בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
אין אונזער פרשה לערנען מיר איבער דעם גרויסן און הייליגן מעמד פון קבלת התורה, דער זמן ווען השי"ת האט אונז אויסגעוועלט אלס זיין הייליג פאלק, וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ, און השי"ת האט זיך באוויזן צו כלל ישראל ביים בארג סיני און זיי געגעבן די הייליגע תורה און מצוות.
אבער איידער די פרשה פון מתן תורה איז די תורה הקדושה מקדים מיט די מעשה פון יתרו - דער שווער פון משה רבינו וועלכער איז געקומען צו גיין זיך באהעפטן צו כלל ישראל נאכן הערן די גרויסע און געוואלדיגע נסים וואס האבן פאסירט צו זיי, און ווי די תורה דערציילט וַיִּשְׁמַע יִתְרוֹ כֹהֵן מִדְיָן חֹתֵן מֹשֶׁה אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה אֱלֹקִים לְמֹשֶׁה וּלְיִשְׂרָאֵל עַמּוֹ כִּי הוֹצִיא ה' אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרָיִם.
משה רבינו האט דערציילט פאר יתרו אלעס וואס איז זיך פארלאפן מיט זיי, און דער פסוק זאגט "וַיִּחַדְּ יִתְרוֹ עַל כָּל הַטּוֹבָה אֲשֶׁר עָשָׂה ה' לְיִשְׂרָאֵל". און ווי רש"י ברענגט צוויי פשטים אויפן ווארט ויחד, די פשוט'ע פשט איז 'וישמח יתרו' אז יתרו האט זיך געפריידט צו הערן די אלע נסים ונפלאות און חסדים וואס השי"ת האט געטוהן פאר כלל ישראל. און רש"י ברענגט א צווייטע פשט בשם דער מדרש אז די ווארט ויחד איז א לשון פון שטעכן, נעשה בשרו חדודין חדודין, זיין גאנצע לייב האט געפילט ווי עס ווערט געשטאכן, ווייל עס האט איהם אויך וויי געטוהן אויף די מפלה פון מצרים, און ווי מענטשן זאגן אז א גר ביז צען דורות זאל מען נישט פארשעמען א גוי פארנט פון איהם ווייל אינעווייניג אין זיין הארץ קען איהם עס באַדערן.
אביסל ווייטער דערציילט אונז די תורה אז ווען יתרו איז געקומען צו גיין האט ער באמערקט ווי משה רבינו זיצט און משפט דעם פאלק איינער אליינס, און דער עולם שטייט איבער איהם פון צופרי ביז ביינאכט, און יתרו זאגט צו משה אז ס'קען נישט אזוי אנגיין, נָבֹל תִּבֹּל דו וועסט מיד ווערן און דו וועסט דאס נישט קענען באווייזן אליינס, ס'איז צו שווער אזוי צו פירן דאס פאלק, נאר מען דארף איינשטעלן א מהלך פון ערליכע און אמת'דיגע מענטשן, ווי ער רעכנט אויס די פאלגנדע מעלות "אַנְשֵׁי חַיִל, יִרְאֵי אֱלֹקִים, אַנְשֵׁי אֱמֶת, שֹׂנְאֵי בָצַע", אזעלכע מענטשן וואס מ'זאל זיך קענען ווענדן צו זיי מיט די פארשידענע שאלות און ענינים, און עס זאל האבן א סדר, מען זאל אוועקשטעלן שָׂרֵי אֲלָפִים, שָׂרֵי מֵאוֹת, שָׂרֵי חֲמִשִּׁים, וְשָׂרֵי עֲשָׂרֹת, דאס הייסט אז אויף אלע קבוצות אידן זאלן זיין ממונה באזונדערע שָׂרִים, עס זאלן זיין שרים פון טויזענטער, הונדערטער, פופציגער, און פון צענער, אזוי ארום אז יעדע איד אין כלל ישראל זאל האבן זיין דַיין און מורה הוראה ביי וועמען ער קען פרעגן.
און משה רבינו האט טאקע אנגענומען די עצה פון זיין שווער און מ'האט אויפגענומען די פילע שרים אויף כלל ישראל.
עטליכע דיוקים אין אונזער פרשה
איז צום ערשט לאמיר זיך אפשטעלן און מתבונן זיין אינעם נאמען פון די פרשה וואס ווערט אנגערופן 'יִתְרוֹ' אויף זיין נאמען, און ווי רש"י ערקלערט בשם דער ספרי אז די שורש פונעם נאמען יתרו שטאמט פון זיין פריערדיגן נאמען 'יֶתֶר' - עַל שֵׁם שֶׁיִּתֵּר פַּרְשָׁה אַחַת בַּתּוֹרָה, וויבאלד ער האט זוכה געווען צו פארמערן נאך א פרשה אין די תורה, דאס איז די פרשה פון ואתה תחזה - די פסוקים פונעם אויבנדערמאנטן ענין וואס רעדן וועגן אויפנעמען די שרים און דיינים ביי כלל ישראל.
וואס איז טאקע די גרויסע חשיבות פון יתרו אז אונזער גאנצע פרשה ווערט אנגערופן אויף זיין נאמען? און דאס וואס ער האט מוסיף געווען נאך א ענין אין די תורה, וואס איז טאקע די טיפקייט און די חידוש פון זיינע רייד?, לכאורה האט דאָך יתרו נישט מחדש געווען דא קיין גרויסע חידושים, ער האט געזאגט דברים פשוטים אז ווען צופיל מענטשן קומען פרעגן מן הבוקר עד הערב איז צו שווער צו פירן אזוי כלל ישראל און ממילא מוז מען נעמען העלפערס, א זאך וואס יעדער איינער וואלט פארשטאנען, אויב אזוי וואס איז די גרויסקייט און די שבח פון יתרו אויף די עצה וואס ער האט געגעבן און די פרשה וואס ער האט מוסיף געווען?.
אויך לאמיר זיך מתבונן זיין אין די צוויי פשטים וואס רש"י ברענגט אויף די ווערטער וַיִּחַדְּ יִתְרוֹ, אז אדער איז עס א לשון שמחה, אדער א לשון פון חדודין חדודין וואס באדייט שטעכן; וויאזוי גייען די צוויי זאכן צוזאמען? דאס זענען דאָך ממש צוויי קעגנזייטיגע זאכן פון איין עק צום צווייטן, און אז רש"י ברענגט זיי צוזאמען קען מען זיכער עפעס אפלערנען דערפון. איז דעריבער לאמיר זיך פארטיפן און מתבונן זיין וואס מיר קענען ארויסנעמען א מוסר השכל אויף למעשה אין די אלע ענינים.
די מכה פון איצטגנוני פרעה געפונט זיך אויך אין אונז
אינעם פריערדיגן שמועס האבן מיר ארומגערעדט איבער די כבדות הלב פון פרעה וואס האט נישט דערהערט דעם רוף פון זיין הארץ, נאר אנשטאט דעם איז ער געווארן נאכגעשלעפט נאך זיינע מחשבות און חשבונות פונעם מוח. און דעריבער אפילו נאכדעם וואס ער האט קלאר געזען אז אלע מכות ביז אהין זענען געקומען צו גיין פונקט ווי משה רבינו האט געזאגט און יעדעס ווארט איז מקויים געווארן, און אין הארץ האט ער גאנץ גוט געוואוסט וואס עס ערווארט איהם ביי מכת בכורות, דאָך איז געווען מעגליך אז ער מיט זיינע אצטגנונים וועלן ארומלויפן זאגן "משה בדאי הוא" אז משה רבינו איז א פאָפּער און ער זאגט ליגענט, ווייל ער האט דאָך געזאגט אז די מכה וועט זיין פונקט ביי חצות און דערווייל איז עס געקומען א מינוט פריער אדער שפעטער...
דאס הייסט אז ער האט געקענט שפירן און וויסן די גאנצע אמת, און נאך אלס דאס אוועקמאכן מיט א קליין פינטל חשבון אדער ליצנות, ווייל ווען דער מענטש איז נישט 'מֵשִׂים לֵב' און ער איז זיך נישט מתבונן אין וואס עס קומט באמת פאָר, דאן וועט ער ווערן אוועקגעפירט און נאכגעשלעפט נאך די אלע נישט-ריכטיגע מחשבות און חשבונות וואס זענען פאלש און לעכערליך.
און ווי מיר האבן באמערקט זענען אפילו די אידישע קינדער נאכן ארויסקומען פון מצרים נאך געווען אונטער אט די השפעה פון פרעה און זיי האבן נישט געקענט נאכגיין זייער
הארץ און גלייבן אין אייבישטער צוליב זייערע זייטיגע חשבונות און פחדים.
און באמת דארפן מיר וויסן אז די דאזיגע מכה און חסרון פון פרעה און זיינע איצטגנונים איז א זאך וואס טרעפט זיך ליידער גאנץ אפט, און ביי זייער אסאך פון אונז. צומאל קענען מיר וויסן און פארשטיין א זאך שווארץ אויף ווייס, דאס הארץ האט עס פונקטליך ארויס הונדערט פראצענט, אבער אין די מינוט וואס עס כאפט זיך אריין א שטיקל טענה'לע, א לשון הרע, א רכילות, דאן ווערט דער מענטש פלוצלינג נאכגעשלעפט נאך די איין קליינע זאך, ער כאפט זיך אָן אויף דעם און לכבוד דעם מאכט ער שוין אוועק די גאנצע זאך, עס אינטערסירט איהם בכלל נישט דאס אז זיין הארץ ווייסט אז די אמת איז נישט אזוי, אדער אז די עולה איז נישט אזוי געפערליך, דא ווערט ער אזויווי די איצטגנוני פרעה וואס ווייסן אז מכת בכורות איז א פאקט, אבער זיי זענען פארנומען דאס אוועקצומאכן ווייל ס'שטימט נישט אינגאנצן מיט די פונקטליכע מינוט אויפן זייגער.
וואס איין שלעכט ווארט קען טוהן
און מיר וועלן אביסל אויסברייטערן דעם ענין און עס ערקלערן מיט אן עפיזאד וואס יענקל דער בעל העובדא האט דערציילט:
יענקל איז געווען א יונגערמאן וואס איז געפארן צום ערשטן מאל אויף א ווייטע ביזנעס רייזע קיין טשיינע, ער האט געהאט געמאכט פלענער צו פארן מיט א צווייטן וואס האט שוין געהאט אסאך ערפארונג, און יענער האט איהם געדארפט באגלייטן און ארויסהעלפן דורכאויס זיין נסיעה. למעשה האט זיין חבר געדארפט אפרופן זיין רייזע אין די לעצטע מינוט צוליב געוויסע אומשטענדן, און יענקל האט זיך ממש 'געפונען אויפן וואסער' איינער אליינס, נישט וויסענדיג עכט וויאזוי ער גייט זיך אן עצה געבן אין די פרעמדע ווייטע מדינה אָן קיין עקספיריענס און באקאנטשאפט.
די השגחה פרטית האט צוגעפירט אז זיצענדיג אויפן עראפלאן האט יענקל באגעגנט א היימישע יונגערמאן וואס פארט אויך צוליב ביזנעס צוועקן קיין טשיינע, ער כאפט מיט איהם א שמועס, און איז געווען איבערגענומען ביז גאר ווען יענער האט אנגעבאטן איהם צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך, און ער גייט אפילו איינשטיין אינעם זעלבן פלאץ ווי ער, און זיך געפונען דארט אויף שבת, און אזוי ווייטער... עס שטעלט זיך ארויס אז זיין נייער פריינט יחזקאל איז א יונגערמאן מלא טעם, א בר דעת און א מֵבין, און ועל כולם האט ער א גוט הארץ און איז וויליג ארויסצוהעלפן מיט זיינע עצות און ערפארונגען. יענקל האט געשפירט ווי פון הימל האט מען איהם געשיקט א מלאך מושיע, זיין הארץ האט געקוועלט פון פרייד, און פון שעה צו שעה האט זיך פארשטערקערט זיין ידידות מיט יחזקאל, ער האט געשפירט ווי ער האט ממש געטראפן א חבר וואס איז צו זיין הארצן, איינער מיט וועמען ער וואלט געוואלט זיין באפריינדעט א גאנץ יאר, נישט נאר אינעם ווייטן טשיינע. אין די קורצע צייט ביז שבת האט איהם שוין יחזקאל ארויסגעהאלפן א געוואלד, ער איז איהם געשטאנען צו די האנט ביי יעדן ריר און איהם געהאלפן ארלעדיגן אלעס וואס ער דארף, און דערנאך האבן זיי פארברענגט אינאיינעם א דערהויבענעם שבת בגשמיות וברוחניות, ס'איז געווען מעין עולם הבא.
זונטאג נאכמיטאג האט יענקל גערעדט מיט א חבר זיינע אין אמעריקע אויפן טעלעפאן, און יענער פרעגט איהם וויאזוי עס גייט און מיט וועמען ער פארברענגט דארט, דערציילט איהם יענקל אז ער האט דא אנגעטראפן א נייער חבר אזא מושלם פיל מיט מעלות און חן אז ס'איז ממש א נחת. ווען דער חבר פרעגט איהם ווער יענער איז, ענטפערט יענקל אז ער הייסט יחזקאל פלוני. פון די אנדערע זייט הערט זיך קודם א שטילקייט, ביז זיין חבר רופט זיך אָן מיט א שפאטישע שטימע, "ניין... איך בעהט דיר, זאג מיר נישט אז דו האסט דיך אנגעטשעפעט אין דעם אפגעריסענעם"... פון איהם האב איך גערעדט צו דיר אפאר וואכן צוריק ווען מיר זענען געזעצן אינאיינעם ביי א שבע ברכות און כ'האב דיר דערציילט וואס מיין שוואגער האט געהאט מיט זיין חבר'ס שותף... דאס איז דאָך דער יחזקאל!. יענקל פראבירט זיך שנעל צו דערמאנען וואס מ'האט גערעדט ביי יענעם שבע ברכות, ער געדענקט נישט גענוי די נושא, עפעס א לאנגע מעשה ווי איינער האט בא'עולה'ט א צווייטן, ער קען זיך קוים דערמאנען די דעטאלן, און אויף עפעס א וועג איז יחזקאל געווען פארמישט דערין, אבער ער באשליסט זיך צו האלטן ביי זיינס, און ער זאגט צו זיין חבר, "איין זאך איז זיכער ביי מיר, נאכדעם וואס איך פארברענג שוין מיט דעם יחזקאל פאר פיר טעג קען איך בשום אופן נישט גלייבן קיין שלעכט ווארט אויף איהם, דער יונגערמאן איז ממש א צדיק, אזוי בא'טעמ'ט און צוגעלאזן אז כ'האב נישט באגעגנט זיינס גלייכן"... און מיט דעם האט זיך דער נושא געענדיגט.
צוויי טעג שפעטער, ווען יענקל און יחזקאל האבן פארברענגט צוזאמען, אין א גוטע מינוט, רופט זיך אָן יחזקאל צו יענקל און פרעגט איהם אפנהארציג, איך קען דיר עפעס פרעגן? אין די ערשטע פּאָר טעג איז אונזער קשר געווען מלא טעם דו ביסט געווען פרייליך און אויפגעלעבט, אבער זייט זונטאג באמערק איך אז עפעס ביסטו געווארן ווי פארלאשן, אביסל קאלט און אומגעדולדיג, וואס האט פאסירט? אפשר האב איך דיר עפעס וויי געטוהן אדער פוגע געווען אין דיר? אדער אפשר גאר עפעס אנדערש דרוקט דיר? ווילסט מיר דערציילן וואס עס שטערט דיך?...
יענקל האט שפעטער דערציילט אז דעמאלטס האט ער איינגעזעהן ווי ווייט א שלעכט ווארט קען קאליע מאכן, טראצדעם וואס ער אליינס האט בכלל נישט אנגענומען די לשון
הרע און ער האט עס קלאר און דייטליך אוועקגעמאכט, און מיט א פילן מויל האט ער זיך גאר אנגענומען פאר יחזקאל, דאָך האט עס אבער פארלאשן א פונק אין זיין הארץ, די מוח האט שוין געווירבלט מיט מחשבות און חשבונות, כאטש זיין הארץ האט זייער גוט געוואוסט און פארשטאנען אז עס איז בכלל נישט אמת, ער האט דאָך אזוי הנאה געהאט און בייגעוואוינט פון די נאנט די גוטהארציגקייט און געשמאקייט פון זיין נייעם חבר, אבער, דאס איז נאר ביז די מוח הייבט אָן אריינצורעדן...
אין גלות הדעת מאכט מען יענעם אוועק צוליב א קלייניגקייט
איז צוריק צו אונזער נושא, אז מיר וועלן צונעמען די מעשה פון יענקל מיט זיין חבר יחזקאל אלס א דוגמא. [און מיר אדרעסירן נישט יעצט די הלכות אז מ'טאר נישט מקבל זיין קיין לשון הרע, און ס'איז דא א חיוב פון דן זיין לכף זכות, און אל תדון את חברך, און נאך פילע אנדערע דינים, וואס דאס איז א סוגיא פאר זיך], נאר בלויז צו ווייזן ווי ווייט די טבע פון א מענטש איז אז אין די מינוט וואס זיין מוח האט אויפגעכאפט עפעס א קליינע קרישקעלע, צו ווערן נאכגעשלעפט נאך דעם. און הגם פאר זיינע אויגן שיינט קלאר און אפן א גאנץ אנדערע מציאות, ער זעהט דאָך ווי לעכטיג און ווי גוט עס איז, אבער יענע קליינע פינטעלע איז שוין גענוג חרוב צו מאכן די גאנצע זאך.
און דער אמת איז, מ'קען מאריך זיין און ברענגן צענדליגע דוגמאות פון מעשים בכל יום וואו מיר פאלן אדורך אין דעם ענין.
זייער אסאך מאל מאכט זיך אז ס'איז פארהאן א תלמיד חכם, א רב, א דיין, וואס יעדער ווייסט זייער גוט אז ער איז א אדם השלם אין תורה און יראת שמים, זיין פסק איז א פסק און זיין דעת איז א ריכטיגע דעת תורה, אבער אין די רגע וואס א מענטש וועט נאר הערן די מינדנסטע טענה קעגן יענער רב, למשל אז ער איז נישט געגאנגען אינגאנצן מיט'ן שטראם פון מיין רב, אדער אז ער האט געטוהן עפעס א קלייניגקייט וואס אין מיינע אויגן געפעלט נישט, דאן פון דא און ווייטער איז מען איהם שוין מבטל מכל וכל, ער ווערט שוין אפגעסטעמפלט אלס איינער וואס איז גארנישט מיט נישט, ער ווייסט נישט וואס רעדט... וואס דאס איז ממש די זעלבע ווי די אצטגניני פרעה כאפן זיך אָן אויפן 'בחצות' הלילה, מיט איין קליינע נארישע נקודה מאכט מען שוין אוועק די גאנצע זאך אָן קיין שום אמת'ע סיבה. [און על פי רוב קומט עס טאקע פון אזא פלאץ אינעווייניג וואו דער אמת טוט וויי, ווען א מענטש וויל זיך אליינס מחזק זיין און פארענטפערן פארוואס ער איז נישט אזוי גוט ווי יענעם, אדער פארוואס ער פאלגט נישט יענע דעת תורה, דעריבער שפירט ער זיך אסאך בעסער ווען ער מאכט יענעם אינגאנצן אוועק].
אבער א איד וואס לעבט נישט מיט 'גלות הדעת' און ער ווערט נישט נאכגעשלעפט נאך די נארישע און קטנות'דיגע מחשבות וואס כאפן זיך אריין אין מוח, אזא איינער ווייסט צו צוטיילן און נישט ווערן איבערגענומען פון א קליינע נקודה'לע. אפילו אויב יחזקאל איז אמאל געווען אריינגעדרייט אין א געוויסע פארוויקלטע פרשה, נעמט עס נאכנישט אוועק זיינע פילע מעלות, און ער ווערט נאכנישט קיין אפגעריסענער וועגן דעם. און אויב יענער רב האלט אנדערש ווי מיר אין א געוויסע זאך מיינט נאכנישט אז זיין גאנצע כוח התורה און זיין גדלות איז אויס. וכהנה וכהנה, א בר-דעת וואס פארשטייט אז די וועלט איז נישט בלויז צוזאמגעשטעלט פון שווארץ אדער ווייס, און ס'איז פארהאן א מקום צו האלטן אנדערש ווי מיר, ס'איז פארהאן א מקום צו פארמאגן א חסרון און ס'איז נישט עק וועלט, ס'איז פארהאן א מקום צו באגיין א עולה אדער א טעות און ס'מאכט נאכנישט יענעם גארנישט ווערד, און אזוי ווייטער.
ויחן שם ישראל נגד ההר - כאיש אחד בלב אחד
אין ספרים הקדושים ווערט געברענגט א ווארט פון הרה"ק רבי יצחק ווארקער זי"ע אויפן פסוק אין אונזער פרשה איידער מתן תורה, "וַיִחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר" וואס איז מרמז אויף אחדות ווי חז"ל זאגן אז די אידן זענען דעמאלטס געווען "כאיש אחד בלב אחד" ווי איין מענטש פיל מיט אחדות און ליבשאפט. האט דער ווארקער רבי צוגעלייגט "ויחן" איז א לשון פון חֵן, און די תורה לערנט אונז דא אז די מעשים פון יעדער איד האבן געהאט חן אין די אויגן פון זיין חבר, מ'האט געזעהן יענעמ'ס מעלות און די גוטסקייט פון זיינע הנהגות.
אט דאס איז די הכנה און שלימות צו קבלת התורה ווען מ'קען זיין די שיינקייט פון א צווייטן, ווען יענעמ'ס מעשים געפונען חן אין אונזערע אויגן, און נישט פארקערט ווי די סדר
פון מענטשן איז ליידער אוועקצומאכן אנדערע פאר יעדע קלייניגקייט, און זעהן ביי יענעם נאר די חסרונות, און וואס עס טויג נישט ביי איהם.
און לויט ווי מיר שמועסן איז דאס גאר שטארק מדוייק אין די מליצה פון חז"ל "כאיש אחד בלב אחד", וואס באדייט דער 'בלב אחד' וואס ווערט דא דערמאנט, אודאי אויב מ'איז ווי איין מענטש איז עס אזויווי איין הארץ אויך?, נאר ווי מיר האבן שוין דערמאנט אז דאס הארץ ווייס גאנץ גוט דעם אמת, דאס הארץ ווייסט אז יענער איז פיין און וואויל אפילו ווען ער האלט אביסל אנדערש ווי מיר. אין הארץ שפירט מען וואס איז ריכטיג, עס איז נאר די מוח וואס מאכט די אלע חשבונות און ליצנות וואס פראבירן אוועקצומאכן יענעם. אבער דא זענען די אידן געווארן לויטער און ריין, זיי האבן זיך דערווייטערט פון יעדן סארט כבדות הלב, און אדרבה זיי זענען געווארן כאיש אחד 'בלב אחד' זייערע הערצער זענען געווען אינגאנצן אפן און דערהויבן צו דערהערן בלויז דאס אמת. און ווען מ'האלט אין אזא מדריגה, דעמאלטס קען טאקע יעדער איינער געפונען חן אין די אויגן פון זיין חבר, די קליינע חסרונות שטייען נישט אין וועג, און די אלע מחשבות און חשבונות פארשטאפן נישט דאס הארץ פון זעהן די אמת'ע שיינקייט פון יענעם.
די געוואלדיגע לימוד פון די עצה פון יתרו
הגאון רבי שמשון פינקוס זצ"ל זאגט א דבר נפלא וואס מיר לערנען ארויס פון די עצה וואס יתרו האט געגעבן פאר משה רבינו אז ער זאל אויפנעמען די אלע שרים אונטער איהם וואס וועלן משפט'ן דעם פאלק.
ביז דעמאלטס פלעגט נאר משה רבינו אליינס שטיין אין שפיץ פון כלל ישראל, און נאר פון זיין מויל האבן אידישע קינדער אנגענומען א פסק דין אדער א הוראה. אויב וואלט די הנהגה זיך ווייטער געצויגן אזוי ביז צו די פטירה פון משה רבינו, דאן וואלטן די אידן קיינמאל נישט געוואלט מקבל זיין פון א צווייטן, ווייל איינער וואס איז נאר א טראפ קלענער פון משה רבינו איז דאָך שוין נישט ראוי צו זיין דער רבי פון כלל ישראל. יתרו האט אנערקענט אז מ'דארף דא דרינגענד אוועקשטעלן א יסוד אז עס זענען פארהאן נאך אסאך גרויסע און חשוב'ע מדריגות אויך קלענער ווי משה רבינו, עס איז דא א מקום פאר שָׂרֵי אֲלָפִים, שָׂרֵי מֵאוֹת, שָׂרֵי חֲמִשִּׁים און אפילו פאר שָׂרֵי עֲשָׂרֹת. דער פשוט'ער איד קען מקבל זיין תורה אפילו פון א דיין וואס איז געשטעלט צו לערנען תורה פאר צען אידן, ווילאנג דער דיין איז מער פון איהם און האט איהם וואס אויסצולערנען, דארף ער זיך מכניע זיין און מקבל זיין פון איהם.
כלל ישראל האט דא זוכה געווען זיך צו לערנען אז דער רבי מוז נישט אלעמאל זיין דוקא אזא כליל המעלות ווי משה רבינו, אפילו אויב ער האט א חסרון און ער איז אביסל קלענער, ווערט ער נאכנישט אינגאנצן בטל צוליב דעם.
און נאך מער, ווי מיר האבן אויבן דערמאנט האט יתרו דא אויסגערעכנט פיר סארטן מעלות וואס די דיינים זאלן האבן, אַנְשֵׁי חַיִל, יִרְאֵי אֱלֹקִים, אַנְשֵׁי אֱמֶת, שֹׂנְאֵי בָצַע, און ווי מיר ווייסן האט מען למעשה נישט געפונען מענטשן וואס האבן געהאט אין זיך די אלע פיר זאכן ווי חז"ל זאגן (זעה רש"י דברים א' ט"ו), אבער מיט דעם אלעם איז די פלאן ווייטער אנגעגאנגען, מען האט אויפגענומען און געשטעלט די שרים אויף כלל ישראל, טראצדעם וואס זיי זענען נישט נאכגעקומען אלע פארלאנגען בשלימות.
אונז צו לערנען -ערקלערט רבי שמשון זצ"ל- אז דער רבי מעג אמאל האבן א חסרון און ער בלייבט נאך אלס גרויס, ער איז נאך אלס חשוב און דערהויבן, און ער ווערט נישט אינגאנצן אויס ווייל ער פארמאגט א שטיקל חסרון. ס'איז גארנישט. די וועלט האט זיך נישט געענדיגט לכבוד דעם. און על אחת כמה וכמה ביי פשוט'ע מענטשן איז דאָך דאס א לימוד און א קל וחומר אז יענער קען נאך אלס בלייבן טייער און חשוב אפילו אויב ער האט עפעס א חסרון, און אפילו אויב ער איז אמאל באגאנגען אן עולה, ס'איז נאך אלס פארהאן א מקום איהם צו שעצן און ליב האבן.
זיך ווייטער קענען פרייען אפילו ווען עס שטעכט
לויט דעם קומען מיר צוריק צו די דִיוּקִים אין אנהייב פון אונזער פרשה וואס מיר האבן מדייק געווען, און זיי ווערן פארענטפערט כמין חומר:
די שיינקייט פון אונזער פרשה 'יִתְרוֹ' איז טאקע אויף די נאמען פון יתרו און די גוטע עצה וואס ער האט מוסיף געווען אין די תורה, עַל שֵׁם שֶׁיִּתֵּר פַּרְשָׁה אַחַת בַּתּוֹרָה, ווייל דאס איז נישט בלויז נאך א פרשה אין די תורה, נאר דאס איז א פרשה וואס יתרו האט מיט זיין ווייטע בליק משיג געווען אז כדי די מסורת התורה זאל זיך האלטן ביי כלל ישראל אין די קומענדיגע דורות, מוז מען שוין תיכף ומיד אויפנעמען נייע שרים און דיינים, גרויסע און קליינע, אלע סארטן און אלע דרגות כדי צו לערנען פאר די אידן אז אפילו ווען איינער האט א שטיקל חסרון איז ער נאך אלס חשוב און דערהויבן און ער פארלירט נישט זיינע מעלות לכבוד דעם.
און וואס דאס גיבט אונז די קלארע און ריינע בליק וויאזוי א איד דארף טאקע קוקן אויף א צווייטן, וויאזוי מכבד צו זיין און מחשיב זיין א צווייטן, און דאס גיבט איהם דעם כוח פון "כאיש אחד בלב אחד" וואס איז די עיקר הכנה צו מתן תורה.
און דאס קען טאקע זיין די כוונה בדרך רמז פון די צוויי פשטים וואס רש"י ברענגט אויף די ווערטער וַיִּחַדְּ יִתְרוֹ, אז אדער איז עס א לשון שמחה, אדער א לשון פון חדודין חדודין וואס באדייט שטעכן, און ווי מיר האבן געפרעגט וויאזוי גייען די צוויי זאכן צוזאמען?, נאר רש"י הקדוש וויל אונז דא לערנען דעם יסוד, אפילו ווען עס שטעכט, דו זעהסט א חסרון אין דיין חבר, און יא, ער האט טאקע א חסרון, אבער עס דארף נאך אלס בלייבן א פלאץ פאר שמחה, זיך פרייען מיט יענעם און זיינע מעלות, עס איז בכלל נישט קיין סתירה! און ווי ס'איז טאקע מרומז אינעם לשון פון וַיִּחַדְּ וואס די ווארט 'חַד' מיינט 'איינס' אויף אראמיש (אזויווי חד גדיא), אז די ביידע זאכן קענען גאר עקזיסטירן צוזאמען און זיין איינס! ס'קען טאקע זיין אז ס'איז פארהאן דארט חדודין חדודין, אבער מאך נישט יענעם אוועק פאר דעם, ער ווערט נישט אינגאנצן אויס, אדרבה, זיינע מעלות זאלן ווייטער געפונען חן און ליבשאפט אין דיינע אויגן, 'עפן דיין הארץ' און פריי זיך צו איהם, פריי זיך מיט איהם, פארגין איהם און זיי איהם מחשיב, און זוך איהם נישט אוועקצומאכן אינגנאצן צוליב דאס ביסל חדודין חדודין.
און ווי דער הייליגער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע ברענגט אין זיין תפלה "ותצלינו מקנאת איש מרעהו שלא יעלה קנאת אדם עלינו ולא קנאתנו על אחרים, אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד את מעלת חברנו ולא חסרונם", מיר בעטן השי"ת אז מיר זאלן שטענדיג זוכה זיין צו זעהן און אנערקענען די מעלות פון א צווייטער איד. און על אחת כמה וכמה ווען עס רעדט זיך פון א אדם גדול, א תלמיד חכם, אדער א ירא שמים, זאלן מיר זוכה זיין זיך צו האלטן שטארק און נישט פארקריכן אינעם גלות הדעת, נאר צו קענען טאקע 'משים לב' זיין און שעצן זייער אמת'ע גרויסקייט און מעלות און געפונען זייער חן ווי עס דארף צו זיין.
לסיכום געדענק:
• מענטשן וואס לעבן אין גלות הדעת וועלן אוועקמאכן א צווייטן בלויז צוליב איין קליינע חסרון אדער עולה וואס ער איז באגאנגען, איין קליינע לשון הרע מאכט יענעם אינגאנצן אויס.
• ווען א איד לעבט מיט העכערקייט און דערהויבנקייט פארשטייט ער אז מ'קען אפטיילן זאכן איינס פון די אנדערע, א חסרון מאכט נאכנישט יענעם אינגאנצן אוועק, אדרבה ער פריידט זיך און אנערקענט ווייטער די גוטע חלקים און די מעלות.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
יתרו - עס שטעכט מיט פרייד...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
Re: יתרו - עס שטעכט מיט פרייד...
יתרו - עס שטעכט מיט פרייד...
https://torahanytime.com/lectures/279610
פרינט ארויס PDF
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 03&gil=172
https://torahanytime.com/lectures/279610
פרינט ארויס PDF
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 03&gil=172