דער אייוועלט אשכול

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
פארשפארט
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

איך מוז דאס אראפקאפיען דא, ווייל דאס גייט נישט בלייבן דארט צו לאנג...
דער שייגעץ, או קעי בעלתשובה האט נאך א נאמען געגעבן פאר זיין אשכול ME TOO#... נישטא (דארט) ווער ס'זאל לאכן (אדער כאפן)
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67210



איך האב אויפגעסיינט א נייע ניק צו קענען שרייבן אן קיין חשש גילוי.

טייערע חברים, איך שרייב דא מיין פיינפולע געשיכטע נישט צו מעורר זיין אנדערע, און נישט צו באקומען חיזוק, בלויז צו מקיים זיין דעם מאמר החכם 'דאגה בלב איש ישיחנה' וואס איך קען נישט אויספירן אויפן געווענליכן אופן ווי איר וועט שוין באלד פארשטיין.

דער אויבערשטער האט מיר ב"ה געבענטשט מיט אלעס גוטס. בני חיי ומזוני, ווייב און קינדער, טאטע מאמע, שווער און שוויגער, יעדער ב"ה געזונט בגוף ונפש, פרנסה בריוח, א.א.וו. אויף אלע אידן געוואונטשן! דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער.

נו וואזשע רעדט איר זיך אפ?

איז אזוי. איך בין אויפגעוואקסן אין קינדער געבענטשטע משפחה קע"ה, טאטע זז"ג א שטיקל נגיד אבער שטארק ערליכער, געלערנט אין די קהלישע חדר/ישיבה קטנה, זיך שטארק אויסגעצייכנט אין די לימודים, אוועקגעפארן לערנען אין ישיבה גדולה, ווייטער פלייסיג געלערנט, אהיימגעשיקט גוטע גריסן, גוטע שידוך ביי די 19, חתונה געהאט בשעטו"מ, געלערנט אין כולל, ווייב געארבעט, מיידעלע בעיבי צו די 11 חדשים, אינגעלע בעיבי צוויי יאר דערויף, נאכאיינס צוויי יאר דערויף, געגאנגען ארבעטן, געמאכט פרנסה…

א רגע א רגע, בעק אפ עי סעקאנד


לאזט מיר אייך צוריקנעמען צו מיין שנה ראשונה:

איך האב חתונה געהאט צו א צווייטע שטאט ווי מיינע עלטערן, אבער קיין גרויסע רושם האט עס נישט בעדארפט צו מאכן, די שוויגער עלטערן זענען אנטשטענדיגע ווארימע מענטשן, די פרישע בעלעבאסטע איז ב"ה א גאר געלונגענע זאך, ערליך, מדות טובות, אפשר נישט אזוי שארף און ברייט ווי דעם פרישן אינגערמאן, אבער וועלכע צוויי מענטשן זענען די זעלבע?. און די כולל איז דאך ממש יענע וואס איך האב געזוכט, אויך מיטגענומען א חברותא פון ישיבה. נו א רעצעפט פאר סוקסעס.

די ערשטע צוויי דריי חדשים זענען טאקע געפארן געשמירט, אבער איך אנגעהויבן פילן א שטיקל ליידיגקייט, אין קאפ, נישט אין הארץ. בטבע האב איך ב"ה א שטארקן קאפ און מיין מח שלינגט איין אינפארמאציע ווי א וועקיום קלינער, פארשטייט זיך אז ביים לערנען קומט עס גאר גוט צוניץ, איך האב קיינמאל נישט געזוכט צו זיין די מצויין און איך בין אוועקגעשטאנען פון לומדות וכדומה, אבער מעשה שהיה אז ווי איך בין געווען בין איך געווען די מצויין בה"א הידוע, א מתנה פון הימל. איך שיהי'.

לעניננו, אחוץ ענדיגן מסכתות פלעג איך אסאך ליינען, כל מיני זאכן. די שיעורי הישיבה האבן אנגעפולט כמעט די גאנצע טאג, די איבריג ביסל צייט פלעג איך לערנען/ליינען פארשידנס. מיין טאטע פלעגט קויפן יעדע אויסגעהאלטענע ספר/ביכל וואס איך האב געבעטן. פארשטייט זיך ער האט אלס געמאנט פון מיר איך זאל לערנען פלייסיגער, ער האט פיין אנערקענט מיינע כשרונות, און באצאלט פאר ת"ח און דיינים זאלן לערנען מיט מיר אין אלע זייטיגע צייטן, איך האב טאקע געהאט פיינע צייטן, ביי די 15 16 הוי איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס פון מיין התמדה, אבער אוועראלל איז חשקת התורה נישט געווען מיין ספעשילטי. אפס ענד דאונס ווי מען זאגט.

יעצט נאך די חתונה איז געווארן א פראבלעם, די סדרי הכולל גייען נאר ביז 6:30, איך בין נישט קיין גרויסע שמועסער און פארברענגער, און לערנען נאך א שעה צוויי האבעך נישט געהאלטן דערביי סוי א ביינאכט חברותא האט נישט געהאט קיין פשט. א ספרים/ביכל שאנק האבעך שוין נישט פארמאגט אחוץ די פאר ספרים דארטן. אויסגאבעס ברענגט מען נאר אריין די קהל'ישע צייטונג פון פרינציפ אויס. נו וואס טוט מען פון זעקס דרייסיג ביז עלעווע? גארנישט. ווילאנג קען מען טון גארנישט? זייער נישט לאנג…. די מח דארף שפייז.

און יא, עס איז געשען צו מיר וואס עס איז געשען ליידער צו טויזענטער אנדערע אידישע קינדער

איך האב זיך געוואנדן צום אינטערנעט

פארשאלטן זאל זיין דער טאג


די אלע קיאסקן זענען נאכנישט געווען דעמאלטס, מעגליך אז איך וואלט דארטן אנגעהויבן. איך בין אריין אין געשעפט און געקויפט א צווייטע בעיסיק פאון, און פון דארט בין איך נישט געגאנגען צו טעג/משומר/גדר, נאר אהיים, צו מיין ציכטיגע קאוטש.

אוי, ווי נאריש א 21 יעריגע אינגערמאן קען זיין

איך גיי נישט אריינגיין אין וואס איך האב אנגעהויבן צו קוקן, און וואס האט געברענגט צו וואס, עס האט מיר נישט גענומען צו לאנג - אפילו אויף דעם קלאצישן 3G פאון - צו עקספלארן מסוף האינטערנעט ועד סופו. פאר א מענטש ווי מיר האט זיך ממש געעפענט ענדלאזע אוצרות פון אינפארמאציע מיט וואס איך האב זיך באלעקט די פינגערס. נאכן זיצן באורד אפאר חדשים איז דאס געווען כמים קרים… אבער ווי די מעשיות גייען האט איין זאך געפירט צו די צווייטע, און מיין אידישקייט איז פארגאנגען מיט די ווינט.

פונדרויסן האט זיך באמת גארנישט אנגעזען, קוקנדיג צוריק מוז איך זאגן אז די אלע היימישע אקטיארן קענען זיך פארשטעקן פאר מיין עקטינג סקיללס… אלעס איז אנגעגאנגען כאילו לא היה. נאך נאכטמאל פלעג איך ארויסגיין פונדערהיים צו 'לערנען', איך האב אויסגעטראפן עפעס א ליידיגע שבת ביהמ"ד ווי איך האב געקענט זיצן און טון מה שלבי חפץ. קיינער אין דער וועלט האט נישט געעוויסט פון דעם דעווייס בכלל.

נאך א שטיק צייט, ווערנדיג אזוי צוגעבינדן צום פאון האב איך צוביסליך אויפגעהערט קומען אין כולל, די ארומיגע האבן עס אנגעהאנגען אין עפעס א פארצויגענע וויירוס וכדומה, די ב"ב זייענדיג ביי די ארבעט האט ניטאמאל געוויסט אז איך זיץ אפ אינדערהיים אגאנצן טאג, יעדע איבריגע מינוט בין איך געווען אינעם פאון. און אזוי איז דורך וואכן און חדשים וואס א וואוילע שנה ראשונה אינגערמאן זינקט אלס מער און מער אין די תהומות פון די אינטערנעט.

שחרית איז גאנץ שנעל געגאנגען א גאנג…. דאן מנחה מעריב, שפעטער אלע מצוות, פון איסורי דרבנן איז געווארן איסורי דאורייתא, ביזן טרעטן אויף כל התורה כולה אן קיין שום פראבלעם. גראדע שמירת שבת האבעך אלס אנגעהאלטן אפילו עס איז מיר אנגעקומען זייער שווער (חוץ איין פאל), גיי ווייס פארוואס, אפשר בזכות זה שרייב איך דא די שורות. אבער חוץ מזה זילטש, איך האב זיך נישט אפגעהאלטן פון גארנישט. ג-א-ר-נ-י-ק-ס.

אלעס פארשטייט זיך בהסתר גמור, קיינער אין דער וועלט האט נישט מיטגעהאלטן מיין ירידה.

בעפאר'ן האבן די ערשטע קינד האבעך איינגעזען אז דא קומט א גאלדענע געלעגנהייט, מען וועט זיין עטליכע וואכן ביים שוויגער, וועט מיין דירה זיין ליידיג איבערן טאג, וועט זיין אביסל הרחבת הדעת…. לאור המאורע האב איך באשטעלט אן אייפאון, שוין צייט פאר די ריעל דיעל. די גרויסע קלארע סקרין מיט די שנעלע אינטערנעט האט טאקע נישט אנטוישט.

די עטליכע וואכן ביים שוויגער האבעך פארברענגט אין מיין דירה פון 7 אינדערפרי ביז 7 אווענט, און פון נאך נאכטמאל ביזן שלאפן גיין, נישט אויפהייבענדיג מיינע אויגן פון די פאון פאר קיין רגע כמימרי', פרישטאג און לאנטש האט מען באשטעלט אויף אובער-איטס, און די רציפות איז אנגעגאנגען.

אויב די תקופה נאך די געבורט פון א קינד איז נישט גרינג פאר קיין איין אינגערמאן, איז דאך פאר איינעם וואס איז אגאנצן טאג אויף די פרייע אינטערנעט זיכער נישט, געלט האט מיר נישט געפעלט, האבעך געבלאנדזשעט און געבלאנדזשעט און זיך נעבעך טיף פארבלאנדזשעט…. טיף טיף טיף.

ביי דעם פונקט האט שוין מיין רביצין באמערקט אז עפעס טויגט ערנסט נישט, היינט רעדט מען דאך אין סקול אסאך פון די כלים און די תוצאות, זי האט שטארק חושד געווען. וואו ביזטו אגאנצן טאג? וואו איז דיין קאפ?

אפיציעל בין איך נאך געווען אין כולל, הגם איך האב זיך ממש נישט באוויזן. ווען די ב"ב האט אויפגעהערט ארבעטן האב איך געדינגען א אפיס ווי איך בין געזיצן מבוקר ועד הערב מיט די עירפאונס אין די אויערן און די אויגן אינעם סקרין.

דאס איז אזוי אנגעגאנגען פאר 4 יאר!

קיינער אין די וועלט האט נאך נישט קיין אהנונג עד היום הזה מיט וואס איך האב דאן פארברענגט מיינע יארן. מיין אייגענע משפחה וואוינט דאך אין אן אנדערע שטאט, חברים האב איך נישט אנגעהאלטן נאך מיין חתונה כמעט, אין דעם שטאט האט מיר כמעט קיינער נישט געקענט, הם בשלהם ואני בשלי ושלום על ישראל.

נאר מיין ב"ב האט גאנץ גוט פארשטאנען אז עפעס טויג נישט, איך האב נישט געהאט קיין געדולד צו גארנישט, קיין חיות, קיין געפיל, ווער רעדט נאך פון א לכלוכיות פון אידישקייט. גאנצעטע נעכט, טעג, און וואכן, האט זי געוויינט צו מיר: וואס גייט פאר מיט דיר? די האסט טעקנאלעדזשי? איז עפעס ווראנג? קען איך עפעס טון? עפעס אין כולל? בכיות נוראות, געבעטן, געסטראשעט.
און איך?
ווי גייט די ניגון: יאקאב זיצט די קאפ געבויגן און רעדט ניט קיין ווארט, ער איז יעצט אוועקגעפלויגן אין א ווייטע ווייטע ארט…..

ווייט ווייט אוועק פון מיין רביצין און אירע דאגות איז מיין קאפ געשווימען אין עולם התהו, אינעם תהום רבה.

אשאד צו מאריך זיין


נו וואיאזוי האט זיך עס געענדיגט?

אין א שיינעם טאג - נאך 4 יאר עס טאלאנטפול אויסבאהאלטן - האט מיין ב"ב מיך געפאקט ביי די מעשה מיטן סמארטפאון. אויף אלע גויים געווינטשן די צער וואס איז איר געליגן אויפן פנים.

זי האט זיך תיכף געוואנדן נאך הילף און פארלאנגט איך זאל גיין רעדן מיט א רב וואס טוט אין די נושא. די רב, א צדיק פון א איד, באגלייט מיר זינט דעמאלטס. איך האב שוין געהאט אסאך גרויסע עליות און גרויסע ירידות, אבער געלויבט דער פון אויבן מען קען זאגן אז די שווערסטע חלקים זענען אווער. 5 יאר שפעטער און די שטוב איז צוריק אויף די רעלסן, און איך פיר זיך אויף ווי א פשוטע איד ברויך זיך אויפפירן.

איך בין קרוב צו די דרייסיג, און מיין לעבן האט זיך נארוואס אנגעהויבן. האפענטליך.

שיינע מעשה'לע, הא? און נאך מיט א העפי ענדינג…


די גמרא פארציילט (ע"ז יז) ר' אלעזר בן דורדיא איז געווען א איד א פושע ישראל, ער האט נעבעך אפגעטון גרויסע עבירות, איין טאג בשעת'ן טון אן עבירה איז אים אונטערגעקומען א התעוררות תשובה,

הלך וישב בין שני הרים וגבעות, אמר: הרים וגבעות בקשו עלי רחמים!
אמרו לו עד שאנו מבקשים עליך, נבקש על עצמנו שנאמר כִּי הֶהָרִים יָמוּשׁוּ וְהַגְּבָעוֹת תְּמוּטֶנָה.
אמר: שמים וארץ, בקשו עלי רחמים!
אמרו: עד שאנו מבקשים עליך נבקש על עצמנו שנאמר כִּי שָׁמַיִם כֶּעָשָׁן נִמְלָחוּ וְהָאָרֶץ כַּבֶּגֶד תִּבְלֶה.
אמר: חמה ולבנה בקשו עלי רחמים!
אמרו לו: עד שאנו מבקשים עליך נבקש על עצמנו שנאמר וְחָפְרָה הַלְּבָנָה וּבוֹשָׁה הַחַמָּה.
אמר: כוכבים ומזלות בקשו עלי רחמים!
אמרו לו: עד שאנו מבקשים עליך נבקש על עצמנו שנאמר וְנָמַקּוּ כָּל צְבָא הַשָּׁמַיִם.
אמר: אין הדבר תלוי אלא בי.
הניח ראשו בין ברכיו וגעה בבכיה עד שיצתה נשמתו.
יצתה בת קול ואמרה: רבי אלעזר בן דורדיא מזומן לחיי העולם הבא.

שטעלט זיך די פראגע: פארוואס טאקע האט ר' אלעזר בן דורדיא נאכן באקומען א הרהור תשובה זיך נישת תיכף געוואנדן און מתפלל געווען צו השי"ת אליין?

פאר אזא איד ווי מיר, אדער ווי ר' אלעזר בן דורדיא, איז דאס בכלל נישט קיין קושיא.
ווען מען דערמאנט זיך נאר פאר א רגע מיט וואס מען האט אפגעראכטן די יארן קען מען זיך נישט אויפהייבן די קאפ פאר גרויס בושה פון זיך אליין, ווער רעדט נאך פון בעטן מחילה פונעם אויבערשטן בכבודו ועצמו. אוי די חרטה, די גילט פילינגס, דאס רייסט דאך לעבעדיגע שטיקער, וואס האט דאס אלעס מיר אויסגעפעלט? ווי אין די וועלט איז דיין שכל געווען? מיט אביסל כח המעצור וואלסטו דאך געקענט פארמיידן אזאלכע ביטערע אומגליקן. מילא האסט נישט געטראכט פון באשעפער, וואס איז אבער מיט דיין ווייב, דיינע קינדער, אויף זיי האסטו אויך נישט רחמנות? אויף דיר אליין האסטו נישט רחמנות? פארוואס האסטו זיך חרוב געלייגט? פארוואס? פארוואאאאס??? דער דומם איז דאך שוין פיל בעסער פון דיר, זאלן זיי אינרייסן ביים רחום וחנון

הרים וגבעות בקשו עלי רחמים!

איך ווייס דאך עס וועט קומען א טאג, א יום הדין, אויף די עבירות האפט מען נאך אויף א תשובה שלימה, אבער וואס ענטפערט מען אויף די אנדערע שאלות. רעב איד מען האט אייך געגעבן 90 יאר אויף דעם וועלט, אוואו זענען די פאר הונדערט תפילין לייגן וואס פעלן? וואו זענען די פאר טויזנט תפלות? צענדליגע טויזענטע ברכות? מיליאנען פארפעלטע מצוות? אוואו זענען זיי אוואו? אוי עס ציפט און מאנט. קיין געלט אין דער וועלט קען דאס מיר נישט צוריקברענגען.

שמים וארץ בקשו עלי רחמים!

די ערהוילונג, דאס איז דאך יסורי איוב ממש, עליות און ירידות, איין טאג בשמים ממעל און איין טאג בארץ מתחת, ביז די נפש ווערט צובראכן און צושאסן און מען פארלירט יעדעס ביסל האפענונג. פינף יאר פון גיהנום התחתון ביז איך בין אנגעקומען ווי איך שטיי אויף די מינוט. און יעצט? בין איך נאכאלץ יעדע רגע אין א סכנה נוראה פון צוריקפאלן און חרוב לייגן מיר און מיין שטוב פאר גוד, די תפילה פון ואל ישלוט בי יצר הרע האט דאך אזא אנדערע משמעות. איך גיי אויס פאר קנאה ווי ר' אלעזר בן דורדיא האט עס מסדר געווען און פטור אן עסק… ווייס איך דען וואס די מארגן וועט ברענגען? ווארט מיר נאך בכלל א נארמאלן לעבן, ווער רעדט נאך פון א אידיש לעבן. אדער וועל איך ווידעראמאל דורכפאלן און אלעס וועט גיין לטמיון?

חמה ולבנה, אוי איך בעט אייך, בקשו עלי רחמים!

ווען איך הייב אן טראכטן פון מיין אשת חיל גייט מיין הארץ איין פאר צער, פשוט פשט, די הארץ הייבט אן וויי טון. די יארן יארן פון ביטערע עגמת נפש וואס זי איז אדורך, אן אומשולדיגע נשמה וואס איז גרייט זיך צופליקן פאר איר מאן און איר שטוב האט נעבעך געדארפט צוזען ווי אלעס גייט צוביסלעך ארויף מיטן רויעך, דער תכשיט מיט וועם זי האט חתונה געהאט איז א ווייטע ווייטע פארגאנגענהייט, נישטא קיין לערנען קיין דאווענען קיין סעודות קיין חנוכה ליכט. אנשטאט א טאטע וואס לעבט אריין אין יעדע דבר שבקדושה, האט זי באקומען א טרוקנקייט און א קאלטקייט וואס שיקט א סקרוך אין אלע ביינער. וואס וואלט זי אוועקגעגעבן צו האבן כאטש א מאן א נארמאלע מענטש…. די שענסטע יארן פון אידישע מאמעס לעבן האט זי נעבעך דורכגעטראגן אלס א לעבעדיגע אלמנה, עס וועט דאך נעמען הונדערט יאר טעראפי דאס צו פארעכטן. אוי די צער איז דאך עד לב השמים, וויפיל אכזריות דארף א מענטש האבן אין זיך דאס צו טון צו די אייגענע ווייב, ריש שין עין וואס דו ביזט! אזוי מצער צו זיין א אידיש קינד?

אוי באשעפער

כוכבים ומזלות בקשו עלי רחמים!

איך קוק מיך אזוי ארום, קיינער אין די וועלט חוץ מיין ב"ב און צוויי פראפעשענעלס ווייסן נישט קיין משהו פון וואס איך בין אדורך די לעצטע ניין יאר, און אפילו זיי ווייסן אויך נאר למחצה לשליש ולרביע. נישט מיין עלטערן, געשוויסטער, חברים, נאובאדי האט עני איידיע ווער איך בין און וואס איך גיי דורך. אויפן גאס בין איך די זעלבע חשובע אינגערמאן עז עווער. מיינע חברים זענען מיר אפן מקנא, איך בין א פארשטענדליכע פארמעגליכע אינגערמאן, א היבשע יודע ספר, מיט א פיינע שטוב און ליכטיגע קינדערלעך, גארנישט פעלט אים נישט…. יא יא, אינעם זעלבן צייט איז עולם חשך בעדי במלא מובן המלה, איך האב נישט קיין גוטן טאג אין מיין לעבן. איך קען פארשטייט זיך נישט רעדן צו קיינעם דערוועגן, דריי איך זיך ארום יאר נאך יאר עלנד אליין צובראכן ווי א שארב.

פאר די עצם פראבלעם באקום איך הילף ב"ה, אבער וואס טוט מען מיט די הארץ רייסענישע יסורים אויפן עבר, און די פחד פון די עתיד. אונז האבן נעבעך נישט קיין צדיקים וואס קענען קעיר נעמען פון אזאלכע מענשן ווי מיר, נו וואס זאל איך יעצט טון? נישטא קיין ארגענעזאציע וואס קען מיר העלפן, קיין דאקטער וואס קען היילן מיין צובראכן הארץ. ווי וואויל פאר דעם פשוטן איד אין ביהמ"ד וואס איז נישט אריינגעפאלן אין די מים הזדונים, גיי ארויס אין א טענצל ר' איד!

טייערע אידן רייסט איין פאר מיר, פאר מיין ב"ב און פאר מיינע קינדערליך, און פאר אלע אידן וואס זענען נעבעך אין די סארט מצבים. ווען מען זאגט אז קיינער איז נישט פארזיכערט איז דאס נישט קיין ווערטל, רייסט איין פאר ענקערע אייגענע קינדער און אייניקלעך שלא יעבור עליהם כוס התרעלה רח"ל

ברודער טייערע בקשו עלי רחמים!
[NAMELESS]

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האלט נישט אז די ארטיקל גייט ווערן אויסגעמעקט
די שאלה איז נאר פארוואס אלעס איז די אינטערנעט
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

אינטערסאנט אזא יונגערמאן גלייבט נאך ער רעדט מיט אזא ערענסקייט נעבעך

מיין שאלה איז פארוואס עפענט ער נישט דא אזא אשכול מען קען עים נאך מער העלפען דא
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סקעפטיקער »

שפילער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:44 pm אינטערסאנט אזא יונגערמאן גלייבט נאך ער רעדט מיט אזא ערענסקייט נעבעך

מיין שאלה איז פארוואס עפענט ער נישט דא אזא אשכול מען קען עים נאך מער העלפען דא
ביים ליינען די מעשה האב איך געהאט א הרגשה אז עס איז נישט אמת, אדער לכה"פ איז עס נישט געשעהן מיט דעם וואס שרייבט עס, דער שרייבער שרייבט וואס ער האט געהערט/מיטגעהאלטן וכו'
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שפילער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:44 pm אינטערסאנט אזא יונגערמאן גלייבט נאך ער רעדט מיט אזא ערענסקייט נעבעך

מיין שאלה איז פארוואס עפענט ער נישט דא אזא אשכול מען קען עים נאך מער העלפען דא
ער קומט דאך פון דא... דאס איז זיין עבירה... יעצט גייט ער דארט בעטן פאר א תיקון...
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

עמיר זעהן ווילאנג דאס בלייבט דארט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4894062
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67215

א גרויל פון א אשכול
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
[NAMELESS]

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך [NAMELESS] »

שפילער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 11:35 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67215

א גרויל פון א אשכול
פארוואס? גראדע זאגט ער גוטע נקודות אפשר איז עס אראפגעלייגט אייוועלטיג אבער די נקודה איז ריכטיג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שמעקעדיג »

די נקודה איז ריכטיג? נישט לענ"ד.

עס איז א וועלט פון מיט פראבלעמען. דער פותח האשכול דארט רעדט זיך איין אז די אמאליגע וועגן פון איגנארירן די פראבלעמען מאכט אלעס גוט...

סארי, מענטשן מוטשען זיך, און מען דארף זיי געבן אנערקענונג.
וירח ה' את ריח הניחוח
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שפילער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:44 pm אינטערסאנט אזא יונגערמאן גלייבט נאך ער רעדט מיט אזא ערענסקייט נעבעך

מיין שאלה איז פארוואס עפענט ער נישט דא אזא אשכול מען קען עים נאך מער העלפען דא
יעדע אינגערמאן מיט אפענע אינטערנעט גלייבט נישט?
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:30 am
שפילער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:44 pm אינטערסאנט אזא יונגערמאן גלייבט נאך ער רעדט מיט אזא ערענסקייט נעבעך

מיין שאלה איז פארוואס עפענט ער נישט דא אזא אשכול מען קען עים נאך מער העלפען דא
יעדע אינגערמאן מיט אפענע אינטערנעט גלייבט נישט?

ער זאגט אז פיר יאר האט ער נישט געהאלטן כמעט יודישקייט...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

שפילער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:57 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:30 am
שפילער האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:44 pm אינטערסאנט אזא יונגערמאן גלייבט נאך ער רעדט מיט אזא ערענסקייט נעבעך

מיין שאלה איז פארוואס עפענט ער נישט דא אזא אשכול מען קען עים נאך מער העלפען דא
יעדע אינגערמאן מיט אפענע אינטערנעט גלייבט נישט?

ער זאגט אז פיר יאר האט ער נישט געהאלטן כמעט יודישקייט...
ער זאגט אז שבת האט ער יא געהאלטן סוי לכאו' האט ער געגלייבט נאר ער איז אויסגעלאשן געווארן..
און אפי' ער האט נישט געגלייבט קוקט אויס אז למעשה האט ער זיך בארעכנט..
צומישט און צוחישט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך צומישט און צוחישט »

איינער ווייסט פון וואס ער רעדט?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4900112
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך עמרם »

צומישט און צוחישט האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 2:40 pm איינער ווייסט פון וואס ער רעדט?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4900112
ארום געגאנגען שמועות אז ר' אהרן האט געכאפט א הארץ אטאקע
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך פארווע חסיד »

שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:16 am די נקודה איז ריכטיג? נישט לענ"ד.

עס איז א וועלט פון מיט פראבלעמען. דער פותח האשכול דארט רעדט זיך איין אז די אמאליגע וועגן פון איגנארירן די פראבלעמען מאכט אלעס גוט...

סארי, מענטשן מוטשען זיך, און מען דארף זיי געבן אנערקענונג.
איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פּלאץ בּאָט אז מרעדט שוין
וויל איך אויך זאגען מיין מיינונג
איך קריג מיך נישט מיט דיר אין דזשענערל, אבער מדארף וויסען ווי איין אין ווי אויס איך קען איינער וואס איז נאר בּיזי מיט אלטע פּעין ווען אין די זעלבּע צייט האָט ער גאָר אסאך צי עפּרישיעטען אין אזויפיל זאכען וואס גייען גיט אין בּויען א פיוטשער באט זיצט סטּאָק אין אלטע פּעין, זיכער אז מטאָר עס נישט איגנארען אין מּמוז עס אדרעסירן אבער ניין מטאר נישט ווערען סטאָק דארט אין בּלעימען אין זיך עסען…
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

אז ער איז סטאק אין די פעין מסתמא וויל ער זיין סטאק דערין, און געווענליך וועט דער טערעפיסט ארבעטן אז ער זאל נישט זיין סטאק דערמיט, אבער וואס איז שייך הייסן פאר די מענטש 'זיי נישט סטאק'... וויל ער דען זיין אזוי? ס'איז אזוי ווי דו שרייסט אויף איינעם וואס וואקט מיט קראטשעס "וואק נארמאל".
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך מנחם מנדל »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4901012

פון אלע היימישע מאלעסטארס וועט מען קיין ווארט נישט רעדן אויף אייוועלט, אבער אויף רעב שלמה'לע מעג מען רעדן איבער א פאלשע מעשה וואס איין קרעציגע קראנקע פרוי האט געחלומ'ט, און אויף אייוועלט איז עס שוין א פאקט,

פעך.
טיאטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך טיאטע »

נאכדעם איז דא מענטשן פארקערט,
ווען א קרעציגע פרוי וועט באשילדיגן א חרדי וועלן זיי זיך גלייך צוכאפן אבער אויפ שלוימלע וכדומה איז זי עפעס א קרעציגע קראנקע פרוי...
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

צולייגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 8:35 pm כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מזידיטשויב שליט"א ביים ארויסבאגלייטן בנו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מווערעצקי שליט"א נאך א באזוך.
no comment
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

IMG_20240207_221440_229.jpg
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
פאסטעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

מי יודע

שליחה דורך פאסטעך »

ווילאנג געדויערט צו ווערן אקטיוויזירט - א ניק - אין אייוועלט?
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: מי יודע

שליחה דורך סבא דבהתא »

פאסטעך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:57 pm ווילאנג געדויערט צו ווערן אקטיוויזירט - א ניק - אין אייוועלט?
קען נעמען א טאג צו ווערן אקטיוויזירט אבער ס’נעמט 2 מינוט צו ווערן ארויסגעווארפן....
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך האניג »

שפילער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:17 pm IMG_20240207_221440_229.jpg
:lol:
פון וואו קומט דאס?
פארשפארט