תקע בשופר האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 11, 2024 8:21 am
וויאזוי האט דער עולם פרנסה דארט? איז שייך צו לעבן א באקוועם לעבן און אוועק לייגן פאר חתונה מאכן און רעטייערמענט? איז מעגלעך א חסידישע איד זאל מאכן דריי פיר מאות א יאר?
1. דורך ארבעטען (די וואס ארבעטען נישט האבן טאקע נישט)
2. מיט איזרעילישע סטאנדארטן, יא.* (מיט אמעריקאנע סטאנדארטן קען מען אויך נישט אין אמעריקא), אויף ריטייערמענט איז דא ביטוח לאומי וואס צאלט ארום דריי אהאלב טויזענט א חודש.
4. ניין, טשאנסן זענען אינטער איין פערסענט
*(אין ישראל קאסט א דירה ארום 450ק, א קאר דארף מען נישט ס׳דא באסעס איבעראל, שכ״ל צאלט מען כמעט נישט ווייל רוב געלט צאלט די מדינה, עסן וואס מען מאכט אין ישראל איז אסאך ביליגער, די סטאנדארט פון חתונה מאכן איז בערך ווי א בר מצווה אין אמעריקא, (די כמעט איינציגסטע עקספענס איז די ליל החתונה, קיין פורניטשער קיין דייאמאנטן, כמעט נישט קיין מתנות, די פרויען גייען מיט שבת קליידער אנשטאט קאסטום גענייטע קליידער, דירות געט שוין כמעט קיינער נישט חוץ א אויסגערופענע עושר)
לסיכום, קען מען האבן פרנסה אין ארץ ישראל, יא.
קען מען האבן די געספוילטע אמעריקאנער רייכקייט, ניין.
אפשר דאס מיינט די משנה ״ארץ ישראל נקנית ביסורין״
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein