איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך מי אני »

כ׳האב געזעהן אז עס זענען דא עטליכע טעאיסטן וואס פּאזיטירן אז אונזער וועלט איז די גיהנום ממש. זה אומר בכה וזה בכה בזה. כ׳האב (נאכ)נישט געזעהן די טעזע אין אַן אקאדעמישן וטעאלאגישן פארמאט, חוץ דאס וואס מ׳קען אפשר מעמיס זיין בדבריה של קריסטיִן דע פּיִזאַן, אבער איך גלייב אז מ׳דארף אבער צו נעמען די טעזע (וועלכע האט בּודהיסט קלאנגען) ברצינות.

דאס איז ווייל אזא קאנסעפּשאן איבער וואס עלמא הדין איז באמת בתוך טעאיזם, פארענטפערט עטליכע טעאלאגישע פראבלעמען בחדא מחתא. צום אלעם ערשטן פארענטפערט דאס סיי די טעאלאגישע פראבלעם פון שלעכטס על הכלל און די פראבלעם פון גיהנום בפרט. דאס איז ווייל אויב איז דא א ג-ט וועלכער האט באשאפען מערערע עולמות און רעלמס, איז יתכן אז עס איז שייך אופנים מ׳דארף באשטראפן די יצורים וועלכע האבן געזינדיגט אין אַן אנדערן העכערן רעלם (וואס אונז קענען ניטאמאל משיג זיין נישט די סארט יצורים און נישט זייער זינד בכלל, והכל בלשון מושאל). והיינו, זיי שיקן ״אין גיהנום״. יעצט, אונזער וועלט איז דאך פיל מיט רעות, וואס אט דאס איז דאך די פראבלעם פון שלעכטס. אבער אויב איז אונזער וועלט די גיהנום ממש, צו וואו די יצורים ווערן געשיקט אפצוקומען, איז דאך פשוט פארוואס עס זענען דא רעות בהעולם. דאס איז דאך די גאנצע פּוינט פון גיהנום ועונש! איי, אויב אזוי ווערט פארקערט שווער איבער פארוואס זענען דאן דא טובות בהעולם, ועכ״כ אז דער רמב״ם ודעימיה טענה׳ן אז די טוב בהעולם וועגט איבער די רע? דאס איז ווייל ג-ט האט געוואלט (בלשון מושאל) באשאפען דאס ״בעסטע פון אלע מעגליכע גיהנומס״. אין אנדערע ווערטער, אז די פראבלעם פון גיהנום ווערט נישט נולד. אויב איז אונזער וועלט דאס וואס די ״גיהנום״ איז און מיינט, וואס כנ״ל קען מען דאך טענה׳ן אז אונזער וועלט האט מער טוב (ועכ״כ אז עס יתכן א יעוד שבו צו אַך ורק תענוג להאדם בעוה״ז), דאן איז שוין ״גיהנום״, הגם עס איז צער און פּיין ל״ע, נישט אזוי געפערליך אויף צו טענה׳ן נגד הקב״ה. ער האט געמוזט באשאפן א ״גיהנום״, און ער האט געזוכט דאס בעסטע מעגליכע וועג דאס צו טוהן אז עס זאל דאך נאך אלס זיין ״טוב״. ואפשר לומר דזהו הרמז בב״ר (ט ו) אמר ר' זעירא והנה טוב מאד זו גיהנם ע״ש.

אין אנדערע ווערטער, דאס איז אַן עקסטרעמע ווערסיע פונעם תירוץ פון ״גילגול״ אויף צו פארענטפערן פארוואס מ׳קומט אפ אויף די וועלט, והוא מחמת עוונות אינעם פריערדיגן גילגול. ביי דעם איז דאס נישט אז מ׳ווערט (דייקא) מגולגל פון א פריערדיגן לעבן אויף די וועלט, נאר מ׳ווערט דא אריינגעשטעלט מחמת ״עוונות״ פון אַן אנדערן העכערן רעלם. וויבאלד דאס איז די רעלם פון ״גיהנום״ ועונש ממש. און איינער ליידט מער און איינער ווייניגער ווענדענדיג זיך אין זיין ״חטא״ אינעם העכערן רעלם.

א חבר מיינער א חכם מחוכם האט אויך געהאט געטראכט פון די טעזע מדעת עצמו. ער האט געקלערט אז דאס קען אויך פארענטפערן די טעאלאגישע פראבלעם פון בחירה חופשית נגד גזירה והכרח. והיינו, ווייל אויב איז אונזער וועלט די גיהנום ממש וואס מ׳מיינט מיט ״גיהנום״, דאן איז מער יתכן אז ס׳זאל טאקע אלעס זיין דיטערמענד, כדי אז מ׳זאל פונקטליך אפקומען דאס וואס ג-ט וויל מ׳זאל אפקומען. און דאס וואס עס דאכט זיך פאר׳ן מענטש אז ער האט יא א בחירה חופשית כדי לבחור באיזה דבר, איז אליינס א חלק פונעם עונש דורכ׳ן אים דאדורך געבן פסיכאלאגישע צער אז דאס וואס ער ליידט איז מחמת רוע בחירתו. און דאס זעלבע איז אויף דעם וואס מ׳האט א לעהרע פון ״גיהנום״ דא אויף אונזער וועלט אז דאס איז א מקום עונש ״ערגעץ אנדערש״ מעלמא הדין, איז אויך דאס: להפחיד את האדם בהעולם הגיהנום האמת און אויסשטעלן די הכרח פון וויאזוי מענטשן וועלן זיך פירן, וכעין האור ה׳ במאמר ב כלל ה פ״ג לגבי מצות התורה. (ווי אויך לרמז להאדם איבער דעם געדאנק ומושג פון ״גיהנום״, וואס דאס איז באמת עלמא הדין.)

וואס בלייבט אבער יא שווער אויף די טעזע איז אז עס האט טאקע די זעלבע פראבלעם וואס די תירוץ פון גילגול האט: דער מענטש געדענקט בכלל נישט זיין זיין וכו׳ אינעם העכערן רעלם אויף פארוואס ער ווערט באשטראפט ונענש! און דאס איז נישט יושר, וכעין ‏מש״כ הרס״ג באמונות ודעות (מאמר ו פ״ה ופ״ז, מאמר ט פ״ה) עפ״י הגמרא בסנהדרין צא: (און דער רס״ג האט טאקע נישט געהאלטן פון גילגול).

מ׳קען דאס אפשר פארענטפערן אז מ׳קען ניטאמאל האבן א השגה פונעם עקזיסטענץ אינעם אנדערן רעלם; אנדערש ווי ביי גילגול. ולכן איז נישט שייך אז מ׳זאל ״וויסן״ אויף וואס עס קומט די עונש איבער וואס דארט איז ״געווען״. או כנ״ל אז דאס נישט וויסן אליינס איז ווייטער א חלק פונעם עונש וצער; ער ווייסט ניטאמאל פארוואס דאס קומט, וואס ווען ער ווייסט ווען יא וואלט דאך דאס אים געגעבן א נחמה און פארמינערט זיין צער. (דאס איז אביסל כעין די ״ווייסע בּער״ עפּיזאד פונעם בּלעק מיראר אנטאלאגיע סעריע.)

מ׳קען אביסל שטארקן די טעזע לפי די געדאנק וואס @חתן בחור האט באשריבן אין וועקער 16, והוא עפ״י שיטת אבן רשד. והיינו, אז באמת זענען אלע קאַנשעס שכלים און נפשות פון מענטשן בעולם שלנו, איין און דאס זעלבע קאַנשעסנעס. פאר אונז, וועלכע זענען נתונים תחת הזמן, זעהט דאס אויס ווי אנדערע נפשות פרטיים. אבער פאר א בריה (בלשון מושאל) וואס איז נישט מקושר לזמן, זעהט דאס טאקע אלעס אויס ווי איינס ע״ש. וא״כ איז ״אונזער״ דאס אראפגעשיקט ווערן דא, די איינע גיהנום וואס די איינע קאַנשעסנעס הכוללת דארף דורכגיין ועל זו הדרך. טא, ווי אזוי איז שייך אז א מענטש בתוך העוה״ז הגיהנום זאל דאס משיג זיין פארוואס ער, וואס איז א (כעין) חלק דערפון, זאל משיג זיין טעם עונשו בהגיהנום הלז? (און דאס אז איינער ליידט מער און איינער ווייניגער, ווענדט זיך אינעם צאמשטעל פונעם חלק להכל.)

עכ״פ דאס אלעס קען זיין א פשט אינעם פסוק (איוב ה ז) אדם לעמל יולד, און א פשט אינעם מימרא דמתאמרא משמיה דמהרי״ד מבעלזא זצ״ל אז ״דער מענטש איז אראפגעקומען אויף די וועלט צו ליידן.״ דאס איז טאקע די כוונה פון די קאַנשׁעס באשעפענישן וועלכע קומען דא אראפ, זייענדיג אז די וועלט איז די גיהנום וואס מ׳מיינט.

כמובן, אז איך וואונטש יעדעם איינעם דאס בעסטע שייך; זיין עגמת נפש בהעולם זאל זיין דאס מינימום שייך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

איך קלער אז די טעאריע איז מער רחוק לויט די בליק אויף גיהנום אין נצרות (למשל), וועלכע זעהט גיהנום אלס א פלאץ פון עונש. און מעגליך נענטער לויט די בליק אויף גיהנום אין יהדות, וועלכע זעהט גיהנום אלס א פלאץ פון תיקון.
ווארום דער וועלט איז דאך אויך א פלאץ פון תיקון, און די דורכגענג וואס א מענטש גייט דורך זענען אויך דא פאר תיקון. דער מענטש איז דא אויף א תכלית וואס איז צומאל אומבאוואוסט, אבער די תכלית ווער עררייכט אין וואס דער מענטש גייט אדורך.
ממילא איז דא א קשר פון דער וועלט און גיהנום. אז דאס איז ממש "איינס" זאגט דאס נאכנישט... אבער א משותף'דיגע ציל איז דא.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

סעמיט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:42 pmוועגן דעם פסיכאלאגישן צער וואס מיר ליידן אויף דעם וועלט, קען מען זאגן אז דער צער איז אזוי גרויס אז מיר כאפן ניטאמאל וויפיל מיר מאכן מיט. ווי א מענטש וואס ליידט א געוויסן פיזישן צער, און מיט דער צייט ווערט דאס זיין בעיסליין פון עקזיסטענץ, און שפירט ניטאמאל דעם ווייטאג. בעת פאר א מענטש וואס האט נישט דעם צער, קען נישט פארשטיין וויאזוי יענער קען בכלל איבערטראגן דעם צער אפילו איין מינוט.

אין די אנדערע רעאלמען וואו די מיסטעריעס פון עקזיסטענץ זענען קלאר, וואו דער מהות פון מעטאפיזיקס, גאט, ידיעה, בחירה, איז א דבר פשוט אפילו פאר תשב"ר, וואו דער מה למעלה ולמטה ממך איז אזוי פשוט ווי פארשטיין ווער עס זענען די שכנים וואס וואוינען העכער און אונטער דיר - אויב זאל מען דארטן זאגן פאר איינעם אז אין גיהנום מוטשעט זיך אפילו דער גרעסטער חכם מיט אט די פשוט'ע פראגעס, טראכט ער "מ'קען דאך אראפגיין פון זינען צו לעבן אזוי אפילו איין איינציגן מינוט!"

אבער אזוי לעבן מיר, אין גיהנום.
דאס האט קלאנגען פון אפלטון'ס באקאנטע משל פונעם מערה. מיינענדיג, אז די וואס זענען דארט אינעם מערה און זעהן נאר די שאטענעס, זענען צופרידן אזוי ווי עס איז. עס זענען די חכמים וועלכע זענען ארויס און האבן דאס איינגעזעהן וואס פארשטייען אז צוריק גייט שוין נישט. און דאס קען טאקע זיין א געדאנק אין דעם (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב. והיינו, דער חכם וואס כאפט און פארשטייט אז דאס דארף נישט באמת צו זיין די בּעיסליין, איז פאר אים איז דאס א צער, משא"כ דער נאַר וואס כאפט ניטאמאל אז ער איז אין גיהנום. (דאס דערמאנט פון די באקאנטע משלים פון די פארטריבענער בן מלך וואס איז שוין געווארן צוגעוואוינט צו זיין א פויער און דארפסמאן.)

ונמצא מזה אז די וואס זענען חכמים בהאי עלמא, וממילא מער בצער כנ"ל, זענען געווען די "רשעים" אינעם העכערן רעלם. ובזה אפשר לרמז בהכתוב (ירמיה ד כב) חכמים המה להרע ולהיטיב לא ידעו. אז די חכמים זענען די וואס זענען געווען די "רע" אין די העכערע עולמות מעיקרא.

***

א חשוב'ער מיטגליד האט מיר געשיקט אין אישי דערויף:
חשוב'ע מיטגליד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:56 pmעס איז זייער אן אינטערעסאנטע טעזע וואס פארענטפערט טאקע די על הרעות, אבער לכאורה איז עס א פאראדאקס. דהיינו, וויבאלד אויב איז די וועלט די גיהנום קען מען דאך נישט זיין זיכער אין גארנישט (נישט נאר צי מען עקזיסטירט...). ממילא קען מען דאך נישט ניצן די כלי ההגיון אז עס איז דא א ג-ט און אז ער איז כולו טוב, וויבאלד א חלק פון די צער הגיהנום איז אז די שכל קען נישט אלעס משיג זיין, ממילא קען שוין זיין אז אונז זענען נישט אין גיהנום און אז ג-ט מוז נישט בהכרח זיין גוט...
איה"נ. ווי דו זאגסט, איז דאס אלעס א חלק פונעם צער, וואס עסיומינג אז צער האט א תכלית, איז דאס די (מעגליכע) סיבה. אבער ווי דו זאגטס, איז דאך די עסאָמפּשען אליין בהכרח בספק, מכח די מסקנה וואס ווערט טאקע געצויגן.

דאס דערמאנט אביסל פון די קארטיזשיען סירקעל פראבלעם, וואו דעקארט טענה'ט אז ג-ט איז דער וואס פארזיכערט אז זיין אינטואישאן איז זיך נישט טועה און איז קלאר, און ער צייגט אז ג-ט עקזיסטירט מכח די קלארע אינטואישאן וואס ער האט איבער דעם.

און דאס פארענטפערט פארוואס ביסוד היקום אונזערע קען מען אויפווייזן (ווי ווייט אונז קענען בכלל זיין זיכער וכאמור), ועפ"י גאָדעל'ס טעארעמס, אז מ'קען נישט אלעס אויפווייזן (און טאקע דורך אזא סארט סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס). און דאס גייט טאקע (אפשר) ארויף אויף ג-ט בכלל אויך.
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:59 pm איך קלער אז די טעאריע איז מער רחוק לויט די בליק אויף גיהנום אין נצרות (למשל), וועלכע זעהט גיהנום אלס א פלאץ פון עונש. און מעגליך נענטער לויט די בליק אויף גיהנום אין יהדות, וועלכע זעהט גיהנום אלס א פלאץ פון תיקון.
ווארום דער וועלט איז דאך אויך א פלאץ פון תיקון, און די דורכגענג וואס א מענטש גייט דורך זענען אויך דא פאר תיקון. דער מענטש איז דא אויף א תכלית וואס איז צומאל אומבאוואוסט, אבער די תכלית ווער עררייכט אין וואס דער מענטש גייט אדורך.
ממילא איז דא א קשר פון דער וועלט און גיהנום. אז דאס איז ממש "איינס" זאגט דאס נאכנישט... אבער א משותף'דיגע ציל איז דא.
יא יא. ווי איך זאג, איז דאס אַן עקסטרעמע ווערסיע פון די גילגול געדאנק, וועלכע קען אויך באטראכט ווערן ווי "תיקון" ווי איידער "עונש" (במובן רעטריבּיוטיוו יוסטיץ דייקא). ווי איך צייכען צו צו @חתן בחור'ס ארטיקל די איי פון ענדי וועיר, איז די געדאנק דארט אויך להגיע למעטשוריטי ותיקון, ווי איידער "עונש" ממש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך זאקן »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זאקן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3965 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך חמלה גדולה »

Doesn't this thesis exclude the ability to make such a thesis?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך שעפטאל »

@מי אני: אזוי קלאר און זיס!!! 😘
דערמאנט פון דעם מאווי The good place...
---

[כ'האב געטריפט אויף דעם. דאס איז מיין קאופינג מעקעניזים אינעם גיהנום. (גיהנום, לעבן, עוה"ז, וכל שום דאית ליה)

מה יעשה האדם ויחיה, ימות את עצמו. ביטול, עקסעפטן'ס.

כ'בין דא, כ'ווייס נישט פארוואס. כ'בין פונקטלעך ווי ער וויל, כ'געב זיך אונטער צו עם.

כ'פראביר צו מאכן דעם גיהנום עטוואס לייכטער און פרייליכער פאר זיך און מיינע ארומיגע. כ'הני תרי בדחני].
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך מי אני »

חמלה גדולה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:00 am Doesn't this thesis exclude the ability to make such a thesis?
איך זעה נישט אז דאס זאל דייקא זיין סעלף-דיפיִטיִנג. עס איז נישט מוכרח אז אויב מען איז אין גיהנום און עס איז די וועלט, דאן בהכרח ווייסט מען יא אדער נישט אז מ׳איז אין גיהנום. עס קען זיין אבער מוז נישט. בפרט אז דער חכם ווייסט דאס יא כנ״ל און דער נאַר נישט. און דאס אז דער נאַר ווייסט און כאפט דאס נישט, מיינט נישט יעצט אז ער האט נישט קיין צער פון זיין זיין דא. ער האט אויך בהכרח צער און עגמת נפש בחייו, אזוי ווי יעדעס קרוץ מחומר; וואס צער איז דאך א מטרה פון גיהנום.

וואס איך זאג איז אז די (מאטעמאטישע) אומזיכערקייט וואס ליגט דאך סתם אזוי אין די עצם פעבּריק ממש פון די יצירה, קען טאקע זיין אַן אַספּעקט פון גיהנום (כדי צו שטערן דעם אין שמחה כהתרת הספיקות, מצודת דוד במשלי טו ל, ולהיפך איז דאך זיין במבוכה א צער). ואיה״נ אז די אומזיכערקייט גייט ארויף אויף די עצם טעזע זעלבסט.

אין אנדערע ווערטער, פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז די פירכא פון דר. טעאדאר דרעינדזש קעגן טעאיזם, והיינו אז אויב איז דא א ג-ט דאן איז די עצם מציאות פון דעם אז עס איז שייך כפירה בו א סתירה צו זיין עקזיסטענץ, איז ל״ד א זיכערע פירכא. ווייל עס איז נישט מוכרח בהכרח אז טאמער ג-ט עקזיסטירט דאן בהכרח מוז יעדער וויסן דערפון און דאס אנערקענען. וכן הוא להיפך בזה.

ואגב, עיין כאן איבער די פירכא פון דזשאן מקטעגערט קעגן די מציאות פון גיהנום במובן הפשוט, אז עס איז סעלף-דיפיִטיִנג: אויב גלייבסטו אין דעם דאקטרין, וואס דאס איז דאך נאר מכח רעוועלעישאן, דאן פרעגט דאס אפ (זייענדיג א רשעות) די גאנצע נאמנות פון רעוועלעישאן אויף דאקטרינעס על הכלל כולו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך שאלתיאל »

דא האב איך ציטירט פון אלדאס הוקסלי: ''Maybe this world is another planet’s hell''
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יא יא. דאס איז בתור דעם אז בתוך אונזער יוּניווערס גופא איז שייך אנדערע פּלאַנעטן וואס ביחס צו זיי, איז אונזערס נישט גוט און ״א גיהנום״. דא איז עס פשוט אויסגעברייטערט אז די גאנצע יקום און יוּניווערס אונזערע מיט אירע פיזישע געזעצן וכו׳ (ואולי גם לרבות די מולטיווערס אונזערע מיט אירע געזעצן וואס שאפן די פארשידענארטיגע פיזישע געזעצן, ואכמ״ל), איז באמת די רעלם (פאָר לעק אָוו עי בּעטער טערם) פון "גיהנום" ממש, צו וואו ענטיטיס (ווייטער פאָר לעק אָוו עי בּעטער טערם) פון העכערע רעלמס (וועלכע אונז קענען בעצם נישט משיג זיין) ווערן געשיקט אויף צו, וואס אונז דא פארשטייען אלס, אפקומען לעונש ותיקון. מיינענדיג, אט דאס וואס די לעהרע פון "גיהנום" מיינט, איז אונזער עולם. און נישט מער. אין אנדערע ווערטער, אָננעמענדיג אז עס זענען טאקע דא "העכערע רעלמס", איז אונזער רעלם/יוּניווערס וכו' באמת ובמכוון די נידעריגסטע - the realm of hell.

מ'טרעפט קלאנגען פון דעם אז אונז זענען די נידעריגסטע עולם וכו' אין די היארארכיע פון עולמות, בתוך קבלה. וואס איך זאג איז אז דאס איז ממש וואס ״גיהנום״ מיינט. ס׳איז נישטא א נאך נידעריגערע רעלם, וואס יענץ איז גיהנום. "גיהנום" איז אונזער עולם; גיהנום (במובן הפשוט) איז אונזער עולם ממש.

ובסתם, כידוע ווי @סקעפטיקער ברענגט ארויס, קומט די נאמען וכו' פון "גיהנום" טאקע פון די וועלט. ואולי קען דאס בכלל זיין א רמז בדברי חז"ל בעירובין יט. אז די פתחים של גיהנום זענען אויף די וועלט עיי"ש.

ובזה איז מן הראוי לציין למה שפירש אבן כספי בבראשית (ב ז):
והנה עדן הוא גבול ידוע שֵם, כמו שזכרו זה ישעיה (ישעיהו נ"א, ג) ויחזקאל (יחזקאל כח, יג). ועל דרך משל היה אמרנו "גן בעדן" כמו כרם "בקרן בן שמן" (ישעיהו ה, א). והוא גבול אינו מרחוק לחרן לפי הכתובים, או בִּתְלַסָרג.

וכן "גיהנום", שהוא כנגדו, הוא מקום ידוע, כמו שמבואר ביהושע (יהושע טו ח, חי טז) וביתר ספרי הנביאים, ובעונותינו היה זה המקום קרוב לארצנו ושם היו עושים עבודת המולך שהיא לאש. ובכלל כי הדברים האלה כולם כפשוטם, כמו הכרם שהיה בקרן בן שמן, בדברי ישעיה (ישעיהו, ה א), וכמו הנשר (יחזקאל יז, ג) והכפיר (יחזקאל יט, ג) והגפן (שם י) בדברי יחזקאל, אבל עם זה הם משלים לענינים אחרים כמו שמפורש שם, ואין כן בזה כי אין ראוי.
* * *

איך האב געקלערט אז דער פראנצויזישער שרייבער זשאן רעסין האט געשריבן, "דאס לעבן איז א קאמעדיע פאר די וואס טראכטן; א טראגעדיע פאר די וואס שפירן". ואולי קען דאס זיין א רמז צו דאנטע'ס קאמעדיע, וועלכע רעדט פונעם גיהנום. און אט דאס ממש איז דאס לעבן פונעם מענטש עלי אדמות.

ועיין כאן וואו ספר איוב, שהוא על הרעות בהעולם, קען בעצם זיין פונעם קאמעדיע גאנער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לפי די טעזע קומט אויס אז כשאדם מת, ווערט ער דעמאלטס ענדליך נפטר מעונשו בגיהנום שהוא העוה״ז. ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די רמז אז אכילת עץ הדעת טוב ורע האט גורם געווען און איז מקושר למיתה. והיינו, ווייל בתוך די געדאנק פון מיתה איז בהכרח מעורבב טוב ורע: עס איז א רע וצער פאר די ארומיגע (ווי אויך די ענטיסיפּעישאן דערפון פאר׳ן מענטש גופא), וואס דאס איז טאקע א חלק פונעם צער הגיהנום בעוה״ז, אבער איז למעשה א טוב פאר׳ן מענטש גופא. וזהו הרמז בב״ר (ט ה, ט י) והנה טוב מאד זה המות ע״ש. און דאס איז די געדאנק אז די עץ איז געווען פאר דעת, וויבאלד דאס וואס מאכט די מיתה א סאָבּדזשעקיוו טוב פאר׳ן מענטש גופא, איז ווען ער כאפט און האט די דעת אז דאדורך ווערט ער גאר נפטר מעונשו של גיהנום, וואס גיהנום איז דאך העוה״ז שהוא בו עכשיו. (און דאס איז די סיבה אינעם הארבקייט פון איבוד עצמו לדעת, כדי מכריח צו זיין דער מענטש צו אויספילן זיין סענטענס בגיהנום.)

און דאס קען זיין א רמז בהכתוב אצל גיהנום (ישעיה סו כד) לא תמות ואשם לא תכבה - אויב דער מענטש שטארבט נישט איז ער נאכנישט אפגעקומען זיין אשם בגיהנום. וידוע דברי הרמב״ם (הובא בחת״ס בגיטין נה:) דאשרי מי שחתם ימיו במהרה ע״ש. והוא מהאי טעמא. אבער דאך איז (איוב ב ד) וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו, און מ׳וואונטש זיך און ארומיגע אריכות ימים בעוה״ז. וואס דאס ווייזט אז דאס איז למעשה א גיהנום פון א גוטע באשעפער, והא ראיה אז אין אלגעמיין זוכט דער בריה בתוכו דארט צו פארבלייבן ווי לענגער.

און דאס קען זיין די געדאנק פון סיסעראָ אז ״פילאזאפיע איז צו לערנען ווי אזוי צו שטארבן״, און די געדאנק פון אַלבּערט קאַמוס אז אויב דער מענטש זאל באגיין זעלבסטמארד איז די ענדגילטיגע שאלה פון פילאזאפיע. והיינו, ווייל דער חכם כאפט די געדאנק אז וואס ער איז דא איז דאך העונש בגיהנום ממש. און אויב אזוי איז דאך דאס מיתה א באפרייאונג דערפון. ולכן גרייט אים די חכמה דערפאר און שטעלט אים די פראגע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

במושכל ראשון קען מען קלערן אז די טעזע פונעם אשכול ראטעוועט אבער נישט פון (א מאדיפיצירטע ווערסיע פון) דר. סטיפען לאָהּ׳ס קשיא. והיינו, די טעזע דא אינעם אשכול איז בעצם אז ג-ט זייענדיג א כל טוב, האט באשאפען א ״גוטע גיהנום״ - א ״גיהנום״ לתיקון ועונש, אבער די בעסטע וואס עס איז שייך צו זיין אבער נאך אלס זיין ״גיהנום״, וואס דאס איז אונזער וועלט. אבער מאן יימר אז עס איז נישט פארקערט: א ״כל רעה״ האט באשאפען א ״שלעכטע גן עדן״ - א ״גן עדן״ אבער די ערגסטע וואס עס איז שייך און נאך אלס זיין ״גן עדן״, און דאס איז אונזער וועלט? ואולי איז דאס וואס @שעפטאל רירט אָן אויף אין זיין אשכול.

וואס מ׳קען ענטפערן אויף דעם איז אז עס איז יתכן אז א ״כל טוב״ זאל באשאפען עפעס א מושג פון ״גיהנום״ על הכלל, אבער נישט פארקערט אז א ״כל רעה״ זאל באשאפען עפעס א מושג פון ״גן עדן״ על הכלל. והיינו, ווייל די געדאנקען פון ״גן עדן וגיהנום״ בעצם זענען אינטימעטלי מקושר מיט די געדאנק פון שכר ועונש יוסטיץ ותיקון. והיינו, גן עדן איז ליתן שכר לישרים און גיהנום איז ליתן עונש ותיקון לרשעים. יעצט, די מושג פון ״יוסטיץ״ איז דאך אליינס א ״טוב״ וערך. וא״כ קען מען פארשטיין פארוואס א ״כל טוב״ זאל זיין מוכרח צו אפירברענגען עפעס א ״גיהנום״, באיזה אופן, לתיקון, (אויב איז בע״כ שייך חטא וכו׳). משא״כ פארוואס זאל א ״כל רעה״ זיין מוכרח אפירצוברענגען א ״גן עדן״ באיזה אופן לשכר ומחמת יוסטיץ? ער וויל דאך נישט יוסטיץ בכלל, זייענדיג אז דאס איז אליינס א ״טוב״, וממילא נגד מהותו! אחוץ טאמער גייט מען זאגן אז דאס אז עס זאל זיין יוסטיץ איז א הכרח ונמנע אף ממנו אז נישט. אבער מאן יימר? וואו די מהות איז ״כל טוב״, קען דאס טאקע זיין מוכרח זייענדיג אז דאס איז א טוב על הכלל וכנ״ל, אבער נישט טאמער די מהות איז ״כל רעה״.

ואולי איז @שעפטאל דאס מרמז באשכולו. והיינו, טאמער טענה׳ט מען, פארקערט ווי מיין אשכול, אז די וועלט איז בעצם א ״שלעכטע גן עדן״, דאן איז מען דאך מדמה די חלק הגן עדן שבו למשגל וחיבור איש ואשה. און דאס איז די גמרא מרמז בשבת יא. ״כל רעה ולא אשה רעה״ ע״ש. והיינו, ווייל אין אזא פאל וואו מ׳זאגט אז דאס איז א ״שלעכטע גן עדן״, והתענוג שבו היא מחמת חיבור איש ואשה, טענה׳ט מען דאך ״כל רעה״ לעומת ״כל טוב״ חלילה…
און דאס קען אויך זיין די רמז בעירובין מא: דמי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנום ע״ש. והיינו, דער וואס קלערט דאס אלס ״שלעכטע גן עדן״ ובענין חיבור איש ואשה, זעהט דאס נישט אלס ״פני גיהנום״…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך צועקים וזועקים »

דיבר עמנו כמה פעמים מענין יסורי עוה"ז, שכל בני העולם כולם מלאים יסורים אין גם אחד שיהיה לו עוה"ז, ואפי' העשירים הגדולים ואפי' השרים אין להם שום עוה"ז כלל, כי כל ימיהם כעס ומכאובות, וכולם מלאים טרדות ודאגות ועצבות ויגון ואנחה תמיד. ענה ואמר רבינו ז"ל, הנה הכל אומרים שיש עוה"ז ועוה"ב, והנה עוה"ב אנו מאמינים שיש עוה"ב, אפשר יש גם עוה"ז גם כן באיזה עולם, כי בכאן נראה שהוא הגיהנם כי כולם מלאים יסורים גדולים תמיד. ואמר, שאין נמצא שום עוה"ז כלל:

(ליקוטי מוהר"ן תניינא קי"ט)
[NAMELESS]

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך [NAMELESS] »

שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 1:39 am @מי אני: אזוי קלאר און זיס!!! 😘
דערמאנט פון דעם מאווי The good place...
---

[כ'האב געטריפט אויף דעם. דאס איז מיין קאופינג מעקעניזים אינעם גיהנום. (גיהנום, לעבן, עוה"ז, וכל שום דאית ליה)

מה יעשה האדם ויחיה, ימות את עצמו. ביטול, עקסעפטן'ס.

כ'בין דא, כ'ווייס נישט פארוואס. כ'בין פונקטלעך ווי ער וויל, כ'געב זיך אונטער צו עם.

כ'פראביר צו מאכן דעם גיהנום עטוואס לייכטער און פרייליכער פאר זיך און מיינע ארומיגע. כ'הני תרי בדחני].


ש׳כח @מי אני פאר די הערליכע אשכול.

איך וואלט גענומען די נקודה פון @שעפטאל אויף נאך א טריט ווייטער, בעצם וויפיל א איד גלייבט אז דער באשעפער איז מטבע הטוב להטיב, און אלעס וואס ער טוט קען נאר זיין גוט, אטאמאטיש איז נישט שייך קיין גיהנום אויף דער וועלט, וויבאלד ער איז מכיר אז יעדע משהו צער וואס ער האט איז לטבתו, לפי״ז איז דאס גלייבן אין דירה בתחתונים גופא א גן עדן פאר זיך, וכן להיפך ווען א מענטש גלייבט אז ס׳איז דא א מציאות פון פירוד איז דאס גופא זיין גיהנום, סיי לגבי די חלק פון די צער וואס ער האט (ווייל ס׳קען זיין זאכן וואס זענען נישט ״טוב״), און אויך לגבי די חלק אז ער לעבט נישט אין יחוד.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

צועקים וזועקים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:33 pmדער ליקוטי מוהר"ן (תניינא תורה קיט) שרייבט:
דיבר עמנו כמה פעמים. מענין יסורי עוה"ז שכל בני העולם כולם מלאים יסורים אין גם אחד שיהיה לו עוה"ז. ואפי' העשירים הגדולים ואפי' השרים אין להם שום עוה"ז כלל. כי כל ימיהם כעס ומכאובות. וכולם מלאים טרדות ודאגות ועצבות ויגון ואנחה תמיד. ענה ואמר רבינו ז"ל. הנה הכל אומרים שיש עוה"ז ועוה"ב. והנה עוה"ב אנו מאמינים שיש עוה"ב. אפשר יש גם עוה"ז גם כן באיזה עולם. כי בכאן נראה שהוא הגיהנם כי כולם מלאים יסורים גדולים תמיד. ואמר שאין נמצא שום עוה"ז כלל:
ייש״כ! די אשכול טוהט דורך די השלכות בעיון פון זיין טעזע אז אונזער וועלט איז באמת די גיהנום ממש.

ובענין זה האט דאס לכאורה מער השלכות לגבי די געדאנק פון אנטינעטעליזם. והיינו, אז סתם אזוי איז דאס א שאלה לגבי די פראבלעם פון שלעכטס, און דאס עטישקייט פון אראפברענגען קינדער צו א וועלט אין וועלכעס עס איז פארהאן צער ונוח להם שלא נברא. דאס ווערט אבער כמובן נאך שווערער טאמער איז די וועלט אטע די גיהנום ממש. איז דאס עטיש צו אריינשליידערן א מענטש בגיהנום ממש, דאס אינסטענטשיעיטן פון שלעכטס?

דאס דערמאנט פונעם געדאנק בתענית יא. ואיפסק להלכה באו״ח סימן רמ סעיף יב אז תשמיש המטה איז אסור בשני רעבון (חוץ בליל טבילה, ועיין להלן בסימן תקעד סעיף ד) חוץ לחשוכי בנים ע״ש. ופירש״י שם אז דאס איז בעצם מפני שהעולם בצער און ער דארף מיטשפירן צוזאמען. און דאס איז דאך נאך שטערקער ווען די גאנצע פּוינט פון די יצירה אונזערע, וואס איז דאך די גיהנום ממש, איז דאך לצער כדי להעניש ולתקן. ובפרט אז אפילו וואו די מצב איז שוואכער און ערגער ווי סתם ״בּעיסליין״ גיהנום, עס איז א שנת רעבון ל״ע נאך אויך, איז עס דייקא מותר אויב האט מען נישט מקיים געווען פריה ורביה (ע״ש במהרש״א בתירוצו על קושיית התוס׳ שם בד״ה אסור) און גאר כדי להרבות בנים, עכ״פ פאר די וואס האבן נאך נישט. (מ׳קען אפשר זאגן א געדאנק אז דאס אז עס איז מותר לחשוכי בנים, איז ווייל זיי זענען שוין ליידער ממילא בצער וועגן דעם, און ווי ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט באדני כסף (שמואל ב יב כד) אז שכיבת בעלה עם אשתו איז די גרעסטע נחמה לו ולה אויף דאס פארלוסט פון א קינד ל״ע ע״ש.)

ובכלל קען דאס אפשר זיין א רמז בהגמרא בברכות י.
מאי (ישעיה נד א) רני עקרה לא ילדה? רני כנסת ישראל שדומה לאשה עקרה שלא ילדה בנים לגיהנם
והיינו, א נחמה פאר חשוכי בנים ל״ע, אליינס א צער בגיהנום, אז ס׳נישטא יעצט נאך קינדער בגיהנום.

און מ׳קען דאס אויך אפשר מרמז זיין אין די גמרא בב״ב קטז. ובדף קמא.
אמר רבי יוחנן משום ר' שמעון בן יוחאי כל שאינו מניח בן ליורשו הקדוש ברוך הוא מלא עליו עברה, כתיב הכא (במדבר כז ח) והעברתם את נחלתו וכתיב התם (צפניה א טו) יום עברה היום ההוא
און די גמרא פריער בדף י ע״א וע״ב דרש׳נט די פסוק בצפניה אז עס גייט ארויף אויף גיהנום ע״ש. אבער ס׳איז לכאורה משמע אין די גמרא דארט בדף קטז. אז נישט ר׳ יהושע בן לוי און נישט ר׳ יוחנן האבן געהאלטן פון דעם דרש אויך נישט ע״ש. און דאס קען אויך זיין דער רמז מיט וואס מ'טרעפט אז ברא מזכה אבא לגבי להצילו מגיהנום (לדוגמא בהרמ"א ביו"ד סימן שעו סעיף ד) - לרמז אז דאס קינד איז מכבד דעם טאטן לאחר מותו, שאז כבר שילם האב עונו בגיהנום הלזו, טראץ דעם וואס דער טאטע האט אהינגעברענגט דאס קינד לגיהנום שהוא העלמא הדין.

ובענין זה האב איך אָנגעפרעגט ביי ר׳ יואל ראטה:
דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר״ן (תניינא תורה קיט) אז די וועלט איז באמת נישט עוה״ז און א מיטל-פונקט צווישן גן עדן און גיהנום. נאר עס איז די עכטע גיהנום ממש. דאס איז ווייל יעדער מאכט ל״ע עפעס מיט, און עס איז נישט מעגליך אנדערש. איז מיין שאלה אז ווי אזוי קען איך אראפברענגען קינדער אויף די וועלט, וויסענדיג אז איך ברענג זיי אראפ צו די עכטע גיהנום? פשוט אלס א גזירת הכתוב, אזוי ווי הרג'ענען קינדער וואס זענען עמלקים? אפשר וועגן דעם זאגט דער רבי פריער אין די ליקוטים (קמא תורה לו אות ו) אז די חכמי רפואות שרייבן אז סירוס ל״ע איז א רפואה למשוגע. און דער רבי האט טאקע ל״ע פארלוירן 4 קינדער ווען זיי זענען געווען אינג, און די גמרא זאגט אויף דעם בברכות ה: אז דאס איז די גרעסטע מדריגה אין יסורים.

אויך איז מיר שווער אז דער רבי האט אויך געהאלטן אז ס׳דא א גיהנום אחוץ אונזער וועלט (ליקוטי מוהר״ן תניינא תורה צ; חיי מוהר״ן אות רכה). איז מיין שאלה אז אויב איז אונזער וועלט נישט עוה״ז נאר גיהנום ממש, פארוואס פעהלט אויס נאך א גיהנום אונטער דעם אויך? איז עס ווייל אין אונזער גיהנום, וואו מ׳ווערט שוין ממילא געשטראפט, איז נאך אלס דא בחירה און מ׳וועט אויף דעם שטראפן אין נאך אַן ערגערע גיהנום? אין יענע ערגערע גיהנום איז שוין נישטא קיין בחירה? עס זעהט נישט אויס אזוי פון די גמרא אין עירובין יט., וואו עס שטייט אז די רשעים טוהן נישט תשובה אפילו ביים טויער פון גיהנום. גייט מען זאגן אז פאר יענע גיהנום איז אויך דא נאך א גיהנום נאך נידעריגער, און אזוי ווייטער און ווייטער, יעדעס איינס ערגער פונעם פריערדיגן, ביז ווי לאנג עס איז שוין נישטא דארט קיין בחירה?
אז ער וועט ענטפערן דערויף, וועל איך עס אי״ה דא ארויפשטעלן.

וואס מ'קען ענטפערן איז אז עס איז דאך, כאמור, א "גוטע" גיהנום און די "בעסטע" גיהנום שייך. ולכן ממבט זה איז דאס עטיש, ובפרט אז די נפש וואס גייט אראפקומען דאדורך האט זיך דאך "פארזינדיגט" אין די העכערע רעלם און עס קומט זיך זי. ובזה קען מען אפשר זאגן אז לכן וואונטש מען "מזל טוב" אויף דאס געבורט פון א קינד (און ביים שידוך שליסן שהוא לצורך זו ג"כ), ולרמז אז די פאקוס ביי דעם איז אויף די חלק פון "טוב מאד", וועלכע גייט אויך ארויף אויף גיהנום, וויבאלד עס איז דאך שייך טוב און תענטג בתוכה וכנ"ל.

עס איז מן הראוי לציין אז דר. אַרטור גרין שרייבט אז דאס אז דער מוהר״ן האט געזאגט אז די וועלט איז דער גיהנום און נישט עוה״ז, איז געקומען מכח דעפּרעשאן:
ארטור גרין.jpg
ביי מיר אויך?... ואגב, דער ליקוטי מוהר"ן שרייבט (תניינא תורה כד) אז כל החולאות הבאין על האדם,כולם באין רק מקילקול השמחה ע"ש.

ובכלל טרעפט מען בזוהר (פ' וילך סוף דף רפה:) אז עס איז דא א געדאנק פון שאול "תחתית", וועלכע איז די אונטערשטע מדריגה ומדור של גיהנום ע"ש. ועיין ברבינו בחיי בפ' קרח עה"פ (במדבר טז לג) וירדו הם וכל אשר להם חיים שאולה:
ירדו למדור אחרון של גיהנם, כי שבעה מדורין יש לה לגיהנם, וּשְׁאוׂל הוא המדור התחתון, וכן כתוב (תהלים ט חי) ישובו רשעים לשאולה כל גוים שכחי אלקים, ודרשו רז"ל לדיוטא התחתונה שבשאול
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אחרי עיון שוב, מיין איך אז מ׳קען פארענטפערן דעם מוהר״ן אז ס׳איז טאקע יא דא מער גהינומס, און אונזער וועלט איז פשוט א גיהנום בתוך א סעט פון מערערע. והיינו, ווייל אונז ווילן אז א גיהנום וואס מוז שוין יא זיין, זאל האבן 2 תנאים: 1). אז עס איז דאך טוב און עס איז דא דערין תענוג מול הצער, ועכ״כ אז די ברואים שבתוכה וועלן אלס וועלן פארבלייבן און ״לעבן״ דארט ווי לענגער; און 2). אז די גיהנום איז דאס ״בעסטע גיהנום״ מעגליך און שייך ביחס צום רעלם פון וואו מ׳קומט אהין און מ׳ווערט געשיקט פון. אויב קומט עס נאך די צוויי תנאים, דאן איז דאס לכאורה גענוג אויף צו פארענטפערן אז די פראבלעם פון גיהנום זאל נישט שווער ווערן ביי דעם. און עס קען מיט די 2 תנאים טאקע זיין מערערע גיהנומס; א גיהנום להעניש ולתקן פאר א פריערדיגע גיהנום אין וועלכעס מ׳האט געלעבט. ונמצא מזה אז עס איז טאקע אזוי אז אין השאול בית מנוס לך - פון איין גיהנום קען מען גיין צו אַן אנדערס/ערגערס.

עס בלייבט אבער איבער צוויי שאלות דערין. איינס איז טאמער די סעט פון גיהנומס איז בהכרח אזוי אז איינס איז ערגער פונעם פריערדיגן, צי נאר אז איינס איז פשוט אנדערש פונעם צווייטן? ואת״ל אז יעדעס גיהנום מוז זיין ערגער ווי די פריערדיגע רעלם פון גיהנום פון וואו מ׳ווערט דארט אהינגעשיקט (ווייל אויב נישט קען מען דאך פשוט מגולגל ווערן אינעם זעלבן), דאן איז די שאלה צי די סעט פון גיהנומס וואס איז א טשעין, מוז בהכרח זיין פיניט, און וויבאלד עס איז דא א גבול וואו מ׳קען שוין נישט האבן תענוג בתוכו און עס איז נאך ״טוב״? ועיין להלן.

דאס דערמאנט פונעם געדאנק לגבי די טעאלאגישע השלכות פונעם סימיולעישאן היפאטעזיע, און וואו עס קען זיין אַן אינפיניט טשעין פון סימיולעיטעד יוניווערסעס און וואו די ברואים דערין גייען אדער העכער אדער נידעריגער לאחר פטירתם מחיל אל חיל (עיין בסוף ברכות סד.) פון איין סימיולעיטעד יוניווערס צו אַן אנדערעס, באזירט אויף זייער התנהגות בחייהם בתוך די יוניווערס וואו זיי זענען געווען.

עס איז מן הראוי לציין אז דער פירוש פרפראות לחכמה על הליקוטי מוהר״ן, פון ר׳ נחמן מטשערין תלמיד מוהרנ״ת, איז מפרש דער מוהר״ן אין דעם, אז ער האט געוואלט זאגן אז מ׳דארף מקשר זיין אז די עוה״ז און עוה״ב זענען איין עולם. אויב מ׳איז דאס מפרד, דעמאלטס איז דער עוה״ז אַן ענין גיהנום ע״ש.

יעצט, מען קען זאגן אז דאס וואס מ׳איז מעניש קאַנשׁעסנעס בהאי עלמא, ווענדט זיך אויך בחומר החטא אינעם העכערן רעלם. והיינו, ווייל לפי דר. מיכאל מורעי האבן בע״ח א נידעריגערע ראנג אין קאַנשׁעסנעס ווי מענטשן, ולכן אטאמאטיש א נידעריגערע ראנג אין צער בהאי עלמא, נישט פיהלענדיג ממש די יאוש וכו׳ אז זיי זענען אין צער אזוי ווי א מענטש; די חומר און טיעפקייט פונעם צער איז תלוי אין ווי הויך די לעוועל פון קאַנשׁעסנעס איז (ויוסיף דעת יוסיף מכאוב פשוטו כמשמעו). איז דאס ווייטער די געדאנק ביי דעם אויך: אויב פעהלט אויס א שטערקערע עונש ותיקון ווערט מען מעובר בתוך א העכערע קאַנשׁעסנעס, משא״כ אויב נאר ווייניגער דאן ווערט מען מעובר אין א נידעריגערע קאַנשׁעסנעס. והגם, מ׳קען זאגן אז הגם א העכערע קאַנשׁעסנעס׳ צער איז טיעפער, איז אבער זיין תענוג לעומת זה אויך טיעפער, איז אבער דאך שייך צו זאגן דערביי דעם לא הן ולא שכרן הנאמר לגבי יסורים בברכות ה: (אבל עיין במה שטען דזשאַן סטוערט מיל, שהבאתי כמה פעמים.) ווי געזאגט, איז דאס א שטערקערע פארעם פונעם געדאנק פון גילגול (נאר עס נעמט אָן אז ס׳איז איידער ״מגולגל״ צו ווערן אין א בע״ח מיט איר קאַנשׁעסנעס, ווי איידער אין א מענטש).

ולפי הנ״ל אז עס איז שייך אז עס זענען דא נאך טיעפערע גיהנומס און זיי זענען ערגער, קען דאס באדייטן אז דארט איז די קאַנשׁעסנעס נאך העכער, וואס דאס הייבט דאך די צער וכנ״ל. אבער מאידך גיסא הייבט דאס די תענוג אויך, וממילא איז דאס ווי אזוי עס איז ערגער אבער דאך נאך אלס בעסער מיט טוב לעומתו, ולכן קען די סעט פון גיהנומס יא זיין אינפיניט. ואולי קען דאס זיין א רמז בתענית י. אז י"א גיהנם אין לה שיעור וי"א עדן אין לה שיעור ע״ש. והיינו, אז די סעט פון אנדערע גיהנומס קען זיין אינפיניט ובלי שיעור, וויבאלד יעדעס איינס וואס איז נידעריגער ווי דאס פריערדיגע האט מען אין דעם א העכערע קאַנשׁעסנעס, וואס דאס העכערט זיי זיין צער אבער זיי זיין תענוג וֽעֵדֶן. ואולי איז טאקע וועגן דעם שייך צוצוקומען צו טיעפערע השגות אין טיעפערע גיהנומס, זייענדיג אז מ׳האט א העכערע קאַנשׁעסנעס וכדי צו שפירן מער צער.

***

די געדאנק פון די טעזע פונעם אשכול קען אויך גענוצט ווערן צו משווה זיין דעם סתירה במה דאיתא בב״ר (מד א) אז המצות לא ניתנו אלא לצרף בהן את הבריות ע״ש, ומצותיו אינן רחמים אלא גזירות (ברכות לג:), מיט דעם אז די מצות האבן יא א ראציאנאלן הסבר און פארבעסערט יא דאס מענטשליכע לעבן על הכלל. ועיין במו״נ ח״ג פכ״ו. דאס איז וויבאלד ביידע זענען אמת. והיינו, זייענדיג אז די וועלט אונזערע איז די גיהנום ממש, זענען די מצות טאקע לצרף ולענות בהם בני אדם. אבער מאידך גיסא האבן זיי אויך למעשה לבסוף קען מען נאך אלס טענה׳ן אז זיי האבן א ראציאנאלע תועלת וועלכע העלפט דעם מענטש על הכלל בחיים חיותו.

מ׳קען זאגן אז די געדאנק איז נישט דייקא נאר אויף המצות שניתנו לישראל, נאר אז דאס גייט אויך ארויף אויף סיי די מצות שכליות הכלליות לבני אדם, ווי סטענדערד מאראליטעט, וואס אפטמאל פארביטערט דעם מענטש און ברענגט אים צער ווען ער דארף טוהן דאס ריכטיגע זאך ונגד נפש הבהמיות שלו (ועיין בפ״ו מהשמונה פרקים להרמב״ם). ווי אויך גייט דאס ארויף אויף די מצות פרטיות ומנהגים וואס יעדעס קולטור האט איבער ווי אזוי מ׳דארף זיך אויפצופירן. דאס אז עס איז אויסגעשטעלט אזוי איז סיי לצרף בהן את הבריות זייענדיג אז זיי זענען בגיהנום כנ״ל, אבער סיי אז עס איז למעשה א ראציאנאלע תועלת פאר זיי על הכלל כולו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך צועקים וזועקים »

ער מיינט פשוט די נקודה אז עס איז נישט דא קיין אמת/שלום/מנוחה/שמחה אויף דער וועלט חוץ עבודתו יתברך.


דאס שטייט בעפאר:
וְזֶה כּוֹלֵל כָּל בְּנֵי אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטן וְעַד גָּדוֹל, כִּי כֻלָּם נוֹלְדוּ לְעָמָל וּמְלֵאִים רגֶז וְיִסּוּרִין, וְאֵין שׁוּם עֵצָה וְתַחְבּוּלָה לְהִנָּצֵל מֵעָמָל וְיָגוֹן הַזֶּה כִּי אִם לִבְרחַ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלַעֲסֹק בַּתּוֹרָה (בְּרֵאשִׁית רַבָּה פָּרָשָׁה יג:) "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה, הַיְינוּ מֵאַחַר שֶׁכָּל אָדָם נוֹלָד לְעָמָל וְאִי אֶפְשָׁר לְהִמָּלֵט מִזֶּה בְּשׁוּם אפֶן, אֲפִלּוּ אִם יִהְיֶה לוֹ כָּל חֲלָלֵי דְּעָלְמָא בְּוַדַּאי יִהְיֶה לוֹ עָמָל וְיִסּוּרִין וּדְאָגוֹת הַרְבֵּה, עַל כֵּן הֶחָכָם עֵינָיו בְּראשׁוֹ שֶׁיַּהֲפך הֶעָמָל לְעָמָל שֶׁל תּוֹרָה אֲשֶׁר בִּשְׁבִיל זֶה נוֹלָד שֶׁיַּעֲמל בַּתּוֹרָה וְאָז אַשְׁרֵי לוֹ, כִּי נִצּוֹל מֵעֲמַל הָעוֹלָם הַזֶּה וְזוֹכֶה לְחַיֵּי עוֹלָם הַבָּא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יא יא. ווי דער פרפראות לחכמה (תלמיד תלמידו) איז אים מפרש, מיינט דער מוהר״ן דאס נישט כפשוטו אז די וועלט איז די גיהנום און נישט דעם ״עוה״ז״ וואס איז א (מער-ווייניגער) מיטל-פונקט צווישן גן עדן וגיהנום בעוה״ב. ער וויל און מיינט אדער ארויסצוברענגען ווי אזוי זיך צו ספּראַווען מיט די רעות בהעולם ע״י הדביקות בה׳, אדער א קבלה געדאנק פון נישט מפריד זיין בין (ענין) ״עוה״ז״ ו(ענין )״עוה״ב״. און עס קומט אויס אז דאן איז דאך די טעזע אינעם אשכול, אז די וועלט איז ממש ״גיהנום״ וואס מ׳מיינט פאר אַן אנדערן רעלם וכו׳, יא אריגינעל.

פריער האב איך געזאגט אים צו פארענטפערן, טאמער נעמט מען אים יא אָן כפשוטו, אז עס קען יא זיין אַן אינפיניט סעט פון א טשעין פון גיהנומס (וואו אין יעדעס איינס וואס איז נידעריגער און ערגער פונעם פריערדיגן, וואו דארט ווערט מען נענש ומתוקן פון וואס מ׳האט מקלקל געווען אינעם פריערדיגן), איז דאס מחמת ווייל עס האט א העכערע לעוועל פון קאַנשׁעסנעס, ולכן א העכערע לעוועל פון סיי צער אבער סיי תענוג לעומתו אויך, ולכן קען עס נאך אלס גערעכענט ווערן ווי א "טוב" וויבאלד עס באלאנסירט זיך. איז שטעלט זיך די פראגע טאמער איז ער יא מתקן דאס וואס ער דארף מתקן זיין אין א גיהנום, אפשר ווערט ער פשוט געשטעלט אין א ״העכערע״ גיהנום אינעם טשעין, וואס ביחס צום פריערדיגן אונטער דעם איז עס א גן עדן? אבער דאס איז שווערער צו זאגן, ווייל כנ״ל פעהלט אויס אז די העכערע גיהנום אינעם טשעין זאל זיין א קלענערע מדריגה אין קאַנשׁעסנעס כדי צו פארמינערן די צער, אבער דאס שטערט להשגה. וממילא מוז ער ווערן געשטעלט גן עדן, וואס דארט, לכאורה, האט דאס נישט צו טוהן מיט קאַנשׁעסנעס דייקא (עכ״פ ווי אזוי אונז פארשטייען דאס) כדי להתענג ולהשיג בלא צער. (די שאלה איז טאקע צי עס איז מעטאפיזיש קאָהערענט און מעגליך להתענג בטוב און עס זאל נישט זיין קיין צער ורע לעומתו, ולהשיג בלא "קאַנשׁעסנעס" באיזה אופן.)

וכמובן, אז דאס אלעס נעמט דאך אָן א טעאלאגישע הנחה פון א ״גוטע ג-ט״ וואס האט געשאפען דעם גאנצן סיסטעם. וא״כ איז דאך מדה טובה מרובה, און אויב אזוי אז עס איז דא אַן אינפיניט סעט פון גיהנומס, איז זיכער דא אַן אינפיניט סעט פון גן עֵדֶנֽס לעומתו אויך. וואס מ׳ווערט אין דעם אריינגעלייגט, לפי תיקונו אין איינע פון בתוך הסעט, ווען ער איז שוין אפגעקומען וואס ער דארף אפקומען אין איינע פון די גיהנומס, אָן מקלקל זיין ווייטער אז ער זאל דארפן אריינגעלייגט ווערן אין א נידעריגערע גיהנום בתוך די גיהנום סעט. און בתוך די סעט פון גן עֵדֶנֽס קען ער מעלה זיין דארט מחיל אל חיל צו גרעסערע און העכערע תענוג והשגה, וכדאיתא בסוף ברכות סד., לפי השגתו ותיקונו (באופן בלא עונש) אין א נידעריגערן גן עדן פאר דעם אינעם סעט. און דאס קען זיין א רמז אין די גמרא איך האב צוגעברענגט בתענית י. וואו מ׳שטעלט צאם אז י״א גיהנום אין לה שיעור וי"א עדן אין לה שיעור ע״ש. וכמאמר הכתוב בקהלת (ז יד) ביום טובה היה בטוב וביום רעה ראה גם את זה לעומת זה עשה האלקים.

ובענין זה האב איך דא צוגעברענגט ווי ר' יוסף אבן כספי איז מפרש אין זיין חצוצרות כסף דעם פסוק (משלי כד כב) ופיד שניהם מי יודע, אז דאס גייט ארויף אויף דאָבּל פּענעטרעישאן ע"ש. אויף די פסוק פאר דעם, ירא את ה' בני ומלך עם שונים אל תתערב, דרש'נט דער מדרש (דב"ר ב לג) מַהוּ וָמֶלֶךְ? וְאַל לַמֹּלֶךְ, כָּעִנְיָן שֶׁנֶּאֱמַר (ויקרא חי כא) וּמִזַרְעֲךָ לֹא תִתֵּן לְהַעֲבִיר לַמֹּלֶךְ ע"ש, און די מדרש איז מפרש "שונים" מלשון "שנים" ע"ש. עכ"פ רב אחא בר אדא דמן אחא זאגט בקידושין כב: לגבי ביאה שלא כדרכה, אז מאן לימא לן דלאו הנאה אית להו לתרוייהו ע"ש. ולכן בא הרמז אז נאך דעם וואס די פסוק איז מרמז צו העברת זרעם למולך, וואס דאס איז געטוהן געווארן בגיא בן הנם, וואס פון דעם האט די מושג "גיהנום" באקומען דעם נאמען, דערנאך שטייט איבער חיבור שניהם יחד איינער כדרכה און איינער שלא כדרכה. והוא לרמז אז כדרכה איז זיכער דא הנאה ותענוג, און דאס איז מרמז לגן עדן, אבער דאך איז די חלק שלא כדרכה, וואס ווערט גערעכענט ווי אַן עינוי וצער (עיין ברש"י בבראשית לד ב) ומרמז לגיהנום, איז אבער דאך דא דערביי און דערין תענוג. והיינו, עס איז דא א תערובות פון הנאה וצער ביי די שינוי, שהוא שלא כדרכה, און וואו גן עדן וגיהנום זענען שניהם זה לעומת זה; אחד כדרכה ואחד שלא כדרכה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך שעפטאל »

השתא דאתינא להכא.
קען מען אפשר זאגן. די וועלט איז נישט גן עדן און נישט גיהנום
נאר אז דעם מענטש קען זיין אין גיהנום אדער אין גן עדן בהאי עלמא!

איי גאט פליז, ביאה כדרכה און נישט דרך אחוריים..
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די געדאנק דורכאויס דעם אשכול איז אז עס זענען דא צוויי טעאלאגישע פראבלעמען. דאס ערשטע איז די פראבלעם פון שלעכטס בכלליות, וועלכע פרעגט אז וויאזוי שטימט א גוטע אלמעכטיגע ג-ט מיט מציאות הרעות וואס מ׳זעהט בהאי עלמא? דאס צווייטע איז די פראבלעם פון גיהנום בפרטיות, וועלכע פרעגט אז ווי אזוי קען א גוטע ג-ט באשטראפן מיט אזעלכע מאיומ׳דיגע סאדיסטישע פיינונגען און עס איז שייך לנצח, מיט וואס מ׳שטעלט זיך פאר גיהנום מיינט? (ועיין לדוגמא במה שאמר יצחק אסימאוו.)

די טעזע פון דעם אשכול איז אז קושיא חדא מתורצת בירך חברתה. והיינו, אויב נעמט מען אָן אז דאס, אונזער וועלט, איז די גיהנום וואו מ׳ווערט געשיקט פון ערגעץ אנדערש וכו׳ צו ווערן נענש ונתקן מחמת בחירתם דארט, דאן איז דאך די פראבלעם פון גיהנום נישט קיין פראבלעם. דאס איז די גאנצע וואס מ׳מיינט מיט׳ן שרעקעדיגן גיהנום?! און די פראבלעם פון שלעכטס ווערט אויך דערביי פארענטפערט: אוודאי איז דא שלעכטס - דאס איז דאך די גאנצע פּוינט פון א גיהנום! די סיבה פארוואס עס איז נישטא מער שלעכטס אין די גיהנום, איז ווייל ג-ט איז א גוטער און האט געזוכט (בלשון מושאל) צו שאפן דאס בעסטע גיהנום שייך, א ״גוטע״ גיהנום, אבער עס זאל נאך אלס זיין א ״גיהנום״. און דאס איז דאך וואס פארענטפערט דעם פראבלעם פון גיהנום.

ווי אויך קען דאס דינען אלס א טעאלאגישע תירוץ פארוואס עס איז טאקע אלעס דיטערמענד ובגזירה, און אז עס איז באמת נישטא קיין בחירה חופשית. כמובן, טאמער נעמט מען טאקע אָן אזוי, מוז מען זאגן אז עס איז טאקע נישטא קיין סעט פון מערערע גיהנומס, און אז אונזער וועלט איז די איינציגסטע גיהנום.

כדי די תירוץ זאל זיין גילטיג, מוז מען פּאזיטירן אז די וועלט איז די גיהנום ממש.
שעפטאל האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:25 pmאיי גאט פליז, ביאה כדרכה און נישט דרך אחוריים..
דער נביא זאגט (יחזקאל ח טז) אחריהם אל היכל ה' ופניהם קדמה (וידוע הדרש ביומא עז. סוכה נג: וקידושין עב:) און דער נביא איז ממשיך אינעם נעקסטן פסוק, והנם שלחים את הזמורה אל אפם. און דר. ראַבּערט אַלטער ברענגט צו דערויף:
Some have imagined, perhaps fancifully, that it reflects the worship of a phallic deity
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך אלפא »

זע איך דעם שבת אין די גליון פון היכלי הקודש - ר' יואל ראטה, ווי ער ברענגט צו פון ר' נתן אז איינער וואס איז אייביג פרייליך ווערט ניצול פון גיהנום (-לשון אינו מדויק).

אויב נעמט מען אן אז די וועלט איז די גיהנום איז דאס נישט מער ווי בעסיק מאטעמאטיק...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך תרמב »

אלפא האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 17, 2024 6:56 pm זע איך דעם שבת אין די גליון פון היכלי הקודש - ר' יואל ראטה, ווי ער ברענגט צו פון ר' נתן אז איינער וואס איז אייביג פרייליך ווערט ניצול פון גיהנום (-לשון אינו מדויק).

אויב נעמט מען אן אז די וועלט איז די גיהנום איז דאס נישט מער ווי בעסיק מאטעמאטיק...
דאס איז געקומען אלס א דירעקטע אנטווארט צו מי אני'ס אנפראגע צו יואלי ראטה...
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס איז מיר בייגעפאלן, לפי וואס כ׳האב פריער ארויסגעברענגט לגבי די השלכות פון די טעזע בנוגע דאס צוגאנג צום מושג פון ״טויט״, אז שפינאזע האט געשריבן אין זיין עטיקס (מאמר ד):
PROP. LXVII. A free man thinks of death least of all things; and his wisdom is a meditation not of death but of life

‏Proof. — A free man is one who lives under the guidance of reason, who is not led by fear (IV. lxiii.), but who directly desires that which is good (IV. lxiii. Coroll.). In other words (IV. xxiv.), who strives to act, to live, and to preserve his being on the basis of seeking his own true advantage; wherefore such an one thinks of nothing less than of death, but his wisdom is a meditation of life. Q.E.D
עס קומט אבער לכאורה אויס פון דעם טעזע האשכול אז עס לייגט א גרעסערן דגוש אויפ׳ן טויט און דעם ״טרקלין״, ווי איידער החיים "בפרוזדור" בעוה״ז - די עוה״ז איז דאך דאס אקטועלע גיהנום פון וועלכעס מ׳וויל זיך דאך ענדגילטיג ארויסזעהן! און דאס איז היפך דאס סעקולארע שיטה פון שפינאזע דא, אז דער ״אין לך בן חורין״ וכו׳ פונעם עוסק בחכמה, פאקוסירט אויפ׳ן לעבן בעוה״ז, וממילא בגיהנום.

נאר בשעת׳ן אויסהערן דעם פייער ניגון פון שמואלי אונגאר, איז מיר בייגעפאלן א געדאנק אין דעם. די חרוזים פונעם ניגון ארבעטן אויפ׳ן טייטש (ויקרא ו ו) אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה, אז ״וואו נאר מיר זענען, עס בלייבט אייביג ברענען, א פייער ברענט אין הארץ פון א איד״. והיינו, אז ווי די משנה זאגט (אבות ד יז) איז יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעוה״ז מכל חיי העוה״ב ע״ש. והיינו, אז אפילו בעוה״ז שהיא הגיהנום, איז ״אש תמיד״, קען מען באשטיין צו פארבלייבן אינעם גיהנום שנדמה לאש, און דאס שטרעבונג אויף אָנצוקומען צום יעוד התענוג בהאי עלמא און טוהן מה שביכולתו לזה, עכ״פ פאר זיך יעצט. אין אנדערע ווערטער, דער חכם הבן חורין דארף צוצוקומען צו אַן הכרה, אז אפילו ער אנערקענט שוין בחכמתו ושכלו די וועלט כמו שהיא באמת, דאך הייבט ער אויף ביידע מיטעלסטע פינגערס דערויף און דערצו, און קלערט אז ״טאמער איך בין שוין ממילא דא״ זוך איך נישט צו אנטלויפן דערפון, נאר דאס מקבל זיין, און צו פאקוסירן אויף און ארויסנעמען דערפון בדרך חכמה די (קאטעסטעמאטישע) תענוג המצוי בה וואס איז שייך. און דער חכם פאקוסירט טאקע אויף דאס לעבן ממש בהאי עלמא, ווי איידער אויפ׳ן טויט און זיך ארויסזעהן פונעם לעבן בגיהנום. (אין קורצן, ג-ט וויל, בלשון מושאל, אז דער מענטש זאל אין דעם זיין א ״יודע את רבונו ומתכוין למרוד בו״.)

***

כמובן, אז מיט די געדאנק פריער איבער דעם אז די קאַנשׁעסנעס פון א באשעפעניש בזה העולם איז לעומת וואס מ׳דארף אפקומען בגיהנום, ראטעוועט דאס פון דעם טענה אז אויב נעמט מען אָן אז די וועלט איז דאס אקטועלע גיהנום, דאן איז דאך דער מענטש טאקע די תכלית הבריאה - ווארום תכלית העולם, שהיא הגיהנום, איז טאקע אז ער זאל אפקומען. אבער לפי הנ״ל זענען בע״ח, שיש בהם ג״כ קאַנשׁעסנעס לאיזה דרגא, זענען דא פאר פונקט דאס זעלבע תכלית! (ועיין במו״נ ח״ג פי״ג.) מ׳קען אבער נאך אלס זאגן אז עס קומט אויס אז ״לעבן/לייף״ בכלליות איז תכלית העולם לפי״ז.

מ׳קען זאגן נאך מער אז לפי שיטת פּענסייקיזם, וועלכע קלערט אז אלעס בהעולם, ואפילו א דומם, האט אין זיך עפעס קאַנשעסנעס און איז צאמגעשטעלט פון "מיינד-שטאף", איז דאך נמצא אז אפילו כל דבר איז בגיהנום, ואולי שיש להם עי״ז צער באיזה אופן, וועלכע איז מקושר לקאַנשׁעסנעס. ונמצא מזה אז אלעס איז בגיהנום לתכליתה להיות שם. ונמצא ווייטער אז דער מענטש שבו איז נישט התכלית. הגם, ווייטער, אז עס קומט בעצם אויס אז די תכלית הבריאה איז למעשה קאַנשׁעסנעס.

ובכלל קען מען זאגן אז מאן יימר אז תכלית הגיהנום איז נאר לעונש ולתקן? דאס אליינס איז ווייטער אַן אַנטראָפּאָסענטריק בליק. עס איז נאר ממבטינו אז דאס איז התכלית, וכעין דברי האברבנאל.

ובזה קען מען זאגן אז דער נועם אלימלך טייטשט בפ׳ כי תשא אז הקב״ה הראה למשרע״ה כמין מטבע של אש, אז דאס איז לרמז אז פונקט אזוי ווי אש קען מחמם זיין לתיקון ומשרף זיין לקלקלה, אזוי איז אויך מיט מטבעות און געלט: מיט גוטס איז עס א תיקון אבער עס קען אויך זיין לרעתו פונעם מענטש אויב נישט ע״ש. וכענין זה קען מען זאגן לגבי הגיהנום שהוא האי עלמא: עס איז דומה ל״אש״ בזה, אז עס קומט אראפ לפּערספּעקטיוו וויאזוי ער איז עס מקבל, וכעין דרכו של הרמב״ם בטעאדיסי וסוג הג׳ של רעות העולם במו״נ ח״ג פי״ב ע״ש.

ואגב, די פסוק (ישעיה סו כד) כי תולעתם לא תמות ואשם לא תכבה, וועלכע גייט ארויף אויף די רשעים הנידונין בגיהנום לדורי דורות (ר״ה יז.), קען מען מסביר זיין לפי די געדאנק פון א(ן אינפיניט) סעט פון גיהנומס, אז ס׳קומט נישט אויס אז זיי גייען ארויס דערפון.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?

שליחה דורך געוואגטער »

אלפא האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 17, 2024 6:56 pm זע איך דעם שבת אין די גליון פון היכלי הקודש - ר' יואל ראטה, ווי ער ברענגט צו פון ר' נתן אז איינער וואס איז אייביג פרייליך ווערט ניצול פון גיהנום (-לשון אינו מדויק).

אויב נעמט מען אן אז די וועלט איז די גיהנום איז דאס נישט מער ווי בעסיק מאטעמאטיק...
דאס איז לויט ווי עס ווערט געברענגט אין ברסלבע ספרים אז גיהנום איז נאר א שטראף פאר דיע וואס זענען עס נישט מקבל באהבה
פארשפארט