ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

פארט א שיף קיין ארץ ישראל פארט זי אויסגעצויגן....
פארט א איד קיין ארץ ישראל מיט פארוויינטע אויגן....

(כ'ווייס ס'אביסל אנדערש פון יו"ט ערליך)

אידעלאך טייערע, ס'צייט צו קומען אהיים!

יעדע געוואוקס האט זיך איר נאטורליכע פלאץ ווי דארט וואקסט זי די בעסטע. ס'קען אויך וואקסן אין אנדערע לענדער, אבער די בעסטע און געזונטסטע וואקסט זי אין איר נאטורליכע האביטאט.

די נאטורליכע פלאץ פון א איד איז אין ארץ ישראל!! א איד אינדרויסן פון ארץ ישראל איז אין גלות, אפילו ווען ער ווייקט זיך אין מיליאנען. די נשמה פון א איד טרעפט איר רואיגקייט, איר פלאץ, נאר אין ארץ ישראל!!

פאר סאם ריזאן זעה איך אז ס'דא אזא מין יצר הרע וואס דרייט א קאפ פאר מענטשן צו זוכן סיבות פארוואס נישט צו מאכן עלייה. רוב זאכן זענען סתם אבי גערעדט.

נישט אז מען קען נישט אויסטרעפן סיבות. אבער טאמער מען פארגלייכט עס מיט די פראבלעמען פון אמעריקא שטעלט זיך ארויס אז אמעריקא איז סוף פסוק זייער א פראבלעמאטישע פלאץ!!

כ'האב פונקט גערעדט מיט איינעם וועגן עלייה. קיצור יענער האט גע'טענה'ט אז די טעקסעס זענען ממש אסאך.... (וואס ס'איז טאקע א פראבלעם אבער ס'האט נישט מיט ארץ ישראל נאר מיט די רעגירונג וואס מען האפט אז די אלע פאליסיס וועלן זיך טוישן, און ס'טוישט נישט די מציאות פון סגולת הארץ. אבער אויך אין די ענין פון טעקסעס איז אמעריקע ערגער!) למעשה האבן אונז אנגעהויבן מאכן א שטיקל חשבון שטעלט זיך ארויס אז אין מאנסי ווען מען רעכנט צאם אלע טעקסעס איז עס אסאך מער פון די טעקסעס אין ישראל. נעמענדיג אין חשבון די משוגענע הויכע פראפערטי טעקסעס, וואס מער ווייניגער מיינט עס אז איינער וואס קויפט א הויז אין ראקלענד קאונטי צאלט פשוט "רענט" פאר די רעגירונג!

ס'הייסט אזוי. בעצם די מציאות פון וואוינען אין ארץ ישראל איז נישט וועגן יא אדער נישט טעקסעס. ס'איז בעסער פאר א איד אויף אסאך העכערע לעוועל'ס. נאר למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו לגבי טעקסעס איז עס אסאך בעסער ווי מאנסי...

אבער פאר סאם ריזען איז דא מענטשן וואס זוכן צו קריטיקירן ארץ ישראל. כ'רעד נישט פון סאטמארע געשטימטע וואס צוליב זייער חינוך זענען זיי מער אויסגעשטעלט צו זוכן קריטיק לגבי דעי ענין, נאר אפילו סתם יונגעלייט וואס האבען גארנישט מיט סאטמאר, איז דא אזעלכע וואס זוכן קריטיק, ווען למעשה דעי זעלבע זאכן זענען אין אמעריקע אסאך ערגער.

א אנדערע תירוץ וואס מען הערט אסאך איז. ווען משיח וועט קומען וועט מען גיין קיין ארץ ישראל.... כ'פארשטיי נישט דעי שפראך.... זייט ווען האט די מצוה פון יישוב ארץ ישראל צו טוהן מיט משיח? ס'איז א מצוה וואס שטייט אין די תורה מסתם מער מאל פון אלע אנדערע מצוות!! אפשר זאל מען שאקלען לולב נאר ווען משיח קומט??

יא, ס'געווען צייטן וואס ס'געווען זייער שווער צו מאכן עלייה. סיי די וועגן זענען געווען זייער שווער און סיי ארץ ישראל איז ליידער געווען חרוב ונחרב, ס'כמעט נישט געווען קיין געהעריגע שטעט און א געהעריגע עקאנאמיע. אבער היינט ווען דער באשעפער האט געהאלפן און ארץ ישראל איז באזעצט דורך אידן, ס'דא שטעט און דערפער, פעלדער און גערטנער, א געהעריגע עקאנאמיע, און אזוי ווייטער, איז עס גאנץ א אנדערע מציאות פון אמאל.

וואוינען אין ארץ ישראל איז פונקט אזא מצוה ווי לייגן תפלין און ווי עסן מצה. און נאך אסאך מער, אזוי ווי חז"ל זאגן אז ס'איז שקולה כנגד כל המצוות. און היינטיגע צייטן איז עס א מציאות וואס איז שייך למעשה! ס'איז בכדי שיעשו פאר ווער עס וויל גענוג שטארק צו עולה זיין קיין ארץ ישראל!

כ'האב עכט נישט אזוי ליב צו סאך צו רעדן דערפון, ווייל א עכט טייערע און ווערדפולע זאך ברויך מען נישט "פארקויפן"... פארקערט, מענטשן דארפן עס נאכלויפן. אבער למעשה איז דא מענטשן וואס כאפן נישט די ענין, און מען דארף פרובירן צו אויפוועקן מענטשן צו די מצוה פון יישוב ארץ ישראל.

די ניו יארקער אידיש רעדענדע קאמיוניטיס זענען אביסעלע ברעינוואשט קעגן יישוב ארץ ישראל, ווייל למעשה די 3 אידישע צייטונגען אין ניו יארק זענען סאטמארע צייטונגען און ווי נישט ווי האט עס א שטיקל השפעה אויף די געדאנקען גאנג אין די ניו יארקער אידיש רעדענדע קאמיוניטיס.

אבער לא עת לחשות. ס'איז צייט דער עולם זאל זיך געבן א שאקל און אנהייבן טראכטן פון קומען אהיים. גענוג געווען דאס וואנדערן כמעט צוויי טויזענט יאר אין פרעמדע לענדער. ס'איז צייט צו קומען אהיים צו אונזער לאנד!! צו די לאנד וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן.

ס'דא נאך אסאך צו רעדן דערפון. ועוד חזון למועד. אבער למעשה אידעלאך טייערע, ערוועקט אייער בענקעניש צו אונזער אמת'ער היים. ווילאנג נאך וועט מען זיין ווי פארלוירענע שעף אין ווייטע פרעמדע לענדער. קומט אידעלאך אהיים. דערווארימט אייער הארץ אונטער די פליגלעך פון די שכינה וואס ווארט אירע קינדער זאלן צוריקקומען צו איר!!

שוש תשיש ותגל העקרה בקיבוץ בניה לתוכה בשמחה. ברוך אתה ה' משמח ציון בבניה.

ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, אמן.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך אלע צוזאמען »

נאך נישט געליינט דעם ארטיקל געלייקט האב איך עס ווארום ס’רירט אן דאס נאנסטע צום הארץ, אהיימגיין.
לאמיר אהיימגיין.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך קהל'ס נער »

פון א מאטריאליסטישע שטאנדפונקט איז אמעריקא א בעסערע פלאץ צי וואוינען, כ׳ווייס ס׳נישט קיל צי זאגן אבער דאס איז די מציאות.

אבער ס׳דא אסאך אנדערע גוטע סיבות צי גיין וואוינען אויף ארץ ישראל.
1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה
2. מדינת ישראל איז די פערטע צופרידענסטע לאנד אויפן וועלט
3. ישראלים זענען Fun מענטשן
4. ספיריטואליטי איז אין די אטמאספער
5. די וועלטס בעסטע ישיבות
6. פילסט דיך ווי א boss אין דיין לאנד און נישט ווי א אורח ביים גוי
7. כשר׳ע מקדונעלד׳ס און בכלל אלעס איז כשר
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך שמן למאור »

ווילאנג טישוס מיט מילך קומען אין בעגס, סעסעמיס איז ארויפגעשמירט אויף יעדע געבעקס חוץ סעסעמי טשיקן, און מען דארף נעמען צוויי פלעסטיק טעלערס אז די עסן זאל נישט דורכרינען, בלייב איך מיר דא אינעם באקוועמען אמעריטשקע.

א"י איז פיין צו באזיכן, אדער גיין לערנען אין די בחורישע יארן, אבער נישט אויף צו וואוינען.

לאז אידן לעבן ווי זיי זענען נאר, ס'איז דא נאך מצוות וואס זענען שקולה כנגד כל המצוות, ווען משיח וועט קומען וועט מען ארויפגיין קיין א"י.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך אלע צוזאמען »

קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:12 pm פון א מאטריאליסטישע שטאנדפונקט איז אמעריקא א בעסערע פלאץ צי וואוינען, כ׳ווייס ס׳נישט קיל צי זאגן אבער דאס איז די מציאות.

מאטריאליזם ברענגט גארנישט, נישט צופרידנקייט, סיפוק אדער א רחבות דעת, איז צו וואס עס נאכלויפן?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך דערהויבענע איד »

קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:12 pm פון א מאטריאליסטישע שטאנדפונקט איז אמעריקא א בעסערע פלאץ צי וואוינען, כ׳ווייס ס׳נישט קיל צי זאגן אבער דאס איז די מציאות.

אבער ס׳דא אסאך אנדערע גוטע סיבות צי גיין וואוינען אויף ארץ ישראל.
1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה
2. מדינת ישראל איז די פערדע צופרידענסטע לאנד אויפן וועלט
3. ישראלים זענען Fun מענטשן
4. ספיריטואליטי איז אין די אטמאספער
5. די וועלטס בעסטע ישיבות
6. פילסט דיך ווי א boss אין דיין לאנד און נישט ווי א אורח ביים גוי
7. כשר׳ע מקדונעלד׳ס און בכלל אלעס איז כשר
8. העלטקעיר און געזונטהייט איז אר''י די 8'סטע אין די וועלט.
9. ביליגערע יישובים, מיט גוטע טרענספאטעישן פאר די וואס דרייוון נישט, למשל ביינונז פרויען.
10. קלימאט איז געשמאק מינימום 8 חדשים א יאר.
11. קענסט וואקעישענען געשמאק, אלעס מיט א קאר דרייוו
12. נישטא די אמעריקאנע פעיר פרעשור, און אבסעסיע פון 'זיין סוקסעספול'
13. אייקיו און עדיוקאציע זענען פון די העכסטע אין די וועלט.
14. אביסל אזוי ווי נומער 6, א יו''ט איז א יו''ט, נישטא קיין ביזנעס, באנק, די גאס לעבט פונקט ווי קריסטמעס אין אמעריקא, מיט גאווערמענט געספאנסערטע קאנצערטן, טישן, און וואס נישט. א איד צווישן אידן, אינעם אידישן לאנד.


רוב פון די זאכן דא זענען גשמיות'דיג. איך ווייס נישט פון וועלכע מאטריאליסטישע שטאנדפונקטן דו רעדסט, אויב דו מיינסט די עקא שיך מיט די שוויציגע וואלענע זשי. ענד זשי סוט'ס, אדער זיך רייסן מיט אפאר מעקסיקאנע טענענט'ס, איז לאז דיך אפ פון דעם....
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:38 pm מאטריאליזם ברענגט גארנישט, נישט צופרידנקייט, סיפוק אדער א רחבות דעת, איז צו וואס עס נאכלויפן?

מאטריאליזם איז אין א געוויסן זון אן עדיקשן, פונקט ווי אלעס וואס א מענטש געוואוינט זיך צו, ס'ברענגט אים טאקע גארנישט, אבער ער קען נישט אראפקריכן פון דעם.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך קהל'ס נער »

אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:38 pm מאטריאליזם ברענגט גארנישט, נישט צופרידנקייט, סיפוק אדער א רחבות דעת, איז צו וואס עס נאכלויפן?

פאר איינער וואס קוקט אן מאטריאליזם ווי א אמצעי איז עס טאקע גארנישט ווערט ווייל ס׳ברענגט נישט גארנישט, אבער ביי מיר איז מאטריאליזם א מטרה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך קהל'ס נער »

דערהויבענע איד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:44 pm רוב פון די זאכן דא זענען גשמיות'דיג. איך ווייס נישט פון וועלכע מאטריאליסטישע שטאנדפונקטן דו רעדסט, אויב דו מיינסט די עקא שיך מיט די שוויציגע וואלענע זשי. ענד זשי סוט'ס, אדער זיך רייסן מיט אפאר מעקסיקאנע טענענט'ס, איז לאז דיך אפ פון דעם....

גיי לערן א @דערהויבענע איד גשמיות…… :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך yatzmachp »

עס איז א screwed up לאנד. קארופטירט פון אויבן ביז אונטן. מענטשן עסן זיך אויף איינער דעם אנדערן. מען קריגט זיך אויף טריט און שריט. די מענטשן וואס וואוינען דארט ווילן זיך ארויס זעהן פון דארט. די רעגירונג עסט אויף די מענטשן לעבעדיגערהייט. רוב מענטשן קומען נישט אויס דעם חודש אפילו די וואס ארבעטן. עס איז א לאנד וואו די עליטע קען טוהן וואס זיי ווילן און א געווענטליכער מענטש קען נישט אנקומען דארט זייער ווייט. רובא דרובא מענטשן וואוינען דארט אין צאמגעשטיפטע שטעט ווי אין שטייגן. די בעיסיק קאסט אף ליווינג דארט פאר עסן און האוזינג עסט אויף די גאנצע אינקאם. אפילו פאר א פרייער ווענדט זיך אין וועלכע קלאס ער פאלט אריין און לויט דעם ווענדט זיך זיינע מעגלעכקייטן אנצוקומען. עס איז באקאנט אז אויב באלאנגט מען צו די עליטע וועלן די קינדער אנקומען צו די בעסטע און חשוב'סטע פאזיציעס אין מיליטער און די רעגירונג. אלעס באלאנגט פאר א פאר מאנאפאלן און קיינער קען זיי נישט דורכברעכן. די בג''ץ וואס איז די פאקטישע רעגירונג דארט איז אין די קעשענע פון די עליטע. אין אזא לאנד זאלן מיינע שונאים וואוינען.

די מדינה האט געהאלטן זייער נאענט צו א בירגער קריג און חאמאס האט זיי געראטעוועט.

עס איז א מחיה פאר אן אמעריקאנער איד צוגיין אהין פאר וועקעישן אבער ביטער פאר אן אמעריקאנער איד וואס איז נישט קיין עושר צו מופן אהין און אנהאלטן די מינימום סטאנדארט צו וואס ער איז צוגעוואוינט.

פאר איינער וואס זיין הארץ איז שטארק פארליבט אינעם לאנד און איז גרייט לכבוד דעם צו מקריב זיין זיך און זיין משפחה'ס באקוועמלעכקייט, זאל אים וואויל באקומען. סוף כל סוף דארף איך דאך האבן מנין און כשר'ס ווען איך פאר אהין אויף וועקעישן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך וואלווי »

קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:12 pm פון א מאטריאליסטישע שטאנדפונקט איז אמעריקא א בעסערע פלאץ צי וואוינען, כ׳ווייס ס׳נישט קיל צי זאגן אבער דאס איז די מציאות.

אבער ס׳דא אסאך אנדערע גוטע סיבות צי גיין וואוינען אויף ארץ ישראל.
1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה
2. מדינת ישראל איז די פערדע צופרידענסטע לאנד אויפן וועלט
3. ישראלים זענען Fun מענטשן
4. ספיריטואליטי איז אין די אטמאספער
5. די וועלטס בעסטע ישיבות
6. פילסט דיך ווי א boss אין דיין לאנד און נישט ווי א אורח ביים גוי
7. כשר׳ע מקדונעלד׳ס און בכלל אלעס איז כשר
איך הייב אן מיט #7 די איבעריגע וועט שוין נאכפאלגן...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך תניא בניחותא »

yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 2:03 am עס איז א screwed up לאנד. קארופטירט פון אויבן ביז אונטן. מענטשן עסן זיך אויף איינער דעם אנדערן. מען קריגט זיך אויף טריט און שריט. די מענטשן וואס וואוינען דארט ווילן זיך ארויס זעהן פון דארט. די רעגירונג עסט אויף די מענטשן לעבעדיגערהייט. רוב מענטשן קומען נישט אויס דעם חודש אפילו די וואס ארבעטן. עס איז א לאנד וואו די עליטע קען טוהן וואס זיי ווילן און א געווענטליכער מענטש קען נישט אנקומען דארט זייער ווייט. רובא דרובא מענטשן וואוינען דארט אין צאמגעשטיפטע שטעט ווי אין שטייגן. די בעיסיק קאסט אף ליווינג דארט פאר עסן און האוזינג עסט אויף די גאנצע אינקאם. אפילו פאר א פרייער ווענדט זיך אין וועלכע קלאס ער פאלט אריין און לויט דעם ווענדט זיך זיינע מעגלעכקייטן אנצוקומען. עס איז באקאנט אז אויב באלאנגט מען צו די עליטע וועלן די קינדער אנקומען צו די בעסטע און חשוב'סטע פאזיציעס אין מיליטער און די רעגירונג. אלעס באלאנגט פאר א פאר מאנאפאלן און קיינער קען זיי נישט דורכברעכן. די בג''ץ וואס איז די פאקטישע רעגירונג דארט איז אין די קעשענע פון די עליטע. אין אזא לאנד זאלן מיינע שונאים וואוינען.

די מדינה האט געהאלטן זייער נאענט צו א בירגער קריג און חאמאס האט זיי געראטעוועט.

עס איז א מחיה פאר אן אמעריקאנער איד צוגיין אהין פאר וועקעישן אבער ביטער פאר אן אמעריקאנער איד וואס איז נישט קיין עושר צו מופן אהין און אנהאלטן די מינימום סטאנדארט צו וואס ער איז צוגעוואוינט.

פאר איינער וואס זיין הארץ איז שטארק פארליבט אינעם לאנד און איז גרייט לכבוד דעם צו מקריב זיין זיך און זיין משפחה'ס באקוועמלעכקייט, זאל אים וואויל באקומען. סוף כל סוף דארף איך דאך האבן מנין און כשר'ס ווען איך פאר אהין אויף וועקעישן.
די גמרא זאגט אז די פייגל ”ראה” איז עומדת בבבל ורואה נבילה בארץ ישראל, דאס איז טאקע א טמא’נע פייגל, דו קענסט זען ביז א”י און די איינציגסטע זאך וואס דו זעסט איז א נבילה?

די שנאה וואס סאטמאר לייגט אריין קעגן ציונים גיסט זיך איבער קעגן די הייליגע לאנד ארץ ישראל (נישט מדינת ישראל)

רעדן בגנותה של א”י איז גאר א הארבע זאך, פארשטייט זיך אז א מדינה געפירט דורך אידעלעך האט אזא פנים ווי די דריטע טאג יו”ט אין ביהמ”ד.

די מעלות פון א”י איז בכל הענינים סאך בעסער ווי חו”ל, קודם כל איז דאך א”י די לאנד אשר תמיד עיני ה’ אלוקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, אידן האבן אייביג געלעכצט זיך צוריק קערן קיין א”י, יעדן טאג בעטן מיר ביים דאווענען אז מ’זאל זוכה זיין זיך צוריק קערן, לאידך גיסא איז כל הדר בחו”ל דומה כמי שאין לו אלוקי.

די גשם פון אמעריקע איז נישט קיין פארגלייך בכלל, די אידן אין א”י לעבן אויף סאך א פשוטע’רע סטאנדארט.

אפי’ בעל בתיש גערעדט איז א”י סאך חשובער, לדוגמא די פראבלעם פון אסימילאציע איז סאך ערגער און חו”ל, די עולם התורה איז בכלל נישט קיין פארגלייך, די עידית שבחו”ל קומט נישט צי צו די בינונית שבא”י והדברים ידועים.

נאר וואס דען ? סאיז שווער בגשמיות פאר אסאך מענטשן זיך אויפצוהייבן אין מופן צו א נייע לאנד, זוכט מען התירים מיט תירוצים.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך yatzmachp »

תניא בניחותא האט געשריבן: די גמרא זאגט אז די פייגל ”ראה” איז עומדת בבבל ורואה נבילה בארץ ישראל, דאס איז טאקע א טמא’נע פייגל, דו קענסט זען ביז א”י און די איינציגסטע זאך וואס דו זעסט איז א נבילה?

די שנאה וואס סאטמאר לייגט אריין קעגן ציונים גיסט זיך איבער קעגן די הייליגע לאנד ארץ ישראל (נישט מדינת ישראל)

רעדן בגנותה של א”י איז גאר א הארבע זאך, פארשטייט זיך אז א מדינה געפירט דורך אידעלעך האט אזא פנים ווי די דריטע טאג יו”ט אין ביהמ”ד.

וואו קומט סאטמאר דא אריין? איך האב געשריבן זאכן וואס זענען אמת און ניטאמאל האסטו מיר פראבירט צו אויפקלערן אז מיינע פאקטן זענען נישט אמת.

איך האב נישט גערעדט קיין גנות פון "ארץ" ישראל, איך האב פארציילט ווי אזוי די מענטשן "פירן" דאס לאנד און ווי אזוי זיי פירן זיך אויף.

איך האב קלאר גערעדט פון די גשמיות איך האב אפילו נישט פראבירט עס צו באהאלטן. די ברכה וואס די תורה געט פאר די אידן איז אויך גשמיות.

די סיבה פארוואס די גשמיות אין ארץ ישראל איז ערגער ווי אמעריקע איז טאקע וועגן די וועג ווי אזוי די לאנד פירט זיך נישט ווייל זיי זענען הייליגער. זיי קענען נישט האבן אונזער גשמיות מאכט מען שוין א הייליגקייט דערפון.

אלע אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט איז גוט פאר וועם עס איז וויכטיג אין זיין טאג טעגליכן לעבן. פאר וועם נישט קען פארן א פאר מאל א יאר און זיך מחיה זיין מיט וואס ער זיכט, רוחניות אדער גשמיות.

פארקערט, איך encourage יעדעם וואס פילט אז די מעלות וואס דו האסט אויסגערעכנט רעדט צו זיין נשמה זאל טאקע מאכן עליה. ער קען קומען דא נאך געלט ווען עס פעלט אויס און איך בין זיכער אז מען וועט פראבירן אים צו העלפן. פארגעסט נישט, די חוץ לארץ טוריסטן דארפן האבן אז ארץ־ישראל זאל בלייבן ווי אזוי עס איז אז מען זאל עס קענען ענדזשויען.
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך תניא בניחותא »

No disrespect to you
כ’האב נאר ארויסגעברענגט אז ווען מ’רעדט פון ארצינו הקדושה דארף די מעין פאוקוס זיין אז ”טובה הארץ מאוד מאוד”
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך צקון לחש »

קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:12 pm 1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה

אבער לעצטנס שלאפט ער טיף :(
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך וואלווי »

נתן בו עיניו ונעשה עזה גל של עצמות
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך צקון לחש »

וואלווי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:01 pm נתן בו עיניו ונעשה עזה גל של עצמות

על דא ודאי קא בכינא
טיילונג איצט!
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סקעפטיקער »

די נומבער איינס סיבה פארוואס ארץ ישראל איז נישט אויף מיין ליסטע איז סעיפטי. ווען דאס וועט זיין מסודר וועט מען וועגן מעלות און חסרונות.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך yatzmachp »

צקון לחש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:58 am
קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:12 pm 1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה

אבער לעצטנס שלאפט ער טיף :(
דאס וואס דו שרייבסט איז ריין דברי כפירה און אפילו נישט גוט פאר א דזשאוק. איך וואלט דיך חוסם געווען אויב נישט פאר אייביג כאטש פאר א שטיק צייט. איך האף אז די מנהלים וועלן קעיר נעמען.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך שעפטאל »

עורה למה תישן ה'

דוד, דו שרייבסט ריין כפירה, איך וואלט דיך חותם געוועהן
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך קהל'ס נער »

סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:32 pm די נומבער איינס סיבה פארוואס ארץ ישראל איז נישט אויף מיין ליסטע איז סעיפטי. ווען דאס וועט זיין מסודר וועט מען וועגן מעלות און חסרונות.
דאס איז גראדע די קלענסטע קאנסערן, יא ס׳טאקע דא מסוכן׳דיגע געגענטער, אבער אין ג׳ענעראל איז עס זייער סעיף.
ס׳איז אזויווי צי זאגן אז מאנסי איז נישט סעיף ווייל אין בראנקס רצח׳ט מען זיך איינער די אנדערע אויף א טעגליכע באזיץ.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !

שליחה דורך דערהויבענע איד »

yatzmachp האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 2:03 am עס איז א screwed up לאנד. קארופטירט פון אויבן ביז אונטן. מענטשן עסן זיך אויף איינער דעם אנדערן. מען קריגט זיך אויף טריט און שריט. די מענטשן וואס וואוינען דארט ווילן זיך ארויס זעהן פון דארט. די רעגירונג עסט אויף די מענטשן לעבעדיגערהייט. רוב מענטשן קומען נישט אויס דעם חודש אפילו די וואס ארבעטן. עס איז א לאנד וואו די עליטע קען טוהן וואס זיי ווילן און א געווענטליכער מענטש קען נישט אנקומען דארט זייער ווייט. רובא דרובא מענטשן וואוינען דארט אין צאמגעשטיפטע שטעט ווי אין שטייגן. די בעיסיק קאסט אף ליווינג דארט פאר עסן און האוזינג עסט אויף די גאנצע אינקאם. אפילו פאר א פרייער ווענדט זיך אין וועלכע קלאס ער פאלט אריין און לויט דעם ווענדט זיך זיינע מעגלעכקייטן אנצוקומען. עס איז באקאנט אז אויב באלאנגט מען צו די עליטע וועלן די קינדער אנקומען צו די בעסטע און חשוב'סטע פאזיציעס אין מיליטער און די רעגירונג. אלעס באלאנגט פאר א פאר מאנאפאלן און קיינער קען זיי נישט דורכברעכן. די בג''ץ וואס איז די פאקטישע רעגירונג דארט איז אין די קעשענע פון די עליטע. אין אזא לאנד זאלן מיינע שונאים וואוינען.

די מדינה האט געהאלטן זייער נאענט צו א בירגער קריג און חאמאס האט זיי געראטעוועט.
אמעריקא למשל איז א פריינטליך אוועקגעשטעלטע לאנד, אן קיין קארופציע אדער שנאה איינער צום צווייטן. ווי שטארק פאליטיק זאל נאר נישט זיין, פארגינט מען זיך, און די צוויי פארטייען לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן.

רוב מענטשן עסט נישט זייער אינקאם אויף פאר האויזינג און עסן, און מ'זעט טאקע ווי היימישע אידן האבן ברווח אוועקצולייגן סעיווינגס, ס'דא אפשר 10 פראצענט וואס האט נישט מיט וואס חתונה צו מאכן.

אזוי אויך ניו יארק סיטי איז דא גענוג פלאץ פאר קינדער געבענטשטע משפחות, און אויב איינער וויל דווקא וואוינען אין די סובערב'ס קען ער מופן קיין מאנסי ווי די אינפארסטראקשער איז מורא'דיג צוגעשטעלט, די ראויד'ס סעיף און גראד, און בכלל איז די לעבן רואיג.

וואס דרייסטו א קאפ...
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך משה רבקש »

עורה למה תישן ה' Vs הנה לא ינום ולא ישן,
כ'דארף א תירוץ ביז 10 מינוט אדער געב איך מיין מעשר פארן גלח.
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
פארשפארט