ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך דערהויבענע איד »

גאלד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:41 pm בימינו איז נישטא קיין מצות ישוב אר"י, נאר פאר ממש יחידי סגולה, ראיתי בני עליה והמה מועטים, (אווי תלמידי הגר"א והבעש"ט וכדומה) אבער סתם המון עם טארן נישט עולה זיין לאר"י בלויז אלס עליה. (חוץ אז ס'מאכט זיך זייטיגע אומשטענדן וואס פירט דעם מענטשן אהין מחמת סיבות וואס ער קען נישט קאנטראלירן) און זיכער טאר מען נישט רופן די מאסן צו עולה זיין. אפי' לפי שיטת הרמב"ן.

שכוח פארן ברענגן דא א שטיקל דברי יואל.


כ'האב געמיינט אז אסטראלאג גייט זיין די ערשטע חכם.


נעקסטיים זאג עס מיט א מקור.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך yatzmachp »

זאג מיר פונקטליך וואס איז בעסער פאר א פרומער איד אין ארץ ישראל קעגן אמעריקע. ווען מען גייט נאר ארויס פון די היימישע געגנטער אין ארץ ישראל קען מען זעהן די שנאה שפריצט ארויס פון די אויגן פון דער וואס איז נישט אזוי פרום ווי דיר. קוק ווי שווער עס איז פאר מזרחי ארויסצושטעלן א פאראיינגטע פראנט ווייל קיינער פארטראגט זיך נישט מיט קיינעם אפגערעדט פון די קארופטירטע חרדישע פארטייען. די מצב גייט נאר ווערן ערגער און ערגער. די אישו מיט די מיליטער ווערט נאר ערגער און ערגער, די פרייער האלט נישט אויס ווען דער פרומער גייט נישט אין מיליטער און ווען ער גייט שוין יא האט ער נישט קיין טשענס זיך ארויפצוארבעטן צו קיין חשובע פאזיציעס. דער טאג וואס די מיליטער וועט ווערן רעליגיעז גייען די פרייע ווערן די סיקריקים אזוי ווי עס איז געווען די לעצטע דריי יאר ווען זיי האבן זיך מער נישט געוואלט באטייליגן אין די רעזערוו דוטי. קיינער האט גארנישט געקענט טאן ווייל זיי זענען די העכסטע פונעם שטייסל. נישט ווייל זיי זענען אזוי גוט נאר ווייל עס איז א קארופטירט לאנד. די רייכע פרייע האבן אוועק געטראגן זייערע אינוועסטמענטס פון ארץ ישראל צו סטראשען די רעכטע. די פרייע וועלן אינטערברענגען דאס לאנד אויב זיי זענען נישט אין פאוער. נישט לאנג צוריק האט זיך דער בגץ דערקלערט אלס דער מושל בכיפה און קיינער קען זיי נישט צוימען. אין די נעקסטע צוואנציג יאר גייט ארץ ישראל אויסזען ווי א דריטע וועלט לאנד ווי די עליטע האלט אלעס פאר זיך אלס מינאריטעט און די מאדזשאריטי קען זיך אונטער ווישן. ארץ ישראל האט נישט קיין פריינד ווייל זיי זענען אידן. ווי לאנג זיי זענען נאך פריי וועט זיי נאך די וועלט דולדן. די טאג וואס זיי ווערן מער רעליגיעז וועט זיי די וועלט אונטערברענגען מיט די הילף פון די פרייע אין ארץ ישראל און אינדרויסן פון ארץ ישראל א שטייגער ווי די רעפארמער. חאמאס האט א טובה געטאן פאר די ישראלים אז די מלחמות אין לאנד צווישן זיך האט זיך צייטווייליג אפגעשטעלטאון די וועלט האט געמוזט אנשטעלן א פנים פון רחמנות. די פרייע ישראלים דא אין אמעריקע ווילן בדווקא נישט האבן קיין שייכות מיט קיין פרומע אידן ווייל זיי ברענגען נאך זייער שנאה מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן מיט זיך. זיי האבן זיך פיינט פארן געבוירן ווערן אלס איד.

איך וויל נאך אלס פארשטיין וואס איז אזוי גוט פאר א פרומער איד אין ארץ ישראל קעגן אנדערע לענדער.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אפטימיסטיש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:07 pm חז"ל זאגן ‎(שבת לב.) לעולם אל יעמוד אדם במקום סכנה לומר שעושין לו נס שמא אין עושים לו נס ואם עושין לו נס מנכין לו מזכיותיו.

לעניית דעתי: א לאנד וועלכע ס'פליען דארט ראקעטן כמעט אויף א טעגליכע פארנעם. און יא אפילו אין די אזויגערופענע "זיכערע" געגנטער ירושלים און אין תל אביב פייפן די סירענעס, און מען ברויכט אריין לויפן אין א באמבע שעלטער. דאס הייסט א מקום סכנה. כ'רעד שוין נישט פונע'ם פאקט אז חיזבאלא שיסט אריין מיסילס און הרג'ט מענטשן אויף א טעגליכע פארנעם - נאך איידער א אפיציעלע קריג האט אויסגעבראכן היל"ת. א לאנד וואס ליידט שטענדיג פון טעראר אטאקעס און איז אין מלמחה יעדע פאר יאר... come on
סאוי למשל דו וואלסט זיך צוריק געהאלטן פון פארן קיין אר''י פאר א וואך?
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך משה רבקש »

צקון לחש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:18 pm
משה רבקש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:53 pm
א סולם צום הימל
(אגב, כמדומני אז איר זענט אויך פון בעלז?)
איך בעלז?? נאופ!
פאר קאנטעקסט: מיין טאטע איז א זאלי א זון פון א בני יואל און אן איידעם ביי אן ארוני...
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך צקון לחש »

משה רבקש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:09 pm
צקון לחש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:18 pm
משה רבקש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:53 pm
א סולם צום הימל
(אגב, כמדומני אז איר זענט אויך פון בעלז?)
איך בעלז?? נאופ!
פאר קאנטעקסט: מיין טאטע איז א זאלי א זון פון א בני יואל און אן איידעם ביי אן ארוני...

אופס... מיי בעד, דער באר הגולה איז פון ווילנא, דער באר היטב איז פון בעלז
טיילונג איצט!
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

קוק ווי די ארצישראל'דיגע מענטשן לעבן אויף ווען זיי קומען דא אויף א באזוך, אדער די משולחים וולעכע קומען דא נאך געלט!
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך משה רבקש »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:46 pm קוק ווי די ארצישראל'דיגע מענטשן לעבן אויף ווען זיי קומען דא אויף א באזוך, אדער די משולחים וולעכע קומען דא נאך געלט!
וכן להיפך
מסע הקודש יוכיח
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך תורה ומדע »

ישי שטיינמעץ האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:06 pm
תורה ומדע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:42 pm פראבלעם איז אז אין ארץ ישראל איז דער חרדישער ציבור א סאך מער קאנטראלירט און מצומצם. ס׳לוינט צו מאכן עליה און אהננעמען יאנג איזראעל אדער yu אידישקייט. דאס זיכער.
ס'מאכט זיך שוין היינט קהילות פון עולים און אנדערע וואס זענען נישט אונטער די קאנטראל פון די אלגעמיינע חרדישער פירערשאפט. ווי מער עולים אלץ וועט עס ווערען מער עסטעבלישט !
נאך נישט גענוג. ס'פעלט אסאך ברייטקייט און נארמאלאזירטע בעלבתיש'קייט. רוב ביזנעסלייט און אייגנטומער זענען מזרחי אדער פריי. חרדי אויף א שטייגער ווי אין נוא יארק און נוא דזערזי עגזיסטירט ניט. דאס איז טאקע אויך די סיבה פון די קאלטס פון וויזניץ מ' און גער. און נוא יארק אדער אייראפע קען אזאן זאך ניט מעטעסטיסייזן.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך שמעקעדיג »

דערהויבענע איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:42 pm ווען @שמעקעדיג גלייכט צו יו''ט אין אר''י צו קר''י, ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן מסביר זיין וואס ער פארשטייט נישט, אדער בעסער געזאגט וואס ער פילט און עקספיריענסט נישט.
לאל, כאפ נישט קיין הייסע לאקשן... כ'בין שוין געווען ימים טובים אין א"י און איך ווייס אז עס איז הערליך שיין ממש אין כדוגמתו, אבער דא האט מען גערעדט כלפי דעם פרט אז מען איז צווישן בלויז אידן, נו, שבועות אין קרית יואל למשל איז די זעלבע בחינה, א קליינע קיבוץ גליות פון טויזענטער אידן, אן קיין אומות העולם, די אלע וואס גייען אהין זאגן אז דאס איז א הדרא דלא אפשר למיפרט בשפותא. עכ"פ כ'האב נאר גערעדט פון די איינע פרט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך שמעקעדיג »

אגב, סתם פאר אינטערעסאנטקייט,
גיב א קוק דעם קליפ

די איין מינוט פון 6:30-7:30

וירח ה' את ריח הניחוח
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך אייניקעל »

לענ"ד דארף א יוד וואוינען אין ארץ ישראל נישט ווייל ס'איז א בעסערע אדער ערגערע לאנד, אזא קאמפערעסן ארבעט פונקט גוט ווען איך וויל פארגלייכן אמעריקע קעגן קענעדע אדער לאנדאן קעגן מאנטשעסטער

אין ארץ ישראל דארף א יוד וואוינען ווייל דארט איז זיין נאטורליכסטע פלאץ צו וואוינען, דארט באלאנגט ער פון נאטור אויס, נישט קיין שום נפקא מינה צו די זון שיינט אדער עס רעגענט, צו מען קען דארטן וואוינען אין צעמענטענע הייזער אדער נאר סחורה'נע געצעלטן.

תפילין לייגן אינדרויסן פון ארץ ישראל, אדער היטן שבת, צו גיין מיט ציצית אין גלות איז נישט די ארגעניאלע מצוה, יא ס'איז חשוב הייליג און טייער אבער נאר אלץ פלאן ב', די עיקר מצוה איז געגעבן געווארן אז מען זאל עס מקיים זיין דוקא אין ארץ ישראל, צו ס'איז די מצוה פון ועשית מעקה לגגך אדער מפני שיבה תקום, נישט קיין חילוק.

ס'איז אזוי ווי א געוויסע פלאנצונג וואס וואקסט נאר אינעם עמאזאן דזשאנגל זאל ווען האבן א דעבאטע צו דער דזשאנגל איז בעסער פון אלאסקא... ס'איז נאר א שמועס ווען דער פלאנצונג האט פארגעסן וואו ער באלאנגט, און פארגעסן ווער ער איז.

פאר א יוד צו וואוינען פערמענאנט אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט איז אן א לאגיק.

דא האסטו צען סיבות פארוואס א יוד זאל מאכן עלייה און גיין וואוינען אין ארץ ישראל:
1) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
2) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
3) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
4) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
5) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
6) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
7)ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
8) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
9) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
10) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך אבימלך »

איך האב הנאה די טענה'רייען דא ....
למעשה, גייען די נאמבערס פון היימישע אידן וואס באזוכן א''י, נאר ארויף ווי א יאר ס'גייט אריבער,

מיט קאוויד, און די מלחמה, זענען נאך אלע פלייטס פיל, מ'פארט אין די מאסן
אזוי אויך וואוינען דארט די גרעסטע חלק פון היימישע אידן, איז פארוועמן דארף מען דא אויפווייזן ?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך קהל'ס נער »

פארן אויף ישראל פאר א וואך און וואוינען דארט להשתקע זענען צוויי אנדערע זאכען
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך דערהויבענע איד »

קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:30 pm פארן אויף ישראל פאר א וואך און וואוינען דארט להשתקע זענען צוויי אנדערע זאכען
נישט פונקט.

לענ''ד איז די סיבה פארוואס סאטמער אינטערעסירט אר''י ווי א הויקער, איז ווייל מ'באקט דארטן אריין נישט צו פארן קיין אר''י חוץ אויב ס'איז פיקוח נפש.


כבר היה לעולמים פון מענטשן וואס זענען געפארען אויף יו''ט און דארט געבליבן. איך פערזענליך קען איינעם מיט אזא מעשה.
תקע בשופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך תקע בשופר »

וויאזוי האט דער עולם פרנסה דארט? איז שייך צו לעבן א באקוועם לעבן און אוועק לייגן פאר חתונה מאכן און רעטייערמענט? איז מעגלעך א חסידישע איד זאל מאכן דריי פיר מאות א יאר?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך קהל'ס נער »

תקע בשופר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:21 am וויאזוי האט דער עולם פרנסה דארט? איז שייך צו לעבן א באקוועם לעבן און אוועק לייגן פאר חתונה מאכן און רעטייערמענט? איז מעגלעך א חסידישע איד זאל מאכן דריי פיר מאות א יאר?
1. דורך ארבעטען (די וואס ארבעטען נישט האבן טאקע נישט)
2. מיט איזרעילישע סטאנדארטן, יא.* (מיט אמעריקאנע סטאנדארטן קען מען אויך נישט אין אמעריקא), אויף ריטייערמענט איז דא ביטוח לאומי וואס צאלט ארום דריי אהאלב טויזענט א חודש.
4. ניין, טשאנסן זענען אינטער איין פערסענט

*(אין ישראל קאסט א דירה ארום 450ק, א קאר דארף מען נישט ס׳דא באסעס איבעראל, שכ״ל צאלט מען כמעט נישט ווייל רוב געלט צאלט די מדינה, עסן וואס מען מאכט אין ישראל איז אסאך ביליגער, די סטאנדארט פון חתונה מאכן איז בערך ווי א בר מצווה אין אמעריקא, (די כמעט איינציגסטע עקספענס איז די ליל החתונה, קיין פורניטשער קיין דייאמאנטן, כמעט נישט קיין מתנות, די פרויען גייען מיט שבת קליידער אנשטאט קאסטום גענייטע קליידער, דירות געט שוין כמעט קיינער נישט חוץ א אויסגערופענע עושר)

לסיכום, קען מען האבן פרנסה אין ארץ ישראל, יא.
קען מען האבן די געספוילטע אמעריקאנער רייכקייט, ניין.

אפשר דאס מיינט די משנה ״ארץ ישראל נקנית ביסורין״
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

די זאך איז אז די אזוי-גערופענע "רייכקייט אין אמעריקע" איז אויפען וועג צו א סוף. די גאנצע אמעריקאנע עקאנאמיע איז אויף צרות. די אמעריקאנע דולר איז א באלאן וואס גייט פלאצן. זיי קערן שוין אפילו נישט! זיי פרינטן געלט אין די טריליאנען אן שום חשבון. זיי ווייסען אז ס'גייט קראכן.

אין ארץ ישראל איז די עקאנאמיע אסאך מער געזונט. מענטשן לעבן מער לויט זייער אינקאם. נישט מיט חובות פון קרעדיט קארטלעך... ארץ ישראל וועט זיין בסדר נאך די קראך פון די אמעריקאנע דולר. אמעריקע גייט זיך זייער מוטשען. לויט אלע ווארשיינליכקייטן וועט אמעריקע גיין פון א ערשטע וועלט לאנד צו א דריטע וועלט לאנד, און אזוי אויך מערב אייראפע.

און אזוי יעדעס מאל ווען א לאנד האט שווערע צייטן וועט עס זייער הייבן אנטיסעמיטיזם. נו... אז ס'וועט שוין נישט זיין די "גאלדענע אמעריקע" און אז ס'וועט זיין שווערע אנטיסעמיטיזם, דאן וועט דער עולם זוכן א וועג ארויס... מסתם וועט די גרעסערע חלק פון ארטאדאקסישע אידן אנטלויפן צו די איינציגע פלאץ ווי א איד קען נאך געהעריג גיין, און דאס איז קיין ארץ ישראל.

לאמיר זיך נישט נארן. רוב מאל ווען אסאך מענטשן טוישן וואוינארט איז עס מחוסר ברירה, ווייל די אומשטענדן צווינגען. ס'נישט קיין גרינגע זאך זיך צו אויפהייבן איין שיינעם טאג און מופן אלץ מצות יישוב ארץ ישראל. יא, ס'דא מענטשן וואס האבן דאס געטוהן, אבער רוב המון עם וועט זיך רירן נאר ווען ס'וועט נישט זיין צופיל ברירות.

די ספרדישע אידענטום האט פארלאזט די אראבישע לענדער פון צפון אייראפע ווען ס'נישט געווען קיין ברירה. די מוסלעמענער האבען גע'רודפ'ט און מען האט געמוזט אנטלויפן.
די זעלבע זאך וועט מסתם געשעהן מיט אמעריקע און אייראפע.

די פראבלעם איז נאר אז ווען ס'וועט זיך אנהייבן א מאסן אימיגראציע דאן וועט מדינת ישראל נישט זיין געהעריג גרייט צו ארייננעמען הונדערטער טויזענטער פליטים א חודש. מענטשען וועלן וואוינען אין קאראוואנים, און מסתם אפילו אין טענטס, ביז מען וועט קענען אויפשטעלען נייע שטעט און שטעטלעך פאר די נייע עולים אין אלע עקן פון לאנד.

ממילא ווער עס קען און האט די מעגליכקייט צו מופן פאר די אמעריקאנע צוזאמענפאל וועט עס זיין אסאך גרינגער, און ווער ס'האט די מעגליכקייט צו קויפן א דירה זאל עס טוהן. ער קען עס פארדינגען דערווייל, און ווען די צייט צו אנטלויפן וועט קומען וועט ער האבן א הויז וואו צו גיין.

יהי רצון אז שיבת ציון זאל זיין מיט רחמים.

ותחזנה עינינו בשובך לציון ברחמים אמן.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך קהל'ס נער »

מצוות ישוב ארץ ישראל איז זייער א חשוב׳ע און טייערע מצווה, און ווער עס טוט דאס אשרי לו ואשרי חלקו.
אבער פליז רעדט נישט קיין שטותים, ס׳קומט נישט קיין גירוש אמעריקא, די עקאנאמי קראכט נישט, ס׳האט נישט קיין פשט צי דערשרעקן מענטשן צי קיין וואוינען אין ארץ ישראל, אז א מענטש גייט וואוינען אין ישראל דארף עס קומען מתוך אהבת ארץ ישראל און נישט פון פראפעגאנדירטע ענקזייעטי.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך אונטער חכם »

איינמאל אמעריקע ווערט א דריטע וועלט לאנד איז די מדינה אווער עפ''י דרך הטבע, קען זיין עטס ווילטס וואוינען אין אן עגיפטישע אדער איראנער קאנטראלירטער ארץ ישראל אויך...
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

קהל'ס נער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 11:12 am מצוות ישוב ארץ ישראל איז זייער א חשוב׳ע און טייערע מצווה, און ווער עס טוט דאס אשרי לו ואשרי חלקו.
אבער פליז רעדט נישט קיין שטותים, ס׳קומט נישט קיין גירוש אמעריקא, די עקאנאמי קראכט נישט, ס׳האט נישט קיין פשט צי דערשרעקן מענטשן צי קיין וואוינען אין ארץ ישראל, אז א מענטש גייט וואוינען אין ישראל דארף עס קומען מתוך אהבת ארץ ישראל און נישט פון פראפעגאנדירטע ענקזייעטי.
ס'האט גארנישט מיט ארץ ישראל...
אמעריקע איז סקעדשיולד פאר א אונטערגאנג. לפחות א גרויס חלק פון אמעריקע.
ס'נישט מיין אויפטוה.... ס'איז א זאך וואס אסאך אנאליסטען טענה'ן.

אמעריקע גייט נישט בלייבען וואס עס איז . ס'נישט קיין ספק אין דעם.

און כ'פרוביר נישט צו אנשרעקען קיינעם. כ'זאג נאר אז די מציאות איז אז ס'נישטא קיין נארמאלע עתיד אין אמעריקע. לויט אסאך אנאליסטען איז דאס די מציאות. מ'קען ווארטען און זעהן.

די מערב וועלט בכלל האט נישט קיין עתיד.
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

אונטער חכם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 11:19 am איינמאל אמעריקע ווערט א דריטע וועלט לאנד איז די מדינה אווער עפ''י דרך הטבע, קען זיין עטס ווילטס וואוינען אין אן עגיפטישע אדער איראנער קאנטראלירטער ארץ ישראל אויך...
ארץ ישראל ווערט געהיטען נאר דורך דעם בורא כל עולמים. נישט אמעריקע. און נישט קיינער אנדרעש. דער באשעפער האט זיך זיינע וועגען.
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ייעעקקבב »

אייניקעל האט געשריבן: תפילין לייגן אינדרויסן פון ארץ ישראל, אדער היטן שבת, צו גיין מיט ציצית אין גלות איז נישט די ארגינעלע מצוה, יא ס'איז חשוב הייליג און טייער, אבער נאר אלץ פלאן ב', די עיקר מצוה איז געגעבן געווארן אז מען זאל עס מקיים זיין דוקא אין ארץ ישראל, צו ס'איז די מצוה פון ועשית מעקה לגגך אדער מפני שיבה תקום, נישט קיין חילוק.

וואס איז פשט פון די מאדנע ווערטער?
עס איז א אייגענע סברה בלי טעם? אדער עס האט א פשט?

אגב קבלת התורה איז געווען אין חוץ לארץ, דאס מיינט אז אונז האבן טאקע נישט באקימען די ארגינעלע תורה?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך קהל'ס נער »

כתובות ק"י ע"ב

"כל הדר בארץ ישראל - דומה כמי שיש לו אלוה, וכל הדר בחוצה לארץ - דומה כמי שאין לו אלוה, שנאמר: (ויקרא כה, לח) לָתֵת לָכֶם אֶת אֶרֶץ כְּנַעַן לִהְיוֹת לָכֶם לֵאלֹקים, וכל שאינו דר בארץ אין לו אלוה? אלא לומר לך: כל הדר בחוצה לארץ - כאילו עובד עבודת כוכבים.
וכן בדוד הוא אומר: (שמואל א' כו, יט) כִּי גֵרְשׁוּנִי הַיּוֹם מֵהִסְתַּפֵּחַ בְּנַחֲלַת ה' לֵאמֹר לֵךְ עֲבֹד אֱלֹהִים אֲחֵרִים, וכי מי אמר לו לדוד לך עבוד אלהים אחרים? אלא לומר לך: כל הדר בחוצה לארץ - כאילו עובד עבודת כוכבים.

(לאמיר נישט פארדרייען, אבער ס'איז קרעיזי ווי א יעדע חומרא שלא ראו אבותינו צווינגען די רבנים ארויף אויף אונז, אבער אזא אפענע גמרא איגנארירן זיי, ווי כאילו נישט אונז מיינט מען)


אגב, ס'דא א רש"י (כ'קען מיך נישט דערמאנען וואו) אז מצוות און עבירות זענען נאר אין ארץ ישראל, אין חוץ לארץ זענען די מצוות און עבירות גארנישט ווערד.
@ברוך שפינוזה דו ביסט דאך א תלמוד חכם, געדענקסט אזא גמרא?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט