לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

שליחה דורך צפת »

דער עולם איז אויף. יעדער איינער איז פארנומען צו רעדן און צו הערן איבער דער שוואנצאנעס סאמעטוכע. כמובן דרייען זיך ארום ווערטלעך און חוזק אויף אלע זייטן. דער אלגעמיינער וועלט האלט זיך אונטער מיט די שטאף וואס זיי גיבן אונז צום טיש. עס לאזט זיך זאגן אז די רעבע איז געווארן דאס ציל ברעט פאר חוזק איבער די גאנצע וועלט (אויסער ביי זיינע חסידים).

לאמיר זיך אבער קלארשטעלן אויף א מינוט. לאמיר אריינטראכטן. אפשר האט ער יא עפעס א צד, אפשר האט ער יא עפעס א טענה מיט א געדאנק וואס ער וויל דערמיט צוקומען, און מיט א צווייטן טראכט קענען מיר אים אביסל פארשטיין און ארויסהאבן וואס ער וויל דא? - אפשר רעדט מען יא פון א מענטש מיט דעת און פארשטאנד, ער וויל עפעס, ער האט א געוויסע דעה און א מהלך, אפשר זאגט ער יא עפעס, נאר ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט צו טראכטן אזוי, אדער ווייל דאס לצנות שפראצט אין אלע זייטן, דערהערן מיר נישט זיין הארץ און מיר פארשטייען אים נישט?!

אין דעם אשכול, לאמיר פראבירן אים צו פארשטיין, לאמיר אריינקלערן און אפשר אים ארויסהאבן.

מיר זענען דאך פארט אינטעליגענטע מענטשן און מיר קענען אריינלאזן אן אנדערע מיינונג אין אונזער הארץ. איר דארפט נישט טוישן אייער שיטה און אייער מיינונג אויף דער מענטש און זיין חסידות, נאר דא לעת עתה, אין דעם אשכול, לאמיר נעמען דעם צד הסנגור און פראבירן צו דערהערן זיין דערשטיקן קול - אפשר ליגט יא עפעס דערין?

לאמיר זיך פארמאכן די אויגן אויף א וויילע און זיך פארשטעלן אז מיר זענען אויף זיין זייט. איך בין זיכער אז פאר הונדערט טויזנט דאלער מזומן, וואלט איר גע'טענה'ט דא אין שטיבל לטובתו און איר וואלט געקענט איבערצייגן אנדערע אין זיין דעפענץ. מיר קענען דאס טון, בלויז פאר אונז אליין, זיך צו איבערצייגן אז מיר קענען האבן אן אפענע דיסקאסיע מיט זיך אליין און פראבירן צו טראכטן אביסל אנדערש. לאמיר אצינד ווערן זיין לויער און טענה'ן לטובתו.

אין דעם אשכול זענט איר ווילקאמען אריינצוקומען מסביר זיין וואס עס קומט דא פאר, און וואס איז זיין זייט פון די געשיכטע. (עס מוז נישט האבן צו טון מיט אייער אמת'ע מיינונג, און עס איז נישט קיין סתירה מיט וואס איר שרייבט אינעם אנדערן אשכול. עס איז בלויז זיין זייט פון די געשיכטע, ווי אזוי מיר קענען אים פארשטיין). גלייכצייטיג איז דא אויך א פלאץ פאר זיינע חסידים, אריינצוקומען און מסביר זיין וואס אצינד עס קומט דא פאר. איר דארפט אייך נישט שעמען, ווייל קיינער גייט נישט קוקן דא קרום אויף אייך, מען וועט עס אננעמען אז בלויז אין דעם אשכול שרייבט איר אזוי און עס מוז נישט רעפלעקטירן אייער פערזענליכע מיינונג.

לאמיר הערן פונעם עולם, וואס איר האט צוזאגן?

דער אשכול פארמאגט 94 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר