די רבי האט אים געהייסן און ער האט נישט געזען אליהו

האט אים זיין רבי געענטפערט א פערד רעדט אויך נישט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך שעפטאל »

קליגער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:20 pm

@קליגער שלום עליכם
יהא בואכם לברכה

ישראל איז א קלוגער אן איידעלער. זייער א ערענסטער, (ער האט מיך געשריבן אז ער וויל נישט שרייבן סתם, נאר וואס ער זעהט א תועלת).

ס'איז גאנץ יתכן אז ער ליינט וואס דו שרייבסט.

סאו פליז זיי אזוי גוט נעם אראפ דיין תגובה, אדער זיי מסביר וואס דו מיינסט ארויס צו ברענגן בשייכות צום אינטערוויא.

שכח פארן פארשטיין
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איך וואלט געזאגט אז @קליגער וויל פשוט מאכן זיכער אז ווער ס׳נישט דערביי און איז נישט אויף אזא דרגה אין רוחניות זאל אים נישט טרייען נאכצומאכן און נעמען א תענית דיבור פלעין ווייל ער האט א תאוה פאר גילוי אליהו. ס׳נישט געמאכט פאר יעדן. אז איינער איז ערנסט דערביי און איז א מבקש האמת אזוי ווי דיין חבר ׳ישראל׳ איז דאך אן אנדערע מעשה...

אגב, אויב ליינט ער דא. אפשר ווילער אויך שרייבן דא? אדער אפשר איזעס שוין צו פיהל פאר אים. אלענפאלס דערוילעם דא וואלט הנאה געהאט.

אויך, וואסיז די פשט פון דאס וואס ער האט געזאגט אז ער ארבייט אויף ׳נצח׳? האטער דאס מסביר געווען?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך שעפטאל »

ישראל איז מסביר אז מ'מיינט נישט דוקא דעם אלטן קוימן קערער מיטן ווייסען בארד.
--

בנוגע נצח, האט ער נישט מסביר געוועהן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קליגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 23, 2024 1:00 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך קליגער »

מיין פוינט בעיסיקלי איז געווען אז מ'קען נישט נאר נישט רעדן צי זוכה זיין צו גילוי אליהו, מ'דארף אויך אויסניצן די צייט אויף גוטע זאכן, גאנץ מעגליך אז ישראל ניצט אויס די צייט, איך בעט איבער אויב כ'האב מיך נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: אינטערוויא מיטן שתקן

שליחה דורך שעפטאל »

שכח פארן אויסקלארן
פארשפארט