ענטפערס אין אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

סיסטעם האט געשריבן:איך וואלט זייער געוואלט וויסן תשובה אויב איינער האט
יעדער ווייסט אז אין רמב"ם שטייט אז די באשעפער האט באשאפן די וועלדט כדי להטיב אם בריאותיו
איז האב איך געטראכט צו מיך אז איך זעה נישט אז סדא א ערענסטע טשאנס זיך ארויסצודרייען פון גהינם
אמת אז די תשובה איז אז אינו דומה צו באקומען שכר פארן ארבעטן פאר דעם
אבער נאכאלץ וויאזוי קען זיין אז רובו ככולו פון דער וועלט וועט באקומען עונשים וועגן געציילטע מענטשן, דעס מיינט להיטב אם בריאותיו?
ממילא ווען עס וואלט געוועהן 50 50 וואלט מען געקענט זאגן אז עס לוינט אפשר אז 50 פראצענט זאל באקומען עונש כדי ווער עס איז בוחר אין גוטס זאל באקומען שכר, און יעדער איינער האט פאר זיך א 50 פראצענט טשאנס ממילא ווער עס באקומען גהינם איז זיך אליינס שילדיג, אבער וויאזוי קען זיין אז די טוב והמיטב זאל אויפשטעלן די וועלט אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
און נישט נאר דאס נאר רוב וועלט האט ניטאמאל די טשאנס צו קענען די באשעפער למשל אין צפון קריאע איז בכלל איינעם גענומען אויפן געדענק אז אפשר איז דא א בשעפער?
אבער אפילו ביי אונז איז די תורה אויסגעשטעלט אין מיין קליינער אויגן אויף א אויפן אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
איך בעט זייער אז מען זאל ענטפערן אויף א אופן פון נישט אוועקמאכן וואס איך גלייב ביז יעצט איבער שכר ועונש.
פרעגסט דאך זייער גוט, דאס איז בעצם די עיקר קשיא וואס איך האב געפרעגט אין די אשכול. די תירוץ וואס איך ענטפער דארטן איז אפשר נישט ממש דאס וואס דו פארלאנגסט דא, אבער עס געבט כאטש צו פארשטיין פארוואס מען 'דארף גלייבן' אז עונש עגזעסטירט. אדער לכה"פ פארוואס מען 'הייסט' אונז גלייבן אזוי.

בנוגע גיין קשיא פון די גוים, דאכצעך אז מען קען ענטפערן פשוט, זיי דארפן בלויז מקיים זיין די ז' מצוות בני נוח אויף צו מקבל זיין שכר, און די ז' מצוות זענען דאך מצוות שכליות וואס מען קען אנקומען צו זיי דורך שכל. איי וועסטו פרעגן אז למעשה איז רוב וועלט דאס נישט מקיים וא"כ איז ווייטער שווער אז ער וועט נישט קענען מטיב זיין פאר די בריאים. אויף דעם קען מען ענטפערן די זעלבע תירוץ הנ"ל אז פאר די וואס זענען נישט אנגעקומען צו דעם ע"י שכל, אדער אז שכל האט זיי געטראגן צו פארקערטע מסקנות, די וועט ער געבן שכר סייווי, נאר די חברה וואס שכל האט זיי יא מחייב געווען צו היטן די ז' מצוות און דאך האבן זיי זיך אנגעפיפן, די חברה וועט ער יא מעניש זיין... (אכ"פ אזוי דארפן מען זאגן... אליבא דאמת דארף מען אויף די חלק אויך ענטפערן די אויבן דערמאנטע תירוץ איבער גיהנם)

ודו"ק...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

שמן למאור האט געשריבן:
סיסטעם האט געשריבן:איך וואלט זייער געוואלט וויסן תשובה אויב איינער האט
יעדער ווייסט אז אין רמב"ם שטייט אז די באשעפער האט באשאפן די וועלדט כדי להטיב אם בריאותיו
איז האב איך געטראכט צו מיך אז איך זעה נישט אז סדא א ערענסטע טשאנס זיך ארויסצודרייען פון גהינם
אמת אז די תשובה איז אז אינו דומה צו באקומען שכר פארן ארבעטן פאר דעם
אבער נאכאלץ וויאזוי קען זיין אז רובו ככולו פון דער וועלט וועט באקומען עונשים וועגן געציילטע מענטשן, דעס מיינט להיטב אם בריאותיו?
ממילא ווען עס וואלט געוועהן 50 50 וואלט מען געקענט זאגן אז עס לוינט אפשר אז 50 פראצענט זאל באקומען עונש כדי ווער עס איז בוחר אין גוטס זאל באקומען שכר, און יעדער איינער האט פאר זיך א 50 פראצענט טשאנס ממילא ווער עס באקומען גהינם איז זיך אליינס שילדיג, אבער וויאזוי קען זיין אז די טוב והמיטב זאל אויפשטעלן די וועלט אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
און נישט נאר דאס נאר רוב וועלט האט ניטאמאל די טשאנס צו קענען די באשעפער למשל אין צפון קריאע איז בכלל איינעם גענומען אויפן געדענק אז אפשר איז דא א בשעפער?
אבער אפילו ביי אונז איז די תורה אויסגעשטעלט אין מיין קליינער אויגן אויף א אויפן אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
איך בעט זייער אז מען זאל ענטפערן אויף א אופן פון נישט אוועקמאכן וואס איך גלייב ביז יעצט איבער שכר ועונש.
פרעגסט דאך זייער גוט, דאס איז בעצם די עיקר קשיא וואס איך האב געפרעגט אין די אשכול. די תירוץ וואס איך ענטפער דארטן איז אפשר נישט ממש דאס וואס דו פארלאנגסט דא, אבער עס געבט כאטש צו פארשטיין פארוואס מען 'דארף גלייבן' אז עונש עגזעסטירט. אדער לכה"פ פארוואס מען 'הייסט' אונז גלייבן אזוי.

בנוגע גיין קשיא פון די גוים, דאכצעך אז מען קען ענטפערן פשוט, זיי דארפן בלויז מקיים זיין די ז' מצוות בני נוח אויף צו מקבל זיין שכר, און די ז' מצוות זענען דאך מצוות שכליות וואס מען קען אנקומען צו זיי דורך שכל. איי וועסטו פרעגן אז למעשה איז רוב וועלט דאס נישט מקיים וא"כ איז ווייטער שווער אז ער וועט נישט קענען מטיב זיין פאר די בריאים. אויף דעם קען מען ענטפערן די זעלבע תירוץ הנ"ל אז פאר די וואס זענען נישט אנגעקומען צו דעם ע"י שכל, אדער אז שכל האט זיי געטראגן צו פארקערטע מסקנות, די וועט ער געבן שכר סייווי, נאר די חברה וואס שכל האט זיי יא מחייב געווען צו היטן די ז' מצוות און דאך האבן זיי זיך אנגעפיפן, די חברה וועט ער יא מעניש זיין... (אכ"פ אזוי דארפן מען זאגן... אליבא דאמת דארף מען אויף די חלק אויך ענטפערן די אויבן דערמאנטע תירוץ איבער גיהנם)

ודו"ק...
א גרויסן שכוח זייער שיין גראדע האב וואס צו פרעגן אויף דעם אבער היות איך מיז אניאגן א וויכטיגער ארבעט וועל איך פרעגן ווען איך וועל האבן צייט
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

עס איז דא 3 טירן אריין צו גן עדן א.שמירת המצוות, ב.תשובה, ג.גיהנום/יסורים, ווער ס׳גייט נישט אין גן עדן גייט נישט אין גיהנום, יש קונטרס מיוחד על ענין זה מר׳ יצחק אבוהב דה פונסקה (השלישי) אז אפילו כופרים קומען אן צום סוף צו די הטבה שלימה.
ווער ס׳גלייבט אז עונש מיינט אז דו האסט נישט געפאלגט וועסטו כאפן דערפאר, גרעניצט זיך מיט כפירה.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

כפירה אין וואס? און פארוואס נאר א גרעניץ מיט כפירה און נישט כפירה אליין?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:כפירה אין וואס? און פארוואס נאר א גרעניץ מיט כפירה און נישט כפירה אליין?
ער גייט כאפן דערפאר ווייל אוי לרשע אוי לשכנו..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

אויב מעג איך אריינהאקן מיט אן אבזערוואציע אויף די סטעיזדש וואס מיר געפונען זיך דערין כרגע;
פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק זענען עניני אמונה געווען פארשטענדליך פאר יעדעם מגדול ועד קטן, מחוטב עציך ועד שואב מימיך, און אין עטליכע יאר ארום וועלן די ענינים האבן א גאר אנדערע באדייט פאר אלע, כנ"ל, נאר יעצט שטייט מען אין א פיינפולע טרענזישאן סטעידזש ווי דער עולם דראפעט זיך צו אנהאלטן, יעדער אויף וואס עס זעהט אים / איר אויס וויכטיג צו אנהאלטן, אבער מיט די דרכי מחשבה און תפיסת העולם פון היינט, בבחינת שבור את החבית ואל תשפוך את יינו... ליבי ליבי, מעי מעי...
:(
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

צקון לחש האט געשריבן:פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק זענען עניני אמונה געווען פארשטענדליך פאר יעדעם מגדול ועד קטן, מחוטב עציך ועד שואב מימיך
לאו דווקא, פאר וועם מיינסטו איז דער מורה נבוכים געשריבן געווארן? און דער אמונות ודעות? קאם אן, מענטשן האבן אלץ געהאט קשיות, פון אברהם אבינו מיט'ן במה אדע כי אירשנה, ביז'ן דור המדבר מיט'ן היכול אל לערוך שולחן במדבר, א.א.וו.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:כפירה אין וואס? און פארוואס נאר א גרעניץ מיט כפירה און נישט כפירה אליין?
כפירה ברוממותו, ובטובו המוחלט,
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

סיסטעם האט געשריבן:איך וואלט זייער געוואלט וויסן תשובה אויב איינער האט
יעדער ווייסט אז אין רמב"ם שטייט אז די באשעפער האט באשאפן די וועלדט כדי להטיב אם בריאותיו
איז האב איך געטראכט צו מיך אז איך זעה נישט אז סדא א ערענסטע טשאנס זיך ארויסצודרייען פון גהינם
אמת אז די תשובה איז אז אינו דומה צו באקומען שכר פארן ארבעטן פאר דעם
אבער נאכאלץ וויאזוי קען זיין אז רובו ככולו פון דער וועלט וועט באקומען עונשים וועגן געציילטע מענטשן, דעס מיינט להיטב אם בריאותיו?
ממילא ווען עס וואלט געוועהן 50 50 וואלט מען געקענט זאגן אז עס לוינט אפשר אז 50 פראצענט זאל באקומען עונש כדי ווער עס איז בוחר אין גוטס זאל באקומען שכר, און יעדער איינער האט פאר זיך א 50 פראצענט טשאנס ממילא ווער עס באקומען גהינם איז זיך אליינס שילדיג, אבער וויאזוי קען זיין אז די טוב והמיטב זאל אויפשטעלן די וועלט אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
און נישט נאר דאס נאר רוב וועלט האט ניטאמאל די טשאנס צו קענען די באשעפער למשל אין צפון קריאע איז בכלל איינעם גענומען אויפן געדענק אז אפשר איז דא א בשעפער?
אבער אפילו ביי אונז איז די תורה אויסגעשטעלט אין מיין קליינער אויגן אויף א אויפן אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
איך בעט זייער אז מען זאל ענטפערן אויף א אופן פון נישט אוועקמאכן וואס איך גלייב ביז יעצט איבער שכר ועונש.
אויב ברסלב רעדט צו דיר, דאן קוק אריין אין ספר כוכבי אור פון ר׳ אברהם בר״ן חזן. חלק ששון ושמחה. ווי ער אדרעסירט דעם ווייטאגליכע שאלה, און קלארט עס אויס מיט א שטארקייט, איך וועל צוטירן נאר איין שורה וז״ל אבל כפי התכלית האחרון שיזכה כל אחד בודאי טוב יותר שנברא, וזה נאמר אפילו על הפושע שבפושעים שאין פושע יותר ממנו, כי גם אצלו כל מה דעביד רחמנא להוריד נשמתו לזה העולם לטובתו הבלתי תכלית עביד כו.. עי״ש ותתחזק ותתרפא בשמחת עולם.
רוחין חדתין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 10:28 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך רוחין חדתין »

רוחין חדתין האט געשריבן:
סיסטעם האט געשריבן:איך וואלט זייער געוואלט וויסן תשובה אויב איינער האט
יעדער ווייסט אז אין רמב"ם שטייט אז די באשעפער האט באשאפן די וועלדט כדי להטיב אם בריאותיו
איז האב איך געטראכט צו מיך אז איך זעה נישט אז סדא א ערענסטע טשאנס זיך ארויסצודרייען פון גהינם
אמת אז די תשובה איז אז אינו דומה צו באקומען שכר פארן ארבעטן פאר דעם
אבער נאכאלץ וויאזוי קען זיין אז רובו ככולו פון דער וועלט וועט באקומען עונשים וועגן געציילטע מענטשן, דעס מיינט להיטב אם בריאותיו?
ממילא ווען עס וואלט געוועהן 50 50 וואלט מען געקענט זאגן אז עס לוינט אפשר אז 50 פראצענט זאל באקומען עונש כדי ווער עס איז בוחר אין גוטס זאל באקומען שכר, און יעדער איינער האט פאר זיך א 50 פראצענט טשאנס ממילא ווער עס באקומען גהינם איז זיך אליינס שילדיג, אבער וויאזוי קען זיין אז די טוב והמיטב זאל אויפשטעלן די וועלט אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
און נישט נאר דאס נאר רוב וועלט האט ניטאמאל די טשאנס צו קענען די באשעפער למשל אין צפון קריאע איז בכלל איינעם גענומען אויפן געדענק אז אפשר איז דא א בשעפער?
אבער אפילו ביי אונז איז די תורה אויסגעשטעלט אין מיין קליינער אויגן אויף א אויפן אז כמעט קיינער זאל זיך נישט קענען ארויסדרייען פון גהינם.
איך בעט זייער אז מען זאל ענטפערן אויף א אופן פון נישט אוועקמאכן וואס איך גלייב ביז יעצט איבער שכר ועונש.
אויב ברסלב רעדט צו דיר, דאן קוק אריין אין ספר כוכבי אור פון ר׳ אברהם בר״ן חזן. חלק ששון ושמחה. ווי ער אדרעסירט דעם ווייטאגליכע שאלה, און קלארט עס אויס מיט א שטארקייט, איך וועל צוטירן נאר איין שורה וז״ל אבל כפי התכלית האחרון שיזכה כל אחד בודאי טוב יותר שנברא, וזה נאמר אפילו על הפושע שבפושעים שאין פושע יותר ממנו, כי גם אצלו כל מה דעביד רחמנא להוריד נשמתו לזה העולם לטובתו הבלתי תכלית עביד כו.. עי״ש ותתחזק ותתרפא בשמחת עולם.
באמת די עיקר קשיא דיינע פענטפערט שוין די גמרא וואס זאגט כלפי ״אחר״ מוטב דלידיינוה וליתי לגן עדן, דאס מיינט אז ס׳לוינט די יסורי גיהנום אבי אנקומען אין גן עדן, נאר די חידוש פון די 2 ספרים וואס איך האב דערמאנט איז אז כאטש פון חז״ל איז משמע אז ס׳איז דא רשעים וואס דערליייגען יא אלעס, דאך זאגן זיי אז אין כזה דבר.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

חיזוק אין אמונה דורך הרב חיים אהרן אונגער שליט"א
(איך ברענג עס נישט פאר קיין קושיות אדער ראיות צו תירוצים.. בלויז חיזוק פאר ווער ס'דארף.
אויב באלאנגט עס אין א אנדערע אשכול מנהלים ביטע אריבערפירן. א דאנק.)
https://www.dropbox.com/scl/fi/gd0gx3tz ... 5gmoy&dl=0
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך סקעפטיקער »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:59 pm חיזוק אין אמונה דורך הרב חיים אהרן אונגער שליט"א

באמת זענען דאס אויסגעדראשענע טענות, אבער לאור וואס א חשוב'ע רב נעמט זיך די מיה צו עוסק זיין אין אזעלכע זאכן וואס דאס איז באמת ווערט צו באגריסט ווערן, וועל איך פראבירן זיך צו באפאסן מיט די טענות אחת לאחת אין די קומענדיגע טעג.
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:07 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:59 pm חיזוק אין אמונה דורך הרב חיים אהרן אונגער שליט"א
(איך ברענג עס נישט פאר קיין קושיות אדער ראיות צו תירוצים.. בלויז חיזוק פאר ווער ס'דארף.
אויב באלאנגט עס אין א אנדערע אשכול מנהלים ביטע אריבערפירן. א דאנק.)
https://www.dropbox.com/scl/fi/gd0gx3tz ... 5gmoy&dl=0
באמת זענען דאס אויסגעדראשענע טענות, אבער לאור וואס א חשוב'ע רב נעמט זיך די מיה צו עוסק זיין אין אזעלכע זאכן וואס דאס איז באמת ווערט צו באגריסט ווערן, וועל איך פראבירן זיך צו באפאסן מיט די טענות אחת לאחת אין די קומענדיגע טעג.
נאכאמאל די דרשה איז געזאגט געווארן צו געבן חיזוק פאר מאמינים, נישט אויפצוקלערן נישט גלויביגע.
והבן החילוק.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך שעפטאל »

@סקעפטיקער כ'גרייט צו די פאפקארן.
די מויל שמייכל'ט שוין וויסענדיג אז ס'גייט זיין פאן :P
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך אלפא »

איך וועל אויסכאפן @סקעפטיקער מיטן אויסלייגן די קארטלעך, און איך וועל דיר עס לאזן אפענטפערן.

זיינע ראיות זענען בעיקר געבויט אויף דעם אז די תורה איז נאך גילטיג און אז געוויסע מציאות'ן זענען נישט געווארן אפגעפרעגט מיט די צייט, וועלכע איז אן אנדייטונג אז נאר די באשעפער וואלט געקענט שרייבן מיט קאנפידענס אזאנע סטעיטמענטס. ואלו הן:

1. דאס אז די מים המרים המאררים פון א סוטה האט נאך געארבייט ביזן זמן פון ר"י בן זכאי (רמב"ן אויפן פלאץ).

2. די גמרא זאגט אין חולין אז די באשעפער האט געוויזן פאר משה אלע בהמות און חיות ביי די פרשה פון וזאת החיה אשר תאכלו, און מכאן תשובה להאומרים אין תורה מן השמים, ווייל חוץ פון די גמל, ארנבת, און חזיר, האט זיך נאכנישט געטראפן קיין איין אנדערע באשעפעניש וואס איז אויך מעלה גרה אדער מפריס פרסה, און דאס איז פראבאבליסטיקלי נישט מעגליך. די זעלבע מיט די חז"ל אז כל שיש בו קשקשת בידוע שיש לו סנפיר, וועלכע איז נאכנישט געווארן אפגעפרעגט.

3. די בלענק טשעק פון וצויתי את ברכתי לגבי שמיטה, און ולא יחמוד איש את ארצך לגבי עלייה לרגל, אויף וועלכע חז"ל ברענגען מעשיות וויאזוי עס איז טאקע פארווירקליכט געווארן. א מענטש וואלט דאס נישט געקענט מבטיח זיין.

4. און די תורה שטייט אז מעמד הר סיני גייט קיינמאל נישט ווערן איבערגע'חזר'ט, (הנהיה כדבר הגדול הזה...), און אפי' אלע אנדערע רעליגיעס וואלטן זיך עס געוואונטשן איז עס נאכנישט געשען.

5. די הבטחה אז כלל ישראל וועט אלס האבן א קיום (לא מאסתים ולא געלתים, ואתם בני יעקב לא כיליתם), וועלכע איז טאקע דערווייל מקוים, רפגעזען אז פיל מעכטיגערע פעלקער זענען שוין פון לאנג אפגעווישט געווארן.

6. אלע אנדערע חכמות קען מען אפפרעגן אפי' אריסטו (זאגט ער) איז געווארן אפגעפרעגט, משא"כ די תורה איז נצחיות.

7. שבת וועלכע די תורה האט פארשפראכן עקסקלוסיוו פאר כלל ישראל האט טאקע קיין איין אנדערע רעליגיע נישט צוגענומען פאר זייערע רו-טאג.

צומישט און צוחישט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:58 pm
נאכאמאל די דרשה איז געזאגט געווארן צו געבן חיזוק פאר מאמינים, נישט אויפצוקלערן נישט גלויביגע.
והבן החילוק.
זיי מסביר די חילוק ביטע.
ממילא ווען עס קומט צו טענות (1, 3,) וועלכע פארלאנגען אמונה בכדי עס בכלל צו גלייבן, ניחא.
אבער לאגישע ארגומענטן דארף בפשטות זיין די זעלבע אויסגעהאלטן ווען מ'רעדט צו מאמינים אדער פארקערט.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

אלפא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:47 am

צומישט און צוחישט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:58 pm
נאכאמאל די דרשה איז געזאגט געווארן צו געבן חיזוק פאר מאמינים, נישט אויפצוקלערן נישט גלויביגע.
והבן החילוק.
זיי מסביר די חילוק ביטע.
ממילא ווען עס קומט צו טענות (1, 3,) וועלכע פארלאנגען אמונה בכדי עס בכלל צו גלייבן, ניחא.
אבער לאגישע ארגומענטן דארף בפשטות זיין די זעלבע אויסגעהאלטן ווען מ'רעדט צו מאמינים אדער פארקערט.
די דרשה איז נישט געווען לשם ארגומענט בכלל, און ווי ער זאגט רעדט ער נישט ביי קיין סעמינאר צו מאכן מענטשן גלייבן.
פאר א מענטש וואס גלייבט איז א גוטע זאך צו האכן חיזוק אין אמונה פונקט ווי אין אלע אנדערע ענינים אין עבודת השם, ווען מ'דערציילט השגחה פרטית מעשיות איז קיינעם'ס נישט כוונה אז יעצט גייען אלע כופרים איינזעהן כי ד' הוא האלוקים אבער פאר'ן מאמין פלאקערט עס אויף און גיבט פאויער פאר די אמונה וואס ער גלייבט סייווי בשורשו אהן קיין ראיות, ער גלייבט ווייל ער וויל גלייבן, אבער מיט דעם אלעם גלייכט ער א גוטע קיצל זאל אים אויפלעבן זיין אמונה, נעם להבדיל עני אנדערע דעות וואס איז דא צווישן מענטשן, יעדער פויקט און מארקעטירט זיין דעה פאר זייערע נאכפאלגער, און די ציל איז נישט תמיד צו אריבערברענגן מענטשן צו זייער זייט אדער אפצושלאגן קשיות און טענות געוואנדן צו זייער זייט, נאר ליבערשט די מענטשן וואס ער האט סייווי אויף זיין זייט ווען זיי וועלן הערן דעם געדאנק וועט עס זיי האלטן פריש אז די מיינונג זאל נישט שלאפן ביי זיי, נאר זיי זאלן לעבן דערמיט אויף אלע באקן.
כ'האף ס'פארשטענדליך.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך סקעפטיקער »

אלפא האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:47 am איך וועל אויסכאפן @סקעפטיקער מיטן אויסלייגן די קארטלעך, און איך וועל דיר עס לאזן אפענטפערן.

זיינע ראיות זענען בעיקר געבויט אויף דעם אז די תורה איז נאך גילטיג און אז געוויסע מציאות'ן זענען נישט געווארן אפגעפרעגט מיט די צייט, וועלכע איז אן אנדייטונג אז נאר די באשעפער וואלט געקענט שרייבן מיט קאנפידענס אזאנע סטעיטמענטס. ואלו הן:

1. דאס אז די מים המרים המאררים פון א סוטה האט נאך געארבייט ביזן זמן פון ר"י בן זכאי (רמב"ן אויפן פלאץ).
זייער ענליך צו די ענין פון סוטה טרעפט מען אין די אור אלטע געזעצן פון חמורבי (132) ווי פאלגענד: "אויב מען צייגט דעם פינגער אויף א מאן'ס ווייב וועגן אן אנדער מאן אבער זי ווערט נישט געכאפט ליגן מיט'ן אנדערן מאן, זאל זי פאר איר מאן אין טייך אריינשפרינגען." די אלטע געזעץ איז געווען אז ווען עס איז דא א ספק אויב א פרוי איז שולדיג זאל זי אריינטאנצן אין טייך און אויב זי וועט בלייבן לעבן איז עס א סימן אז זי איז נישט שולדיג אבער אויב זי וועט דערטראנקן ווערן איז דאס א סימן אז זי איז באמת שולדיג.

אויף די געזעץ קען מען פרעגן די זעלבע קשיות ווי אויף סוטה, האט חמורבי נישט מורא געהאט אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז עס ארבעט נישט? די תירוצים זענען פארשידנארטיג. קודם כל, עס איז זייער שווער פעסטצושטעלן אויב די פרוי האט יא אדער נישט מזנה געווען, מ'רעדט דאך דא פון אזעלכע פעלער וואס האבן נישט קיין עדים און אייביג קען מען זאגן אז עכט האט זי יא אדער נישט מזנה געווען. און פארוואס זאל עס נישט איינער גיין פרובירן מיט באהאלטענע עדים וואס וועלן שפעטער מעיד זיין אז זי האט באמת מזנה געווען? יתכן אז קיינער וויל זיך נישט דירעקט אריינלייגן אין א ספק סכנה פארדעם. אדער – ווי עס איז נהוג אין רעליגיע – וועט מען זיי ממילא נישט גלייבן. אדער וועט מען גאר זאגן אז אין אזא פאל ווען עס זענען באמת דא עדים ארבעט עס נישט, אזויווי די גמרא זאגט אין סוטה ו ע"א סוטה שיש לה עדים במדינת הים אין המים בודקין אותה (איר קענט יענעם וואס קען נאר פליען ווען קיינער זעהט נישט?).

ווען מ'באטראכט די ענין פון מי סוטה זעהט עס אויס ממש ווי א גלגול פון די סארט חוקים, עס בלייבט נאר איבער צו פארשטיין וועלכע אינגרידיענט אין די מי סוטה האט געקענט מאכן "וצבתה בטנה ונפלה יריכה"?

אבער קודם, עטליכע זאכן אין די פסוקים וואס דארף א ביאור.

קודם די לשון הפסוק "ומן העפר אשר יהיה בקרקע המשכן" איז אביסל אינטערעסאנט, אויב דארף מען נעמען פשוט ערד וואלט געדארפט שטיין "ומעפר המשכן". די משנה אין סוטה זאגט שוין אז עס איז געווען א ספעציעלע פלאץ וואו פון דארט האט מען גענומען ערד - ומקום היה שם אמה על אמה וטבלא של שיש וטבעת היתה קבועה בה כשהוא מגביה ונוטל עפר מתחתיה. די גמרא זאגט נאכמער - תנו רבנן ומן העפר אשר יהיה יכול יתקן מבחוץ ויכניס? תלמוד לומר בקרקע המשכן. אי בקרקע המשכן יכול יחפור בקרדומות? תלמוד לומר אשר יהיה. הא כיצד? יש שם הבא, אין שם תן שם. תניא אידך ומן העפר אשר יהיה וגו׳ מלמד שהיה מתקן מבחוץ ומכניס בקרקע המשכן.

פון די גמרא זעהט מען אז מ'האט נישט געקענט נעמען סיי וואו פון די קרקע המשכן נאר פון א געוויסע פלאץ, און לויט געוויסע דעות האט מען דוקא געדארפט אהינברענגען די ערד און נישט נעמען פון דארט. איז אפשר נאכעפעס געלעגן אין די ערד? נישט וואס עס שטייט.
נאך א זאך, די פסוק רופט אן די מי סוטה "מי המרים" ביטערע וואסער, זעהט אויס אז די וואסער איז געווען ביטער – כאטש עס איז נישט קלאר וויאזוי ערד זאל מאכן וואסער "ביטער". געוויסע מפרשים ווילן טאקע זאגן אז עס ווערט אנגערופן ביטער ע"ש סופו ווי עס שטייט "ובאו בה המים המאררים למרים", אבער עס איז א היפשער דוחק. און אפילו דארט דארף מען פארשטיין פארוואס נוצט די תורה פונקט די ווארט "למרים"? די רמב"ן - וואס גייט אויך מיט די מהלך פון ע"ש סופו – זאגט אז די וועג וויאזוי די וואסער האט געארבעט איז דורכן ווערן ביטער נאכן אנקומען אין איר (בדרך נס) און דורכדעם אנגעמאכט די שאדן, די פשט איז זייער שווער ווייל וואס האט אויסגעפעלט די ביטערקייט אויב עס איז בדרך נס? אבער די רעיון וואס מ'זעהט פון זיינע ווערטער איז אז ער פארשטייט אז די "מרירות" איז געווען די גורם אויף וצבתה בטנה ונפלה יריכה.

אבער חז"ל זענען אונז מגלה אז אין די מי סוטה זענען גאר געווען נאך אינגרידיענטס! אבוה דשמואל זאגט אין סוטה דף כ. "צריך שיתן מר לתוך המים מ”ט דאמר קרא מי המרים שמרים כבר", עס זענען געווען נאך זאכן חוץ ערד וואס האט עס געמאכט ביטער, חז"ל זאגן נישט וואס די ביטערע זאך איז געווען. די רמב"ם פסק'נט אויך "ונותן לתוכן דבר מר, כגון לענה וכיוצא בה, שנאמר מי המרים המאררים”.

די אבע"ז שרייבט: מי המרים – לפי דעתי: שמלת מי סמוך, ומלת המרים תואר השם, אם כן "סודו ידוע". וואס איז די סוד פונעם אבע"ז? דער באקאנטער מפרש פונעם אבע"ז דער צפנת פענח איז הולך רכיל ומגלה סוד. פירוש: רבותינו ז״ל רמזו סודו במסכת סוטה בפרק שני שאמרו ומן העפר אשר יהיה בקרקע המשכן אם יש שם הבא, ואם אין שם תן שם. תניא אידך ומן העפר אשר יהיה מלמד שהיה מתקין מבחוץ ומכניס, ובפרק שלישי אמר אבוה דשמואל צריך שיתן מר לתוך המים, מאי טעמא אמר קרא וביד הכהן יהיו מי המרים שמררים כבר ע״כ, והנך רואה בדבריהם שהיה נותן הכהן בתוכו סם מר מזיק והיה השם מחדש בו פלא שהטהורה תנצל, ויהיה הסם מנקה ומטהר את גופה מכל חולי ותהיה בריאה ותתעבר, והטמאה אין לה מעמד ולא תנצל. (ועי' שד"ל)

די זעלבע זאך שטייט אין ספר הבתים אז אין די מי סוטה האט מען אריינגעלייגט סם המות, און די נס איז געווען ווען זי איז נישט געשטארבן. וז"ל "באה הקבלה האמתית שבמי סוטה היו משימים סם המות לפי דעת קצת ממבארי הקבלה, וכן מעפר העזרה, ושאלני אחד מן המעיינים אי זה מופת היה במי סוטה אם תמות האשה הדברים הממיתים, ואמרתי לו כי המופת הגמור היה שאם היא נקיה לא תמות, ויותר גדול זה המופת מאשר אם תשתה מים לבד ונטמאה ותמות, וידוע הוא שאם נטמאת לא תשתה לפחדה מאלו הענינים".

צו דעם אלעם, אין אן ארטיקל מיטן נאמען "POISON, TRIAL BY ORDEAL AND THE CUP OF WRATH" ברענגט William McKane שטארקע סברות והוכחות אז די ווארט מרים דא מיינט Poison, ער שטעלט עס צו צו "ראש ולענה" וואס זענען סיי א לשון פון ביטער און אויך פון סם המות. בייגעלייגט איז די ארטיקל פאר ווער עס איז נייגעריג. אויב איז זיין מהלך ריכטיג, שטימט זייער גוט די פסוק "ובאו בה המים המאררים למרים" אז די מים גייט זיין פאר איר ווי "סם".
McKane-PoisonTrialOrdeal-1980.pdf
(1.71 MiB) אראפגעלאדנט 6 מאל
נאכדעם אלעם איז מער נישט שייך צו פרעגן וואס איז דארט געווען וואס האט עס געקענט גורם זיין, ווייל עס איז נישט אויסגעשלאסן אז די מי סוטה האט געהאט באשטאנדטיילן וואס האבן געקענט דאס צוברענגען, עס איז זייער מעגליך אז די ערד איז געווען ספעציעלע ערד געמישט מיט באשטאנדטיילן , אדער די "ביטערע" זאכן צוגעלייגט זענען געווען שעדליך. און פונקט ווי ביי די געזעץ פון חמורבי איז עס געווען א וועג אריינצולייגן די פרוי אין א מסוכנ'דיגע מצב און זעהן אויב זי וועט געראטעוועט ווערן.

איך האב נאך צוזאגן איבער סוטה, ועוד חזון
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך אלפא »

סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:29 pm

זייער ענליך צו די ענין פון סוטה טרעפט מען אין די אור אלטע געזעצן פון חמורבי (132) ווי פאלגענד: "אויב מען צייגט דעם פינגער אויף א מאן'ס ווייב וועגן אן אנדער מאן אבער זי ווערט נישט געכאפט ליגן מיט'ן אנדערן מאן, זאל זי פאר איר מאן אין טייך אריינשפרינגען." די אלטע געזעץ איז געווען אז ווען עס איז דא א ספק אויב א פרוי איז שולדיג זאל זי אריינטאנצן אין טייך און אויב זי וועט בלייבן לעבן איז עס א סימן אז זי איז נישט שולדיג אבער אויב זי וועט דערטראנקן ווערן איז דאס א סימן אז זי איז באמת שולדיג.
דערמאנט די מעשה פון די עם הארץ וועלכע האט געלאזט די הינטל זיינע פסק'נען זיינע שאלות אין הלכות טריפה, מיטן לייגן די פראבלעמאטישע פלייש אין פארנט פונעם הינט, און אויב ער עסט עס איז א ראי' אז עס איז טאקע טריפה.

ער האט נאר שנעל באמערקט אז די הינט איז א היבשע מחמיר בענייני טריפות...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

@סקעפטיקער וואס וועט מען טוהן מיט דעם "ונקתה ונזרע זרע" אז אויב זי איז געווען א עקרה איז זי געהאלפן געווארן, אדער לויט די אנדערע מ"ד שאם היתה יולדת בצער יולדת בריווח,נקיבות-זכרים וכו'
די אויבנדערמאנטע אינגרידיענטס העלפן אויך אין די פערטיליטי פעלד?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא האב איך צוגעברענגט לגבי מצות סוטה:
מי אני האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 8:07 pmובנוגע נסים במשנתו של הרמב״ם איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דר. מנחם קעלנער טענה׳ט (עפ״י דר. זאב פארבּער) אז ס׳איז מעגליך אז דער רמב״ם האט נישט געהאלטן אז דאס ברענען אכט טעג פון די ליכט אשר בעבורה נתקן חנוכה איז געווען א נס ממש. ווי אויך אז ביי השקאת הסוטה איז די פרוי קיינמאל נישט געווען אין סכנה, וויבאלד דאס איז דאך נישט נאטורליך און ראציאנאליש. עס איז נאר געטוהן געווארן להשקיט רגשי בעלה ולהביא שלום ביניהם; אזא סארט ״נאבעלע ליגענט״. ‏(דר. חנה ליס טענה׳ט אויך אז מצות ותורת השקאת הסוטה איז פאר׳ן מאן אים צו בארואיגן ווייל ער וויל דאך בלייבן וואוינן מיט איר ווי איידער געבן א גט, נאר ער האט מורא אלס איר טומאה וכו׳. וממילא האט מען געמאכט אזא ריטואל/שפיל, און אז מ'זעהט אז ס'איז גארנישט געשעהן איז דאך "מוכח" אז ס'איז מסודר און ער קען גיין וואוינען מיט איר געהעריג.)
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:17 pmדי דרשה איז נישט געווען לשם ארגומענט בכלל, און ווי ער זאגט רעדט ער נישט ביי קיין סעמינאר צו מאכן מענטשן גלייבן. פאר א מענטש וואס גלייבט איז א גוטע זאך צו האכן חיזוק אין אמונה פונקט ווי אין אלע אנדערע ענינים אין עבודת השם. ווען מ'דערציילט השגחה פרטית מעשיות איז קיינעמ'ס נישט כוונה אז יעצט גייען אלע כופרים איינזעהן כי ד' הוא האלוקים, אבער פאר'ן מאמין פלאקערט עס אויף און גיבט פאויער פאר די אמונה וואס ער גלייבט סייווי בשורשו אהן קיין ראיות. ער גלייבט ווייל ער וויל גלייבן, אבער מיט דעם אלעם גלייכט ער א גוטע קיצל זאל אים אויפלעבן זיין אמונה. נעם להבדיל עני אנדערע דעות וואס איז דא צווישן מענטשן, יעדער פויקט און מארקעטירט זיין דעה פאר זייערע נאכפאלגער, און די ציל איז נישט תמיד צו אריבערברענגן מענטשן צו זייער זייט אדער אפצושלאגן קשיות און טענות געוואנדן צו זייער זייט, נאר ליבערשט די מענטשן וואס ער האט סייווי אויף זיין זייט ווען זיי וועלן הערן דעם געדאנק וועט עס זיי האלטן פריש אז די מיינונג זאל נישט שלאפן ביי זיי, נאר זיי זאלן לעבן דערמיט אויף אלע באקן.

כ'האף ס'פארשטענדליך.
אט די סברא שרייבט דער טעאלאג דר. עלווין פּלאנטינגא לגבי טוהן אין ראיות והוכחות למציאות הא-ל, הגם זיי זענען טאקע למעשה נישט דעמאנסטרעטיוו.

ועיין בדברי @ברסלבער ובאשכולו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך סקעפטיקער »

סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:29 pm איך האב נאך צוזאגן איבער סוטה, ועוד חזון
איין שטארקע ראי' האב איך אויסגעלאזט, און דאס איז גאר פונעם ברית החדשה, אין די Book of Revelations פרק ח פסוק י שטייט: המלאך השלישי תקע בשופר, וכוכב גדול נפל מן השמים, בוער כמו לפיד, והוא נפל על שליש מהנהרות ועל מעיינות המים. שמו של הכוכב הוא לענה. שליש מהמים הפכו לענה, ורבים מתו מהמים בגלל שנעשו מרים. דא זעהט מען אויך די קשר צווישן ביטערע וואסער און פאר'סמ'טע וואסער, (די ריטיגקייט פון ברית החדשה איז דא לגמרי אומרעלאוואנט, ווייל עס איז נאר צו ווייזן אז דאס איז געווען אנגענומען צו האבן שייכות).

אבער באמת איז די גאנצע שמועס אך למותר, ווייל עס זענען נישטא קיין קראנטע ראיות אז מי סוטה האט אמאל בכלל געארבעט, אין חז"ל איז נישטא קיין איין מעשה ווי א פרוי איז געשטארבן פון מי סוטה, חוץ די איין מעשה פון שתי אחיות שהיו דומות זו לזו וואס איז טיפישע לעגענדע אן קיין פרטים און מוז נישט האבן פאסירט. אבער עס איז נישטא קיין איין מעשה מיט עפעס פרטים נעמען וכו'. בכלל זעהט אויס אז מי סוטה איז געווען א זעלטענע זאך, די איינציגסטע מעשה דערפון איז אין עדיות פרק ה משנה ו, אבער די משנה אליינס זאגט אז עס איז נישט געווען קיין אמת'ע מי סוטה בכלל, ועי' אריכות נפלא בהקדמת משנת ארץ ישראל למסכת סוטה.

נאכמער, מ'זעהט חז"ל האבן זיך געמוטשעט מיט דעם וואס מי סוטה ארבעט נישט, און האבן אנגעגעבן א הסבר פון זכות תולה לה. לאמיר נאכברענגען אביסל די ווערטער פון די משנה אין סוטה פרק ג - אם יש לה זכות, היתה תולה לה. יש זכות תולה שנה אחת, יש זכות תולה שתי שנים, יש זכות תולה שלש שנים. מכאן אומר בן עזאי, חיב אדם ללמד את בתו תורה, שאם תשתה, תדע שהזכות תולה לה. רבי שמעון אומר, אין זכות תולה במים המרים. ואם אתה אומר, הזכות תולה במים המאררים, מדהה אתה את המים בפני כל הנשים השותות, ומוציא אתה שם רע על הטהורות ששתו, שאומרים טמאות הן אלא שתלתה להן זכות. רבי אומר, הזכות תולה במים המאררים, ואינה יולדת ואינה משבחת, אלא מתנונה והולכת, לסוף היא מתה באותה מיתה.

און עס קוקט אויס אז די סיבה וואס האט סוכ"ס געברעגנט צום ביטול פון מי סוטה איז געווען ווייל עס האט נישט געארבעט. און ריב"ז האט אנגעגעבן די סיבה משום ריבוי המנאפים.

דאס אלעס מאכט שפעקולירן אזויווי די טעזע וואס מי אני האט שוין צוגעצייכענט אז די גאנצע ציהל פון מי סוטה איז געווען פסיכאלאגיש אז די מאן זאל זיך בארואיגן ווען ער איז חושד זיין פרוי, עי"ש אין די צוגעצייכנטע ארטיקלען.

נ.ב. אזוי ווי די שרייבן נעמט מיר אויף א געוואלד מיט צייט, וועל איך לכאורה נישט שרייבן איינס נאכן צווייטן נאר יעדע וואך צוויי אביסל.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך סקעפטיקער »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:10 pm @סקעפטיקער וואס וועט מען טוהן מיט דעם "ונקתה ונזרע זרע" אז אויב זי איז געווען א עקרה איז זי געהאלפן געווארן, אדער לויט די אנדערע מ"ד שאם היתה יולדת בצער יולדת בריווח,נקיבות-זכרים וכו'
די אויבנדערמאנטע אינגרידיענטס העלפן אויך אין די פערטיליטי פעלד?
וואס זענען די ראיות אז דאס האט פאסירט? א חלק פון די זאכן זענען אזוי אומקלאר אז עס איז כמעט אומממעגליך פעסטצושטעלן ווי למשל יולדות בצער ובריוח. און איך שטעל מיך פאר אז כלל ישראל איז זיך נישט געלאפן שמד'ן אויב א סוטה האט געבוירן א נקיבה ווייל "מ'רעדט בדרך כלל", און אויב עס האט זיך געמאכט אמאל א פרוי וואס איז געבליבן אן עקרה האט מען געזאגט בהדי כבשי דרחמנא למה לך עס איז זיכער געווען א גזירה וכו'. ובפרט אויב א סוטה איס געווען א זעלטענע זאך, און בפרט אמאל ווען עס איז נישט געווען קיין נייעס קוועלער אז די גאנצע לאנד זאל בלייבן האלטן די אויג אויף א פרוי וואס איז געווען א סוטה. עס איז גארנישט אנדערש ווי די אלע בעלי מופתים למיניהם וואס זאגן צו גאלדענע גליקען.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ענטפערס אין אמונה

שליחה דורך שעפטאל »

ציווישען אזוי פיהל אקטיווע אשכולות וואס נישט אלע רעדן צו מיך, איז פיינעלי צוריק דא א אשכול!!!

סקעפטי: שרייבסט אזוי מין קלאר, ס'איז צו צאם קישן יעדעס ווארט!!!

שכח פאר אלע שעות און כוחות וואס דו ביסט מנדב פאר אונז לתועלת הרבים!!!
פארשפארט