שלמה המלך האט געשריבן: ↑
איך פרעג אים וואס הייסט, די ביהמ"ק השלישי וועט דאך אראפקומען פון פייער פון הימל גרייט "ובאש אתה עתיד לבנותה"? זאג ער מיר, דו מיינסט די חברה זענען עמי הארצים? זיי ווייסן נישט וואס דו ווייסט? זיי קענען אויסעווענדיג אלע מדרשים און מאמרי חז"ל און טאקע פארדעם האלטן זיי אז מען איז מחויב צו בויען דעם בית המקדש יעצט! און דאס וואס שטייט אז עס וועט אראפקומען פייערדיג פון הימל איז אמת, אבער עס נעמט נישט אוועק אונזער חיוב צו בויען יעצט פון שטיין און ציגל וכדו’, און לאחר מכן, ווען אונז וועל מיר ענדיגן און עס אנהייבן נוצן, ברענגען קרבנות, מקטיר זיין קטורת וכדו’, דאן וועלן מיר זוכה זיין און דער פייערדיגע בית המקדש וועט אראפקומען פון הימל...
אוודאי איז א מצוה צו בויען די בית המקדש בזמן הזה!
ס'איז א בפירוש'ער פסוק די וואך אין די סדרה "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", און די תורה איז א נצחיות ס'גייט ארויף אויף אייביג, ווען מען האט די געלעגענהייט.
און ס'נישט קיין פראבלעם וועגען אפר הפרה וועגן טומאה הותרה בציבור.
אבער אפילו נאך פאר'ן בויען דעם בית המקדש איז דא זאכן וואס מען קען טוהן. ווי למשל קודם כל מקריב זיין דעם קרבן פסח, און בויען א מזבח און מקריב זיין די תמידין!
נאר וואס? ס'דא שרעקליכע פרעשור פון די רשעי האומות ווען ס'קומט צו דעם הר הבית. "זיי" ווייסן זייער גוט אז די פינטל איז די הר הבית, און זיי טוען אלעס וואס זיי קענען צו דערווייטערן אידן פונעם בארג, דורך משונה'דיגע פרעשור אויף די מדינת ישראל רעגירונג.
ווער רעדט נאך ערב פסח ווען טייערע אידן קומען אן קיין ירושלים מיט א ציגעלע כדי צו עכ"פ פרובירן מאכן א קרבן פסח, און זיי ווערן ארעסטירט דורך די פאליציי און אריינגעשליידערט אין טורמע פאר די שרעקליכע עבירה פון וועלן מקריב זיין די קרבן פסח....
דער ריזשינער ז"ל האט אמאל געזאגט, רבונו של עולם, געב אונז די געלעגענהייט איינמאל צו מקריב זיין דעם קרבן תמיד אויפן הר הבית, און דאס וועט שוין אריינברענגען א הרהור תשובה אין די גאנצע וועלט און מקרב זיין די גאולה!
אבער די בני השטן די בני עשו ווייסן דאס אויך, און זיי טוען אלעס וואס זיי קענען צו אוועקשלעפן אידן פון די נקודה הפנימית פון די גאנצע בריאה וואס דאס איז דער מקום המקדש.
נאך די 6 טעג מלחמה ווען דער באשעפער האט געהאלפן אז אידן האבן איינגענומען דעם הר הבית, האט דער קלויזענבורגער רב ז"ל זייער געוויינט, אז מען איז שוין אזוי נאנט אבער אזוי ווייט....
ס'איז איין זאך ווען א קינד איז פארטריבן פון זיין טאטע דער מלך ווייט אוועק אין פרעמדע לענדער, ווייל זייענדיג אזוי ווייט פארגעסט מען אביסל ווער מען איז און ווער די טאטע איז... און די צער איז אביסל פארשלאפן. אבער ווען מען איז אזוי נאנט, מען שטייט שוין ביי די טיר! און דאך קען מען נאך נישט מקריב זיין דעם קרבן פסח! דעם קרבן תמיד! דאס איז זייער א גרויסע צער.
איך האב א מנהג אז ווען איינער פרעגט מיר "וויזוי גייט עס?" זאג איך "נישט גוט"... יענער שטעלט אן א פנים.... נישט גוט? וואסי געשען? זאג איך, ס'דאך שוין צען אזייגער אינדערפרי און מען האט נאכנישט מקריב געווען דעם קרבן תמיד... וויזוי קען מען זאגען אז ס'גוט? ס'דאך נישט גוט. ס'ביטער ווי א זית... מען ווארט דאך שוין אזוי לאנג אז ס'זאל שוין זיין והשב כהנים לעבודתם ולוויים לדוכנם וישראל במעמדם, און מ'שטיימער אזוי נאנט צום מקום המקדש, און די הארץ גייט אויס אז מען זאל שוין קענען טוהן די עבודת הקודש אין בית המקדש, אז דער כהן זאל שטיין און זאגן אז האיר כל המזרח עד שבחברון, און מען ברויך אנהייבן דעם טאג מיטן הקרבת קרבן התמיד און די לוויים זינגען מיט די כלי נגינה און די גאנצע וועלט ווערט נתבסם פון די קדושת העבודה!
אנשטאט דעם, שיינט די זוהן אויף אויף א פוסטע הר הבית, שועלים הלכו בה, מוסלמענער רשעים זענען מחלל דעם מקום, און יעדן טאג נעבעך נאך צרות פאר אידישע קינדער. נו איז דאך ביטער ווי א זית. ווילאנג קען מען דען אויסהאלטען די בושות, בראותי כל עיר על תילה בנויה, אבער ועיר האלקים די הייליגע בארג מושפלת עד שאול תחתיה. די טרערן רינען אראפ פון די אויגעלעך . ס'מוז דאך שוין לעכטיג ווערן פאר אידישע קינדער, אונז זעמער שוין נישט צופרידען סתם מיט א הייסע מקוה און א הייסע קאווע! אונז דארפן א בית המקדש! אונז דארפן א קרבן תמיד מיט א קרבן פסח. אונז וויל מיר שוין צוריק די השראת השכינה. אונז זעמער שוין די דור הגאולה!! הלוואי זאלן מיר שוין זוכה זיין!