הניח טענותיו על קרן הצב”י?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

טשולדיגט, אבער ווען די פרשה איז פארגעקומען האב איך געליינט די צעטלעך פון מה פאנעטה און פון ריינער און פון בית דין. וואס זאל איך דיר זאגן, בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען.
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך בא גד »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:14 am טשולדיגט, אבער ווען די פרשה איז פארגעקומען האב איך געליינט די צעטלעך פון מה פאנעטה און פון ריינער און פון בית דין. וואס זאל איך דיר זאגן, בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען.
פשוט
קלאר אזוי
😆😆😆😆😆
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך זאקן »

איך ווייס נישט פארוואס מ'רעדט פון נחום און די אשכול, נחום האט געטוהן א גוטע זאך, א גרויסע חלק פון די אווערנס איז אים צו פארדאנקען, אבער ער איז א גוטע משוגענער און אויב דו האלטסט אנדערש פון אים אדער דו זאגסט אים א ווארט וואס אים געפעלט נישט, גייט ער זאגן אויף זיין האטליין אז זאקן האט בועל געווען זיין שוועגערין בלא בלא בלא, איינער וואס קען אויפמאכן אזעלכע מעשות אקעגן שונאים איז מער נישט באגלייבט.

פון די אנדערע זייט איז דא איינער פאנעט וואס איך האב נאך נישט געהערט אז ער זאל ארויסלייגן א ווידיא ווי ער באשולדיגט מענטשן מיט די ערגסטע זאכן ווייל איינער האט אים עפעס געזאגט אדער האלט נישט פון אים, סאך הכל האלט ער אז מ'האט אים געפייניגט און צוגעכאפט פון אים זיין פרנסה און ער וויל עס פייטן, אויב איז אמת וואס ער זאגט ווינטש איך אים אסאך הצלחה.

לגבי די סייד עפעקט וואס דאס קען האבן אויף אים און זיינע קינדער דארף ער אליינס מאכן זיין החלטה, אונז קענען נישט אריינרעדן צו ער זאל זיך בייגן צו טעראר און אנהייבן א ביזנעס פון פריש, עפעס א צווייטע אינדערסטרי וואס איז נישט זיין פאך (ווילאנג ער בלייבט און די שרייבן אינדערסטרי גייט אים ריינער רודפ'ן) און אזוי גייט ער גארנישט דארפן ליידן, אדער צו ער זאל פייטן און ליידן (אלעס גייט לשיטתו אז מ'האט אים בא'גנב'עט).

איין זאך איז זיכער, אויב עס וואלט נישט געווען מענטשן וואס פייטן אפילו עס קאסט א פרייז, וואלט די שווארצע נאך געווען קנעכט און די פרויען וואלטן נישט געקענט האבן זייערע רעכטן (נאך אביסל גייען שוין די מענער נישט האבן קיין רעכטן) און די אידן וואלטן געדארפט זיצן אין די בעק פון די באס (אזוי ווי אונזערע פרויען :lol:)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זאקן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך אגריפס המלך »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: טשולדיגט, אבער ווען די פרשה איז פארגעקומען האב איך געליינט די צעטלעך פון מה פאנעטה און פון ריינער און פון בית דין. וואס זאל איך דיר זאגן, בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען.
אזוי גאר?! איך האב מורא אז דו קענסט נישט ליינען,

ווי פונקטליך האסטו געזעהן פון די צעטלעך אז ריינער איז גערעכט? אדרבה קלער מיך אויף!
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך בא גד »

זאקן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:42 am איך ווייס נישט פארוואס מ׳רעדט פון נחום און די אשכול,
פארוואס?
ווייל דאס איז א חלק פון זייער קאמפיין צו באשמירן מ"ה פאר די "חטא" פון נעמען די ריכטיגע עקשאן פאר 3 יאר ציפקע צרות וואס די חוטאים די דיינים האבן אים געטון

סאיז אקעי
טעראר וועט זיי דא נישט העלפן
שמיץ קאמפיין אויך נישט
אויב עפעס וועט עס האבן די פארקערטע עפעקט און תוצאה
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

איך קען נישט די פרטי הדברים, אבער פ"וו איז די גאלאנטער און אלע אנדערע א.ג קארופטירטע רבנים געפאלן פאר דעם ריינער?
זיי האבן עפעס פערזענדליך קעגן פאנעט?
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך בא גד »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:09 am איך קען נישט די פרטי הדברים, אבער פ"וו איז די גאלאנטער און אלע אנדערע א.ג קארופטירטע רבנים געפאלן פאר דעם ריינער?
זיי האבן עפעס פערזענדליך קעגן פאנעט?
דאס וועט שוין די ליגאלע אינפארסמענט דיסקאווערי אויספארשן און אויפדעקן
און מיר אלע קענען קוים ווארטן צו וויסן די אמת!
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך יצחק אייזיק »

פארווע חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:22 am איך קוק מיך צו פונדערזייט, ס׳איז גאנץ אינטערעסאנטע גאססיפּ.
איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט, אבּער איך פארשטיי גראַדע פּאַנעט איך ווייס נישט ווער פין דאָ וואלט זיך געקענט איינהאלטען פין שרייען אָן פרנסה מיט אזעלעכע בושות אין פראסקעס גערעכטערהייט צו נישט.
אבּער ווי זאגט מען, איך קטן אויפן סיסטעם זאגט די סיסטעם איך קטן ציריק אויף דיר ווער ווערט דערטראנקען אין פּיש ?
עניוועי נחום (אויך גערעכט) האָט שוין א צווייטער צו זיין מנין, ג'ראדע א שיינע בעל תפילה, מען זיכט א צענטער...

(נ״ב איך האלט פון די רבנים פּונקט ווי דיר אבּער דאס וועט פּראבּעבּלי זיין די אויטקאָם - לויט ״מיין פּראדיקשן״)
נחום מיט פאנעט זענען נישט דומה בכלל משום כמה סיבות און אפילו נחום היינטיגע טעג וואלט עס שוין נישט אזוי געלונגען ווי דעמאלטס
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

אגריפס המלך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:43 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:14 am טשולדיגט, אבער ווען די פרשה איז פארגעקומען האב איך געליינט די צעטלעך פון מה פאנעטה און פון ריינער און פון בית דין. וואס זאל איך דיר זאגן, בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען.
אזוי גאר?! איך האב מורא אז דו קענסט נישט ליינען

ווי פונקטליך האסטו געזעהן פון די צעטלעך אז ריינער איז גערעכט? אדרבה קלער מיך אויף!
איך האב געשריבן "אז ריינער איז גערעכט"?
איך האב געשריבן "בית דין איז געווען גערעכט" מיט וואס זיי האבן געטוהן און וויאזוי זיי האבן עס בהאהנדלט.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך אגריפס המלך »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:19 pm
אגריפס המלך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:43 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:14 am טשולדיגט, אבער ווען די פרשה איז פארגעקומען האב איך געליינט די צעטלעך פון מה פאנעטה און פון ריינער און פון בית דין. וואס זאל איך דיר זאגן, בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען.
אזוי גאר?! איך האב מורא אז דו קענסט נישט ליינען

ווי פונקטליך האסטו געזעהן פון די צעטלעך אז ריינער איז גערעכט? אדרבה קלער מיך אויף!
איך האב געשריבן "אז ריינער איז גערעכט"?
איך האב געשריבן "בית דין איז געווען גערעכט" מיט וואס זיי האבן געטוהן און וויאזוי זיי האבן עס בהאהנדלט.
קודם כל זעהט אויס אז דו ליידסט אויפן זיכרון אביסל ליין ביטע איבער דיין תגובה.

און מיט וואס איז בי"ד געוועהן גערעכט מיטן אויסהערן נאר איין צד? מיטן נעמען שוחד? מיט וואס פינקטליך זענען זיי גערעכט? אין וועלעכע שלחן ערוך שטייט אז מ'מעג נעמען שוחד? אויסהערן נאר איין בעל דין? אפשר אין די שלחן ערוך פון די קריסטן אדער פון די אראבער נישט אין להבדיל אלף אלפי הבדלות אונזער שלחן ערוך!!
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

"בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען."

און, הוא אשר דיברתי, בי"ד האט גענומען שוחד?? פון וועמען?? ווער זאגט?? ווער גלייבט עס??
אויסהערן נאר איין בעל דין?? ווער ווען וואס?? [יעדע הזמנה/סירוב/עיקול וכו' - גייט נאר על פי וואס מ'הערט פון איין בעל דין. סאו, בעיסיקלי דרייסטו א קאפ!]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סוף טוב הכל טוב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך לאכעדיג »

יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און איך הער און איך זעה די גאנצע צייט נאר די זייט פון מענדל הערש פאנעט.

מענדל הערש פאנעט שרייט אז ריינער מאכט גערודער בו בזמן וואס ער איז דער וואס מאכט די גערודער. אבער נישט געזארגט ביי די בתי דינים איז ער נישט די ערשטע נארסעסיט, זיי האבן עקספיריענס מיט אזעלכע חברה ווי אים, און וועגן דעם זענען זיי נישט געפאלן פאר זיין מויל, אין דאס איז וואס באדערט אים.

די דעת בעל הבית פארשטייט דאס און וועגן דעם געבן זיי אים נישט קיין פרנסה.

ריכטיג וואלט געווען ווען אונז קענען ווען אויך הערן ריינערס זייט און ווי אויך וואס די דיינים ובתוכם גאלאנטע רב האבן צוזאגן.

מיר ווילן נוצן אונזער אייגענע שכל צו באשליסן ווי אזוי אנצוקוקן די מעשה און נישט ווערן מאניפולירט פון איין זייט וואס האט א גוטע פעדער און הייסע קראקעדייעל טרערן אין זיין באזיץ.

מיר ווילן זעהן ביידע זייטן פון די מטבע.

אז א איד ווי מענדל הערש פאנעט וויינט האב איך גרויס מיטלייד מיט אים אבער די תורה זאגט נאך אלץ "שמוע בין אחיכם".

און פאר די דיסארדערס וואס פאנעט האט איז דא היינט גוטע טעראפי ב"ה. ער קען זיך היילן, אראפקומען פון זיין בוים, און מיטן הילף פון השי"ת וועט ער קענען טרעפן פרנסה.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך אגריפס המלך »

לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:56 pm יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און איך הער און איך זעה די גאנצע צייט נאר די זייט פון מענדל הערש פאנעט.

ווייל דו שרייסט די טענות פון ריינער א גאנצן צייט זעהסטו נאר דו צווייטע זייט זיי מוחל און קוק איבער דיינע תגובות וועסטו זעהן ריינער'ס צד.

אזוי גאר מענדל הערש איז דער וואס מאכט די גרודער? זעהט אויס דו האסט שוין פארגעסן, ווער האט ארויס געטראגן די מעשה צום גאס? ווער האט ארויס געגעבן א קונטרוס ערשט? ווער האט ארויס געגעבן פאלשע נידריגע שמועות אויפן צווייטן? און מענדל הערש איז גאר דער וואס מאכט די גרודער...

די דעת בעל הבית פארשטייט דאס און וועגן דעם געבן זיי אים נישט קיין פרנסה.

אויב אזוי הייסט עס אז דו בוסט דער באוויסטע דעת בעל הבית וואס מ'רעדט אייביג פון? איז דארף איך רעדן מיט דיר אין אישי ווייל איך האב זייער אסאך שאלות דיר צו פרעגן...
און וועגן פרנסה האט ער נישט נישט ווייל קיינער וויל נישט העלפן נאר ער האט נישט ווייל יעדע זאך וואס ער פרובירט נאר צו טוהן לייגט איהם דער ריינער אינטער פיסלעך.

ריכטיג וואלט געווען ווען אונז קענען ווען אויך הערן ריינערס זייט און ווי אויך וואס די דיינים ובתוכם גאלאנטע רב האבן צוזאגן.

דו האסט דאך עס שוין געזאגט דא אין אשכול כמה פעמים, וואס איז קיינער האלט נישט דא ווי דיר? ווילסטו אז נאך איינער זאל עס קומען זאגן?

מיר ווילן נוצן אונזער אייגענע שכל צו באשליסן ווי אזוי אנצוקוקן די מעשה און נישט ווערן מאניפולירט פון איין זייט וואס האט א גוטע פעדער און הייסע קראקעדייעל טרערן אין זיין באזיץ.

ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן אז אינדערצייט וואס דו בוסט דער וואס האלט ווי ריינער, און דו האסט שוין לאנג באשלאסן וואס דו האלסט און טאקע אן אויסהערן די צווייטע זייט, די בוסט גאר דער וואס וויל נישט ווערן מאניפולירט, און וויל גאר אויסהערן ביידע צדדים, זייער אינטרעסאנט.

מיר ווילן זעהן ביידע זייטן פון די מטבע.

זאגט איבער דו זעלבע זאך שוין אפאר מאל.

אז א איד ווי מענדל הערש פאנעט וויינט האב איך גרויס מיטלייד מיט אים אבער די תורה זאגט נאך אלץ "שמוע בין אחיכם".

איז פארוואס הערסטו אויס נאר איין צד?

און פאר די דיסארדערס וואס פאנעט האט איז דא היינט גוטע טעראפי ב"ה. ער קען זיך היילן, אראפקומען פון זיין בוים, און מיטן הילף פון השי"ת וועט ער קענען טרעפן פרנסה.

האסט נישט וואס צו זאגן מער פרובירסטו צו גיין פערסאנאל? ווי קומט דא אריין טערעפי מיט דיסארדערס? אויב עפעס ליידט ריינער אויף עפעס א דיסארדער פון נצחון וואס פירט איהם אראפ פון די גראדע זינען.

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: "בית דין איז געווען גערעכט, און אן אריינרעדן אין דעם עצם קעיס, איז אבער ריינער גערעכט געווען."

און, הוא אשר דיברתי, בי"ד האט גענומען שוחד?? פון וועמען?? ווער זאגט?? ווער גלייבט עס??
אויסהערן נאר איין בעל דין?? ווער ווען וואס?? [יעדע הזמנה/סירוב/עיקול וכו' - גייט נאר על פי וואס מ'הערט פון איין בעל דין. סאו, בעיסיקלי דרייסטו א קאפ!]

פארוואס זענען זיי גערעכט? געבעיסט אויף וואס?

און דו שרייבסט ווייטער אז ריינער איז גערעכט אן אריינקוקן אין די קעיס און נאכדעם וועסטו מיר פרעגן ווי שרייבסטו עס.

און וועגן נעמען שוחד און אויסהערן נאר איין בעל דין שרייסטו וואס ווען ווי, און אז יעדע הזמנה סירוב און עיקול ארבעט אזוי, דאס ווייס איך אויך, אבער א עיקול לייגט מען ארויס ווען מ'שיקט אן הזמנה און יענער וויל נישט קומען אין בי"ד, דא האט ער געוואלט קומען אין בי"ד און זיי האבן איהם נישט געוואלט אויסהערן, אדרבה קוק זיינע ווידיאו'ס!!

און ווי ס'זעהט אויס פון וואס דו שרייבסט אז אדער ווילסטו נישט זעהן (וואס דאס איז לכאורה די סיבה) אדער האסטו נישט געזעהן די קליפס וואס ער האט ארום געשיקט מיט אפענע ראיות פאפירן און ווידיאו'ס ווי משה בערגמאן בית יוסף און אלע איבעריגע ווילן איהם נישט אויסהערן, איז וואס "דרייסטו" א קאפ?!
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך לאכעדיג »

אגריפס המלך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:19 pm
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:56 pm יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און איך הער און איך זעה די גאנצע צייט נאר די זייט פון מענדל הערש פאנעט.

ווייל דו שרייסט די טענות פון ריינער א גאנצן צייט זעהסטו נאר דו צווייטע זייט זיי מוחל און קוק איבער דיינע תגובות וועסטו זעהן ריינער'ס צד.

מענדל הערש פאנעט שרייט אז ריינער מאכט גערודער בו בזמן וואס ער איז דער וואס מאכט די גערודער. אבער נישט געזארגט ביי די בתי דינים איז ער נישט די ערשטע נארסעסיט, זיי האבן עקספיריענס מיט אזעלכע חברה ווי אים, און וועגן דעם זענען זיי נישט געפאלן פאר זיין מויל, אין דאס איז וואס באדערט אים.

אזוי גאר מענדל הערש איז דער וואס מאכט די גרודער? זעהט אויס דו האסט שוין פארגעסן, ווער האט ארויס געטראגן די מעשה צום גאס? ווער האט ארויס געגעבן א קונטרוס ערשט? ווער האט ארויס געגעבן פאלשע נידריגע שמועות אויפן צווייטן? און מענדל הערש איז גאר דער וואס מאכט די גרודער...

די דעת בעל הבית פארשטייט דאס און וועגן דעם געבן זיי אים נישט קיין פרנסה.

אויב אזוי הייסט עס אז דו בוסט דער באוויסטע דעת בעל הבית וואס מ'רעדט אייביג פון? איז דארף איך רעדן מיט דיר אין אישי ווייל איך האב זייער אסאך שאלות דיר צו פרעגן...
און וועגן פרנסה האט ער נישט נישט ווייל קיינער וויל נישט העלפן נאר ער האט נישט ווייל יעדע זאך וואס ער פרובירט נאר צו טוהן לייגט איהם דער ריינער אינטער פיסלעך.

ריכטיג וואלט געווען ווען אונז קענען ווען אויך הערן ריינערס זייט און ווי אויך וואס די דיינים ובתוכם גאלאנטע רב האבן צוזאגן.

דו האסט דאך עס שוין געזאגט דא אין אשכול כמה פעמים, וואס איז קיינער האלט נישט דא ווי דיר? ווילסטו אז נאך איינער זאל עס קומען זאגן?

מיר ווילן נוצן אונזער אייגענע שכל צו באשליסן ווי אזוי אנצוקוקן די מעשה און נישט ווערן מאניפולירט פון איין זייט וואס האט א גוטע פעדער און הייסע קראקעדייעל טרערן אין זיין באזיץ.

ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן אז אינדערצייט וואס דו בוסט דער וואס האלט ווי ריינער, און דו האסט שוין לאנג באשלאסן וואס דו האלסט און טאקע אן אויסהערן די צווייטע זייט, די בוסט גאר דער וואס וויל נישט ווערן מאניפולירט, און וויל גאר אויסהערן ביידע צדדים, זייער אינטרעסאנט.

מיר ווילן זעהן ביידע זייטן פון די מטבע.

זאגט איבער דו זעלבע זאך שוין אפאר מאל.

אז א איד ווי מענדל הערש פאנעט וויינט האב איך גרויס מיטלייד מיט אים אבער די תורה זאגט נאך אלץ "שמוע בין אחיכם".

איז פארוואס הערסטו אויס נאר איין צד?

און פאר די דיסארדערס וואס פאנעט האט איז דא היינט גוטע טעראפי ב"ה. ער קען זיך היילן, אראפקומען פון זיין בוים, און מיטן הילף פון השי"ת וועט ער קענען טרעפן פרנסה.

האסט נישט וואס צו זאגן מער פרובירסטו צו גיין פערסאנאל? ווי קומט דא אריין טערעפי מיט דיסארדערס? אויב עפעס ליידט ריינער אויף עפעס א דיסארדער פון נצחון וואס פירט איהם אראפ פון די גראדע זינען.

אויסער ווייטאג זעה איך נישט עפעס זאכליך פון דיינע ווערטער. אנטשולדיג.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך סקעפטיקער »

לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:29 pm אויסער ווייטאג זעה איך נישט עפעס זאכליך פון דיינע ווערטער. אנטשולדיג.
וכן למר
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך אגריפס המלך »

לאכעדיג האט געשריבן: אויסער ווייטאג זעה איך נישט עפעס זאכליך פון דיינע ווערטער. אנטשולדיג.
איך הער, ס'איז א גוטע געדאנק זיך ארויסצודרייען ווען מ'האט נישט וואס ענטפערן, ס'איז שוין אן אלטע מהלך און אסאך ניצן דאס, און ס'העלפט גראדע רוב מאל נישט.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך לאכעדיג »

אבער דו ברענגסט נאך אלץ נישט סחורה צום טיש, נאר אראפקלאפן קענסטו.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

אגריפס המלך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:28 pm פארוואס זענען זיי גערעכט? געבעיסט אויף וואס?

און דו שרייבסט ווייטער אז ריינער איז גערעכט אן אריינקוקן אין די קעיס און נאכדעם וועסטו מיר פרעגן ווי שרייבסטו עס.

און וועגן נעמען שוחד און אויסהערן נאר איין בעל דין שרייסטו וואס ווען ווי, און אז יעדע הזמנה סירוב און עיקול ארבעט אזוי, דאס ווייס איך אויך אבער א עיקול לייגט מען ארויס ווען מ'שיקט אן הזמנה און יענער וויל נישט קומען אין בי"ד דא האט ער געוואלט קומען אין בי"ד און זיי האבן איהם נישט געוואלט אויסהערן, אדרבה קוק זיינע ווידיאו'ס!!

און ווי ס'זעהט אויס פון וואס דו שרייבסט אז אדער ווילסטו נישט זעהן (וואס דאס איז לכאורה די סיבה) אדער האסטו נישט געזעהן די קליפס וואס ער האט ארום געשיקט מיט אפענע ראיות פאפירן און ווידיאו'ס ווי משה בערגמאן בית יוסף און אלע איבעריגע ווילן איהם נישט אויסהערן איז וואס "דרייסטו" א קאפ?!

ווי געשריבן פריער: איך געדענק נאר מיינע אימפרעשאנס פון דענצמאל. איך געדענק נישט יעצט קיינע פרטים.

איך געדענק אז נאך לייענען אלע צעטלעך האב איך פארשטענען בית דין'ס צד טויזענט פראצענט. און דאס מיינט אז אויף וויפיל ב"ד האט זיך אנגענומען פאר ריינער איז ריינער גערעכט.
דאס האב איך געשריבן אז אן אריינגיין אין דעם עצם קעיס איז ריינער גערעכט.
אויב דו פארשטייסט נישט וואס דאס מיינט קען איך אייך נישט העלפן.
א עיקול קען מען געבן אפילו ווען יענער וויל יא קומען אין בי"ד.
איך האב יא געזעהן - דעמאלץ - זיינע קליפס און פאפירן. און דאך בין איך, און כמעט יעדער וואס איך קען, געקומען צו מיין מסקנא.

איך פרעג אייך איין קאשע:
פארוואס זאל נישט בית דין אדער בערגמאן איהם וועלן אויסהערן?
זיי זענען דאך בית דין'ס, און פסק'נען דין תורה'ס יעדן טאג!
(ביטע נישט ענטפערן ווייל זיי האבן גענומען שוחד...)
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך אגריפס המלך »

לאכעדיג האט געשריבן: אבער דו ברענגסט נאך אלץ נישט סחורה צום טיש, נאר אראפקלאפן קענסטו.

איז וואס הייסט סחורה? אז איך וועל שרייבן אז ריינער איז גערעכט? ;)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך סקעפטיקער »

לאכעדיג האט געשריבן: אבער דו ברענגסט נאך אלץ נישט סחורה צום טיש, נאר אראפקלאפן קענסטו.

און וואס האסטו געברענגט?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך סקעפטיקער »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:38 pm א עיקול קען מען געבן אפילו ווען יענער וויל יא קומען אין בי"ד.
אויב צוויי שותפים האבן זיך צוקריגט איבער א גראסערי און איינער האט (עכ"פ לויט דעם צווייטן) ארויסגעצווינגען דעם צווייטן, גייט דער צווייטער און מאכט א גראסערי קעגן איבער, וואס איז די יושר ארויסצוגעבן אן עיקול קעגן דעם צווייטן אלס קאנקורענט? אויב עפעס זאל אויך זיין אן עיקול אז דער ערשטער מוז צוריקלאזן דעם צווייטען.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: הניח טענותיו על קרן הצב”י?

שליחה דורך אגריפס המלך »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ווי געשריבן פריער: איך געדענק נאר מיינע אימפרעשאנס פון דענצמאל. איך געדענק נישט יעצט קיינע פרטים.

איך געדענק אז נאך לייענען אלע צעטלעך האב איך פארשטענען בית דין'ס צד טויזענט פראצענט. און דאס מיינט אז אויף וויפיל ב"ד האט זיך אנגענומען פאר ריינער איז ריינער גערעכט.

דו האסט פארשטאנען בי"ד'ס צד? מיינסט ריינער'ס צד ווייל זיי זענען אויף די זעלבע צד, און זיכער האבן זיי זיך אנגענומען ווייל אז מ'צאלט געלט איז יעדער אויף דיין זייט.

דאס האב איך געשריבן אז אן אריינגיין אין דעם עצם קעיס איז ריינער גערעכט.
אויב דו פארשטייסט נישט וואס דאס מיינט קען איך אייך נישט העלפן.

און פארוואס איז ריינער גערעכט אן אריין גיין אין די עצם קעיס? על פי תורה דארף מען יא אויסהערן ביידע צדדים און נאכדעם פסק'נען. פארן אויסהערן טאר מען נישט נעמען קיין שום צד, אלא מאי דו האסט נגיעות.

א עיקול קען מען געבן אפילו ווען יענער וויל יא קומען אין בי"ד.

אדרבה ברעג מיך א מראה מקום!

איך האב יא געזעהן - דעמאלץ - זיינע קליפס און פאפירן. און דאך בין איך, און כמעט יעדער וואס איך קען, געקומען צו מיין מסקנא.

מיינט עס אז דו דרייסט דיך נעבן ריינער אויב יעדער וואס דו האסט גערעדט מיט האלט אזוי.

איך פרעג אייך איין קאשע:
פארוואס זאל נישט בית דין אדער בערגמאן איהם וועלן אויסהערן?
זיי זענען דאך בית דין'ס, און פסק'נען דין תורה'ס יעדן טאג!
(ביטע נישט ענטפערן ווייל זיי האבן גענומען שוחד...)

איך זעה אז דו ווייסט אליינס די תירוץ און האסט נאר מורא אז איך וועל דיר עס ענטפערן בעטסטו אז איך זאל עס נישט זאגן, איך מוז דיר זאגן סיי דו און סיי לאכעדיג נעמען דא ערנסטע זיכערהייט שריט אז מ'זאל ענק נישט קענען אפווענדן.
פארשפארט