שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
טיאטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:32 pm
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך טיאטע »

איך וויל בעיקר ליינען אין אביסל שרייבן עד שידי כהה מגעת אבער אפילו 60 קערעקטירס איז מיר נישט גרינג סאו כווייס נישט וויפל איך וועל שרייבן עכט.
כהאפ מוועט מיר אננעמן פאר זאגן די אמת.
טירן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך טירן »

איך בין א איד וואס האט די מידה פון נייגער וועגן דעם וויל איך זיך איינשרייבן דא צו קענען מיט האלטן וואס טוט זיך אויפן וועלט בפרט די אידישע וועלט וואס מ'באגראפט יעדע אינטרעסאנטע נייעס אינטער די קארפט על כן פיל איך אז דא איז מיין פלאץ
קורץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:40 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך קורץ »

נייגער איז וואס טרייבט די מענטשהייט צו אנדעקן פארהוילענע זאכן, טרייבט די מענטשהייט צו דערגרייכן אין די גאר הויעכע ספערן, און עס מאכט די מענטשהייט עפענען א ניק אויף קאווע שטיבל, און ליינען די באהאלטע תגובות...
שטריימל באקס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:50 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שטריימל באקס »

איך בין א וואוילע איד וועלכע זיכט זיך דא דארט אויסצוגעבן מיט א שיינע געשמאקע שמועס, איך גלייך נישט קיין פאליטיק, אבער גלייך גאר שטארק אידישע קאנטראווערסיע. איך בין שוין געווען דא פארדעם נאר געווארן אויסגעשפארט און די לעצטיגע clean up
אברהם שנית מן השמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אברהם שנית מן השמים »

איך בין 39 יאהר אלט איך מיין אז איך בין געלערנט און קליג און אינטערסירט צו לערנען נאך און נאך און קליגער ווערן און יעדער נושא און די וועלט און זיך בא קענען מיט נאך באלערנטע מענטשען און ארויס גיין פון פארמאכט קייט צו אויפן קייט און יעדער נושא בעולם אפילו אויב נישט בפועל איז לפחות בכח זיין קלאר מיט זיך
מייערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מייערן »

איך בין א פשוטער יוד וואס גלייכט שטארק די געשריבן ווארט איז מיין איך אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ צי קומען אין ליינען אין שרייבן, איך האף איך וועל צוגעבן די ריכטיגע ספייס,
״והעיקר״ ״ליב האבען א יוד און יעדען מצב״
״ראש הקהל מוהל אדער קצב״ קרעדיט רעב מיכאל ז״ל
שטילער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:56 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שטילער »

א פשוטער אינגערמאן, גלייכט מיטצוהאלטן נייעס און אלגעמיינע שמועסן וואס גייט פאר אויף דער וועלט, בדרך כלל א שטילער, אבער ווען איך שפיר איך קען עפעס צולייגן צום שמועס וועל איך זיך לאזן הערן, איך ווייס שוין פון קאווע שטיבל פאר אסאך יארן אבער כהאב נישט געזוכט נאך א האבי, ממילא האב איך זיך נישט אויפגעסיינט דעי אלע יארן.
הבחנה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:20 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך הבחנה »

אלס איינער וואס ליינט אסאך און האט אייביג ליב געהאט צו זוכן און פארשטיין געפעלט מיר דאס פלאץ.
איך ווייס נישט וויפיל עס געפינט זיך דא באמת ווייל מקען דאך נישט ליינען נאר די ערשטע חלק פון א סאבדזשעקט אבער דאס איז זעהט אויס ווי א גוט פלאץ.
איך האף אז איך האב עפעס זאכליך צוצוגעבן און מיינע קאמענטס וועלן נושא חן זיין ביים עולם.
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך משה רבקש »

איך בין משה איך האב ליב גריווען און פערארי און כ''א כסלו מיין פעטער איז א פאראמעדיק און איך האב שעירס אין בלעקראק און וואן-געארד(העמעדער).
ערנסט גערעדט. שלום עליכם קאווע שטיבל. עס איז מיר א כבוד צו ווערן א מעמבער דא.
איך בין אן איש הדיוט. מיין גוף איז אין מערב איירופע אבער מיין נפש איז צומאל הויעך אין די רקיע און צומאל טיף אין תהום.
אלנפאלס האף איך צו קלוגער ווערן בתוככם און אפשר וועל איך אייך זיין אן אססעט און קיין לייעביליטי
א דאנק
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
פארטוהן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פארטוהן »

איך האב זייער א געשמאק און ליב צו אריינקומען דא אין קאווע שטיבל און צו ליינען אינטערעסאנטע ענינים, אסאך זאכן האב איך קונה געווען דא,
און געעפנעט מיינע אויגן אנצוקוקען אסאך זאכן מיט א אנדערע בליק, איך האף אויך צוצוגעבן צו די שמועסן דא. ישר כח.
סתםאבאזוכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:01 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך סתםאבאזוכער »

זוכענדיג נושאים איז כמה פעמים ארויפגעקומען די אשכולות פון די קאווע שטיבל און איך בין אינטערסירט צו ליינען מער אבער מען קען נאר מיט אן אקטיווע אקאונט, א גרויסן יישר כח פארן אריינלאזן.
פרייליכע איד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 8:30 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פרייליכע איד »

ווי סקוקט אויס איז קאווע שטיבל די איינציגסטע היימישע פלאץ וואס מען קען זיין די אמת'ע זיך.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז דא זאל זיין די פלאץ ווי דער אמת וועט פארטרייבן די שקר, און דער עיקר אז מיר אידן, זאלן אייביג זיין פרייליכע אידן!
קוצקער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 5:07 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך קוצקער »

סאיז טאקע דא אפאר פלאטפורמעס אבער ספיצייעל אין קאווע שטיבל האב איך געהערט פון אפאר נאנטי קרובים גאר שטאררע המלצות אויף די גוטע שפראך אין די מהימנות פון די ידיעות און נושאים וכיוב
מעיקלער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:44 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מעיקלער »

איך בין אליין נישט זיכער מיט די דעות וואס איך שטעל פאר אזוי פעסט אז דאס איז טאקע די אמת סאיז אבער נישט אייביג דא איין אמת אמאל וועל איך אדאפטן עפעס פאר אמת אויב באקים איך געניג לייקס אויף דעים...
חיים כץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חיים כץ »

א פרישער כולל אינגערמאן וואז זיכט צי שמיסען אויף זאכען וואל ליגט בהאלטען אין מיר שוין אזוי פיל יארן, מורא האבן עס צי פארציילן פאר אנדערע
האף אז דא וועט זיין די פלאץ זיך צי געהעריג עפענען
סיסיפוס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:55 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך סיסיפוס »

דערציילט איבער אייך ברבים? ווער בין איך, איך פרעג די קשיא שוין יארן, איך האב נאכנישט באשלאסן וואס צו שרייבן, אבער האפענטליך וועל איך קענען צו געבן אביסל צו די פלאץ.
טעילאר_סוויפט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 4:02 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך טעילאר_סוויפט »

א גרויסע יישר־כוח כח פאר די מנהלים פאר אזא וויכטיגע פלאטפארמע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טעילאר_סוויפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דריי קאפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:33 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דריי קאפ »

איך וויל זייער שטארק ווערן א חבר נאמן אין די קאווה שטיבל וויבאלד סאיז די איינציקסטע פלאץ ווי היימישע אידען קענען זיך אויס שמיסען וואס ספעהלט זיך אויס איך וויל מאכן דא חבירים אין מהנא זיין נאך מענטשען איך בעט זייער מזאל מיך שוין אהננעמען
לעפטאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:49 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך לעפטאפ »

א פשוטע איד וואס זוכט אלס דעים קרבת אלוקים, האט ליעב צו פארברענגען מיט אנדערע היימישע אידן, אין גלייכט נייע אין אינטערסאנטע איידיעס אין געדאנקען.
אין פרובירט צו דינען דעים אייבערשטען מיטן גאנצע כח!!
צוביסלעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך צוביסלעך »

איך פרוביר דינען דעם אויבערשטען מיט אמת, נישט לעבן פאר אנדערע.
כ'שרייב זיך איין דא אויף קאווע שטיבל צו הערן אנדערע מיינונגען, מיינונגען וואס זענען נישט דאס מערסטע פאפולער אויפן היימישן גאס, מיינונגען וואס סימבאלאזירט מענטשן וואס לעבן נישט פאר אנדערע נאר טוען דעם רצון הבורא לויט זייער פארשטאנד.
ביטע עפענען מיין ניק אויב שייך, מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין.
גימפל הכהן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:40 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך גימפל הכהן »

איך בין אנגעקומען אהער צו קאווע שטיבל דורך א נאנטער חבר מיינער וואס האט מיר מייעץ געווען זיך אויפצוסיינען אויף דעם הערליכן מקום, און מהנה זיין דעם עולם מיט מיינע שרייבווערק און גלייכווערטלעך, זייענדיג א לאנג יעריגער שרייבער כמה שנים שוין לטובה, נאכדערצו א סענס אויף הומאר צו דער זייט, און איך האב שוין זוכה געווען במשך די יארן ארויפצוציען א שמייכל אויף די לעפצן פון אסאך אידישע מיילער ב"ה.

שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל זיך איינשרייבן, אבער ווי יעדע זאך וואס מ'וויל, דויערט א שטיקל וויילע ביז ס'קומט פאקטיש למעשה. אבער אצינד איז די לאנג ערווארטעטע געבענטשטע מינוט אנגעקומען, והנה אט זענען מיר דא בעז"ה.
בנימין הלוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:30 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך בנימין הלוי »

שלום עליכם טייערע חברים, איך האב א שטארקע געפיל פאר וויסענשאפט איך האף דא געשמאק צו פארברענגן און הנאה האבן פון די אינטעליגענץ פון די קאווע שטיבל חבריא. א דאנק פאר די מנהלים פארן צושטעלן די געוואלדיגע סייט און מיך אנעמען אלס מעמבער.
הצלחה רבה
צוביסלעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:32 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך צוביסלעך »

כ'גלייך ווי די עולם שרייבט אזוי שיין זייער סיבה פון אהערקומען, ס'איז א פיינע געדאנק פון קאווע שטיבל.
רעאגיר