פורים קטן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:26 pm
אדונינו האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:02 pm(עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי, די פעלדמאן משפחתא עז וועל)
ווער איז די [געוועזענע] וויליאמסבורגער דיין?
וועלכע פעלדמאן משפחה?
[איך פרעג ווייל איך ווייס נישט, אבער איך וויל וויסן]
הרב הערשל רז״ב, באמת א חשובע אינגערמאן, אים אויס גענוצט ביזן סוף און געשיקט ליפטערן.. א האלבע משפחה איז נאך דארט, באמת טרויעריג.
משפחת ר׳ חיים פעלדמאן (איין זון איז א איידעם ביי רז״ב דלעיל) די חידוש איז די זון פון מאנסי, פלעגט זיין א שוואנץ מובחר, אבער זיי האבן געבארגט פון אים $200,000 פאר די הייליגע ישיבה קטנה, און געלאזט ליפטערן כדלעיל.
איינער האט געזאגט "פראביר נישט צו פארשטיין וואס די שוטה טראכט ווייל ער טראכט נישט".
לענינינו, איך גיי נישט זאגן אז חסידי ר' מנדל זענען גרעסערע שוטים ווי חסידים פון אנדערע רבי'ס (אין פאקט קען איך עטליכע גאר פארשטענדליכע כי מענטשן דארט), נאר די שיטת השוואנצאניס איז נישט צו טראכטן ווען ס'איז נוגע די רבי. אזויווי א שוואנץ פין א בעל חי טראכט נישט ווי ער זאל גיין נאר שלעפט זיך נאך ווי דער בעל חי דרייט זיך, היינו שוואנצאנית. אויב די רבי טוט זאכן וואס מ'פארשטייט נישט, איז נישט. מ'שפירט ניטאמאל די דראנג צו וועלן פארשטיין.
אדונינו האט געשריבן: ↑
הרב הערשל רז"ב, באמת א חשובע אינגערמאן, אים אויסגענוצט ביזן סוף און געשיקט לופטערן.. א האלבע משפחה איז נאך דארט, באמת טרויעריג.
משפחת ר' חיים פעלדמאן (איין זון איז א איידעם ביי רז"ב דלעיל) די חידוש איז די זון פון מאנסי, פלעגט זיין א שוואנץ מובחר, אבער זיי האבן געבארגט פון אים $200,000 פאר די הייליגע ישיבה קטנה, און געלאזט ליפטערן כדלעיל.
איז ר' חיים נאך מנהל ביי זיי אין וויליאמסבורג?
איז נישט די זון פון מאנסי נאך אלס א שוואנץ?
עס ליינט זיך שווער
איך זאג עס איבער און איבער כדי סזאל גוט אריינקריכן אין קאפ אריין
(אבער קודם א דיסקלעימער: איך קען דעם "רבי" מענדעלע פון די אינגע יארן און סאיז מיר קיין חידוש נישט זיין ווילדע געמיינע אויפפירונג)
אבער ר' איד וועקט אייך אויף! מיר אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל!
איינער רופט עס אזוי
א צווייטער רופט עס מיט א אנדערע נאמען
איין רבי רעדט גראב און מיאוס
דער צווייטער רעדט איידל
אבער אונז אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל
מען פירט אונז ביים נאז
מיר פיטערען אונזער עבודה זרה'ס מיט געלט און כבוד
און אין די סקונדע וואס דער רבי דיינער גייט שפירן אז דו גייסט נישט אין שפאן גייסטו פליען פונקט ווי די שווענץ ביי "רבי" מענדעלע
וועקט אייך אויף!
די שוואנצונעס איז א מתנה פון הימל פאר אונז אלע אז מיר זאלן זיך קוקען אין שפיגל און זיך אויפוועקן ווי לאנג מען קען נאך!
יעדן טאג ווערן די רבי'ס מער און מער משוגע און אנגערייצט פון בערלאנד און שוואנצונעס וואס מען קען אלץ עררייכן מיט די חסידים זייערע
סא כאפט דיר באצייטנס!
איך מיין דו זאלסט דיך געבן א קוק אין שפיגל, איך האב מורא אז דו וועסט זעהן דארט א וויידל, ווייל ווי דו שרייבסט עפעס קומט אריין שוואנצונעס, איך מיין אז דו ליידסט אויף א שוואנצונעס דיזיס אדער האסטו א וויידל אויף די גלעזער.
שמעון וואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:00 am
איינער האט געזאגט "פראביר נישט צו פארשטיין וואס די שוטה טראכט ווייל ער טראכט נישט".
לענינינו, איך גיי נישט זאגן אז חסידי ר' מנדל זענען גרעסערע שוטים ווי חסידים פון אנדערע רבי'ס (אין פאקט קען איך עטליכע גאר פארשטענדליכע כי מענטשן דארט), נאר די שיטת השוואנצאניס איז נישט צו טראכטן ווען ס'איז נוגע די רבי. אזויווי א שוואנץ פין א בעל חי טראכט נישט ווי ער זאל גיין נאר שלעפט זיך נאך ווי דער בעל חי דרייט זיך, היינו שוואנצאנית. אויב די רבי טוט זאכן וואס מ'פארשטייט נישט, איז נישט. מ'שפירט ניטאמאל די דראנג צו וועלן פארשטיין.
יעצט פארשטיי איך דיין אוואטער
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.