קולטור נשמע בארצינו. (חלק א') פרימיטיווע שבטים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

קולטור נשמע בארצינו. (חלק א') פרימיטיווע שבטים

שליחה דורך שעפטאל »

די גאנצע שבט אנשים נשים וטף (- אפשר 30 נפשות) קומען מיט גרויס נייגער צום ברעג. יעדער שטרעקט אויס די האנט מיט א ליבליכען שלום עליכם!

די פנים'ער זענען באשמירט מיט קאלירן. אמאל אלס קעמעפלאדש, אמאל צו דערשרעקן דעם שונא, און ביי געוויסע אלס רעליגיע.


איין מינוט.. לאמיר אנהייבן.
6:00 am
די קינדערלעך שפילן זיך אינעם טייך, די זארג'לאזע לאכערייען פריש'ט אויף דאס הארץ. די גרויסע מענער זענען נארוואס צוריק געקומען מיט פרישטאג פארן טרייב. פליצלינג זעהט זיך אהן א שמאל'ן שיפל און אויף דעם זיצסטו ווייסער מענטש.

ווייסער מענטש: דיין אנצוג קוק'ט בכלל נישט אויס באקוועם, ווער דארף קליידער בכלל? אונזער הויט איז א הערליכן צודעק, אונזער פיס איז די בעקוועם'סטע שיך. א שטיקל וואטע איז גענוג אויף ארום שטריקן דעם מקום הנסתר. געוויסע האבן דאס אויך נישט.

קום! אונז גיימער עסען. דאס איז דעם עס זאל - קאך. דא ווערט געקאכט יעדעס מאלצייט פאר אלע אינאיינעם. יא, אין דעם גרויסן ביידל פון צווייגן און פארטריקנטע בלעטער, אהן קיין טיש און בענקל.

בשעת'ן הערן די הערליכע טשיפשענען פון די פייגעלעך עסען מיר פיינע פרישע פַּאקאַ - קראנטשי ווערעם. ס'טעיסט ווי קאקענאט מיט פיטער. מיט אביסל פרוכט, ס'וואקסט דאך בשפע. דערנאך קענסטו פיצן די ציין מיט די מינט בלעטל'ך. אבער נישט בעפאר די טרינק'סט אביסל טשיטאַ, וועסט שוין שפעהטער זעהן ווי אזוי מ'מאכט דאס.

נישטא קיין יאגן, זארגן, קאמפליצירטע חשבונות.

אינמיטן פרישטאג קומט צו א מיידל פונעם שבט און ווארפט אויף דיך א שיינעם פעדער, ווען דו דרייעסט זיך אויס צו איר, שמייכלט זי מיט אויסגעשטרעקטע אויגן, זי שיקט דיך א קיש אין די לופט. כ'מיין, ווי אזוי דען זאל זי מודיע זיין אז זי ליב'ט דיך.

אז מ'רעדט שוין פון דעם. געוויסע האבן פיהר ווייבער, איינ'ס קלויבט קארן, די צווייטע האדעוועט די קינדער, א.א.וו. א ווייב האט אמאל פיהר מענער. א צוועלעף יעהריגע האט חתונה מיט א זעכציג יעהריגע.


נאך פרישטאג.
די פרויען גייען זיך יעדער צו זיר אויפגאבע. די מענער לאזן זיך ארויס אויפן יאגנד, קום מיט.

אבער קודם כאפ א טבילה אין טייך. אונז דארפן זיך מכניע זיין צו מאמע ערד, מכיר טוב זיין אז זי האלט אונז און שפייז'ט אונז.

אונז כאפן שנעל אויף ווי די חיות געפינען זיך. אה דארטן, זעהסט נישט דעם מאלפע אויפן בוים ווייט אוועק?! (ווייזט אויס אונז זעהן אסאך בעסער.) ששש, ער מעג אונז נישט באמערקן, ווייל אויב יא וועט ער אנטלויפן, מיט איין קוויטש וועט ער מודיע זיין פאר זיין גאנצע משפחה צו אנטלויפן.

דאס איז דעם "בלאזן פּייפּ". מ'לייגט אריין א קליינעם פייל וואס דעם שפיץ איז באשמירט מיט סם (- פון יענעם "סם בוים"). מ'בלאזט עס ארויס, ס'פליהט אריין אינעם מאנקי, ביז אפאר מינוט דערגרייכט די סם צום הארץ און ער פאלט אראפ א טויטער.

געלונגען. ס'איז אריין אין עם, ער רירט זיך נישט, אבער ער פאלט נישט אראפ. קיין פראבלעם. מיינסט אז נאר מאלפע'ס קענען קריכן? קוק ווי פלינק כ'קריך ארויף דעם הויכן גלאט'ן בוים, איינוועג'ס האבעך שוין אריבער גע'סווינג'ט צו א צווייטען בוים, האמער אראפ געברענגט א מאלפע און אויך פרוכט. אה א מחיה.

די אמת איז. אין דעם געגנט פעהלט נישט אויס צו פאנגן חיות טעגליך, ס'דא גענוג אנדערע עסן. אבער דאס איז אונזער קולטור און טראדיציע: די מענער פאנגן יעדען טאג. (אפשר כדי מ'זאל נישט פארגעסן ווי אזוי, לעת מצוא).

גראדע, די סם קען הארגנען מענטשן אויך. מיין חבר האט זיך בטעות צישטאכן פונעם שפיז ווען ס'האט זיך פארהאנקערט אינעם פייפ. ער האט גלייך געזאגט "שכח! כ'האב ענק ליב מיין פאמיליע! כ'האב ענק אלע ליב!" און דערנאך איז ער געשטארבן! אונז האבן עם געלייגט אינעם שמאלן הייל וואס איז אפן פון ביידע זייטן ווי אונז לייגן אלע טויטע, ווייל יענעם הייל איז דעם מעבר פון די וועלט צו יענעם וועלט. (אונז זענען אזוי לאקי, אז אונז וואוינן גענוג נאנט צום הייל, און אונז ווערן דארטן געלייגט).

גיימער ווייטער.
זעהסט דעי שטיינער דא? דאס איז א פיראמיד. רוב איז שוין איינגעזינקן אין די ערד, אבער די לעצטע שורה צוויי שטעקט זיך נאך ארויס. יא, דא אינעם (מעקסיקא'ן) דשונגל איז אויכעט דא פיראמידן.

אה פיינע מאריטשקעס וואוינען אין דעם בוים. ווי די צווייגן זענען אויפגעבלאזן - דארטן וואוינען זיי. לאמיר אויפברעכן א צווייגל און אפלעקן די זויערע מאריטשקעס. די צינג ווערט נאם פאר א מינוט צוויי, ס'איז אקעי.

ביסט דארשטיג? קיין פראבלעם. מיט'ן משעדי (-שווערד) וועלעך אפהאקן א צווייג, וועט קומען וואסער דערפון. (נישט יעדע צווייג איז אקעי - אפאר זענען סם המות).

וואס האסטו מורא פון דעם ריזיג'ן שלאנג וואס האט זיך אזוי אריבער געשלענגלט? זעהסט דעם גראז, מ'עסט פונעם ווארצל בא'רואיג'ט עס דאס הארץ און מ'שטארבט נישט פונעם גיפטיגן ביס. אדער טרינקט מען אביסל טשיטא.

אה דיין געשוואלנעם רויטן אויג? דאס איז די גאנצע?! ס'גארנישט. האסט געכאפט א מאסקיטא ביס אינעם אויג. באלד ווען מ'קומט צוריק וועט איינער פון די פרויען ארויס קוועטשן אביסל מילך פון איר בריסט גלייך אריין אין דיין אויג, ויוטב לך.

אונז קומען צוריק אנגעלאדנט מיטן מאלפע, פרוכט, און פיש וואס כ'האב געכאפט מיט מיין שפיז. גיימער צום עס זאל. די פרויען מיט די קינדער זיצן אויף די ערד ביים גרויסן טאפ, מ'נעמט ארויס אביסל געילע געמישאכט'ס, (- צעשטויסענע געקאכטע ווארצלן פון בוים פלוני). מ'קייעט עס, און מ'שפייעט עס צוריק אריין אינעם טאפ. מ'נעמט נאך, מ'שפייט. וחוזר חלילה. דאס איז אונזער טשיטא, מ'מישט דאס מיט שפייאכט'ס, מ'לאזט דאס פערמענטן, דערנאך האט עס די געוואלדיגע כוח און גוטע טעם. איינוועגס פארשפרייטן אונז ליבשאפט איינער צום צווייטען דורך דעם.

מאלפע פלייש גערויכערט ביזן שווארץ ווערן האט אלע טעמים. דאס איז נאטירלעך, אהן זאלץ און פעפער, בלויז רויעך. אונז זינגן אביסל אינטרעסאנטע ניגונים. דערנאך וועסטו גיין צום שאמאן, ער וועט דיך געבן א שויער פון הייסע וואסער געקאכט מיט אייוואסקא בלעטער, ער שפריצט דאס ארויף מיט זיין מויל אויף דיין לייב. דערנאך האקט ער דיך אהן מיט די בלעטער. און מיט דעם פארטרייבט ער פון דיך אלע שלעכטע ענערגיעס און ספיריט'ס פונעם דשונגל.

זעה נאר אונזער שלוה, שמחה, פאזיטיוו'ן ענערגיע. אונז לעבן באמת מיט מאמע ערד. נעבעך אויף דיך אז דו גייסט צוריק צום רוישיגן גאס ווי מ'איז דיסקאנעקטעט און מ'לויפט נאך דעם דאלער.

גאסט לעבן. ס'טוהט מיר באנג, אבער די יונגווארג ביי געוויסע שבטים האבן שוין סמארט פאון'ס, זיי באקליידן זיך מאדיש, זיי ווילן זיך אויסמישן מיטן וועלט.

--

הבהרה. ס'איז זייער בכלליות, כ'האב געמישט דעם עמעזאן דשונגל מיט אנדערע. (יעדע שבט האט אנדערע מנהגים און קנייטשן)



--

יעדער איז מכובד איבער צו נעמען דעם מייק. להוסיף ולגרוע.

שכח @וואלווי פארן געבן אזא שיינע קעפל!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: קולטור נשמע בארצינו. (חלק א') פרימיטיווע שבטים

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטאל: דו ביסט דאס געווען יענער גרויסער "גאריללא" דארט אויפ'ן שפיץ פון בוים. איך האב דיר שיעור נישט דערשאסן מיט מיין שפיעז און גיפטיגן פייל. ווייל כ'האב געמיינט אז דו ביסט אן עכטער גאריללא. .

דו ביסט שוין לאנג נישט געווען ביים בארבער אדער ביים מקוה איד ער זאל דיך א ביסל ארומשערן. די אנדערע מאנקיס און טשימפס קענען נאך מיינען אז דו ביסט איינער פון זיי.

אויך. וואספארא מין מאדערנע נייע זאכן ווילסטו דא איינפיהרן ביי אונז אין שבט. ווער האט געהערט פון אזא זאך ווי אפקאכן עסן. מ'נעמט די האזלעך און מ'עסט זיי אויף רויערהייט. אזוי האבן אונזערע גרויסע דאקטוירים געזאגט. אז אפקאכן עסן איז נישט געזינט. דאס פארלירט אלע וויטאמינען. אויך. די מאדערנע, האמא סעיפיענס האבן איינגעפיהרט דעם פארדארבענעם מנהג (אותיות גהינם).

ס'איז באשלאסן געווארן מטעם וועד הקהילה והשבט אז נאכ :evil: :evil: איימאל דו רעדסט אזעלכע אפיקורסישע ווערטער וועט מען דיך ארויסווארפן פון די קהילה...!
פארשפארט