חיים הלוי האט געשריבן: ↑
האלא, עס ארבייט נישט אזוי, אז דו מעגסטו זאגן מעג יענער אויך זאגן, איינער שעלט? בסך הכל האף'סטו אז מען גייט סוען הצלה... זאגט יענער אז ער האפט הצלה קומט נישט ווען דו רופסט... עס איז זייער צום זאך גענטפערט.
אה אפשר האסטו נישט געדארפט זאגן אזוי שארף סוי וואלט אפשר יענער אויך נישט געדארפט זאגן שארף...
למעשה האסטו געזאגט שארף אויף אן ארגיניזאציע וואס יעדער האט הנאה און זיי ראטעווען מענטשען עס וואלט זיך נישט געדארפט זאגן אויף זיי וואס דו האסט געזאגט בפרט זיי זענען גארנישט שולדיגט ביי די פאל.
זיי אן אדאולט און צו צוריק פון דיין אטאקע אויף הצלה, און זיי נישט קיין זויער לוזער מיטן באשרייען די שרייערס...
אז דו פארשטייסט נישט די חילוק וועל איך מסביר זיין.
הצלה טאר נישט געבן מעדיקל עדווייס, זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם און זיי האבן זיך נישט געלערנט אויף דעם.
כאטשיג די מעמבערס זענען צדיקים און ווילן העלפן, און א גרויסער חלק פון זיי פארשטייען אן עסק אין רפואה אין מעדיצין און האבן אסאך פראקטיק, זענען זיי פארט נישט קיין דאקטורים, און זיי טארן נישט על פי געזעץ און על פי קאמען סענס געבן מעדיצינישע הילף!
איצט, מיר עם נבון וחכם ווייסן און פארשטייען אייביג בעסער, און מיר בעטן פון הצלה מעמבערס עדווייס, ווייל זיי פארשטייען "בעסער" ווי די שוסטערישע דאקטורים, און טייל הצלה מעמבערס האלטן אויף זיך אליין אויך אז זיי פארשטייען (עכ"פ אין דער קעיס) בעסער ווי עפעס א קלאצישע דאקטער.
די איינציגסטע וועג וויאזוי "מאיז מודיע" אז דאס איז קעגן די געזעץ איז על ידי א לאו-סוט, דאדורך דעם "כאפט מען" העי מ'טאר נישט פארן איבער די ספיד לימיט, און מ'טאר נישט שפילן דאקטער.
דאס האב איך געמיינט און נאר דאס האב איך געמיינט.
איך האב קיינעם נישט געשאלטן ח"ו, און איך בין נישט מזלזל אין די חשיבות פון הצלה מעמבערס און די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון זיי - זיי זענען צדיקים!
אלזא איך ווייס נישט פארוואס אויב איינער קריטיקירט אויף איין נקודה דעם געוואלדיגע חשוב'ע ארגענענזאציע הצלה, פארדינט ער זיך שוין אז הצלה זאל נישט קומען צו איהם ח"ו אין פאל פון נויט? ממש אזוי? איז דא רוסלאנד? איז הצלה א רבי וועם מ'טאר נישט קריטיקירן?