מקור פון המנטאש?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
Re: מקור פון המנטאש?
שמועסנדיג מיט א קנאי זאגט ער מיר אז ער איז מקפיד דווקא נישט צו עסן קיין המן-טאשן צוליב’ן חשש אז אויב ער וועט עסן צוויי דערפון אויפאמאל וועט עס חלילה ווערן א מגן-דוד אין בויך...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 201 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
Re: מקור פון המנטאש?
פארקערט מ'דארף פארלענדן א מגן דוד...שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:03 pm שמועסנדיג מיט א קנאי זאגט ער מיר אז ער איז מקפיד דווקא נישט צו עסן קיין המן-טאשן צוליב’ן חשש אז אויב ער וועט עסן צוויי דערפון אויפאמאל וועט עס חלילה ווערן א מגן-דוד אין בויך...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: מקור פון המן טאשן
מעמד קריאת השם המן טאשן.
ס'שוין אפישעלי אדר, אנע פשט'לעך אז ס'יז ל' שבט, ס'יז יא אדר, יא, יענע חודש ווי אלע קארני גוט זאגערס שפראצען ווי אויף הייווען, איעדער לאכט פון זייערע וויצן, ווייסכ'מיין?
האללא, קומיר נישט אן מיט "העי, ס'יז אדר א'", אמער די משנה זאגט דאך שוין אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא וכו' סא האק נישט קיין טשייניק, ס'יז ליגעלי אדר. און איי העוו ניוז פאר יאא, פורים קטן ברויך מען געהעריג טרינקען (איינער זאל איבערגיבן די שמשים, אפשר עלן זיי קענען לייזן א טולער...).
בקיצור, ס'יז אדר און מ'קען זיך.. יא, וואס?
עניוועיס, זייט מען האט זיך באקאנט געמאכט מיט דעם דריי עקיגען קיכל מיט לעקוואר/מאאן/דזשעם/טשאקלאד/קאסטערד/טשיז וואס מיר קענען אלס דער באקאנטער "המן טאש", איז דאס געווארן א באליבט מאכל אז מענטשן לעכצן דערויף אגאנץ יאר, אויף אזוי ווייט אז ר"ח טבת ביים לחיים טישל קאן מען טרעפן אור-אלטע המן טאשן געבאקען נאך פסח..
וואס האב'ך געזאגט? המן טאשן? ניין, אגאנץ יאר האט מען'ס נישט גערופען המן טאשן, אמער ס'יז ווי איינער וואס זוכט א באנגעלאו אינמיטן ווינטער.. ווי קומט המן אריין אינמיטן די חנוכה ליכט? האט מען געטראפן א נייע נאמען וואס מיט דעם עסציך דעם מאכל באקוועמער אנע ברויכן אויפוועקן המן'ן ביי איעדע ביס. מען רופט עס "פרוט טארטס". מיט א פת"ח.
אבער ווי געשמועסט איז דאך שוין יא אדר, און ס'נישט מער ווי יושר און ס'יז אבאוט טיים אז המן זאל יא כאפן עטליכע ביסען ביז פורים, ע"כ האבן זיך ציזאמגענומען די קארפן קעפ און צוזאמען האט מען ברוב עם געפייערט א מעמד קריאת השם און אפיציעל אויפגעוועקט דעם המן טאש.
אנגעהויבן האציך'ס ווען דער בעקער האט צוגערופען דעם בעה"ב און אים מכבד געווען בהשגחת המשגיח תמידי ער זאל זען וויזוי מ'טוט דאס, אז קיינער זאל נישט חלילה מערער זיין שפעטער דערויף, ער זאל אויספארעמען דעם ערשטן טייגל אין א דריי עקיגס און האלטענדיג אלע צען פינגער צעטיילט אויף אלע דריי זייטן און הויך אויסגערופען מיט פארמאכטע אויגן און פארגלייזטע שטערן, הופס, פארגעסן אנצוטאהן דעם גארטל! נאו וועי, מען פאנגט אן פון אנפאנג!
דעם טייגל לייגט מען שיין אין אויווען און ער גייט נאך ווי א פארשלעפטער צו מנחה צו די אלטע בעדזש פרוט טארטס, פארפאלען באשערט איז באשערט רופט אויס דער משגיח.
דער זיכט א גארטל און אינצווישן ווערט א שטיקל געטועכץ אויב וויבאלד מען האט למעשה פון דעם מיירע ארויסגעריקט א פרוט טארט, קומט'ך אויס אז ס'נישט געווען אינגאנצן לשמה, קען מען מאכן די איבריגע פאר המן טאשן אדער וויבאלד ס'יז הוקצה למקצתה כהוקצה לכולה דמה? אין אמת'ן איז די שאלה הערשטט היצט געווארן מער פארוויקלט ווען מ'אציך געכאפט אז ווער זאגט מ'אט'ס געמוזט לייגן צווישן די טארטס, אפשר וואלט מען'ס געקענט אריינריקן אלס דער צווייטער און העכסטענס דער עלטערער איז נאך א קטן בעת דער אינגערער איז שוין א גדול? ווי ביי א צווילינג געבארען ל' שבט אריין אין א' אדר... למעשה איז'ס שוין געווען דערנאך ווייל ביז ווי וואס ווען איז'ס שוין געווען אפגעבאקען און גיי טויש היצט נעמען, ס'גייט נישט אזוי. אבער אזויפיל יא אז מען האט אויפגעהאנגן א פאוסט איט נאוט נעבן דעם אויווען אז אויב איבער'ס יאר משיח וועט'ך שוין זיכער דא זיין, אבער ימי הפורים גייען נישט בטל ווערן, מילא וועט מען ווייטער באקן המן טאשן זאל מען געדענקן אז מ'קען זיך למעשה אנייצע גיבן דערמיט. איין פראבלעם איז אז נעקסטעס יאר גייט זיין א שנה פשוטה.
למעשה נאך אלעמען האלט מען דא אינמיטן א מעמד קריאת השם, מען האט נאר מפסיק געווען וועגן דעם גארטל. מען האט אבער נישט געטראפן קיין גארטל דא אין בעקעריי, ס'טוט מען?, מען האט גענומען א גאנצע באקס ראבערבענדס, געשניטן אין האלב, ביז ס'יז געווארן אזוי גרויס ארום צינעמען דעם בעה"ב.. א ביישויער רופציך אן הויך: "איר האציך געבענד, וואס?"
מען הויבט אן פון אנהויב, דער פארגלייזט זיך די אויגן און פארמאכט די שטערן, רוקט אראפ די ברילען און. הופס! פארגעסן א היט! דער בעקער האט שוין נישט געהאט קיין געדולד צו די געשלעפעכץ און גיבט א כאפ א פלאסטישען קעיק קאנטעינער און גיבט דאס א זעץ ארויף אויפן קאפ זיינעם, אינזינענדיג האבן איינמאל פאר נעכטן ווען ער האט'ם געטשפעט אז די סעווען לעיער האט אויסגעקוקט ווי א קאקאש באבקע.
און איעדער שטייט און קוקט און דער שרייט אויס הויך "המן טאש"! און דער גאנצער עולם ברימט נאך מזל טוב.. פון דא אין ווייטער איז אלעס געגאנגען ווי א קאנוועיער בעלט, דער סטיקער לייגער האט באקומען אן אויפגאבע פון זיכער מאכן אז די פרוט טארט לעיבלס ווערן אוועקגעלייגט ביז נאך פסח, דער קעשיער האט באקומען א באפעל אויפציהענגען א צעטיל: "סארי, דיו טאא פעיסאח ווי וואונט העוו פרוט טארטס טילל עי וויק עפטער לאג בוימער". נאכער א ריזן סיין: "יעס! ווי העוו האמען-פאקעטס" "אלל פלעיווארס". "פריש געבאקען היינט ראש חודש.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
Re: מקור פון המנטאש?
ס'איז דאך א בפירוש'ער ברייתא:
"ההמן טאשן והפאנקען, לא הרי זה כהרי זה, שזה הדזשעם מבחוץ וזה הדזשעם מבפנים, הצד השווה שבהם שדרכם לילך ולהזיק והשומר נפשו ירחק מהם".