אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ווי באריכטעט אויף די איזראעלישע וועבזייטליך, האט די אשלג'ע רבי מציע געווען פאר זיינע חסידים זיי זאלן פארלאזן אר"י צוליב א סכנה וואס קען קומען אויפ'ן לאנד. געזאגט האט ער אז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום און אנגעזאגט די שלעכטע בשורה און ער האט זייער מורא וואס קען קומען קומענדיגע חודש.

ווען איך האב דאס געליינט האב איך געטראכט אז דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו שטעלן די א. ג. "אמונת צדיקים" אויף א כור המבחן און ירא הקהל וישפוט, לאמיר זעהן וואס וועט זיך אויסשפילן וועט מען וויסן ווי מ'שטייט.

(ביטע באשולדיגט מיך נישט אז איך מאך אוועק די גאנצע זאך פון אמונת חכמים וואס די משנה ברענגט אז דאס איז איין פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהן. ניין, בכלל נישט. דאס איז שיין מבואר אין תולדות יעקב יוסף פאריגע וואך (יתרו) אויפ'ן פסוק "וגם בך יאמינו לעולם", ווי ער איז מסביר פינקטליך וואס דאס מיינט. בסה"כ באצי איך מיך צו די פאלשע אמונת צדיקים וואס מ'פרעדיגט היינטיגע צייטן אז ווער ס'איז געבוירן פון די ספערם פון אן איש קדוש און האט א מנין נאכפאלגער, באקומט אויטאמאטיש רוח הקודש, וכו').

עכ"פ, אזוי האב איך געקלערט, ביז כ'האב געליינט אביסול ווייטער, זעה איך אז די חסידים האבן אינטערגענומען א מבצע צו פארשפרייטן צענדליגע טויזענטע ספרי זוהר ווייל לערנען זוהר איז מסוגל מבטל צו זיין שווערע גזירות.

בקיצור, מ'האט זיך באווארענט. ממה נפשך, וועט ח"ו פאסירן עפעס שרעקליך, איז ער דאך פשוט א הירא, האבענדיג פאראויסגעזאגט דאס וואס האט פאסירט. און טאמער נישט איז דאך עס אדאנק די זוהר וואס דער עולם האט געלערענט, און מ'איז ווייטער א געווינער.

לצים


https://www.bhol.co.il/news/1651293
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך כרם זית »

עס איך אויך א געלעגנהייט צי טעסטן די זוהר...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס איז פונקט אשלג'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? וואס איז מיט אלע אנדערע אידן? פארוואס למשל איז נישט ר' יעקב מאיר שעכטער'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? אדער דושינסקי רבי'ס טאטע? זייערע חסידים דארפן נישט אנטלויפן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:09 am עס איך אויך א געלעגנהייט צי טעסטן די זוהר...
די זוהר דארף מען נישט טעסטן. די היינטיגע רבי'לעך, מקובלים און נבואות זאגער לאחר המעשה. זיי דארף מען טעסטן. ווער ס'האט נאך א ספק אין זייער רוח הקודש.

מיט די אלע מקובלים און בעלי מופת. אוואו זענען זיי געווען ערב שמחת תורה? קיין איינער פון זיי האט נישט געזאגט בהקיץ. (נישט אין חלום לאחר המעשה) וואס ס'גייט געשעהן אום שמח"ת...!

אויך. ביי די 3 בחורים וואס זענען געקידנעפט געוארן און געהרג'עט געווארן דורך די אראבישע רוצחים, ימ"ש. זענען געווען אלערליי בעלי מקובלים און בעלי מופת וואס האבן געזאגט פארשידענע "סגולות" און עצות פאר די עלטערן. ווען די בחורים זענע שוין (נעבעך) לאנג נישט געווען בין החיים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:21 am פארוואס איז פונקט אשלג'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? וואס איז מיט אלע אנדערע אידן? פארוואס למשל איז נישט ר' יעקב מאיר שעכטער'ס טאטע געקומען צו אים אין חלום? אדער דושינסקי רבי'ס טאטע? זייערע חסידים דארפן נישט אנטלויפן?
מיט אשלג'ס רוח הקודש איז געווען אמאל א מעשה. אין איין תקופה האט ער (און זיינע חסידים) פארקויפט אז ער קען זעהן פון אפליינען די כתובה אלעס וואס גייט פאר מיט דעם מענטש. איז געווען א רעפארטער פון די צייטונג "ידיעות אחרונות" וואס האט איהם געוואלט טעסטן. האט ער געבארגט א כתובה פון זיין חבר און ער איז אריין צום העיליגן רעבי'ן דער רבי האט איהם פאראויסגעזאגט אלערליי (שווארצע) נבואות'ן. פאר ער איז ארויס פון רעבינ'ס צימער האט ער אויסגעזאגט אז ער איז נאך א בחור...! ערשט דאמאלס האט איהם די רבי צוזאמגעשאלטן...לאל.
רוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך רוני »

אפשר מיינט ער אז מ'דארף אנטלויפען קיין פראנקרייך מיט דראגס...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

די פראבלעים איז אז די פראנצויזישע הינט האבן אויך דעם מין "רוח הקודש". זיי קענען דערשמעקן ווען מ'שמוגלט דראגס...! יאפאנער בחורים יוכיח...!
רוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך רוני »

איך זע אז מ'האט נישט פארשטאנען
https://www.bhol.co.il/news/119667
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך זאקן »

מיין טאטע איז מיך געקומען אין חלום היינט און געזאגט אז מ׳זאל נישט פאלגן אדמו״ר מ׳אשלג.
איינער האט א בילד פון אדמו״ר מ׳אשלג? די נאמען אשלג זעהט מער אויס ווי א ניק אויף אייוועלט ווי א רבי.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך קהל'ס נער »

זאקן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:59 am מיין טאטע איז מיך געקומען אין חלום היינט און געזאגט אז מ׳זאל נישט פאלגן אדמו״ר מ׳אשלג.
איינער האט א בילד פון אדמו״ר מ׳אשלג? די נאמען אשלג זעהט מער אויס ווי א ניק אויף אייוועלט ווי א רבי.
זאל אשלג׳ער רביס טאטע קומען צי מיר אין חלום, דעמאלטס העל איך אנטלויפן….
אגב מיין טאטע (וואס לעבט נאך) איז מיר געקומען אין חלום זאגן אז אשלג׳ער רבי דארף זיך נישט זארגן און אז ער דארף נישט אנטלויפן…..
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
רבי טוביה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:59 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך רבי טוביה »

פארוואס פונקט אונגארן? שטאמען זיינע חסידים פון דארט און זיי פלאנען צו באקומען בירגערשאפט מיט די אונגארישע ענסעסטער געזעץ? ווער זענען זיי? וועלכע מין קהילה, איך טאפ א וואנט ווען איך האב פראבירט צו אריינקוקען דארט.

איינער ווייסט זייער היסטאריע?
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

רבי טוביה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:45 am פארוואס פונקט אונגארן? שטאמען זיינע חסידים פון דארט און זיי פלאנען צו באקומען בירגערשאפט מיט די אונגארישע ענסעסטער געזעץ? ווער זענען זיי? וועלכע מין קהילה, איך טאפ א וואנט ווען איך האב פראבירט צו אריינקוקען דארט.

איינער ווייסט זייער היסטאריע?
אשלג איז אריגינעל פון ניראס-אשאלאגא... :lol:
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך משה רבקש »

הרב שמחה אשלג איז אן אייניקל פון ר' יהודה לייב אשלג זצ"ל, באוויסט אלס דער בעל הסולם. ער איז אנטלאפן פון פוילן (רוסישע אימפעריע) אנהייב פון די שואה.

דער היינטיגע רבי האט א קליין ביהמ''ד אין בני ברק מיט א הייפעלע אידן וואס טוען שטארק פראמאוטן לימוד הזוהר.

ער איז באקאנט געווארן נאך וואס ער מיט זיין גבאי (אן אינטערסאנטע אידל, ווער ס'קען אים) זענען ארעסטירט געווארן אין פראנקרייך אויף דראג קלאגעס אזויווי @רוני ציטירט.
זיינע מענטשן געבן אן אז דער רבי איז א בקי אין חכמת הפרצוף והיד וכדו'.
ער פלעגט אסאך קומען קיין יוראפ און געבענטשט זיינע געלט-געבערס מיט אגרעסיע, וכן להיפך... שוין....
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך שפילער »

עפעס איז דזירקא רבי זיינס א תלמיד און זיי האבן זיך צוקריגט
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
פון אונזערע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך פון אונזערע »

אויב איך געדענק גוט האט די רבי פון אשלג ביי די קורנה צייטן געטרונקען ביר פון די קאמפעני קורנה צו ממתיק זיין די דינים....
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך היימלינד »

עס זענען דא עטליכע אשלג רבי'ס קינדער פון רבי ברוך שלום און אויך א תלמיד, פון וועלעכע רעדט מען דא ?
[NAMELESS]

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטייט נאר אז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום
שטייט נישט אז זיין טאטע האט אים געהייסען אנטלויפען
זויער טייג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:51 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך זויער טייג »

חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך סקעפטיקער »

זויער טייג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:17 pm חלומ'ן פין א טאטע, הייסט די טאטע איז געקומען אין חלום???
חלומ'ן פון גאט, מיינט אז גאט איז געקומען אין חלום?
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך זאקן »

ס׳איז דא א ווערטל אז איינער פון די סאטמערע חסידים זענען געקומען צו סאטמאר רבי (ר׳ יואל) אז ער האט גע׳חלומט ווי ער איז געווארן א רבי האט אים די רבי צוריק געזאגט אז יעצט דארף ער זיכער מאכן אז די חסידים חלום׳ן אויכט.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך היימלינד »

זאקן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 3:28 pm ס׳איז דא א ווערטל אז איינער פון די סאטמערע חסידים זענען געקומען צו סאטמאר רבי (ר׳ יואל) אז ער האט גע׳חלומט ווי ער איז געווארן א רבי האט אים די רבי צוריק געזאגט אז יעצט דארף ער זיכער מאכן אז די חסידים חלום׳ן אויכט.
די מעשה גייט אויף די שומרי אמונים רבי ז"ל וואס האט מתחילה נישט געווארען רבי נאר זיין שוואגער די תולדות אהרן רבי ז"ל ואכמ"ל, נאך 10 יאר איז ער געקומען פארציילען אז די טאטע איז געקומען אין חלום זאגען אז ער זאל ווערען רבי, אויף דעם האט מען גענטפערט אז די טאטע זאל קומען צו די חסידים אין חלום.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך איך אויך »

און איז בכלל געווען ביים בית ישראל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 2:07 pm עפעס איז דזירקא רבי זיינס א תלמיד און זיי האבן זיך צוקריגט
אשלג און דזשירקא. צוויי שיינע קהילות און חסידות. ס'וואלט געפאסט אז זיי זאללן זיך משדך זיין.

די אייניקלעך וועללן זיין אדמו''ר מ'זשירקא-אשלג בני ברק. און אדמו"ר מ'אשלג-זשירקא טאהש קרית יואל. ירושלים. פון בית שמש.
פארשפארט