אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך קהל'ס נער »

yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:47 am איך זעה ווי זייער אסאך שרייבער זענען זייער אנגעווייטאגט, הלמאי וואס איז די משפחה שולדיג?

ווען מען קריגט זיך וועלן אסאך אומשולדיגע ליידן. דאס איז ביי יעדע מחלוקה און יעדע מלחמה. טאף לאק. ביי א גט איז אויך אזוי. אין אמת'ן, ווען א משפחה האט אויפגעצויגן א אינגערמאן וואס וויל נישט געבן קיין גט און די משפחה האט נישט קיין אינפלוענס אויף אים לטב ולמוטב זענען זיי אין אמת'ן יא עפעס שולדיג. אין מיין אפיניען טאר מען נישט אפהאלטן קיין גט אפילו פאר וויזיטעישן, דאס העלפט נישט פאר קיינעם און זיכער נישט פאר די קינדער וועם די טאטע וויל אזוי שטארק וויזיטן. עס איז זייער ווייטאגליך צו זיין דערווייטערט פון די קינדער און מיט דעם אלעם האלט איך נאך אלץ אז מען טאר נישט אפהאלטן א גט.

דער אמת איז אז זייט מען האט טאקע אנגעהויבן צו טעראריזירן די אומשולדיגע מענטשן ארום האבן זיך אסאך גיטין געריקט פאראויס, זעהט אויס אז עפעס העלפט עס. זעהט אויס אז די אומשולדיגע, וואס זענען אסאך מאל באמת אומשולדיג, קענען יא עפעס אויפטוהן. מען דארף נישט זיין שולדיג צו אויפטוהן. מען דארף טוהן צו אויפטוהן און אסאך מאל דארף מען נאר אויפוועקן די מענטשן וואס קענען טוהן אז זיי זאלן טאקע טוהן.
פארוואס איז וויזיטעישען נישט קיין סיבה צוריקציהאלטן א גט?
די לאזט מיך נישט זעהן מיינע קינדער? באקומסטו נישט קיין גט, עין תחת עין!
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

ליינענדיג די תגובות זעהט מען מערערע סארט מיינונגען ממש מקצה אל הקצה אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיר לעבן אויף אנדערע וועלטן.

די פארשידענע מיינונגען לכאן ולכאן ברענגט ארויף בייז בלוט ביי געוויסע וואס פארשטייען נישט וויאזוי ס'איז מעגליך אז די אנדערע זאלן זיין אזוי גלייכגילטיג/פארבאקסד/שלעכט וכו וכו

איך האלט אז א דעבאטע פירט זיך בעסער ווען מען פארשטייט פון וואו דער אנדערער קומט, סאוי צו פארשטיין אביסל בעסער די פארשידענע מיינונגען אין די נושא וואלט געווען כדאי צו באהאנדלען דעם ענין מער יסודות'דיג.

ס'איז פאראן דא "2 באזונדערע" נושאים.

1. מאכט זיך ליידער פעלער ווי געוויסע יחידים טוהן בעוולה'ן אנדערע "על לא עוול", נאר פשוט וויבאלד זיי קענען.
איידעלע מענטשן וואס זעהן דאס צו, גייען ממש ארויס פון די כלים מיטפילנדיג דעם בעוול'טן.
דאס פאסירט נישט נאר ביי גיטין, נאר ליידער פאסירט עס גאנץ אפט אויף מערערע געלעגנהייטן (קהילות, משפחה מחלוקת וכו וכו).

2. ווען ס'קומט צו עניני גיטין, האט "אונזער סיסטעם" א באזונדערע אישו, און דאס איז אז די Playing field איז נישט Leveled, נאר ס'איז שטארק גענויגט לצד דעם מאן (אז "ער קען" צוריקהאלטן א גט, בשעת וואס "זי קען נישט" צוליב היתר מאה).

אלס די ערשטע נקודה (איינער בעוולה'ט צווייטן), וואלט יעדער לכאורה מסכים געווען אז:

1. פאר פרעמדע מישן זיך אריין, דארף מען האבן קלארע פרוף און וואוסענשאפט אז איינער ווערט טאקע געפייניגט על לא עוול, אבער טאמער איז דאס אן אלטע פרשה אין וואס צד א האט גאר מיעוס אפגעטוהן צד ב אין דער פארגאנגענהייט, איז גאנץ פארשטענדליך ווען צד ב נעמט נקמה...

2. ס'איז גאנץ זיכער אז רובא דרובא פון די מענטשן וואס זענען פארנומען צו קאכן אין די איצטיגע מעשה ווייסן גאר ווייניג וואס דא קומט באמת פאר.

ווען ס'קומט אבער צום צווייטן פראבלעם (די Uneven playing field) ווערן זאכן מער בלאטעדיג.

די Uneven playing field אין אונזער סיסטעם בנוגע גיטין איז גורם אז אפילו מענטשן וואס האבן א גאנץ קנאפער ידיעה איז וואס ס'קומט דא ספעציפיש פאר, וועלן אבער נאכאלס ארויסקומען שריין פשוט וויבאלד זיי זענען שוין אויפגערעגט אויף די "סיסטעם" לכתחילה.

זיי האבן אן אלטער ווייטאג, הלמאי פרויען האבן ווייניגער רעכטן ווי מענער????!!!

די מענטשן מיט די ווייטאג וועלן ע"פ רוב זיין די וואס וועלן שפרינגען ביי יעדע עגונה-מעשה אפילו נאך פאר זיי האבן געהערט די דעטאלן.

וויבאלד ביי זיי איז די עצם געדאנק אז פרויען האבן א קלענערע רעכט, אן אפגעפרעגטע זאך.
סאוי יעדעס מאל אזא פרשה ערוועקט זיך און ס'דערמאנט זיי די סעקסיזם אין אונזער סיסטעם, ווערן זיי צושפילט.

פאר זיי איז ווידער דא 2 נקודות צו נעמען אין באטראכט:

1. "אונזער סעקסיסט סיסטעם" קומט דירעקט פון די שיטת און מהלך התורה.
פון תורה שבכתב איז קלאר אז א מאן האט די אויבערהאנט איבער א פרוי, אנגעהויבן מיט והוא ימשול בך און גענדיגט ביי Polygamy...

2. לפי השמועה איז אין די אלגעמיינער גאס די מצב פונקט פארקערט, און דארט איז אויך די Playing field ביי גיטין נישט גלייך, אבער דארט איז עס גענויגט פארקערט, און איז פיל מער לטובת די פרויען זייט.

נעמענדיג אין באטראכט דיזע נקודות, לאמיר זעהן וויאזוי ס'פארמירט די פארשידענע עקסטרעמע רעאקציעס צו אונזער פרשה.

-די וואס זענען גאר באהאוונט אין די ספעציפישער פרשה און אירע דעטאלן, און זיי האלטן אז איין זייט בעוולה'ט דעם צווייטן "נאר וויבאלד זיי קענען", וועלן ווי פארשטענדליך שפרינגען פון זייער הויט, הלמאי א שטארקער זאל קענען אונטערדריקן דעם שוואכן?!

ס'איז אבער גאנץ קלאר אז די מאיאריטעט פונעם ציבור זענען נישט אריינגערעכנט אין די כלל.

רוב פונעם ציבור זענען נישט באקאנט אין דעטאלן פון די פרשה, און דעריבער וועט מען זעהן די פאלגענדע רעאקציעס:

-די וואס האבן אן אלטער ווייטאג אויף אונזער סעקסיסט סיסטעם, וועלן גלייך שפרינגען ווי נאר זיי וועלן הערן א פרישע פרשה וואס דערמאנט זיי פון אונזער סעקסיזם.

-די פרומערע צווישן אונז וואס גלייבן שטארק אין די אריגינאלע השקפת התורה, די וועלן דייקא נישט צושפילט ווערן, וויבאלד זיי האלטן באמת אז ס'קומט פאר א מאן מער רעכטן ווי א פרוי.

-אפילו געוויסע פון די מער אויפגעקלערטע וועלן אויך נישט צושפרינגען ווערן פון די אפענע סעקסיזם, וויבאלד זיי האלטן אז די סעקולאר סיסטעם איז דאך פונקט פארקערט און סעקסיסט קעגן מענער, במילא איז גארנישט אזוי שלעכט אז ביינונז באלאנסירן זיך זאכן (אונז גיבן מער רעכטן פאר די מענער, זייער סיסטעם גיט מער פאר פרויען).

מערערע דעבאטירער לכאן ולכאן וועלן נישט קלאר ארויסזאגן זייערע יסודות'דיגע גלויבונגען און מחשבות נאר זיי וועלן גיין רינגס און ארום, און דעבאטירן געוויסע "דעטאלן" פון פרשה וכדומה.

לסיום:

די טענה אז אין דער אלגעמיינער גאס ווערן מענער אפט מאל בעוולה'ט אין קאורט, איז עפעס וואס מען הערט גאנץ אפט, און האט Anecdotal evidence, אבער איך בין נישט באקאנט צו דאס איז באמת אזוי בכלליות.
אדרבה די מיט מער באקאנטשאפט, ביטע מאכט מיר קלוגער.
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך פארווע חסיד »

Flatbushgirl האָט ליב צו מאַכען נויז .
צו איז עס פאַר פרויען רעכטן אַלגעמיין
אדער עני אנדערע ריזן זי האט צו מאכן ניוז
א היץ קאפּ .

איך האב גארנישט קעגן איר און איך נעם נישט קיין שטעלונג אי די ספּעציפישע מעשה
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך זאקן »

ליב צו וויסן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:25 am
1. "אונזער סעקסיסט סיסטעם" קומט דירעקט פון די שיטת און מהלך התורה.
פון תורה שבכתב איז קלאר אז א מאן האט די אויבערהאנט איבער א פרוי, אנגעהויבן מיט והוא ימשול בך און גענדיגט ביי Polygamy...
ווען די פראבלעם וואלט געווען אזוי שטארק בימי חז״ל וואלטן זיי שוין געטראפן עפעס א עצה, (איך מיין ווילאנג ס׳איז געווען א סנהדרין האבן זיי געצווינגען צו געבן א גט).

אויב מ׳האט געקענט אויפקומען מיט א עצה פון פארקויפן א ביליאן דאללער חמץ פאר איין דאלער פאר א גוי קען מען שוין טרעפן א עצה פאר אלעס.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך היימלינד »

בת קול האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:07 pm
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:55 pm אמת! אבער איין רשעות איז נישט מצדיק די צווייטער אפילו א קלענער
מי שמה לאיש/ה
לויט הלכה איז עס נישט רשעות צו לייגן דריק אויף איינער וואס האלט צוריק א גט.
מראה מקום פליז
יש דרוק ויש באשמוצען די גאנצע משפחה ארום און ארום בראש כל חוצות

ועל צד אז all of the above איז מותר און מחיוב, בין איך מסכים מיט אייך אבער נאר אויב עס וועט געטוען דורך אזא איינער וואס מיינט טאקע די הלכה אדער כאטש די אנושיות
אביר לגבי איר האב שוין געשריבען און אן אנדערע תשובה אז דאס איז נישט איר איינציגסטע מצוה, זי האט דא אן אגענדע מיט "די קאמיוניטי" און בכלל נישט די טובה פון די פרוי/ען

דאונ"ט געט מי ראנ"ד איך בין בכלל נישט מצדד דא מיט די מעגנים ח"ו, מיין תגובה איז נאר לגבי די יעצטיגע שמועס וועגען Flatbush Girl
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך היימלינד »

שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:10 pm
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:25 pm די טיפיקעל איד און ק"י האט בכלל אמאל געהערט פון איר אז ער זאל טראכטען אז מען רעדט דא פון אן עסקנ'טע? פארוואס בלעימסטו גלייך אז ער האט א פראבלעם מיט פרויען

און צווישען מיר אין דיר איז זי טאקע אן עסקנ'טע אדער סתם א טראבעל מעיקער וואס זוכט נעגעטיווע אטענטיאן ? עגונות איז נישט איר איינציגסטע "מצוה"
זי איז גאר א באקאנטע פרוי, כמעט יעדער האט געהערט פון איר. זי האט איבער 50,000 נאכפאלגערס אויף אינסטעגראם.

ווען משה מארגערעטן זאל דיר אנריפן און דו וועסט אראפהאקן די פאון, דארף ער נישט נעמען אין באטראכט אז אפשר לעבסטו אינטער א שטיין.

יעדע עסקן איז סתם א טראבל מעיקער, נפל, תלוש אדער סיי וועלכע לשון דו ווילסט זיי נאר אנריפן. אז זי וואלט געווען א מאן מיט די זעלבע מאכט און נאכפאלגערשאפט וואס זי פארמאגט וואלסטו איר שוין אויך אנגעריפן עסקן. נאר יוסי געשטעטנער איז אן עסקן?

זאקן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:40 pm
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:20 pm
זאקן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:29 pm
איי עם סאו סארי, אויב פלעטבוש גריל קאלט מיך פרעגן פארוואס איך טוה עפעס האק איך אויכט אראפ די פאון, די האלטס טאקע אז יעדע מענטש דארף זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל? שיין קוקן מיר אויס אויב א טאטע דארף מסביר זיין פאר יעדע תלוש וואס קאלט וויפיל מאל א טאג ער בעט זיין זוהן און צו די זוהן געט נישט א דעקל וואס ער זאגט.
ניין, מען דארף נישט רעדן און זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל, אבער אז א גרויסע עסקנ'טע ריפט אן, דאן האסטו אדער א ברירה צו ענטפערן, אדער ליידן די קאנסעקווענצן.

דאס אז דו האסט נישט קיין רעספעקט פאר פרויען איז נישט איר דאגה.
:lol: :lol:

אויב איך קאל דיך היינט אן אויספרעגן וועגן עפעס וואס איז נישט מיינע געשעפטן און די האקסט אראפ די פאון האסטו נישט קיין רעספעקט פאר מענער. :roll: :roll:

באלד באקומסטו א פאון קאל פון זאקן, אויב די האקסט אראפ גייסטו ליידן די קאנסעקווענצן.
ווער ביסטו בכלל? זאקן פון קאווע שטיבל? קיינער האט נישט קיין השגה ווער דו ביסט.

אז אן עסקן מיט טויזנטע נאכפאלגערס וואס איז באוויסט פארן מאכן נויז, צאמריפן אווענטן, פראטעסטן, שאפן געלט, און נאך, ריפט מיר אן, דאן האק איך נישט אראפ די פאון אויב איך ווייס וואס איז גוט פאר מיר, נישט קיין חילוק אויב ס'איז א מאן, אדער א פרוי לא עלינו.

איך שרייב ניטאמאל אז זי איז א תלוש אדער נפל אויף קאווע שטיבל ווייל איך זיך נישט צו דיסריספעקטירן פרויען, און איך פיל אפילו נישט קיל אדער בעסער ווען איך טו עס יא.
שמן'ל איך בעט דיר איבער פארען געפערליכען חטא פון נישט וויסען פון די פרוי געהעריג ביז יעצט
פארוואס שרייב איך געהעריג, ווייל למעשה איין מאל פאר עטליכע יאר צוריק האב איך יא אריין געבאמפט אין איר ווען א געוויסע קאמפעני האט איר געניצט פאר א מארקעטינג פראיעקט, אבער חוץ פון דעם האב איך קיינמאל פון איר נישט געהערט, סאו פסקען נישט לויט דיין גלעזער, איך האלט זיך ביי מיינס אז טויזענעטער אידן סיי אין קרית יואל און סיי אינדרויסען האבען פון איר קיינמאל נישט געהערט, און אפילו די וואס יא זענען אויך דא זייער אסאך וואס איז נאר בבחינת subconscious און ממילא איר צוגלייכען צו משה מארגערעטען איז זייער נישט אין פלאץ, קען זיין אז זי איז מער באקאנט ווי זאקן פון ק"ש אבער לכאורה נענטער צו איהם ווי צו ר' משה'ן

איך האב געזאגט אז יוסי געשטטנער איז א עסקן אז די זאלסט מיר פרעגען אויף איהם ?
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

אויפריכטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:21 am מעניין לעניין קען זיין מקומו פונעם הערה איז נישט אין דעם אשכול אבער אזוי ווי כ’קען סייווי נישט עפענען אן אייגענעם אשכול שרייב איך דא (אין א זייטיגע נאטוץ טוה איך זיך אליינס גראטולירן פארן שרייבן מיין ערשטע ערנסטן הערה אויפ’ן פלאטפארמע.. :lol: )

כ’קען פערזענליך א היימישע עגונה וואס האט אין די פארגאנגענע פאר וואכן באקומען איהר לאנג-ערווארטעטע גט נאך צוויי גאר פיינפולע יארן פון סירוב. ומעשה שהי’ כך הי’:

די פרוי האט חתונה געהאט מיט אן אויסגערופענע עילוי וואס מ’איז געוואר געווארן נאכן חתונה אז דער תנא קמא האט אייגענטליך געסנעפט חדשים פריער (נ.ב. די פאקטן קען איך פונדערנאנט) און נאך עטליכע יאר פון פרובירן צו זיין צוזאמען, וגם לרבות אפאר קינדער אין שטוב, האט די ווייב באשלאסן אז באו מים עד נפש און פארלאנגט א גט. אבל דא עקא אז דער מאנ’ס פאטער האט מחליט געווען אז זיין זון דארף יא בלייבן חתונה געהאט, און זייענדיג א גבר אלים ווי אויך א זון פון איינע פון די באקאנטע רבנים אין נ"י האט ער נישט צוגעלאזט זיין זון זאל גיבן צוועלף שורות.

נאכן זיך אפמוטשענען אפאר יאר און פארלאזענדיג זיך אויף די טובות פון עסקנים, האט די ווייבל באשלאסן אליינס צו נעמען די לייצעס אין איהר האנט. אין איין שיינעם טאג נאכן ערהאלטן אינפארמאציע אז דער אבי הבעל איז אוועקגעפארן פאר אפאר טאג האט זי געשפיהרט אז ס’איז א שעת הכושר, און זי איז אראפגעפארן צום מאן און זיך מיט איהם פרעזענליך געטראפן און געוויינט בתחנונים ער זאל מתיר זיין די קשרי עגונה... ווי אויך האט זי גע’אפערט א שיינע פאר אלפים לא יחרץ געלט כמנהג זמנינו בבתולות ישראל. און וואונדער איבער וואונדער, פון דארט איז מען געפארן צום בי"ד, און ביז אפאר שעה איז זי געווען א מגורשת!

דער מאנ'ס פאטער חושד זייענדיג אז עפעס קאכט זיך האט ער פאר'קורצערט זיין וואקאציע און תיכף גענומען א פליגער אהיים, אבער ס'שוין געווען לאחר המעשה..

וואס כ'וויל ארויס ברענגען מיט דעם עפיזאד איז אז כמדומני אין אונזערע קרייזן ביי יעדער צוטיילונג (אפי’ די רואיגע און לא"ד די היצערע) אנשטאט וואס מ’זאל נעמען די דרך הישר'דיגע מהלך וואס די פרוי אליינס רעדט זיך דורך מיט'ן מאן איבער די צוקונפטיגע פלענער.. וואס ווי נישט ווי איז ער געווען איהר לעבנ'ס שותף די פארגאנגענע יארן און ס'רוב מאל וואס זיי ביידע זוכן צו לעבן ווייטער בשלום און אודאי זוכן זיי ביידע די טובה פון די קינדער וואס דאן איז די סוקסעס ראטע אז די גט פראצעדור זאל דורך גיין על מי מנוחות סאך גרעסער. אנשטאט דעם מאכט מען א גאנצע הו-הא מיט עסקנים רבנים וכדו’ און עס ווערט געהאנדעלט קאמערציעל דורך טוענים פארמיטלער וכו', און פארשטייט זיך אז דאס ברענגט מיט זיך תביעות, צדדים און טענות לכאן ולכאן.

מוכיח צו זיין הנ"ל האט מיר א גרויסע דיין בעייני גיטין געזאגט אז ביי די מער מאדערנע קרייזן מאכט זיך סאך ווייניגער די אויבנדערמאנטע סירובים און בעיקר געשעהט עס ביי די חסידישע אדער היימיש-ליטווישע קרייזן און די סיבה לכאורה איז כנ"ל ווייל ביינאונז איינמאל מ’צעטיילט זיך איז מען זיך אינגאנצן מתרחק פונעם ספאוס און עס טרעטן אריין במקומם די גרויסע פארשטייערס און עסקנים ודו"ק.

כ’מיין כ’האב א פוינט.. נישט אזוי?
אין ק"י איז דא א עסקנ'טע שטערן וואס פארפירט אויף דעם אז די קאפל דארף אליינ'ס פארהאנדלען און קיין איין רב-עסקן האט נישט וואס אריינצורעדן, זי אליין האט א זוהן וואס וויל נישט געבן קיין גט שוין א שיינע פאר יאר און זי בעקט דעם בערקאוויטש אינגערמאן אויך, די פראבלעם איז אז אפי' די טענה כשלעצמו איז גערעכט וועט אבער זייער אסאך מאל זיין אז אפי' די פרוי שרייט חי וקיים אז זי האלט נישט ביים צוריקגיין וועט דער מאן זאגן אז בעצם וויל זי יא נאר די עלטערן-עסקנים קאנטראלן איר, וא"כ אין לדבר סוף, בכלל אויב איז עס שוין געווארן א הייסע מחלוקה מיט שטינק און שמוץ אויף ביידע זייטן פארוואס אין די וועלט עקשנ'ט זיך נאך אזא אינגערמאן? אפי' ס'געווען האפענונג פון אנפאנג אז ס'קען נאך עפעס ווערן איז עס שוין יעצט זיכער דערנאך און צוליב נארישע תאוות הנצחון מאכט מען שווער פאר זיך פאר די פרוי און פאר די קינדער.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:47 am איך זעה ווי זייער אסאך שרייבער זענען זייער אנגעווייטאגט, הלמאי וואס איז די משפחה שולדיג?

ווען מען קריגט זיך וועלן אסאך אומשולדיגע ליידן. דאס איז ביי יעדע מחלוקה און יעדע מלחמה. טאף לאק. ביי א גט איז אויך אזוי. אין אמת'ן, ווען א משפחה האט אויפגעצויגן א אינגערמאן וואס וויל נישט געבן קיין גט און די משפחה האט נישט קיין אינפלוענס אויף אים לטב ולמוטב זענען זיי אין אמת'ן יא עפעס שולדיג. אין מיין אפיניען טאר מען נישט אפהאלטן קיין גט אפילו פאר וויזיטעישן, דאס העלפט נישט פאר קיינעם און זיכער נישט פאר די קינדער וועם די טאטע וויל אזוי שטארק וויזיטן. עס איז זייער ווייטאגליך צו זיין דערווייטערט פון די קינדער און מיט דעם אלעם האלט איך נאך אלץ אז מען טאר נישט אפהאלטן א גט.

דער אמת איז אז זייט מען האט טאקע אנגעהויבן צו טעראריזירן די אומשולדיגע מענטשן ארום האבן זיך אסאך גיטין געריקט פאראויס, זעהט אויס אז עפעס העלפט עס. זעהט אויס אז די אומשולדיגע, וואס זענען אסאך מאל באמת אומשולדיג, קענען יא עפעס אויפטוהן. מען דארף נישט זיין שולדיג צו אויפטוהן. מען דארף טוהן צו אויפטוהן און אסאך מאל דארף מען נאר אויפוועקן די מענטשן וואס קענען טוהן אז זיי זאלן טאקע טוהן.
קוק דא וואס ער ברענט אז די סטייפלער ז"ל האט געהאלטן אז די משפחה איז שולדיג
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p4887879
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך היימלינד »

אויפריכטיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:21 am מעניין לעניין קען זיין מקומו פונעם הערה איז נישט אין דעם אשכול אבער אזוי ווי כ’קען סייווי נישט עפענען אן אייגענעם אשכול שרייב איך דא (אין א זייטיגע נאטוץ טוה איך זיך אליינס גראטולירן פארן שרייבן מיין ערשטע ערנסטן הערה אויפ’ן פלאטפארמע.. :lol: )

כ’קען פערזענליך א היימישע עגונה וואס האט אין די פארגאנגענע פאר וואכן באקומען איהר לאנג-ערווארטעטע גט נאך צוויי גאר פיינפולע יארן פון סירוב. ומעשה שהי’ כך הי’:

די פרוי האט חתונה געהאט מיט אן אויסגערופענע עילוי וואס מ’איז געוואר געווארן נאכן חתונה אז דער תנא קמא האט אייגענטליך געסנעפט חדשים פריער (נ.ב. די פאקטן קען איך פונדערנאנט) און נאך עטליכע יאר פון פרובירן צו זיין צוזאמען, וגם לרבות אפאר קינדער אין שטוב, האט די ווייב באשלאסן אז באו מים עד נפש און פארלאנגט א גט. אבל דא עקא אז דער מאנ’ס פאטער האט מחליט געווען אז זיין זון דארף יא בלייבן חתונה געהאט, און זייענדיג א גבר אלים ווי אויך א זון פון איינע פון די באקאנטע רבנים אין נ"י האט ער נישט צוגעלאזט זיין זון זאל גיבן צוועלף שורות.

נאכן זיך אפמוטשענען אפאר יאר און פארלאזענדיג זיך אויף די טובות פון עסקנים, האט די ווייבל באשלאסן אליינס צו נעמען די לייצעס אין איהר האנט. אין איין שיינעם טאג נאכן ערהאלטן אינפארמאציע אז דער אבי הבעל איז אוועקגעפארן פאר אפאר טאג האט זי געשפיהרט אז ס’איז א שעת הכושר, און זי איז אראפגעפארן צום מאן און זיך מיט איהם פרעזענליך געטראפן און געוויינט בתחנונים ער זאל מתיר זיין די קשרי עגונה... ווי אויך האט זי גע’אפערט א שיינע פאר אלפים לא יחרץ געלט כמנהג זמנינו בבתולות ישראל. און וואונדער איבער וואונדער, פון דארט איז מען געפארן צום בי"ד, און ביז אפאר שעה איז זי געווען א מגורשת!

דער מאנ'ס פאטער חושד זייענדיג אז עפעס קאכט זיך האט ער פאר'קורצערט זיין וואקאציע און תיכף גענומען א פליגער אהיים, אבער ס'שוין געווען לאחר המעשה..

וואס כ'וויל ארויס ברענגען מיט דעם עפיזאד איז אז כמדומני אין אונזערע קרייזן ביי יעדער צוטיילונג (אפי’ די רואיגע און לא"ד די היצערע) אנשטאט וואס מ’זאל נעמען די דרך הישר'דיגע מהלך וואס די פרוי אליינס רעדט זיך דורך מיט'ן מאן איבער די צוקונפטיגע פלענער.. וואס ווי נישט ווי איז ער געווען איהר לעבנ'ס שותף די פארגאנגענע יארן און ס'רוב מאל וואס זיי ביידע זוכן צו לעבן ווייטער בשלום און אודאי זוכן זיי ביידע די טובה פון די קינדער וואס דאן איז די סוקסעס ראטע אז די גט פראצעדור זאל דורך גיין על מי מנוחות סאך גרעסער. אנשטאט דעם מאכט מען א גאנצע הו-הא מיט עסקנים רבנים וכדו’ און עס ווערט געהאנדעלט קאמערציעל דורך טוענים פארמיטלער וכו', און פארשטייט זיך אז דאס ברענגט מיט זיך תביעות, צדדים און טענות לכאן ולכאן.

מוכיח צו זיין הנ"ל האט מיר א גרויסע דיין בעייני גיטין געזאגט אז ביי די מער מאדערנע קרייזן מאכט זיך סאך ווייניגער די אויבנדערמאנטע סירובים און בעיקר געשעהט עס ביי די חסידישע אדער היימיש-ליטווישע קרייזן און די סיבה לכאורה איז כנ"ל ווייל ביינאונז איינמאל מ’צעטיילט זיך איז מען זיך אינגאנצן מתרחק פונעם ספאוס און עס טרעטן אריין במקומם די גרויסע פארשטייערס און עסקנים ודו"ק.

כ’מיין כ’האב א פוינט.. נישט אזוי?
א קלוגע פרוי

100% גענאגעלט ווען עלטערען מיט זייערע איגאוס מישען זיך נישט אריין קען מען עס ארלעדיגען אסאך גרינגער, און אין אנדערע פעלער אויך ראטעווען די שלום בית...

לגבי די סברא פון די קרייזען איז דיין הסבר לאו דווקא לענ"ד, ס'איז מער ווייל ביי אונז איז עס [געווען] ווייניגער קאמען וועגען דעם איז דא מער ווייטאג וחוזר חלילה, און בכלל די אופן וויאזוי די צוטיילונג גייט צו בפרט ווען עס איז דא קינדער, ווערט געמאכט אויף אן אופן וואס האט אלע סיבות צו מעורר זיין בייז בלוט
איך בין עס נישט מצדיק, נאר איך זאג די מציאות, פון די אנדערע זייט זענען דא אסאך וואס די פראסעס גייט צו רוהיג[ער] און נארמאל[ער], סיי ווייל ביידע ווילען תכלית און פארשטייען אלליין וויאזוי צו סעטלען אדער דורך א Divorce Coach
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימלינד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך קהל'ס נער »

ליב צו וויסן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:25 am ליינענדיג די תגובות זעהט מען מערערע סארט מיינונגען ממש מקצה אל הקצה אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיר לעבן אויף אנדערע וועלטן.

די פארשידענע מיינונגען לכאן ולכאן ברענגט ארויף בייז בלוט ביי געוויסע וואס פארשטייען נישט וויאזוי ס'איז מעגליך אז די אנדערע זאלן זיין אזוי גלייכגילטיג/פארבאקסד/שלעכט וכו וכו

איך האלט אז א דעבאטע פירט זיך בעסער ווען מען פארשטייט פון וואו דער אנדערער קומט, סאוי צו פארשטיין אביסל בעסער די פארשידענע מיינונגען אין די נושא וואלט געווען כדאי צו באהאנדלען דעם ענין מער יסודות'דיג.

ס'איז פאראן דא "2 באזונדערע" נושאים.

1. מאכט זיך ליידער פעלער ווי געוויסע יחידים טוהן בעוולה'ן אנדערע "על לא עוול", נאר פשוט וויבאלד זיי קענען.
איידעלע מענטשן וואס זעהן דאס צו, גייען ממש ארויס פון די כלים מיטפילנדיג דעם בעוול'טן.
דאס פאסירט נישט נאר ביי גיטין, נאר ליידער פאסירט עס גאנץ אפט אויף מערערע געלעגנהייטן (קהילות, משפחה מחלוקת וכו וכו).

2. ווען ס'קומט צו עניני גיטין, האט "אונזער סיסטעם" א באזונדערע אישו, און דאס איז אז די Playing field איז נישט Leveled, נאר ס'איז שטארק גענויגט לצד דעם מאן (אז "ער קען" צוריקהאלטן א גט, בשעת וואס "זי קען נישט" צוליב היתר מאה).

אלס די ערשטע נקודה (איינער בעוולה'ט צווייטן), וואלט יעדער לכאורה מסכים געווען אז:

1. פאר פרעמדע מישן זיך אריין, דארף מען האבן קלארע פרוף און וואוסענשאפט אז איינער ווערט טאקע געפייניגט על לא עוול, אבער טאמער איז דאס אן אלטע פרשה אין וואס צד א האט גאר מיעוס אפגעטוהן צד ב אין דער פארגאנגענהייט, איז גאנץ פארשטענדליך ווען צד ב נעמט נקמה...

2. ס'איז גאנץ זיכער אז רובא דרובא פון די מענטשן וואס זענען פארנומען צו קאכן אין די איצטיגע מעשה ווייסן גאר ווייניג וואס דא קומט באמת פאר.

ווען ס'קומט אבער צום צווייטן פראבלעם (די Uneven playing field) ווערן זאכן מער בלאטעדיג.

די Uneven playing field אין אונזער סיסטעם בנוגע גיטין איז גורם אז אפילו מענטשן וואס האבן א גאנץ קנאפער ידיעה איז וואס ס'קומט דא ספעציפיש פאר, וועלן אבער נאכאלס ארויסקומען שריין פשוט וויבאלד זיי זענען שוין אויפגערעגט אויף די "סיסטעם" לכתחילה.

זיי האבן אן אלטער ווייטאג, הלמאי פרויען האבן ווייניגער רעכטן ווי מענער????!!!

די מענטשן מיט די ווייטאג וועלן ע"פ רוב זיין די וואס וועלן שפרינגען ביי יעדע עגונה-מעשה אפילו נאך פאר זיי האבן געהערט די דעטאלן.

וויבאלד ביי זיי איז די עצם געדאנק אז פרויען האבן א קלענערע רעכט, אן אפגעפרעגטע זאך.
סאוי יעדעס מאל אזא פרשה ערוועקט זיך און ס'דערמאנט זיי די סעקסיזם אין אונזער סיסטעם, ווערן זיי צושפילט.

פאר זיי איז ווידער דא 2 נקודות צו נעמען אין באטראכט:

1. "אונזער סעקסיסט סיסטעם" קומט דירעקט פון די שיטת און מהלך התורה.
פון תורה שבכתב איז קלאר אז א מאן האט די אויבערהאנט איבער א פרוי, אנגעהויבן מיט והוא ימשול בך און גענדיגט ביי Polygamy...

2. לפי השמועה איז אין די אלגעמיינער גאס די מצב פונקט פארקערט, און דארט איז אויך די Playing field ביי גיטין נישט גלייך, אבער דארט איז עס גענויגט פארקערט, און איז פיל מער לטובת די פרויען זייט.

נעמענדיג אין באטראכט דיזע נקודות, לאמיר זעהן וויאזוי ס'פארמירט די פארשידענע עקסטרעמע רעאקציעס צו אונזער פרשה.

-די וואס זענען גאר באהאוונט אין די ספעציפישער פרשה און אירע דעטאלן, און זיי האלטן אז איין זייט בעוולה'ט דעם צווייטן "נאר וויבאלד זיי קענען", וועלן ווי פארשטענדליך שפרינגען פון זייער הויט, הלמאי א שטארקער זאל קענען אונטערדריקן דעם שוואכן?!

ס'איז אבער גאנץ קלאר אז די מאיאריטעט פונעם ציבור זענען נישט אריינגערעכנט אין די כלל.

רוב פונעם ציבור זענען נישט באקאנט אין דעטאלן פון די פרשה, און דעריבער וועט מען זעהן די פאלגענדע רעאקציעס:

-די וואס האבן אן אלטער ווייטאג אויף אונזער סעקסיסט סיסטעם, וועלן גלייך שפרינגען ווי נאר זיי וועלן הערן א פרישע פרשה וואס דערמאנט זיי פון אונזער סעקסיזם.

-די פרומערע צווישן אונז וואס גלייבן שטארק אין די אריגינאלע השקפת התורה, די וועלן דייקא נישט צושפילט ווערן, וויבאלד זיי האלטן באמת אז ס'קומט פאר א מאן מער רעכטן ווי א פרוי.

-אפילו געוויסע פון די מער אויפגעקלערטע וועלן אויך נישט צושפרינגען ווערן פון די אפענע סעקסיזם, וויבאלד זיי האלטן אז די סעקולאר סיסטעם איז דאך פונקט פארקערט און סעקסיסט קעגן מענער, במילא איז גארנישט אזוי שלעכט אז ביינונז באלאנסירן זיך זאכן (אונז גיבן מער רעכטן פאר די מענער, זייער סיסטעם גיט מער פאר פרויען).

מערערע דעבאטירער לכאן ולכאן וועלן נישט קלאר ארויסזאגן זייערע יסודות'דיגע גלויבונגען און מחשבות נאר זיי וועלן גיין רינגס און ארום, און דעבאטירן געוויסע "דעטאלן" פון פרשה וכדומה.

לסיום:

די טענה אז אין דער אלגעמיינער גאס ווערן מענער אפט מאל בעוולה'ט אין קאורט, איז עפעס וואס מען הערט גאנץ אפט, און האט Anecdotal evidence, אבער איך בין נישט באקאנט צו דאס איז באמת אזוי בכלליות.
אדרבה די מיט מער באקאנטשאפט, ביטע מאכט מיר קלוגער.
די רבנן בימי הגמ׳ האבן שוין אויכט איינגעזעהן אז לאזן א מאן רייטן אויף א פרוי בלויז ווייל ער קען איז רשעות, האבן זיי איינגעפירט אז מכין אותו עד שיאמר רוצה אני, מילא צי זאגן אז תורה׳דיג איז די מאן גערעכט בכל מיקרי איז פשוט נישט אמת, וועגען דעם היינטיגע צייטן וואס מען קען שוין נישט אנהאקן די ביינער פאר א מסרב גט פירט מען א פרעשור קאמפיין עד שיאמר רוצה אני, אשרינו שיש לנו פלעטבוש גירל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך היימלינד »

דאס האט מען געטוען הזמן הזה אויך און א [חשובע] רב ועסקן זיצט היינט אין תפיסה צוליב דעם, ער האט געראטעוועט צענדליכער עגונות!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך קהל'ס נער »

היימלינד האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:34 am דאס האט מען געטוען הזמן הזה אויך און א [חשובע] רב ועסקן זיצט היינט אין תפיסה צוליב דעם, ער האט געראטעוועט צענדליכער עגונות!
און טאקע וועגען דעם האט מען אויפגעהערט
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך היימלינד »

דאס איז אסאך מער אפעקטיוו ווי שעימינג

בכלל מיין איך אז ווען יעדער מאכט אפ אז מען גיבט נישט קיין פעני וואלט עס געווען אסאך מער אפעקטיוו... וואס זאל מען טוען אז מענטשען זענען דעספרעט
רוב נעמען/באקומען נישט קיין היתר מאה רבנים
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך בעל דרשן »

יענקוש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 4:13 am איך ווייס נישט פארוואס אבער 8 pages אין קאווע שטיבל כמעט אלע חברי השטיבל היקרים זענען זעכער אז די מעשה איז אמת אין די נושא איז צו די טאטע איז א רשע פארן אריין לאזן אדער ער איז נישט א רשע די אינגערמאן איז זעכער א רשע בלי שום ספק ריבונו של עולם היתכן?? קען איינער דא דעי אינגערמאן פערזענליך ?
א) רוב רבנים וואס האבן גיחתמ׳ט אויף די סירובים האבן צוריק געצויגן
ב) ר געציל נעמט זיך אן פאר די אינגערמאן
ג) איינער ווייסט די מצב הנפש פון די פרוי?
ד) דאס וואס די מאמע שרייט אויפן טלפון א פרוי קען ווערן איבער גענומען פון הרגשים אין סמיינט בכלל נישט אז זי עיז מעכב
ה) די העסליכע קאמפיין ווערט אנגעפירט דורך איין אונגערמאן א פאפרומטע טעראריסט אין פארקויפט פאר רבנים האלבע מעשיות אין נאכדעים לויפט ארום מיט דעי סירובים
ו) והוא העיקר ליידער ביי אונזער עולם איז ליידער א נורמאלי זאך אז עלטערן מישען זיך אריין אין שלום בית א אונגערמאן איז נישט מחיוב צו גיבן א גט ווען זיין שווער וויל אז מזאל זיך גט׳ן בפרט ווען ער האט קינדער די רבנים דארפן אוועק נעמען די שווער אין שוויגער פון קאנטראלן אין אריינברענגען א גוטע עסקן
ז) די אינגערמאן האט קיינמאל נישט באקומען קיין ויזיטעשאנס גלייך אנפאנג נאך פאר עני מחלוקה די אונגערמאן איז גרייט צו גיין צו דין תורה ער וויל קודם מזאל אים צוזאגן נורמאלי ויזיטעשאנס
פון די מעשה זיי איך ווי די פלעטבוש גורל גלייבט אלעס פון די פרוי זייט בלי שום חקירה ודרישה
די סיבה פארוואס מ'וויל אים נישט געבן ויזיטעשאנס אליין ( מיט א שומר בשעת זיי טרעפן זיך איז יעדער מסכים ) איז ווייל ער האט א געוויסע שוואכקייט פון האלטן זיין הענט ביי זיך, מילד גערעדט און קיינער וויל נישט ער זאל קאליע לייגן זיינע צוויי מיידלעך, וואס פון זיין אליין מיט זיי קען עס געשעען אין א מינוט.

דאס אז די רבנים ציען צוריק זאגט גארנישט מיט אביסל דרוק קען עס מען עס שנעל ערלעדיגן כידוע

דאס צוריקהאלטן א גט 4 יאר האט נישט קיין שום תירוץ שבעולם ! ווי אזוי גייט די לידל ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן און געשריגן הויך גיב א גט יעצט...

דאס וואס די פרוי טוט איז א גוטע זאך ( איך רעד נישט ווען מ'האט נישט פרובירט בעפאר אויף א שיינע מהלך ) דא שטייט מען 4 יאר נאכן זיך בעטן בתחנונים צו לאזן א פרוי גיין ווייטער איר לעבן.. מיט וואספארא רעכט האלטן עס די מאן קרובים צוריק ? רשעות

עס איז צום האפן אז די הפגנות - זונטאג ווערט געפלאנט א גרויסע הפגנה קעגן די מעכב הגט אין קרית יואל - גייט ברענגן די ריכטיגע רעזולטאטן
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך פארווע חסיד »

פין וואנעט נעמסטו דאס אז ער האָט עפּעס א שוואכקייט מיט די הענט ?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך ליב צו וויסן »

קהל'ס נער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:32 am
ליב צו וויסן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:25 am ליינענדיג די תגובות זעהט מען מערערע סארט מיינונגען ממש מקצה אל הקצה אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיר לעבן אויף אנדערע וועלטן.

די פארשידענע מיינונגען לכאן ולכאן ברענגט ארויף בייז בלוט ביי געוויסע וואס פארשטייען נישט וויאזוי ס'איז מעגליך אז די אנדערע זאלן זיין אזוי גלייכגילטיג/פארבאקסד/שלעכט וכו וכו

איך האלט אז א דעבאטע פירט זיך בעסער ווען מען פארשטייט פון וואו דער אנדערער קומט, סאוי צו פארשטיין אביסל בעסער די פארשידענע מיינונגען אין די נושא וואלט געווען כדאי צו באהאנדלען דעם ענין מער יסודות'דיג.

ס'איז פאראן דא "2 באזונדערע" נושאים.

1. מאכט זיך ליידער פעלער ווי געוויסע יחידים טוהן בעוולה'ן אנדערע "על לא עוול", נאר פשוט וויבאלד זיי קענען.
איידעלע מענטשן וואס זעהן דאס צו, גייען ממש ארויס פון די כלים מיטפילנדיג דעם בעוול'טן.
דאס פאסירט נישט נאר ביי גיטין, נאר ליידער פאסירט עס גאנץ אפט אויף מערערע געלעגנהייטן (קהילות, משפחה מחלוקת וכו וכו).

2. ווען ס'קומט צו עניני גיטין, האט "אונזער סיסטעם" א באזונדערע אישו, און דאס איז אז די Playing field איז נישט Leveled, נאר ס'איז שטארק גענויגט לצד דעם מאן (אז "ער קען" צוריקהאלטן א גט, בשעת וואס "זי קען נישט" צוליב היתר מאה).

אלס די ערשטע נקודה (איינער בעוולה'ט צווייטן), וואלט יעדער לכאורה מסכים געווען אז:

1. פאר פרעמדע מישן זיך אריין, דארף מען האבן קלארע פרוף און וואוסענשאפט אז איינער ווערט טאקע געפייניגט על לא עוול, אבער טאמער איז דאס אן אלטע פרשה אין וואס צד א האט גאר מיעוס אפגעטוהן צד ב אין דער פארגאנגענהייט, איז גאנץ פארשטענדליך ווען צד ב נעמט נקמה...

2. ס'איז גאנץ זיכער אז רובא דרובא פון די מענטשן וואס זענען פארנומען צו קאכן אין די איצטיגע מעשה ווייסן גאר ווייניג וואס דא קומט באמת פאר.

ווען ס'קומט אבער צום צווייטן פראבלעם (די Uneven playing field) ווערן זאכן מער בלאטעדיג.

די Uneven playing field אין אונזער סיסטעם בנוגע גיטין איז גורם אז אפילו מענטשן וואס האבן א גאנץ קנאפער ידיעה איז וואס ס'קומט דא ספעציפיש פאר, וועלן אבער נאכאלס ארויסקומען שריין פשוט וויבאלד זיי זענען שוין אויפגערעגט אויף די "סיסטעם" לכתחילה.

זיי האבן אן אלטער ווייטאג, הלמאי פרויען האבן ווייניגער רעכטן ווי מענער????!!!

די מענטשן מיט די ווייטאג וועלן ע"פ רוב זיין די וואס וועלן שפרינגען ביי יעדע עגונה-מעשה אפילו נאך פאר זיי האבן געהערט די דעטאלן.

וויבאלד ביי זיי איז די עצם געדאנק אז פרויען האבן א קלענערע רעכט, אן אפגעפרעגטע זאך.
סאוי יעדעס מאל אזא פרשה ערוועקט זיך און ס'דערמאנט זיי די סעקסיזם אין אונזער סיסטעם, ווערן זיי צושפילט.

פאר זיי איז ווידער דא 2 נקודות צו נעמען אין באטראכט:

1. "אונזער סעקסיסט סיסטעם" קומט דירעקט פון די שיטת און מהלך התורה.
פון תורה שבכתב איז קלאר אז א מאן האט די אויבערהאנט איבער א פרוי, אנגעהויבן מיט והוא ימשול בך און גענדיגט ביי Polygamy...

2. לפי השמועה איז אין די אלגעמיינער גאס די מצב פונקט פארקערט, און דארט איז אויך די Playing field ביי גיטין נישט גלייך, אבער דארט איז עס גענויגט פארקערט, און איז פיל מער לטובת די פרויען זייט.

נעמענדיג אין באטראכט דיזע נקודות, לאמיר זעהן וויאזוי ס'פארמירט די פארשידענע עקסטרעמע רעאקציעס צו אונזער פרשה.

-די וואס זענען גאר באהאוונט אין די ספעציפישער פרשה און אירע דעטאלן, און זיי האלטן אז איין זייט בעוולה'ט דעם צווייטן "נאר וויבאלד זיי קענען", וועלן ווי פארשטענדליך שפרינגען פון זייער הויט, הלמאי א שטארקער זאל קענען אונטערדריקן דעם שוואכן?!

ס'איז אבער גאנץ קלאר אז די מאיאריטעט פונעם ציבור זענען נישט אריינגערעכנט אין די כלל.

רוב פונעם ציבור זענען נישט באקאנט אין דעטאלן פון די פרשה, און דעריבער וועט מען זעהן די פאלגענדע רעאקציעס:

-די וואס האבן אן אלטער ווייטאג אויף אונזער סעקסיסט סיסטעם, וועלן גלייך שפרינגען ווי נאר זיי וועלן הערן א פרישע פרשה וואס דערמאנט זיי פון אונזער סעקסיזם.

-די פרומערע צווישן אונז וואס גלייבן שטארק אין די אריגינאלע השקפת התורה, די וועלן דייקא נישט צושפילט ווערן, וויבאלד זיי האלטן באמת אז ס'קומט פאר א מאן מער רעכטן ווי א פרוי.

-אפילו געוויסע פון די מער אויפגעקלערטע וועלן אויך נישט צושפרינגען ווערן פון די אפענע סעקסיזם, וויבאלד זיי האלטן אז די סעקולאר סיסטעם איז דאך פונקט פארקערט און סעקסיסט קעגן מענער, במילא איז גארנישט אזוי שלעכט אז ביינונז באלאנסירן זיך זאכן (אונז גיבן מער רעכטן פאר די מענער, זייער סיסטעם גיט מער פאר פרויען).

מערערע דעבאטירער לכאן ולכאן וועלן נישט קלאר ארויסזאגן זייערע יסודות'דיגע גלויבונגען און מחשבות נאר זיי וועלן גיין רינגס און ארום, און דעבאטירן געוויסע "דעטאלן" פון פרשה וכדומה.

לסיום:

די טענה אז אין דער אלגעמיינער גאס ווערן מענער אפט מאל בעוולה'ט אין קאורט, איז עפעס וואס מען הערט גאנץ אפט, און האט Anecdotal evidence, אבער איך בין נישט באקאנט צו דאס איז באמת אזוי בכלליות.
אדרבה די מיט מער באקאנטשאפט, ביטע מאכט מיר קלוגער.
די רבנן בימי הגמ׳ האבן שוין אויכט איינגעזעהן אז לאזן א מאן רייטן אויף א פרוי בלויז ווייל ער קען איז רשעות, האבן זיי איינגעפירט אז מכין אותו עד שיאמר רוצה אני, מילא צי זאגן אז תורה׳דיג איז די מאן גערעכט בכל מיקרי איז פשוט נישט אמת, וועגען דעם היינטיגע צייטן וואס מען קען שוין נישט אנהאקן די ביינער פאר א מסרב גט פירט מען א פרעשור קאמפיין עד שיאמר רוצה אני, אשרינו שיש לנו פלעטבוש גירל.
איך האב נישט געשריבן אז תורה'דיג איז ער אדער דער גערעכט.
וואס כ'האב געשריבן אז די השקפת התורה איז קלאר אז א מאן האט מער רעכטן איבער א פרוי.
דאס איז איינס פון יסודות אין גאר אסאך פון די עגונה קריגערייען.

בלתי שום ספק אז מערערע דיינים און לומדים קוקן אן א פרוי אז ידה על התחתונה געבויעט אויף די השקפת החיים.
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך מתתיהו »

ליב צו וויסן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:25 am ליינענדיג די תגובות זעהט מען מערערע סארט מיינונגען ממש מקצה אל הקצה אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיר לעבן אויף אנדערע וועלטן.

די פארשידענע מיינונגען לכאן ולכאן ברענגט ארויף בייז בלוט ביי געוויסע וואס פארשטייען נישט וויאזוי ס'איז מעגליך אז די אנדערע זאלן זיין אזוי גלייכגילטיג/פארבאקסד/שלעכט וכו וכו

איך האלט אז א דעבאטע פירט זיך בעסער ווען מען פארשטייט פון וואו דער אנדערער קומט, סאוי צו פארשטיין אביסל בעסער די פארשידענע מיינונגען אין די נושא וואלט געווען כדאי צו באהאנדלען דעם ענין מער יסודות'דיג.

ס'איז פאראן דא "2 באזונדערע" נושאים.

1. מאכט זיך ליידער פעלער ווי געוויסע יחידים טוהן בעוולה'ן אנדערע "על לא עוול", נאר פשוט וויבאלד זיי קענען.
איידעלע מענטשן וואס זעהן דאס צו, גייען ממש ארויס פון די כלים מיטפילנדיג דעם בעוול'טן.
דאס פאסירט נישט נאר ביי גיטין, נאר ליידער פאסירט עס גאנץ אפט אויף מערערע געלעגנהייטן (קהילות, משפחה מחלוקת וכו וכו).

2. ווען ס'קומט צו עניני גיטין, האט "אונזער סיסטעם" א באזונדערע אישו, און דאס איז אז די Playing field איז נישט Leveled, נאר ס'איז שטארק גענויגט לצד דעם מאן (אז "ער קען" צוריקהאלטן א גט, בשעת וואס "זי קען נישט" צוליב היתר מאה).

אלס די ערשטע נקודה (איינער בעוולה'ט צווייטן), וואלט יעדער לכאורה מסכים געווען אז:

1. פאר פרעמדע מישן זיך אריין, דארף מען האבן קלארע פרוף און וואוסענשאפט אז איינער ווערט טאקע געפייניגט על לא עוול, אבער טאמער איז דאס אן אלטע פרשה אין וואס צד א האט גאר מיעוס אפגעטוהן צד ב אין דער פארגאנגענהייט, איז גאנץ פארשטענדליך ווען צד ב נעמט נקמה...

2. ס'איז גאנץ זיכער אז רובא דרובא פון די מענטשן וואס זענען פארנומען צו קאכן אין די איצטיגע מעשה ווייסן גאר ווייניג וואס דא קומט באמת פאר.

ווען ס'קומט אבער צום צווייטן פראבלעם (די Uneven playing field) ווערן זאכן מער בלאטעדיג.

די Uneven playing field אין אונזער סיסטעם בנוגע גיטין איז גורם אז אפילו מענטשן וואס האבן א גאנץ קנאפער ידיעה איז וואס ס'קומט דא ספעציפיש פאר, וועלן אבער נאכאלס ארויסקומען שריין פשוט וויבאלד זיי זענען שוין אויפגערעגט אויף די "סיסטעם" לכתחילה.

זיי האבן אן אלטער ווייטאג, הלמאי פרויען האבן ווייניגער רעכטן ווי מענער????!!!

די מענטשן מיט די ווייטאג וועלן ע"פ רוב זיין די וואס וועלן שפרינגען ביי יעדע עגונה-מעשה אפילו נאך פאר זיי האבן געהערט די דעטאלן.

וויבאלד ביי זיי איז די עצם געדאנק אז פרויען האבן א קלענערע רעכט, אן אפגעפרעגטע זאך.
סאוי יעדעס מאל אזא פרשה ערוועקט זיך און ס'דערמאנט זיי די סעקסיזם אין אונזער סיסטעם, ווערן זיי צושפילט.

פאר זיי איז ווידער דא 2 נקודות צו נעמען אין באטראכט:

1. "אונזער סעקסיסט סיסטעם" קומט דירעקט פון די שיטת און מהלך התורה.
פון תורה שבכתב איז קלאר אז א מאן האט די אויבערהאנט איבער א פרוי, אנגעהויבן מיט והוא ימשול בך און גענדיגט ביי Polygamy...

2. לפי השמועה איז אין די אלגעמיינער גאס די מצב פונקט פארקערט, און דארט איז אויך די Playing field ביי גיטין נישט גלייך, אבער דארט איז עס גענויגט פארקערט, און איז פיל מער לטובת די פרויען זייט.

נעמענדיג אין באטראכט דיזע נקודות, לאמיר זעהן וויאזוי ס'פארמירט די פארשידענע עקסטרעמע רעאקציעס צו אונזער פרשה.

-די וואס זענען גאר באהאוונט אין די ספעציפישער פרשה און אירע דעטאלן, און זיי האלטן אז איין זייט בעוולה'ט דעם צווייטן "נאר וויבאלד זיי קענען", וועלן ווי פארשטענדליך שפרינגען פון זייער הויט, הלמאי א שטארקער זאל קענען אונטערדריקן דעם שוואכן?!

ס'איז אבער גאנץ קלאר אז די מאיאריטעט פונעם ציבור זענען נישט אריינגערעכנט אין די כלל.

רוב פונעם ציבור זענען נישט באקאנט אין דעטאלן פון די פרשה, און דעריבער וועט מען זעהן די פאלגענדע רעאקציעס:

-די וואס האבן אן אלטער ווייטאג אויף אונזער סעקסיסט סיסטעם, וועלן גלייך שפרינגען ווי נאר זיי וועלן הערן א פרישע פרשה וואס דערמאנט זיי פון אונזער סעקסיזם.

-די פרומערע צווישן אונז וואס גלייבן שטארק אין די אריגינאלע השקפת התורה, די וועלן דייקא נישט צושפילט ווערן, וויבאלד זיי האלטן באמת אז ס'קומט פאר א מאן מער רעכטן ווי א פרוי.

-אפילו געוויסע פון די מער אויפגעקלערטע וועלן אויך נישט צושפרינגען ווערן פון די אפענע סעקסיזם, וויבאלד זיי האלטן אז די סעקולאר סיסטעם איז דאך פונקט פארקערט און סעקסיסט קעגן מענער, במילא איז גארנישט אזוי שלעכט אז ביינונז באלאנסירן זיך זאכן (אונז גיבן מער רעכטן פאר די מענער, זייער סיסטעם גיט מער פאר פרויען).

מערערע דעבאטירער לכאן ולכאן וועלן נישט קלאר ארויסזאגן זייערע יסודות'דיגע גלויבונגען און מחשבות נאר זיי וועלן גיין רינגס און ארום, און דעבאטירן געוויסע "דעטאלן" פון פרשה וכדומה.

לסיום:

די טענה אז אין דער אלגעמיינער גאס ווערן מענער אפט מאל בעוולה'ט אין קאורט, איז עפעס וואס מען הערט גאנץ אפט, און האט Anecdotal evidence, אבער איך בין נישט באקאנט צו דאס איז באמת אזוי בכלליות.
אדרבה די מיט מער באקאנטשאפט, ביטע מאכט מיר קלוגער.
WOW אזוי קלאר גענאגעלט די גאנצע דעבאטע!!
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך yatzmachp »

קהל'ס נער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:17 am
yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:47 am איך זעה ווי זייער אסאך שרייבער זענען זייער אנגעווייטאגט, הלמאי וואס איז די משפחה שולדיג?

ווען מען קריגט זיך וועלן אסאך אומשולדיגע ליידן. דאס איז ביי יעדע מחלוקה און יעדע מלחמה. טאף לאק. ביי א גט איז אויך אזוי. אין אמת'ן, ווען א משפחה האט אויפגעצויגן א אינגערמאן וואס וויל נישט געבן קיין גט און די משפחה האט נישט קיין אינפלוענס אויף אים לטב ולמוטב זענען זיי אין אמת'ן יא עפעס שולדיג. אין מיין אפיניען טאר מען נישט אפהאלטן קיין גט אפילו פאר וויזיטעישן, דאס העלפט נישט פאר קיינעם און זיכער נישט פאר די קינדער וועם די טאטע וויל אזוי שטארק וויזיטן. עס איז זייער ווייטאגליך צו זיין דערווייטערט פון די קינדער און מיט דעם אלעם האלט איך נאך אלץ אז מען טאר נישט אפהאלטן א גט.

דער אמת איז אז זייט מען האט טאקע אנגעהויבן צו טעראריזירן די אומשולדיגע מענטשן ארום האבן זיך אסאך גיטין געריקט פאראויס, זעהט אויס אז עפעס העלפט עס. זעהט אויס אז די אומשולדיגע, וואס זענען אסאך מאל באמת אומשולדיג, קענען יא עפעס אויפטוהן. מען דארף נישט זיין שולדיג צו אויפטוהן. מען דארף טוהן צו אויפטוהן און אסאך מאל דארף מען נאר אויפוועקן די מענטשן וואס קענען טוהן אז זיי זאלן טאקע טוהן.
פארוואס איז וויזיטעישען נישט קיין סיבה צוריקציהאלטן א גט?
די לאזט מיך נישט זעהן מיינע קינדער? באקומסטו נישט קיין גט, עין תחת עין!
דו זאגסט זייער זייער גוט, עין תחת עין. די שאלה איז נאר וואס פארא פשט דו ווילסט ניצן, די תורה'דיגע אדער די קוראנישע. די תורה'דיגע וועג זאגט אז וויבאלד די ציל פונעם עין תחת עין איז אויפצוטאן און נישט אפצוטאן מיינט עס אז מען דארף באצאלן געלט, אזוי ווערט דער געשעדיגטער צוריק געשטעלט ווי פיל מעגלעך און דער וואס דארף באצאלן בלייבט מיט די מעגלעכקייט צו באצאלן.

משא"כ די קוראנישע פשט איז אפצוטאן, נקמה נעמען, האקט מען דעם מזיק אויס די אויגן, יעצט בלייבן סיי דער מזיק און סיי דער ניזוק קאליקעס. דער ניזוק קען זיך גרויסן אז ער האט א גוטע נקמה, אבער ווען עס קומט צו באצאלן זיינע בילס בלייבט ער דער זעלבער קאליקער. ער קען זיך ארויס לאזן צוזאמען מיטן מזיק מיטן טארבע, אבער זיי קענען זיך אפילו נישט העלפן איינער דעם אנדערן ווייל פאר ביידע פעלן די זעלבע אויג, די רעכטע אדער די לינקע אדער ביידע אויגן.

די זעלבע איז מיט א גט און מיט קינדער. די קריגעריי העלפט אז ביידע האבן נישט חתונה, ביידע לעבן א מיזרעבל לעבן (חוץ דער וואס האט הנאה פון נקמה) די קינדער וואקסן אויף קאליקעס און צום סוף האבן די קינדער פיינט דעם טאטן ווייל זיי באשולדיגן דעם טאטן אין זיי באראבעווען פון א נארמאלער לעבן. משא"כ רובא דרובא פון די אלע טאטעס אדער מאמעס וואס האבן אויפגעגעבן זייערע רעכטן נאר אז מען זאל קענען פארן ווייטער, און עס איז זייער ווייטאגלעך פאר די עלטערן דעס צו טוהן, אבער סוף כל סוף זענען די קינדער אויפגעוואקסן און צוריק געגאנגען צו די טאטע/מאמע. אוודאי זענען דא פעלער ווי נישט אבער אין די פעלער וואלט גארנישט געווען בעסער מיט אפהאלטן א גט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך berlbalaguleh »

יצמח פ.:נישט אייביג קען געלט קאמפענסעיטן פאר א שאדן וואס איין צד מאכט פאר'ן צווייטן שלא ביושר.

למשל ווען די פרוי האלט צוריק די וויזיטעישן רעכטן פון איהר (געוועזענעם) מאן. ווען ס'איז נישט דא א סיבה פאר די סעיפטי פון די קינדער. דאס קענמען נישט באצאלן מיט געלט. דאמאלס האט דער מאן א רעכט אפצוהאלטן דעם גט. ביז זי בייגט זיך און ערלויבט א זאך וואס קומט איהם.

דאס רישעות פון איינעם פון די צדדים, קען צומאל דערגרייכן זייער הויכע שטאפלען.

איך האב געהאט א חבר וועלכער איז געווען געג'ט. און ער האט געהאט א קינד פון די ערשטע ווייב. ער האט אויך געהאט וויזיטינג רעכטן באשטעטיגט דורכ'ן קאורט. זיין געוועזענע ווייב און איהר משפחה האבן מיט אלע כוחות געוואלט אוועקנעמען די רעכטן פון איהם.

איינס פן זייערע טריקס איז געווען אז מ'וועט איהם נישט צו לאזן זעהן דאס קינד. נאכדעים וועלן זיי גיין אין קאורט אויפווייזן אז דער טאטע האט "עבענדאנ'ד" זיין קינד. און ער וועט פארלירן די רעכט צו גיין וויזיטן. האט ער מיר געבעטן א טובה אז איך זאל זיין עדות ווען ער גייט באזוכן זיין קינד. און זיי לאזן איהם נישט אריינגיין. ווען זיי האבן מיר געזעהן (אלס עדות) האבן זיי אנגעהויבן מיר צו סטראשען. איך האב אפילו נישט געקענט יענע משפחה.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:50 pm יצמח פ.:נישט אייביג קען געלט קאמפענסעיטן פאר א שאדן וואס איין צד מאכט פאר'ן צווייטן שלא ביושר.

למשל ווען די פרוי האלט צוריק די וויזיטעישן רעכטן פון איהר (געוועזענעם) מאן. ווען ס'איז נישט דא א סיבה פאר די סעיפטי פון די קינדער. דאס קענמען נישט באצאלן מיט געלט. דאמאלס האט דער מאן א רעכט אפצוהאלטן דעם גט. ביז זי בייגט זיך און ערלויבט א זאך וואס קומט איהם.

דאס רישעות פון איינעם פון די צדדים, קען צומאל דערגרייכן זייער הויכע שטאפלען.

איך האב געהאט א חבר וועלכער איז געווען געג'ט. און ער האט געהאט א קינד פון די ערשטע ווייב. ער האט אויך געהאט וויזיטינג רעכטן באשטעטיגט דורכ'ן קאורט. זיין געוועזענע ווייב און איהר משפחה האבן מיט אלע כוחות געוואלט אוועקנעמען די רעכטן פון איהם.

איינס פן זייערע טריקס איז געווען אז מ'וועט איהם נישט צו לאזן זעהן דאס קינד. נאכדעים וועלן זיי גיין אין קאורט אויפווייזן אז דער טאטע האט "עבענדאנ'ד" זיין קינד. און ער וועט פארלירן די רעכט צו גיין וויזיטן. האט ער מיר געבעטן א טובה אז איך זאל זיין עדות ווען ער גייט באזוכן זיין קינד. און זיי לאזן איהם נישט אריינגיין. ווען זיי האבן מיר געזעהן (אלס עדות) האבן זיי אנגעהויבן מיר צו סטראשען. איך האב אפילו נישט געקענט יענע משפחה.
אויב א פרוי האלט צוריק וויזיטעישאנס בין איך מסכים אז דער מאן דארף נישט געבן א גט.

אבער געווענטליך איז דאס נישט דער קעיס. ווייל דאן גיבט נישט א בית דין א סירוב, אדרבה, דער מאן חלש'ט צו גיין אין בית דין און פאדערן זיינע רעכטן!

און אויף גאראנטיעס איז דא פארשידענע אויפאנים דאס צו גאראנטירן.

געווענטליך אויך ווען מ'רעד פון עגונות רעד מען פון יארן שפעטער וואס די וויזיטעישאן אישו איז שוין נישט אזוי ברענענדיג
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך קהל'ס נער »

yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:08 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:17 am
yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:47 am איך זעה ווי זייער אסאך שרייבער זענען זייער אנגעווייטאגט, הלמאי וואס איז די משפחה שולדיג?

ווען מען קריגט זיך וועלן אסאך אומשולדיגע ליידן. דאס איז ביי יעדע מחלוקה און יעדע מלחמה. טאף לאק. ביי א גט איז אויך אזוי. אין אמת'ן, ווען א משפחה האט אויפגעצויגן א אינגערמאן וואס וויל נישט געבן קיין גט און די משפחה האט נישט קיין אינפלוענס אויף אים לטב ולמוטב זענען זיי אין אמת'ן יא עפעס שולדיג. אין מיין אפיניען טאר מען נישט אפהאלטן קיין גט אפילו פאר וויזיטעישן, דאס העלפט נישט פאר קיינעם און זיכער נישט פאר די קינדער וועם די טאטע וויל אזוי שטארק וויזיטן. עס איז זייער ווייטאגליך צו זיין דערווייטערט פון די קינדער און מיט דעם אלעם האלט איך נאך אלץ אז מען טאר נישט אפהאלטן א גט.

דער אמת איז אז זייט מען האט טאקע אנגעהויבן צו טעראריזירן די אומשולדיגע מענטשן ארום האבן זיך אסאך גיטין געריקט פאראויס, זעהט אויס אז עפעס העלפט עס. זעהט אויס אז די אומשולדיגע, וואס זענען אסאך מאל באמת אומשולדיג, קענען יא עפעס אויפטוהן. מען דארף נישט זיין שולדיג צו אויפטוהן. מען דארף טוהן צו אויפטוהן און אסאך מאל דארף מען נאר אויפוועקן די מענטשן וואס קענען טוהן אז זיי זאלן טאקע טוהן.
פארוואס איז וויזיטעישען נישט קיין סיבה צוריקציהאלטן א גט?
די לאזט מיך נישט זעהן מיינע קינדער? באקומסטו נישט קיין גט, עין תחת עין!
דו זאגסט זייער זייער גוט, עין תחת עין. די שאלה איז נאר וואס פארא פשט דו ווילסט ניצן, די תורה'דיגע אדער די קוראנישע. די תורה'דיגע וועג זאגט אז וויבאלד די ציל פונעם עין תחת עין איז אויפצוטאן און נישט אפצוטאן מיינט עס אז מען דארף באצאלן געלט, אזוי ווערט דער געשעדיגטער צוריק געשטעלט ווי פיל מעגלעך און דער וואס דארף באצאלן בלייבט מיט די מעגלעכקייט צו באצאלן.

משא"כ די קוראנישע פשט איז אפצוטאן, נקמה נעמען, האקט מען דעם מזיק אויס די אויגן, יעצט בלייבן סיי דער מזיק און סיי דער ניזוק קאליקעס. דער ניזוק קען זיך גרויסן אז ער האט א גוטע נקמה, אבער ווען עס קומט צו באצאלן זיינע בילס בלייבט ער דער זעלבער קאליקער. ער קען זיך ארויס לאזן צוזאמען מיטן מזיק מיטן טארבע, אבער זיי קענען זיך אפילו נישט העלפן איינער דעם אנדערן ווייל פאר ביידע פעלן די זעלבע אויג, די רעכטע אדער די לינקע אדער ביידע אויגן.

די זעלבע איז מיט א גט און מיט קינדער. די קריגעריי העלפט אז ביידע האבן נישט חתונה, ביידע לעבן א מיזרעבל לעבן (חוץ דער וואס האט הנאה פון נקמה) די קינדער וואקסן אויף קאליקעס און צום סוף האבן די קינדער פיינט דעם טאטן ווייל זיי באשולדיגן דעם טאטן אין זיי באראבעווען פון א נארמאלער לעבן. משא"כ רובא דרובא פון די אלע טאטעס אדער מאמעס וואס האבן אויפגעגעבן זייערע רעכטן נאר אז מען זאל קענען פארן ווייטער, און עס איז זייער ווייטאגלעך פאר די עלטערן דעס צו טוהן, אבער סוף כל סוף זענען די קינדער אויפגעוואקסן און צוריק געגאנגען צו די טאטע/מאמע. אוודאי זענען דא פעלער ווי נישט אבער אין די פעלער וואלט גארנישט געווען בעסער מיט אפהאלטן א גט.
ווי קומט אריין קוראן? די לאזט מיך נישט זעהן מיינע קינדער באקומסטו נישט קיין גט, סימפל, אויב די געסט מיך א פראסק געב איך דיר צוריק א שטויס.
ווילסט א גט לאמיך זעהן מיינע קינדער, ס׳איז בידך צי באקומען א גט, און אויב האסטו מיך אזוי פיינט אז די לאזט מיך נישט זעהן מיינע קינדער זאלסטו טאקע בלייבן אן עגונה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
יענקוש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:32 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך יענקוש »

בעל דרשן האט געשריבן: די סיבה פארוואס מ'וויל אים נישט געבן וויזיטעשאנס אליין (מיט א שומר בשעת זיי טרעפן זיך איז יעדער מסכים) איז ווייל ער האט א געוויסע שוואכקייט פון האלטן זיין הענט ביי זיך, מילד גערעדט, און קיינער וויל נישט ער זאל קאליע לייגן זיינע צוויי מיידלעך, וואס פון זיין אליין מיט זיי קען עס געשען אין א מינוט.

דאס אז די רבנים ציען צוריק זאגט גארנישט, מיט אביסל דרוק קען עס מען עס שנעל ערלעדיגן כידוע.

דאס צוריקהאלטן א גט 4 יאר האט נישט קיין שום תירוץ שבעולם! ווי אזוי גייט די לידל, ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן און געשריגן הויך גיב א גט יעצט...

דאס וואס די פרוי טוט איז א גוטע זאך (איך רעד נישט ווען מ'האט נישט פרובירט בעפאר אויף א שיינע מהלך), דא שטייט מען 4 יאר נאכן זיך בעטן בתחנונים צו לאזן א פרוי גיין ווייטער איר לעבן.. מיט וואספארא רעכט האלטן עס די מאן קרובים צוריק? רשעות!

שקר וכזב! דער אינגערמאן האט נישט קיין שום שלעכטע רעקארד פון נישט האלטן די הענט ביי זיך, ס'איז א חלק פון די משפחה'ס רשעות און אכזרית פון פארגיסן בלוט אויפצוטראכטן די מעשה! בשעת זיי האבן געוואוינט צוזאמען איז קיינמאל נישט געווען עני חשש אז ער קען צוגרינד לייגן זיינע קינדער!
ס'איז ליידער נישט קיין נייע מהלך אז ווען ס'דא שלום בית אישוס, בפרט ווען די שווער שוויגער מישן זיך, אז מ'מאכט די מאן א *** עדיקט, מ'טרעפט שוין א מעשה אז ער האט איינמאל געטון ביום..
איי די שווער האט שוין אויך געטון אמאל אזא זאך? אבער די שווער איז א שיינע יוד, ער מעג,
דער איידעם, וואס זיין בלוט איז הפקר, מעג מען באשמוצן און שופך דם זיין זיין בלוט, און שרייען ער איז א בעל עבירה וכו' וכו'

ס'איז די פרוי משפחה פראבלעם אז זי האט נישט קיין גט, אז זי וויל א גט קען זי מסדר זיין נארמאלע וויזיטעשאנס כנהוג בכל בית ישראל, אז זי וויל בעסער באקומען א גט דורכ'ן צאפן די מאן'ס בלוט און ווייזן ניצחון זאל זי בלייבן א עגונה ותשב ותלבין את ראשה. ס'איז בידים שלה צו באקומען א גט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יענקוש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
יענקוש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:32 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך יענקוש »

בעל דרשן האט געשריבן: דאס אז די רבנים ציען צוריק זאגט גארנישט, מיט אביסל דרוק קען עס מען עס שנעל ערלעדיגן, כידוע

ווי קומט אריין דרוק אויף די דיינים
די דיינים שרייבן קלאר אז די כתב סירוב האט נישט קיין תוקף ווייל די אינגערמאן איז גרייט צו קומען דן זיין אין בית דין און די משפחה האט גע'חתמ'עט בוררות.
פארשפארט