ווי באריכטעט אויף די איזראעלישע וועבזייטליך, האט די אשלג'ע רבי מציע געווען פאר זיינע חסידים זיי זאלן פארלאזן אר"י צוליב א סכנה וואס קען קומען אויפ'ן לאנד. געזאגט האט ער אז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום און אנגעזאגט די שלעכטע בשורה און ער האט זייער מורא וואס קען קומען קומענדיגע חודש.
ווען איך האב דאס געליינט האב איך געטראכט אז דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו שטעלן די א. ג. "אמונת צדיקים" אויף א כור המבחן און ירא הקהל וישפוט, לאמיר זעהן וואס וועט זיך אויסשפילן וועט מען וויסן ווי מ'שטייט.
(ביטע באשולדיגט מיך נישט אז איך מאך אוועק די גאנצע זאך פון אמונת חכמים וואס די משנה ברענגט אז דאס איז איין פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהן. ניין, בכלל נישט. דאס איז שיין מבואר אין תולדות יעקב יוסף פאריגע וואך (יתרו) אויפ'ן פסוק "וגם בך יאמינו לעולם", ווי ער איז מסביר פינקטליך וואס דאס מיינט. בסה"כ באצי איך מיך צו די פאלשע אמונת צדיקים וואס מ'פרעדיגט היינטיגע צייטן אז ווער ס'איז געבוירן פון די ספערם פון אן איש קדוש און האט א מנין נאכפאלגער, באקומט אויטאמאטיש רוח הקודש, וכו').
עכ"פ, אזוי האב איך געקלערט, ביז כ'האב געליינט אביסול ווייטער, זעה איך אז די חסידים האבן אינטערגענומען א מבצע צו פארשפרייטן צענדליגע טויזענטע ספרי זוהר ווייל לערנען זוהר איז מסוגל מבטל צו זיין שווערע גזירות.
בקיצור, מ'האט זיך באווארענט. ממה נפשך, וועט ח"ו פאסירן עפעס שרעקליך, איז ער דאך פשוט א הירא, האבענדיג פאראויסגעזאגט דאס וואס האט פאסירט. און טאמער נישט איז דאך עס אדאנק די זוהר וואס דער עולם האט געלערענט, און מ'איז ווייטער א געווינער.
לצים
https://www.bhol.co.il/news/1651293
אדמו"ר מ'אשלג: אנטלויפטס פון ארץ ישראל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3542
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5831 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3945 מאל
דער אשכול פארמאגט 51 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן