אונזערע קאמפאוזערס
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אין סאטמאר זינגט מען יו"ט תתברך, אבער אין אנדערע פלעצער צ.ב.ש. באבוב זינגט מען כולם אהובים און וכולם מקבלים און מ'זינגט בעיקר פארצייטישע מארשן אדער וואלסן.
אבער פאר די וואס זינגען שטייטע ווארימע ניגונים פאר תתברך לנצח איז עס א גיטע געדאנק.
(אגב, איך האב אמאל געהערט א בעל תפילה זינגען אויף תתברך לנצח דעם באקאנטן ניגון פון ועתה בנים. פאר מיר איז עס געווען א געלעכטער צו הערן א היינטיגער קאנצערט ניגון יו"ט ביים דאווענען)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
וואו איז שעפטל מיט זיינע בילדער? זאל ער אהער ברענגען בילדער פון די קמפאוזערס פון וועם מיר האבן ביז אהער גערעדט.
אז אן אנדערער וועט עס טון וועל איך אויך זיין צופרידן. נאר שעפטל איז דער אויף וועם מיר קוקן ארויס דערויף, וויבאלד ער האט אונז אין די עבר אזוי וואונדערליך דערליווערט אזוי פיל בילדער פון די אלע פון וועם מיר האבן גערעדט, און אויך איז ער געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיטן געדאנק צו דערליווערן בילדער פון די באטראפענע, א זאך וואס איך האב נאך נישט געזען ביז יעצט דא אין קאווע שטיבל און אין אייוועלט.
אז אן אנדערער וועט עס טון וועל איך אויך זיין צופרידן. נאר שעפטל איז דער אויף וועם מיר קוקן ארויס דערויף, וויבאלד ער האט אונז אין די עבר אזוי וואונדערליך דערליווערט אזוי פיל בילדער פון די אלע פון וועם מיר האבן גערעדט, און אויך איז ער געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיטן געדאנק צו דערליווערן בילדער פון די באטראפענע, א זאך וואס איך האב נאך נישט געזען ביז יעצט דא אין קאווע שטיבל און אין אייוועלט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
אליעזר (בן הרב שלמה) קאליש:
יהי רצון מלפניך פון אברהם פריד
הקשיבה פון ירמי' דאמען (אויך געזינגען דורך אייזיק האניג אויף וענינו תראנה פון יוסי גיל)
ועושה נחת רוח פון משה צבי וויינטרויב (שפעטער געזינגען דורך ירמי' דאמען אין יצליח טעיפ)
עשה עשה פון אייזיק האניג
כי אתה הוא מלך (געמאכט צוזאמען מיט זיין טאטן ר' שלמה אלס יונג בחור)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
חאצקל האט געשריבן:(אגב, איך האב אמאל געהערט א בעל תפילה זינגען אויף תתברך לנצח דעם באקאנטן ניגון פון ועתה בנים. פאר מיר איז עס געווען א געלעכטער צו הערן א היינטיגער קאנצערט ניגון יו"ט ביים דאווענען)
שוין לאנג ווילעך וויסן ווען מעג מען זינגען היינטיגע ניגונים און ווען נישט.
אסאך זינגען משה גאלדמאנ'ס ניגונים, אייזיק האניג'ס. יאסעלע'ס ניגונים איז נישט היינטיג? און די נייע מכלכל חיים'ס יעדן יאר און הקפה ניגונים האט א אנדערע הלכה?
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
ווענדט זיך ווי א בית המדרש און וועלעכע סארט מתפללים.
אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט אז א ניגון מיט א פארצייטישן טעם קען געזינגען ווערן אין עני בית המדרש. ווידער ניגונים וואס הערט זיך שטארק אז ס'איז היינטיג (אדער צו קאנצערדיג מיט צופיל רעש'יגע פארבן אדער עקטשן) פאסט אין אלגעמיין נישט פאר קיין בית המדרש.
די פראגע איז אבער וועלכע ניגונים הערן זיך היינטיג, פאר יעדן אויער איז עס אנדערש (געוואנדן וואו ער איז אויפגעוואקסן).
פאר מיר למשל הערן זיך "מכניסי רחמים" פון חיים באנעט, "לעכטעלע" פון פנקי וועבער, און אפילו "ברוך קל עליון" פון גאלדמאן, היינטיג. ווידער פאר אנדערע זענען די ניגונים ווי אויטענטישע חסידישע ניגונים.
עפ"י רוב ביי א וואלס אדער מארש מאכט נישט קיין גרויסער חילוק צווישן היינטיג און פארצייטיש פון פארן קריג, ווייל דער עצם געדאנק פון א וואלס אדער מארש איז אמאליג (אויסער די פון יוסי גרין וועלכע לייגט אריין זיינע "גרינע" פארבן אויך אין א וואלס ווי צ.ב.ש. אשת חייל פון שרלי וורדיגר, און מה ידידות פון א. פריד).

- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
נס קאווע האט געשריבן:יודל ווצ"ב האט גאנץ שיינע ניגונים (רחם בחסדך - שטאט פון שרעק מיינעך איז זיין ניגון) ווי אויך עפעס א טעיפ ארויסגעגבן
ער איז די מערסטע אקטיוו געוועזן אין די תש"מ - תש"נ יאהרן, ער האט ארויסגעגעבן 2 אלבומס, והערב און מעין עולם הבא (אגב - זיין נעפיו שמואל זאנוויל וורצב"ג - משמש סאטמאר ב"פ 53 - זינגט דארט אלס קינד, זיין שטימע איז ממש אין כדוגמתו). די אלבומס זענען געווען זייער סוקסעספול און שטארק באקאנט ביים היימישן ציבור.
If you smile when no one else is around, you really mean it