פאליטישע ספיקות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 773
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2429 מאל

פאליטישע ספיקות

שליחה דורך אלפא »

א גוטן חברים.
איך האב א נושא'לע אויסצושמועסן וואס דרוקט מיר א וויילע און איך קען באשטיין עס זאל באקומען אביסל פרישע לופט דא.

איך בין א לינקע בדעה, (אלע רעכטע ארויס...) וועלכע האט מיר אטאמאטיש געברענגט צו טראסטן מער די עסטעבלישמענט ווי מ'רופט עס, עס נעמט בעיקר אריין די מידיע אויפן ברייטן פארנעם, אבער דערונטער ליגט פארשטייט זיך די סייענטיפישע קאנצענסוס און די פאליטישע עסטעבלישמענטס.

שוין נישט פון היינט זענען דא די וועלכע באשולדיגן די מידיע און זיין צו שטארק לינק, עד כדי במזיד פארבלענדן די עולם. אנגעפאנגען מיט קאוויד אין אירע פאליסיס, גלאבאלע אנווארמונג פארשטייצעך, די WOKE און ליבעראלע אגענדעס בנוגע אבארשאן און LGBTQ+, קענסלען די מאסן און צענזורירן געשפרעכן, והאחרון די 'דיעפ-סטעיט' וועלכע שטייט אנקעגן טראמפ מיט ציין און נעגל. א.א.וו.

נעניתי ראשי על כל גל וגל, אויף יעדע נקודה זענען געווען אסאך תירוצים און מהלכים עס יא צו בארעכטיגן. איך בין בדרך כלל געגאנגען מיט די מהלך אז סאציאלאגיש גערעדט זענען די לינקע דא פאר פראגרעס און פאר די טובה פון סאסייעטי בכלליות, אבער פארשטייט זיך אז טעותים זענען אומפאמיידבאר.
לגבי קאוויד – האב איך פארשטאנען אז מאסקעס איז בענעפישעל בפרט אם לא יועיל לא יזיק, לגבי די שטרענגע לאקדאונס און פארמאכן וויכטיגע אינסטיטוציעס ווי מוסדות וכדו' האב איך יא געהאלטן איז ראדיקאל – אן קיין דאטא אויף די קאסט/בענעפיטן דערפון, אבער לאידך גיסא בעת ס'הערשט א פאניק איז שטרענגערע שריט פארשטענדליך, די אינפורסירונג חלק שבו איז נישט קיין סאך אנדערש ווי יעדע אנדערע געזעץ אויף וואס מ'קען זיך אויך דינגען אויף די אקוראטע ווירקונג דערפון (א שטייגער ווי די פינקטליכע ספיד לימיט וכדו') אבער פאלגן דארף מען. לגבי די לעב טעאריע איז מיר גראדע געווען אינטרעסאנט די רעאקציע פון די מידיע אזוי-צוזאגן, בעת איך האב געהאט געהערט שוין ביים אנפאנג פונעם מגיפה פון א (גראדע לינקע) מומחה אז בפשטות איז דאס מעשה ידי אדם, אבער די מידיע איז געווען שטרענג דערקעגן ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש – מ'קען דאס אבער פארשטיין אין די קאנטעקסט פון די רילעישאנשיפ מיט טשיינע וועלכע מ'זוכט נישט איבערצוהיצן.

גלאבאלע אנווארמונג מיין איך נאך יעצט אז ס'איז א מציעות, און אז מיר האבן נאך לכאו' די יכולת עס צו לינדערן.

LGBT איז א פארצווייגטע סוגיא, וכמו"כ אבארשאן, מיט ווייטוג אויף ביידע זייטן, סיי פון די וואס ווילן טענה'ן אז מ'אנערקענט נישט זייער רעכטן גענוג, ולאידך די וועלכע שרייען אז ציוויליזאציע לייגט זיך צאם מיט אזעלכע טוישונגען.

לגבי די טראמפ סוגיא, די נאכאנאנדע רדיפות וועלכע מ'האט אים צוגעטיילט זינט ער לויפט, ובפרט לעצטנס מיט די אלע קרימינאלע אנקלאגעס, וואס איך בארעכטיג ביסודם, איז פארט אביסל שווער די מציעות פון צוטיילונג וואס עס איז גורם, סיי אין ליכט פון די 'האנטער ביידן לעפטאפ' וועלכע איז במזיד פארשוויגן געווארן, סיי אין די יעצטיגע שוחד געשיכטע וואס האלט זיך נאך אינמיטן אויפוויקלען, ווי די רעכטע שווערן זיך אין די קארופציע פון די DOJ וועלכע פייניגט טראמפ בו בזמן אדורכלאזענדיג ביידן מיט קלינטאן לשעבר א.א.וו.

ווי עס איז אבער די שווערסטע אראפצושלינגען איז טאקע לגבי די צענזוראציעס וואס קומען פאר מער און אפטער ווי סיי ווען, הגם עס קען זיין נאך א רעכטע טאלקינג פוינט און אן אויפגעבלאזענע באשולדיגונג, איז עס שוין עכ"פ גענוג מאל געהערט געווארן אז א בעסערע תשובה זאל זיך באדארפן, נעמליך, דאס וואס מ'קענסעלד מענטשן פון פלאטפארמעס, אנגעפאנגען פון גרויסע מידיע נעצן, ביז פאליטישע פאזיציעס, און סאשעל מידיע צענזור, אויף יעדע אגענדע וואס שטומט א משהו ראסיסטיש/אנטי-סייענטיפיש/קאנספיראציע, וואס קענען זיך בסופו של דבר אויסשטעלן גאר צו זיין דאס ווארהייט, וואס הגם אין פרינציפ מאכט עס סענס נישט צו לאזן יעדע שמויגער פארקויפן זיינע לאקשן פאר די מאסן, אבער ווען די דאזיגע שמויגערס פארנעמען גאר א שיינע פראצענט פונעם באפעלקערונג, פארשטיי איך שוין אויך אז מעגליך עס איז צייט פאר א טויש אין צוגאנג, (בען שפירא האט ערגעץ א גוטע שמועס – נישט געקענט יעצט טרעפן – בנוגע דעם נקודה וועגן סייענס, אז זיי דארפן זיך אנפאנגען מער צו מסביר זיין.)

די פריוואטע בארעכטיגונג וואס איך פארשטיי דא איז דא, איז די מציעות פון אומבאלאנס וועלכע הערשט טאקע אין דעם טיילונג צווישן די רעכטע אין די לינקע, עס צו מאכן די פשוט'סטע מעגליך, זע איך די מושג פון ליבעראלן/לינקע (אני בתוכם) אלס חברה וואס זענען מער דא פאר די אמת, וועלכע פירט צומאל אטאמאטיש צו א סעלף דעסטרוקציע, דהיינו פאקטיש גערעדט ווען עס הייבן אן ארויסקומען שמועות/באווייזן איבער אימעילס פון קלינטאן/ לעפטאפ אדער שוחד פון ביידן, וואס געשעט אויפן פלאץ איז, אז זייער ראטעס צווישן דעמאקראטן פאלן, דאס האט מען געזען ביי די 2016 וואלן ווי קלינטאן האט פארלוירן – כמעט זיכער וועגן דעם פרשה, און די זעלבע איז געשען בשעת די פרשה מיטן לעפטאפ - ווי ביידן'ס ציפערן האבן געטראסקעט, דאס איז שוין אפגערעדט די מטעמים וואס די רעכטע מאכן דערפון, וואס האט געברענגט די חברה אין טשארדזש צו פראבירן וואס מער מעגליך אפצושטעלן די פלוס פון אזעלכע אינפארמאציע עכ"פ ווילאנג עס איז נישט באשטעטיגט.
ביי די רעכטע – ובפרט ביי טראמפ זעט מען אבער א פאקערטע פענאנים, א בחינה ווי כאשר יענו אותו – כן יפרוץ, די אנקלאגעס זעט נישט אויס צו האבן קיין נעגאטיווע אפעקט אויף זיינע ציפערן, אויב עפעס שטארקט עס אים נאר, יעצט ובעבר.
ענליך איז אויך לגבי די סייענטיפישע נושאים וועלכע זענען פון א סאציאלאגישן פערספעקטיוו מער וואלנראבעל צו אונטערגעהאקט ווערן דורך יעדע קליינע קאנספיראציע וועלכע איינער קלאפט זיך צאם, וועלכע בארעכטיגט במקצת די געדאנק פון צענזור, פשוט פאר די סעיק פון באלאנסירן דעם אמת.

עס ווערט נאר פארהאנקערט ווען עס קען אנפאנגען צו ווערן קארופטירט פון די מאכט וואס עס שאפט (power corrupts..) און קיין טשעקס אין באלאנסעס איז נישטא געהעריג און פלאץ דערווייל איבער די פלוס פון אינפארמאציע, ממילא בין איך אביסל צומישט איבער דעם נושא, און עס ליגט מיר פאר די אויגן עלאן-מאסק'ס אגענדע פון מאכן ברייטער די פרידאם אוו ספיטש ראלם..

הרבה יותר ממה שקראתי יש כאן..

איך קען אבער באשטיין צו הערן וואס די עולם זאגט דערצו (פראבירנדיג צו זיין די מערסטע אביעקטיוו שייך..) זענען טאקע די לינקע געגאנגען צו ווילד און שארף לעצטנס? אויב יא וואס האט עס צוגעברענגט? און וואס קענען זיי מעגליך טון אנשטאט דעם? אפשר זענען די רעכטע אזוי קארופטירט אז יעדע מיטל זיי אפצושטעלן – ובעיקר טראמפ – איז בארעכטיגט? אדער אפשר איז יא דא מער א ראציאנאלע מהלך זיך צו שלאגן מיט די רעכטע?

בעיקר בין איך געווארן אינספירירט איבער דעם פון די דעבאטע דא איבער די נאמנות פון מידיע היינט צוטאגס,
און פון בען שפירא דא ווי ער ווייזט כלומר'שט אויף די קאנטראל פון די לינקע געמיינדע איבער די אינפארמאציע פלוס, און דא ווי ער בעסיקלי טענה'ט אז די סיבה פארוואס טראמפ ציט אן אזוי שטארק איז ווייל ער איז דער וואס שטעלט זיך ארויס אנקעגן די לינקע.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר