נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך שמעקעדיג »

דערהויבענע איד האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: שיין זעהען מיר אויס אז הרב שטיינמאן ווערט מבוזה ווייל אויפן אנדערן עק וועלט האט א געוויסע רב - אין א שטאט ווי הונדערטער אנדערע רבנים האבן געטון דאס זעלביגע, אויב נישט ערגער - נישט דערמאנט זיין נאמען ביי א דרשה.

ווער רעדט פון מבוזה נישט מבוזה?

אה, האלטסט נישט מיט? קוק ארויף אפאר תגובות ארויפציהר ווי ווינער רב ווערט באשולדיגט פאר'ן פארשעמען הרב שטיינמאן וואס איז נעבעך געווארן מבוזה.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 41#p549341
וירח ה' את ריח הניחוח
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך מילך טראק »

שמעון וואלף האט געשריבן: בעל בתישע מענטשן מיט מעורר זיין אויף סמארטפאון און צניעות איז נישט קיין סתירה.
יעדער פארשטייט אז מ'דארף מעורר זיין אויף די זאכן, נאר מ'דארף האבן שכל וואס צו זאגן און וויאזוי עס צו ענפארסן.

אייביג צו זיין פארנומען מיט א זאך וואס איז איינגעריסן ביי רוב קהילה אלס א לכתחילה, קען מאכן זייער נערוועז. קען טאקע זיין ער איז מעורר נאר איינמאל א יאר, נאר די וואס שטופן די מערכה פארשפרייטן עס אין ריזיגע פלאקאטן זעהט עס אויס ווי ער איז פון די ראש המערכה.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך מילך טראק »

חב''ד הויזן האט געשריבן:
עמרם האט געשריבן: שוין געהערט יארן צוריק, אז ער איז די גרעסטע פאליטיקאנט אין וויליאמסבורג!

ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט הרב שטיינמאן ז''ל, אבער דערמאנען ביי זיין אפציעלע דרשה גייט ער נישט, ווייל אזוי גייט ער הייסן שענער,
נעבעך, א רחמנות אויף זיינע חסידים, וואס רעדן זיך איין אין אים אזעלכע גדולות...

דאס אז דו האסט עס געהערט יארן צוריק איז א חלק פון די ראי'?

א רחמנות איז אויף די היינטיגע דור, אויב קריגט מען זיך איז מען א שגץ, און אויב ארבעט מען צו לעבן בשלום מיט יעדן איז מען א פאליטיקאנט.

ניין, ער וויל נישט מצער זיין אידן, און אסאך אידן וואס זענען געזיצן ביי זיין דרשה וואלטן נישט אויסגעהאלטן אז ער דערמאנט הרב שטיינמאן ז"ל, האט ער באשלאסן אז שב ואל תעשה עדיף.

איז א מורא'דיגע שוואכקייט, ס'מיינט אז זיינע חסידים וועלן זיך וואס צו גלייבן פון זייער רב, ס'וואלט געדארפט זיין אז אויב מיין רב האט אים מספיד געווען גלייב איך אז ער איז געווען א ערליכע איד.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

שליחה דורך עמרם »

אלץ א מענטש, איז וויענע רב א נאבעלע, וואס אונז קען מיר זיך לערנען פון אים!
אבער אלץ א רבי, רב, און מנהיג ישראל, איז ער אזוי ווי אלע אנדערע, וואס זיין כבוד קומט פאר די אייבערשטער.

לגבי די שנה ראשונה אינגעלייט, גלייב איך, אז ער האט נישט געהייסן קומען, און די פאר וואס זענען געקומען זענען בהמות, אדער איז זיי נישט בא'טעמ'ט אינדערהיים, אבער זיין שולד איז עס נישט.

לגבי די הספד אויף הרב שטיינמאן ז''ל, איז לדעתי יא א עוולה, נאכדעם וואס ער רעכנט אויס ביי די ז' אדר דרשה אלע גרויסע אידן וואס זענען אוועק, אפי' ער האט זיי נישט געקענט פערזענליך (און אפי' נישט אזעלכע גרויסע, נאר כמעט יעדער מיט א טיטל רב).

ווען זיין אייגענע עולם וואלט נישט געהאלטן פון הרב שטיינמאן ז''ל, וואלט מען געקענט דן זיין, אבער זיין עולם האט עכ''פ 95% נישט קיין פראבלעם, (אפי' אין סאטמאר ביי די ארוינים, האבן א גרויס חלק נישט קיין פראבלעם) און די איינציגסטע סיבה איז פשוט די פירערשאפט פון וויליאמסבורג.
(דעמאלטס זענען נאך די סיקריקין געווען צוזאמען מיט די פעטוועיס האט ער מורא געהאט פון פראטעסטן, היינט קען זיין ער וואלט אים יא מספיד געווען, ווייל ער דארף שוין נישט אזוי מורא האבן, און ס'וואלט אים לכ' נאר געברענגט כבוד).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

מילך טראק האט געשריבן:
חב''ד הויזן האט געשריבן:
ניין, ער וויל נישט מצער זיין אידן, און אסאך אידן וואס זענען געזיצן ביי זיין דרשה וואלטן נישט אויסגעהאלטן אז ער דערמאנט הרב שטיינמאן ז"ל, האט ער באשלאסן אז שב ואל תעשה עדיף.

איז א מורא'דיגע שוואכקייט, ס'מיינט אז זיינע חסידים וועלן זיך וואס צו גלייבן פון זייער רב, ס'וואלט געדארפט זיין אז אויב מיין רב האט אים מספיד געווען גלייב איך אז ער איז געווען א ערליכע איד.

הא גופא קשיא: דאס אז ס'זענען דא מענטשן וועם ס'שטערט אז מ'איז מספיד א גדול בתורה, דאס אליין טויג נישט, ס'איז א סימן אז זיי זענען (גע)ברעינוואש'ד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמרם: כמו שאמרתי. ער איז א פאליטישן. (אזוי ווי די מערסטע אנדערע רבנים און רעבעס.) דאמאלס זאל קיינער נישט קומען מיר פארציילן מעשיות פון וואס איך דארף נתפעל ווערן.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך בעל דרשן »

א בליק געטון אויף די תגובות דא, אבי געזוכט צו באשמוצן א מנהיג בישראל, וואלט ער יא דערמאנט הרב שטיינמן וואלטן די זעלבע מענטשן געשריבן היתכן דערמאנט?! למעשה איז ער אין וויליאמסבורג, וואלט ער זיך געדארפט רעכענען מיט די מקום. די ניקים ווען עס איז פארקערט וואלטן זיי ארומגעדרייט די היטל און אזוי געהאקט...

בנוגע דעם רב שליט"א: ער איז א איש האשכולות, פה מפיק מרגליות ער גיבט הערליכע דרשות, א שיינעם תלמיד חכם, א געטרייע מנהיג העדה זיינע חסידים זענען צוגעבונדן צו אים בכל לב ובנפש, ער באגלייט זיי אין אלע הינזיכטן ווי א געטרייע פאטער, ער פראוועט הערליכע טישן, אויף יום טוב האט ער חסידים פון איבעראל וואס קומען צו פארן, בקיצור א עכט פיין אוועקגעשטעלטע הויף, עס איז געווען א קהלה ער האט עס געמאכט פאר א חסידות במלוא מובן המלה, ער איז רעספעקטירט ביי די המון עם אלס איינער פון די מנהיגי ישראל אין אמעריקא ווי מיט זיין דעת תורה רעכנט מען זיך, נאך סאטמאר פאפא האט ער די גרעסטע הויף, (וויזניץ וויליאמסבורג איז קלענער פון וויען).

ער האט עטליכע 100 משפחות אונטער זיך, הערליכע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג בארא פארק מאנסי, אין וויליאמסבורג האט ער לעצטנס באנייט א שיינע בנין פאר די מיידל שולע, אין מאנסי האט ער גאר מוצלח'דיגע מוסדות א חדר מיט א סקול און א פיינעם ישיבה.

לעצטנס האבן זיינע חסידים אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה לכבודו, און די געלט גייט פאר די מוסדות וואס איז אין חובות טאקע ווייל ער האט די לעצטע עטליכע יאר אויפגעבויט גרויסע מוסדות און דאס אלעס קאסט אפ ממון ודמים.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך חב''ד הויזן »

די געלט גייט פאר די ספר תורה אדער פאר די מוסדות?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:42 am
דערהויבענע איד האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: שיין זעהען מיר אויס אז הרב שטיינמאן ווערט מבוזה ווייל אויפן אנדערן עק וועלט האט א געוויסע רב - אין א שטאט ווי הונדערטער אנדערע רבנים האבן געטון דאס זעלביגע, אויב נישט ערגער - נישט דערמאנט זיין נאמען ביי א דרשה.

ווער רעדט פון מבוזה נישט מבוזה?

אה, האלטסט נישט מיט? קוק ארויף אפאר תגובות ארויפציהר ווי ווינער רב ווערט באשולדיגט פאר'ן פארשעמען הרב שטיינמאן וואס איז נעבעך געווארן מבוזה.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 41#p549341

ווען דו וועסט נישט קוקן מיט דיין (געוויינליכע, איינגעחזר'טע) טונעל וויזש'ן נאר מיט א ברייטערן, אידישן פערספעקטיוו וועסטו פארשטיין (כאילו דו פארשטייסט נישט היינט) אז ווען א פראמינענטער, חשוב'ער רב א מנהיג פון א גרויסע קהילה האלט א דרשה ביי א מעמד וואס איז געווידמעט לזכרם פון גדולי ישראל וועלכע זענען נפטר געווארן אין דעם פארגאנגענעם יאר, אזוי ווי די ז' אדר דרשה איז געווען, און ער לאזט בכוונה אויס א גדול בתורה און א מרביץ תורה פאר א סאך יארן, קען דאס נישט אויסגעטייטשט ווערן אנדערש ווי א פחיתת הכבוד און א בזיון, וואס דער טעם זאל נאר נישט זיין, צי ווייל ער האלט פערזענליך נישט אידעאלאגיש מיט דעם גדול אדער נאר צוליעב אייגענע, פריוואטע און פערזענליכע חשבונות.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך שמעקעדיג »

כל הנגעים אדם רואה חוץ... :P

הייסט דו באשולדיגסט מיך מיט'ן האבן א מצומצמ'דיגע וויזיע, און דו ביסט גאר דער מיט א "ברייטערן, אידישן פערספעקטיוו"....
נישטא ווער ס'זאל לאכן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך מיין עס איז צייט צו ענדיגן רעדן פון דעם איינצלנעם אינצידענט פון ווינער רב וואס ר' בערל האט שוין איבערגע'חזר'ט (כדרכו) מערערע מאל אויפן שטיבל, אבער נאר א נקודה למחשבה.

הרב שטיינמאן פאר זיך איז געווען א אדם גדול, בלי שום ספק. האועווער, סאטמאר האט א געוויסע שיטה אין אידישקייט - אפגעזען צי די קאווע שטיבל ליינער לאכן דערפון אדער נישט - וואס איז ביי זיי ממש פון די יסודות. הרב שטיינמאן האט אלע רעכטן צו האלטן אנדערש, און דארף זיך נישט רעכענען מיט אפאר סאטמארע רבנים און זייערע חסידים אויפן אנדערן עק אין אמעריקע. אבער פארלאנגען פון וויליאמסבורגע רבנים צו רעדן בכבודו נאך זיין פטירה איז לכאורה אביסל היפאקריטיש. ער דארף זיך נישט רעכענען מיט יענעם, אבער מען קען נישט פארלאנגען אז די וועלכע ער האט איגנארירט זאלן רעדן בכבודו.
וירח ה' את ריח הניחוח
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך נאך א מיינונג »

דו באנוצסט זיך מיט די זעלבע טערמיןי 'רעכענען' פאר צוויי ערליי זאכן, און דערנאך טענהסטו היפאקריטיא.

די ערשטע 'רעכענען' האט געמיינט נאכגעבן זיין מיינונג און טוישן זיין פירונג, דלא כרבותיו.

די צווייטע מיינט א פשוט'ע דרך ארץ און כבוד התורה פאר א מענטש וואס האט געלעבט א לעבן פון תורה בתפארתה, טראץ די פארשידענהייט אין מיינונגען און לעבענסשטייגער.

די חילוק איז גאנץ פשוט.
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך מענדל »

בעל דרשן האט געשריבן: (וויזניץ וויליאמסבורג איז קלענער פון וויען).

וויזניץ וויליאמסבורג איז גרעסער פון וויען. ער פירט נישט קיין טישן, ער פירט באטעס אין סאמבטעלי בית המדרש. די בנין פאר די סקול האט מען געבויט ווייל ער האט פארלוירן די אלטע בנין. און בארא פארק און מאנסי מוטשעט ער זיך היבש. חוץ דעס איז אלעס אמת.
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך מענדל »

חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:32 am
חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: וואס דרייסטע א קאפ? מ'רייסט זיך אריינצוגיין אין זיינע מוסדות איבעראל, אין ב"פ, וומסב"ג און מאנסי.

אין וויליאמסבורג איז זיין חדר בכלל נישט קיין נושא... מען רייסט זיך אריינצוגיין אין נייטרא דערנאך צעהלים און קראסנא, אין די סקול רייסן זיך אריינצוגיין די אלע סאו קאלד סאטמער בומעס און עס איז א גאנצע שטיק אויסצונערן מר. לעפקאוויטש אז מען האט נישט קיין סמארטפאון...
ב''פ איז וויען אויך בכלל נישט קיין רייץ אריינצוגיין. אין מאנסי ווייס איך נישט די מציאות, איך שטעל זיך פאר אז מען רייסט פונקט ווי אלע מוסדות.

דינוב האט א גאנץ א שטארקע ישיבה ווי מען רייסט זיך אריינצוגיין, וויען ער האט אפילו א ישיבה? קיינמאל עכט געהערט חוץ ווען מען האט געווארן ר' יואל ראטה און אויך ביי איינע פון די התחדשות מיט ר' אנשיל גראס...
גראדע האט זיך די ישיבה שיין אוועקגעשטעלט די לעצטע פאר יאר
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re:

שליחה דורך מענדל »

עמרם האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:23 pm נאך א משל מיט דעם צדיק, איז די נושא פון א עירוב אין ברוקלין. אפציעל האט ער אפי' נישט מתיר געווען אין ב''פ, ווייל ער האט מורא מ'וועט זיך נעמען אויף זיינע ביינער, אבער זיין עולם טראגט אינגרויסן, אבער ער מן הסתם וויל זיך נישט מישן אין קיין מחלוקת.

דאס מיינט א גדול בישראל? אז ער האט מורא פון בזיונות זאגט ער נישט זיין דעת תורה?
ער וועט נישט זאגן א ווארט וואס ער אליין האלט אז ס'איז די דעת תורה, ווייל ער האט מורא פון א צווייטן!

אלץ א נאבעלע מענטש, אדרבה ואדרבה, אבער פאררופט אייך נישט אלץ א רב פון א קהילה און אלץ א מנהיג ווען איר ווילט זיין א מענטש, ס'גייט נישט אינאיינעם!

זיינע מענטשן וואס פרעגן אים זאגט ער אז זיי קענען טראגן. פאר די גאס איז ער נישט מחוייב צו זאגען זיין מיינונג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאך א מיינונג האט געשריבן: דו באנוצסט זיך מיט די זעלבע טערמיןי 'רעכענען' פאר צוויי ערליי זאכן, און דערנאך טענהסטו היפאקריטיא.

די ערשטע 'רעכענען' האט געמיינט נאכגעבן זיין מיינונג און טוישן זיין פירונג, דלא כרבותיו.

די צווייטע מיינט א פשוט'ע דרך ארץ און כבוד התורה פאר א מענטש וואס האט געלעבט א לעבן פון תורה בתפארתה, טראץ די פארשידענהייט אין מיינונגען און לעבענסשטייגער.

די חילוק איז גאנץ פשוט.

קאמאן, עס איז נישט סתם א "פארשידענהייט אין מיינונגען" ווי צב"ש אנדערע גדולים אין א"י. לויט א גרויס חלק פון סאטמאר האט ער בפועל אפגע'שמד'ט בחורים מיט'ן זיי אריינלייגן אינעם מיליטער.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ס'מיר שווער צו גלייבן אז אן עדאלט זאל אזוי נאאיוו זיין. הערסט א מעשה, אפילו א גוי פארשטייט אז א פאליטישער אפאנענט זיינער גייט פון דער וועלט דארף מען איהם אפגעבן די כבוד וואס קומט זיך איהם, פארוואס קען א איד דאס נישט פארשטיין? און דאס איז מ'וויקלט אריין פאליטישע געפעכטן אין אן איצלא דרבנן מאכט עס נישט בעסער, אויב עפעס מאכט עס די זילזול נאכמער עקלהאפטיג.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
[NAMELESS]

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטייט אין גמרא און בן פלת אשתו הצלתו, און'ס ווייב האט אים געזאגט וואס האסטו פון זיך אננעמען פאר הרב קרח'ס כבוד, נישט קיין נפקא מינה ווער סאיז גערעכט וועסטו נישט זיין כהן גדול.
די זעלבע זאך קען מען זאגן דא וואס וואלט ער געהאט ווען ער דערמאנט יא הרב שטיינמאן וואלט ער ווען צובאקומען אנדערע מענטשן.
א רב וואס זאגט נישט ברבים קעגן די narrative איז נישט קיין פראבלעם וואס איז ער מחיוב צו זיך ארויסשטעלן, די פראבלעם איז מיט רבנים וואס שרייבן אינטער און נאכדעם זאגט ער פריוואט אז ער מיינט עס נישט, הגם א גרויסע דיין פון א גרויסע קהלה וואס די גאנצע קהלה האט א מיינונג איז א שווערע נסיון אז ער זאל ארויסקומען זאגן די אמת, וואס זאל ער טאן די צד שכנגד גייט אים דען אויפנעמען פאר זייער דיין נאכן לאכן פון אים, הקיצור סאיז א שווערע נסיון
חיים׳ל ברוקלינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:06 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך חיים׳ל ברוקלינער »

נאר צו מאכן א סך הכל, מאנכע העיטערס רייסן אראפ וויענער רב ווייל ער האט נישט דערמאנט א גדול פון די אנדערע עק וועלט, און אפאר יונגעלייט זענען געגאנגען צו א שבת התוועדות אין שנה ראשונה. אה און שיעור פארגעסן...וויזניץ וומסב״ג האט מער מענטשן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re:

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:02 pm ס'מיר שווער צו גלייבן אז אן עדאלט זאל אזוי נאאיוו זיין. הערסט א מעשה, אפילו א גוי פארשטייט אז א פאליטישער אפאנענט זיינער גייט פון דער וועלט דארף מען איהם אפגעבן די כבוד וואס קומט זיך איהם, פארוואס קען א איד דאס נישט פארשטיין? און דאס איז מ'וויקלט אריין פאליטישע געפעכטן אין אן איצלא דרבנן מאכט עס נישט בעסער, אויב עפעס מאכט עס די זילזול נאכמער עקלהאפטיג.
קיינער איז נישט שולדיג אז דו קוקסט אן תורה ווי פאליטיק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קיינער איז נישט שולדיג אז דו קוקסט אן פאליטיק ווי תורה אבל אין לך כפירה וזילזול בתורתנו הקדושה גדולה מזו, איך ווייס נישט צו דאס איז אן עבירה בשוגג צו במזיד, לבי אומר לי אז ס'איז בפשיעה גמורה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך עמרם »

חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: נאר צו מאכן א סך הכל, מאנכע העיטערס רייסן אראפ וויענער רב ווייל ער האט נישט דערמאנט א גדול פון די אנדערע עק וועלט, און אפאר יונגעלייט זענען געגאנגען צו א שבת התוועדות אין שנה ראשונה. אה און שיעור פארגעסן...וויזניץ וומסב״ג האט מער מענטשן.

מ'רייסט נישט אראפ, ס''ה ברענגט מען ארויס אז ער איז אזוי ווי די אנדערע רבי'ס און רבנים, וואס וועלן זיך אפהאלטן פון טוהן די ריכטיגע זאך, אויב קען עס שאטן פאר זיין כבוד!

און דעס אז ס'איז א "גדול פון די אנדערע עק וועלט" כאפ איך נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען, ער דערמאנט ביי זיין ז' אדר דרשה אלע גדולים וואס זענען אוועק, פון אלע עקן וועלט, פארוואס אויסלאזן איינס פון די גרעסטע גדולים פון א''י, וואס האט געפירט א ריזיגע חלק פון די חרדישע אידן, געווען די גרעסטע תורה לייב ביי די ליטווישע קרייזן (טאקע נישט געהאט די שיינע בענקל, אבער נאך אזא גרויסע גדול ווי אלע אנדערע וואס ער איז מספיד).

און יא! ער איז נישט מחוייב זיך זיך לאזן באוואשן פאר די תורה'ס כבוד, פונקט ווי ער גייט קיינמאל נישט זאגן זיין מיינונג וועגן די עירוב, ווייל ס'גייט אים נישט ברענגען קיין כבוד,

און ווען ר' פישעלע הערשקאוויטש ז''ל וואלט נישט געלאזט הערן זיין מיינונג, וואלט מען אים טאקע סאך שענער אנגעקוקט אין וויליאמסבורג, ער וואלט געווען סאך מער פארהייליגט, אבער ער האט פארשטאנען אז דעם אייבערשטענס כבוד קומט פאר זיינס און כדי צו זאגן די דעת תורה דארף מען זיך נישט רעכענען מיט וואס יענער גייט זאגן, אדער ווי אזוי יענער גייט עס אנקוקן.

נאכאמאל, איך וואלט אויך נישט געוואלט מ'זאל האקן אויף מיר, אבער איינער וואס פאררופט זיך פאר א רב וואס לאזט הערן דעם דבר ה', דארף זאגן וואס ער האלט אפגעזעהן די אלע זאכן, און ליידער זענען כמעט נישט דא היינט קיין רבנים וואס וועלן זאגן, ובתוכם איז די וויענע רב שליט''א.

די משל פון רב שטיינמאן איז נאר ארויסצוברענגען די נקודה, אז די וויענע רב וועט אייביג פראבירן זיכער צי מאכן אז ער איז אויף די סעיף סייד, אז זיין כבוד בלייבט גאנץ, און נאכדעם וועט ער טוהן וואס מ'דארף.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re:

שליחה דורך שמעון וואלף »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: ס'מיר שווער צו גלייבן אז אן עדאלט זאל אזוי נאאיוו זיין. הערסט א מעשה, אפילו א גוי פארשטייט אז א פאליטישער אפאנענט זיינער גייט פון דער וועלט דארף מען איהם אפגעבן די כבוד וואס קומט זיך איהם, פארוואס קען א איד דאס נישט פארשטיין? און דאס איז מ'וויקלט אריין פאליטישע געפעכטן אין אן איצלא דרבנן מאכט עס נישט בעסער, אויב עפעס מאכט עס די זילזול נאכמער עקלהאפטיג.

דיין קשיא איז אויפ'ן ווינ'ער רב אדער אויף עקסטרעמיסטן וואס האבן געטיילט צוקערליך ווען רב שטיינמאן איז אוועק?

וויענ'ע רב פארשטייט זייער גוט די כבוד וואס קומט זיך פאר רב שטיינמאן, און נישט נאר לאחר מיתה נאר בחייו אויכעט. נאר צוויי זאכן: א', ער האלט נישט אז פאר דעם לוינט זיך צו מאכן א שטינק אין די גאס מיט א מחלוקת. צווייטענס, ווען ער דערמאנט אים יא קענסטיך פארשטעלן ווי די גאסן וואלטן געווען באהאנגען און באווארפן קעגן דעם "עוכר ישראל שטיינמאן" און ס'וואלט געווען יצא שכרו בהפסדו. מיט זיין נישט דערמאנען האט ער פריווענטעט א בזיון התורה.
פארשפארט