ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך חדשים »

ייעעקקבב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:08 pm
אייניקעל האט געשריבן: תפילין לייגן אינדרויסן פון ארץ ישראל, אדער היטן שבת, צו גיין מיט ציצית אין גלות איז נישט די ארגינעלע מצוה, יא ס'איז חשוב הייליג און טייער, אבער נאר אלץ פלאן ב', די עיקר מצוה איז געגעבן געווארן אז מען זאל עס מקיים זיין דוקא אין ארץ ישראל, צו ס'איז די מצוה פון ועשית מעקה לגגך אדער מפני שיבה תקום, נישט קיין חילוק.

וואס איז פשט פון די מאדנע ווערטער?
עס איז א אייגענע סברה בלי טעם? אדער עס האט א פשט?

אגב קבלת התורה איז געווען אין חוץ לארץ, דאס מיינט אז אונז האבן טאקע נישט באקימען די ארגינעלע תורה?

רוב ראשונים האלטן אזוי.
עיין כאן. https://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/ta ... iyum-2.htm
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

בנין בית המקדש השלישי

שליחה דורך שלמה המלך »

קודם כל וויל איך מוחה זיין בכל תוקף ועוז אויף די פרעכע רייד פון חלילה 'א טיפער שלאף'.... עקלהאפטיג און ריין כפירה...
איך גיי קיינמאל נישט אריין אין אזעלכע אשכולות, איך האלט אז עס אסור בהחלט - אבער עס איז נישט מיין עסק, און פערטיג.

אבער היות איך בין אריינגעקומען לכבוד די טעמע פון דעם אשכול, און פשוט באמערקט די גרויליגע כפירה רייד, בין איך מחויב מוחה צו זיין בכל תוקף, און ווי יענער שרייבט שפעטער, ער גייט צום גלח - זייער גוט, עלה והצלח, נעם נאר מיט דא פאר... וואס זיצן נאך דא, זיי ברויכן אויך גיין, און לאזן שלומי אמוני ישראל מיט אונזער אמונה טהורה - וזה הוא...

אצינד צום נושא:
איך האב נישט אדורך געליינט דעם אשכול בעיון, נאר בשטחיות, עס איז זייער זיס.. נהנתי מאד... אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט דעם ענין וואס קאכט זיך ביי א קליין הייפעלע - דערווייל - אבער עס איז העכסט אינטערעסאנט!

איינמאל פאר'ן פארן קיין א"י האב איך גערופן עפעס א קרוב פאר א גרויסע טובה, האט מיר יענער געזאגט ער איז גרייט דאס צו טוהן פאר מיר, אבער בתנאי איך וועל ארויסהעלפן צום בנין בית המקדש השלישי!! איך האב אים זאפארט געענפערט וואס איז די שאלה - אוודאי וועל איך העלפן! אבער נאך ווי....
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט א ווערטל וכדו', אבער ווייניג האב איך געוויסט ווי ערנסט ער מיינט עס!

ער איז גלייך געקומען צום פינטל - און מיך אויפגעהאלטן איבער צוויי שעה - ער זאגט מיר אז די גאנצע זאך פארוואס השי”ת האט אזוי געפירט אז מיר זאלן האבן אן אייגן לאנד איז פשוט ווייל ער וויל מיר זאלן אויפשטעלן דעם בית המקדש השלישי! זייער קלארע דיבורים!

איך האב אנפאנג מיטגעשפילט.. גוט געלאכט... אבער... עס האט זיך זייער שנעל ארויסגעשטילט אז איך האב געהאט א טעות!

ער טענה'ט עז איז דא א שיינער גרויסע עולם וואס האלט אזוי! ער האט מיר אנגעהויפן שיקן בלעטער אויף בלעטער מיט אלע הסברים און בירורים, און אפילו געשיקט די עדווערטייזמענטס פון די גרופע (איך מיין אז זייער הויפט קווארטיר איז אין שומרון) וואס זיי פארארבייטן מעשים אויף דעם.

ער האלט - אזוי ווי אסאך - אז די ציונים זענען רשעים! אבער נישט פאר'ן נעמען דעם לאנד פאר די צייט, אדרבה עס איז שוין די צייט, אבער פאר’ן נישט טוהן מיט זייער power וואס זיי דארפן, דהיינו בויען דאס בית המקדש!!!...

איך פרעג אים וואס הייסט, די ביהמ"ק השלישי וועט דאך אראפקומען פון פייער פון הימל גרייט "ובאש אתה עתיד לבנותה"? זאג ער מיר, דו מיינסט די חברה זענען עמי הארצים? זיי ווייסן נישט וואס דו ווייסט? זיי קענען אויסעווענדיג אלע מדרשים און מאמרי חז"ל און טאקע פארדעם האלטן זיי אז מען איז מחויב צו בויען דעם בית המקדש יעצט! און דאס וואס שטייט אז עס וועט אראפקומען פייערדיג פון הימל איז אמת, אבער עס נעמט נישט אוועק אונזער חיוב צו בויען יעצט פון שטיין און ציגל וכדו’, און לאחר מכן, ווען אונז וועל מיר ענדיגן און עס אנהייבען נוצן, ברענגען קרבנות, מקטיר זיין קטורת וכדו’, דאן וועלן מיר זוכה זיין און דער פייערדיגע בית המקדש וועט אראפקומען פון הימל...

ער איז געגאנגען אאן און אאן, נאנסטאפ! ער זאגט פארוואס זאגט אונז די גמרא פונקטליך די מאס מיט אלע דעטאלן פון א יעדע אינטש אין בית המקדש? דען נישט ווייל ווען די צייט גייט קומען, וואס דאס מיינט זייט תש"ח! און מיר קענען אויף דעם זיך שטעלן און אויספירן! דארף מען וויסן פינקטליך ווי אזוי השי"ת וויל עס זאל זיין זיין הייליג הויז....

עכ"פ וואס איך האב נאר פרובירט צו זאגן, האב ער פאקטיש געענטפערט גאר גוט, און איך האב פשוט נישט געקאנט ווייטער גיין, ער האט מיך מנצח געוועהן אבער נישט פשוט!
פארשטייט זיך זייער זאכליך...

למעשה האב איך אים פארשפראכן צו מאכן א וויזיט דארט, אבער ער דארף מיר ארלעדיגן עפעס וואס איך ברויך - ולא אסתייעא מילתא!

אצינד אז מ'רעדט שוין יא פון אהיים קומען אין אונזער הייליג לאנד, בין איך נייגעריג אויב איינער דא האט א אנונג פון די גאנצע ענין!
[NAMELESS]

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך [NAMELESS] »

וועגען קיום המצוות אין חוץ לארץ
עס ווענדט זיך אויף די גירסא התו"מ אין רש"י, צו עס מיינט הניחו תפילין ועשו מזוזות, צו הפרישו תרומות ומעשרות
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

שליחה דורך עמרם »

פאר חסידי סאטמאר, וואס זענען דבוק אין הרה''ק בעל ויואל משה זי''ע, און נאר וואס ער האט געזאגט איז הייליג בא זיי, איז כדאי צי ברענגען א שטיקל פון די הייליגע ספר ויואל משה, וואס די רבי האט אליינס געשריבן, אין מאמר ישוב ארץ ישראל סימן קלג,
CP20_20240211-151611~2.png
תקע בשופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך תקע בשופר »

העם, דאס אז אמעריקא גייט קראכן און אנאליסטן זאגן אזוי, דאס איז שוין א סייקל פון די אמעריקאנע עקאנאמי פון איר געבורט. און עס קראכט טאקע און עס הייבט זיך אויף. אזוי גייט עס שוין אהן דורעכאויס איר גאנצע היסטאריע.

ממילא קראכן מיט אנאליסטן מיינט נאך נישט אז די סייקל ענדיגט זיך און עס איז פערטיג. עס מיינט נאר אז מען האלט ביי די שלב אינעם סייקעל.
ר' גרשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 5:02 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: בנין בית המקדש השלישי

שליחה דורך ר' גרשון »

שלמה המלך האט געשריבן: ער איז גלייך געקומען צום פינטל - און מיך אויפגעהאלטן איבער צוויי שעה - ער זאגט מיר אז די גאנצע זאך פארוואס השי"ת האט אזוי געפירט אז מיר זאלן האבן אן אייגן לאנד איז פשוט ווייל ער וויל מיר זאלן אויפשטעלן דעם בית המקדש השלישי! זייער קלארע דיבורים!

איך האב אנפאנג מיטגעשפילט.. גוט געלאכט... אבער... עס האט זיך זייער שנעל ארויסגעשטילט אז איך האב געהאט א טעות!

ער טענה'ט עס איז דא א שיינער גרויסע עולם וואס האלט אזוי! ער האט מיר אנגעהויפן שיקן בלעטער אויף בלעטער מיט אלע הסברים און בירורים, און אפילו געשיקט די עדווערטייזמענטס פון די גרופע (איך מיין אז זייער הויפט קווארטיר איז אין שומרון) וואס זיי פארארבייטן מעשים אויף דעם.

ער האלט - אזוי ווי אסאך - אז די ציונים זענען רשעים! אבער נישט פאר'ן נעמען דעם לאנד פאר די צייט, אדרבה עס איז שוין די צייט, אבער פאר’ן נישט טוהן מיט זייער power וואס זיי דארפן, דהיינו בויען דאס בית המקדש!!!...

איך פרעג אים וואס הייסט, די ביהמ"ק השלישי וועט דאך אראפקומען פון פייער פון הימל גרייט "ובאש אתה עתיד לבנותה"? זאג ער מיר, דו מיינסט די חברה זענען עמי הארצים? זיי ווייסן נישט וואס דו ווייסט? זיי קענען אויסעווענדיג אלע מדרשים און מאמרי חז"ל און טאקע פארדעם האלטן זיי אז מען איז מחויב צו בויען דעם בית המקדש יעצט! און דאס וואס שטייט אז עס וועט אראפקומען פייערדיג פון הימל איז אמת, אבער עס נעמט נישט אוועק אונזער חיוב צו בויען יעצט פון שטיין און ציגל וכדו’, און לאחר מכן, ווען אונז וועל מיר ענדיגן און עס אנהייבן נוצן, ברענגען קרבנות, מקטיר זיין קטורת וכדו’, דאן וועלן מיר זוכה זיין און דער פייערדיגע בית המקדש וועט אראפקומען פון הימל...

בפשטות פון רמב"ם אין עטליכע מקומות (הל' בית הבחירה, הל' מלכים) זעהט אויס מיט א פשטות אז עס ליגט אויף אונז די חיוב.
ר' גרשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 5:02 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ר' גרשון »

איטערעסאנטע כתבה בפרשת השבוע
https://www.kipa.co.il/%D7%99%D7%94%D7% ... %99%D7%9D/
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

Re: בנין בית המקדש השלישי

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

שלמה המלך האט געשריבן: איך פרעג אים וואס הייסט, די ביהמ"ק השלישי וועט דאך אראפקומען פון פייער פון הימל גרייט "ובאש אתה עתיד לבנותה"? זאג ער מיר, דו מיינסט די חברה זענען עמי הארצים? זיי ווייסן נישט וואס דו ווייסט? זיי קענען אויסעווענדיג אלע מדרשים און מאמרי חז"ל און טאקע פארדעם האלטן זיי אז מען איז מחויב צו בויען דעם בית המקדש יעצט! און דאס וואס שטייט אז עס וועט אראפקומען פייערדיג פון הימל איז אמת, אבער עס נעמט נישט אוועק אונזער חיוב צו בויען יעצט פון שטיין און ציגל וכדו’, און לאחר מכן, ווען אונז וועל מיר ענדיגן און עס אנהייבן נוצן, ברענגען קרבנות, מקטיר זיין קטורת וכדו’, דאן וועלן מיר זוכה זיין און דער פייערדיגע בית המקדש וועט אראפקומען פון הימל...

אוודאי איז א מצוה צו בויען די בית המקדש בזמן הזה!
ס'איז א בפירוש'ער פסוק די וואך אין די סדרה "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", און די תורה איז א נצחיות ס'גייט ארויף אויף אייביג, ווען מען האט די געלעגענהייט.
און ס'נישט קיין פראבלעם וועגען אפר הפרה וועגן טומאה הותרה בציבור.

אבער אפילו נאך פאר'ן בויען דעם בית המקדש איז דא זאכן וואס מען קען טוהן. ווי למשל קודם כל מקריב זיין דעם קרבן פסח, און בויען א מזבח און מקריב זיין די תמידין!

נאר וואס? ס'דא שרעקליכע פרעשור פון די רשעי האומות ווען ס'קומט צו דעם הר הבית. "זיי" ווייסן זייער גוט אז די פינטל איז די הר הבית, און זיי טוען אלעס וואס זיי קענען צו דערווייטערן אידן פונעם בארג, דורך משונה'דיגע פרעשור אויף די מדינת ישראל רעגירונג.

ווער רעדט נאך ערב פסח ווען טייערע אידן קומען אן קיין ירושלים מיט א ציגעלע כדי צו עכ"פ פרובירן מאכן א קרבן פסח, און זיי ווערן ארעסטירט דורך די פאליציי און אריינגעשליידערט אין טורמע פאר די שרעקליכע עבירה פון וועלן מקריב זיין די קרבן פסח....

דער ריזשינער ז"ל האט אמאל געזאגט, רבונו של עולם, געב אונז די געלעגענהייט איינמאל צו מקריב זיין דעם קרבן תמיד אויפן הר הבית, און דאס וועט שוין אריינברענגען א הרהור תשובה אין די גאנצע וועלט און מקרב זיין די גאולה!

אבער די בני השטן די בני עשו ווייסן דאס אויך, און זיי טוען אלעס וואס זיי קענען צו אוועקשלעפן אידן פון די נקודה הפנימית פון די גאנצע בריאה וואס דאס איז דער מקום המקדש.

נאך די 6 טעג מלחמה ווען דער באשעפער האט געהאלפן אז אידן האבן איינגענומען דעם הר הבית, האט דער קלויזענבורגער רב ז"ל זייער געוויינט, אז מען איז שוין אזוי נאנט אבער אזוי ווייט....

ס'איז איין זאך ווען א קינד איז פארטריבן פון זיין טאטע דער מלך ווייט אוועק אין פרעמדע לענדער, ווייל זייענדיג אזוי ווייט פארגעסט מען אביסל ווער מען איז און ווער די טאטע איז... און די צער איז אביסל פארשלאפן. אבער ווען מען איז אזוי נאנט, מען שטייט שוין ביי די טיר! און דאך קען מען נאך נישט מקריב זיין דעם קרבן פסח! דעם קרבן תמיד! דאס איז זייער א גרויסע צער.

איך האב א מנהג אז ווען איינער פרעגט מיר "וויזוי גייט עס?" זאג איך "נישט גוט"... יענער שטעלט אן א פנים.... נישט גוט? וואסי געשען? זאג איך, ס'דאך שוין צען אזייגער אינדערפרי און מען האט נאכנישט מקריב געווען דעם קרבן תמיד... וויזוי קען מען זאגען אז ס'גוט? ס'דאך נישט גוט. ס'ביטער ווי א זית... מען ווארט דאך שוין אזוי לאנג אז ס'זאל שוין זיין והשב כהנים לעבודתם ולוויים לדוכנם וישראל במעמדם, און מ'שטיימער אזוי נאנט צום מקום המקדש, און די הארץ גייט אויס אז מען זאל שוין קענען טוהן די עבודת הקודש אין בית המקדש, אז דער כהן זאל שטיין און זאגן אז האיר כל המזרח עד שבחברון, און מען ברויך אנהייבן דעם טאג מיטן הקרבת קרבן התמיד און די לוויים זינגען מיט די כלי נגינה און די גאנצע וועלט ווערט נתבסם פון די קדושת העבודה!

אנשטאט דעם, שיינט די זוהן אויף אויף א פוסטע הר הבית, שועלים הלכו בה, מוסלמענער רשעים זענען מחלל דעם מקום, און יעדן טאג נעבעך נאך צרות פאר אידישע קינדער. נו איז דאך ביטער ווי א זית. ווילאנג קען מען דען אויסהאלטען די בושות, בראותי כל עיר על תילה בנויה, אבער ועיר האלקים די הייליגע בארג מושפלת עד שאול תחתיה. די טרערן רינען אראפ פון די אויגעלעך . ס'מוז דאך שוין לעכטיג ווערן פאר אידישע קינדער, אונז זעמער שוין נישט צופרידען סתם מיט א הייסע מקוה און א הייסע קאווע! אונז דארפן א בית המקדש! אונז דארפן א קרבן תמיד מיט א קרבן פסח. אונז וויל מיר שוין צוריק די השראת השכינה. אונז זעמער שוין די דור הגאולה!! הלוואי זאלן מיר שוין זוכה זיין!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ישי: א קרבן פסח קענסטו מקריב זיין אין דיין בעקיארד אויך, ווי רבי יצחק זאגט אין מסכת מגילה שמעתי שמקריבין בבית חוניו. אה, אבער דאס איז נישט גענוג אן adventure פאר דיר, שנייד די קרעפלעך.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: בנין בית המקדש השלישי

שליחה דורך שלמה המלך »

ישי שטיינמעץ האט געשריבן: אוודאי איז א מצוה צו בויען די בית המקדש בזמן הזה.
ס'איז א בפירוש'ער פסוק די וואך אין די סדרה "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", און די תורה איז א נצחיות ס'גייט ארויף אויף אייביג, ווען מען האט די געלעגענהייט.
און ס'נישט קיין פראבלעם וועגען אפר הפרה וועגן טומאה הותרה בציבור.

אבער אפילו נאך פאר'ן בויען דעם בית המקדש איז דא זאכן וואס מען קען טוהן. ווי למשל קודם כל מקריב זיין דעם קרבן פסח, און בויען א מזבח און מקריב זיין די תמידין!

נאר וואס? ס'דא שרעקליכע פרעשור פון די רשעי האומות ווען ס'קומט צו דעם הר הבית. "זיי" ווייסן זייער גוט אז די פינטל איז די הר הבית, און זיי טוען אלעס וואס זיי קענען צו דערווייטערן אידן פונעם בארג, דורך משונה'דיגע פרעשור אויף די מדינת ישראל רעגירונג.

יעצט זיך נעמען פארטרייבן די אראבער פונעם הר הבית איז יענץ געשעפט, די שאלה אבער איז, אין 1948 ווען דו האסט סייווי פארטריבן די ישמעאלים, און די UN (באותה שעה כשרים היו) האט עס בארעכטיגט, טא פארוואס האט מען דעמאלטס נישט געטוהן צו דער זאך? אדער בעסער געזאגט, נאך די יום כיפור מלחמה ווען מען האט איינגענומען דעם כותל, פארוואס האט מען נישט געמאכט א ריכטיגע קלין אפ, די ערשטע צייט (אזוי ווי יעצט) האט ישראל געהאט די וועלט שטיצע, פארוואס האט מען נישט אויסגענוצט די געלעגענהייט און געבויט א הערליכע בית המקדש השלישי? איך מיין מען וואלט נישט געדארפט שווער פאנדרעיזן פאר דעם - אמת'דיג גערעדט, וואס איז טאקע פשט?

ווי נישט ווי קומט אונטער געלעגענהייטן ליידער דא און דארט, אריינגיין לעצטע יאר אין כאן יוניס אדער אין רפיח און מאכן פסח'יג וואלט נישט געוועהן מעגליך, אבער ליידער האט מען באצאלט א פרייז און יעצט טיט מען צו דער זאך - אויך איז געוועהן די וועלט שטיצע פאר אפאר מינוט נישט אויף צו לאנג, פארוואס טוט מען נישט צו דער זאך?

עכ"פ איז דאך דער מנחת אלעזר און סאטמאר רב יא גערעכט געוועהן אז זיי זענען סתם רשעים און פורקי עול! (קענסט דיך פארשטעלן וואס פאר א נשא תורה'ס עס וואלט געקומען ווען מען נעמט זיך בויען א פראכטפולן בית המקדש מיט די פונקטליכע מאס וואס עס שטייט אין מועד קטן....)

אבער אמת'דיג גערעדט, פארוואס איז דאס נישט קיין מדובר? כאטש די רעליגיעזע ציונים וואלטן דאס געדארפט פארלאנגען....

קענסט דיך פארשטעלן אז אשטאט זיצן יעצט אין קאווע שטיבל וואלטן מיר געקענט גיין קיין ירושלים עיר הקודש אריין אין בית המקדש געברענגט א קרבן, אמאל א קרבן תודה אדער חלילה א קרבן חטאת, תשובה געטוהן מיט'ן גאנצן הארץ, שמחת בית השואבה מיט'ן פולן פראכט וכדו'.....

אוי שרייטס טאטע!!!!!!

שיבנה בית המקדש במהרה בימינו ותן חלקינו בתורתיך!

צוריק צום פותח האשכול "ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!", יונגערמאן, זיצן דארט און זעהן מדי יום ביומו א ריזיגן גאלדענעם קאפל אויף מיין הייליגע ליבלינג מקום, ווי שועלים הלכו בו, זיי מעגן אהין גיין און איך נישט - איז מיר גוט צו גיין פאר א וויזיט.

דו ווילסט טוהן צו דער זאך? איך גיי מיט!!! מארק מיי ווארדס!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך קהל'ס נער »

העי פארגעס נישט ד׳ מיתות בית דין איז אינקלודיד אין די פעקידזש….
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך עמרם »

פאר ד' מיתות בי''ד, דארף מען צוויי כשר'ע עדים,
איך וואלט דיך סתם אזוי געראטן נישט צו טוהן אזעלכע עבירות אין פארנט פון זיי.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך קהל'ס נער »

יו מיססד די פוינט,
פאר עבירות ווי למשל פרויען דרייווען אדער שניצען די בארד, וואס מען ווארפט היינט ארויס די קינדער פון מוסדות, ווייל זיי קענען……

גייט זיין ד' מיתות ווייל זיי קענען…..
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך עמרם »

ווענדט זיך ווער ס'וועט שטיין ביים רעדיל
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך שלמה המלך »

זאג נאר! דו בעטסט נישט שיבנה בית המקדש?

וואס איז די פראבלעם מיט ד' מיתות בית דין? דו ווילסט דען זינדיגן?

די אויסשטעל פון אלוקים עשה את האדם ישר, צוזאמען מיט'ן האבן א בית המקדש מיט איר גאנצן אויסשטעל - אין אונזער הייליג לאנד! איז פשוט דעלישעס! קען נישט זיין א שענער און בעסער לעבן.

אנלעס דו ווילסט ענדערש גיין צום גלח.....
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך קהל'ס נער »

שלמה המלך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:55 am זאג נאר! דו בעטסט נישט שיבנה בית המקדש?

וואס איז די פראבלעם מיט ד' מיתות בית דין? דו ווילסט דען זינדיגן?

די אויסשטעל פון אלוקים עשה את האדם ישר, צוזאמען מיט'ן האבן א בית המקדש מיט איר גאנצן אויסשטעל - אין אונזער הייליג לאנד! איז פשוט דעלישעס! קען נישט זיין א שענער און בעסער לעבן.

אנלעס דו ווילסט ענדערש גיין צום גלח.....
די גמ׳ האט שוין אויכט אנערקענט אז מיתת בית דין איז א פראבלעים, און כעזאגט אלע וועגן וויאזוי בית דין האט עס פרובירט צי פארמיידן, מיט כל מיני תירוצים, שמא טרפה היה? האם ראיתה מכחול בשפופרת?
משא״כ אינזערע רבנים וואס ביי זיי וואלטן עס געגאנגען שמא כשר היה? האם ראית לאנגע פאנדזשעלאו?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:41 am יו מיססד די פוינט,
פאר עבירות ווי למשל פרויען דרייווען אדער שניצען די בארד, וואס מען ווארפט היינט ארויס די קינדער פון מוסדות, ווייל זיי קענען……

גייט זיין ד' מיתות ווייל זיי קענען…..
פארקערט, פרויען דרייוון און שניצן די בארד וועט צוריק ווערן היתר גמור, און בית דין וועט לאזן אננעמען דיין קרבן אין בית המקדש אפילו אויב דיין פרוי דרייווד...
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 1:41 am יו מיססד די פוינט,
פאר עבירות ווי למשל פרויען דרייווען אדער שניצען די בארד, וואס מען ווארפט היינט ארויס די קינדער פון מוסדות, ווייל זיי קענען……

גייט זיין ד' מיתות ווייל זיי קענען…..
כ'פארשטיי נישט דיין פראבלעם . דער זעלבע באשעפער וואס וועט אונז העלפען צו בויען די בית המקדש וועט אונז העלפען פון די ערב רב רבנים .... זיי גייען נישט האבען קיין שליטה איינמאל מען האט א בית המקדש...

דאנט ווארי ....

און לגבי סתם ד' מיתות בית דין. איינער וואס איז בועל א אשת איז פאר 2 עדים נאך א התראה קומט זיך אים טאקע מיתה... עונשים איז א גוטע זאך טאמער ס'ווערט געפירט נארמאל.

אדער אויף רציחה אדער אויף אנדערע זאכען וואס די תורה האט באשטימט מיתה. די "תורה" נישט די "רבנים" ....

למעשה איז זייער ווייניג אויסגעקומען אז ס'זאל זיין מיתת בית דין. די תורה האט געשטעלט אזאלכע שווערע תנאים אזוי אז ס'קומט כמעט נישט אויס. וועלכע משיגענער גייט גיין מחלל שבת זיין נאך א התראה פארענט פון עדים ??? חוץ איינער וואס וויל שטארבען....

און די רגע ס'נישטא קיין עדים איז עס נישט בידי בית דין. נאר בידי שמיים. דער באשעפער נעמט אליינס קעיר.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך שלמה המלך »

עקזעקטלי....
ווען עס וועט זיין אי”ה שנים כתיקונם, ווי אזוי השי”ת האט דאס אראפ געשטעלט, וועלן מיר אלע זיין אי”ה פערפעקט פיין מיט אלע זאכן...

למעשה קיינער קומט נישט אריין קלאר!

פארוואס’זשע בויען יעצט מיר נישט די בית המקדש השלישי?
פאקטיש ווערץ ארץ ישראל געפירט היינט דורך אידן, אפשר דארף מען זיך שוין ארויפשארצן די ארבל?
און אפשר דאר ווארט השי”ת בלויז אויף דעם, ווי זיי טענען!
ר' גרשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 5:02 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ר' גרשון »

ס'איז דא א ווארט (דאכט זיך מיר) פונעם קאצקע רבי אז דער משיח וואס מ'ווארט פאר וועט קיינמאל נישט קומען, און דער משיח וואס וועט קומען ווארט מען נישט אויף...

אונז דארפן האפן און בעטען פאר משיח כדי דער אויבערשטער זאל האבן א דירה בתחתונים, און עס זאל נתגלה ווערן כבודו ית' בהאי עלמא, און ווי דער רמב"ם שרייבט סוף הל' מלכים:
"ובאותו הזמן לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהיה מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים."
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך סבא דבהתא »

כזעה פשוט נישט פארוואס איינער ביים פולן דעת זאל זיך אריינלייגן אין א סכנה גיין וואוינען אין א פלאץ ווי די ביזט ארומגענומען יעדן טאג מיט ביליאנען מענטשן וואס ווילן דיך זען טויט!
ר' גרשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 5:02 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

שליחה דורך ר' גרשון »

סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:26 pm כזעה פשוט נישט פארוואס איינער ביים פולן דעת זאל זיך אריינלייגן אין א סכנה גיין וואוינען אין א פלאץ ווי די ביזט ארומגענומען יעדן טאג מיט ביליאנען מענטשן וואס ווילן דיך זען טויט!
דער וואס וויל דיר טויט וויל דיר טויט איבעראל!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

שליחה דורך עמרם »

אין אמעריקע, זענען אויך דא אסאך מענטשן וואס ווילן דיך זעהן טויט !

(איך פארשטיי אז ס'איז נישט דומא, אבער למען האמת, ס'שטארבן נישט צופיל מער אידן (פערציניעל) אין אמעריקע ווי אין א''י פון אנטיסעמיטיזם, ועוד אז דארט באלאנגט מען איז עס נישט קיין תירוץ (חוץ אויב א גרויסע פראצענט שנייט נישט גוט אפּ))
פארשפארט