פראגרעס, און סאציאלאגישע עקאלאגיע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

פראגרעס, און סאציאלאגישע עקאלאגיע

שליחה דורך אלפא »

חלק א'

אין די ענווייראמענטאלע סייענס איז ברייט באקאנט די עקאלאגישע אפטיילונג, וועלכע געבט זיך אפ מיטן פארשטיין און אפלערנען די רעלעישאנשיפ צווישן באשעפענישן און פלאנצונגען אין א געוויסע פלאץ, ווי יעדער האט אן השפעה אויף די אנדערע און יעדער איז וויכטיג פאר די סורווייוול פון די אנדערע. גאנצעטע סיסטעם'ס ווערן אזוי פארמירט, א שטייגער ווי א געוויסע פלאנצונג וועלכע דארף צוקומען צום בין פאר זיין נערונג, די בינען שפייזן זיך אויף געוויסע אינזעקטן אין די טייכלעך דארט, און די טייכל קען נאר פליסן דורך די שפאלטן וואס די ווארצלען פון יענער פלאנצונג שאפט (להמחשה בעלמא). און עס איז ברייט אנגעקומען אז פאר מ'וויל מאכן סיי וואספארא טויש אין די סיסטעם דארף מען נעמען אין באטראכט די קאנצעקווענסן פון דעם ספעציפישן טויש, און צו עס גייט מעגליך פאר'הרג'נען דאס גאנצע מערכה דורכן פאטשקענען מיט איין שרייפלע דערפון..

ווי די פענאמענאן איז ווייניגער באקאנט און אפגעלערנט איז אין די סאציאלאגישע ראלם, נעמליך, די רעלעישאנשיפ און עפעקט וואס איין סאציאלע טרענד האט אויפן גאנצן סיסטעם און די מעגליכע קאנצעקווענסן פון פאטשקענען מיט איין חלק פונעם קולטור אן געהעריג פארשטיין איר פלאץ אין די ברייטערע סאציאלע ראלם.
איך וועל אביסל מסביר זיין מיט א לעצטיגע פענאמענאן וועלכע ווערט אויסגעשמועסט אין די בוך The Case Against the S**ual Revolution, וואו די שרייבער ברענגט ארויס די אלע פראבלעמען און קאנצעקווענסן וועלכע מיר האבן היינט און קומען אין דיירעקטע רעזולטאט פון די רעוואלוציע אין די 60'ער יארן, וויאזוי פעמיניזם און לויזקייט האט צוגעפירט צו א דיקליין אין מערידזש וועלכע האט צוגעפירט צו א גרעסערע שפאלט צווישן מענער און פרויען בכלליות, וועלכע געבט נאר צו צו מענטל העלט פראבלעמען און פארשטייט זיך צום דיקליין אין די געבורט ראטעס וכו' וכו'. אין אנדערע ווערטער מיטן כוונה אויפצוטון און פארבעסערן געוויסע נקודות הצריכין תיקון האט זיך גאר אויסגעשטעלט א מצב וועלכע מ'האט בכלל נישט גענומען אין באטראכט, און עס איז ניטאמאל מוכרח אז מיט א פאראויס אויסגערעכענטע קאסט/בענעפיט חשבון וואלט עס טאקע געלוינט...

איבער אסאך אנדערע רעוואלוציעס קען עס אויך געזאגט ווערן, איין זאך וועלכע ליגט יעצט אויפן געדאנק איז די קאנטראוועסיאלע DEI פראגראם וועלכע איז מכלומר'שט דא צו פארמינערן דיסקרימינאציע און פארמערן גלייכקייט און יושר, און ווי עס שטעלט זיך למעשה ארויס האט די פראגראם אויסגעלאזט זייער אסאך פאטענציאלע קאנצעקווענסן פונעם עקוועישאן, און קוקנדיג אויף צוריק זענען אפי' אסאך לינקע מסכים מיט די אומפאמיידבארע לעכער וואס עס פארמאגט בשרשו, הגם עס איז נישט אייביג מערקבאר איידערן אינטראדוסן און פאר עס איז אויסגעשטעלט צום טעסט פון מציאות.

ובכלל קען מען שפעקילירן אז א גרויס טייל פון די אויסגעשפראכענע מערכה אנקעגן ראסיזם, סעקסיזם, וכו' איז במדת מה נישט באמת אינגאנצן געוואונטשן פאר סאסייעטי. אויף די פשוט'ע לעוועל קען מען דערהערן אז די נאטורליכע פסיכאלאגישע דרייוו פון טרייבעליזם וועלכע מיר זענען נאכנישט אויסגעוואקסן (עוואלושענערי), אדער די נאטורליכע מענערישע אינסטינקטן כלפי פרויען, קען נישט באמת ווערן עלימינירט דורך געזעצן און פאליסיס אדער אפי' מאסיווע קאמפיינס מיט סטראשערייען, עס איז א פראצעדור פון א לענגערע צייט ווי אסאך זאכן דארפן זיך צוזאמקומען, אנגעפאנגען פון דייאלאג, עדיוקעישאן, און סימפאטיע, ביזן איינפירן געוויסע רעגולאציעס שהציבור יכולים לעמוד בה (פאקוסירנדיג צום ערשט אויף מעשים ענדערש ווי אויף רעטאריק). און בס"ה וואס די אומנאטורליכע צווינגערייען טוען אויף איז אז מ'סופרעסט געוויסע אינסטינקטן, אבער ווען מ'זאל עס אנקוקן ניכטערערהייט איז פשוט אז די קאנצעקווענסן דערפון איז בכלל נישט געראטן, ווייל יעדער סופרעסטע זאך קען איין טאג אויספלאצן, און נאך מער עס איז זייער יתכן אז א חלק פון די זאך וועלכע האט געדרייווד פאפוליזם ובכלל די לעצטיגע פאליטישע צוטיילונגען איז אין דיירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס די אזוי-גערופענע אויפטואונגען האבן געפירט צו א בעק-לעש, טאקע ווייל עס האט פארפעלט צו נעמען די פולע קאמפלעקציטעט פונעם מציאות אין באטראכט און נאר אנגעקוקט די פראבלעם ווי אן איזולירטע פענאמענאן וועלכע מ'קען פאררעכטן אנע ברייטערע קאנצעקווענסן..

דאס איז אלעס געווען מער בתורת השערה והמחשה, דאס איז אבער זיכער אז יעדער סאציאלע פענאמענאן האט א ציל וואס עס דינט -אפגעזען וויפיל לעכער און פראבלעמען עס האט מיט זיך- און 'טוישן דעם סיסטעם' קען נישט ארבייטן סתם אן געהעריג אפלערנען וואס עס גייט געשען נאכן טויש און וועלכע גוטע חלקים פון די יעצטיגן סיסטעם מ'קען פארפעלן דורכן עס אוועקווארפן.

רעליגיע איז נאך א געלונגענע דוגמא, ווי אינטעלעקטואלן האבן שטארק געארבייט און קאמפיינט פטור צו ווערן דערפון אין די לעצטיגע יארן, און יעצט הייבט זיך די תוצאות אן דערקענען, עכ''כ אז געוויסע לויפן טאקע צוריק דערצו..

כמובן איז עס נישט אזוי פלאך און פשוט, יעדער זאך קען האבן נאך הסברים פארוואס עס שפילט זיך אויס ווי עס איז (א קאנטער קלעים פארן טענה פון רעליגיע איז אז סאציאלע מידיע האט זייער חרוב געמאכט די יוגנט, ובכלל איז נישט מוחלט אז די אטעאיסטיק מאוומענט האט צוגרינד געלייגט רעליגיע, געוויסע טענה'ן אז רעליגיע איז ממילא געווען אויפן וועג אראפ. טראמפ איז אויך א באקאנטע שולד ברעט פאר פאפוליזם אויב וויל מען נישט באשולדיגן די ראדיקאליזם פון די לינקע) עס איז זיכער דא א זה וזה גורם געדאנק אין יעדער סאציאלאגישע פאסירונג און טאקע דערפאר ווייל אזויפיל זאכן זענען אינטערקאנעקטעד איינס צום צווייטן און פונקט ווי ביים עקאלאגישן פאזל אזוי שפילט זיך אפ צווישן מענטשן אויך ווי קיין איין שטיקל אפערירט נישט אין קיין וואקיום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

עדיוקאציע אלץ ענטפער?!

שליחה דורך אלפא »

חלק ב'


דאס איז אלץ פיין און וואויל אלץ שיינע דיסקריפטיוו אנאליז פון סאציאלע באנעמונגען.
ווען עס קומט אבער צו פאליטיק און בכלל ווען מ'רעדט פון עפעס אויפטון איז קיינער נישט אינטרעסירט אין סיבות פארוואס זאכן גייען שלעכטע אדער פארוואס זאכן זענען סטאק אזוי ווי עס איז.

און דא איז וואו די שוועריקייטן קומען אריין, פון איין זייט איז ווי געזען שווער צו אויפטון עפעס און ריכטיגערהייט אפשאצן די פאטענציאלע קאנצעקווענסן דערפון אויפן לאנג-ראן, אבער מער פון דעם, מיט יעדעס ביסל וואס מ'פארשטייט יא צום עקזיסטירענדע סיסטעם קוקט עס אלץ אויס מער אוממעגליך צו עלימינירן פראבלעמען דערפון אן צורירן און אן קאליע מאכן די גוטע חלקים דערפון (ווייל אויב וואלט די סיסטעם טאקע געקענט פונקציאנירן אן די פראבלעמען וואלטן זיי שוין פון זיך אליין אוועקגעפאלן..)

קאפיטאליזם איז א גוטע דוגמא דא, יעדער רעכט דענקיגער איז מסכים אז עס איז נישט אינגאנצן יושר אז צען פראצענט פונעם פאפולאציע זאל באזיצן נייציג פראצענט פון די וועלטס רייכקייט - געבויט אויף אביסל ארבייט און אסאך מזל, יעדער וואלט געהאלטן אין איידעאל אז עס איז בעסער ווען יעדער איינער קען באזיצן א גלייכע טייל. די פראבלעם מיט די אלע טעאריעס איז (סאציאליזם, קאמוניזם וכו' - אפגעזען די פאקט אז זיי האבן פאקטיש נישט מצליח געווען בעבר) אז ווען מ'נעמט אוועק די פראבלעמאטישע חלק דא וועלכע איז greed - די פאקט אז איינער האט און וויל האבן מיר ווי די צווייטע - קומט אבער אטאמאטיש מיט די גאנצע מאטיוואציע און אינאוואציע וועלכע דרייווט די עקאנאמישע רעדלעך אינעם ערשטן פלאץ, אין אנדערע ווערטער, עס איז דערווייל נישטא באמת די גאלדענעם שערל וועלכע קען צושניידן די שלעכטע חלקים פון די גוטס וואס קומט נאר דורך דעם, [א שטייגער ווי די יצרא דעריות וועלכע חז''ל האבן גלייך צוריקגעשטעלט כידוע].
און אויב אינעם איידעאל/טעאריע איז דא א פערפעקטע מושלם'דיגע וועלט וואו יעדער איז אויסגעארבייט און קיינער איז נישט פויל אדער עגאיסטיש, טוט זיך אין רעאליטעט אן עירוב טוב ורע, און נאר דורך די אלע פראבלעמען קענען גוטע זאכן בכלל ארויסקומען.


צוריק צו סאשעל פאליסי.
איינמאל מ'דערהערט דאס איז בעצם שווער צו אדוואקאטירן פאר גרעסערע טוישונגען בכלל, ובפרט אין פלעצער וואס מ'האט נישט אינגאנצן ארויס די קאמפלעקציטעטן (וואו האט מען דען יא?!)

נו וואס דען?
עס איז יא דא דעם געדאנק פון עוואלוציע און פון עדעוקאציע, דהיינו, אנשטאט נעמען גרויסע טריט וועלכע האבן שפעטער א פארקערטע השפעה קען מען נעמען קליינע טריט, און נישט אזוי ווייט ווי למעשה'דיגע טריט איז דא די גראדואלע פונדאמענטאלע טוישונגען וועלכע קענען ווערן צוביסלעך אימפלימענטירט.
די בעסטע וועג אנצוקומען צו פונדאמענטאלע טוישונגען איז דורך עדיוקאציע און דורך טויש אין די מיינדסעט פון מענטשן, און מיט די צייט ווען פראבלעמען ווערן פארשטאנען, סימפאטיזירט, דיסקוסירט, און קאנטעינד - דורך די פובליקום - איז דאס שוין באמת די סוף פונעם פראבלעם. לדוגמא, אויב וועלן מענטשן באמת קענען סימפאטיזירן מיט שווארצע איבער זייערע פראבלעמען אין סאסייעטי, פעלט שוין נישט אויס קיין אפירמיטיוו עקשאן אדער באצווינגענע גלייכבארעכטוגונג מעטאדן, זיי זענען אטאמאטיש גלייך ביי יעדעם אין הארץ... (עס איז נאר קאמפליצירט, ווייל מענטשן בכלליות זענען נאריש און נישט אינטרעסירט אין קיין עדיוקאציע אדער צו סימפאטיזירן.. און עס איז אן אריכות וויאזוי דאס ארבייט אין פאליטיק בפועל, א גרויס טייל קומט דיירעקט דורך זאגן ליגנט און אזוי ארום פראוואקירן געוויסע חלקים וועלכע וואלטן געווען פויל אן דעם. בקיצור, מ'דארף סטראטעגירן די פסיכאלאגישע אינסטינקטיוו רעאקציעס אז זיי זאלן אריינשפילן אין א גרעסערן ראם פון פסיכאלאגישע טוישונגען, ואכמ''ל...)


און דא קום איך צו צו א נקודה וואס איך האב לעצטנס אויפגעמערקט, נאכן אנאלאזירן אסאך פון די גלאבאלע טשעלענדזשעס ארום די פאליטישע ארענע, און פון די אנדערע זייט פראבירן אפצולערנען אונזער לאקאלע פראבלעמען אין אונזערע קהילות, בין איך צוגעקומען צו די הכרה אז די ערשטע איז א גרינגערע קאטעגאריע צו באהאנדלען. פארוואס? ווייל ווי געשמועסט איז עדיוקאציע די איינציגסטע אמת'ע מיטל צו ברענגען פאזיטיווע טויש, אבער פון די אנדערע זייט - אנדערש ווי אין די אלגעמיינע גאס וואו די פוילקייט און טפשות איז די הויפט שטער צו עדיוקאציע, איז עס ביי אונז אן איידיאלאגיע און שיטה פון וועלכע מיר ריקן זיך נישט אוועק בכוונה.
און כשלעצמו איז עס לאו דוקא אזא פראבלעם (ווי @מי אני מאלט דא אראפ), אדרבה נאכן נעמען אין באטראכט פארוואס אזא סיסטעם איז בכלל אין פלאץ מאכט עס סענס אז בכדי נישט צו ווערן אויסגעמישט און אסימילירט פעלט זיך אויס א גאר ראדיקאלע אינסולאציע, און פאר די וועלכע זענען אינערווייניג איז דאס בס''ה א שטיקל חסרון וועלכע האט אבער זיינע בענעפיטן, וממילא ווען עס קומט צו מאכן טוישונגען דערין איז דא די catch22 פון דעם אז עדיוקאציע איז טאבו אפי' ווען עדיוקאציע איז די נושא צו פארבעסערן...


צום שלוס, די גאנצע זאווערוכע דא איז מיין אייגענע אפגעקאכטע קאשע, ואדרבה דער וואס זענען ביי די מיינונג אז מ'קען יא איינפירן עדיוקאציע און ברייטקייט ביי אונז (אליעזר קרויס איז כמדומה ביי דעם מיינונג), אזוי אויך דער וואס דינגט זיך אויף די גאנצע הנחה דא וויאזוי סאשעל פענאמענא ארבייטן - איז מוכן עס צו טראגן ווייטער..
פאר מיר פערזענליך שפירט זיך עס ווי א שטיקל דעד-ענד, ואדרבה איך קען באשטיין צו ווערן פראוון ראנג...

ברכה והצלחה.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: פראגרעס, און סאציאלאגישע עקאלאגיע

שליחה דורך דיכטער »

דערווייל האב איך נישט וואס צוצולייגן, אבער עס איז זייער שיין געשריבן און גוט אראפגעלייגט.
פארשפארט