"הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך פארשטיי מיך נישט. פאנעטה האט אזויפיהל געשריבנס ארויסגעגיבן אויף דער מחלוקה און ריינער גארנישט? אפי' א שרעד פון וואס זיין טענה איז?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך קורקלענד »

ריינער'ס צד זאגט אז ער האט געוואלט טוהן א 'מצוה' און אויפבויען מה''פ ווייל ער האט אויף איהם 'רחמנות' געהאט. אבער וויבאלד מה''פ האט אפגעמאכט אז ס'קומט איהם מער ווי ריינער האט איהם פארגינט איז ער דערפאר געווען א ריזיגער 'קפוי טובה'. און דערפאר וויל ער איהם אונטערברענגן פשוט ווייל אויב האט ער נישט אפרישיעטעד די פאקט אז ריינער האט איהם אויפגעבויט פון א גארנישט צו פונעף מאות א יאר (לויט ריינער). קומט איהם צו גיין און דער ערד. פארשטייט זיך אויך ווייל ער איז געווען א שגץ (לויט ריינער), ס'איז דאך א הייליגע קאמפ.
פארשטענדליכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך פארשטענדליכער »

אין מיינע אויגן רוב פעלער די מענטשן וואס זענען שטיל אין נישט ביזי אגאנצן טאג ענטפערן אין באשמיצן די צד השני ווייזט אויף א ערוואקסענקייט אין איינגעהאלטענקייט, עפ"י רוב זענען זיי די גערעכטע.

עס קאסט כוחות הנפש צו בלייבן שטיל ווען די אנדערע זייט גיסט פעך אין שוועבל אויף אלע סאשעל מידיע פלאטפארמס,
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך בא גד »

פארשטענדליכער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:19 pm אין מיינע אויגן רוב פעלער די מענטשן וואס זענען שטיל אין נישט ביזי אגאנצן טאג ענטפערן אין באשמיצן די צד השני ווייזט אויף א ערוואקסענקייט אין איינגעהאלטענקייט, עפ"י רוב זענען זיי די גערעכטע.

עס קאסט כוחות הנפש צו בלייבן שטיל ווען די אנדערע זייט גיסט פעך אין שוועבל אויף אלע סאשעל מידיע פלאטפארמס,
אין הכי נמי
דערפאר האט מיר מענדל הערש פאנעט געכאפט
דערפאר גיי איך גאגא פאר עם
איבער א יאר האט מען אים באשמיצט איבעראל אויף יעדע סארט סאשעל מידיע מיט לשון הרע'ס וואס זענען נישט געשטויגן און געפלויגן
לשון הרע'ס וואס עס קריכט מיר נישט אין קאפ וואס ריינער האט געטראכט ביים דאס פארשפרייטן בשעת מען האט דאס געקענט אפפרעגן אין איין רגע

דערווייל האט ריינער געפירט א קאמפיין ביי די גראסעריס אז מען זאל ארויס ווארפן די הונדערט מאגאזין
און ביי וועלכע גראסערי די פרעשור פון ריינער האט נישט עכט געארבעט האט ריינער געשיקט בחורים און געדינגען גויים צו ווארפן זיין מאגאזין אין די גארבידזש

עס האבן געהאנגען צעטלך אין די גאסן קעגן פאנעט נישט איינמאל
און פאנעט איז געזיצן שטיל, געארבעט ביטער שווער אהער צו שטעלן די הונדערט כאטש די ביטערע קלעפ

אין די זעלבע צייט האט אים ריינער געהאלטן ביי דעם בערגמאן און פשוט געשינדן די הויט פאר שעות בשעת פאנעט האט נישט געמעגט עפענען זיין מויל
איך האב געזען מער ווי איין ריקארדינג פון אזא "ישיבת בית דין" פון בערגמאן דאס איז קיין בית דין נישט געווען דאס איז פשוט געווען איין שטיק מענטאל עביוז זיצן 4 חברה דוד און מענדי ריינער טוען שפיגל און דער לויער ווידער און שינדן די הויט באגלייט מיט גרויליגע טשעפערייען

איך פארשטיי נישט ווי אזוי ער האט באוויזן זיך צו האלטן שטיל ביזן פארמאכן הונדערט
און ווי ער האט געהאט די צודרייטע כוחות הגוף והנפש צו ווייטער פירן די הונדערט
און ווי איך הער איז ער נישט בלויז געווען דער בעל הבית אדער רעדאקטאר, ער האט פיזיש געשריבן רוב ארטיקלען
די לעצטע תקופה אינגאנצן אליינס געמאכט די גראפיקס און אויך געווען דיסטריביטור
איך קען נישט פארשטיין פון ווי א מענטש נעמט אזא גבורה

און ב"ה ריינער שווייגט נישט
יא אמת ציפט
די אמת שרייט
דאס די גאנצע

נ"ב
(איך ווייס אז ער האט גענוג באווייזן אויף געוויסע בחורים און גרושים שלוחים פון ריינער וואס זענען שוין געווען איבער די 18 ביים טון די קריימס קעגן הונדערט און איך קוק מוראדיג ארויף אויף עם אז ער האט זיי נישט צוגעלייגט צו זיינע קלעימס דערווייל, פשוט ווייל ער וויל זיי נישט חרוב מאכן דאס לעבן...)
וואס זאל איך זאגן
איך מאך עם נישט צדיק הדור
אבער איך קען נישט קיין סאך מענטשן וואס קענען דאס באווייזן
פארשטענדליכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך פארשטענדליכער »

איבער א יאר האט מען אים באשמיצט איבעראל אויף יעדע סארט סאשעל מידיע מיט לשון הרע'ס וואס זענען נישט געשטויגן און געפלויגן
לשון הרע איז געפארן אויף ביידע וועגן, כך הוא דרכה של האינטרנעט. די פוינט איז, מה"פ פירט א שמוציגע מערכה בעת ריינער שווייגט, עכ"פ בגלוי.

דערווייל האט ריינער געפירט א קאמפיין ביי די גראסעריס אז מען זאל ארויסווארפן די הונדערט מאגאזין
איך האב געפרעגט מיין גראסערי מאן, ער זאגט ריינער האט זיך אויפגעפירט זייער ארענטליך, פרובירט איבערווייזן אז מה"פ האט נישט רעכט צו פארקויפן לויט זייער עגרימענט, באגלייט מיט בי"ד דאקומענטן, אויסדריקליך נישט מיט טעראר, לדעתי איז דאס זייער אויסגעהאלטן (פארשטייט זיך אויפן צד אז זיינע טענות זענען לעגיטים)

עס האבן געהאנגען צעטלעך אין די גאסן קעגן פאנעט נישט איינמאל
איך האב נישט געזען קיין איין צעטיל-אויב יא וואס איז געשטאנען?

אין די זעלבע צייט האט אים ריינער געהאלטן ביי דעם בערגמאן און פשוט געשינדן די הויט פאר שעות בשעת פאנעט האט נישט געמעגט עפענען זיין מויל
ווער האט ארויסגעגבן די ריקארדינג? האסט אויך געהערט די פארדעם און נאכדעם? אדרבה שעיר די ריקארדינג

איך פארשטיי נישט ווי אזוי ער האט באוויזן זיך צו האלטן שטיל ביזן פארמאכן הונדערט
זייער פשוט, אויב האט ער געוואלט זיין אין ביזנעס האט ער זיך נישט געקענט אזוי אויפפירן

און ווי איך הער איז ער נישט בלויז געווען דער בעל הבית אדער רעדאקטאר, ער האט פיזיש געשריבן רוב ארטיקלען, די לעצטע תקופה אינגאנצן אליינס געמאכט די גראפיקס און אויך געווען דיסטריביטער, איך קען נישט פארשטיין פון ווי א מענטש נעמט אזא גבורה
וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?

און ב"ה ריינער שווייגט נישט
יא אמת ציפט
די אמת שרייט
דאס די גאנצע

ליידער שרייעט היינט די שקר סאך העכער

דערפאר האט מיר מענדל הערש פאנעט געכאפט, דערפאר גיי איך גאגא פאר עם
נ.ב. אפי' איך קיק אן ריינער מער ערוואקסן, גיי איך נאך נישט גאגא פאר עם!!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך טמיר »

פארשטענדליכער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:19 pm אין מיינע אויגן רוב פעלער די מענטשן וואס זענען שטיל אין נישט ביזי אגאנצן טאג ענטפערן אין באשמיצן די צד השני ווייזט אויף א ערוואקסענקייט אין איינגעהאלטענקייט, עפ"י רוב זענען זיי די גערעכטע.

עס קאסט כוחות הנפש צו בלייבן שטיל ווען די אנדערע זייט גיסט פעך אין שוועבל אויף אלע סאשעל מידיע פלאטפארמס,
כ'פארשטיי נישט. אויב ס'איז דא א רודף און א נרדף, ווער זאל שרייען, דער רודף אדער דער נרדף?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך קורקלענד »

פאני אז עפעס יעדעס מאל איינער דא שטעלט זיך אויף ריינער'ס זייט איז עס פונקט א בלויע ניק מיט איינצעלע הודעות. קודם איז ער נתפעל פון די 'שטילקייט', אבער נאכדעם האט ער גארנישט אזא שטילע, פרובירט צו האקן תירוצים אויף אלע פראנטן.

די סיבה פארוואס ריינער איז שטיל, איז ווייל ער קען נישט רעדן און ער קען נישט שרייבן, די איינציגסטע זאך וואס ער קען יא איז ווארפן געלט און אנדרייען. און טאקע דאס טוהט ער, דערפאר הערט מען אייביג פון זיינע היטמען אנטשטאט פון איהם.

עס איז דא א גרויסע מעגליכקייט אז ביידע זייטן זענען נישט גערעכט. אבער עס איז שווער צו גלייבן אז ריינער וואלט געווען אינגאנצן שטיל ווען ער האט עפעס זאכליך וואס צו ענטפערן. ספעציעל ווען די מציאות איז אז ער איז בכלל נישט שטיל, און וואס ער זאגט איז בערך די זעלבע ווי לאכעדיג און דער עזריאל (וואס וואלט מן הסתם איצט נאכאמאל ארויסגעוואקסן אבער מ'האט איהם מן הסתם פארשפארט פארן זיין אומאקטיוו). און אז ער רעדט שוין יא, און וואס ער זאגט איז זייער נישט קאנווינסעד, איז שווער צו גלייבן אז פונקט דארט ווי ער קען זיך אפרייניגן איז ער שטיל געווארן.
פארשטענדליכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך פארשטענדליכער »

איך קען נישט די פייט, אבער ווי איך פארשטיי איז עס א סטענדערט שותפים סכסוך, עס איז געווען א עגרימענט און די ארבעט שותף כאפט זיך מיט די צייט אז ער שוויצט און די זעלבע צייט טיילט זיך דער שותף מיט די מוציא, מעשים בכל יום.

אנשטאט זיך דורכקומען האט זיך עס צופלאקערט צו א שיינע מחלוקה, צו גיין שרייען "ריינער האט נישט וואס צו זאגן דערפאר זאגט ער נישט און שרייבט נישט" איז קינדעריש, ער האט געניג שרייבערס צו קענען אפדריקן א שיינע קונטרס, אין מיינע אויגן זעט עס מיר אויס ווי א Matureness דאס זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע.

מ'קען אויך שרייען ווען מ'איז א פארלירער, לאו דווקא ווען מ'איז א נרדף, און מ'קען וועלן שרייען ווען מ'ווערט באשמוצט אפי' מען איז די רודף.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך לאכעדיג »

ריינער האט געטאן א טובה פאר פאנעט און יעצט איז פאנעט א כפי טובה.
ריינער האט גענומען א שלעפער פון גאס און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער.
ווען נישט איך ווייס וואספארא אויסווארף פאנעט איז וואלט איך נאכן זעהן אזא מעשה מער נישט געטאן קיין טובות פאר א מענטש.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך קורקלענד »

א גוטע עצה וואלט געווען אז ווען מען ווייסט נישט קיין פרטים נישט צו פסק'ענען און אויספראקען ברבים. אדער ווער געוואויר אדער זיי שטיל. מיר ווייסן אלע אפציעס וואס ס'וואלט געקענט פאסירן אויך האבן מיר געהערט פון ביידע צדדים. ביידע צדדים רעדן, איינער האט וואס צו פארקויפן און די אנדערע האט נישט.

איך האב פערזענליך גערעדט מיט אסאך מענטשן וואס האבן גערעדט מיט ביידע זייטן. איינער האט פריער געפרעגט וואס די אנדערע צד זאגט. האב איך געשריבן וואס 'ער זאגט'. אויב איז יענץ אקצעפטירבאר זייער גוט אז נישט זאל ער אויפקומען מיט בעסערס. אבער איין זאך איז זיכער ער איז נישט שטיל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך קורקלענד »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:59 pm ריינער האט געטאן א טובה פאר פאנעט און יעצט איז פאנעט א כפי טובה.
ריינער האט גענומען א שלעפער פון גאס און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער.
ווען נישט איך ווייס וואספארא אויסווארף פאנעט איז וואלט איך נאכן זעהן אזא מעשה מער נישט געטאן קיין טובות פאר א מענטש.

גארנישט געטון קיין 'טובה' ער האט געמאכט א 'אינוועסטמענט' אין פאנעט. אוודאי דארף מען קענען אלע פרטים, אבער אויב פאנעט שטעלט זיך פאר 'זיינע' רעכטן אין די 'שותפות' ווערט ער נישט קיין 'כפוי טובה', והראי' אז ס'האט גארנישט מיט טובות אין מצוות, ווייל ער באגראבט פאנעט לעבעדיגערהייט. וואלט ער געווען אזא פיינער וואלט ער נישט געווען אזא רשע.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך סקעפטיקער »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:59 pm ריינער האט געטאן א טובה פאר פאנעט און יעצט איז פאנעט א כפי טובה.
ריינער האט גענומען א שלעפער פון גאס און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער.
ווען נישט איך ווייס וואספארא אויסווארף פאנעט איז וואלט איך נאכן זעהן אזא מעשה מער נישט געטאן קיין טובות פאר א מענטש.
איך האב געמיינט דו פראקלאמירסט "צוויי זייטן"?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך טאמבל סאס »

פארשטענדליכער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:56 pm צו גיין שרייען ריינער האט נישט וואס צו זאגן דערפאר זאגט ער נישט און שרייבט נישט איז קינדעריש, ער האט געניג שרייבערס צו קענען אפדריקן א שיינע קונטרס, אין מיינע אויגן זעט עס מיר אויס ווי א Matureness דאס זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע.
סיידן אויב האט ער טאקע נישט וואס צוזאגן פאר א זייטיגע צוקוקער אהנע נגיעות. די אלע בוררים, רבנים וטוענים און געשעפטסלייט קענען דאך זיין אונטערגעקויפט. איך זאג נישט זיי זענען. אבער אויב שטעלט מען נישט ארויס קיין הסברים פאר מענטשן, בשעת וואס פון פאנעטה הערט מען יא, האבן זיי נישט קיין סיבה נישט צו גלייבן פאנעטה. איינער איז מיט מיר?

אדרבה, דאס אז ער האט אזויפיהל שרייבער אויף זיין וועידזש ועכ"ז איז שטיל איז א סימן אז אין לו דברים נכונים!?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך קורקלענד »

פון וואס איך האב דערזען בין איך נישט קאנווינסעד אז פאנעט איז ממש גערעכט מיט זיין קאנספיראציע אויף די רבנים. אבער עס וואלט געווען פיל בעסער פאר כלל ישראל ווען די רבנים קומען ווען ארויס קלאר מיט א הסברה.
פארשטענדליכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך פארשטענדליכער »

צום דריטן מאל!!!

אין מיינע אויגן, באשמוצן א מענטש אויף סאשעל מידיע איז א ביליגע וועג פון פייטן, אין זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע פארדינט אנערקענונג.

אז דו זאגסט ריינער טוט די זעלבע, אדרבה, Prove it.

ווען מ'זאגט ריינער איז שטיל מיינט עס נישט אז ער איז מוותר, ס'מיינט אז ער ארבעט קלאסיש מיט רעספעקט.

as long there is no proof otherwise

אין לשופט אלא מה שעיניו רואות
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך טאמבל סאס »

ששון ושמחה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:10 pm לענגערע באריכט

https://www.shtetl.org/article/rico-sui ... s-magazine
Their partnership agreement, Reiner claims, was to cover any and all such related enterprises “for an unlimited period of time.”
:טראכט :רח"ל :lol: :לאךהויך:
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך [NAMELESS] »

ועבדו לעולם
פארשטענדליכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:39 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך פארשטענדליכער »

טאמבל סאס האט געשריבן: סיידן אויב האט ער טאקע נישט וואס צוזאגן פאר א זייטיגע צוקוקער אהנע נגיעות. די אלע בוררים, רבנים וטוענים און געשעפטסלייט קענען דאך זיין אונטערגעקויפט. איך זאג נישט זיי זענען. אבער אויב שטעלט מען נישט ארויס קיין הסברים פאר מענטשן, בשעת וואס פון פאנעטה הערט מען יא, האבן זיי נישט קיין סיבה נישט צו גלייבן פאנעטה. איינער איז מיט מיר?

אדרבה, דאס אז ער האט אזויפיהל שרייבער אויף זיין וועידזש ועכ"ז איז שטיל איז א סימן אז אין לו דברים נכונים!?

you are entitled to your opinion but I totally disagree.

ריינער איז נישט מחויב צו וואשן זיין וועש אין פאבליק און בי"ד דארף זיך נישט פארענטפערן פאר יעדער שמויגער, דאס איז א פריוואטע סכסוך וואס דארף באהאנדלט ווערן פריוואט.

אפשר וואלט די קארט סיסטעם געדארפט האבן א department וואס ענטפערט אפ יעדער שמויגער נאכן פסק, שיין וואלטן זיי אויסגעקיקט
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך קורקלענד »

פארשטענדליכער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:32 pm צום דריטן מאל!!!

אין מיינע אויגן, באשמיצן א מענטש אויף סאשעל מידיע איז א ביליגע וועג פון פייטן, אין זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע פארדינט אנערקענונג.

אז די זאגסט ריינער טוט די זעלבע, אדרבה, Proof it.

ווען מ'זאגט ריינער איז שטיל מיינט עס נישט אז ער איז מוותר, ס'מיינט אז ער ארבעט קלאסיש מיט רעספעקט.

as long there is no proof otherwise

אין לשופט אלא מה שעיניו רואות
צו באשמוצן א מענטש אויף סאציאלע מידיא איז גאר א שמוציגע אקט. ספעציעל ווען ס'איז שקרים וואס הויבן זיך נישט אן און לאזן זיך נישט אויס. און ס'איז אזוי שמוציג אז מען טוהט עס קיינמאל אליינס נאר מען באצאלט אנדערע, אדער ניצט מען פאלשע נעמען אויף סאציאלע מידיא. און טאקע אזוי האט ער געטוהן. דאס אז פאנעט פּאַקט אלעס אויס ברבים 'אליינס' בכבודו ובעצמו לא על ידי שליח, ווייזט אליינס אז יש דברים בגו.

ער האט ארויסגעלאזט אזעלכע וואנזיניגע שקרים אויף פאנעט וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן. און דאס האב איך וועריפייד. און אויב ביסטו 'אינטערעסירט' קענסטו אויך וועריפייען.
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך בא גד »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:59 pm ריינער האט געטאן א טובה פאר פאנעט און יעצט איז פאנעט א כפי טובה.
ריינער האט גענומען א שלעפער פון גאס און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער.
ווען נישט איך ווייס וואספארא אויסווארף פאנעט איז וואלט איך נאכן זעהן אזא מעשה מער נישט געטאן קיין טובות פאר א מענטש.
איך שטיי טאקע נאכאלץ אין ווארט מיט דעם שלעפער לאכעדיג? :lol: :roll: :roll: :roll:

איך גיי נאכזאגן "פאקטן" פון די דאקומענטן
און אויב וויל מען זיך טענה'ן אויף פאקטן דעמאלס הייב איך הענט ווייל איך האב נישט געמאכט 200 מיליאן דאלער ביי קאוועד :lol: :lol: :lol:

שאלה: ווער איז א גרעסערע שלעפער? פאנעט אדער ריינער?
ווי שווער איז פאר א עני ביזנעס מאן צו רעיזן 150 טויזנט דאלער? א לאון פון די באנק? נישט קיין גרויסע געשעפט בכלל
ריינער וואס איז א איידעם ביי א גרויסן עושר האט נישט געקענט באקומען די 150 פון זיין שווער (כידוע פארוואס) און עס אפילו נישט געקענט שאפן אין באנק אלץ א לאון
ער האט געמוזט צוקומען צו זיין חבר\שותף יואל קליין הידוע זאל עם געבן די 150 צו אינוועסטירן
צו מיר שמעקט נישט דער ריינער בכלל ווי א חברהמאן, גאר גאר ווייט

ווייטער וויפיל חברה קענסטו וואס קענען נעמען 150k און ביז א יאר עס מאכן פאר א ביזנעס וואס פארדינט בערך א מיליאן נעט ריוח (לויט ריינער)?
איך קען איינעם, ער הייסט מענדל הערש פאנעט וואס איז אריינגעקומען אין א טויטע מארקעט און מיט נערישע 150 k געבויט א מעגא אימפעריע וואס האט געברענגט פאר ריינער הערליכע רווחים
דאס שמעקט ביי מיר בכלל נישט ווי א שלעפער אויב עפעס איז אזא זאך א קונץ

שאלה: איז דאס געווען א "טובה" אדער א ביזנעס?
יעדער ווייסט אז סאיז געווען א "ביזנעס" און נישט קיין טובה "מחמת פיינקייט פון ריינער" ווייל זיין "פיינקייט" זעט יעצט יעדער

אבער אויב רעדט מען יא ריינער שפראך פון "כפוי טובה"
קומט א ריינער בארגט\נעמט געלט פון א חבר און לייגט עס אריין אין די הענט פון פאנעט
דער פאנעט נעמט דאס און מאכט דערפון א אימפעריע קאמפאני וואס לויט ריינער האט עס געמאכט שווערע געלטער
איז ווער דא דער וואס דארף מכיר טובה זיין וועמען?

גענוג נאנסעץ?

שאלה: ווער "סהאט אנגעהויבן" רעדן און אויסלייגן די שמוץ וועש אין גאס?
אויף דעם גיי איך מיר שוין נישט טענה'ן ווייל דאקאמענטירטע פאקטן איז פאקטן

אבער האסט אזויפיל מצליח געווען מיסטער לאכעדיג אז סאיז מיר נמאס געווארן זיך צו טענן מיט דיר
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:40 pm
ששון ושמחה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:10 pm לענגערע באריכט

https://www.shtetl.org/article/rico-sui ... s-magazine
Their partnership agreement, Reiner claims, was to cover any and all such related enterprises “for an unlimited period of time.”
:טראכט :רח"ל :lol: :לאךהויך:
וועלכע חלק איז פאני?

עס לאזט איהם נישט גיין ארבעטן אין די ריעל איסטעיט אינדוסטרי, אדער עפענען א בעקעריי?
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: "הונדערט" אויסגאבע פון רמ"ה פאנעט פארמאכט!

שליחה דורך בא גד »

לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:59 pm
און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער

הגהה: סך הכל 150 טויזנט דאלער
און די געלט ווי געזאגט איז נישט געווען זיינס נאר פון "יענעמס" (לכאורה אויך נישט פון י.ק. לכאורה פון א נעבעכדיגע איד וואס האט אים געטראסט און עם געגעבן זיינע סעווינגס)

און נאכדעם געפלאשט מיליאנען אויף באגראבן א איד
(איך קען עכט באשטיין אז מען זאל נאך אויספארשן פונקליך פון ווי די אחים הקדושים האבן געהאט די ריזיגע געלטער צו פלאשן, אה פארגעסן ער האט דאך געמאכט 200 מיליאן)

לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:59 pm
און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער

וואס הייסט שטיינער? אז ער זאגט "גענוג" זיך געלאזט שלאגן זיך גענוג צייט פארענפערט אין קארט פאר ריינערס קלאגעס און זיך גענומען ענפערען צום זאך?
פארשפארט