א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

ערנסטגערעדט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:59 pm מיין הארץ גייט אויס פאר הרב פאנעט
ער איז א זעלטענע טאלאנט וואס האט אויפגעבויט אזא ברענד ווי קינדליין, וואס האט פארקויפט די מערסטע פון אלע אויסגאבעס אין די גוטע יארן.

אין די זעלבע צייט איז ער באגאנגען אן עולה, צי ער איז יא גערעכט מיט טענות אדער נישט, אויסשפארן יענעם פונעם אקאונט, און לויפן אין ערכאות איז לכולי עלמא א שטינק.
נעמען א מאגאזין וואס האט א מאדזשאריטי שותף, לכולי עלמא האט ער נישט געהאט די רעכט דאס צו פארמאכן.
נעמען א מאגאזין מיט געלט פון א שותף און טוישן שלעסער פון די אפיס , טוישן די נאמען פון קינדליין צו הונדערט טוישט נישט די מציאות אז די ארבעטער און די אפיס מיט אלעס אינעווייניג באלאנגט נישט פאר אים.
ער האט גענומען א געמבל וואס האט זיך אויסגעלאזט וויאזוי סאיז, און ער האט זיך אנגעהויבן מיט די ראָנג מענטש מיט איינער וואס האט אסאך געלט סיי צו עפענען א נייע מאגאזין און סיי צו פייטן אין דין תורה אדער קאורט.
זיכער איז עס א גראבע איגו פייט ביי יעצט
אבער אראפרייסן יענעם אלס א טעראריסט און שרייען וועגן דין תורות וועט אים זיכער נישט העלפן.

איך וואונטש אים דאס בעסטע
און איך האב גרויס מיטלייד מיט אים
אבער אויך מיר האבן נישט געהערט אדער געזען די הוכחות פון קיין שום צד.
פון די אנדערע זייט פעלט נישט קיין נעסטי וואטסעפ מעסעדזשעס פון פאנעט צו זיינע ארבעטער וואס מאכט די סקרינשאטס וואס ער האט ארויסגעגעבן (מיט וואס די עולם ממש קען זיך נישט בארואיגן וואסערע אויסניצער יענער איז געווען) גאלד קעגן זיינע מאניפולאציעס אין ביזנעס.

סא קודם הרב פאנעט ווייז דיינע הוכחות
נאכדעם דארף מען הערן יענעמס ענטפער דערנאך קען די עולם פסקנען.

מענדל הערש פאנעט איז נאר פארנומען אראפצורייסן דין תורות מיט רבנים אבער ער רעדט נישט פון וואס ער האט געטון...
פארשטייט זיך...
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך אגריפס המלך »

נו אדרבה לאמיר הערן, וואס האט ער געטוהן?
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

זיך צושלאגן מיט זיין שותף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך אגריפס המלך »

לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:02 am זיך צושלאגן מיט זיין שותף.
בוסט ממש צוקער זיס...

חוץ פון דעם האסטו נאך עפעס אדער דאס איז געוועהן נאך עפעס סתם א "לאכעדיגע" תגובה ווי אלע דיינע איבעריגע?

איך האב מיך גראדע געראכטן אויף אזא סארט ענטפער ווייל ווען דו האסט ווען עפעס א גוטע מעשה אויף איהם גלייב איך נישט דו וואלסט דיך איינגעהאלטן ביז יעצט, אבער אזוי זיס צו זיין האב איך נישט געגלייבט אז דו בוסט, איך מיט דיר זאגן די בוסט ממש געלונגען! דו נעמסט אפשר אן חתונות? איך טראכט ערנסט פון דיר אפשר נעמען פאר מיין זון'ס חתונה?
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:07 am דו נעמסט אן חתונות? אפשר נעם איך דיך פאר מיין זון'ס חתונה?
.Ask me in private
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך אגריפס המלך »

לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:09 am
אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:07 am דו נעמסט אן חתונות? אפשר נעם איך דיך פאר מיין זון'ס חתונה?
.Ask me in private
אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:13 am אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

וויייל די האסט געזען וואס ערנסטגערעדט האט געשריבן.
וואס פרעגסטו איבער ווי א האן פון די בני אדם וואס ער האט געטון.

און צוברעך נישט דיין קאפ ווייל די וועסט נישט האבן ווי צולייגן דיין הוט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך אגריפס המלך »

לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:16 am
אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:13 am אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

וויייל די האסט געזען וואס ערנסטגערעדט האט געשריבן.
וואס פרעגסטו איבער ווי א האן פון די בני אדם וואס ער האט געטון.
קודם כל איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא מיט ערנסטגערעדט ס'זעהט מיר אויס אז ס'פעלט דיר אביסל הסברה אין דיין תגובה(ות אזוי ווי אלע דיינע) ווייל איך כאפ נישט וואס דו ענפערסט מיך דא.

און צווייטנס זעה איך פשוט ווייטער אז דו האסט מיר נישט וואס צו ענטפערן און די שיסט מיר צוריק עפעס א תגובה וואס האט אביסל אותיות מיט ספעיסעס וואס דאס דארף ענטפערן צו אפפרעגן איך פרוביר נאך צו כאפן וואס איך דארף טוהן מיט דעם (קען זיין גאר אז איך דארף עס שיקן צו ריינער ווייל ער וועט שוין מאכן עפעס א קלעים דערפון ווער ווייסט...)
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:32 am קודם כל איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא מיט ערנסטגערעדט ס'זעהט מיר אויס אז ס'פעלט דיר אביסל הסברה אין דיין תגובה(ות אזוי ווי אלע דיינע) ווייל איך כאפ נישט וואס דו ענפערסט מיך דא.

און צווייטנס זעה איך פשוט ווייטער אז דו האסט מיר נישט וואס צו ענטפערן און די שיסט מיר צוריק עפעס א תגובה וואס האט אביסל אותיות מיט ספעיסעס וואס דאס דארף ענטפערן צו אפפרעגן איך פרוביר נאך צו כאפן וואס איך דארף טוהן מיט דעם (קען זיין גאר אז איך דארף עס שיקן צו ריינער ווייל ער וועט שוין מאכן עפעס א קלעים דערפון ווער ווייסט...)
אגריפס המלך, איינס פלאס איינס איז צוויי און נישט קיין רענצל.
די שרייבסט אזוי דראמאטיש אז מען קען פאר איין רגע מיינען אז די רעדסט צו די זאך. (נישט געזארגט, נאר פאר איינס..)
אויך מיר א מלך, ניטאמאל א ראזשינקע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך אגריפס המלך »

לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:37 am
אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:32 am
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:16 am
אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:13 am אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

וויייל די האסט געזען וואס ערנסטגערעדט האט געשריבן.
וואס פרעגסטו איבער ווי א האן פון די בני אדם וואס ער האט געטון.
קודם כל איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא מיט ערנסטגערעדט ס'זעהט מיר אויס אז ס'פעלט דיר אביסל הסברה אין דיין תגובה(ות אזוי ווי אלע דיינע) ווייל איך כאפ נישט וואס דו ענפערסט מיך דא.

און צווייטנס זעה איך פשוט ווייטער אז דו האסט מיר נישט וואס צו ענטפערן און די שיסט מיר צוריק עפעס א תגובה וואס האט אביסל אותיות מיט ספעיסעס וואס דאס דארף ענטפערן צו אפפרעגן איך פרוביר נאך צו כאפן וואס איך דארף טוהן מיט דעם (קען זיין גאר אז איך דארף עס שיקן צו ריינער ווייל ער וועט שוין מאכן עפעס א קלעים דערפון ווער ווייסט...)
איינס פלאס איינס איז צוויי און נישט קיין רענצל.
די שרייבסט אזוי דראמאטיש אז מען קען פאר איין רגע מיינען אז די רעדסט צו די זאך.
אויך מיר א קעניג, ניטאמאל א ראזשינקע.
דו ווילסט זאגן אז פאנעט האט גע'גנב'ט איין צוויי רענצלעך אנגעפילט מיט ראזשינקעס פונעם קעניג?
און ווי אזוי גייט די פלעי ווייטער איך ווער דא נאכאמאל אפגעפרעגט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אגריפס המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך אגריפס המלך »

לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:16 am
אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:13 am אבער גענטפערט נארמאל אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו נישט! פארוואס? איך ברעך מיך ממש קאפ פארוואס דו האסט נישט וואס מיר צו ענטפערן.

וויייל די האסט געזען וואס ערנסטגערעדט האט געשריבן.
וואס פרעגסטו איבער ווי א האן פון די בני אדם וואס ער האט געטון.

און צוברעך נישט דיין קאפ וויייל די וועסט נישט האבן ווי צולייגן דיין הוט.
יעצט זעה איך אז דו האסט צוגעלייגט נאך א שורה צו דיין אותיות תגובה און איך מיז דיר זאגן דו בוסט א שרעקליכע לץ וואס דו וועלט האט נאכנישט געזעהן
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

אגריפס המלך האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:38 am דו ווילסט זאגן אז פאנעט האט גע'גנב'ט איין צוויי רענצלעך אנגעפילט מיט ראזשינקעס פונעם קעניג?
און ווי אזוי גייט די פלעי ווייטער איך ווער דא נאכאמאל אפגעפרעגט?
די זיצט ביי א פלעי יעצט?
!Enjoy it

איך האף אז די האסט נישט פארגעסן דיינע שיך אין די פריזער אויב יא קען איך בעטן די Aid זאל עס ארויסנעמען.

און איך האב נישט געוויסט אז מענטשן וואס וועפן שוין שרייבן דא. נעבעך. אנטשולדיג.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך איך אויך »

.OK, this is getting weirder as we go along
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך שמן למאור »

לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:16 pm די רבנים און די בתי דינים וועלן בלייבן לעולם ועד.
און פון מענדל הערש פאנעט איז שוין יעצט גארנישט געבליבן.

הער גוט וואס איך זאג דיר, איינמאל פאר אלעמאל,
פאנעט האט "ZERO CHANCE" צו געווינען די קארט.

וועסטו זאגן ליין דורך זיין קלעם, ער האט גוטע ראיות.
וועל איך דיר זאגן נאכאמאל, ער גייט גארנישט געווינען.

לייג אוועק די תגובה און פרעג מיר אין אפאר יאר ארום
פון ווי איך האב דאס געוויסט.
אז ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז ביסט טאקע גערעכט געווען און מענדל הערש וועט פארלירן, וועט קיינער נישט אויפמישן דיין תגובה דא און באוואונדערן וויאזוי דו האסט דאס פאראויסגעזאגט. סך הכול איז עס א 50/50 שאנס, און דו האסט גענומען א געמבל. כ'קען שרייבן די זעלבע תגובה מיט א פעסטקייט אויף פארקערט, און אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז איך בין גערעכט וועל איך זיך אויך קענען אהערשטעלן ווי א נביא.

דאס איז בכלל נישט אינטערסאנט און סתם געהאקט אין קאפ אריין. אז דו זאגסט מיט א פעסטקייט אז פאנעט גייט זיכער פארלירן דאן לייג ארויס פארוואס דו האלטסט אזוי, וואס האט דיר געפירט צו קומען צו דעם מסקנה, אנדערש איז דיין תגובה ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
טייטרינקער2
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 23, 2024 3:49 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך טייטרינקער2 »

אזוי פיהל noise אן קיין קראנטע פאקטן :?
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: א ווענדונג צו מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך בא גד »

שמן למאור האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 8:31 am
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:16 pm די רבנים און די בתי דינים וועלן בלייבן לעולם ועד.
און פון מענדל הערש פאנעט איז שוין יעצט גארנישט געבליבן.

הער גוט וואס איך זאג דיר, איינמאל פאר אלעמאל,
פאנעט האט "ZERO CHANCE" צו געווינען די קארט.

וועסטו זאגן ליין דורך זיין קלעם, ער האט גוטע ראיות.
וועל איך דיר זאגן נאכאמאל, ער גייט גארנישט געווינען.

לייג אוועק די תגובה און פרעג מיר אין אפאר יאר ארום
פון ווי איך האב דאס געוויסט.
אז ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז ביסט טאקע גערעכט געווען און מענדל הערש וועט פארלירן, וועט קיינער נישט אויפמישן דיין תגובה דא און באוואונדערן וויאזוי דו האסט דאס פאראויסגעזאגט. סך הכול איז עס א 50/50 שאנס, און דו האסט גענומען א געמבל. כ'קען שרייבן די זעלבע תגובה מיט א פעסטקייט אויף פארקערט, און אויב זאל זיך ארויסשטעלן אז איך בין גערעכט וועל איך זיך אויך קענען אהערשטעלן ווי א נביא.

דאס איז בכלל נישט אינטערסאנט און סתם געהאקט אין קאפ אריין. אז דו זאגסט מיט א פעסטקייט אז פאנעט גייט זיכער פארלירן דאן לייג ארויס פארוואס דו האלטסט אזוי, וואס האט דיר געפירט צו קומען צו דעם מסקנה, אנדערש איז דיין תגובה ניטאמאל ווערט לצור על פי צלוחית.
איך פארשטיי נישט דיין פראגע בכלל!

זעסטו נישט ווי לענגאויס די מערכה האלט ריינער און איין שיסן און ווארפן פאנטאסטישע הבטחות און לאזונגען וועלכע.....עם עם... ארבעטען זיך אויס פונקליך (נישט אזוי ממש),
איך רעכן דא אויס אפאר סעמפלס:

ווער געדענקט נישט דעם לאזונג זיינער ביים "צוריק" עפענען קינדליין אויפן אייגענעם פויסט: "שענער בעסער גרעסער"!
דאס האט געהאקט און געקנאקט אין אלע גאסן וואסטאפ גרופס טוויטער און ווי נישט
מיט א זעלבסזיכערקייט וואס האט געשיינט אז ער האט דעקונג און שטארקע פלענער דערפאר
איז דאס מקויים געווארן? אויסגעפירט? וואס זאגט איר?

נאך א לאזונג: "עס קומט א אויסגאבע פאר עדאלטס ווי קיינמאל בעפאר"!
און? יא עס איז טאקע ארויס געקומען א אויסגאבע ווי קיינמאל בעפאר
אבער לאמיר נישט אריינגיין אין פרטים מיט וואס איז עס "ווי קיינמאל בעפאר" lol

נאך א לאזונג? "פאנעט וועט קיינמאל נישט קענען ארויס גיין פון בערמגאן דורך קארט"!
און? ווי זיצט ער די לעצטע לאנגע לאנגע תקופה? ווי קוקט עס אויס?

איך האב אמאל אליין געהערט מפיו: "איך האב געמאכט אין קאראנע 200 מיליאן דאלער ריווח"!
נו? קען זיין? הלואי!
אזוי וועט כאטש פאנעט האבן פון ווי צו קאלעקטן זיינע גראשן.

סאיז מיר סתם א פלא, א נגיד מיט די סארט געלטער זאל זיך אזוי שלאגן מיט א קבצן פאר א ביזנעס וואס איז ווערד פעניס קעגן וואס ער זאגט אז ער האט אין באנק?
ווי בכלל לאזט ער זיך אזוי אראפ? ווי האט ער צייט פארדעם? לוינט זיך אים אזוי די גאנצע קאפווייטאג?

און אויב איז ער אזוי רייך פארוואס זאגן שרייבערס/פאטאגראפערס און נאך ארבעטער אין דעם "נייעם גרעסערע שענערע און בעסערע קינדליין" אז ער בלייבט שולדיג געלט פאר זייער ארבעט?
(וואס אין די ארגינעלע קינדליין האט מען עס נישט געהערט במשך אלע יארן וואס די קאפל פאנעט האט עס געפירט, אן האבן 200 מיליאן אין באנק)

מילא ווען ער מוטשעט זיך צו קאווערען זיין טאג/חודש
אקעי הערט מען ליידער אזאנס ביי ביזנעסנער
אבער א בעה"ב מיט 200 מיליאן אין באנק זאל נישט צאלן שרייבערלעך?
בכלל ברענגט מיר אפיר נאך איין נגיד וואס טראגט די סומעס אין טאש זאל זיך אזוי שלאגן און שמוציג מאכן, אבער שוין, דאס איז נישט קיין פירכא אפשר אבער א פלא עצום איז עס זיכער
בפרט אז פאנעט האט כסדר פארגעשלאגן גאר מכובדיגע סעטלמענטס וועלכע ריינער האט אפגעווארפן

איך דארף נישט אויסרעכענען מער לאזונגען וואס פליסן פון זיין מויל די לעצטע יארן וועלכע זענען ממש פונקליך מקויים געווארן, ממש אויפן האר :roll: :lol:
צו דאס זאל זיין לשון הרע'ס וואס ער האט ארום געפירט קעגן פאנעט וואס מיט איין רגע מברר זיין האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא דובים ולא יער
מר ריינער האט נישט מינימום דיגנעטי כאטש צו באקן א מעשה וואס איז שווערליך צו מוכיח זיין אין א רגע אז סאיז קינדערישע בלאף
נידט אז אלע זיינע נאנטע זאלן אים אנקוקן ווי איינער מיט די פוס אין די לופטן
אבער איך פשוטע גד'ל גייט זיך נישט דערוואגן צו געבן עצות פאר א חכם און נביא ווי דער מעכטיגער פילאנטראפ ריינער

איר ווילט מער לאזונגען פון "קראנטע פאקטן" מיט מעשיות און "רוח הקודש" פון דער 200 מיליאן דאלערדיגער ריינער?
שטעלט אייך נעבן זיינע פריינט און הערט נאך יאמען פון לאזונגען וואס זענען נישט אזוי פונקליך געשען אדער געשטויגן און געפלויגן

-----
אמת יעדע קארט איז 50 50
די שאלה דא איז וואס 50 50 מיינט?
צו מיינט עס אז עס וועט זיין א פסק אז ריינער ועוזריו זאלן מוזן צאלן 30 מיליאן דאלער אדער א אנדערע סכום?
צו עס מיינט אז געוויסע פון די נתבעים קענען ווערן ארעסטירט אדער נישט?
די 50 50 קען מיינען אסאך גאר אסאך
קען זיין אז פאנעט וועט אלעס פארלירן
אבער ווער עס קען א' ב' און האט שטודירט ריכטיג דעם קעיס (נישט פין קאווע שטיבל נאר פון די קארוט דאקומענטן פון ביידע זייטן) גלייבט שווער אז פאנעט וועט אלעס פארלירן
די מומחים זאגן דאס נישט בכלל

אבער גארנישט איז נישט זיכער ווען עס קומט צו קארט
גארנישט!

אבער זאגן מיט אזא פשטות און זעלבסזיכערקייט "פאנעט גייט 100% פארלירן", דאס קען בלויז א פארשוין ווי ריינער זאגן

בפרט נאכן פארלירן לעיני כל הקהל די לעצטע תקופה אין בענקראפסי קארט זאך נאך זאך כאטש ער האט מבטיח געווען פאר זיינע שלוחים אז "אלעס איז אונטער קאנטראל און סאיז נישטא וואס זיך צו זארגן"...

ווען וואלט איך געווען איינע פון די שלוחים זיינע וואלט איך נישט געשלאפן אזוי רוהיג ביינאכט נאכן זען ווי זיינע לאזונגען לאזן זיך אויס, און וואס א ווארט מיינט ביי אים

וואס מיין פראדישקאן איז?
כהאב נישט!
ווייל מיר פשוטע אידן וואס מאכן נישט 200 מיליאן ביי א קאראנע קענען נישט זיך אונטער נעמען צו שיסן עתידות און פאנסטאסטישע לאזונגען
דעריבער וועלן מיר לאזן דעם באשעפער טון זיינס

אבער רוב יהדות החרדית קוקט אויס פאר מה"פ'ס געווינס
פשוט ווייל מען וויל נישט לעבן אין די מצב (צוגעלייגט א סקרין שאט).
און מיר אלע ווייסן אז די אינהאלט פון דעם סקרינשאט איז נישט א דזשאוק אן דעקונג דאס איז די מציאות אין וואס גאנץ יהדות החרדית דניו יארק לעבט די לעצטע 3 דורות! און דאס איז terrible
עס האט שוין געקאסט צופיל אידיש בלוט צופיל אידיש געלט צופיל קרבנות און אפילו שוין גורם געווען טויט פעלער ווי קרבנות פון די מושחתים זענען פשוט קראנק געווארן צום טויט פון זייער רשעות
ביי השיבה שופטינו האבן אסאך צובראכענע אידן אינזינען די פרשה
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך בא גד »

בכלל איז מיר א פלא
אויב ריינער איז "אזוי זיכער" מיט זיין געווינס און נקיית כפיים פארוואס אינוועסט ער שוין צוויי יאר געלט ארויס צו שלעפן די קעיס פון קארט?
ביסט אזוי זיכער אז דו ביסט ריין און גערעכט
גיי לייג פאר דיינע טענות
גיי פייט עס אויס דארט
פארוואס טוסטו אלעס צו אנטלויפן פון קארט?

פארקערט
קארט קען טון וואס בית דין קען נישט
ווי דיסקאווערי וכדומה

א איד וואס שרייט דריי יאר אז פאנעט איז דער וועלטס רויבער און ער איז ריין ווי ריינער
א איד ווי אים וואלט זיך געדארפט פרייען צו קארט
וואלט געדארפט קומען מיט א גראדע קאפ צו קארט

וועלכע דרייווער לויפט אוועק פון די פאליציי?
וועלכע יונגעלע לאזט נישט דער מנהל אויסטאפן זיינע טאשן?
הא?

גלייב מיר
איך בין נישט מקנא זיינע שיק יונגלעך
קיין רגע נישט
או להם מיום הדין אין קארט
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

@בא גד ווי אנדערע האבן שוין ערווענט קען יעדע פארלירער ביי א דין תורה שרייען אז די רבנים האבן גענומען געלט, און מ'שרייעט עס שוין אלע דורות און ביזדערווייל איז נאך יש דין בישראל און בתי דינים גייען געהעריג אהן און די טענה האט זיי נישט אונטערגעברענגט ווייל ס'פארקויפט זיך נישט אהן קיין געהעריגע פרוף.
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך בא גד »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 11:32 am @בא גד ווי אנדערע האבן שוין ערווענט קען יעדע פארלירער ביי א דין תורה שרייען אז די רבנים האבן גענומען געלט, און מ'שרייעט עס שוין אלע דורות און ביזדערווייל איז נאך יש דין בישראל און בתי דינים גייען געהעריג אהן און די טענה האט זיי נישט אונטערגעברענגט ווייל ס'פארקויפט זיך נישט אהן קיין געהעריגע פרוף.
ווען סוואלט נישט געווען אזא מציאות אזא נסיון
וואלט די הייליגע תורה נישט געשריבן "לא תקח שוחד"
און מיט די קלא דלא פסיק פאר יארן
א קלא דלא פסיק ווי דו גייסט און שטייסט
איז אביסל שווער צו גלייבן א סאיז ממש געבויט אויף ביטערנישט פון לוזערס אין בית דין
יעצט טאקע איז א געלעגנהייט ווי סאיז מעגליך אז מען גייט דאס קענען מברר זיין איינמאל פאר אלעמאל
דערפאר האט קארט די כח פון דיסקאווערי און אויב ווילן זיי קען די FBI אויך אריינקוקן דארט
הלואי זאל די אמת ארויס קומען
אזוי צו אזוי
הלואי!
ווייל די קולות אין אונזער ציבור איז צו הויעך אז מען זאל עס לאזן אזוי ווי סאיז
דאס איז א נושא וואס מוז איין איינמאל פאר אלעמאל ווערן דורכאקערעט
ממה נפשך
זענען די בתי דינים הייליג זאל עס יעדער זען
און אויב נישט זאל מען עס אויך זען
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך קורקלענד »

איינער פון די פראבלעמען דא איז, אז עס איז קיין דין תורה ביי א בית דין קיינמאל נישט געווען. פאנעט האט נישט פארלוירן א דין תורה. אפי' בערגמאן האט קיינמאל נישט געגעבן קיין פולקאמע פסק.
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך בא גד »

סתם פרעג איך
אויב זענען זיי אזוי ריין פארוואס לאזן דיינים נישט אריין קיין קעמערעס ביי דיני תורה?
אדער קאורט ריפארטערס?
אדער נימוקים?

אלעס דארט איז אזוי באהאלטן און פארשלייערט
דאס אליינס זאגט "דרשינו"
א ריינער מענטש א נקי כפיים באהאלט זיך נישט!

אדרבה
די בתי דינים הערן די טענות שוין 70 יאר
און עס האט זיך נאך קיין איין בית נישט אויפגעשטעלט און געזאגט:
נעמט אויף א אויספארשונג קאמפאני וואס זאל אונז אויספארשן
און דערנאך לייגט עס ארויס לעיני כל הקהל
פשוט אלץ והייתם נקיים

ניין
נישט געשען
און וועט נישט געשען
עכ"פ דורך די בתי דינים אליינס
עפעס עפעס באהאלטן זיי
וואס? און פארוואס?
פארוואס שעמען זיי זיך אזוי?
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

אלעס זייער שיינע תורות און סברות, אבער ווי איר ברענגט אליינ'ס ארויס ווילאנג עס איז נישט פעסגעשטעלט דורך די קאורט אדער סיי וועלכע אנדערע אויספארשונג מיט ראיות אז ס'איז טאקע אזוי, איז די טענה נישט עפעס וואס קען איבערצייגן דעם נוטראלן מענטש אזוי צו האלטן.
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך אגריפס המלך »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:18 pm אלעס זייער שיינע תורות און סברות, אבער ווי איר ברענגט אליינ'ס ארויס ווילאנג עס איז נישט פעסגעשטעלט דורך די קאורט אדער סיי וועלכע אנדערע אויספארשונג מיט ראיות אז ס'איז טאקע אזוי, איז די טענה נישט עפעס וואס קען איבערצייגן דעם נוטראלן מענטש אזוי צו האלטן.
דו מיינטס אוודאי צו זאגן דער ריינעראלן מענטש
פארשפארט