געבראטענע קאטשקעס מיט קידוש לבנה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

געבראטענע קאטשקעס מיט קידוש לבנה

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

ס'האט זיך מיר פאר'חשק'ט צו שרייבן אן ארטיקל אן א ציל און אן א טעמע, סתם אין די וועלט אריין אינעם בלויען הימל אריין. וואסערע ווערטער ס'וועט קומען דאס וועט ווערן געשריבן. ס'זאל זיין ליהנות בהם בני אדם.

איז אזוי. מענטשן האבן דאך ליב צו עסן קאקאש קעיק און צוטרינקען קאווע. מ'מוז דאך מיט עפעס אונטערהאלטן דאס הערצעלע. מ'קען דאך נישט בלייבן הונגעריג, ווייל הונגעריגע מענטשן ווערן נערוועז און הייבן אן צו דרייען א קאפ פאר די מענטשהייט. ממילא דערפאר איז רעקאמענדירט פאר יונג און אלט, גרויס און קליין, צו עסן. פשוט עסן. די קישקעס זענען דאך באשאפן געווארן פאר א סיבה. און געבן צו עסן פאר א איד איז דאך א גרויסע זכות, און זיך אליינס גייט אויך אריין אין דעם כלל.

שוין, קומט צו גיין שלמה פערפעלמאן און רופט אויס מיט פאטאס אז ער עסט נישט קיין קאקאש קעיק. ער טאנצט נישט נאך דאס וואס יעדער טוט. ער האט א אייגענע מיינונג. ער לאזט זיך גוט אויסהונגערן און דערנאך גרייט ער צו א סעודה כסעודת שלמה בשעתו, און די גולת הכותרת פון די סעודה איז זיין באליבטע געבראטענע קאטשקע. ס'ווערט אויסגעוועלט א קאטשקע וואס האט געפאשעט אין די בעסטע וואסערן פון די שווייצער בערג און די מאנגאלישע טאלן, ווייסע קאטשקעס, דוקא א צווילינג, אשר אין בו מום, ריין און ווייס כעדר הרחלים שעלו מן הרחצה.

די אויסגעוועלטע קאטשקעס ווערן געפיטערט מיט די בעסטע שפייזן פאר צוויי וואכן ביז זיי ווערן גרויס ווי א בער פאר'ן ווינטער. נאכדעם קומט דער שוחט וואס האט מקובל מדור אחר דור ביז נחשון בן עמינדב וויזוי צו שעכטן קאטשקעס. די שחיטה ווערט דורכגעפירט מיט גרויס כוונה, און די קאטשקע ווערט צוגעגרייט צו די גרויסע סעודה כיד המלך וואס אונזער ר' שלמה גרייט צו.

די בעסטע און טייערסטע עסנס ווערן אימפארטירט פון אלע עקן וועלט. די טאלאנטפולסטע קעכער פון רוסלאנד און כינע, פון פראנקרייך און איטאליע, קומען צו פליען פון אלע עקן וועלט כדי צו אנטייל נעמען אין די הכנה דרבה צו די גרויסע סעודה.

די סעודה אליינס ווערט געמאכט אין א ספעציעלע זאל, אין א פאלאץ וואס געפינט זיך ביים וואסער, ביים ברעג פונעם וואסער. אין א ארט וואס אין מגלים אלא לצנועים.

בקיצור נישט מער און נישט ווייניגער ר' שלמה רופט מיר אן און בעט און פארלאנגט בכל לשון של בקשה אז כ'זאל קומען מיר באטייליגן אין די סעודה, און טועם זיין זיין ספעציעלע קאטשקע פלייש וואס צוגייט אויפן צונג אזוי ווי מָן מן השמים. א מאכל ממש פון גן עדן. און צועסן פלוימען קאמפאט, פון די בעסטע מאנגאלישע פלוימען מיט מאראנצן זאפט פון אפריקאנער מאראנצן אויסגעקוועטשט מיט א גאלדענעם קוועטשער.

שוין, האב איך מסכים געווען. שלמה האט מיר געשיקט א פריוואטן פליגער און מ'איז געפארן מיט קפיצת הדרך.

די סעודה איז געווען ממש א גן עדן התחתון. ס'געזיצן דארטן אידן פון אלע דורות. אנגעהויבן פון די שופטים, ביז די נביאים ביז די מלכים און אזוי ווייטער די כהנים גדולים און די תנאים אמוראים ביז די אנשי כנסת הגדולה. און אויך ר' ישעי'לע קערעסטירער.

ס'געווען א סעודה ממש נישט צום גלייבן. מיט יעדע ביס האט מען געשפירט ווי די מלאכים גלעטן די קישקעס. אלע צרות און צער ווערן צוגאנגען און פארשווינדען ווי עפעס א ווייטע געדענקעניש.

און פלוצלונג האב איך מיר אויפגעוועקט....

אבער כ'בין נאך געווען זאט פון די סעודה, האב איך באשלאסן צו גיין אויף א שפאציר. כ'גיי ארויס אינדרויסן, ס'געווען א ווארימע זוממער נאכט צווישן הויכע בערג און טיפע טאלן, און כ'הייב אן שפאצירען אזוי ווי אין א חלום.... די ביימער לייכטן, די בלעטלאך האבן א שיין, די שטערן'ס זענען גרויס כמעט ווי די לבנה... יעדע שטעען א אנדערע קאליר... די גאנצע אטמאספערע איז ווי ארומגענומען מיט א צויבער. כ'הייב אן צו שפאצירען אויף די לופט... און כ'פאל נישט אראפ. כ'קען שפאצירן אויף אלע זייטן. כ'הייב אן צו שפאצירן צו די לבנה. כ'דארף דאך סייווי מאכן קידוש לבנה, נו עמער עס מאכן אויף די לבנה גופא.

ס'נעמט נישט לאנג און כ'קום אן צו די לבנה. ס'שוין געווען דארט 9 אידן. כ'ווייס נישט ווער זיי זענען געווען. אלע מיט גרויסע שווערדן אויף די זייטן און מיט לאנגע געקרייזעלטע האר. זייער אויגן שיינען ווי איידלשטיינער און זייערע פנימ'ער ווי די... לבנה.

זיי זיצן דארט און טרינקען קאווע און ווארטן אויף א צענטן. ווען איך בין אנגעקומען איז די שמחה געווען זייער גרויס. ס'דא א צענטער, ס'דא א צענטער! האבן זיי אויסגערופן, און גלייך זיך אויפגעשטעלט זיך וואען די הענט. הנני מוכן ומזומן לקיים מצות קידוש לבנה לשם יחוד קדשא בריך הוא ושכינתיה. די שטערן'ס האבן אנגעהויבן טוישן קאלירן. די מתפללים האבען געשוועבט אויף די לופט. איך אויך. מען האט אנגעהויבן זאגן די ברכה אשר במאמרו ברא שחקים. די הימל האט זיך געעפנט און מען האט געקענט זעהן אלע 7 הימלען. די פמליא של מעלה מיט אלע מלאכים זענען געשטאנען שטיל צו אויסהערן אונזער קידוש לבנה.

און כ'האב מיר ווידעראמאל אויפגעוועקט.

כ'האב געשפירט א הונגער, בין איך אויפגעשטאנען און זיך גענומען א שטיקל קאקאש קעיק מיט א קאווע.

וצדקה וברכה ורחמים וחיים ושלום יהיה לנו ולכל ישראל אמן!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: געבראטענע קאטשקעס מיט קידוש לבנה .

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישי שטיינמץ: איך וויל מעורר זיין דא 2 נקודות. איינס. די תנאים ואמוראים האבן נישט געהאט קיין וויכטיגערע זאך ווי צו עסן פון ר' שלמה'ס געבראטענע קאטשקע פלייש.

די צווייטע נקודה: אויב דו ביסט אזוי שנעל און גרינג אנגעקומען אויף די לבנה. דארפסטו דיך מעלדן ביי נ.א.ס.א. די אמעריקאנער ספעיס עידזשענסי. זיי מוטשען זיך זייער שטארק ארויפצולייגן א מענטש אויף די לבנה
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: געבראטענע קאטשקעס מיט קידוש לבנה .

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

מיט אזא כוח הדמיון האסטו די מעגליכקייט צו באשאפן א הערליכע וועלט פאר זיך אליינס... כה לחי!
די מציאות וואס דער מענטש זעהט פאר זיך, איז עפעס וואס דער מענטש קען מאניפולירן, און דערביי באשאפן זיין אייגענע ענוויירמענט. מיט די כוח הדמיון האט דער מענטש א בחירה צו באשאפן א פאזיטיווע ענוויירמענט, אדער א נעגעטיווע ענוויירמענט.
און די ענוויירמענט איז עפעס וואס אפעקטירט שטארק די מצב פונעם מענטש אליינס. למשל: אין א סטאדי וואס פארשער האבן דורכגעפירט, האבן זיי אפגעשטעלט מענטשן אויפן גאס און געבעטן צו האלטן א קאווע פאר א קורצע וויילע, ווילאנג זיי בינדען צו זייער שיך וכדו'. דערנאך האבן זיי געגעבען פאר יעדן צו ליינען א קורצע באשרייבונג פון א געוויסע כאראקטער, דערנאך האט יעדער געגעבען א אנאליז איבער די כאראקטער. האלב פון די מענטשען האבן געהאלטען א הייסע קאווע, די אנדערע האלב האט באקומען צו האלטען א קאלטע קאווע. די וועלכע האבן געהאט די הייסע האבן געגעבען א פאזיטיווע און ווארימע אפשאצונג אויף די כאראקטער, און די וועלכע האבן געהאט די קאלטע האבן געגעבען א נעגעטיווע און קאלטע אפשאצונג אויף די כאראקטער...
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

Re: געבראטענע קאטשקעס מיט קידוש לבנה .

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:33 pm די צווייטע נקודה: אויב דו ביסט אזוי שנעל און גרינג אנגעקומען אויף די לבנה. דארפסטו דיך מעלדן ביי נ.א.ס.א. די אמעריקאנער ספעיס עידזשענסי. זיי מוטשען זיך זייער שטארק ארויפצולייגן א מענטש אויף די לבנה

ס'בעסער אז נאסא קומט נישט אן דארט... קיינער דארף זיי נישט. און מען קען זיי סייווי נישט מצרף זיין צו מנין.
פארשפארט