סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:29 pm
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:47 am
איך וועל אויסכאפן
@סקעפטיקער מיטן אויסלייגן די קארטלעך, און איך וועל דיר עס לאזן אפענטפערן.
זיינע ראיות זענען בעיקר געבויט אויף דעם אז די תורה איז נאך גילטיג און אז געוויסע מציאות'ן זענען נישט געווארן אפגעפרעגט מיט די צייט, וועלכע איז אן אנדייטונג אז נאר די באשעפער וואלט געקענט שרייבן מיט קאנפידענס אזאנע סטעיטמענטס. ואלו הן:
1. דאס אז די מים המרים המאררים פון א סוטה האט נאך געארבייט ביזן זמן פון ר"י בן זכאי (רמב"ן אויפן פלאץ).
זייער ענליך צו די ענין פון סוטה טרעפט מען אין די אור אלטע
געזעצן פון חמורבי (132) ווי פאלגענד: "אויב מען צייגט דעם פינגער אויף א מאן'ס ווייב וועגן אן אנדער מאן אבער זי ווערט נישט געכאפט ליגן מיט'ן אנדערן מאן, זאל זי פאר איר מאן אין טייך אריינשפרינגען." די אלטע געזעץ איז געווען אז ווען עס איז דא א ספק אויב א פרוי איז שולדיג זאל זי אריינטאנצן אין טייך און אויב זי וועט בלייבן לעבן איז עס א סימן אז זי איז נישט שולדיג אבער אויב זי וועט דערטראנקן ווערן איז דאס א סימן אז זי איז באמת שולדיג.
אויף די געזעץ קען מען פרעגן די זעלבע קשיות ווי אויף סוטה, האט חמורבי נישט מורא געהאט אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז עס ארבעט נישט? די תירוצים זענען פארשידנארטיג. קודם כל, עס איז זייער שווער פעסטצושטעלן אויב די פרוי האט יא אדער נישט מזנה געווען, מ'רעדט דאך דא פון אזעלכע פעלער וואס האבן נישט קיין עדים און אייביג קען מען זאגן אז עכט האט זי יא אדער נישט מזנה געווען. און פארוואס זאל עס נישט איינער גיין פרובירן מיט באהאלטענע עדים וואס וועלן שפעטער מעיד זיין אז זי האט באמת מזנה געווען? יתכן אז קיינער וויל זיך נישט דירעקט אריינלייגן אין א ספק סכנה פארדעם. אדער – ווי עס איז נהוג אין רעליגיע – וועט מען זיי ממילא נישט גלייבן. אדער וועט מען גאר זאגן אז אין אזא פאל ווען עס זענען באמת דא עדים ארבעט עס נישט, אזויווי די גמרא זאגט אין סוטה ו ע"א סוטה שיש לה עדים במדינת הים אין המים בודקין אותה (איר קענט יענעם וואס קען נאר פליען ווען קיינער זעהט נישט?).
ווען מ'באטראכט די ענין פון מי סוטה זעהט עס אויס ממש ווי א גלגול פון די סארט חוקים, עס בלייבט נאר איבער צו פארשטיין וועלכע אינגרידיענט אין די מי סוטה האט געקענט מאכן "וצבתה בטנה ונפלה יריכה"?
אבער קודם, עטליכע זאכן אין די פסוקים וואס דארף א ביאור.
קודם די לשון הפסוק "ומן העפר אשר יהיה בקרקע המשכן" איז אביסל אינטערעסאנט, אויב דארף מען נעמען פשוט ערד וואלט געדארפט שטיין "ומעפר המשכן". די משנה אין סוטה זאגט שוין אז עס איז געווען א ספעציעלע פלאץ וואו פון דארט האט מען גענומען ערד - ומקום היה שם אמה על אמה וטבלא של שיש וטבעת היתה קבועה בה כשהוא מגביה ונוטל עפר מתחתיה. די גמרא זאגט נאכמער - תנו רבנן ומן העפר אשר יהיה יכול יתקן מבחוץ ויכניס? תלמוד לומר בקרקע המשכן. אי בקרקע המשכן יכול יחפור בקרדומות? תלמוד לומר אשר יהיה. הא כיצד? יש שם הבא, אין שם תן שם. תניא אידך ומן העפר אשר יהיה וגו׳ מלמד שהיה מתקן מבחוץ ומכניס בקרקע המשכן.
פון די גמרא זעהט מען אז מ'האט נישט געקענט נעמען סיי וואו פון די קרקע המשכן נאר פון א געוויסע פלאץ, און לויט געוויסע דעות האט מען דוקא געדארפט אהינברענגען די ערד און נישט נעמען פון דארט. איז אפשר נאכעפעס געלעגן אין די ערד? נישט וואס עס שטייט.
נאך א זאך, די פסוק רופט אן די מי סוטה "מי המרים" ביטערע וואסער, זעהט אויס אז די וואסער איז געווען ביטער – כאטש עס איז נישט קלאר וויאזוי ערד זאל מאכן וואסער "ביטער". געוויסע מפרשים ווילן טאקע זאגן אז עס ווערט אנגערופן ביטער ע"ש סופו ווי עס שטייט "ובאו בה המים המאררים למרים", אבער עס איז א היפשער דוחק. און אפילו דארט דארף מען פארשטיין פארוואס נוצט די תורה פונקט די ווארט "למרים"? די רמב"ן - וואס גייט אויך מיט די מהלך פון ע"ש סופו – זאגט אז די וועג וויאזוי די וואסער האט געארבעט איז דורכן ווערן ביטער נאכן אנקומען אין איר (בדרך נס) און דורכדעם אנגעמאכט די שאדן, די פשט איז זייער שווער ווייל וואס האט אויסגעפעלט די ביטערקייט אויב עס איז בדרך נס? אבער די רעיון וואס מ'זעהט פון זיינע ווערטער איז אז ער פארשטייט אז די "מרירות" איז געווען די גורם אויף וצבתה בטנה ונפלה יריכה.
אבער חז"ל זענען אונז מגלה אז אין די מי סוטה זענען גאר געווען נאך אינגרידיענטס! אבוה דשמואל זאגט אין סוטה דף כ. "צריך שיתן מר לתוך המים מ”ט דאמר קרא מי המרים שמרים כבר", עס זענען געווען נאך זאכן חוץ ערד וואס האט עס געמאכט ביטער, חז"ל זאגן נישט וואס די ביטערע זאך איז געווען. די רמב"ם פסק'נט אויך "ונותן לתוכן דבר מר, כגון לענה וכיוצא בה, שנאמר מי המרים המאררים”.
די אבע"ז שרייבט: מי המרים – לפי דעתי: שמלת מי סמוך, ומלת המרים תואר השם, אם כן "סודו ידוע". וואס איז די סוד פונעם אבע"ז? דער באקאנטער מפרש פונעם אבע"ז דער
צפנת פענח איז הולך רכיל ומגלה סוד. פירוש: רבותינו ז״ל רמזו סודו במסכת סוטה בפרק שני שאמרו ומן העפר אשר יהיה בקרקע המשכן אם יש שם הבא, ואם אין שם תן שם. תניא אידך ומן העפר אשר יהיה מלמד שהיה מתקין מבחוץ ומכניס, ובפרק שלישי אמר אבוה דשמואל צריך שיתן מר לתוך המים, מאי טעמא אמר קרא וביד הכהן יהיו מי המרים שמררים כבר ע״כ, והנך רואה בדבריהם שהיה נותן הכהן בתוכו סם מר מזיק והיה השם מחדש בו פלא שהטהורה תנצל, ויהיה הסם מנקה ומטהר את גופה מכל חולי ותהיה בריאה ותתעבר, והטמאה אין לה מעמד ולא תנצל. (ועי' שד"ל)
די זעלבע זאך שטייט אין
ספר הבתים אז אין די מי סוטה האט מען אריינגעלייגט סם המות, און די נס איז געווען ווען זי איז נישט געשטארבן. וז"ל "באה הקבלה האמתית שבמי סוטה היו משימים סם המות לפי דעת קצת ממבארי הקבלה, וכן מעפר העזרה, ושאלני אחד מן המעיינים אי זה מופת היה במי סוטה אם תמות האשה הדברים הממיתים, ואמרתי לו כי המופת הגמור היה שאם היא נקיה לא תמות, ויותר גדול זה המופת מאשר אם תשתה מים לבד ונטמאה ותמות, וידוע הוא שאם נטמאת לא תשתה לפחדה מאלו הענינים".
צו דעם אלעם, אין אן ארטיקל מיטן נאמען "POISON, TRIAL BY ORDEAL AND THE CUP OF WRATH" ברענגט William McKane שטארקע סברות והוכחות אז די ווארט מרים דא מיינט Poison, ער שטעלט עס צו צו "ראש ולענה" וואס זענען סיי א לשון פון ביטער און אויך פון סם המות. בייגעלייגט איז די ארטיקל פאר ווער עס איז נייגעריג. אויב איז זיין מהלך ריכטיג, שטימט זייער גוט די פסוק "ובאו בה המים המאררים למרים" אז די מים גייט זיין פאר איר ווי "סם".
McKane-PoisonTrialOrdeal-1980.pdf
נאכדעם אלעם איז מער נישט שייך צו פרעגן וואס איז דארט געווען וואס האט עס געקענט גורם זיין, ווייל עס איז נישט אויסגעשלאסן אז די מי סוטה האט געהאט באשטאנדטיילן וואס האבן געקענט דאס צוברענגען, עס איז זייער מעגליך אז די ערד איז געווען ספעציעלע ערד געמישט מיט באשטאנדטיילן , אדער די "ביטערע" זאכן צוגעלייגט זענען געווען שעדליך. און פונקט ווי ביי די געזעץ פון חמורבי איז עס געווען א וועג אריינצולייגן די פרוי אין א מסוכנ'דיגע מצב און זעהן אויב זי וועט געראטעוועט ווערן.
איך האב נאך צוזאגן איבער סוטה, ועוד חזון