משפטים - והוי דן את עצמך לכף זכות!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

משפטים - והוי דן את עצמך לכף זכות!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

אצינד שטייען מיר אין פרשת משפטים, די פרשה פון דיני ממונות אין וועלכע די תורה הקדושה לערנט אונז אויס די וועגן און דינים וויאזוי א איד דארף זיך פירן מיט געלט זאכן, נזיקין, גניבה, שמירה, און נאך פילע אנדערע.

לאמיר אבער כאפן א נענטערע בליק אויף די ערשטע זאך וואס ווערט דערמאנט באלד אין אנהייב פון אונזער פרשה, און דאס איז די פרשה פון א עבד עברי, א אידישע קנעכט
וואס בית דין האט איהם פארקויפט צוליב דעם וואס ער האט גע'גנב'עט געלט און נישט געהאט צו באצאלן, אדער אויב א איד פארקויפט זיך אליינס צוליב דעם וואס ער האט נישט קיין פרנסה און ער איז געצוואונגן צו ווערן אן עבד ביי יענעם.

איז צום ערשט הייבט אָן די תורה הקדושה מיט די ווערטער "וְאֵלֶּה הַמִּשְׁפָּטִים" און דאס זענען די דינים "אֲשֶׁר תָּשִׂים לִפְנֵיהֶם" וואס דו משה רבינו זאלסט פאָרלייגן פאר כלל ישראל. און ווי רש"י באמערקט שוין אז איבעראל וואו שטייט "וְאֵלֶּה" מיט א ו' פון אנהייב, איז דאס 'מוסיף על הראשונים' און איז א המשך פון דאס וואס מ'האט געלערנט פריער, וואס דאס קומט אונז אודאי עפעס לערנען אז אונזער פרשה האט א שייכות מיט פריער (זעה אין רש"י צוויי ענינים וואס ווערן דא ארויסגעלערנט).

און דערנאך זאגט טאקע די תורה אז ווען א איד קויפט א עבד עברי, "שֵׁשׁ שָׁנִים יַעֲבֹד וּבַשְּׁבִעִת יֵצֵא לַחָפְשִׁי חִנָּם" די ערשטע זעקס יאר דארף ער ארבעטן, און אינעם זיבעטן יאר
קומט זיין צייט ארויסצוגיין פריי, דאס הייסט אז א אידישע קנעכט ארבעט נישט מער ווי זעקס יאר.

אויסער אויב דער עבד וויל נישט גיין, נאר ער וועט זאגן "אָהַבְתִּי אֶת אֲדֹנִי אֶת אִשְׁתִּי וְאֶת בָּנָי לֹא אֵצֵא חָפְשִׁי" איך האב ליב מיין האר, מיין ווייב, און מיינע קינדער און איך וויל נישט ארויסגיין פריי, דעמאלטס דארף מען איהם טראגן אין בית-דין אריין וואו מען בויערט איהם א לאך אינעם אויער נעבן די טיר, און דערנאך בלייבט ער ווייטער א עבד ביז יובל.
און ווי רש"י ברענגט וואס די גמרא זאגט אין מסכת קידושין (דף כ"ב:) אז טאקע די אויערן וואס האבן געהערט ביים בארג סיני די איסור פון לא תגנוב און דאָך איז דער מענטש געגאנגען גנב'ענען וואס דאס האט גורם געווען אז ער זאל ווערן א קנעכט, דעריבער דארף מען איהם בויערן דעם אויער. און אויב איז ער א מוכר עצמו וואס האט זיך אליינס פארקויפט זייענדיג געדרוקט אין געלט, דארף מען איהם בויערן דעם אויער צוליב דעם וואס ער דערהערט נישט דעם רוף פון השי"ת וואס האט אונז געזאגט אין מצרים "כי לי בני ישראל עבדים" אז מיר זענען עבדי השי"ת און נישט קנעכט פון א בשר ודם.

לאמיר זיך אביסל פארטיפן פארוואס האט די תורה הקדושה אויסגעוועלט אנצוהייבן דוקא מיט'ן ענין פון עבד עברי?, און בכלל וואס באדייט די מספר פון זעקס יאר וואס דער קנעכט דארף ארבעטן און דוקא אינען זיבעטן יאר גייט ער ארויס פריי?, און פארוואס בויערט מען איהם דעמאלטס די אויערן און נישט באלד אין אנהייב?, וואס זענען די אלע ענינים מרמז און וואס קומען זיי אונז לערנען.

און איבערהויפט ווי מיר האבן שוין דערמאנט אין פרשת וארא אויפן פסוק (ו' י"ג) "וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶׁה וְאֶל אַהֲרֹן וַיְצַוֵּם אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאֶל פַּרְעֹה מֶלֶךְ מִצְרָיִם לְהוֹצִיא אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל
מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם" אז אין תלמוד ירושלמי (מס' ראש השנה פרק ג' ה"ה) שטייט אז דא איז געווען א ציווי פאר משה און אהרן צו רעדן צו כלל ישראל און זיי זאגן די פרשה פון שילוח עבדים! דאס הייסט אז שוין דעמאלטס אין מצרים האט אונז דער אייבישטער געשיקט אויסלערנען די פרשה פון ארויסשיקן א עבד עברי וואס האט געוויס גאר א טיפע באדייט און איז א שטארקע טייל פון אונזער גאולה פון מצרים.

וואס געשעט ווען מ'קוקט מיט א שמאלע בליק
נו, אז די תורה הקדושה זאגט אונז "ואלה מוסיף על הראשונים" אז אונזער פרשה איז א המשך און א הוספה אויף פריער, לאמיר טאקע צוריקמישן דאס בלעטל און מאכן א שטיקל
סך-הכל פון וואס מיר האבן געלערנט אין די פריערדיגע פרשיות.

אין פרשת בא האבן מיר געלערנט איבער די כבדות הלב פון פרעה וואס איז נישט געגאנגען נאך זיין הארץ, נאר אנשטאט דעם איז ער געווארן נאכגעשלעפט נאך זיינע מחשבות און חשבונות פונעם מוח. און ווי מיר האבן באמערקט אז ער כאפט זיך ארויף אויף א קלייניגקייט, אויב משה רבינו זאגט 'בחצות' און עס ווערט נישט מקויים גענוי אויפן האָר, דאן לאכט ער שוין אפ און מאכט אוועק אלעס אנדערש, כאטש ער האלט אינמיטן ווערט געשטראפט און ער זעהט בחוש ווי אלע מכות זענען מקויים געווארן בשלימות.
און ווי מיר האבן דערמאנט פון ספה"ק תולדות יעקב יוסף איז 'מצרים' א לשון פון מיצר, באגרעניצט און שמאָל. ווייל טאקע דאס איז די מהות פון גלות מצרים ווען מען איז זיך נישט מתבונן און מ'איז נישט מֵשִׂים לב צום אמת, ווערט מען פארכאפט אין גלות הדעת און 'צמצום' פון קוקן מיט א שמאלע און נארישע בליק וואס שלעפן אוועק דעם מענטש פון זעהן
און אנערקענען דעם אמת.

און פון דארט האבן מיר ממשיך געווען אין פרשת בשלח וואו מיר געפונען אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים זענען זיי נאך געווען אנגעקלעבט אין די קליפה פון פרעה און די טומאת מצרים, און זענען געווארן נאכגעשלעפט נאכן מוח, און דעריבער האבן זיי אנגעהויבן צו פרעגן קושיות, הֲמִבְּלִי אֵין קְבָרִים בְּמִצְרַיִם לְקַחְתָּנוּ לָמוּת בַּמִדְבָּר? מען האט אונז געברענגט אין מדבר צו שטארבן ח"ו?, טראצדעם וואס זייערע הערצער האבן גוט געשפירט און געוואוסט אז השי"ת איז מיט זיי, און זיי אליינס זענען געווען גרייט ארויסצוגיין פון מצרים מיט אמונה און מסירות נפש, אבער זיי זענען געווארן פארזינקן אין די זעלבע צמצום ווי פרעה און זיינע אצטגנונים וואס כאפן זיך אָן אין די קליינע און טעכנישע דעטאלן און ווילן אלעס פארשטיין מיט'ן מוח.

און די זעלבע האבן מיר געהאט אין פרשת יתרו וואו די תורה הקדושה לערנט אונז אז בלויז צוליב א געוויסע חסרון ווערט נאכנישט יענער אינגאנצן אפגעפרעגט, ווי מיר געפונען ביי דיינים וואס יתרו האט פאָרגעשלאגן אז מ'זאל אויפנעמען אַנְשֵׁי חַיִל, יִרְאֵי אֱלֹקִים, אַנְשֵׁי אֱמֶת, שֹׂנְאֵי בָצַע, און אפילו מ'האט למעשה נישט געטראפן אזעלכע וואס האבן געהאט אין זיך אלע מעלות, דאָך האט משה רבינו זיי אויפגענומען און געשטעלט אויפן ציבור, ווייל דאס אז א מענטש האט א חסרון נעמט נישט אוועק זיינע מעלות און זיי גאנצע איבריגע שלימות וואס ער פארמאגט יא!.

אדרבה, ווען מ'קוקט מיט א אמת'דיגע און אויפריכטיגע בליק דעמאלטס ווערט מקויים "וַיִחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל" אז די מעשים פון יעדער איד געפונען חן אין די אויגן פון זיין חבר, מ'זעהט א צווייטענ'ס מעלות און גוטסקייט, ווייל מ'קוקט נישט מיט די שמאלע און מצומצמ'דיגע בליק.

די עבודה בין אדם לעצמו - צריך להאמין בעצמו
הכלל, האבן מיר שוין געפונען אט דעם יסוד סיי "בין אדם למקום" אז מען דארף אכטונג געבן נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאכן מוח ווען עס קומט צו עניני אמונה בהשי"ת, נישט פרעגן הֲמִבְּלִי אֵין קְבָרִים בְּמִצְרַיִם, אדער מַה נִּשְׁתֶּה, וכדומה, און נישט פארגעסן דעם אמת אז דער אייבישטער איז מיט אונז אין יעדן מצב און זארגט פאר אלע אונזערע געברויכן.
אזוי אויך האבן מיר זיך שוין דאס איבערצייגט בנוגע "בין אדם לחבירו" וואו מיר מוזן קוקן מיט א ברייטע בליק, א העכערע בליק, א בליק וואס אנערקענט און זעהט יענעמ'ס מעלות און שלימות טראץ זיינע קליינע חסרונות.

אצינד קומען מיר אָן צום "ואלה מוסיף על הראשונים" וואס גייט אונז צוגעבן א דריטע נקודה, [און איז אין א געוויסע וועג די גרעסטע און די שווערסטע פון די אלע ענינים וואס מיר האבן געלערנט ביז אהער, עס איז ממש 'מוסיף והולך' על הראשונים, און איז באמת פילפאכיג גרעסער ווי די ביז-יעצטיגע לימודים]. און דא גייט אונז די תרה הקדושה לערנען א יסוד נפלא, אז ווען מיר קוקן אויף זיך אליינס, זאלן מיר אויך קוקן מיט א העכערע און ברייטערע בליק, און נישט אנהייבן מיט מוח'דיגע חשבונות און מחשבות וואס פירן דעם מענטש זיך אנצוכאפן אויף יעדע קליינע חסרון...

יא, אזויווי איר הערט, א מענטש איז מחוייב מֵשִׂים לב זיין צו זיך אליינס אויך; שפירן און אנערקענען אז ער האט מעלות און אז ער איז נישט אינגאנצן א דורכפאל אדער שלעכט צוליב דעם וואס ער האט עפעס א חסרון אדער ווייל ער מאכט אמאל א טעות.

און ווי מיר האבן שוין גע'חַזר'ט עטליכע מאל די מורא'דיגע ווערטער פון הגה"ק רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע וועלכער שרייבט (ספר צדקת הצדיק, אות קנ"ד): כשם שצריך אדם להאמין בהשם יתברך, כך צריך אח"כ להאמין בעצמו! פונקט ווי עס איז דא א חיוב אויף א איד צו גלייבן אין אייבישטער, איז אויך דא א חיוב אויף א איד צו גלייבן אין זיך, און וויסן און גלייבן אויף זיך אליין אז ער האט א חשיבות, און אז דער אייבישטער ווארט אויף זיין עבודה און שעפט א תענוג פון איהם.

די עבודה ווען מען משפט זיך אליינס
עס איז וויכטיג צו באמערקן אז די טבע פון א מענטש איז זיך צו קלאפן און זיך אוועקצומאכן. ווי נאר דער מענטש כאפט אז ער איז באגאנגען א טעות, א עוולה, אדער אז ער האט עפעס נישט געטוהן ווי עס דארף צו זיין, מאכט עס איהם קלערן אז ער איז ממש גארנישט ווערד, ער ווערט אינגאנצן 'אויס מענטש' מיינענדיג אז ער האט נישט אין זיך קיין שום מעלה. די זעלבע שמאלע בליק וואס מיר קענען ווענדן קעגן אנדערע, ווענדן מיר אסאך מאל צו זיך אליינס אויך (און על פי רוב וועט עס זיין מיט א גרויסע שיעור, לחומרא) און מיר פארגעסן אז מיר האבן אין זיך אויך פילע גוטע חלקים און זייער אסאך מעלות און גוטע מעשים, וואס די אלע ווערן נישט אינגאנצן 'אויס' צוליב עפעס א געוויסע חסרון אדער פעלער וואס מ'איז באגאנגען.

און אויב וועט דער מענטש טראכטן, נעה, דאס איז גוט פאר חיזוק, אבער למעשה בין איך באמת נישט אזוי גוט און אזוי חשוב... דארף מען וויסן אז די סארט מחשבה שטאמט אויך פון 'גלות הדעת' און א מצרימ'דיגן בליק, עס איז די זעלבע 'מֵיצר' פון קוקן מיט קורצזיכטיגע און גאר-באגרעניצטע אויגן. דאס הייסט, טאקע צוליב דעם וואס מיר זענען נישט משיג די גרויסקייט און חשיבות פון יעדע גוטע מעשה וואס א איד טוט, טאקע ווייל אונזער מוח טראכט מיט קטנות און צמצום, דעריבער ווערן מיר דערשראקן פון יעדע טעות און חסרון און דאס מאכט אונז זיך זעלבסט נידערשלאגן און אראפקוקן. אבער ווען א איד וואלט ווען געוואוסט און פארשטאנען ווי גרויס און ווי חשוב יעדע גוטע פעולה זיינע איז אין הימל, ווי ווייט זיינע מעשים גרייכן און האבן א השפעה, דאן וואלט ער קיינמאל נישט געווארן אזוי צובראכן פון זיינע חסרונות.

אין אנדערע ווערטער, ווען א מענטש איז זיך דַן צום שלעכטן, ער קוקט זיך אָן שווארץ און טונקל, שטאמט דאס פשוט פון א חסרון ידיעה, פון נישט וויסן און ארויסהאבן זיין אמת'ן גרויסן עֵרך און ווערד. און פונקט ווי מיר זענען מחוייב מחשיב צו זיין און זעהן די חֵן פון אנדערע אפילו ווען זיי זענען נישט אינגאנצן בשלימות, דאס זעלבע דארף א מענטש קענען זיך אליינס אויך דן זיין לכף זכות און זעהן זיינע גוטע חלקים וואס זענען אסאך גרעסער און טיפער ווי וואס ער איז באמת משיג מיט זיין קליינע שכל.

מיר זענען נישט משיג די גרויסקייט פון אונזערע מעשים
ווי ספרים הקדושים לערנען אונז אז יעדע דבר טוב וואס א איד טוט, ווערט גערעכנט אין הימל עַד אֵין שיעור ואין ערך. אינעם וועלט פון אמת און נצחיות ווערט יעדע זאך געשאצט מיט א פיל ברייטערע בליק. ווי צדיקים האבן געזאגט, "א איד דארף טוהן, נישט אויפטוהן", יעדע ברעקל אנשטרענגונג און השתדלות וואס מיר מאכן ברוחניות דערגרייכט גאר ווייט. און ווער רעדט נאך ווען אונזערע מעשים טוען יא אויף, איז נישט נאר די מעשה זעלבסט ווערט גערעכנט, נאר אויך אלע גוטע זאכן און תוצאות וואס דאס האט גורם געווען ווערן גענומען אין חשבון, כאטש דער מענטש אליינס ווייסט גארנישט ווי שטארק זיינע מעשים האבן געהאט א השפעה אויף אנדערע און ער האט בכלל נישט אינזין געהאט אויפצוטוהן די אלע גוטע זאכן וואס זענען ארויסגעקומען דערפון. לדוגמא, ווען א איד זאגט א גוט ווארט פאר א צווייטן, ער איז איהם מחזק, אדער אפילו ער גיבט יענעם א שמייכל, רעכנט דער אייבישטער די אלע גוטע זאכן וואס דאס האט געברענגט, די אלע מצוות און מעשים טובים וואס יענער האט געטוהן דורך די חיזוק, וכדומה, דאס אלעס גייט ארויף אויפן חשבון.

און נאר לשבר את האוזן, עס שווימט פשוט ארויף אויפן געדאנק א לעבעדיגע ביישפיל וואס מיר האבן געהערט פונעם בעל העובדא אליינס:
ר' שמואל איז א יונגערמאן וואס איז קובע עתים לתורה, אבער נישט סתם א קובע עתים, נאר אזא סארט וואס קומט יעדן טאג אין בית המדרש צייטליך מיט גרויס ערנסקייט און נוצט אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין, אויף אונזער שפראך רופט מען דאס 'ער האַקט שטיקער' פשוטו כמשמעו, ער זיצט און לערנט מיט א ברען, און האט שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס מיט א קלארקייט אין די מסגרת פון איינס פון די גרויסע חבורות.

ביי א געלעגנהייט ווען מיר האבן אמאל געשמועסט, האט ר' שמואל דערציילט פון וואו ער האט באקומען אזא שטארקע התעוררות צום לערנען און וואס האט איהם געטריבן אנצוהאלטן די געוואלדיגע קביעות ביז ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, ווי פאלגענד: געווען איז דאס ביי א גרויסע מעמד סיום הש"ס וואס איז געפראוועט געווארן ברוב עם, און נעבן מיר איז געזעצן א מיטל-יעריגער איד אין באגלייטונג פון זיין זוהן. אין מיינע אויגן האט ער אויסגעזעהן ווי נאך איינס פון פילע אנדערע נייגעריגע צוקוקער וואס האבן הנאה מיטצוהאלטן מיט א שיינע מעמד, און כ'האב זיך פאָרגעשטעלט אז ער איז סתם געקומען פארברענגן עטליכע שיינע שעות פון שמחה און דערהויבנקייט פונקט ווי מיר. אבער צו מיין גרויס ערשטוינונג דערציילט מיר דער איד אז ער איז א 'מְסַיים' פון ש"ס! נישט נאר ער, נאר אויך זיין זוהן וואס זיצט נעבן איהם, אינאיינעם האבן זיי אדורכגעאַקערט א עמוד נאך א עמוד, א בלאט נאך א בלאט, און א מסכתא נאך א מסכתא, ביז צום גרויסן טאג פונעם סיום ווען דער טאטע מיט די זוהן זענען געקומען מיטהאלטן זייער פערזענליכע שמחה פון מסיים זיין גאנץ ש"ס.

ולא זו בלבד, אביסל שפעטער ווען די מוזיק האט אנגעהויבן צו שפילן פרייליכע ניגונים לכבודה של תורה און דער עולם האט זיך אויפגשטעלט טאנצן מיט גרויס עקסטאז, זעה איך ווי יענער טאטע מיט זיין זוהן כאפן זיך אָן האנט אין האנט און זיי טאנצן מיט א אויסערגעווענליכע התרגשות, עס האט זיך אנגעזעהן אזא דערהויבנקייט און אזא דביקות אויף זייערע פענימער, און מיינע אויגן האבן אפילו אויפגעפּאַסט אויף די קליינע טרערן וואס האבן זיך דארט ארויסגעגליטשט אזוי אומבאמערקטערהייט. די רושם וואס דאס האט געמאכט אויף מיר איז געווען אומבאשרייבליך! איך געדענק אז אין יענע מינוטן האב איך אפגעמאכט ביי מיר אין הארץ מיט א פעסטע החלטה אז ביים קומענדיגן סיום גיי איך קומען מיט די זעלבע מאָס שמחה און התרגשות ווי די צוויי אידן... וואס פארשטייט זיך אז דאס פארלאנגט אז מען מוז אדורכלערנען גאנץ ש"ס. און פון דא שטאמט מיין חשק און מיין התמדה וועלנדיג זוכה זיין צו שפירן דעם טעם וואס איך האב דעמאלטס געזעהן ביי זיי.

אצינד לאמיר נעמען אזא שטילע איידעלע אידל וואס ווייסט גארנישט וואס ער האט אויפגעטוהן, ער האט געהאט זיין אייגענעם שיעור קבוע מיט זיין זוהן, אבער מיט זיין עצם התנהגות האט ער משפיע געווען אויף אנדערע און גורם געווען אז זיי זאלן אויך עוסק זיין אין תורה. און עס איז בלי ספק אז ר' שמואל, וואס איז נאר א 'תוצאה' פון יענער פרעמדער איד'ס לימוד התורה, האט שוין אויך מעורר געווען צענדליגע אידן וואס זענען 'אנגעשטעקט געווארן' דורך זיין חשק און התמדה, און אזוי ציט זיך דאס קייט ווייטער און ווייטער, אָנדעם וואס דער ערשטער מענטש זאל אפילו וויסן דערוועגן.

דער רבוש"ע זעהט זאכן אנדערש ווי מיר זעהן דאס
און מ'דארף נישט קריכן אזוי ווייט ביז צו א סיום הש"ס, דאס וואס יעדע אידישע טאטע און מאמע טוען אין זייער אייגענע שטוב, די כוחות וואס זיי לייגן אריין, די חשק און די שמחה וואס זיי געבן איבער פאר די קינדער, די ענדלאזע שעות פון פיזישע שטוב ארבעט וואס א מאמע לייגט אריין אז די הויז זאל קלאפן און די קינדער זאלן האבן וואס אנצוטוהן און וואס צו עסן, איז דען דא איינער אין די וועלט וואס קען אפשאצן די אמת'ע ווערד דערפון און די ווייטגרייכנדע השפעות וואס די אלע זאכן האבן אויף דורי דורות?.

און דעריבער איז א מענטש נישט בארעכטיגט צו באגיין א עוולה קעגן זיך אליינס דורכדעם וואס מ'ווערט אינגאנצן צוקלאפט און צובראכן פון א חסרון. ווייל מיר ווייסן דאָך פשוט נישט צו שעצן און פארשטיין ריכטיג אונזערע מעלות וואס מיר פארמאגן יא.

און דאס איז לכאורה די כוונה פון די ווערטער פון רבי צדוק הכהן זי"ע כשם שצריך אדם להאמין בהשם יתברך, כך צריך אח"כ להאמין בעצמו! פונקט ווי ס'איז דא א מושג פון אמונה און בטחון אין השי"ת, א איד דארף גלייבן אין אייבערשטן און וויסן אז ער האט נישט קיין השגה אין זיין גרויסקייט, און דער רבוש"ע קען איהם העלפן אין יעדע מצב אפילו ווען פארן מענטש איז שווער צו זעהן די ישועה פאר די אויגן, ווייל דער כוח ה' איז אסאך גרעסער און שטערקער פון וואס א מענטש קען בכלל דערהייבן. די זעלבע וועג דארף מען וויסן אז אונזערע מעשים דערגרייכן אויך אסאך העכער און ווייטער ווי מיר קענען בכלל פארשטיין, און דער זעלבער באשעפער וואס איז א אֵין סוף, ער איז דער וואס ווייסט אפצושאצן און אפצומעסטן אונזערע מעשים.

דער עבד עברי איז פארזינקן אין גלות הדעת
און אט דאס לערנט אונז די תורה הקדושה מיט די פרשה פון א עבד עברי. לאמיר אריינקלערן אביסל וואס האט פאסירט מיט דער איד וואס האט גע'גנב'עט און האט דערנאך געמוזט פארקויפט ווערן פאר א קנעכט.

דער איד האט ווארשיינליך געליטן פונעם זעלבן פראבלעם פון וואס מיר רעדן... ער קוקט מיט א מצומצמ'דיגע בליק! ער לעבט אין א גלות הדעת, און ער האט זיך דערקייקלט צו אזא מצב ביז ער האט נעבעך געמיינט אז ס'איז נישט דא פאר איהם קיין אנדערע עצה נאר צו גיין גנב'ענען כדי צו עררייכן וואס ער דארף. ער שאצט חלילה אונטער די כוח פון השי"ת און ער מיינט אז דער רבוש"ע קען איהם נישט פארזארגן בדרך היתר. און דאס זעלבע מיט'ן איד וואס פארקויפט זיך אליינס ווייל ער האט נישט קיין געלט, ער מיינט אז זיין פרנסה קומט דורך זיין השתדלות און זיינע מעשי ידים, און דעריבער ווען ער זעהט שוין נישט קיין וועג בדרך הטבע לויפט ער זיך פארקויפן און קויפט זיך איין א האַר א בשר ודם אויף זיין קאפ.

די תורה הקדושה הייסט איהם ארבעטן פאר זעקס יאר, און ווי די ספרים הקדושים ברענגן זענען די זעקס יאר מרמז אויף די ששת ימי המעשה ווען א מענטש דאכט זיך נאך אז ער טוט עפעס, אז ער איז אין קאנטראל. אבער "וּבַשְּׁבִעִת" ווען עס קומט די זיבעטע יאר, וואס איז מְכֻוון קעגן דעם זיבעטן טאג - שבת קודש, וואס דעמאלטס איז מעין עולם הבא, דעמאלטס רוהט מען פון אלע השתדלות'ן און אלע עניני עולם הזה זִכָּרוֹן לְמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית, און מען איז מֵעִיד אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט, און דעמאלטס אנערקענט א א איד אז דער אייבישטער ער איז דער וואס שטייט אין שפיץ פון אלעם, ער האט אלעס באשאפן און ער פירט די גאנצע בריאה. און טאקע דעמאלטס "יֵצֵא לַחָפְשִׁי חִנָּם" איז דער צייט ווען דער עבד עברי וועט אויך ארויסקריכן פון זיין גלות הדעת און זיין נישט ריכטיגן בליק.

אבער אויב ער בלייבט ווייטער פארזינקן אין זיין גלות, וְאִם אָמֹר יֹאמַר הָעֶבֶד אָהַבְתִּי אֶת אֲדֹנִי וגו' לֹא אֵצֵא חָפְשִׁי, ער איז געווארן באקוועם אין זיין מצב און ער וויל נישט ארויסגיין פריי, ער וויל זיך נישט דערהייבן און דערהערן דעם רוף פון השי"ת "כי לי בני ישראל עבדים" אז אידישע קינדער זענען גרויס און הייליג, זיי זענען דערהויבענע עבדי השי"ת, און דער אייבישטער איז מיט זיי און קען זיי העלפן אלעמאל אין יעדן מצב, דעריבער דארף מען איהם בויערן זיין פארשטאפטע אויער וואס איז נישט גרייט צו הערן דעם דבר השי"ת.
וויסן אז מיר זענען עבדי השי"ת און בני מלכים!

און דאס איז א יסוד נפלא וואס מיר האבן שוין מקבל געווען נאך אין מצרים, און די תורה שטעלט עס דא אוועק די ערשטע זאך אין אונזער פרשה, ווייל דאס דארף דינען אלס א מוסר השכל פאר אונז אלע: נישט אריינצופאלן אינעם זעלבן גלות הדעת און קוקן מיט א שמאלע בליק אויף זיך אליינס. ואלה מוסיף על הראשונים, פונקט ווי מען דארף זיין נזהר ווען עס קומט בין אדם למקום און בין אדם לחבירו נישט צו קוקן מיט א צמצום; ווען עס קומט בין אדם לעצמו, ווען דער מענטש קומט זיך אליינס משפט'ן דארף עס אויך געטוהן ווערן מיט א העכערע בליק.

אין ספה"ק ישמח ישראל אין אונזער פרשה ווערט געברענגט, אז דערפאר שטייט אין די תורה הקדושה וְאֵלֶּה הַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר תָּשִׂים "לִפְנֵיהֶם" א לשון רבים, "זהו אזהרה לדיין כשיבא לדין, ישער בנפשו כי לא את היחיד העומד לפניו הוא דן, רק נפשות רבים מישראל הוא דן", די תורה הקדושה וויל דא אָנוואָרענען דעם דיין אז ווען ער פסקע'נט א פסק דארף ער געדענקן אז ס'איז נישט נאר נוגע פארן מענטש וואס שטייט יעצט פאר איהם, נאר עס איז "לִפְנֵיהֶם", צומאל קען די פסק זיין נוגע פאר א גאנצע משפחה, פאר א גאנצע סביבה, אדער פאר דורי דורות, און דער דיין דארף וויסן די גרויסע אחריות וואס ליגט אויף איהם צו פסק'ענען ריכטיג.

לענינינו קענען מיר זאגן די זעלבע זאך בנוגע ווען א איד איז עוסק אין 'משפטים' און ער משפט זיך אליינס, ווי די סדר פון מענטש איז אז מ'איז זיך דַן אויף די אייגענע מעשים, דארף מען אבער געדענקן אז ס'איז "לִפְנֵיהֶם" אונזערע גוטע חלקים זענען פיל מער און גרעסער ווי וואס מיר מיינען, און געדענקן די מוסר השכל פונעם עבד עברי וואס ווערט נעבעך געפאנגען אינעם נעץ פון זיין גלות הדעת און ער וויל בלייבן פארזינקן אין זיין שפלות און עבדות, און זוכט נישט דעם וועג ארויס צו העכערקייט און חירות.

מיר טארן נישט מאכן דעם זעלבן טעות און אריינפאלן אינעם נעץ פונעם יצר הרע וואס וויל אונז צוקלאפן און צוברעכן מיט אונזערע חסרונות און קטנות, נאר אונזער תפקיד איז יא צו דערהערן דעם "כי לי בני ישראל עבדים" אז מיר זענען עבדי השם, יעדער פון אונז איז א בן מלך און איז גרויס און חשוב און ווייסט גארנישט צו שאצן אונזער אמת'ע טייערקייט און ווערד.

לסיכום געדענק:
• מען דארף זיך דערהייבן ארויס פונעם גלות הדעת און קוקן אויף זיך אליינס מיט א העכערע בליק. אפילו איך האב חסרונות, זענען אבער מיינע מעלות פיל גרעסער.
• געדענקן אז מיר ווייסן בכלל נישט צו שאצן ריכטיג די ווערד פון אונזערע גוטע מעשים און די ווייטגרייכנדע השפעה וואס זיי האבן.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

Re: משפטים - והוי דן את עצמך לכף זכות!

שליחה דורך א שעפעלע »

די שיעור לייוו
https://torahanytime.com/lectures/281137

פרינט ארויס לכבוד שבת PDF
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 10&gil=172
פארשפארט