פארשידענע וואָצעפ טרעיטס:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

פארשידענע וואָצעפ טרעיטס:

שליחה דורך הגיון »

פארשידענע וואָצעפ טרעיטס:

• די וואס האבן אפן זייער last seen, פשוט ווייל זיי קערן נישט.
• די וואס האבן אפן זייער last seen, פשוט ווייל זיי ווילן קענען זען אנדערע.
• די וואס האבן אפן די בלויע-טשעק, פשוט ווייל זיי קערן נישט.
• די וואס האבן אפן די בלויע-טשעק, פשוט ווייל זיי ווילן קענען זען אנדערע.
• די וואס האבן אפן די בלויע-טשעק, ליינען די מעסעדזשעס און קענען ענטפערן די אנדערע טאג.
• די וואס האבן פארהאקט די בלויע-טשעק פשוט זיי דארפן חירות, בלי לחץ.
• די וואס ווערן מורא'דיג געטריגערט ווען די בלוי טשעקל קומט ארויף און יענער האט נאכנישט געענטפערט.
• די וואס הייבן אן טראכטן א גאנצע מעשה ווען א בלויע טשעקל גייט אומגענטפערט.

• די וואס קוקן נישט קיין סטעטוס. פינטל.
• די וואס מיוטען די סטעטוס און זאגן פאר יעדעם אז עס איז מיוטעט.
• די וואס מיוטען נישט די סטעטוס און זאגן פאר יעדעם אז עס איז מיוטעט.
• די וואס פאסטן סטעטוס אבער קוקן נישט אנדערע סטעטוס.
• די וואס פייגערן צו קוקן סטעטוס אבער עס פאסט נישט.
• די וואס קוקן סטעטוס א שעה בעפאר די לעצטע 24 שעה, פשוט זיי האבן נישט קיין צייט.
• די וואס געבן נישט קיין שיט, און עפענען גראד די סטעטוס די רגע עס איז לייוו.
• די וואס קאַמענטירן קיינמאל נישט אויף קיין סטעטוס, א לייק, א גוט ווארט אא"וו.
• די וואס סקרינשאטן יענעמ'ס סטעטוס אן געבן קרעדיט אדער א רעאקציע.
• די וואס פאסטן סטעטוס און קוקן קיינמאל נישט ווער און וויפיל מענטשן האבן'ס געקוקט.
• די וואס רעגן זיך אויף די וואס קוקן נישט זייערע סטעטוס, און ווארטן שוין קוים אויף נקמה נישט צו קוקן ווען יענער לייגט סטעטוס.
• די וואס מאכן נישט קיין עסק און חשבונות פון סטעטוס, זיי פאסטן, זיי קוקן יענעמס, זיי רעדן נישט דערפון, עס איז נישט תופס מקום.
• די וואס פאסטן סטעטוס 5 מאל א טאג.
• די וואס פאסטן סטעטוס איינמאל א יאר.
• די וואס ווילן פאסטן סטעטוס, אבער שעמען זיך.
• די וואס פאסטן קיינמאל נישט, און די איינמאל וואס זיי פאסטן יא, איז דאס א טשערעטי קאמפיין.

• די וואס לייגן א בילד פון זיך אויף זייער פראפייל בילד.
• די וואס לייגן א בילד פון א בוים אדער קינד אויף זייער פראפייל.
• די וואס זען אנדערע לייגן בילדער פון זיך אויף די וואצעפ פראפייל, און באוואונדערן יענעמ'ס שטארקייט.
• די וואס מיינען אז נאר מענטשן וואס זענען גוט-לוקינג לייגן בילדער פון זיך אויף די פראפייל.
• די וואס וואלטן גע'חלש'ט ארויף צו לייגן בילדער פון זיך אויף די פראפייל אבער שעמען זיך.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: פארשידענע וואָצעפ טרעיטס:

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

לגבי פראפייל בילדער, איך פלעג אמאל מיינען אז דאס נישט לייגן א בילד פון זיך אויף סאושעל מידיע איז א חסידישע קרענק, היינט אבער ווען כמעט אלע מיינע קאנטעקטס זענען נישט חסידיש האבן נאכאלץ כמעט קיינער פון זיי א בילד פון זיך, געווענליך די וואס לייגן יא איז עס ביזנעסלייט אדער סתם אנדרייער וואס וואטסעפפ איז א טייל פון זייער "online presence".
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

Re: פארשידענע וואָצעפ טרעיטס:

שליחה דורך הגיון »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 09, 2024 11:49 am לגבי פראפייל בילדער, איך פלעג אמאל מיינען אז דאס נישט לייגן א בילד פון זיך אויף סאושעל מידיע איז א חסידישע קרענק, היינט אבער ווען כמעט אלע מיינע קאנטעקטס זענען נישט חסידיש האבן נאכאלץ כמעט קיינער פון זיי א בילד פון זיך, געווענליך די וואס לייגן יא איז עס ביזנעסלייט אדער סתם אנדרייער וואס וואטסעפפ איז א טייל פון זייער "online presence".
דו מיינסט צו זאגן אז נישט חסידישע ליידן פון די זעלבע זאכן וואס אונז ליידן?
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: פארשידענע וואָצעפ טרעיטס:

שליחה דורך שפילער »

צו מאכן געלט פון וואטס עפפ דאס האבן נאר חסידים אויסגעטראכט... זאגסט פאר א גוי אז ביי אונדז איז דא נייעס סטעטוס קיקט ער דיר אן פון די לבנה
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
פארשפארט