נו! נו! אתה יצרת!!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך מונטסורי »

פונקט דעם שבת ראש חודש האב איך געטראפען א וואונדערבארע פירוש אויף אתה יצרת אין א סידור ישן נושן וואס איך האב אנדעקט אמאל אין איינע פון די גניזות, איך האב עס אביסל דערהיינטיקט מיט אונזער היימישע אידיש, למען ירוץ הקורה בו, וזה החלי:

אַתָּה יָצַרְתָּ - דו האסט באשאפן
עוֹלָמְךָ - א מקוה
מִקֶּדֶם - אויף צאנז קט.
כִּלִּיתָ מְלַאכְתְּךָ - זיך געבויעט א בית הכסא
בַּיּום הַשְּׁבִיעִי - וויילענדיג אין פאלם ספרינגס
אָהַבְתָּ אוֹתָנוּ - האסט ליב חסידים
וְרָצִיתָ בָּנוּ - און האסט דיר פארגלוסט פּאַוער
וְרוֹמַמְתָּנוּ - און דו האסט אונז אפגעשיידט
מִכָּל הַלְּשׁונות - פון צו לערנען ענגליש
וְקִדַּשְׁתָּנוּ - און האסט זיך געהייליגט
בְּמִצְותֶיךָ - מיט אונזערע פולע פדיונות
וְקֵרַבְתָּנוּ - און דו האסט עס אריינגעשארט
מַלְכֵּנוּ - אונזער רבי
לַעֲבודָתֶךָ - אין דיינע טאשן
וְשִׁמְךָ הַגָּדול - און דיין גרויסע בעקישע
וְהַקָּדושׁ - און די גארטל
עָלֵינוּ קָרָאתָ - האסטו שטארק פארמאכט:

וַתִּתֶּן לָנוּ - און מיר האבן דיר געגעבן
מוֹרֵינוּ - אונזער רבי
וְרַבֵּינוּ - אונזער פירער
בְּאַהֲבָה - מיט בלינדשאפט
שַׁבָּתות לִמְנוּחָה - וואקאציעס צו רוען
וְרָאשֵׁי חֳדָשִׁים - און פירענדע שטעלעס
לְכַפָּרָה - פאר דיינע קינדער
וּלְפִי שֶׁחָטָאנוּ - און וויבאלד מיר האבן געקלאטשט
לְפָנֶיךָ - אויף די פארענטשעס
אֲנַחְנוּ - אונז
וַאֲבותֵינוּ - און אונזערע קינדער
חָרְבָה עִירֵנוּ - איז צוגרינד אונזער געזעלשאפט
וְשָׁמֵם - און עס זשאווערט
בֵּית מִקְדָּשֵׁנוּ - אונזערע חדרים
וְגָלָה - און עס וואלגערן זיך
יְקָרֵנוּ - אונזערע בחורים
וְנֻטַּל - און עס איז פארכאפט געווארן
כָּבוֹד - די דרייווערס לייסענס
מִבֵּית חַיֵּינוּ - פון אונזערע ווייבער
וְאֵין אֲנַחְנוּ יְכוֹלִים - און מיר האלטן עס נישט אויס
לַעֲשׂוֹת חוֹבוֹתֵינוּ - פון די פילע פליכטן
בְּבֵית בְּחִירָתֶךָ - ווען דו וועלסט דיינע קינדער
בַּבַּיִת הַגָּדול וְהַקָּדושׁ - פאר די גרויסע שולן
שֶׁנִּקְרָא שִׁמְךָ עָלָיו - וואס מען גיבט א נאמען נאך דיר
מִפְּנֵי הַיָּד - וועגן א נגיד
שֶׁנִּשְׁתַּלְּחָה בְמִקְדָּשֶׁךָ - וואס פרובירט דיר צו לעקן:

פון דא און ווייטער איז די כתב מטושטש און אומלעזבאר, נאר פונקט האט מיר איינער אריינגעשיקט עפעס א ווידיא פון א געוויסע רבי'נס נייע פריוואטע מקוה, בין איך ממש ארויס פון התפעלות פון די אפענע רוח הקודש פון דעם אלטן מפרש, אט זעט:

לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך לאכעדיג »

איך האף אז מהר"א האט אויך א באנק אין בור אזוי ווי זיין שוואגער פון מרכז.

די פריוואטע מקוה האט מהר"א זיך געלאזט בויען אז ער זאל האבן מער יושב הדעת צו קענען טראכטן וואס צו טון מיט די צרכים פאר כלל ישראל ווי למשל שלום אין בני ברק - מייזליש, שלום מיט זיין שוואגער ר' ישראל, בלאמינגראוו, פעטוועיס, ווער ס'איז גאב"ד ירושלים און אפשר גאר עפעס מיטן ברודער מהר"יי.

מה מקוה מטהר את הטמאים.

אגב, אזוי זעענדיג די קעפל פונעם אשכול דערמאן איך מיר אז מהר"א האט טאקע לעצטנס געהאלטן עפעס א דרשה וועגן אתה יצרת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך זאקן »

:lol: :lol: איך מיין די זאלסט קאלן ארטסקרול פרעגן אויב זיי זוכן איינעם צו איבערטייטשן די גאנצע סידור צו אידיש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום זאקן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך שמעון וואלף »

קיין ווינדער ער האט זיך אהיימגעיאגט עטליכע טעג פריער ווי געפלאנט, פן די וואקאציע. זעהט אויס אז די דאקטורים האבן באשטעטיגט אז די עקסייטמענט פאר די נייע מקוה איז וויכטיגער פאר די געזינט ווי די מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך שמעקעדיג »

ותתן לנו מורינו ורבינו באהבה... :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
בטנית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:01 am
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך בטנית »

זייער נאריש
יענקוש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:32 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך יענקוש »

בטנית האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:47 am זייער נאריש
אויב די פילסט פערזענליך וויי געטאן אין זלזול אין דיין רבי האב אינזין א אנדערע רבי אין לייג צו א יהי רצון פאר אתה יצרת שכל מקום שאזכיר ותתן לנו מורינו ורבינו וכדומה שיהא כאילו התכונתי לרבי פלוני ופלוני וכאילו השגתי כל הסודות ורמזים וכו
יענקוש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:32 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך יענקוש »

וואס טוט ער מיט צואת ר יהודא החסיד?
וועגן בויען א פריוואטע מרחץ בבית.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך שמן למאור »

כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט... :lol:

Screenshot_20240211_115846.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך לאכעדיג »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 11:59 am כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט... :lol:


Screenshot_20240211_115846.jpg
די סאטמאר רב ז"ל איז נישט געווען ביי די ברית פון מהר"א, ער האט דעמאלטס געשנארערט ערגעץ ווי Out of town

די סנדק פון מהר"א איז געווען סטראפקובע רב ר' שלום ז"ל.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך זאקן »

שמן למאור האט געשריבן: כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט... :lol:

די איינציגסטע וועג צו וויסן אויב די מעשה קען אפילו זיין אמת איז דורך פרעגן די רבי גבאי אויב די רבי האט טאקע א קליינע מילה, איינער דא אויף קאווע שטיבל איז גוט מיט די גבאי פישער?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך שמן למאור »

זאקן האט געשריבן: די איינציגסטע וועג צו וויסן אויב די מעשה קען אפילו זיין אמת איז דורך פרעגן די רבי גבאי אויב די רבי האט טאקע א קליינע מילה, איינער דא אויף קאווע שטיבל איז גוט מיט די גבאי פישער?
מען קען דאך נישט וויסן וויאזוי ס'איז דעמאלטס געווען... בבחינת זה הקטן גדול יהיה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך כרם זית »

הדא דכתיב מילה בסלע משתוקא בתרי - פארדעם קען ער זיך נישט האלטן די מויל...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
[NAMELESS]

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך [NAMELESS] »

דא גייט געמעקט ווערען אין גרויסען....
משה רבקש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך משה רבקש »

כרם זית האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:42 pm הדא דכתיב מילה בסלע משתוקא בתרי - פארדעם קען ער זיך נישט האלטן די מויל...
מילה דשטותא
איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך יין שרף »

כרם זית האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:42 pm הדא דכתיב מילה בסלע משתוקא בתרי - פארדעם קען ער זיך נישט האלטן די מויל...
די רבי פלעגט דאך וויינען שובבי"ם אז די ברית המעור איז מכוון כנגד די ברית הלשון
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך קהל'ס נער »

יין שרף האט געשריבן: די רבי פלעגט דאך וויינען שובבי"ם אז די ברית המעור איז מכוון כנגד די ברית הלשון

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מיין מלמד האט געטייטשט, ראש הגויה = די מויל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
נאך א שמויגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:20 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך נאך א שמויגער »

לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:20 pm
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 11:59 am כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט... :lol:


Screenshot_20240211_115846.jpg
די סאטמאר רב ז"ל איז נישט געווען ביי די ברית פון מהר"א, ער האט דעמאלטס געשנארערט ערגעץ ווי Out of town

די סנדק פון מהר"א איז געווען סטראפקובע רב ר' מענדל ז"ל.
ביי מהרי"י שליט"א איז ער יא געווען סנדק. ביי ר' ליפא ווייס איך נישט.
אקטיווע שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:22 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך אקטיווע שרייבער »

נאך די ברית מעשה.... וואלט איך אויסגעטייטשט אויף אים 'אשר יצר' ענדערש ווי "אתה יצרת"...
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יענקוש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 11:37 am וואס טוט ער מיט צואת ר יהודא החסיד?
וועגן בויען א פריוואטע מרחץ בבית.
ס'הייסט?! ער גייט לאדענען די עשירים וועלכע היטן און מארקעטן זיין ברענד
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

אויב דעי מקוה האט דיר אנגערייצט איז א פראבלעם
מילא דו שיקסט אז ער האט אזא מקוה ווי ראבינאוויטש אדער יואלי לאנדא, נו נו קען מען מאכן חרוזים
אבער אזא נארישע בור און טוילעט? ניטאמאל א שוויץ
נעע איך פארגין עס אים מיטן גאנצן הארץ
וואס קאסט עס שוין? א פופציגער?
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

Re: נו! נו! אתה יצרת!!

שליחה דורך מונטסורי »

אוודאי אזוי, נאר א פופציגער פאר די מקוה, א פופציגער פאר וואקאציע, נאך א פופציגער פאר שטריימלעך און פעלצען, פופציגערס יעדעס אייניקעל חתונה צו מאכן, ב״ה לא קלמן ישראל, אונזער גרויסער באשעפער איז דאך א זן את הכל מקרני ראמים עד ביצי כנים און אז ער שיט אריין איינעם אביסעלע הצלחה איז דאך נישט שייך זיך מתמרמר צו זיין, איז טאקע דא צייט קעיר צו נעמען פון די וויכטיגע פראבלעמען, די ווייץ, די שייטלעך, א שיינע מחלוקה׳לע אין בני ברק, א רוק אריין צוריק דעם חשוב׳ן ברודער, עס בלייבט נאך איבער אפילו אביסל צייט צו שלאגן זיך מיט פיערלס וויאזוי עס איז די בעסטע מהלך צו האלטען די קינדער האלבע אנאלפעבעטען אזויווי אונזערע רבי׳ס האבן אלעמאל געוואלט, ווייל פרנסה איז דאך דא בריווח, האמער ס׳פעלט נישט קיין זילבער שטיקער ביים סדר טיש און אז ס׳פעלט א שול נאך מיין נאמען איז תיכף דא א נדבן און פאר סעקשאן אכט שטעלט מען אויך צו א אפיס מיט הילף, איז ציוואס ברויך מען דען די שפת המדינה?

איך פארגין אין עס אים מיטן גאנצען הארץ אבער אזא מין געפירעכץ מאכט א פיינע ״אתה יצרת״ וואס גלוסט זיך שווער ארויסצולאזן :lol:
פארשפארט