ליב צו וויסן האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:25 am
ליינענדיג די תגובות זעהט מען מערערע סארט מיינונגען ממש מקצה אל הקצה אזש ס'קען זיך דאכטן אז מיר לעבן אויף אנדערע וועלטן.
די פארשידענע מיינונגען לכאן ולכאן ברענגט ארויף בייז בלוט ביי געוויסע וואס פארשטייען נישט וויאזוי ס'איז מעגליך אז די אנדערע זאלן זיין אזוי גלייכגילטיג/פארבאקסד/שלעכט וכו וכו
איך האלט אז א דעבאטע פירט זיך בעסער ווען מען פארשטייט פון וואו דער אנדערער קומט, סאוי צו פארשטיין אביסל בעסער די פארשידענע מיינונגען אין די נושא וואלט געווען כדאי צו באהאנדלען דעם ענין מער יסודות'דיג.
ס'איז פאראן דא "2 באזונדערע" נושאים.
1. מאכט זיך ליידער פעלער ווי געוויסע יחידים טוהן בעוולה'ן אנדערע "על לא עוול", נאר פשוט וויבאלד זיי קענען.
איידעלע מענטשן וואס זעהן דאס צו, גייען ממש ארויס פון די כלים מיטפילנדיג דעם בעוול'טן.
דאס פאסירט נישט נאר ביי גיטין, נאר ליידער פאסירט עס גאנץ אפט אויף מערערע געלעגנהייטן (קהילות, משפחה מחלוקת וכו וכו).
2. ווען ס'קומט צו עניני גיטין, האט "אונזער סיסטעם" א באזונדערע אישו, און דאס איז אז די Playing field איז נישט Leveled, נאר ס'איז שטארק גענויגט לצד דעם מאן (אז "ער קען" צוריקהאלטן א גט, בשעת וואס "זי קען נישט" צוליב היתר מאה).
אלס די ערשטע נקודה (איינער בעוולה'ט צווייטן), וואלט יעדער לכאורה מסכים געווען אז:
1. פאר פרעמדע מישן זיך אריין, דארף מען האבן קלארע פרוף און וואוסענשאפט אז איינער ווערט טאקע געפייניגט על לא עוול, אבער טאמער איז דאס אן אלטע פרשה אין וואס צד א האט גאר מיעוס אפגעטוהן צד ב אין דער פארגאנגענהייט, איז גאנץ פארשטענדליך ווען צד ב נעמט נקמה...
2. ס'איז גאנץ זיכער אז רובא דרובא פון די מענטשן וואס זענען פארנומען צו קאכן אין די איצטיגע מעשה ווייסן גאר ווייניג וואס דא קומט באמת פאר.
ווען ס'קומט אבער צום צווייטן פראבלעם (די Uneven playing field) ווערן זאכן מער בלאטעדיג.
די Uneven playing field אין אונזער סיסטעם בנוגע גיטין איז גורם אז אפילו מענטשן וואס האבן א גאנץ קנאפער ידיעה איז וואס ס'קומט דא ספעציפיש פאר, וועלן אבער נאכאלס ארויסקומען שריין פשוט וויבאלד זיי זענען שוין אויפגערעגט אויף די "סיסטעם" לכתחילה.
זיי האבן אן אלטער ווייטאג, הלמאי פרויען האבן ווייניגער רעכטן ווי מענער????!!!
די מענטשן מיט די ווייטאג וועלן ע"פ רוב זיין די וואס וועלן שפרינגען ביי יעדע עגונה-מעשה אפילו נאך פאר זיי האבן געהערט די דעטאלן.
וויבאלד ביי זיי איז די עצם געדאנק אז פרויען האבן א קלענערע רעכט, אן אפגעפרעגטע זאך.
סאוי יעדעס מאל אזא פרשה ערוועקט זיך און ס'דערמאנט זיי די סעקסיזם אין אונזער סיסטעם, ווערן זיי צושפילט.
פאר זיי איז ווידער דא 2 נקודות צו נעמען אין באטראכט:
1. "אונזער סעקסיסט סיסטעם" קומט דירעקט פון די שיטת און מהלך התורה.
פון תורה שבכתב איז קלאר אז א מאן האט די אויבערהאנט איבער א פרוי, אנגעהויבן מיט והוא ימשול בך און גענדיגט ביי Polygamy...
2. לפי השמועה איז אין די אלגעמיינער גאס די מצב פונקט פארקערט, און דארט איז אויך די Playing field ביי גיטין נישט גלייך, אבער דארט איז עס גענויגט פארקערט, און איז פיל מער לטובת די פרויען זייט.
נעמענדיג אין באטראכט דיזע נקודות, לאמיר זעהן וויאזוי ס'פארמירט די פארשידענע עקסטרעמע רעאקציעס צו אונזער פרשה.
-די וואס זענען גאר באהאוונט אין די ספעציפישער פרשה און אירע דעטאלן, און זיי האלטן אז איין זייט בעוולה'ט דעם צווייטן "נאר וויבאלד זיי קענען", וועלן ווי פארשטענדליך שפרינגען פון זייער הויט, הלמאי א שטארקער זאל קענען אונטערדריקן דעם שוואכן?!
ס'איז אבער גאנץ קלאר אז די מאיאריטעט פונעם ציבור זענען נישט אריינגערעכנט אין די כלל.
רוב פונעם ציבור זענען נישט באקאנט אין דעטאלן פון די פרשה, און דעריבער וועט מען זעהן די פאלגענדע רעאקציעס:
-די וואס האבן אן אלטער ווייטאג אויף אונזער סעקסיסט סיסטעם, וועלן גלייך שפרינגען ווי נאר זיי וועלן הערן א פרישע פרשה וואס דערמאנט זיי פון אונזער סעקסיזם.
-די פרומערע צווישן אונז וואס גלייבן שטארק אין די אריגינאלע השקפת התורה, די וועלן דייקא נישט צושפילט ווערן, וויבאלד זיי האלטן באמת אז ס'קומט פאר א מאן מער רעכטן ווי א פרוי.
-אפילו געוויסע פון די מער אויפגעקלערטע וועלן אויך נישט צושפרינגען ווערן פון די אפענע סעקסיזם, וויבאלד זיי האלטן אז די סעקולאר סיסטעם איז דאך פונקט פארקערט און סעקסיסט קעגן מענער, במילא איז גארנישט אזוי שלעכט אז ביינונז באלאנסירן זיך זאכן (אונז גיבן מער רעכטן פאר די מענער, זייער סיסטעם גיט מער פאר פרויען).
מערערע דעבאטירער לכאן ולכאן וועלן נישט קלאר ארויסזאגן זייערע יסודות'דיגע גלויבונגען און מחשבות נאר זיי וועלן גיין רינגס און ארום, און דעבאטירן געוויסע "דעטאלן" פון פרשה וכדומה.
לסיום:
די טענה אז אין דער אלגעמיינער גאס ווערן מענער אפט מאל בעוולה'ט אין קאורט, איז עפעס וואס מען הערט גאנץ אפט, און האט Anecdotal evidence, אבער איך בין נישט באקאנט צו דאס איז באמת אזוי בכלליות.
אדרבה די מיט מער באקאנטשאפט, ביטע מאכט מיר קלוגער.