שמן למאור האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 02, 2024 8:31 am
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:16 pm
די רבנים און די בתי דינים וועלן בלייבן לעולם ועד.
און פון מענדל הערש פאנעט איז שוין יעצט גארנישט געבליבן.
הער גוט וואס איך זאג דיר, איינמאל פאר אלעמאל,
פאנעט האט "ZERO CHANCE" צו געווינען די קארט.
וועסטו זאגן ליין דורך זיין קלעם, ער האט גוטע ראיות.
וועל איך דיר זאגן נאכאמאל, ער גייט גארנישט געווינען.
לייג אוועק די תגובה און פרעג מיר אין אפאר יאר ארום
פון ווי איך האב דאס געוויסט.
אז ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז ביסט טאקע גערעכט געווען און מענדל הערש וועט פארלירן, וועט קיינער נישט אויפמישן דיין תגובה דא און באוואונדערן וויאזוי דו האסט דאס פאראויסגעזאגט. סך הכול איז עס א 50/50 שאנס, און דו האסט גענומען א געמבל. כ'קען שרייבן די זעלבע תגובה מיט א פעסטקייט אויף פארקערט, און אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז איך בין גערעכט וועל איך זיך אויך קענען אהערשטעלן ווי א נביא.
דאס איז בכלל נישט אינטערסאנט און סתם געהאקט אין קאפ אריין. אז דו זאגסט מיט א פעסטקייט אז פאנעט גייט זיכער פארלירן דאן לייג ארויס פארוואס דו האלטסט אזוי, וואס האט דיר געפירט צו קומען צו דעם מסקנה, אנדערש איז דיין תגובה ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית.
איך פארשטיי נישט דיין פראגע בכלל!
זעסטו נישט ווי לענגאויס די מערכה האלט ריינער און איין שיסן און ווארפן פאנטאסטישע הבטחות און לאזונגען וועלכע.....עם עם... ארבעטען זיך אויס פונקליך (נישט אזוי ממש),
איך רעכן דא אויס אפאר סעמפלס:
ווער געדענקט נישט דעם לאזונג זיינער ביים "צוריק" עפענען קינדליין אויפן אייגענעם פויסט: "שענער בעסער גרעסער"!
דאס האט געהאקט און געקנאקט אין אלע גאסן וואסטאפ גרופס טוויטער און ווי נישט
מיט א זעלבסזיכערקייט וואס האט געשיינט אז ער האט דעקונג און שטארקע פלענער דערפאר
איז דאס מקויים געווארן? אויסגעפירט? וואס זאגט איר?
נאך א לאזונג: "עס קומט א אויסגאבע פאר עדאלטס ווי קיינמאל בעפאר"!
און? יא עס איז טאקע ארויס געקומען א אויסגאבע ווי קיינמאל בעפאר
אבער לאמיר נישט אריינגיין אין פרטים מיט וואס איז עס "ווי קיינמאל בעפאר" lol
נאך א לאזונג? "פאנעט וועט קיינמאל נישט קענען ארויס גיין פון בערמגאן דורך קארט"!
און? ווי זיצט ער די לעצטע לאנגע לאנגע תקופה? ווי קוקט עס אויס?
איך האב אמאל אליין געהערט מפיו: "איך האב געמאכט אין קאראנע 200 מיליאן דאלער ריווח"!
נו? קען זיין? הלואי!
אזוי וועט כאטש פאנעט האבן פון ווי צו קאלעקטן זיינע גראשן.
סאיז מיר סתם א פלא, א נגיד מיט די סארט געלטער זאל זיך אזוי שלאגן מיט א קבצן פאר א ביזנעס וואס איז ווערד פעניס קעגן וואס ער זאגט אז ער האט אין באנק?
ווי בכלל לאזט ער זיך אזוי אראפ? ווי האט ער צייט פארדעם? לוינט זיך אים אזוי די גאנצע קאפווייטאג?
און אויב איז ער אזוי רייך פארוואס זאגן שרייבערס/פאטאגראפערס און נאך ארבעטער אין דעם "נייעם גרעסערע שענערע און בעסערע קינדליין" אז ער בלייבט שולדיג געלט פאר זייער ארבעט?
(וואס אין די ארגינעלע קינדליין האט מען עס נישט געהערט במשך אלע יארן וואס די קאפל פאנעט האט עס געפירט, אן האבן 200 מיליאן אין באנק)
מילא ווען ער מוטשעט זיך צו קאווערען זיין טאג/חודש
אקעי הערט מען ליידער אזאנס ביי ביזנעסנער
אבער א בעה"ב מיט 200 מיליאן אין באנק זאל נישט צאלן שרייבערלעך?
בכלל ברענגט מיר אפיר נאך איין נגיד וואס טראגט די סומעס אין טאש זאל זיך אזוי שלאגן און שמוציג מאכן, אבער שוין, דאס איז נישט קיין פירכא אפשר אבער א פלא עצום איז עס זיכער
בפרט אז פאנעט האט כסדר פארגעשלאגן גאר מכובדיגע סעטלמענטס וועלכע ריינער האט אפגעווארפן
איך דארף נישט אויסרעכענען מער לאזונגען וואס פליסן פון זיין מויל די לעצטע יארן וועלכע זענען ממש פונקליך מקויים געווארן, ממש אויפן האר
צו דאס זאל זיין לשון הרע'ס וואס ער האט ארום געפירט קעגן פאנעט וואס מיט איין רגע מברר זיין האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא דובים ולא יער
מר ריינער האט נישט מינימום דיגנעטי כאטש צו באקן א מעשה וואס איז שווערליך צו מוכיח זיין אין א רגע אז סאיז קינדערישע בלאף
נידט אז אלע זיינע נאנטע זאלן אים אנקוקן ווי איינער מיט די פוס אין די לופטן
אבער איך פשוטע גד'ל גייט זיך נישט דערוואגן צו געבן עצות פאר א חכם און נביא ווי דער מעכטיגער פילאנטראפ ריינער
איר ווילט מער לאזונגען פון "קראנטע פאקטן" מיט מעשיות און "רוח הקודש" פון דער 200 מיליאן דאלערדיגער ריינער?
שטעלט אייך נעבן זיינע פריינט און הערט נאך יאמען פון לאזונגען וואס זענען נישט אזוי פונקליך געשען אדער געשטויגן און געפלויגן
-----
אמת יעדע קארט איז 50 50
די שאלה דא איז וואס 50 50 מיינט?
צו מיינט עס אז עס וועט זיין א פסק אז ריינער ועוזריו זאלן מוזן צאלן 30 מיליאן דאלער אדער א אנדערע סכום?
צו עס מיינט אז געוויסע פון די נתבעים קענען ווערן ארעסטירט אדער נישט?
די 50 50 קען מיינען אסאך גאר אסאך
קען זיין אז פאנעט וועט אלעס פארלירן
אבער ווער עס קען א' ב' און האט שטודירט ריכטיג דעם קעיס (נישט פין קאווע שטיבל נאר פון די קארוט דאקומענטן פון ביידע זייטן) גלייבט שווער אז פאנעט וועט אלעס פארלירן
די מומחים זאגן דאס נישט בכלל
אבער גארנישט איז נישט זיכער ווען עס קומט צו קארט
גארנישט!
אבער זאגן מיט אזא פשטות און זעלבסזיכערקייט "פאנעט גייט 100% פארלירן", דאס קען בלויז א פארשוין ווי ריינער זאגן
בפרט נאכן פארלירן לעיני כל הקהל די לעצטע תקופה אין בענקראפסי קארט זאך נאך זאך כאטש ער האט מבטיח געווען פאר זיינע שלוחים אז "אלעס איז אונטער קאנטראל און סאיז נישטא וואס זיך צו זארגן"...
ווען וואלט איך געווען איינע פון די שלוחים זיינע וואלט איך נישט געשלאפן אזוי רוהיג ביינאכט נאכן זען ווי זיינע לאזונגען לאזן זיך אויס, און וואס א ווארט מיינט ביי אים
וואס מיין פראדישקאן איז?
כהאב נישט!
ווייל מיר פשוטע אידן וואס מאכן נישט 200 מיליאן ביי א קאראנע קענען נישט זיך אונטער נעמען צו שיסן עתידות און פאנסטאסטישע לאזונגען
דעריבער וועלן מיר לאזן דעם באשעפער טון זיינס
אבער רוב יהדות החרדית קוקט אויס פאר מה"פ'ס געווינס
פשוט ווייל מען וויל נישט לעבן אין די מצב (צוגעלייגט א סקרין שאט).
און מיר אלע ווייסן אז די אינהאלט פון דעם סקרינשאט איז נישט א דזשאוק אן דעקונג דאס איז די מציאות אין וואס גאנץ יהדות החרדית דניו יארק לעבט די לעצטע 3 דורות! און דאס איז terrible
עס האט שוין געקאסט צופיל אידיש בלוט צופיל אידיש געלט צופיל קרבנות און אפילו שוין גורם געווען טויט פעלער ווי קרבנות פון די מושחתים זענען פשוט קראנק געווארן צום טויט פון זייער רשעות
ביי השיבה שופטינו האבן אסאך צובראכענע אידן אינזינען די פרשה