טירן האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:42 pm
איך הער נעכטן איז געווען די חתונה פון די היתר מאה רבנים, איך הער ס'איז געווען אסאך שיינע רבנים מסדר קידושין און פארגעליינט די כתובה,
איך בין נישט באהאווענט אין די מעשה, נאר מ'האט ארויפגעלייגט דא פון אסאך רבנים און בתוכם ר' מענדל זילבער אז זיי זענען קעגן די היתר מאה רבנים
ר שלום פאלאק פון סקווירא איז געווען מסדר קידושין. ר אברהם כ''ץ מטאהש האט געליינט די כתובה.
טירן האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:42 pm
איך הער נעכטן איז געווען די חתונה פון די היתר מאה רבנים, איך הער ס'איז געווען אסאך שיינע רבנים מסדר קידושין און פארגעליינט די כתובה,
איך בין נישט באהאווענט אין די מעשה, נאר מ'האט ארויפגעלייגט דא פון אסאך רבנים און בתוכם ר' מענדל זילבער אז זיי זענען קעגן די היתר מאה רבנים
וואס איז די חידוש? היתר מאה רבנים איז גאר שטארק אנגענומען, די גרעסטע גדולים וקדושים אשר מפיהם אנו חיים האבן דאס אליין גענוצט, ובתוכם די הייליגע קדושת יו"ט, די הייליגע קדושת ציון פון באבוב, און הרב הקדוש רבי צדוק הכהן זי"ע מלובלין.
נישנאש האט געשריבן: ↑
וואס איז די חידוש? היתר מאה רבנים איז גאר שטארק אנגענומען, די גרעסטע גדולים וקדושים אשר מפיהם אנו חיים האבן דאס אליין גענוצט, ובתוכם די הייליגע קדושת יו"ט, די הייליגע קדושת ציון פון באבוב, און הרב הקדוש רבי צדוק הכהן זי"ע מלובלין.
ער האט א שיינע היתר מאה רבנים, ובתוכם גאר באקאנטע גרויסע נעמען. לכאורה אסאך פון די נעמען אקעגן די היתר האבן אדער נישט געחתמעט אדער האט מען זיי איינגערעדט זאכן. ער האט איבערגעגעבן א גט אין בי"ד, און זיי קען עס אויף פיקן ווען זי וויל בתנאי אז מען נעמט אלס ארויס פון קארט און ער באקומט סיי וועלכע וויזיטעשאן, און זי (לייען איר טאטעס איגא און געלט) וויל נישט.
גדאדע, כמדומה איינער פון די חותמים אנקעגן די היתר מאה רבנים, איז פון א געוויסע בי"ד, וואס ביי זיי האט מען לכתחילה געפלאנט צו מאכן די היתר מאה רבנים, נאר למעשה האט מען גענוצט א צווייטע, ממילא....
הרב אייזענבערגער זאגט אז ער האט בכלל נישט געשריבן א צעטל, די עדה החרדית זאגט אז דאס איז פאלש, און הרב אולמאן פישער און ראזענבערגער האבן נישט נאר נישט אונטערגעשריבן, נאר מען איז זיך אפילו נישט געקומען ווענדן צו זיי. און די זעלבע מיט נאך אפאר רבנים.
חיים הלוי האט געשריבן: ↑
די מעשה איז טיפער בריסקע רב'ס קינדער און אייניקלעך קומען נישט צו די טריפה'נע אמעריקא... מען האט זיך נישט געראכטן אז ר' שניאור קוטלער וועט נסתלק ווערן אזוי יונג למעשה האט ר' מלכיאל זייער געוואלט איבערנעמען דעם טאטן אלס ראש ישיבה אין לעיקוואד און זיין ווייב זייענדיג א טאכטער פון הגאון ר' מיכל פיינשטיין אן איידעם ביי בריסקע רב איז גאס נישט געקומען אין באטראכט.
דו ווילסט מיר זאגן אז זיי האבן געהאט געהעריג שלום בית און מ׳האט זיך גע'גט וועגן קומען קיין חוץ לארץ?
איך בין נישט באקאנט אין זייער שלום בית, למעשה לייג זיך אריין אין איטש מצב, פון איין זייט ר' מלכיאל האט א גאלדענע געלעגנהייט פון נתעלה ווערן לגדולה (שטעל זיך פאהר ער נעמט עס ווען נישט אן ווער וואלט געוויסט פון עם?) און זי פון די אנדערע זייט איז נתחנך געווארן זייער שטרענג אז אמעריקא איז טרייף און מען פארט נישט אהין, קיינער פון איר משפחה פעטער'ס מומע'ס קאזינס קיינער פארט נישט זאל זי ווערן די אויסווארף?
שטעל זיך פאר א סאטמער אייניקל זאל גיין צו די כותל! איך רעדט נישט היינטיגע צייט איך רעדט פון אזא 50 יאר צוריק ווען די וועלט איז נאך געווען ערענסטער נישט ווי היינט אז אלעס איז א דשאוק.
ביי די וועי וועסטו נאך אלס נישט טרעפן א סאלאווייטשיק אין אמעריקא
צוויי נקודות,
א' BMG האט אים געוואלט אסאך מער ווי ער האט זיי געוואלט (אדער לפחות די זעלבע) פאר פיינענשיל ריזענס, זיי האבן געדארפט א קאטלער, און פון אלע ברודערס איז ער געווען די געלונגענסטע.
ב' די יעצטיגע רעבעצין איז א חבר'טע מיט מיינס א קרובת משפחה, זאגן זאגט זי אז די שלום בית דארט איז געווען להפליא (געהערט פון א כלי שני)
דו כאפסט אז די זאך אליינס קען מען אויסטייטשן אויף ביידע זייטן. דו ווילסט אוודאי זאגן אז ר' מענדל זילבער האט געלייגט טעראר, אבער עס קען אויך זיין אז ר' מענדל זילבער האט אים פשוט געלאזט וויסן פאקטן ארום די מעשה וואס ער האט נישט געוואוסט פון אנפאנג.
יין שרף האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:02 pm
ער האט א שיינע היתר מאה רבנים, ובתוכם גאר באקאנטע גרויסע נעמען. לכאורה אסאך פון די נעמען אקעגן די היתר האבן אדער נישט גע'חתמ'עט אדער האט מען זיי איינגערעדט זאכן. ער האט איבערגעגעבן א גט אין בי"ד, און זיי קען עס אויפפיקן ווען זי וויל, בתנאי אז מען נעמט אלס ארויס פון קארט און ער באקומט סיי וועלכע וויזיטעשאן, און זי (לייען איר טאטעס איגא און געלט) וויל נישט.
גדאדע, כמדומה איינער פון די חותמים אנטקעגן די היתר מאה רבנים, איז פון א געוויסע בי"ד, וואס ביי זיי האט מען לכתחילה געפלאנט צו מאכן די היתר מאה רבנים, נאר למעשה האט מען גענוצט א צווייטע, ממילא....
די גאנצע זאך וואס היתר מאה רבנים קומט העלפן איז נישט קיין איסור דאורייתא. אפילו נישט קיין דרבנן. ס'נאר א חרם וואס ר"ג מאור הגולה האט געמאכט. ס'דא א יש אומרים אז ער האט דאס נאר געמאכט פאר זיין דור. ס'איז שוין אריבער אזויפיהל יארן. זיכער קענמען נישט גרינגשעצן אין דעם עצם חרם, נאר לעת הצורך (גדול) קענמען זיך גרינג אן עצה געבן אן קיין שטארקע חששות.
נאר איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול מער ווי ס'איז שוין פארדרייט געווארן. אפשר איז כדאי אויפצומאכן א באזונדער אשכול איבער די (גאנצע) נושא פון חדר"ג און היתר מאה רבנים...!