הניח טענותיו על קרן הצב”י?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
גאלאנטא רב האט אים צופיקסט איידער ער האט גערעדט אויף אים!!!!!!!!!
רוב היימישע גראסעריס האבן ארויס געווארפן דעם הונדערט צוליב דעם וואס דיינים האבן ארום גערופן לייגן לחץ "און ר'מענדל הערש האט געשוויגן"!!!!
ער האט געפיילט פאר בענקראפסי און נישט גערעדט קיין ווארט און דאך האט מען אים נישט געוואלט געבן דזשאבס!!!!
יעצט אז ער רעדט "אה ער רעדט!" מזל טוב! יעצט ענדליך האט מען א תירוץ אם ראית גנב ותירץ עמו
אינטרעסאנטע זאך נישט געוויסט אז דער גאלאנטער מיט די באצאלטע דיינים זענען יודע עתידות, זיי האבן שוין מעיקרא געוויסט אז ער גייט רעדן און ממילא געטון די אלע געצאלטע שייגעץ שטיק
כהאב מברר געווען די מעשה פון יואלי לאנדא כהאב סקרין שאטס וואס זענען נישט אזוי שיין און ערליך
אבער מחמת כבודו פון זיינע גרויסע צדקות גיי איך נישט ברענגען די סקרין שאטס און די אמתע פאקטן פון די מעשה
אבער להוי ידיעה דער זעלבער האנט וואס האט אונטער געברענגט הונדערט האט א יד אין אלעמען
די גרעסטע קונץ פון ריינער איז צו נעמען א פרייוועט סכסוך און עס מאכן פאר א כלל ישראל אקציע, א מצב!!!! ממש מען מוז עוקר מן השורש זיין דעם...
סתם זאלסט וויסן as we speak זענען דא אן א שיעור סיכסוכים ביים היימישן ציבור
רוב רעדט מען פון אסאך מער געלט ווי ריינער האט געשריגן אז פאנעט האט אים בארויבט
געוויסע סיכסוכים קען איך פון די נאנט און עס האנדלט זיך פון איבער 30 20 מילאן דאלערדיגע סיכסוכים אבער קיינער פון זיי פאלט נישט ביי אריינצושלעפן דעם גאנצן ציבור אין זייערע פריוואטע סיכסוכים ווי דוד ריינער האט געטון
א בחינה ווי ... מן התורה מניין
אויב זיינע תביעות זענען אזוי הייליג גערעכט געווען פארוואס האט דוד ריינער נישט געוואלט גיין פארנט פון א בית דין של שלשה ווי פאנעט האט געוואלט?
אבער פאנעט איז דער שייגעץ
ווייל ער רעדט
אוי אזוי שיין צו פאר דרייען פאקטן
גיי ליין די צעטליך פון קארוט
סאיז א בושה פאר כלל ישראל אז דאס זענען אונזערע דיינים!!!!!!

ער איז בלויז ארויס קעגן די דיינים וואס האבן אים פרעזענדליך באעוולהט
נישט קעגן קיין שום אנדערע דיין אדער רב!
און דאס איז געקומען אסאך אסאך נאכדעם וואס מען האט שופך דם געווען פון דעם אינגערמאן און זיין משפחה ברחובות העיר אונטער די אויפזיכט פון די דיינים בתוכם דער הייליגער גאלאנטער
ריינער זאל אויפהערן נוצן אונזערע קינדער
אונזער תורה צו מטהר זיין זיינע שייגעץ שטיק
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
מענדל הערש פאנעט מיט אלע זיינע טענות ומענות,
(גערעכט צו נישט גערעכט, מאכט נישט אויס.)
וועט ער נישט געווינען סימפאטיע ביי די רבנים
און ביים היימישן עולם. פינטל.
אין די היסטאריע האבן אלע וואס האבן געפירט א שמוציגע קאמפיין אקעגן גדולי ישראל אויף אזא שמוציגע פארנעם ווי מענדל הערש פאנעט פירט פארלוירן זייער ווערד ביי כלל ישראל.
מענדל הערש פאנעט זאל איבערבעטן ברבים גאלאנטע רב און אלע דיינים וועט ער קענען האבן פרנסה און שפייזן זיין אומשולדיגע ווייב און קינדער.
און טאמער וויל ער זיין אן עקשן אזוי ווי ביז יעצט, קען ער בלייבן אין בענקראפסי קארט און נישט האבן קיין פרנסה און זיך מחזק זיין מיט זיין רייכע שפראך און פעדער וואס ער פארמאגט.

- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 34 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
נישט און 2024 ווען סאיז א אפענע וועלט, און סאיז גרינג אויפצוויזען די רבנישע שמוץ
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
האלטסט אז א לויער האט אנגענומען די קעיס ווייל ער האט א רייכע שפראך און פעדער? די חברה האבן געווענליך א שמעק...
- אגריפס המלך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 270 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:46 pm מענדל הערש פאנעט מיט אלע זיינע טענות ומענות,
(גערעכט צו נישט גערעכט, מאכט נישט אויס.)
וועט ער נישט געווינען סימפאטיע ביי די רבנים
און ביים היימישן עולם. פינטל.
אין די היסטאריע האבן אלע וואס האבן געפירט א שמוציגע קאמפיין אקעגן גדולי ישראל אויף אזא שמוציגע פארנעם ווי מענדל הערש פאנעט פירט פארלוירן זייער ווערד ביי כלל ישראל.
מענדל הערש פאנעט זאל איבערבעטן ברבים גאלאנטע רב און אלע דיינים וועט ער קענען האבן פרנסה און שפייזן זיין אומשולדיגע ווייב און קינדער.
און טאמער וויל ער זיין אן עקשן אזוי ווי ביז יעצט, קען ער בלייבן אין בענקראפסי קארט און נישט האבן קיין פרנסה און זיך מחזק זיין מיט זיין רייכע שפראך און פעדער וואס ער פארמאגט.
ער האט עס שוין לאנג געוואנען!! ער האט די סימפאטיע פון א גרויס חלק פון כלל ישראל און זיין ווערד הייבט זיך נאר מיט דעם וואס ער פירט ווייטער זיין מערכה!
ער פירט א שמוציגע קאמפיין? ער לייגט פשוט ארויס אמת'ע פאקטן, אויב איז עס שמוציג מיינט עס אז די רבנים האבן געטוהן דא אומרעכטן, איז פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט זאל ער זיי איבערבעטן?!
און ווי ער זאגט האט ער אפענע הוכחות אויף זייערע מעשים (אונז האפן אזוי!) דעמאלס זאל ער זיך טאקע ווייטער עקשנ'ען און בלייבן אין בענקראפסי קאורט און טוהן זיין "עבודת הקודש אלס שליח פון כלל ישראל" ביז ער וועט זיי געווינען און זיי אונטערברענגען איינמאל פאר אלעמאל!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
בא גד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:38 pm גאלאנטא רב האט אים צופיקסט איידער ער האט גערעדט אויף אים!!!!!!!!!
רוב היימישע גראסעריס האבן ארויס געווארפן דעם הונדערט צוליב דעם וואס דיינים האבן ארום גערופן לייגן לחץ "און ר'מענדל הערש האט געשוויגן"!!!!
ער האט געפיילט פאר בענקראפסי און נישט גערעדט קיין ווארט און דאך האט מען אים נישט געוואלט געבן דזשאבס!!!!
יעצט אז ער רעדט "אה ער רעדט!" מזל טוב! יעצט ענדליך האט מען א תירוץ אם ראית גנב ותירץ עמו
אינטרעסאנטע זאך נישט געוויסט אז דער גאלאנטער מיט די באצאלטע דיינים זענען יודע עתידות, זיי האבן שוין מעיקרא געוויסט אז ער גייט רעדן און ממילא געטון די אלע געצאלטע שייגעץ שטיק..
לאמיך דיר פרעגן - -
לשיטתך:
וואס האט גאלאנטער רב קעגן מענדל הערש?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
אגריפס המלך האט געשריבן: ↑ ער האט עס שוין לאנג געוואנען!! ער האט די סימפאטיע פון א גרויס חלק פון כלל ישראל און זיין ווערד הייבט זיך נאר מיט דעם וואס ער פירט ווייטער זיין מערכה!
ער פירט א שמוציגע קאמפיין? ער לייגט פשוט ארויס אמת'ע פאקטן, אויב איז עס שמוציג מיינט עס אז די רבנים האבן געטוהן דא אומרעכטן, איז פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט זאל ער זיי איבערבעטן?!
און ווי ער זאגט האט ער אפענע הוכחות אויף זייערע מעשים (אונז האפן אזוי!) דעמאלס זאל ער זיך טאקע ווייטער עקשנ'ען און בלייבן אין בענקראפסי קאורט און טוהן זיין "עבודת הקודש אלס שליח פון כלל ישראל" ביז ער וועט זיי געווינען און זיי אונטערברענגען איינמאל פאר אלעמאל!
מענדל הערש איז גרייט זיך (מיט די ווייב און קינדער. אויף וועמענס אחריות?) צו מקריב זיין אלץ די שליח פון כלל ישראל, זייער א שיינע זאך. אבער ער זאל נישט וויינען אז ער האט נישט קיין פרנסה.
מסירות נפש קומט מיט א פרייז.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:21 amהאלטסט אז א לויער האט אנגענומען די קעיס ווייל ער האט א רייכע שפראך און פעדער? די חברה האבן געווענליך א שמעק...
איך האב גערעדט פון א אידישע קוק ווינקל און נישט פון קיין לויערס קוק ווינקל.
און קען זיין אז ער וועט געווינען די קארט אבער פרנסה פונעם היימישן עולם וועט ער נישט באקומען.
- אגריפס המלך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 270 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
ער זוכט זיך נישט זיך מקריב צו זיין פארן כלל אויפן מזבח אשירה פון די היינטיגע בתי דינים, ער איז אריינגעפאלן אין דעם געצווינגענערהייט, און ער איז גראדע ברדך אגב נישט די איינציגסטע פארווייטיגטע אין דעם נוש,א אבער יא דער איינציגסטער וואס איז אריינגעצווינגען געווארן אין דארפן פיילן קעגן די רבנים די ריקא קעיס, איז מיט דעם חלק אז ער איז די איינציגסטע וואס האלט דארט איז ער א שליח פאר די אלע אידן וואס זענען נישט אנגעקומען אהין.
- אגריפס המלך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 270 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
פארוואס פאר שמעון ראלניצקי איז יא געלונגען זיך צו שלאגן מיט די רבנים און איבערדרייען דעם דעת הקהל אויף זיין זייט, און פארוואס פאר רמה"פ איז עס נישט געלונגען?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
- האט שוין געלייקט: 387 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
ביי די "גדולי ישראל" האט ער פארלוירן די ווערד. יעצט נניח אז עס איז אזוי, וואס האט ער געהאט פון די סימפאטיע ביז יעצט?? האט די גדולי ישראל וואס האבן געהאט סימפאטיע מיט אים געקלאפט אין טיש אז מ'בעוולה'ט א מענטש?? פון די כלל ישראל וואס דו רעדסט אז ער האט פארלוירן די סימפאטיע, האב איך פאר דיר גרויס נייעס, די כלל ישראל איז צעטיילט. עס איז דא וואס ביי זיי האט ער טאקע פארלוירן, אבער עס איז אויך דא א גרויסע חלק וואס ביי זיי האט ער יעצט באקומען.אלס מער באווייזן ער וועט ארויסשטעלן אלס מער וועט די חלק וואקסן. איינקעשן קען ער נישט פון ביידע צדדים, אזויווי ער אליינס זאגט, אבער טאמער ער געווינט די קעיס דארף ער שוין נישט איינקעשן פון קיינעם גארנישט.לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:46 pm מענדל הערש פאנעט מיט אלע זיינע טענות ומענות,
(גערעכט צו נישט גערעכט, מאכט נישט אויס.)
וועט ער נישט געווינען סימפאטיע ביי די רבנים
און ביים היימישן עולם. פינטל.
אין די היסטאריע האבן אלע וואס האבן געפירט א שמוציגע קאמפיין אקעגן גדולי ישראל אויף אזא שמוציגע פארנעם ווי מענדל הערש פאנעט פירט פארלוירן זייער ווערד ביי כלל ישראל.
מענדל הערש פאנעט זאל איבערבעטן ברבים גאלאנטע רב און אלע דיינים וועט ער קענען האבן פרנסה און שפייזן זיין אומשולדיגע ווייב און קינדער.
און טאמער וויל ער זיין אן עקשן אזוי ווי ביז יעצט, קען ער בלייבן אין בענקראפסי קארט און נישט האבן קיין פרנסה און זיך מחזק זיין מיט זיין רייכע שפראך און פעדער וואס ער פארמאגט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
איינער האט שוין געפרעגט אין נישט באקומען תשובה וואס איז די מעשה אין קורצן פון אנהייב?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
די מציאות ווייזט אז ביסט נישט גערעכט.לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:46 pm מענדל הערש פאנעט מיט אלע זיינע טענות ומענות,
(גערעכט צו נישט גערעכט, מאכט נישט אויס.)
וועט ער נישט געווינען סימפאטיע ביי די רבנים
און ביים היימישן עולם. פינטל.
אין די היסטאריע האבן אלע וואס האבן געפירט א שמוציגע קאמפיין אקעגן גדולי ישראל אויף אזא שמוציגע פארנעם ווי מענדל הערש פאנעט פירט פארלוירן זייער ווערד ביי כלל ישראל.
מענדל הערש פאנעט זאל איבערבעטן ברבים גאלאנטע רב און אלע דיינים וועט ער קענען האבן פרנסה און שפייזן זיין אומשולדיגע ווייב און קינדער.
און טאמער וויל ער זיין אן עקשן אזוי ווי ביז יעצט, קען ער בלייבן אין בענקראפסי קארט און נישט האבן קיין פרנסה און זיך מחזק זיין מיט זיין רייכע שפראך און פעדער וואס ער פארמאגט.
מה"פ האט די שטיצע פון ריזיגע שטיקער כלל ישראל, ווי געזעהן אויף סיי וועלכע פלאטפארמע ס'ווערט דיסקוסירט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
מיר געפעלט די לשונות פון לאכעדיגלאכעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:45 amאגריפס המלך האט געשריבן: ↑ ער האט עס שוין לאנג געוואנען!! ער האט די סימפאטיע פון א גרויס חלק פון כלל ישראל און זיין ווערד הייבט זיך נאר מיט דעם וואס ער פירט ווייטער זיין מערכה!
ער פירט א שמוציגע קאמפיין? ער לייגט פשוט ארויס אמת'ע פאקטן, אויב איז עס שמוציג מיינט עס אז די רבנים האבן געטוהן דא אומרעכטן, איז פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט זאל ער זיי איבערבעטן?!
און ווי ער זאגט האט ער אפענע הוכחות אויף זייערע מעשים (אונז האפן אזוי!) דעמאלס זאל ער זיך טאקע ווייטער עקשנ'ען און בלייבן אין בענקראפסי קאורט און טוהן זיין "עבודת הקודש אלס שליח פון כלל ישראל" ביז ער וועט זיי געווינען און זיי אונטערברענגען איינמאל פאר אלעמאל!
מענדל הערש איז גרייט זיך (מיט די ווייב און קינדער. אויף וועמענס אחריות?) צו מקריב זיין אלץ די שליח פון כלל ישראל, זייער א שיינע זאך. אבער ער זאל נישט וויינען אז ער האט נישט קיין פרנסה.
מסירות נפש קומט מיט א פרייז.
גארנישט קיין געלעכטער
ער איז מקריב זיין ווייב און קינדער גאר?
איך געדענק און יעדער וואס האט מיטגעהאלטן ווייסט
אז בשעת מען האט אראפ געפליקט די הונדערט פון די גראסעריס איז פון ריינער ארום געפארן האר אויפשטעלדנע פאלטשע לשון הרע'ס און רכילות
ריינער פלעגט נאכשרייען זיינע קינדער אין די גאסן
ריינער האט געשיקט בחורים פון זיין בית המדרש גיין פייניגן זיינע בחורים אין ישיבה
אלע רבנים האבן דאס געוויסט!!!
ער האט מיר געוויזן אימעילס ווי ער וויינט זיך צו רבנים מען זאל דאס אפשטעלן
דאס איז געווען איידער ער האט גערעדט א ווארט קעגן סיי וועמען
ער איז גאר מקריב זיין משפחה? אזוי?
אדער די רבנים זענען פונקט ויי די רבנים ביי קמצא בר קמצא אדער ערגער?????
How about אז דוד ריינער האט מקריב געווען אויפן מזבח הנצחון א גאנצע משפחה בישראל על לא עוול בכפם?
א קמצא בר קמצא מעשה און יעדער האט געשוויגן און רבנים דיינים און עסקנים האבן גענומען א העפטיגער חלק אין די משעה רשעות?
גאלאנטער רב זאל מוחל זיין זיין גרויסע סענסעטיווע כבוד
ער וויל נישט מען זאל אים בארעדן זאל ער נישט זיין קאראפטירט
איך צוזאמען מיט נאך א ריזיגע חלק פון כלל ישראל דאווענען אז מענדל הערש זאל מצליח זיין און עוקר זיין די פארדארבענע בתי דינים סיסטעם
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
איין זאך קען איך דיר זאגן
קארט פעיפערס זענען נישט קיין דזשאוקס
ווער עס נעמט די צייט און ליינט עס דורך זאגט אז רבי מענדל הערש איז א איד א צדיק וואס מען געפייניגט אויף שקרעליכער אכזריותדיגע אופן
די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף אז אונזערע קאמיונעטי איז ליידער אזוי טיף פארשמירט מיט רשעות
גייט אלע ליינען די פעיפערס
סאיז א פחד

און איך וועל עס איבערחזרן
ביי כלל ישראל זענען דא אסאך אסאך קריגערייען צווישן אידן וועגן געלט
און פון אסאך גרעסערע סכומים וואס דוד ריינער האט געוואלט באקומען
און קיינער טוט נישט וואס דוד ריינער האט געטון
ביי כלל ישראל וועט מען זיך אננעמען פאר רעיפיסטס
כלל ישראל וועט האלטן שטיל אונטער די קארפעט אנזעצערס ווי ריינערס חבר י.ק. וואס איז געפלויגן מיט פרייוועט דזשעטס געלעבט א שווענדערישע לעבן אויף די חשבון פון אפגעשפארטע געלטער וואס ער האט געלקחנט פון תמימותדיגע אידן
און אויף אים וועט מען נישט מעגן רעדן
אבער מענדל הערש א אינגערמאן וואס מיר אלע זענען אים שולדיג א הכרת הטוב
אים מעג מען שטראפן מיט די ערגסטע אן קיין פסק אן קיין משפט
נישט נאר זיין בלוט מעג מען פארגיסן
נאר די בלוט פון זיינע קינדער אויך
על פי שטיתך ושיטת ריינער
שעם זיך פארן זיך אננעמען פאר אזא רשע

- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
- האט שוין געלייקט: 256 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
איך קוק מיך צו פונדערזייט, ס׳איז גאנץ אינטערעסאנטע גאססיפּ.
איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט, אבּער איך פארשטיי גראַדע פּאַנעט איך ווייס נישט ווער פין דאָ וואלט זיך געקענט איינהאלטען פין שרייען אָן פרנסה מיט אזעלעכע בושות אין פראסקעס גערעכטערהייט צו נישט.
אבּער ווי זאגט מען, איך קטן אויפן סיסטעם זאגט די סיסטעם איך קטן ציריק אויף דיר ווער ווערט דערטראנקען אין פּיש ?
עניוועי נחום (אויך גערעכט) האָט שוין א צווייטער צו זיין מנין, ג'ראדע א שיינע בעל תפילה, מען זיכט א צענטער...
(נ״ב איך האלט פון די רבנים פּונקט ווי דיר אבּער דאס וועט פּראבּעבּלי זיין די אויטקאָם - לויט ״מיין פּראדיקשן״)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארווע חסיד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?
רוהיג גערעדט
בייאונז גייט פאר אסאך קאראפשן
דאס זענען מודה אלע פון רבנים ביז דער פשוטער אידל
יעדער זעט עס יעדער רעדט דערפון
און די וועג פון די מנהיגי הקאראפשן איז צו שלאגן דער וואס דערווייגט זיך צו רעדן
דאס איז אייביג געווען פון גרויסע שטארקע פרעזידענטן ווי סטאלין ביז מאפיא פירער און אויך קליינע רבי'ס פון קהילות
און דאס שלאגן באשמוצן מחרים זיין דאס איז א אלטע באקאנטע מאפיונערישע דיקטאטורישע מהלך
ארום דרייען די מציאות ווי באשולדיגן דעם קרבן אלץ דער שולדיגער גאר
אראפ לייגן דעם קרבן ווי דער ווילדער חיה
און אראפ מאלן דעם שלעגער אלץ דער קרבן
דאס זענען אלטע שיטות
סאיז נישט קיין חידוש יעדער קען גוט די מהלך
סאיז נישט דא וואס צו רעדן אז אין אלגעמיין ארבעט עס גוט
די היסטאריע איז פול מיט די סארט
אבער די דיקטארטוריע מהלך האלט נישט אויף אייביג
סאיז לימיטעט עס קראכט איין טאג
ווען קראכט עס?
איינמאל עס פולט זיך אן די שיסל פון קאראפשן
און די דיקטאטורן ווערן ווילד ווייל זיי ציטערען פאר זייער בענקל
דעמאלט נעמען זיי זיך האמערען מיט כח אריין אין "דעם קרבן וואס רעדט" זיי האקן אריין אין דעם קרבן מיט מכות אן קיין גרעניצען און שכל
דעמאלס איז ווען די דיקטאטוריע קראכט! אט דעמאלס!
טאקע זייערע חרמות און שלעק אט דאס ברענגט זיי אונטער
דאס אז מענדל הערש איז א קרבן זעט יעדער
דאס אז די בתי דינים זענען קאראפטירט זעט יעדער
דאס אז ריינער האט עס גענומען צו א צודרייטע לעוועל זעט אויך יעדער
און דאס אז די דיקטאטוריע האלט ביים קראכן זעט אויך יעדער מבין
און טאקע דערפאר ווייל זיי האבן איבערגעצויגן די שטריקל טאקע צוליב די חרמות און טעראר
ממש אזוי גייט עס אייביג
זיי קראכן טאקע פונקט דעמאלס ווען זיי ציען איבער דעם שטריקל מיט זייער טעראר
דארט איז ווי זייער ענדע געפינט זיך
אסאך מבינים האלטן אז די בתי דינים גייען ווייטער ממשיך זיין מיט זייער טעראר ביתר שאת ועוז
אן קיין שכל בלינד און ווילד
אבער דארט טאקע ליגט זייער מפלה אנגעגרייט
די מינופעלעישאן פון די בתי דינים גייען אונטער גיין טאקע דורך זייער אייגענע טעראר מאשין
דאס איז די נאטור פון טעראריסטישע מנהיגים
איך צען יאר ארום וועט מען ליינען די מעשה און זאגן
יא נאך א מזל ריינער האט אריינגעשלעפט די רבנים אין זיין חאזעריי
ווייל אט אזוי האט זיך גענדיגט די מאנאפאל פון די השחתה אין בתי דינים
כהאף מען וועט עס קענען זאגן אסאך פריער
לכאורה זעט עס אזוי אויס
זיי גראבן זיך זייער אייגענע גרוב טאקע מיט די טעראר
קוקט און ליינט וועט איר זען אז געווענליך ווער סהאט געברענגט די מנהיגים צו די קניען זענען געווען שוואכע ארימע חברה
וועלכע מען האט געלייגט אין א "שטארקע" און "פעסטע" קארנער
און טאקע פאר דעם ארימען שוואכן בטלן זענען זיי געפאלן פונקט ווי דער מעכטיגער גלית מיט זיינע ריזיגע געווער קעגן דעם דארן רויטן בחורל מיטן slingshot
History repeats himself
and ignorant people don't learn from that