גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך [NAMELESS] »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:18 pm איך גיי בל"נ נישט ענטפערן אויף פערזענליכע אטאקעס און קללות (איז עס בכלל ערלויבט על פי די תקנות המקום דא??)

אבער איינער וואס קען פרעדיגן פרי ספיטש און האפן אז אלע רבי'ס ווערן איינגעזעצט זאל נישט קענען פארנעמען א קריטיק [וואס ער איז מסכים אז עס קען גאר זיין ריכטיג] אויף א היימישע חרדישע מוסד - איז א היפאקריט.

יא, אויב וועלן הצלה מעמבער געבן מעדיקל עדווייס און עס וועט נישט טראגן קיינע לעגאלע קאנסעקווענצן וועט זיין הפקר וועלט? יא!
זענען הצלה מעמבערס צדיקים? יא!

שייכות צווישן די צוויי שאלות? קיין שייכות. גארנישט.
ווייס איך נישט פארוואס מען דארף דיר יא ענטפערן דיינע פערזענליכע אטאקעס אויף חברה הצלה...
דו ביסט אריינגעקומען גאנץ שיפלעך אין די נושא און דו האלסט נישט ביים אראפ סטעפן.

איך גלייב ווען דו רופסט הצלה זאגסטו זיי, איך וויל פון גארנישט הערן פיר מיר אריין אין שפיטאל און לאז זיי קעיר נעמען...

אין פאקט איז הצלה געטרעינט אפצושאצן אן עמערזשענסי און אויב די פעישאנט אדער ארומיגע פארעקשענען זיך נישט אריינצופארן און נאכן עס אדורכשמועסן מיט א דאקטער האלסטו אז הצלה וואלט יא געדארפט אריינפירן, איין מינוט דו זאגסט דאך אז זיי טארן נישט גיבן מעדיקאל עדווייס...

אין פאקט שטייט הצלה אויס פון קריטיק אז זיי טראגן צופיל אריין אין שפיטאל, איך ווייס פון א פאל א משפחה האט געהאט טענות אז הצלה האט צובראכן די שטוב ווייל מיטן אריינפירן איז די פעישאנט געווארן אפיציעל א מענטל פעישאנט...

סוי וואס זיי טוען נאר האט מען טענות, אה און נאך עפעס דו קענסט רופען 911 און לאז וויסען די עקספיריענס...
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואו האסטו מיר געזעהן זאגן פארמאכן? כ'האב געזאגט האלטן צו אקאונט. און פאר זיי אוודאי צוגעבן האנעסט, אקוראטע און אפיציעלע סטעטמענטס. אויב למשל מאכט א וואלונטיר אזא גריוויעס מיסטיעק ברויך ער לכל הדעות פארלירן זיין דזשאב און בפומבי אזוי.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך זאקן »

נישט סתם בפומבי, נאר מ׳דארף מאכן א סטעטש אויף דרייצן בא פינף און פופציג און מ׳זאל ברעגען די מעמבער׳ס וואס האבן אנגענומען די קאל בלי בגדים, אז אלע איבעריגע מעמבער׳ס זאלן וויסן אז פון היינט און ווייטער אפילו די דאקטער זאגט אז מ׳קען ווארטן אפאר טעג דארף מען גלייך צובינדן די פאציענט און אפ יאגן פון שטח.

הרב טאמבל סאס די רעדסט געווענדליך צו די זאך, אבער ווען מ׳מאכט א טעות דארף מען קענען מודה זיין און די טעות.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך קהל'ס נער »

ווען הצלה שפארט ווען איין שפערבער, פארקערט פון די דוקטור׳ס רעקאמענדאציע, וואלט געוועהן א געפערליכע סקאנדאל, היתכן הצלה שפארט איין מענטשן אקעיגן א דאקטארס רעקמענדאציע.

ס׳סתם נער׳יש צי מאכן א שטינק פון די מעשה אקעיגן הצלה, וואס זיי וואלטן נאר געטוהן וואלטן זיי ארויסגעקומען צופראסקעט, און ווער ס׳זיכט טאקע דאס סתם אראפצורייסן הצלה איז מכובד צו רופן EMS וואס צדיקים האבן געטייטשט אז ס׳איז נוטריקין אחרי מת.

און אוואדי מעג מען קריטיקירן הצלה, אבער סתם צאפן די בלוט אין א סיטואציע ווי זיי זענען געוועהן צווישן א שטיין און א הארטע פלאץ?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך טאמבל סאס »

כ'ווייס נישט. איך בין חושד אז די ערגסטע פארברעכנס ווערן אדער פארדעקט אדער פשוט נישט דעטעקטעד טאקע ביי הצלה אליינס. הגם זיי טועהן אוודאי פיהל גוטס. פשוט מחמת זייערע אומבאהאוונטקייט.

אז מען האט א חלום פון אקאונטעבילעטי און קאנפידענץ אין פובליק סערוויסעס ביי אונז, מוז זיך עס אנהויבן ביי הצלה. זיי זעעהן צו דאס ארגסטע און מערסט פריוואטסטע עניינים. ס'הייבט זיך אהן ביי זיי. וויפיהל איז שייך זיי צו בעיביסיטן? אמאל ברויכן זיי אויפוואקסען.

ס'וועט יעדער מודה זיין אז צוויי חטא-לאזע עלטערן פארלירענדיג דאס לעבן אויף אזא מיתה חטיפה ומשונה איז גענוג א באמבאסטישע פשלה אז עמיצער צו מער פון איינער אין הצלה זאל ברויכן דערפאר פליעהן מיט א פובליק קנאק. אפילו נאר אויף צו נעמען א חלק פאראנטווארטליכקייט. יעדער דארטן איז א פראפעשאנעל? ממש סאיז נישט דא דארטן קיין איין איבעריגע פאר הענט?

אויב זענען זיי ממש נישט שולדיג איז פארוואס הערט מען נישט מער פרטים? וואס איז דא צובאהאלטן? קוש כבוד המשפחה. די צוויי אבות זענען אין קבר. וועמען נאך קענסטו דארטן מער פארשעמען?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
ים רויבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך ים רויבער »

ביי דיר באשטייט נישט אזא מושג ווי א טעות?

אונז לעבן אויף א וועלט פון מענטשן, נישט מלאכים. ווען הצלה האט באקומען די קאל בעפאר שבת האבן זיי געטון אלעס איז זייער פאוער, און געקאלט זיין טעראפיסט, וואס צוליב זיין עדווייס איז ער געבליבן אינדערהיים. וואס עקספעקסטו דארף הצלה טון אין אזא פאל?

וועלכע חלק האט הצלה געטון ראנג אז קעפ מוזן פליען?

[דיסקלעימער: איך האב אויך טענות אויף הצלה, אבער פונקט ווי רוב טענות וואס מענטשן האבן אויף זיי, איז עס זייער סעלעקשן וועם יא און וועם נישט אנצונעמען פאר מעמבערס, און נישט אויף זייער סערוויס]
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך מיסטעריע »

איך ווייס פון א פאל, א גאר געטרייע הצלה מעמבער האט געמאכט די נישט ריכטיגע באשלוס, און ס'האט זיך געענדיגט פאטאל, און ס'איז געווען א גאנצע דיון, צו מ'זאל איהם ארויסשטעלן אדער ווייטער לאזן לויפן, די החלטה איז געווען, אז א מענטש איז נאר א מענטש, דער איד האט שוין הונדערטע נפשות געראטעוועט, האט זיך געמאכט אמאל א טעות, יעדער דאקטער אפילו א מומחה מאכט טעותים, כך הוא דרכו של עולם, געווענליך נאר מיט טעותים באקומט מען עקספיריענס, נאר ליידער אין די מעדיקל פעלד שפילט מען מיט לעבן און טויט, אבער וואס קען מען טוהן, מ'פראבירט די מערסטע און בעסטע וואס איז מעגליך.

דיסקלעימאר: איך ווייס נישט אויב זייער החלטה בנוגע די אויבערדערמאנטע מעמבער איז געווען פון די עקזעקטיווע פליגל, אדער רבנים אינערהאלב די הצלה קערפערשאפט האבן געמאכט די החלטה
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך חב''ד הויזן »

טאמבל סאס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 2:49 pm כ'ווייס נישט. איך בין חושד אז די ערגסטע פארברעכנס ווערן אדער פארדעקט אדער פשוט נישט דעטעקטעד טאקע ביי הצלה אליינס. הגם זיי טועהן אוודאי פיהל גוטס. פשוט מחמת זייערע אומבאהאוונטקייט.

אז מען האט א חלום פון אקאונטעבילעטי און קאנפידענץ אין פובליק סערוויסעס ביי אונז, מוז זיך עס אנהויבן ביי הצלה. זיי זעעהן צו דאס ארגסטע און מערסט פריוואטסטע עניינים. ס'הייבט זיך אהן ביי זיי. וויפיהל איז שייך זיי צו בעיביסיטן? אמאל ברויכן זיי אויפוואקסען.

ס'וועט יעדער מודה זיין אז צוויי חטא-לאזע עלטערן פארלירענדיג דאס לעבן אויף אזא מיתה חטיפה ומשונה איז גענוג א באמבאסטישע פשלה אז עמיצער צו מער פון איינער אין הצלה זאל ברויכן דערפאר פליעהן מיט א פובליק קנאק. אפילו נאר אויף צו נעמען א חלק פאראנטווארטליכקייט. יעדער דארטן איז א פראפעשאנעל? ממש סאיז נישט דא דארטן קיין איין איבעריגע פאר הענט?

אויב זענען זיי ממש נישט שולדיג איז פארוואס הערט מען נישט מער פרטים? וואס איז דא צובאהאלטן? קוש כבוד המשפחה. די צוויי אבות זענען אין קבר. וועמען נאך קענסטו דארטן מער פארשעמען?
די קאץ ארויס פון זאק. דער איז פשוט הונגעריג פאר זאפטיגע פרטים... און אויב דערציילט מען נישט איז דאך ממש א ראי' אז הצלה איז שולדיג... לחיים!

און דו ביזט חושד אז הצלה פארדעקט די ערגסטע פארברעכנס... פארוואס נישט? נאכאמזל חושד זיין קאסט נישט קיין געלט, און שרייבן א מעסעדזש אויף קאווע שטיבל אויך נישט, והעיקר אז מ'קען ארויספ*רצן וואס מ'וויל אן זיין געצווונגען צוצושטעלן די מינדעסטע דעקונג. א מחי'.

פרעגסט אויב יעדער איז א פראפעשאנעל? אדרבה אויב האלטסטו מיט א קעיס ווי א מעמבער האט געהאנדלט נישט ווי מ'דארף, רעפארט עס. און אויב ווערט עס איגנארירט דאן קום ארויס מיט טענות, אבער וואס איז פשט פון האמערן אז ס'איז זיכער דא איבריגע הענט ביי א מעשה ווי מ'האט דיך שוין צענדליגע מאל געפרעגט וואס הצלה וואלט אנדערש געדארפט האנדלען ביי די ספעציפישע מעשה?

ס'איז דא גענוג און נאך וועם אראפצורייסן פאר מ'האלט ביי אידן וואס צופליקן זיך פאר אנדערע אידן שלא ע"מ לקבל פרס. אז דו ביזט אריין אין העצן-מאוד און דו קענסט זיך נישט ארויסזען דערפון בשום אופן דאן גיי פאר העלפ. נישט צו הצלה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך שמעקעדיג »

בכלל איז עס לכאו' נישט געווען די החלטה פון אן איינצעלנע מעמבער, נאר א החלטת רבים. אזוי שאץ איך.
וירח ה' את ריח הניחוח
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שמעקעדיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:08 pm בכלל איז עס לכאו' נישט געווען די החלטה פון אן איינצעלנע מעמבער, נאר א החלטת רבים. אזוי שאץ איך.

איז דאך ערגער בצד מה!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך שמעקעדיג »

ריכטיג, אבער די עצה פון "ארויסווארפן דעם שולדיגן" איז בכלל נישט גילטיג אין אזא פאל.

דאס איז חוץ פון דעם וואס נישט אלעמאל איז ריכטיג אויסצופאלגן די פראטאקאלן.

ווער עס געדענקט (און ווער געדענקט דען נישט?) ביי קאוויד ווי די געטרייע הצלה לייט האבן מיט מסירות נפש פרובירט צו טון כל מה שביכלתם נישט צו דארפן אריינפירן די קראנקע אין שפיטאל "אקעגן די געווענליכע פראטאקאלן", וויסנדיג אז דאס וועט מעגליך נישט האבן קיין גוטע ענדע. עסקנים האבן פרובירט א היימישע שפיטאל מען זאל נישט דארפן אויספאלגן אלע אפיציעלע פראטאקלן, ולא עלתה בידם.

מען דארף וויסן ווען צו נוצן דעם פינפטן שו"ע. אויב האבן די הצלה מעמבערס איינגעזען אז עס איז נישט וויכטיג אריינצופירן דעם קראנקן, קען מען זיך געווענליך פארלאזן אז זיי האבן געטון דאס בעסטע לויט יענע אומשטענדן און ידיעות וואס זיי האבן געהאט, אפגעזען וואס מען וואלט אפשר "אפיציעל" געדארפט טון. די ידיעות האט זיך (ליידער) געטוישט, מהיום והלאה וועלן מסתמא די פראטאקאלן ווערן אפדעיטעד, בעיסד אן עקספיריענס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
new news
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 31, 2023 5:52 pm
געפינט זיך: אינדערהיים
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך new news »

חב''ד הויזן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:23 pm . אז דו ביזט אריין אין העצן-מאוד און דו קענסט זיך נישט ארויסזען דערפון בשום אופן דאן גיי פאר העלפ. נישט צו הצלה.
ער האט מורא אז הצלה גייט קאלן זיין סייקייעטריסט ;)
חב''ד הויזן האט געשריבן:
דאס אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך טאמבל סאס »

חב''ד הויזן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:23 pm
טאמבל סאס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 2:49 pm כ'ווייס נישט. איך בין חושד אז די ערגסטע פארברעכנס ווערן אדער פארדעקט אדער פשוט נישט דעטעקטעד טאקע ביי הצלה אליינס. הגם זיי טועהן אוודאי פיהל גוטס. פשוט מחמת זייערע אומבאהאוונטקייט.

אז מען האט א חלום פון אקאונטעבילעטי און קאנפידענץ אין פובליק סערוויסעס ביי אונז, מוז זיך עס אנהויבן ביי הצלה. זיי זעעהן צו דאס ארגסטע און מערסט פריוואטסטע עניינים. ס'הייבט זיך אהן ביי זיי. וויפיהל איז שייך זיי צו בעיביסיטן? אמאל ברויכן זיי אויפוואקסען.

ס'וועט יעדער מודה זיין אז צוויי חטא-לאזע עלטערן פארלירענדיג דאס לעבן אויף אזא מיתה חטיפה ומשונה איז גענוג א באמבאסטישע פשלה אז עמיצער צו מער פון איינער אין הצלה זאל ברויכן דערפאר פליעהן מיט א פובליק קנאק. אפילו נאר אויף צו נעמען א חלק פאראנטווארטליכקייט. יעדער דארטן איז א פראפעשאנעל? ממש סאיז נישט דא דארטן קיין איין איבעריגע פאר הענט?

אויב זענען זיי ממש נישט שולדיג איז פארוואס הערט מען נישט מער פרטים? וואס איז דא צובאהאלטן? קוש כבוד המשפחה. די צוויי אבות זענען אין קבר. וועמען נאך קענסטו דארטן מער פארשעמען?
די קאץ ארויס פון זאק. דער איז פשוט הונגעריג פאר זאפטיגע פרטים... און אויב דערציילט מען נישט איז דאך ממש א ראי' אז הצלה איז שולדיג... לחיים!

און דו ביזט חושד אז הצלה פארדעקט די ערגסטע פארברעכנס... פארוואס נישט? נאכאמזל חושד זיין קאסט נישט קיין געלט, און שרייבן א מעסעדזש אויף קאווע שטיבל אויך נישט, והעיקר אז מ'קען ארויספ*רצן וואס מ'וויל אן זיין געצווונגען צוצושטעלן די מינדעסטע דעקונג. א מחי'.

פרעגסט אויב יעדער איז א פראפעשאנעל? אדרבה אויב האלטסטו מיט א קעיס ווי א מעמבער האט געהאנדלט נישט ווי מ'דארף, רעפארט עס. און אויב ווערט עס איגנארירט דאן קום ארויס מיט טענות, אבער וואס איז פשט פון האמערן אז ס'איז זיכער דא איבריגע הענט ביי א מעשה ווי מ'האט דיך שוין צענדליגע מאל געפרעגט וואס הצלה וואלט אנדערש געדארפט האנדלען ביי די ספעציפישע מעשה?

ס'איז דא גענוג און נאך וועם אראפצורייסן פאר מ'האלט ביי אידן וואס צופליקן זיך פאר אנדערע אידן שלא ע"מ לקבל פרס. אז דו ביזט אריין אין העצן-מאוד און דו קענסט זיך נישט ארויסזען דערפון בשום אופן דאן גיי פאר העלפ. נישט צו הצלה.
פארוואס נישט די הויזן איז ארויס פון שמוץ-וועש?
פאר דיר איז עס זאפטיגע פרטים, פאר מיר און פאר פיהלע אנדערע איז עס וויכטיקע איינצעלהייטן וועלכע ווארפן א ליכט אויף וואס איז דא פארגעקומען.

הצלה איז א גוטע ארגענאזאציע, זיי האבן מיך און מיין משפחה פיהל געהאלפן אבער האב איך דען א טשויס געהאט? מענטשן ווילן ענטפערס. ווען זיי וועלן אנהויבן זיך פארענטפערן פאר'ן עולם, ביי יעדע טראגעדיע, נישט נאר ביי דיע, וועט מען זיי צוריק אנהויבן טראסטן. איך דארף דעקונג? זיי דארפן דעקונג! קיינער ווייסט נישט וויפיהל מענטשן זיי ראטעווען ממות לחיים. ווער עס קומט אהן צו בית הקברות, דאס זעהט יעדער.

איך וויל זעהן א מודעה אין איינע פון די צייטונגען בערך אזוי: מיר ווילן קלארמאכן, כך וכך איז געווען די מעשה. די וואלונטירן וואס האבן אטטענדעד די סצענע זענען געווען פלוני ופלוני. זיי האבן אלע קוואליפיקאציעס און די נויטיגע עקספיריענס. מיר האבן נישט געוואוסט פון די שופלאד פון מעסערס און פון וואס די אנדערע משפחה מיטגלידער האלטן וועגן אים שוין יארן. מיר האבן געמאכט אונזער החלטה בעיסד אויף וואס זיין טעראפיסט, מר/מרס סאוי ענד סאוי, האט באפוילן. ס'איז נישט געווען קיין טעות, אדער ס'איז יא געווען א טעות אבער דער וואלענטיר האט שוין הונדערטע מענטשן צוריקגעברענגט ממות לחיים, אינקלודינג רעב יענקל אונטערשלאגער און רעב געציל ניסנקראכער. ווער עס האט א קאמפלעינט קען שרייבן צו דיע אדרעס און אימעיל. דא איז אונזער וועבסייט.

און פון די טעראפיסט: אנטשולדיגונג: איך האב אויף מיין רעזומעי דיע אלע אויסצייכענונגען. איך האב שוין געדיעלט מיט קאמפליצירטע קעיסעס, אינקלודינג בנו בכורו של כ"ק אדמור ההוא און הרבנית לייטשא הזאת, ולא יצא מכשול תחת ידי. דא איז געווען אן עקסעפשענל אויסנאם. א הסבר פארוואס ער האט געהייסן וואס ער האט געהייסן. מיט דעם אלעם, נעם איך רעספאנסעבילעטי אויף וואס האט פאסירט און איך הער אויף צו פרעקטיסען לכה"פ ביז נאך אן אפיציעלע ענקווייערי ביי די באדי וואס טוהט אויפזעהן מיין פראקטיס אוואו איך וועל אויפווייזן מיין אומשולד וכדומה.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

חיים הלוי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 1:29 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:18 pm איך גיי בל"נ נישט ענטפערן אויף פערזענליכע אטאקעס און קללות (איז עס בכלל ערלויבט על פי די תקנות המקום דא??)

אבער איינער וואס קען פרעדיגן פרי ספיטש און האפן אז אלע רבי'ס ווערן איינגעזעצט זאל נישט קענען פארנעמען א קריטיק [וואס ער איז מסכים אז עס קען גאר זיין ריכטיג] אויף א היימישע חרדישע מוסד - איז א היפאקריט.

יא, אויב וועלן הצלה מעמבער געבן מעדיקל עדווייס און עס וועט נישט טראגן קיינע לעגאלע קאנסעקווענצן וועט זיין הפקר וועלט? יא!
זענען הצלה מעמבערס צדיקים? יא!

שייכות צווישן די צוויי שאלות? קיין שייכות. גארנישט.
ווייס איך נישט פארוואס מען דארף דיר יא ענטפערן דיינע פערזענליכע אטאקעס אויף חברה הצלה...
דו ביסט אריינגעקומען גאנץ שיפלעך אין די נושא און דו האלסט נישט ביים אראפ סטעפן.

איך גלייב ווען דו רופסט הצלה זאגסטו זיי, איך וויל פון גארנישט הערן פיר מיר אריין אין שפיטאל און לאז זיי קעיר נעמען...

אין פאקט איז הצלה געטרעינט אפצושאצן אן עמערזשענסי און אויב די פעישאנט אדער ארומיגע פארעקשענען זיך נישט אריינצופארן און נאכן עס אדורכשמועסן מיט א דאקטער האלסטו אז הצלה וואלט יא געדארפט אריינפירן, איין מינוט דו זאגסט דאך אז זיי טארן נישט גיבן מעדיקאל עדווייס...

אין פאקט שטייט הצלה אויס פון קריטיק אז זיי טראגן צופיל אריין אין שפיטאל, איך ווייס פון א פאל א משפחה האט געהאט טענות אז הצלה האט צובראכן די שטוב ווייל מיטן אריינפירן איז די פעישאנט געווארן אפיציעל א מענטל פעישאנט...

סוי וואס זיי טוען נאר האט מען טענות, אה און נאך עפעס דו קענסט רופען 911 און לאז וויסען די עקספיריענס...
"פערזענליכע אטאקעס אויף הצלה"??
גארנישט "פערזענליך", אויב האבן זיי איבערגעסטעפט זייערע גרעניצן, און נאכאמאל 'אויב' דאן דארף זיין דין וחשבון. אין אונזער משוגע'נע וועלט געט מען נישט דין וחשבון ביים רב אין זיין הוראה שטיבל נאר אין קאורט. און אין קאורט קומט מען אן אדער אויב די גאווערמענט איז מחליט אדער איינער סואט. דעטס אלל.
אויב זענען זיי נישט באגאנגען קיין שום פעלער האב איך גארנישט געזאגט.
און איך שעץ זיי, די צדיקים מעמבערס, די רבנים פון זייער וועד הרבנים, די רבי'ס פון זייער וועד הרבי'ס, די עסקנים פון די וועד העסקנים.
בקע לגלגולת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך בקע לגלגולת »

20240607_190939.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
Visionary
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך Visionary »

כ'מיין אז קודם זאל מען צוזאם נעמען געלט צו העלפן די עקס פון דער מערדער צו העלפן די קינדער. זיי זענען די גרעסטע קרבנות.
חיים׳ל ברוקלינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:06 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך חיים׳ל ברוקלינער »

די נפטר האט איבערגעלאזט א 70 מיליון דאלער בילדינג אין ברוקלין וואס ער האט געהאט בשותפות מיט זיין ברידער.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך צקון לחש »

Visionary האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 10:35 am כ'מיין אז קודם זאל מען צוזאם נעמען געלט צו העלפן די עקס פון דער מערדער צו העלפן די קינדער. זיי זענען די גרעסטע קרבנות.
דאס אז אונזערע וועליוס און פריאריטיס זענען צופראסקעט און צופארן קען מען אויסשמועסן במקו"א, דא אבער דארף מען לאזן די משפחה זיך ספראווען מיט זייער אומבאשרייבליכע טראגעדיע לויט וויאזוי עס מאכט זיי גוט אויפ'ן הארץ
טיילונג איצט!
פארשפארט