נייע אנטדעקונג באפעסטיגט: לשון קודש די אידישע שפראך

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

נייע אנטדעקונג באפעסטיגט: לשון קודש די אידישע שפראך

שליחה דורך קופערניקוס »

אין די העברעאישע הארץהאב איך באגעגענט אן אינטערסאנטע ארטיקל איבער א אור אלטע אידישע שילד אויסגעקריצט אין שטיין, וואס מען האט אנטדעקט אין קעלן - דייטשלאנד, די לשון קודש'דיגע ווערטער "זה החלון להוציא צואה דרך שם" דאס איז די פענסטער ווי ארויסצעווארפן די צואה...
אויבנאויף זעהט עס אויס מאדנע, אבער דאס איז א שטארקע אנדייטונג אז אידן אין אייראפע האבן אין די מיטל אלטער יארן גענוצט לשון קודש נישט בלויז פאר תורה ותפלה, נאר אויך אין חיי יום יום, און אפילו פאר אזא ענין חולין ווי בית כסא אנווייזונגען. לויט ווי די ארכעאלאגן שאצן איז די שילד געווען ביי א הויז נעבן בית מדרש און די שילד ווארענט אז מען זאל נישט ארויסווארפן די שמוץ נעבן בית מדרש, נאר פון א געוויסע אנדערע פענסטער ווי עס איז געווען א שטיקל אפלויף (יא, עס האט גע'סרח'ט אמאל, מען האט געגאסן צואה אין די גאסן, נאר אין אונזערע שוואכע דורות קען מען מקיים זיין וכסית את צאתך מיט אזא הידור מצוה)
אזא שילד אין לשון קודש איז א קלארע ראיה אז יעדער האט פארשטאנען לשון קודש און עס איז געווען א גאנגבארע שפראך.

די הארץ ברענגט די ווערטער פון די ספר "מחברת הערוך" ווי דער מחבר, ר' שלמה אבן פרחון, א ספרדישער חכם וואס איז געפארן מיט אכט הונדערט יאר צוריק קיין איטאליע, שרייבט ער אז אין אייראפע רעדן די אידן לשון קודש, "ואני אפייס את הקורא בזה מכלל החכמים ויעמוד על עומקו, אם ימצא שגגה או שום שכחה או לשון שאינו מבואר ביותר שידינני לכף זכות. כי לא נהגו בני מקומנו לדבר בלשון הקודש כל כך מפני שכל מקומות של ארץ ישמעאל לשון אחד להם וכל אכסנאים הבאים להם יכירו לשונם, לפיכך לא הוצרכו להשתמש בלשון הקודש להיות רגילים בו. אבל כל ארץ אדום משונים לשונותם בו וכשיבואו אכסנאים להם לא יכירו דבריהם הוצרכו לדבר להם בלשון הקודש ולפיכך מורגלים בו יותר".
דער בארימטער פראפעסער און פארשער פון אידישע מנהגים י' תא שמא שרייבט אויך אז לשון קודש איז געווען א אינטערנאציאנאל אידישע שפראך, ווייל אין יעדע געגנט האבן אידן גענוצט אנדערע שפראכן פון די שפת המדינה, און לשון קודש האט אלע פאראייניגט.
דער הארץ ברענגט אויך פון ספר חסידים, פון ר' יהודה בן שמואל החסיד פון דייטשלאנד אין די מיטל אלטער, ווי ער שרייבט א מעשה אז א איד איז געווען געפאנגען און ער האט געהערט אונטערוועגנס מענטשן רעדן אין לשון קודש האט ער געוואוסט אז דאס זענען אידן. זעהט מען אז אידן האבן פיין געפלוידערט אין לשון קודש.

דאס איז זייער אינטערסאנט, ווייל אין די היימישע מסורה האט מען אזויפיל געקלאפט לשון קודש און געהויבן אידיש, די דאזיגע ערפינדונגען געבן אן אנדערע פרעספעקטיוו אויף די זאך. ודבר אלקנו יקום לעולם!

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר