אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:22 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
ווי אין קרית יואל וועט די פראטעסט פארקומען? ביי זיין הויז אין טשערנאבל גאס?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אן אריינגיין אין די פרטים הנושא.
פשוט זייער אינטרעסאנט ווער נעמט די אחריות אויף שפיכת דמים - פון ביידע זיטן
היסטערי האט געוויזן ליידער אז מען באצאלט א טייערער פרייז פאר טשעפענען א צווייטן בעולם הזה
די אלע פאשקעווילן לכאן ולכאן ווער שטייט אינטער דעם? נישט נארמאל דאס!

- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:50 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
וועט לכאורה פארקומען און פראנט פון ישיבה ווי דער אינגערמאנ'ס טאטע איז א מגיד שיעורגעטרייע טאטע האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:59 pm ווי אין קרית יואל וועט די פראטעסט פארקומען? ביי זיין הויז אין טשערנאבל גאס?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:50 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
קוק די דעיט, ס'איז פון צוויי יאר צוריק.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לכאורה ווייל דארט איז אינדרויסען פון די ווילעדששטריימל באקס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:13 pmוועט לכאורה פארקומען און פראנט פון ישיבה ווי דער אינגערמאנ'ס טאטע איז א מגיד שיעורגעטרייע טאטע האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:59 pm ווי אין קרית יואל וועט די פראטעסט פארקומען? ביי זיין הויז אין טשערנאבל גאס?
עס איז אינטערסאנט ווי שנעל מען קען טוישען א מעשה, יעצט בין איך שוין אויף די מאן'ס זייט...
די וואס קענען די יונגערמאן קענען מסתם וויסען אויב עס איז אפילו שייך צו זאגן אז בלבול אויף עם, מען דארף זיין גאר שטארק צורידערט צו פאטשקענען מיט אייגענע קינדער
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
פאר די אלע וואס טענהן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וועגן וויזיטעישן, האב איך זייער קלאר געשריבן פארוואס איך האלט מען זאל נישט אפהאלטן קיין גט און ליין עס איבער ווייל איך פיהר מיך נישט איבערצושרייבן. די שאלה איז א פשוטער, ווען א אינגערמאן קומט זיך דורך רעדן מיט אייך צו ער זאל יא אדער נישט געבן קיין גט ווען ער באקומט נישט קיין וויזיטעישן און די גייסט אים מיעץ זיין ביזטו מחויב על פי תורה אים צו געבן די בעסטע עצה משום ולפני עיוור. איז די שאלה וואס איז די בעסטע עצה. איך האב מסביר געווען בטוב טעם ודעת פארוואס איך האלט אז מען דארף מייעץ זיין אויף צו געבן א גט, מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. איך האב נאך נישט געהערט קיין פארקערטע סיבה בטוב טעם ודעת מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. סך הכל האב איך געהערט אז דו לאזט נישט אפ מיין בארד לאז איך נישט דיין בארד.
אדרבה, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון די וואס זענען שוין אדורך געגאנגען די מצב, נישט איינער וואס גייט עס יעצט דורך, און ווי אזוי זיי האבן עס געהענדלט און ווי אזוי עס האט זיך אויסגעארבעט אין די לאנג ראן. אין חכם כבעל הניסיון.

- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אויב איינער איז באמת גרייט צו געבן א גט און וויזיטעישאן איז די איינציגסטע אפהאלט און ער לאזט עס קלאר הערן, קען מען עס בדר"כ אויספירן, און עס איז אסאך מאל א גוטע סטראטעגיע צו נוצן. אויב נוצט מען וויזיטעישאן סתם אלס א תירוץ און באמת איז מען בכלל נישט אינטערעסירט אין א גט, דעמאלטס גייט מען נישט אנקומען אין ערגעץ
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 175
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דו דברס'ט הוילע שטותים.yatzmachp האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:39 pm פאר די אלע וואס טענהן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל וועגן וויזיטעישן, האב איך זייער קלאר געשריבן פארוואס איך האלט מען זאל נישט אפהאלטן קיין גט און ליין עס איבער ווייל איך פיהר מיך נישט איבערצושרייבן. די שאלה איז א פשוטער, ווען א אינגערמאן קומט זיך דורך רעדן מיט אייך צו ער זאל יא אדער נישט געבן קיין גט ווען ער באקומט נישט קיין וויזיטעישן און די גייסט אים מיעץ זיין ביזטו מחויב על פי תורה אים צו געבן די בעסטע עצה משום ולפני עיוור. איז די שאלה וואס איז די בעסטע עצה. איך האב מסביר געווען בטוב טעם ודעת פארוואס איך האלט אז מען דארף מייעץ זיין אויף צו געבן א גט, מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. איך האב נאך נישט געהערט קיין פארקערטע סיבה בטוב טעם ודעת מיט די שארט און לאנג טערם קאנסעקווענצן. סך הכל האב איך געהערט אז דו לאזט נישט אפ מיין בארד לאז איך נישט דיין בארד.
אדרבה, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון די וואס זענען שוין אדורך געגאנגען די מצב, נישט איינער וואס גייט עס יעצט דורך, און ווי אזוי זיי האבן עס געהענדלט און ווי אזוי עס האט זיך אויסגעארבעט אין די לאנג ראן. אין חכם כבעל הניסיון.
עס איז דא הונדערטע פעלער ווי די טאטע האט אויפגעגעבן אויף זיינע רעכטן צו זען די קינדער און די קינדער האבן אים פיינט געהאט עד סוף ימיו נאכן זיך אנזאפן מיט שנאה און בלבולים פון די מאמע טאג און נאכט
א פרוי וואס געבט נישט געהעריגע וויזיטעישן פאר איר עקס האב איך 0 סימפאטיע און רחמנות אויב זי באקומעט נישט קיין גט, זאל זי זיין א עגונה לעולם ועד!!!
א גט איז די "איינציגסטע" בארגעניג טשיפ וואס א מאן האט אין אזא פאל, און ס'איז באקאנט אז עס האט אסאך מאל געהאלפן צו באקומען וויזיטעישן אגריעמענטס.
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:47 am
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
און וואס איז ווען די מעשה איז פארקערט? וועלכע בארגענינג טשיפ האט די פרוי?
ווילאנג א פרוי האט נישט קיין בארגענינג טשיפ, גייען מיר ארבעטן אויף סיי וועלכע וועג מעגליך צו אונטערברענגען די אויבערהאנט וואס די מאן האט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 175
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די פרוי'ס בארגעניג טשיפ איז טויזענט מאל שטארקער. זי האט די קארט סיסטעם אין אמעריקא וואס נעמט זיך אן פאר פרויען 90% פון די אישוס.
נאכאמאל, קיינער רעדט נישט ווען א מאן געבט סתם נישט קיין גט, דעמאלטס איז כו"ע מודי אז ס'איז די גרעסטע רשעות און מען דארף עס אונטערברענגען, אבער ווען די פרוי טוט די גרעסטע רשעות נישט צו לאזן א טאטע זען זיינע אייגענע קינדער און קומט וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז מ'געבט איר נישט קיין גט, איז זי א היפאקריט און ס'קומט זיך איר נישט קיין גט.
נאכאמאל, קיינער רעדט נישט ווען א מאן געבט סתם נישט קיין גט, דעמאלטס איז כו"ע מודי אז ס'איז די גרעסטע רשעות און מען דארף עס אונטערברענגען, אבער ווען די פרוי טוט די גרעסטע רשעות נישט צו לאזן א טאטע זען זיינע אייגענע קינדער און קומט וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז מ'געבט איר נישט קיין גט, איז זי א היפאקריט און ס'קומט זיך איר נישט קיין גט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:47 am
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
דו ביזט אליינס מודה אז די גט סיסטעם איז צובראכן און וועגן דעם קען עס ווערן אביוזט.
אקורשט דאס איז די סיבה פארוואס מ'דארף פאררעכטן די סיסטעם, כדי מ'זאל עס נישט קענען אביוזן.
אקורשט דאס איז די סיבה פארוואס מ'דארף פאררעכטן די סיסטעם, כדי מ'זאל עס נישט קענען אביוזן.
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נו וואס איז, אפשר האט זי אדער ווייסט זי פון א נאנטער וואס האט געליטן? אדער נישט, וואס א חילוק.
איך לאך גראדע אביסל פונעם פאקט אז אסאך ניקים געבן נישט קיין דעקל פאר רבנים באשעפער בית דין תורה וכו'. אבער פלוצלינג ווערן זיי גאט פארכטיג און נעמען אויף זיך די יאך פון תורה...
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
זיי ציהען נישט צוריק, זיי זענען מבטל אן אנדערע בי"ד'ס סירוב.
דאס איז גאנץ אן אנדערע מעשה.
איך זאג נישט ווער ס'איז גערעכט.
מ'דארף קענען מער פרטים (און מ'דארף אויך קענען די דיינים...)
אבער זאגן אז בית דין "האט צוריק געצויגן" איז א אפענע פרעכע שקר.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
גראדע איז עס נישט אמת אין אונזער פאסט-פרויען רעכט וועלט.
אין אנדערע ווערטער, די רעכטן פון פרויען זענען אזוי שטארק, אז מ'טאר אפילו נישט רחמנות האבן אויף זיי מער ווי אויף מאנספארשוינען.
פרעג זיך נאך.
איך האב נאך א עצה פאר דעם מאן, ער קען זיך רופן פרוי... אבער דאס וועלמיר איבערלאזן פאר א צווייטע מאל אדער א צווייטע פלאץ...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑
זיי ציהען נישט צוריק, זיי זענען מבטל אן אנדערע בי"ד'ס סירוב.
דאס איז גאנץ אן אנדערע מעשה.
איך זאג נישט ווער ס'איז גערעכט.
מ'דארף קענען מער פרטים (און מ'דארף אויך קענען די דיינים...)
אבער זאגן אז בית דין "האט צוריק געצויגן" איז א אפענע פרעכע שקר.
סוף טוב הכל טוב: היינו הך, ס'איז די זעלבע זאך (אט האסטו א גראם אויך). איב א בי"ד האט מבטל געווען די סירוב פון א צווייטע בי"ד מיינט אז ס'איז נישט דא קיין אקטיווער סירוב, און דער מאן און זיין משפחה האבן גארנישט עובר געווען...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
טאטאלי נישט אמת.
אויף יעדן מסרב וועסטו טרעפן א "בית דין" וואס וועט אראפנעמען דעם סירוב.
אויב דו טרעפסט נישט, דארפסטו פשוט באצאלן אביסל מער.
דערפאר זאג איך אז מ'דארף קענען ווער זענען די אונטערשרייבערס (פון ביידע צעטלעך...)

berlbalaguleh האט געשריבן: ↑ סוף טוב הכל טוב: היינו הך, ס'איז די זעלבע זאך (אט האסטו א גראם אויך). איב א בי"ד האט מבטל געווען די סירוב פון א צווייטע בי"ד מיינט אז ס'איז נישט דא קיין אקטיווער סירוב, און דער מאן און זיין משפחה האבן גארנישט עובר געווען...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סוף טוב הכל טוב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: ↑
נו וואס איז, אפשר האט זי אדער ווייסט זי פון א נאנטער וואס האט געליטן? אדער נישט, וואס א חילוק.
אה, פרעגסט זייער גוט!
און אפשר קען א צווייטער א נאנטער וואס האט געליטן אויף פארקערט?...
איך ווער נערווירט ווען איינער איז עקסטרעם איינזייטיג און קען נישט זעהן קיין אנדערע צד, און בת קול - ביי די נושא - איז אזא סארט, עס קען אדורכגיין חדשים און מען הערט נישט פון איר, און אויפאיינמאל ווען מען רעדט פון גיטין שפרינגט זי ארויף אויפן אויבערפלאך מיט אירע עקסטרעמע מיינונגען, נאכאמאל און נאכאמאל.
קען זיין אז איך בין נאך אלץ נישט גערעכט, אבער עס האט מיר אנגעכאפט די הרגש. סארי נאכאמאל.
-------
לענינינו וועל איך איבער'חזר'ן מיין שיטה וואס איך האב שוין געשריבן מערערע מאל באשכול הנ"ל, און איך האב הנאה צו זעהן אז עטליכע ניקס אין דעם אשכול האלטן אויך אזוי.
בדרך כלל איז עס אמת אז מען טאר נישט אפהאלטן א גט פון א פרוי. עס איז א שרעקליכע אכזריות צו מעגן זיין א פרוי, בפרט פאר לאנגע יארן, און איר נישט געבן די אפארטוניטי זיך צו שטעלן נאכאמאל אויף די פיס מיט א נייע מאן. די אומרעכט ווערט נאך שטערקער ווען מען נוצט די תורה אלס א קרדום לחפור בה, דאס ברענגט אריין א שנאה צו תורה.
האועווער - במה דברים אמורים, אויב די פרוי איז א נארמאלע מענטש, מען קען מיט איר פארהאנדלען, און זי נוצט נישט אירע רעכטן אקעגן דעם מאן. ווי שוין ערווענט עטליכע מאל, איז ליידער אין די היינטיגע פארשטינקענע פעמיניסטישע וועלט די פרוי על הגובה, ידה על העליונה, זי קען חרוב מאכן די מאנ'ס לעבן, צי מיט בלבולים שונים, אפהאלטן וויזיטעישאן, אדער עקסטארשן פון שווערע געלטער וואס דער אינגערמאן (וואס איז שוין געווענליך אין טיפע חובות גייענדיג צו א ב"ד אדער קאורט, מיט טוענים און לאיערס ואכמ"ל) האט נישט צו געבן. לעצטנס הערט מען גאר פון פרויען וואס ווילן נישט "נעמען" קיין גט. ליידער אסאך פרויען זענען רשע'נטעס און פייניגן דעם מאן מיט עינויים קשים, און מאכט אים חרוב דאס לעבן. פארוואס סיי וועלכער נארמאלער מענטש האלט אז אזא פרוי דארף באקומען א גט און מען טאר עס נישט אפהאלטן, איז ממש אומפארשטענדליך! נאר ווייל גט איז א תורה שטעקן, און אירע רשעות איז סתם א וועלטליכע שטעקן? מאי שנא? פארוואס איז איר בלוט רויטער ווי זיינס???
איך האב שוין געשריבן אז איך האב מיטגעהאלטן קעיסעס פון ביידע זייטן. איך בין דן לכף זכות די אלע פעמיניסטן דא וואס האלטן אז אין קיין שום פאל טאר מען נישט אפהאלטן קיין גט, אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן ווי פארביסן און אכזריות'דיג פרויען קענען זיין צו זייערע מענער/עקס. עס איז צומאל הארצרייסענד ווי שלעכט זיי קענען זיין, די פרויען וועלן פון גיהנם נישט ארויסגיין אזוי שנעל! זיי וועלן בראטן און פלאקערן אינאיינעם מיט די גרעסטע רשעים. (איך ווייס נישט פונקטליך וואס די סיבה איז אז א פרוי האט א שטערקערע השפעה אויף אנדערע ווי א מאן, אירע ווערטער ווערן ענדערש מקובל אלס אמת, אבער די ביטערע מציאות איז אז זיי, מיט זייערע טרערן, און זיסע געשליפענע צינגלעך, טרעפן שנעלער פלאץ אין די הארץ פון אנדערע מענטשן ווי דער יונגערמאנ'ס, אפילו ווען די פרויען זענען באמת די שולדיגע).
וואספארא מין רשעות איז דאס צו זאגן פאר א יונגערמאן וואס איז עולם חשך בעדו, די פרוי רואינירט אים זיין לעבן ברוחניות ובגשמיות, פינאנציעל און עמאציאנאל, באשמוצט אים און פארשעמט אים אין די גאסן, אז ער מוז געבן א גט אפגעזען די אומשטענדן? אז זי זאל זיך קענען גיין חתונה האבן און האבן א חיים טובים בשעת ער איז חרוב ונחרב? פון וואו נעמט זיך פאר א יוד, א חלק פון די פאלק פון רחמנים בני רחמנים, צו געבן אזעלכע שוידערליכע עדווייס פאר א צובראכענעם יונגערמאן? איז טאקע דיין תאוות נשים אזוי שטארק אז עס איז מקלקלת את השורה און נעמט אוועק יעדע ביסל לאגיק? אז די פרוי איז א מרשעת, א שלעכטקייט, איז זי אליינס שולדיג אז זי באקומט נישט קיין גט, נישט דער יונגערמאן!
ואסיים מעין הפתיחה, אז אין אנדערע פעלער איז יא דער מאן דער רשע מרושע וואס מען דארף אים אונטערברענגען און ער וועט פלאקערן אין גיהנם, אבער עס איז קריטיש וויכטיג צו וויסן די פרטי הדברים פאר מען מאכט א החלטה (און געווענליך איז אוממעגליך צו וויסן אלע פרטים מיט אן אמת), אבער דאס בלינדקייט פון צומאכן די אויגן און שרייען "א גט טאר מען קיינמאל נישט אפהאלטן" איז אראגאנט, נאריש, און זאגאר רשעות און טפשות וואס עקזיסטירט נאר אין עולם הדמיון (אדער אין די גוי'אישע וועלט ליידער, וואו די מענער ענדיגן נישט וויינען אויף זייער בראך אז די פרויען האבן אלע רעכטן און מענער נישט). עס מאכט נישט קיין סענס אינעם רעאליטעט. אין רוב פעלער - הגם נישט אייביג - קען מען גאנץ גרינג פועל'ן ביים יונגערמאן זאל געבן א גט, אויב ער באקומט זיינע נארמאלע, יושר'דיגע מענטשליכע פארלאנגען. ווי נישט ווי, וויל דער יונגערמאן אויכעט נאכאמאל חתונה האבן און האבן א נארמאלע לעבן.
איי וועסטו זאגן, ער קען גיין מאכן א היתר מאה רבנים? איז וויכטיג צו וויסן אז רבנים טיילן נישט אזא היתר אין די וועלט אריין פאר יעדן שמויגער וואס פארלאנגט עס, עס איז א קאמפליצירטע פראצעדור. זיי וועלן געווענליך חוקר ודורש זיין, זיכער מאכן בעפאר דעם צי מען קען נישט גיין גראד, און אויב דער מאן איז סתם א מעגן וועט ער דאס נישט באקומען. רבנים זענען נישט אייביג סתם שלעכטע, זיי האבן אויך קינדער און אייניקלעך וואס מוטשען זיך אין די ענינים און זוכן אויך עצות דערצו.
דער שליסל ווארט איז: דרך הממוצע. קיינמאל נישט זיין איינזייטיג נאר פאר מענער אדער נאר פאר פרויען. עס איז נישט קיין ג'ענדער אישו.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
- האט שוין געלייקט: 198 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
אז די ברענגסט שוין יא , ווי איז די כתב סירוב, און די התראת סירוב
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:32 am
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
די מכתב איז געשריבן אויפן סירוב וואס איז ארויס געקומען בעפאר, אויף דעים ארויף האבן די דיינים געשריבן די מכתב עיין בהמכתב
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑
ואסיים מעין הפתיחה, אז אין אנדערע פעלער איז יא דער מאן דער רשע מרושע וואס מען דארף אים אונטערברענגען און ער וועט פלאקערן אין גיהנם, אבער עס איז קריטיש וויכטיג צו וויסן די פרטי הדברים פאר מען מאכט א החלטה (און געווענליך איז אוממעגליך צו וויסן אלע פרטים מיט אן אמת), אבער דאס בלינדקייט פון צומאכן די אויגן און שרייען "א גט טאר מען קיינמאל נישט אפהאלטן" איז אראגאנט, נאריש, און זאגאר רשעות און טפשות וואס עקזיסטירט נאר אין עולם הדמיון (אדער אין די גוי'אישע וועלט ליידער, וואו די מענער ענדיגן נישט וויינען אויף זייער בראך אז די פרויען האבן אלע רעכטן און מענער נישט). עס מאכט נישט קיין סענס אינעם רעאליטעט. אין רוב פעלער - הגם נישט אייביג - קען מען גאנץ גרינג פועל'ן ביים יונגערמאן זאל געבן א גט, אויב ער באקומט זיינע נארמאלע, יושר'דיגע מענטשליכע פארלאנגען. ווי נישט ווי, וויל דער יונגערמאן אויכעט נאכאמאל חתונה האבן און האבן א נארמאלע לעבן.
איי וועסטו זאגן, ער קען גיין מאכן א היתר מאה רבנים? איז וויכטיג צו וויסן אז רבנים טיילן נישט אזא היתר אין די וועלט אריין פאר יעדן שמויגער וואס פארלאנגט עס, עס איז א קאמפליצירטע פראצעדור. זיי וועלן געווענליך חוקר ודורש זיין, זיכער מאכן בעפאר דעם צי מען קען נישט גיין גראד, און אויב דער מאן איז סתם א מעגן וועט ער דאס נישט באקומען. רבנים זענען נישט אייביג סתם שלעכטע, זיי האבן אויך קינדער און אייניקלעך וואס מוטשען זיך אין די ענינים און זוכן אויך עצות דערצו.
דער שליסל ווארט איז: דרך הממוצע. קיינמאל נישט זיין איינזייטיג נאר פאר מענער אדער נאר פאר פרויען. עס איז נישט קיין ג'ענדער אישו.
אין אנדערע ווערטער האלטסטו אז מען טאר קיינמאל נישט לייגן פרעשור אויף קיין איין זייט ווייל מען ווייסט קיינמאל נישט די אמת....
הלוואי וואלט מען אזוי גע'פסק'נט אין אונזער קאמיוניטי אויף אנדערע עניינים....
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
לויט הרב געשטעטנער פון מאנסי ַַנישנאש האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:53 pm די פרוי'ס בארגעניג טשיפ איז טויזענט מאל שטארקער. זי האט די קארט סיסטעם אין אמעריקא וואס נעמט זיך אן פאר פרויען 90% פון די אישוס.
נאכאמאל, קיינער רעדט נישט ווען א מאן געבט סתם נישט קיין גט, דעמאלטס איז כו"ע מודי אז ס'איז די גרעסטע רשעות און מען דארף עס אונטערברענגען, אבער ווען די פרוי טוט די גרעסטע רשעות נישט צו לאזן א טאטע זען זיינע אייגענע קינדער און קומט וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז מ'געבט איר נישט קיין גט, איז זי א היפאקריט און ס'קומט זיך איר נישט קיין גט.
איז על פי תורה טאר מען קיינמאל נישט לייגן קיין פרעשער צו געבן א גט. איך האב עס נישט דורך געטון
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 66
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
- האט שוין געלייקט: 31 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
חכמינו ז"ל און הלכה דינגן זיך מיט ראבינער געשטעטנער.
די אייגענע שכל זאגט אויך אז אויב ס'איז דא הלכה ווען מ'איז מחייב צו געבן א גט, דאס איז פרעשור. הלכה פאר אן 'ארטאדאקסישע הלכה איד' איז פרעשור. הלכה אין הלכות גירושין איז אנגעפיקעוועט מיט כופין אותו להוציא וכו'

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ודברת בם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.