שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 934
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2860 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1754 מאל

שטוקהולם סינדראם אין חרדי'שע געזעלשאפט

שליחה דורך כרם זית »

ווען א נרדף נעמט זיך ענדערש אן אויף דעם רודף, אדער מאכט שלום מיט די מצב, איז דא א באצייכנונג אין די אלגעמיינער וועלט אלס שטוקלהולם סינדראם. דאס נעמט זיך פון א באנק רויבעריי - משכונות דראמא וועלכע איז פארגעקומען אין די שטאט שטוקהולם, שוועדן, אין וועלכע די משכונות האבן ענדערש מיטגעארבעט מיט זייערע פארכאפער, ווי מיט די פאליציי.

עס איז דא אסאך צו זאגן איבער אונזער געמיינדע'ס פארמאכטקייט און אפשיי פון נייע זאכן וועלכע זענען במביט ראשון א סתירה צו אונזער רעליגע. איך וויל מיך נישט באציען דא צו די מענטשן וואס די סיסטעם האט באוויזן צו פארמאכן די אויגן, ווארום די דאזיגע ליינען דאך נישט דא, און אפשר איז טאקע גוט פאר זיי צו בלייבן אזוי. ענדערש וויל איך זיך באציען צי די קלוגע אזוי גערופענע אפענע מענטשן וועלכע זענען שואף חכמה און ליינען זיך אן פון אבילאציע ביז ניטשה, אבער דאך זענען זיי געשלאגן מיט די שטוקהולם סינדראם, וכמו שאפרש.

יעדער ווייסט אז די טריפה'נע 'קאמאן קאור' מיט וועלכע גויש'ע פעדאגאג'ן זענען אויפגעקומען איז - אזוי ווי אלע אנדערע חכמות - אינספירירט געווארן פון די גמרא (קלארשטעלונג: אזוי האב איך געליינט אין א קנאי'שע בלעטל אבער פאָר די סעיק אָף די ארגימענט מאכט נישט אויס צי עס איז אמת). והיינו זיי האבן געזען אז די גמרא איז געבויט אויף קשיות און תירוצים אן קיין שום דאגמע און דורך די אלע ספיקות קומט ארויס די אמת, האבן זיי דאס איינגעפירט אויך אין די אהלי חם.

די מזל איז אז די פעדאגאגן האבן נאר געקוקט אויף די אויסשטעל פון די גמרא, אבער נישט אויף די לומדי הגמרא. ווייל ווען יא וואלטן זיי זיך אנגעשטויסן אין א גרויסע פאראדאקס אז כאטש דער טיפיקל ישיבה בחור איז טרענירט צו טשעלענדזשן יעדע הלכה פון די גמרא, וועט ער זיך אבער קיינמאל נישט וואגן צו קריגן מיט די מסקנת הגמרא, וויבאלד אויב יא וועט ער בשם אפיקורוס מכונה ווערן; אנשטאט דעם צייכנט ער וצע''ג.

פארוואס ווען אן אפענע איד שטויסט זיך אן אין אבילוציע וואס צעשטויסט זיין הבנה אין ספר בראשית וועט זיין ערשטע אינסטינקט זיין צו לויפן צו ר' זמיר כהן'ס 'א הילף פארן קינד' קאלערינג בוך, אדער צו דער נצי''ב'ס און 'תפארת ישראל'ס אפעלעדזעריג מהלכים? פארוואס קען ער נישט אקצעפטירן אז ער דארף טוישן זיין ביז יעצטיגע בליק?

פארוואס ווען מען זעט אפיקורס'ישע ווערטער אין דער 'נרבוני' ווערט מען אינגאנצן פארלוירן? זאגן אז ער איז אן אפיקורוס וואס שטיפט אריין זיינע ווערטער אין דעם רמב''ם (וכמש''כ מהר''י קאפח) שטימט דאך נישט מיט די ראשונים כמלאכים - מהלך. און זאגן אז ער איז משלומי אמוני ישראל קען מען דאך אויך נישט. טרעפט זיך דער טיפער דענקער במחנינו מיט צעמישטע מחשבות אין של ראש.

ווען מען שטויסט זיך אן אין א זאפטיגע סוד פונעם אבן עזרא האט מען נישט קיין ברירה נאר צו זאגן אז תלמיד טועה כתבו, נאר אזוי שטימט עס אין קאפ.

און ווער רעדט נאך ווען מען שטויסט זיך אן מיט א קאנטערווערסיאלע פיגור אין היסטאריע, א שטייגער ווי ר' יהודה אריה ממדונה ז''ל, ווערט מען אינגאנצן פארלוירן. אפיקורס צי נישט? מען זאגט זיינע פיוטים אבער ער האט אנגעפירט א טעאטער.

יעצט לאמיר נעמען די געזעץ פון @מי אני וואס לויטעט אין קורצן אז כאטש א חרדי וועט זיך אנשטויסן אין אן אבסלוט סתירה צו זיין גלויבן, וועט ער נאך אלץ טרעפן א מהלך ביי זיך אין מח צו מסביר זיין די מציאות. אט דאס איז 'שטוקלהולם סינדראם', ביזט פארכאפט אין די לערע'ס פון דיין געזעלשאפט, און כאטש זיי זענען סם המות צום חותמו של הקדוש ב''ה אמת, וועסטו ווייטער גיין מיט די פשוט'ע מהלך ביז אהער. איי די ראיה פארקערט איז דאך ביי דיר - שואף חכמה ברור למדי? וועסטו שוין טרעפן עפעס א תירוץ (קען אויך זיין אז די סיבה איז @אלפאטעזע).

אין אנדערע ווערטער, אונז ווערן מחונך צו נוצן די קאפ אבער נאר אין די תחומים וואס מען לאזט אונז. די אמת'ע וועג פאר א שואף חכמה דארף זיין אנצוקוקן יעדע זאך אליין אן קיין שום הנחה קודמת. יא, מען קען זיך באנוצן מיט די חכמה וואס מען האט קונה געווען אין חדר און אין ישיבה, אבער מען טאר עס נישט לאזן פארבלענדן די אויגן.

און דאס איז לפע''ד די סיבה פארוואס עס איז כמעט נישט דא קיין היימישער רב וואס קען אדרעסירן די שאלות פון קלוגע אינגעלייט און אביסל אפדעיטן אונזער אמונה סיסטעם לרוח הזמן. וויבאלד רוב רובם פון אונזער מחונכים, כאטש גאר קלוג און כיטרע, בלייבן אייביג פארכאפט אין די הנחה קודמת וואס מען האט זיי געלערנט אין ישיבה.

ווען וועלן מיר וויסן אז אונזער חינוך ארבעט? ווען מיר וועלן זען א דראסטישע אויפשטייג אין די צאל אפיקורסים וואס מיר פראדוצירן. דאס וועט באדייטן אז דער עולם האט זיך געלערנט צו ניצן די שכל, נישט נאר דארט ווי דער מלמד לאזט. און דאן וועלן די מאמינים וועלכע בלייבן מיט אונזער הייליגע אמונה זיין שטאלץ מיט זייער גלויבונג, ווארום זיי זענען באפרייט פון די 'שטוקלהולם סינדראם' און פילן ווי זייער שכל איז נאחז אין די אמת'דיגקייט פון הקב''ה.

נ''ב, די ארטיקל איז געבויט אויף מיין אייגענע עקספיריענס. עס האט מיר גענומען א שיינע שטיק צייט זיך ארויסצוזען פון די סינדראם. קען זיין אז אנדערע האבן יא געהאט די חוש צו צענעמען חכמה מיט אן אמת, טראץ זייער פריערדיגע דאגמאטישע אידישקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר