ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון קלויזענבורגער אידען האב איך געהערט די מעשה, אז ס'איז געווען מוצ"ש פרשת בשלח, צו ארום יענער תקופה, און דער סאטאמארער רב האט גערעדט פון די בני אפרים, און ווי זיי האבען אזוי שטארק געזינדיגט מיט'ן נעמען א פריצייטיגע גאולה.
דער קלויזענבורגער רבי האט גערעדט נאך דעם, און ער האט געזאגט חלילה וחס צו זאגען אויף די בני אפרים אז זיי זענען געווען מבעטים בגאולת ה'. נאר וואס? דאס ארויס גייען פון מצרים ווען גאנץ כלל ישראל איז דארט געבליבען, דאס איז די טענה אויף זיי.
דער סאטמארער רב איז געווען באטראפען מיט די רמז, און ער איז ארויס געגאנגען אין מיט'ן די דרשה.
ע"כ שמעתי מפי חסידי קלויזענבורג.
נישט פונקטליך אזוי,
דער מלוה מלכה איז געוועהן געווידמענט לטובת הכנסה פאר'ן צעילימ'ער קהלה, ווען צעילימ'רב האט געבעטן און איינגעלאדענט דער סאטמאר רב אנטייל צו נעמען אינעם מלוה מלכה ווי אויך צו רעדן, דער סאטמאר רב האט געזאגט ס'איהם אביסל שווער מוצ"ש, אבער אויף צו רעדן וועט לכאורה שוין זיין צו שפעט. דער סאטמאר רב האט נישט געזאגט בפירוש אז ער גייט יא אדער נישט רעדן, נאר ס'ווענט זיך אויפן זייגער. למעשה האט דער צעילימער רב פארשטאנען לויט ווי ער האט געקענט דעם סאטמאר רב האט פארשטאנען אז ער וועט נישט רעדן, האט ער אנשטאט דעם איינגעלאדענט דעם קלויזענבורגער רב צו זאגען דעם צענטראלע דרשה.
ביז אהער איז א זאך פאר זיך.
למעשה האט זיך דער סאטמאר רב אנגעשטרענקט מפני כבוד פון צעהלימ'ער רב, און איז נאך אנגעקומען נאך איידער דער קלויזענבורגער רב'ס דרשה, וואס דער סאטמאר רב האט אויסגעהערט אבער ס'האט זיך דערקענט א אנגעצויגענקייט אויף זיין געזוכט, ווען דער ק"ב האט געענדיקט האט צעהלימ'ער מכבד געוועהן סאטמאר רב צו רעדן, אה פינקן פייער, ער האט גערעדט צוויי פייכיג, דהיינו ער האט גערעדט פון איין זאך אבער מ'האט קלאר פארשטאנען צו וועם דער ריכטיגע ציל איז.
ועוד יש לדלות ולהשקות.