״אמונה״ מהו?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

״אמונה״ מהו?

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שוין דא כמה וכמה אשכולות אין דעם שטיבל ווי מ׳רעדט און מ׳איז דן איבער מערערע ״נושאים״ וואס דער מאמין גלייבט ׳דערין׳. משא״כ דא ווילעך דעזיגנירן א פלאץ דן צו זיין און דעפיינען וואס דאס ווארט ״אמונה״ מיינט. וואס איז דער עצם זאך און מהות פון דעם מושג ״אמונה״?

(איך שרייב לפי קט שכלי און די יודעי דבר זענען געלאדענט צוצולייגן א פלייצע און אויב ס׳שוין דא אזא אשכול ביטע צו-ווייזן)

איז אזוי: קודם וואס איז זיכער איז זיכער, אז ס׳מיינט ״נישט״ עפעס וואס איז דיר נתאמת אלץ פאקט מחמת וואס דו זעיסט עס מיט דיינע פליישיגע אויגן, ווייל דאס הייסט דאך ״ראיה״ [ראיית העין]. ווי אויך איזעס נישט א ידיעה וואס דו האסט מכח ״זיין שכל׳דיג איבערצייגט״ אין עפעס, ווייל דאס הייסט אויך ״ראיה״ [ראיית עיני השכל].

אזוי אויך און ס׳פשוט אזוי, אז עפעס וואס מ׳איז נישט זיכער דערין הייסט ״ספק״ און נישט ״אמונה״. [און ווען מ׳האלט אינעם מחשבה נאר איין צד פונעם ספק (הגם ס׳קען זיין אז ס׳איז א ״דרך״, א וועג צו קריגן אמונה וקיום מצות האמונה, איזעס אבער נישט וואס אמונה איז בעצם מהותה, ואין על זה אנו דנין כאן ואכמ״ל בזה) און מ׳חזר׳ט זיך עס איבער און איבער (ווערטער/בילדער) ווי א מענטרא (mantra) מיינעך אז ס׳הייסט אין לשה״ק ״דיבור״ אדער ״מחשבה״, ״כוונה״ און נישט דאס מיינט די ווארט ״אמונה״.

המשך יבוא בעז״ה
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ״אמונה״ מהו?

שליחה דורך אלפא »

וויבאלד דו ביסט דא דן איבער א סעמאנטיק נושא איז זייער שווער צו געבן אביעקטיווע מיינונגען, ובכלל זיך צו טענה'ן צו פיל איבער דעם.

צו ערשט דארפסטו אויסקלארן פון וואו דו קומסט, אין וועלכע קאנטעקסט איז 'אמונה' ביי דיר? און אין וועלכע קאנטעקסט פרעגסטו די שאלה? פרעגסטו וואס איך (אדער אנדערע) האלטן/שטעלן זיך פאר? וואס איך וויל עס זאל זיין? וויאזוי איך פארשטיי אז דו האלסט עס איז? וויאזוי איך לערן אפ חז"ל'ס שטעלונג דערין?

אנצוהייבן מיט דיינע הנחות האסטו מיר שוין פארלוירן, ווער זאגט עס איז א סתירה צו זען עפעס 'בראייה' און נאכאלץ האבן 'אמונה' דערין? אין פאקט פארשטיי איך אז יעדע זאך אפי' זאכן וואס מ'זעט קלאר מיט די פליישיגע אויגן דארפן אויך צורקומען צו א פראצענט פון עפיסטעמאלאגישע 'אמונות' אזוי-צו-זאגן, גארנישט איז נישט 100%, אנלעס דיין טרעשהאלד הייבט זיך אן ביי 99.9% און אראפ.. אזויווי איך זע נישט קיין סתירה אין אנכאפן אן אביעקט מיט די הענט און זען מיט די אויגן ווי איך האלט עס, זע איך נישט קיין סתירה און 'אנכאפן' א שטעלונג מיט די אויגן (/עיני השכל) און עס פארשטיין/טראסטן מיט די שכל דורך 'אמונה'.

ענליך מיט דיין צווייטע הנחה, ספק און אמונה מאכסטו פאר א ביינערי.

אנשטאט זאגן וואס אמונה מיינט נישט, זאגסטו לדעתי זייער שארף וואס דו האלסט עס מיינט יא, נעמליך, עפעס וואס עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער פון א מאטיריאליסטישע פערספעקטיוו אבער נאך אלץ זיין קאנווינסד דערין ווי גלייך מ'זעט עס יא. שטומט?

אגב: אין ענגליש איז דא א נ"מ צווישן belief און faith אויך אן האר שפאלטענדע חילוק. ביידע טייטשן זיך ביי אונז 'אמונה', און עס ווערט אפט צומישט כלפי וועלכע קאנטקסט מ'נוצט עס.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ״אמונה״ מהו?

שליחה דורך אלפא »

@מי אני ברענגט ערגעצוואו ארויס (לכאו' אין זיין אשכול איבער ג-ט) אז פון בעליף ביזן אננעמען אלס פאקט איז א ספעקטרום וואס ווי ווייטער מ'גייט מיטן עלימינירט ספיקות אלס מער פאקט איז עס, אבער עס איז נישט באמת דא קיין ליניע וועלכע ווערט גע'קראסט איידער א מיינונג ווערט טראנספארמירט צו א זיכערע פאקט.
אין פריערדיגע צייטן האבן זיי געוואוסט אלס 'פאקט' אז די וועלט איז פלאך, עס האט אבער בכלל נישט אפגעשפיגלט דאס מציאות, ענדערש האט עס באצייכענט ווי ווייט זיי זענען געווען 'פארגלייבט' דערין. נישט אנדערש ווי געוויסע טעאריעס און פאקטן פון היינט וועלכע קענען פאטענציאל זיך ארויסשטעלן פאלש.

דאס ברענגט אונז צום מסקנא אז אפי' און הארטע סייענס ווי 'זיכערקייט' און 'פאקטן' זענען די מערסטע אקטיוו, גייט דאס קיינמאל נישט באמת ארויס פון א פראצענטואלע 'אמונה' זאנע - פון אן עפיסטעמאלאגישע פערספעקטיוו. עס ווענד זיך אבער אויך אין דיין דעפינאציע פון 'ספק', צו די מעגליכקייט צו ווערן בעתיד גע'פראווט ראנג לייגט אלעס אריין בגדר ספק אדער נישט ממש?!

דר. מיכאל אברהם וועלכע איז זייער שטארק ביי די מיינונג אז 'אמונה בה' איז א הארטע עמפירישע שטעלונג, נעמט אבער אויך אן מיט א פשטות אז 'זיכערקייט' איז קיינמאל נישט מעגליך (איין מראה מקום צווישן אסאך).
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא האב איך געשריבן בנוגע הגדרת "אמונה" ובמש"כ המו"נ על זה בח"א פ"נ:
מי אני האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:46 pm
מי אני האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:46 pmעס איז אינטרעסאנט וואס הרב דר. נתן לאָפּעס-קאַרדאָזאָ ברענגט צו פון שמואל בּאָטלער און דר. עריק האַפער:
We need to understand that faith is "the art of drawing sufficient conclusions from insufficient premises," and "we can be absolutely certain only about things we do not understand"

To believe is not to prove, not to explain, but to yield to a vision
ווי איך פארשטיי האט דאס דר. האַפער נישט געמיינט אלס מעלה.
אבער מאידך גיסא איז דאך באקאנט דאס וואס שטייט במו״נ ח״א בריש פ״נ:
ההאמנה אינה העניין הנאמר בפה, אבל העניין המצוייר בנפש, כשיאמינו בו שהוא כן כמו שיצוייר.
עס איז אבער מן הראוי לציין אז דאס איז מתרגום ר' שמואל אבן תיבון (וועלכער האט קאמיוניקירט מיט'ן רמב"ם). הרב יוסף קאפח איז אבער דא מתרגם "דעה" אנשטאטס "ההאמנה". ער שרייבט:
"אעתקאד" כאן מגדיר רבנו מושג זה היטב, ובהחלט אין לתרגמו "אמונה", כי אמונה היא השקפה התפושה בידי האדם במסורת וללא ידיעה יסודית, ולפיכך תרגמתי בכל מקום "דעה". ויפה תרגם ר' יהודה אבן תיבון שם ספרו של רס"ג "אעתקאדאת" דעות, אם כי בתוך הספר הסתבך ללא סדר. כי "דעה" היא השקפה שאדם מגיע אליה מתוך חקירה יסודית ותוך בדיקה מקיפה של ההקדמות אשר הובילו אליה, ואף תוך בדיקת המתקפות הצפויות נגדה, כדי לדעת אם היא עשויה להחזיק מעמד נגדן.
הגם, אז ווי @אלפא ברענגט ארויס, איז דאס וואס הרב דר. נתן לאָפּעס-קאַרדאָזאָ באציהט זיך צו איז "פעיט", בשעת דער רמב"ם איז צו (לר' שמואל אבן תיבון) "בּעליף".

דא האב איך צוגעברענגט דעם הגדרת "אמונה" פונעם עיקרים (מאמר א פי"ט):
מי אני האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:39 pmולגבי דעם אז ההאמנה אינה העניין הנאמר בפה, אבל העניין המצוייר בנפש, איז דאס אויך וואס דער עיקרים שרייבט (מאמר א פי"ט):
האמונה בדבר הוא הצטייר הדבר ציור חזק עד שלא תשער הנפש בסתירתו בשום פנים, אף אם לא יודע דרך האמות בו.

והאמונה תפול בכל דבר שלא הושג למאמין מצד החוש, אבל הושג לאיש מה רצוי ומקובל או לאנשים רבים גדולי הפרסום, הושג הדבר ההוא או כיוצא בו בזמן מה בחוש ונמשכה הקבלה למאמין מן האיש ההוא או האנשים ההם קבלה נמשכת מאב לבן.
ובכלל איז אין עפּיסטעמאלאגיע (די דיון איבער וואס איז ״וויסן״ און ״ווי אזוי מ׳ווייסט״) דא די (קאנטראווערסיאנאלע) מאדעל פון די דזשאָסטיפייד אמת׳ע גלויבונג טעאריע, וואס בתוכה איז עס מגדיר "בּעליִף/גלויבונג/אמונה". עס לויטעט אז ״וויסן״ און ״ידיעה״ באשטייט פון 3 זאכן וואס עס פעהלט אויס דערצו:

1). גלויבונג - דער אינדיווידואל דארף טאקע עססענטן און גלייבן אין דעם פּראַפּאַזישאן; נישט סתם נאכבּעבּלען

2). דזשאָסטיפייד - ער דארף האבן א מבוסס׳דיגע ראציאנאלע סיבה פארוואס ער האט די גלויבונג

3). אמת - עס דארף טאקע זיין אזוי אין פאקט/מציאות

עכ"פ "אמונה" (אין טערמינען פון "בּעליִף/גלויבונג") איז א נעסעסערי קאנדישאן, און א פריערדיגע שלב (ל"ד אין א טעמפּאָרעל סענס), פאר "ידיעה" בכל אופן.

דא האב איך צוגעברענגט דעם טעאיסטיק ספּעקטרום פון דר. ריטשערד דאָקינס בנוגע ווי ווייט איינער איז "זיכער" בטעאיזם או היפיכה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ״אמונה״ מהו?

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אלפא: האסט געזאגט אסאך, נאר איך האב נאכנישט נישט אלעס פארשטאנען [מי אני: כ׳בין נישט זיכער צו כ׳על נאך אנקומען צו קענען פארשטיין דיינע מאמרים אין דעם גלגול :) ], כ׳דארף נאך מעיין זיין אין דיינע כתבים. ואגב ווילעך דיר בעטן אז ווען די ניצט העכערע (העכער פון ׳מיין׳ קענטעניס) ענגליש ווערטער (אזויווי ׳סעמאנטיק׳, ׳עפיסטעמאלאגישע׳), אויב העסטו עס שרייבן אין ענגלישע אותיות העליכעס קענען גרינגער סירטשן פאר די מינינג, א דאנק.

לאמיר אנהויבן מיט דעם:
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:58 am אזויווי איך זע נישט קיין סתירה אין אנכאפן אן אביעקט מיט די הענט און זען מיט די אויגן ווי איך האלט עס, זע איך נישט קיין סתירה און 'אנכאפן' א שטעלונג מיט די אויגן (/עיני השכל) און עס פארשטיין/טראסטן מיט די שכל דורך 'אמונה'.

ווען מ׳כאפט עפעס אן מיט די הענט און מ׳זעט עס מיט די אויגן, איז באמת וואס פאסירט איז, אז מ׳כאפט עס אן 2 מאל (אין צוויי אנדערע דיימענשאנ׳ס). מיט די האנט כאפט מען אן און מ׳רעקאגנייזד דעם ׳טעקסטשער׳ און מיט די אויגן רעדזשיסטערט מען די ׳אויסזען׳ דערפון.

יעצט לגבי דעם נמשל. ווען דו זעסט עפעס מיט דיין שכל (ראיית עיני השכל), וואס נאך פעלט דיר, וואס ׳אמונה׳ איז דאס משלים?

אויב, ווייל דו קענסט נישט זיין 100% זיכער אין גארנישט און אמונה רופסטו אָן דעם ׳טראסט׳ געפיל עס יא אנצונעמען פאר זיכער. דעמאלס קומט אויס אז דיין ׳אמונה׳ גייט קעגן דיין ׳שכל׳, ווייל דאס ׳נישט קענען זיין 100% זיכער אין גארנישט׳ איז עפעס וואס דיין ׳שכל׳ זעט/זאגט דיר (עיני השכל) און דאן אויף למעשה נעמסטו עס יא אָן (אמונה).

איך שמועס עס פשוט אויס, כדי צו פארשטיין וואס דו האסט געמיינט צו זאגן. ובאמת וואלט איך געזאגט אז אפשר קעמען ניצן דיין משל טאקע און צוגלייכן אמונה צום חוש המישוש וואס טוט ענהענסן ארויסצוהאבן א נייע סארט אבדזשעקט וואס מ׳האט קודם נאר געקענט ׳זעין׳ און ווען מ׳נעמט עס אין האנט אריין און מ׳פיעלט עס האט מען עס סאך בעסער ארויס. (אדער פארקערט בעסער, עפעס וואס מ׳פילט נאר, מיט צוגעמאכטע אויגן, דערנאך עפענט מען די אויגן און מ׳זעט עס)
_ _

לגבי דיין שאלה פון ווי איך קום? וועלכע קאנטעקסט וכו׳. וואס הייסט? וואסיז די שאלה בכלל?

אז מ׳איז דן צו פארשטיין וואס א ווארט מיינט, איז אוודאי רעדט מען דאך צו פארשטיין דעם מיינונג פון דער וואס האט אויפגעמאכט אדער ניצט דעם ווארט אין איר ארגינעלן קאנטעקסט...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ״אמונה״ מהו?

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:58 am אנשטאט זאגן וואס אמונה מיינט נישט, זאגסטו לדעתי זייער שארף וואס דו האלסט עס מיינט יא, נעמליך, עפעס וואס עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער פון א מאטיריאליסטישע פערספעקטיוו אבער נאך אלץ זיין קאנווינסד דערין ווי גלייך מ'זעט עס יא. שטומט?

זאגסטו אז כ׳אב נישט איבערגעלאזט נאך אפציעס. הא? :P

אבער, ניין. כ׳בין נאכנישט אינגאצן צופרידן. ווי דו לייגסט עס אראפ רעדסטו פון עפעס וואס מיין שכל איז מסופק דערין און לאזט מיר נישט מאכן א פיינעל קאנקלוזשען, נאר עפעס א מיסטערי פאסירט און כ׳מאך יא דעם קאנקלוזשען.

ס׳איז זייער א סקערי סיטואציע. אז א מענטש טרעפט זיך מאכן קאנקלוזשענס און ער ווייסט נישט פארוואס, ווער ער לדעתי אריינפאלן אין א שרעקליכן פאניק ביז דאס לעבן וועט אים נמאס ווערן.

שטעל דיר פאר אז דו שטייסט אויף איין צופרי און דו געדענקסט אז נעכטן האסטו אפגעמאכט צו אינוועסטן דיין גאנצע געלט + דיין גאנצע קרעדיט ליין אין עפעס א געוויסע ביזנעס און דו האלסט עס שוין ממש ביים טון, נאר דו ווילסט נאכאמאל זיכער מאכן אז דו טוסט ריכטיג סאוי דו גייסט איבער דעם חשבון אבער דו קענסט נישט טרעפן איין ׳מיסינג לינק׳. דהיינו, A ליעדס צו B דערנאך צו C. סאוי A און C געדענקסטו אבער B איז נישט בנמצא און קענסטעך עס בשום אופן נישט דערמאנען. וויאזוי איז מעגליך אנצוגיין אזוי?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ״אמונה״ מהו?

שליחה דורך אלפא »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:16 pm אלפא: האסט געזאגט אסאך, נאר איך האב נאכנישט נישט אלעס פארשטאנען [מי אני: כ׳בין נישט זיכער צו כ׳על נאך אנקומען צו קענען פארשטיין דיינע מאמרים אין דעם גלגול :) ], כ׳דארף נאך מעיין זיין אין דיינע כתבים. ואגב ווילעך דיר בעטן אז ווען די ניצט העכערע (העכער פון ׳מיין׳ קענטעניס) ענגליש ווערטער (אזויווי ׳סעמאנטיק׳, ׳עפיסטעמאלאגישע׳), אויב העסטו עס שרייבן אין ענגלישע אותיות העליכעס קענען גרינגער סירטשן פאר די מינינג, א דאנק.

לאמיר אנהויבן מיט דעם:
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:58 am אזויווי איך זע נישט קיין סתירה אין אנכאפן אן אביעקט מיט די הענט און זען מיט די אויגן ווי איך האלט עס, זע איך נישט קיין סתירה און 'אנכאפן' א שטעלונג מיט די אויגן (/עיני השכל) און עס פארשטיין/טראסטן מיט די שכל דורך 'אמונה'.

ווען מ׳כאפט עפעס אן מיט די הענט און מ׳זעט עס מיט די אויגן, איז באמת וואס פאסירט איז, אז מ׳כאפט עס אן 2 מאל (אין צוויי אנדערע דיימענשאנ׳ס). מיט די האנט כאפט מען אן און מ׳רעקאגנייזד דעם ׳טעקסטשער׳ און מיט די אויגן רעדזשיסטערט מען די ׳אויסזען׳ דערפון.

יעצט לגבי דעם נמשל. ווען דו זעסט עפעס מיט דיין שכל (ראיית עיני השכל), וואס נאך פעלט דיר, וואס ׳אמונה׳ איז דאס משלים?

אויב, ווייל דו קענסט נישט זיין 100% זיכער אין גארנישט און אמונה רופסטו אָן דעם ׳טראסט׳ געפיל עס יא אנצונעמען פאר זיכער. דעמאלס קומט אויס אז דיין ׳אמונה׳ גייט קעגן דיין ׳שכל׳, ווייל דאס ׳נישט קענען זיין 100% זיכער אין גארנישט׳ איז עפעס וואס דיין ׳שכל׳ זעט/זאגט דיר (עיני השכל) און דאן אויף למעשה נעמסטו עס יא אָן (אמונה).

איך שמועס עס פשוט אויס, כדי צו פארשטיין וואס דו האסט געמיינט צו זאגן. ובאמת וואלט איך געזאגט אז אפשר קעמען ניצן דיין משל טאקע און צוגלייכן אמונה צום חוש המישוש וואס טוט ענהענסן ארויסצוהאבן א נייע סארט אבדזשעקט וואס מ׳האט קודם נאר געקענט ׳זעין׳ און ווען מ׳נעמט עס אין האנט אריין און מ׳פיעלט עס האט מען עס סאך בעסער ארויס. (אדער פארקערט בעסער, עפעס וואס מ׳פילט נאר, מיט צוגעמאכטע אויגן, דערנאך עפענט מען די אויגן און מ׳זעט עס)
_ _

לגבי דיין שאלה פון ווי איך קום? וועלכע קאנטעקסט וכו׳. וואס הייסט? וואסיז די שאלה בכלל?

אז מ׳איז דן צו פארשטיין וואס א ווארט מיינט, איז אוודאי רעדט מען דאך צו פארשטיין דעם מיינונג פון דער וואס האט אויפגעמאכט אדער ניצט דעם ווארט אין איר ארגינעלן קאנטעקסט...
איינס אויפאמאל.
סעמאנטיקס - semantics איז ווען מ'טענה'ט זיך וואס א ווארט טייטשט און רעפרעזענטירט. לדוגמא, איינער זאגט אז א 'זייגער' מיינט נאר עפעס וואס הענגט אויפן וואנט און די צווייטע האלט אז א טאשן זייגער און די דיספלעי אויפן סעלפאן איז אויך געהעריג א 'זייגער'. זיי דינגען זיך נישט בפועל איבער די מציאות אדער פינקציעס פון דעם אדער יענעם צייט-ווייזער, די ערשטע וויל נאר נישט רופן א טאשן זייגער א זייגער. זאל אים וואויל באקומען זאגט מען.
דא אויך, מ'קען זיך טענה'ן וועלכע סארט אמונה איז וויכטיג בכדי צו זיין א איד וכדו', אבער דיין נושא שיינט צו זיין מער וואס 'מ'רופט' אמונה, און צו so and so געדאנקענגאנג 'הייסט' אמונה אדער ס'הייסט קאקאשקעיק, עס האט נישט דוקא קיין השלכות אין עני פרעקטיקעל סענס.

'עפיסטעמאלאגיע' - epistemology, איז די אפטיילונג אין פילאזאפיע וואס געבט זיך אפ מיטן חוקר זיין די נושא פון נאלעדזש - ידיעה, וויפיל ווייסן מיר, וויאזוי קענען מיר בכלל וויסן זאכן, וויאזוי קען מען זיין זיכער אז מיר לעבן נישט אין קיין דעלוזיע נאר אונזער חושים רעפלעקטירן צו אונז די ריכטיגע-אמת'ע רעאליטעט, וויאזוי קען מען וויסן אז מיר עקזיסטירן בכלל פאר אלעם - אפשר חלומ'ען מיר... וכו'

אמונה - טראסט דארף אייביג קומען אנפילן די gap צווישן וואס אונזער חושים (אינקלודינג אונזער שכל) זאגן אונז און די זיכערקייט מיט וואס מיר קענען עס גלייבן, דאס אז איך האב קלאר געזען א לייב מיינט נאכנישט אז עס עקזיסטירט באמת א לייב - אדער אז איך זאל קענען אננעמען די לייב אלס פאקט - אן דעם וואס אן עפיסטעמאלאגישע הנחה געבט מיר די 'אמונה' צו טראסטן אז מיינע חושים זענען די ריכטיגע כלים אפצושפיגלען רעאליטעט.
עס איז נישט אז די שכל מאכט איך זאל נישט גלייבן מיינע חושים, פאקערט, אן קיין שכל (און עפיסטעמאלאגישע הנחות) איז נאריש זיך איינצורעדן אז וואס איך זע דאס עקזיסטירט טאקע במציאות out there.
נמצא, אז די אמונה פון וואס איך רעד -וואס אן דעם קען מען נישט אננעמען גארנישט אויף די וועלט- דאס קומט פון די שכל וועלכע שטעלט די הנחות פארוואס מיר זאלן יא גלייבן וואס מיר זעען.
עס קען זיך אפשר אנהערן קאונטער אינטואטיוו נישט צו גלייבן אונזער חושים אויפן ווארט, אבער לאידך גיסא אויף וועלכע ראציאנאלע בעסיס האלסטו 'פאר זיכער' אז זיי זאגן די אמת?

'אמונה' ווי ווייט איך ווייס איז נישט קיין ווארט אין די תורה וועלכע טראגט אינטרינסיק (-intrinsic, אייגענע) געוויכט אזש מ'זאל זיך דארפן שלאגן וואס דאס טייטשט. ווי געזאגט פריער, מ'קען זיך מעגליך טענה'ן וועלכע בעליף'ס פעלן זיך אויס צו קוואליפיצירן אלץ ערליכע איד פון אן הלכה שטאנדפונקט, אבער צו דן זיין איבער די טייטש פון דאס ווארט אמונה (וועלכע ווערט שוין ביי יעדע פון די ראשונים גענוצט אנדערש) זאל אים וואויל באקומען זאגט מען...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ״אמונה״ מהו?

שליחה דורך אלפא »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:11 pm
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:58 am אנשטאט זאגן וואס אמונה מיינט נישט, זאגסטו לדעתי זייער שארף וואס דו האלסט עס מיינט יא, נעמליך, עפעס וואס עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער פון א מאטיריאליסטישע פערספעקטיוו אבער נאך אלץ זיין קאנווינסד דערין ווי גלייך מ'זעט עס יא. שטומט?

זאגסטו אז כ׳אב נישט איבערגעלאזט נאך אפציעס. הא? :P

אבער, ניין. כ׳בין נאכנישט אינגאצן צופרידן. ווי דו לייגסט עס אראפ רעדסטו פון עפעס וואס מיין שכל איז מסופק דערין און לאזט מיר נישט מאכן א פיינעל קאנקלוזשען, נאר עפעס א מיסטערי פאסירט און כ׳מאך יא דעם קאנקלוזשען.

ס׳איז זייער א סקערי סיטואציע. אז א מענטש טרעפט זיך מאכן קאנקלוזשענס און ער ווייסט נישט פארוואס, ווער ער לדעתי אריינפאלן אין א שרעקליכן פאניק ביז דאס לעבן וועט אים נמאס ווערן.

שטעל דיר פאר אז דו שטייסט אויף איין צופרי און דו געדענקסט אז נעכטן האסטו אפגעמאכט צו אינוועסטן דיין גאנצע געלט + דיין גאנצע קרעדיט ליין אין עפעס א געוויסע ביזנעס און דו האלסט עס שוין ממש ביים טון, נאר דו ווילסט נאכאמאל זיכער מאכן אז דו טוסט ריכטיג סאוי דו גייסט איבער דעם חשבון אבער דו קענסט נישט טרעפן איין ׳מיסינג לינק׳. דהיינו, A ליעדס צו B דערנאך צו C. סאוי A און C געדענקסטו אבער B איז נישט בנמצא און קענסטעך עס בשום אופן נישט דערמאנען. וויאזוי איז מעגליך אנצוגיין אזוי?
איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז דו לאזט נישט איבער קיין אפציעס (- איך האב נישט קיין פראבלעם אריינצוגיין און שאפעס וואס דו פארשליסט.. :) ) דו הייבסט נאר אן אז דו קומסט 'אויסשליסן' וואס אמונה איז נישט, ווען אין פאקט ליגט אין דיינע ווערטער נישט קיין נעגאטיווע סטעיטמענט (וואס ס'איז נישט) נאר א פאזיטיווע סטעיטמענט (וואס דו האלסט עס איז יא).

די צווייטע חלק פארשטיי איך נישט געהעריג.
דו זאגסט אז אמונה מיינט נישט ווען עפעס איז נתאמת ביים מענטש (בעיני בשר אדער בעיני השכל). דאן זאגסטו אז א ספק איז נישט אמונה. וועלכע אפציע האסטו צווישן 'נישט נתאמת בעיני השכל' און 'ספק'? איך האב בסך הכל ריפרעיזד דיינע ווערטער, און די איינציגסטע אפציע בלייבט אז עס איז נתאמת געווארן (-נישט ספק) אבער אן די עיני השכל (-וואס איז שוין ראיה)... אדער?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:16 pm 'אמונה' ווי ווייט איך ווייס איז נישט קיין ווארט אין די תורה וועלכע טראגט אינטרינסיק (-intrinsic, אייגענע) געוויכט אזש מ'זאל זיך דארפן שלאגן וואס דאס טייטשט. ווי געזאגט פריער, מ'קען זיך מעגליך טענה'ן וועלכע בעליף'ס פעלן זיך אויס צו קוואליפיצירן אלץ ערליכע איד פון אן הלכה שטאנדפונקט, אבער צו דן זיין איבער די טייטש פון דאס ווארט אמונה (וועלכע ווערט שוין ביי יעדע פון די ראשונים גענוצט אנדערש) זאל אים וואויל באקומען זאגט מען...

שטייט דאך אין פסוק: ״צדיק באמונתו יחיה״.
_ _ _

וועלכע בעליף און אין וואס צו גלייבן איז איין זאך, אבער אלץ יסוד און הקדמה צו דעם מאכט סענס צו וועלן פארשטיין ״וויאזוי״ ס׳איז עקספעקטעד פונעם איד צו גלייבן.

אז איך וויל זיין א ערליכע איד און איך דארף ״גלייבן״ געוויסע זאכן, מאכט נאר סענס צו וועלן וויסן ״וואס״ גלייבן מיינט בכלל, דערנאך קעמען לכאורה זען ״וויאזוי״ עס צו קריגן וכדו׳. אבער קודם וואס ״איזעס״ בכלל??

לדוגמא, דער חתן מדריך לערנט מיטן חתן וויאזוי זיך צו פירן צו ווייזן אהבה צו זיין ווייב. ווען צו קופן א מתנה, 5 לאוו לענגווידזשעס וכו׳. אבער אויב דער חתן האט נישט קיין מושג וואס ׳אהבה׳ מיינט בכלל (זייער קאמען ליידער פאר די וואס וואקסן אויף אין דיספאנקשענעל שטיבער) איז די גאנצע דרשה א ברכה לבטלה. זאלער פריער גיין אויספיגערן וואס דאס מיינט ליבשאפט...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך טראלל »

אמונה איז א געפיל און געפילן קענען צומאל זיין א צאמשטעל פון מערערע געפילן ביינעזאם, צומאל איז עס די צאמשטעל פון צוויי געפילן צוזאמען וואס שמעלצן זיך צאם און שאפן א דריטע געפיל, און צומאל גייט עס צו אז איין געפיל בויט זיך אויפ'ן צווייטן. די אלצווייסער זאגן אז די מערסט קאמפליצירטע געפיל איז נאסטאלגיע, איך מיין אבער אז דאס טיטל קומט זיך אמונה ענדערש, ס'איז אבער זיכער א שטארקע קאנקורענץ.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

טראלל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 6:43 pm אמונה איז א געפיל און געפילן קענען צומאל זיין א צאמשטעל פון מערערע געפילן ביינעזאם, צומאל איז עס די צאמשטעל פון צוויי געפילן צוזאמען וואס שמעלצן זיך צאם און שאפן א דריטע געפיל, און צומאל גייט עס צו אז איין געפיל בויט זיך אויפ'ן צווייטן. די אלצווייסער זאגן אז די מערסט קאמפליצירטע געפיל איז נאסטאלגיע, איך מיין אבער אז דאס טיטל קומט זיך אמונה ענדערש, ס'איז אבער זיכער א שטארקע קאנקורענץ.

יעדע געפיל האט א שורש אין שכל, א געוויסע הכרה און השגה וואס ברענגט ׳נאכדעם׳ מיט זיך דעם געפיל. ווי אויך א געפיל איז דער ענערדזשי וואס שטיפט אויף א פעולה למעשה משא״כ אמונה גייט ארויף אויף די חלק הידיעה נאך איידער ס׳ברענגט דעם מענטש צו א הרגש בלב אדער טון עפעס למעשה, אוודאי וועט עס ברענגען געפילן אין הארץ אבער דאס ווארט ׳אמונה׳ גייט ענדערש ארויף אויף די השגה ווי אויף די געפילן וואס ווערן נמשך פון דעם.

אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אזוי ווי מ׳פרעגט א מענטש אויף עפעס א הנחה: ״פון ווי ווייסטו דאס״? און ער ענטפער ״כ׳האב אזא געפיל״. געווענליך איזעס אזא סארט intuition וואס מיינט אז סוב-קאנטשעסלי האט מען געמאכט די קאלקולעישאנ׳ס אבער מ׳קענעס נישט מסביר זיין קאנטשעסלי.

אבער דאן איזעס עגעין א שכל׳דיגע הסבר, ער איז דאס משיג מיט ׳חכמה׳ (עיני השכל) נאר ער ווייסט אליין נישט וואס דער הסבר איז.

פאר דעם דארף מען עפעס א נייע טערם ״אמונה״?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re:

שליחה דורך אלפא »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 6:04 pm
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:16 pm 'אמונה' ווי ווייט איך ווייס איז נישט קיין ווארט אין די תורה וועלכע טראגט אינטרינסיק (-intrinsic, אייגענע) געוויכט אזש מ'זאל זיך דארפן שלאגן וואס דאס טייטשט. ווי געזאגט פריער, מ'קען זיך מעגליך טענה'ן וועלכע בעליף'ס פעלן זיך אויס צו קוואליפיצירן אלץ ערליכע איד פון אן הלכה שטאנדפונקט, אבער צו דן זיין איבער די טייטש פון דאס ווארט אמונה (וועלכע ווערט שוין ביי יעדע פון די ראשונים גענוצט אנדערש) זאל אים וואויל באקומען זאגט מען...

שטייט דאך אין פסוק: ״צדיק באמונתו יחיה״.
_ _ _

וועלכע בעליף און אין וואס צו גלייבן איז איין זאך, אבער אלץ יסוד און הקדמה צו דעם מאכט סענס צו וועלן פארשטיין ״וויאזוי״ ס׳איז עקספעקטעד פונעם איד צו גלייבן.

אז איך וויל זיין א ערליכע איד און איך דארף ״גלייבן״ געוויסע זאכן, מאכט נאר סענס צו וועלן וויסן ״וואס״ גלייבן מיינט בכלל, דערנאך קעמען לכאורה זען ״וויאזוי״ עס צו קריגן וכדו׳. אבער קודם וואס ״איזעס״ בכלל??

לדוגמא, דער חתן מדריך לערנט מיטן חתן וויאזוי זיך צו פירן צו ווייזן אהבה צו זיין ווייב. ווען צו קופן א מתנה, 5 לאוו לענגווידזשעס וכו׳. אבער אויב דער חתן האט נישט קיין מושג וואס ׳אהבה׳ מיינט בכלל (זייער קאמען ליידער פאר די וואס וואקסן אויף אין דיספאנקשענעל שטיבער) איז די גאנצע דרשה א ברכה לבטלה. זאלער פריער גיין אויספיגערן וואס דאס מיינט ליבשאפט...
שוין א מחלו' ראשונים צו אנוכי איז א מצוה אדער הקדמה, והדברים עתיקין.

צו זיין א איד דארף מען נישט 'גלייבן' דוקא. מ'קען האלטן, גלייבן, מיינען, וויסן, אדער סיי וויאזוי ס'געפעלט. די נקודה איז אז פילאזאפיש גערעדט איז נישט שייך צו זיין מחויב במצות וכו' אן האלטן (/גלייבן/וויסן...) אז עס איז דא א מחייב.
ובכלל אידישקייט איז ווי באקאנט א רעליגיע פון טון און איז נישט געבויט ארום גלייבן (ולואי אותי עזבו ותורתי שמרו...), די היסטאריע פון 'אמונה' און כ"י איז א קאמפליצירטע און האט זיך דעוועלאפט מיט די צייט. וואס יא, אונז האבן אנגענומען די י"ג עקרים אלס א יסוד ליהדות וועלכע איז שוין אטאמאטיש מחייב פאר זיך אליין, אבער איך גלייב(?) די רמב"ם האט נישט דיסקרימינירט צווישן איינער וואס ווייסט עס/גלייבט עס/ אדער טראסט עס...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך טראלל »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:24 pmעדע געפיל האט א שורש אין שכל, א געוויסע הכרה און השגה וואס ברענגט ׳נאכדעם׳ מיט זיך דעם געפיל..

פאר דעם דארף מען עפעס א נייע טערם ״אמונה״?
יעדע געפיל האט א שורש אין שכל, ווען א הערש זעהט א טיגער קומען קעגן איהם באפאלט איהם פחד ווייל ער האט די שכל צו פארשטיין אז דער טיגער קען איהם פארצוקן, ווען א אקס זעהט א קוה כאפט איהם אן א דאס ווייל ער האט די שכל צו פארשטיין אז דאס קוה קען פארזעצן זיינע דשינס, פארדעם דארף מען עפעס א נייע טערם "הארני"?
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ״אמונה״ מהו?

שליחה דורך שפילער »

פארוואס טענהט מען זיך בעפאר דו האסט נישט בכלל געברענגט דיין פאוינט? איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט

געט טו די פאוינט....
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: Re:

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:50 pm ובכלל אידישקייט איז ווי באקאנט א רעליגיע פון טון און איז נישט געבויט ארום גלייבן (ולואי אותי עזבו ותורתי שמרו...).

ווי איז באקאנט? ווען באקאנט?

בפירוש אמרה תורה: ״דע את אלקי אביך ועבדהו״.
ועוד כמה וכמה מקראות מורים על זה הענין.

און אויך א חלק פון די מצוות וואס מ׳דארף ״טון״ איז תלוי במח ולב. ס׳דא שש מצוות תמידיות און אזוי אויך שש זכירות וואס רובם ככולם איז נאר שייך אויב ס׳דא ׳אמונה׳.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

טראלל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:52 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:24 pmעדע געפיל האט א שורש אין שכל, א געוויסע הכרה און השגה וואס ברענגט ׳נאכדעם׳ מיט זיך דעם געפיל..

פאר דעם דארף מען עפעס א נייע טערם ״אמונה״?
יעדע געפיל האט א שורש אין שכל, ווען א הערש זעהט א טיגער קומען קעגן איהם באפאלט איהם פחד ווייל ער האט די שכל צו פארשטיין אז דער טיגער קען איהם פארצוקן, ווען א אקס זעהט א קוה כאפט איהם אן א דאס ווייל ער האט די שכל צו פארשטיין אז דאס קוה קען פארזעצן זיינע דשינס, פארדעם דארף מען עפעס א נייע טערם "הארני"?
:lol:

אקעי, אקעי. אויב פילסטו עס אזוי ווי דו לייגסט עס דא אראפ, דאן בין איך [יא, אני הק׳] מעיד אויף דיר אז דו ׳האסט׳ אמונה, און ס׳טאקע איבעריג פאר דיר זיך צו דעגרינטעווען ״וואס״ עס איז בעצם. גיי דין דעם ג-ט מיט שמחה...! לקיים מה שנאמר ״עבדו את ה' בשמחה״.

דא אין דעם אשכול אדרעסיר איך די אידן וואס סטראגלען מיט אמונה, ווייל זיי ווילען עס האבן נאר ווייסן נישט וואס, ווי, ווען. סאוי הייבעך אָן פון אלף: ״אמונה מהו?״
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך טראלל »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:30 pm דא אין דעם אשכול אדרעסיר איך די אידן וואס סטראגלען מיט אמונה, ווייל זיי ווילען עס האבן נאר ווייסן נישט וואס, ווי, ווען. סאוי הייבעך אָן פון אלף: ״אמונה מהו?״
"סטראגלס" אין אמונה קומט פון א לאוו-העיט רילעישנשיפ מיט אידישקייט, אזויווי ס'דא מענטשן וואס האבן ליעב קעיק ווייל ס'איז זייער געשמאק אבער ס'געפעלט זיי נישט די פאקט אז זיי האבן ליעב קעיק ווייל ס'מאכט זיי קראנק.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:56 pm פארוואס טענהט מען זיך בעפאר דו האסט נישט בכלל געברענגט דיין פאוינט? איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט

געט טו די פאוינט....

וואס פארשטייסטו נישט?
און אויב פארשטייסטו נישט, דעם קשיא, אויף וואס דארפסטו א תשובה?

די פוינט [דערווייל] איז. אז אמונה און שכל זענען 2 אנדערע זאכן. [אויב ביזטו זיך מחולק אויף דעם, דאן דזשוין דע קלאב. ווייל דא האלט מען יעצט]. סאוי אויב וויל מען אמונה איז איבעריג זיך צו ברעכן דעם קאפ איבער חקירות וכדו׳...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re:

שליחה דורך שפילער »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:00 pm
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:56 pm פארוואס טענהט מען זיך בעפאר דו האסט נישט בכלל געברענגט דיין פאוינט? איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט

געט טו די פאוינט....

וואס פארשטייסטו נישט?
און אויב פארשטייסטו נישט, דעם קשיא, אויף וואס דארפסטו א תשובה?

די פוינט [דערווייל] איז. אז אמונה און שכל זענען 2 אנדערע זאכן. [אויב ביזטו זיך מחולק אויף דעם, דאן דזשוין דע קלאב. ווייל דא האלט מען יעצט]. סאוי אויב וויל מען אמונה איז איבעריג זיך צו ברעכן דעם קאפ איבער חקירות וכדו׳...
סאוי דו ווילסט זאגן אז די גאנצע פאוינט פון אמונה איז איך בין א נער און גלייב?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ״אמונה״ מהו?

שליחה דורך סקעפטיקער »

די טייטש פון די ווארט אמונה אין תנ"ך און אין חז"ל איז שטארק, געטריי, פעסט, טראסטבאר און באגלייבט. אלע פסוקים ווי מרעד'ט פון "אמונה" כלפי דעם אייבערשטען מיינט עס טראסטן דעם אייבערשטען, לדוגמא חסדי ה' עולם אשירה לדר ודר אודיע אמונתך בפי עי"ש במפרשים, וכהנה רבות. זעה דא א ליסטע פון פסוקים https://mg.alhatorah.org/Concordance/530. גלייבן אין מציאת הבורא האט נישט קיין פשט אנצורופן אמונה לויט די אמת'ע אפטייטש פונעם ווארט, אדער ווייסטו אדער ווייסטו עס נישט. אמונה בה' מיינט גלייבן דעם אייבערשטען אז ער וועט טוהן אבער נישט גלייבן אז ער עקזיסטירט. אלע פסוקים פון אמונה רעדן פון טראסטן גאט נאך די הנחה אז ער עקזסיטירט.

אין וויקיפידיא שרייבן זיי די זעלבע:
כשהמקרא וחז"ל משתמשים במילה אמונה לציון הקשר בין האדם לאל, הכוונה היא לביטחון שבאדם כלפי אלוהיו – ולא לאמונה בעצם קיומו של האל, אשר לכאורה היא ברורה מאליה. שורשו של המושג 'אמונה' הוא א.מ.נ. והוא משמש במשמעות של מתן אמון או של אמינות ויציבות. גם הביטוי אָמֵן משמש להבעת אמון באמינותה של האמירה אליה מתייחס הדובר.
גם אצל חז"ל המילה מקבלת משמעות דומה. למשל: תלמוד בבלי, מסכת שבת, דף ל"א, עמוד א': "בשעה שמכניסין אדם לדין (של מעלה), אומרים לו: נשאת ונתת באמונה?". הווה אומר, מצופה שהאדם יתנהג כהלכה, ויקיים כיאות חיובים דתיים ומוסריים. קיים גבול מטושטש בין ההתנהגות כלפי האל וכלפי הבריות, שכן אותה המילה משמשת לשני האובייקטים האלו.
רק החל מימי הביניים, אנו עדים לקיומם של דיונים על עצם קיומו של האל. ההוגים היהודים הרציונליסטים מימי הביניים ואילך הגדירו אמונה לאור המסורת הפילוסופית ממקורותיה היווניים, כקבלת דבר מה כנכון, הוגים יהודים אחרים, ובעיקר כאלו היותר מושפעים מהקבלה, זיהו אותה יותר עם תחושה פנימית שדבר מה נכון.
לאור הפער שבין מושג האמונה בתנ"ך ומושג האמונה בימי הביניים הבחין מרטין בובר בין "אמונה ב-" ל"אמונה ש-". ה"אמונה ב-", מתייחסת למושג האמונה התנ"כי, שהוא אינטר-סובייקטיבי וקיומי במהותו. ה"אמונה ש-" יונקת מן המסורת הפילוסופית והיא צורה של ידיעה, כהכרה בתקפותה של טענה.

די באקאנטע שמועס איבער אמונה ובטחון https://tablet.otzar.org/#/b/624689 וואס איז מיוחס צום רמב"ן (הגם עס איז לכאורה נישט פון אים), זאגט אז די חילוק פון אמונה און בטחון איז אז אמונה מיינט גלייבן (טראסטן) אז די אייבערשטער קען העלפן, און בטחון מיינט זיך פארזיכערן אז ער וועט העלפן. אבער אפילו ער זאגט אויך נישט אז אמונה זאל מיינען גלייבן אז עס איז דא א באשעפער (די חזו"א אין אמונה ובטחון זאגט שוין יא אזוי)

איך בין נישט קלאר פונקטליך ווען אמונה האט אנגעהויבן מיינען האלטן עפעס אנטשטאט גלייבן און טראסטן אין עפעס
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: Re:

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:14 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:00 pm
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:56 pm פארוואס טענהט מען זיך בעפאר דו האסט נישט בכלל געברענגט דיין פאוינט? איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט

געט טו די פאוינט....

וואס פארשטייסטו נישט?
און אויב פארשטייסטו נישט, דעם קשיא, אויף וואס דארפסטו א תשובה?

די פוינט [דערווייל] איז. אז אמונה און שכל זענען 2 אנדערע זאכן. [אויב ביזטו זיך מחולק אויף דעם, דאן דזשוין דע קלאב. ווייל דא האלט מען יעצט]. סאוי אויב וויל מען אמונה איז איבעריג זיך צו ברעכן דעם קאפ איבער חקירות וכדו׳...
סאוי דו ווילסט זאגן אז די גאנצע פאוינט פון אמונה איז איך בין א נער און גלייב?

כמעט, אבער נישט ממש. איך וויל צוקומען צום פוינט אז דער ראציאנאליסט זאל זיך נישט שעמען מיט זיין אמונה.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: Re:

שליחה דורך טראלל »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:02 pm איך וויל צוקומען צום פוינט אז דער ראציאנאליסט זאל זיך נישט שעמען מיט זיין אמונה.
פארוואס זאל א ראציאנאליסט זיך שעמען מיט זיין אמונה? מה נפשך, אויב איז דא מיט וואס זיך צו שעמען זאל ער זיך שעמען, און אויב נישט איז ער נישט ראציאנאל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

טראלל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:16 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:02 pm איך וויל צוקומען צום פוינט אז דער ראציאנאליסט זאל זיך נישט שעמען מיט זיין אמונה.
פארוואס זאל א ראציאנאליסט זיך שעמען מיט זיין אמונה? מה נפשך, אויב איז דא מיט וואס זיך צו שעמען זאל ער זיך שעמען, און אויב נישט איז ער נישט ראציאנאל.

בקיצור זאג איך אז רעשאנאליזם מיט אמונה איז נישט קיין סתירה. מ׳קען זיין א רעשאנאליסט (וואס איז גראדע אלץ געווען אן ארויפגעקוקטע זאך ביהדות) און בחדא מחתא זיין א תמימות׳דיגע מאמין.

פארשפארט