די דזשאָנט

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

די דזשאָנט

שליחה דורך מי אני »

דא און דא האב איך געהאט צוגעברענגט די טענה פון דעם בּריטישן פילאזאף בּערנארד וויליאמס אז חיי נצחיים איז ל״ד א טובה פאר׳ן מענטש. דאס איז מכח דעם אז דער מענטש, זייענדיג א מענטש, מוז אלס האבן א ציהל צו וואס ער ציהלט אויף עפעס צו ערייכן. אבער די גוׂילס און ציהלן וואס זענען שייך פאר א מענטש זענען בהכרח פיניט ומוגבל, זייענדיג אז ער אליינס איז א בעל חומר מוגבל. ולכן אויב האט ער חיי נצחיים וועט ער עווענטועל בהכרח עררייכן אלע ציהלן מעגליך פאר א מענטש, און וואס וועט אים איבערבלייבן איז פשוט א געוואלדייגע לאנגווייליגקייט, וואס איז גאר א צער. ובזה איז מיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען די קורצע סיי-פיי האַראַר/שוידער מעשה "די דזשאָנט" פון סטיפען קינג, וועלכע איז דאס ממחיש אויף א גאר שטארקן און שרעקעדיגן פארנעם, בנוסף צו נאך א פאר טיפע געדאנקען אויף וועלכע די פיקטיווע סיפור טוהט אָנרירן.

די מעשה איז אז 200 יאר אין די צוקונפט האט דאס מענטשהייט שוין דעוועלאפּט דאס מעגליכקייט פון טעלעפּאָרטעישאן, וואס דאס איז א מאשין וואו מ'גייט אריין דערין אין אַן עפענונג/פּאָרטעל אין איין מקום און מ'קומט אָן ברגע כמימריה צו א פּאָרטעל ערגעץ גאר ווייט אוועק. די טעלעפּאָרטעישאן רופט מען "די דזשאָנט". דאס האט ערמעגליכט דאס מענשטהייט צו קאַלאַנייזן דאס סאָלער סיסטעם. די ספּעציפישע סיפור דרייט זיך ארום די כאראקטערס מארק אָטס, זיין ווייב מעריליס, און זייערע צוויי 10 און 12-יעריגע קינדער פּעטרישע און ריקי, וועלכע גרייטן זיך צו פאָרן קיין מאַרס דורכ'ן דזשאָנטן פאר א צוויי-יעריגע בּיזנעס טריפּ. בשעת'ן זיך גרייטן אינעם דזשאָנטינג טערמינאל כדי אָנצוקומען קיין מאַרס, פארציילט מארק פאר זיינע צוויי קינדער די געשיכטע און השתלשלות פון ​​דאס אויסטרעף פונעם דזשאָנט. ער דערציילט זיי אז אין 1987 האט א סייענטיסט מיט'ן נאמען וויקטאר קארון דאס בטעות אנטדעקט, נאך יארן פון פארשונג זייטעדיגע תחומים, ווען ער האט בטעות טעלעפּאָרטעד צוויי פון זיין אייגענע פינגער און זיי צוריקבאקומען כאילו לא היה. ווען ער האט דאס ווייטער געפארשט האט ער געזעהן אז כאטש די דזשאָנטינג פּראָצעדור גייט דורך בשלימות ווען ער האט דאס דורכגעפירט אויף דברים שהם דומם, האט קארון אבער געזעהן אז עס איז גאר אנדערש ווען ער האט טעלעפּאָרטעד דורך דעם מייז. ער האט באמערקט אז אדער זענען די מייז תיכף געשטארבן נאכ'ן דאס דורכגיין, אדער האבן זיי זיך אויפגעפירט גאר מאדנע איידערן שטארבן מינוטן שפּעטער. ער האט ביסלעכווייז אנטדעקט אז באשעפענישן וועלכע האבן מוחות און העכערע ניוראַל עקטיוויטי, ווי בע"ח און מענטשן, קענען בלויז פארבלייבן ביים לעבן ביים דורכגיין די דזשאָנט אויב זיי זענען בשעת מעשה אומבאוואוסטזיניג. מא‏ַרק דערקלערט אז דאס איז די סיבה פארוואס יעדעס מענטש מוז דורכגיין דזשענעראל עניסטיזשיאַ איידער'ן דזשאָנטן.

וואס מאַרק האט אויסגעלאזט זיי צו פארציילן, זייענדיג אז פאר זיי איז דאס געווען דאס ערשטע מאל צו דזשאָנטן און ער האט זיי נישט געוואלט איבערשרעקן, איז געווען איבער דער ערשטער מענטש צו דורכגיין די דזשאָנט בשעת'ן זיין באוואוסטזיניג. ער איז געווען אַן ארעסטאנט, מיט'ן נאמען רודי פאָגיאַ, ווארטענדיג פאר טויטשטראף אין א טורמע אין פלארידע פאר די רציחה פון 4 עלטערע מענשטן. ער איז צוגעזאגט געווארן א גענצליכן פּאַרדאָן און אז ער וועט גיין פריי, אויב נעמט ער אנטייל אין די עקספּערימענט. פאָגיאַ איז דורגעגאנגען די דזשאָנט זייענדיג באוואוסטזיניג און ארויסגעקומען פונעם פונעם אנדערן זייט/פּאָרטעל משוגע. ער האט נאר עספיעט צו שרייען די ווערטער אז "עס איז אַן אייביגקייט אינעווייניג" איידער ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע. אויך האט ער אויסגעלאזט צו דערציילן איבער דעם סייענטיסט דר. לעסטער מייכאלסאן, וועלכע איז הינגעריכטעט געווארן פאר רציחה, נאכ'ן צובינדן זיין ווייב און איר אריינשטופן אינעם דזשאָנט בשעת זי האט געשריגן קולות, און ער האט פארמאכט אלע מעגליכע פלעצער פון וואו זי קען ארויסקומען. מ'האט טאקע קיינמאל נישט געפונען איר גוף. מאַרק האט זיי אויך נישט דערציילט איבער די 30 מענטשן וועלכע האבן געדזשאָנטעד בשעת זיי זענען געווען באוואוסטזיניג, בע"כ אדער נישט. יעדעס מאל זענען די מענשטן אדער תיכף געשטארבן אדער ארויסגעקומען צורודערט. סייענטיסטן זענען געקומען צום מסקנא אז כאטש דאס דזשאָנטינג פונעם פיזישן גוף וחומר ווערט אויסגעפירט תיכף, איז אבער צום קאַנשעסנעס און באוואוסטזיין דויערט עס גאר א לאנגע צייט, ואפשר מיליאנען יארן, וואס פירט צו דעם אז א באוואוסטזיניגער מענטש איז פשוט אליינס מיט זיינע געדאנקען פאר די גאנצע צייט אין אַן ענדלאזע פעלד פון ווייסע גארנישט.

נאך דעם וואס מאַרק האט געענדיגט פארציילן די געשיכטע פאר זיין משפּחה (דאס וואס ער האט יא פארציילט), האט מען זיי אלע געהייסן זיך אראפלייגן אין א ספעציעלן בעט און מ'האט זיי איינגעשלעפט מיט סליִפּינג געז. דערנאך, אזוי, האט מען זיי טעלעפּאָרטירט צו מאַרס. ביים זיך אויפוועקן זענען מאַרק און זיין ווייב צו זייער שוידער געוואור געווארן אז זייער נייגעריגער און ווילדער זון ריקי האט בכוונה איינגעהאלטן זיין אָטעם בשעת מ'האט אים געגעבן די סליִפּינג געז, כדי צו מיטהאלטן די דזשאָנט בשעת'ן זיין באוואוסטזיניג, און ער איז ל"ע געווארן גענצליך צורידערט. ריקי'ס האר איז געווען גענצליך ווייס און ער האט זיך געריסן ביי די אויגן, שרייענדיג צו מאַרק, "עס איז לענגער ווי דו מיינסט, טאטע! לענגער ווי דו מיינסט!" פאר'ן ווערן אוועקגעפירט פון זיין דערשראקענע פאמיליע דורך עטליכע ארבעטערס.

ע"כ הסיפור בקיצור.

לענ"ד איז דאס א טיפע פיקטיווע מעשה פון א ‏טיפע שרייבער פון היינטיגע (פּאַפּיולער) אמעריקאנע ליטעראטור. צום ערשט רירט דאס אָן אויף די חילוק צווישן רעדאָקטיוו פיזיקעליזם, וואו די נפש איז גארנישט מער ווי די מח הנושאה, און דוּעליזם, וואו עס איז א באזונדערע ענטיטי. פון איין זייט ווען מ'שלעפט איין דאס מענשט און זיין מח, איז זיין קאַנשעסנעס און נפש נישט אין א סכנה פונעם דזשאָנט. פון די אנדערע זייט אבער, ווען ער איז יא וואַך און קאַנשעס, טיילט זיך אפ זיין נפש פון זיין פיזישע גוף החומרי (וכעין ההוכחה של דעקארט על הנפש) אזש אז זיי שפירן דאס דורכגאנג פון צייט וזמן גענצליך אנדערש.

ווי אויך האט דאס מיר געמאכט טראכטן לגבי די געדאנק פון פּענסייקיזם, וועלכע קלערט אז אלעס בהעולם, ואפילו א דומם, האט אין זיך עפעס קאַנשעסנעס און איז צאמגעשטעלט פון "מיינד-שטאף". וא"כ איז אינטרעסאנט צו קלערן וואס דאס באדייט אין די סיפור לגבי טעלעפּאָרטן א דומם וצומח, וועלכעס זענען נישט געשטארבן בעת'ן דורכגיין די רייזע.

ובעיקר האט דאס מיר געמאכט טראכטן איבער א נייעם דערהער במושג של גיהנום צו אַן אפגעזונדערטע קאַנשעסנעס, און דאס בּאָרדאָם וועלכעס איז אבנארמאל געפערליך. והיינו, אז טאמער האט עס נישט געטויגט בין אדם למקום, איז דארט נישטא חכמה וכו' מה' מיט וועלכע די נפש קען זיך משתעשע זיין. ובענין פגם בין אדם לחבירו, איז דארט נישטא קיין אנדערע ברואים מיט וועלכע זיין קאַנשעסנעס קען זיין בקשר. און ווי צוגעברענגט עפ"י היערות דבש (ח"א ד"ה), איז עס נישט קיין ענדלאזע פעלד פון ווייס, נאר פון שווארץ.

וכמובן קען מען קלערן צי דער פאטער מאַרק וואלט ווען יא געדארפט פארציילן פאר די קינדער די שרעקעדיגע חלקים, איבער וואס עס האט פאסירט צו מענטשן וועלכע זענען דאס דורכגעגאנגען וואַך. וכמו שפירש"י בריש פ' אחרי מות לגבי האזהרה אַל תמות כדרך שמת פלוני ע"ש.

די אקאדעמיקער טוהן דורך די פילאזאפיע אין דעם סיפור. זיי שרייבן דערויף לגבי דעם צי טעלעפּאָרטן הייסט למעשה ״מיתה״ (לשעה), ווי אויך בנוגע די געדאנק פון רעלאטיוויטי אין דעם לגבי צייט, און ווי די נפש עסט זיך אליינס אויף און דאס איז דערנאך פועל אויפ׳ן גוף (און די ענליכקייט דערפון צו די טיפע פילמס אינסעפּשאן און די מעיטריקס):
IMG_6827.jpeg
ווי זיי ברענגען ארויס, איז טאקע די גיהנום דערפון ווען די נפש, זייענדיג אזוי לאנג אָנע שום אינפּוט, "עסט זיך אליינס אויף". די איינציגסטע וועג זיך ארויסצוזעהן דערפון, איז טאמער האט די נפש אַן אחוזה בחכמה וואס איז אינפיניט און נישט חומרי, און עס קען דאס כסדר מאכן פרה ורבה. כולי האי ואולי. אויב איז דאס טאקע א כוונה דערין, קען דאס זיין נאך א פשט אין דעם אז (נדרים ח:) ביי גיהנום צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה ע"ש.

עס איז אויך מן הראוי לציין צו וואס דר. קלינט דזשוינס שרייבט לגבי די פילאזאפיע אינעם אינסעפּשאן פילם:
When Ariadne poses the question “Who’d want to be stuck in a dream for ten years?” Yusuf immediately replies that “it depends on the dream.” Like Yusuf, most people could think of a dream state they wouldn’t mind being stuck in for years, but that’s not the issue when it comes to utopias. Consider heaven. If heaven lasts forever, one eventually would become bored, tired of living an idyllic existence, and would want to opt out. Without the ability to opt out, however, heaven would become hell

This is exactly the problem that Julian Barnes deals with in his most popular novel, A History of the World in 10½ Chapters. In the final chapter, aptly titled “The Dream,” the unnamed dreamer wakes to find himself in heaven. The place is decked out with everything he desires, tailored specifically to his tastes. He enjoys his favorite breakfast perfectly prepared for every meal. He plays his ideal golf course so often that eventually he can get through in eighteen strokes. He meets all the famous people he’s ever been interested in and some others just for fun. He eats, drinks, shops, copulates, learns every new activity he can think of (after golf becomes a bore), and finds that every whim is catered to, immediately, without question or fail. He eventually realizes that “they even make the bad things good,” so that no experience is unpleasant. This is especially true of hell, which is a theme park of sorts that heaveners can visit; it provides a “good scare . .. as opposed to a bad scare.”

After a considerable amount of time (the dreamer loses track fairly quickly), perfection becomes routine and boring. The things he didn’t enjoy in life, like reading, bring little or no pleasure in heaven, and his attempts to pursue those thingdo nothing to alleviate his boredom. This is the problem of heaven—eventually we would want out. And this fits with Ariadne’s horror at being stuck in a dream
ובזה אז דאס איז א דערהער אין גיהנום און עס איז אויסגעקומען אז דער מאַרק האט ל"ע מקריב געווען א קינד דערפאר, איז ווי דר. סטיפען געלער שרייבט לגבי מקום הגיהנום:
Did Israelite-Judean religion practice child sacrifice, as surrounding Canaanite religions did? To be sure, the Bible condemns "passing children through the fire to Molech" (probably a form of Baal), but Israelites were acquainted with the practice, and recognized its numinous terror when performed by others (2 Kings ch 3). The prophets condemn those who sacrifice their children at the tophet outside Jerusalem, a place of such horror that it gave its name, Gehenna (ge' ben hinom), to the later concept of hell
{איך האב דאס מעיקרא געהאט געשריבן אלס א תגובה בתוך מיין אשכול איבער הרעות וטעאדיסי והמסתעף. מ'האט מיר אבער געבעהטן באישי אז אויב כ'שרייב אן אריכות, זאל איך ענדערש עפענען א נייעם אשכול ווי קאמענטירן אין אן אלטן, ובפרט אז יש בו משום חידוש. אין אנדערע ווערטער, נאך א געדאנק בתוך "גיהנום".}
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא איז א pdf פון די גאנצע סיפור אין ענגליש. 16 בלעטער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

איך האב נישט קיין מויל, אבער איך מוז שרייען

שליחה דורך מי אני »

דא האב איך צוגעברענגט דעם געדאנק פון ראָקאָ׳ס בּאסיליסק, און וויאזוי און פארוואס אַן אפילו ״פריינטליכע״ און בּענעוואָלענט סוּפּער AI, וועט מעגליך שאפן א סימיולעיטעד גיהנום לענות בו בני אדם. וכעי״ז איז דא די קורצע סיי-פיי האַראַר סיפור ״איך האב נישט קיין מויל אבער איך מוז שרייען״ פון הארלאן עליסאן.
די געשיכטע ווערט פארציילט אינעם ערשטן-פּערזאן דורך איינעם טעד, וועלכע עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי ער איז נאך אינגאנצן ביים זינען און דעת (מחמת הצרות, וכדלהלן). די סעטינג פונעם געשיכטע (וועלכע איז געשריבן געווארן אין די כ' יארן) איז אז די קאלטע קריג צווישן די פרייע וועלט און די קאמוניסטן האט זיך פארוואנדעלט אין צו א נוקלעארער וועלט מלחמה צווישן די פאראייניגטע שטאטן, דעם סאוויעטן פארבאנד און כינע. זיך צו העלפן אין די מלחמה, האט יעדעס פון די דריי לענדער געבויט א סופּער AI, אן "אליאירטע מעסטערקאמפיוטער" (AM), צו קאארדינירן וואפן און טרופן צוליב דעם פארנעם פונעם קאנפליקט. די קאמפיוטערס זענען געווען ריזיגע אונטערערדישע מאשינען, און זייערע דראטן און טרענזיסטארס האבן זיך געדרייט אונטער'ן פלאנעט מיט טאנעלן און קארידארן. ברבות הימים, איז איינע פון די AM מעסטערקאמפיוטערס געווארן קאנשעס און סענטיענט ענטיטי, און האט באקומען אַן עקסטרעמע האַס צום מענטשהייט - זיינע באשאפערס. עס האט זיך צאמגעשטעלט מיט די אנדערע קאָמפּיוטערס, און גורם געווען לגמרי דאס פארטיליגונג פונעם מענטשהייט, מיט די אויסנאם פון פינעף מענטשן, וועמען עס האט גורם געווען צו ווערן געהאלטן אינעם ריזיגן אונטערערדישן קאָמפּלעקס אירע. און די קאָמפּלעקס האט AM די יכולת פון קענען כמעט אלעס טוהן, ווי לדוגמא מאכן העלוסינעישאנס, טוישן די פיזישע קאמפּאזישאן פון זאכן וכדומה – א כמו-גאט. די פינעף מענטשן, פיר מענער (בעני, גאָרריסטער, נימדאק, און דער טעד דער דערציילער) און איין פרוי (עללען), האט AM געמאכט אז זיי זאלן ווערן כמעט אימארטאל און אָן דאס מעגליכקייט פון צו באגיין זעלבסטמאָרד. און דאס איז אלעס כדי זיי כסדר צו פייניגן מיט כל מיני עינויים, זייענדיג אז עס האט אזוי אבנארמאל פיינט דאס מענטשהייט.

טעד דערציילט די געשיכטע אז 109 יאָר נאָך די אָנהייב פון זייער זיין דארט אין די קאָמפּלעקס פון AM, האט נימדאק געקלערט אז עס איז דא 100 מייל ווייט אין איינע פון די מערות אינעם קאָמפּלעקס, נענטער צום אויבערשטן קאלטן חלק פון די וועלט, מער עסן מיט וואס זיי קענען זיך ערנערן, זייענדיג אז זיי זענען כסדר אויסהונגערט ביז גאר. בשעת די נסיעה וואס די חבריא האט געמאכט, טוהט זיי AM כסדר פייניגן. אינמיטן האט טעד גע'חלש'ט און עס איז אים בייגעפאלן אז די סיבה פארוואס AM האט זיי אזוי פיינט, איז ווייל עס איז דאך מוגבל – עס קען נישט ארומגיין און זיך באוועגן בפועל, עס קען נישט פיהלן קיינע אלגעמיינע תענוגים (האַס, כעס, און נקמה (שהיא תענוג) זעהט אויס אז יא), און עס קען אויך נישט באגיין זעלבסטמארד. ולכן זוכט דאס צו פארשקלאפן און פייניגן די לעצטע פארבליבענע מענטשן פונעם מענטשהייט וועלכע האט דאס באשאפן. ער קומט צו צום מסקנא אז די עטישע זאך צו טוהן איז פאר אים צו הרג'ענען די אנדערע פיר פונעם חבריא, און אזוי זיי באפרייען פון זייער חיי צער.

ווען די פינעף קומען ענדליך אָן צו די קאלטע אייז מערות, געפינען זיי טאקע א הויפן פון קענד עסן, אבער זיי האבן נישט קיינע כלים מיט וועלכע זיי צו עפענען. פאַרצווייפלטערהייט, טוהט בעני אטאקירן גאָרריסטער און הייבט אָן צו עסן זיין פנים ממש. טעד נעמט א שפיציגע שפיז פון אייז און הרג'עט דערמיט בעני און גאָרריסטער, און ווען עללען זעהט דאס פארשטייט זי און הרג'עט נימדאָק אויף דעם זעלבן אופן. דערנאך הרג'עט טעד אזוי עללען אויך. AM האט נישט געקענט צוריק מחיה זיין די אנדערע, ולכן גיסט עס אויס די גאנצע כעס עס האט אויף טעד. עס פארוואנדעלט טעד און צו א דזשעלי סארט באשעפעניש, און ענדערט זיין פערסעפשאן פון צייט כדי צו הייבן די יסורים עס איז אים גורם. אבער הונטערטער יארן שפעטער טרעפט טעד אביסל טרייסט בתוך זיין געוואלדיגע צער, אין דעם אז ער איז געווען ביכולת צו כאטש ראטעווען די אנדערע אן זיי באפרייען פון די חיי צער. די מעשה ענדיגט זיך מיט זיין טראכטן: "איך האב נישט קיין מויל און איך מוז שרייען".

ע״כ הסיפור בקיצור נמרץ.

די געשיכטע ברענגט אויך ארויס די געדאנק פון גיהנום ע"י אן ASI. טשארלס בּרעדי אנאלאזירט דאס פון אַן אקאדעמישן פּערספּעקטיוו און ברענגט ארויס אז די געדאנק פונעם סיפור איז בתוך די ״טויט פון גאט" פילאזאפיע, ובפרט ביחס צום טעאלאגישן פראבלעם פון גיהנום. והיינו, אז ווען מ'ליינט די מעשה קלערט מען אז אזא סארט קאנסעפשאן פון אן אנטראפאפעטישע און אמניפאטענט גאט, וועלכע איז כלל נישט טוב ולגמרי רע, מוז "שטארבן". ווי ער שרייבט:
Ellison's target in his criticism is God-the-puppet-master, the eternal one behind the scenes who pulls all the strings. This idol is also a challenge to human freedom. Not only is man under the control of someone else, his whole life is acted out under the Other's close, cold scrutiny. Ellison draws out the image of God-the-puppet-master to an absurd extreme; any sensitive human being must shout out, "That God has to die!" His vision is true: the god who would seek to enslave or control man is a caricature of God

Once the air has been cleared and the idols pointed out for what they are, the search can continue for "a God you don't have to wind up on Sunday." Ellison's work is not atheistic or blasphemous in the final analysis. He deals with the images men create of God, idols that often obscure the real God. Ellison himself provides a last sobering thought within his short story, through the final thoughts related by Ted:

Inwardly. Alone. Here. Living under the land, under the sea, in the belly of AM, whom we created because our time was badly spent
ועיין כאן איבער די סימיולעישאן ארגומענט, די טעזע אז אונז זענען טאקע סימיולעיטעד בתוך א סוּפּערקאמפּיוטער, און די ‏השלכות דערויף צו טעאלאגיע.

באהאפטען איז די אריגינעלע קורצע מעשה אין ענגליש. 13 בלעטער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

קיין ארויסגאנג - גיהנום איז אנדערע מענטשן

שליחה דורך מי אני »

דער עקזיסטענשעליסט פילאזאף זשאַן-פּאָל סאַרטרע האט געזאגט אז א חלק פון דאס משמעות בכלל פונעם ״עקזיסטענץ״ פונעם מענטש, איז דורך דעם אז ער איז א חלק פון די סאביעקטיווע עקספיריענס פון אנדערע; ער אליין טוהט דאס אנערקענען און קוקט זיך אליינס אָן דורך יענעם׳ס אויגן. לדוגמא, עס איז א נפק״מ פאר א מענטש טאמער ער איז אליינס אין א פּארק, צי טאמער א צווייטער מענטש איז דארט ואפילו טאמער דער צווייטער מענטש באמערקט אים נישט. די חילוק פון די צוויי אויספלוגן אינעם פּארק, וואו ער איז אליינס דארט אדער נישט, זענען צוויי אנדערע עקספּעריענסעס לגמרי. און דאס איז ווייל זיין קאנסעפּשאן פון זיין זעלבסט און אידענטיטעט, איז תלוי אין די סאָבּדזשעקטיוויטי פון וואס א צווייטע מענטש טראכט, אדער וואלט געטראכט, איבער אים. וכמובן איז דאס אסאך שטערקער ווען דער אנדערער מענטש באמערקט אים יא, ומהאי טעמא.
ובזה האט סאַרטרע געשריבן א שפיל גערופן ״קיין ארויסגאנג״. אינעם שפיל זענען דא דריי כאראקטארן וועלכע זענען נארוואס געשטארבן. דער ערשטער איז א מאן וואס הייסט יוסף גארסין. בחייו איז ער געווען א דזשורנאליסט אבער איז געצוואונגען געווארן צו גיין אין מיליטער צו קעמפן אין א קריג. אלס פחדן האט ער דעזערטירט, און פאר דעם האט מען אים געשאסן און אומגעבראכט. זיין ווייב האט זיך פון גרויס צער דערפון, זיך דערנאך גענומען דאס לעבן. צו די ווייב האט ער זיך אויך אויפגעפירט שאנדפול און בוגד געווען אין איר, אהיימברענגענדיג אנדערע פרויען מזנה צו זיין מיט ואפילו וואו די האט געוואוסט דערפון בפניה.

די צווייטע כאראקטער איז א פרוי מיט׳ן נאמען אינעז סעראַנאָ. זי פלעגט ארבעטן אינעם פּאסט אפיס און א האָמאָסעקשועל. זי איז א פרוי מיט גאר א שטארקן כאראקטער און איז בפירוש מודה אז זי איז א מושחת המדות. בחייה, בשעת׳ן זיין אַן אורח ביי איר קאָזין, האט זי אָנגעדרייט איר קאָזינ׳ס ווייב, פלאָרענס, אנטקעגן אים און צושטערט זייער מערידזש, כדי צו קענען שלאפן מיט פלאָרענס. נאכדעם וואס די קאָזין האט איבערגעלאזט פלאָרענס און ער איז גע׳הרג׳עט געווארן אין אַן עקסידענט, האט פלאָרענס אָנגעפילט די דירה מיט גאז, און אזוי זיך גע׳הרג׳עט צוזאמען מיט אינעז.

די דריטע כאראקטער איז א פרוי א יפת תואר מיט׳ן נאמען עסטעל ריגאָלט. בחייה איז זי געווען פון די העכערע שטייסל אין די געזעלשאפט אוי האט געהאט געהייראט אַן עלטערע רייכע מאן. זי האט מזנה געווען תחתיו מיט א אינגערע מאן וועלכע האט זיך גאר שטארק פארליבט אין איר. ער האט איר פארשוואנגערט, אבער דערנאך ווען זי האט געבוירן דאס קינד האט זי דאס דערטראנקן דורכ׳ן דאס אראפגעווארפן פון איר פּאָרטש אריין אין טייך. דאס האט גורם געווען אז איר נואף זאל זיך נעמען דאס לעבן.

די דריי מענטשן, נאך זייער טויט, ווערן אריינגעברענגט צוזאמען אין איין צימער. זיי קלערן אז מ׳גייט זיי מענה זיין בגיהנום, אבער למעשה איז דאס א נארמאלע צימער. אין אָנהויב ווילן יוסף מיט עסטעל נישט מודה זיין אין זייערע חטאים, אבער אינעז טשעפעט זיי אז זיי זאלן אויפהערן זאגן ליגענט. זי זעהט איין אז מ׳האט זיי אלע דא צאמגעשטעלט צוזאמען צו דערגיין איינע דאס אנדערע די יארן. און זיי דערציילן צום סוף די סיבות פארוואס זיי זענען בגיהנום.

עס שטעלט זיך ארויס אז אינעז איז חומד עסטעל מחמת יופיה, עסטעל איז חומד יוסף, און יוסף איז חומד אינעז ווייל זי איז א שטארקע פרוי כאראקטער, און טאמער זי אנערקענט אין אים וועט דאס שטארקן זיינע מעסקיולין אינסעקיוריטיס מיט דעם וואס ער איז א פחדן וכו׳ און נישט קיין ״עלפאַ מעיל״. צום סוף געבט יוסף זיך אונטער צו עסטעל, און בעהט איר אז זי זאל אנערקענען אין אים אז ער איז א שטארקער און נישט קיין פחדן. אינעז, וועמען עס באדערט אז עסטעל איז חומד יוסף, מאכט חוזק פון יוסף אז עסטעל זאגט דאס אים אבי כאטש צו האבן א מאן, זייענדיג אז ער איז דער איינציגסטער זכר דארט.

דאס איז גורם אז יוסף איז דוחה עסטעל און זוכט זיך ארויסצוזעהן פונעם צימער. די טיהר עפענט זיך צום סוף פאר אים, אבער ער קען זיך נישט ברענגען ארויסצוגיין פונעם צימער, איידער אינעז וועט איינזעהן אין זיין ווערד אלס א מאן. אינעז זאגט אים אבער אז דאס וועט קיינמאל נישט פאסירן. ער זאגט עסטעל אז ער קען בשו״א נישט זיין מיט איר בשעת אינעז איז דארט מיט זיי צוזאמען. און זיי קענען זיך נישט פיזיש הרג׳ענען איינע דאס אנדערע, וויבאלד זיי זענען שוין טויט און שטארבן קענען זיי נישט. יוסף פירט דעריבער אויס אז ״גיהנום איז - אנדערע מענטשן.״

די שפיל ענדיגט זיך מיט דעם וואס זיי אלע נעמען זיך לאכן און זאגן ״נו, לא׳מיר דאס טאקע טוהן.״

ע״כ הפּלעי בקיצור.

דאס ברענגט ארויס אז די גיהנום פאר׳ן מענטש, ואפילו בעלמא הדין, איז דאס הכרח פון דעם וואס דער מענטש׳נס אידענטיטעט און עצם עקזיסטענץ ווערט נקבע אין וויאזוי אנדערע שאצן אים סאָבּיעקטיוולי און ווי אזוי ער פארשטייט דאס. און עס איז לא ימלט בלא זה.

און דאס איז ל״ד אויב מ׳איז ביחד דוקא עם אדם רע (וואס סתם אזוי איז דאך יצר לב האדם רע מנעוריו ביי אלע), אזוי ווי אין די שפיל מיט אינעז. נאר אטאמאטיש מיט׳ן זיין א מענטש, וואס קומט בהכרח מיט׳ן דאס זיין מקושר ומסובב מיט אנדערע מענטשן, איז דאס פועל אויף זיין עקזיסטענץ - ער קען נישט האבן ״עקזיסטענץ״ אלס א ״זיך״ אָן זיי, אבער דאס ברענגט אים צער ועגמת נפש, וואו זיין אידענטיטעט און ״זיך״ ווערט כסדר אויסגעשטעלט לויט די אנדערע מענטש׳נס סאָבּדזשעקטיוויטי איבער אים.

און דאס וואס זיי אלע לאכן צום סוף און זענען דאס מקבל, גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס דער עקזיסטענשעליסט פילאזאף אלבּערט קאמוס האט געשריבן אז דאס׳ן דאס מקבל זיין און טרעפן מיענינג דערין, איז א מרידה אין די אַבּסורדיטי פון דאס עקזיסטענץ, וואס די אַבּסורדיטי איז דאך אויך א גיהנום פאר׳ן מענטש.

ווי אויך איז דא אין דעם ביידע געדאנקן בעירובין יט. - סיי דאס אז זיי לאכן צום סוף און זענען מצדיק עליהן את הדין, און סיי דאס אז אפילו על פתחו של גיהנום בלייבן זיי די זעלבע כאראקטערן ורשעים שהיו בחייהם. און אפילו ווען די פתח איז אפען פאר אים ארויסצוגיין, מוז ער בלייבן צו ערגענצן כבודו וואס ער פיהלט עס ליגט אים בנפשו מכח דעם וואס די אשה הכרוכה בו ככלב מוז איינזעהן אין אים אים צו געבן א ווערד. (‏וידוע מאמרם בשבת יא. כל רעה ולא אשה רעה, ובעירובין מא: דמי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנום.)

דאס ליגט טאקע אונטער די געדאנק פונעם קאמעדיע שׁוֺי ״די גוטע פלאץ״, וועלכע @שעפטאל האט דערמאנט, וואו די ״גיהנום״ וצערה איז דאס וואס מענטשן שטערן איינע דאס אנדערע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דאס רוף פון קתּוּלהוּ

שליחה דורך מי אני »

דער האַראַר שרייבער האַוּערד פיליפּ לאָווקרעפט איז אויפגעקומען מיט דאס ״קתּוּלהוּ מיתוס״. דאס איז וואו עס זענען דא די ״גרויסע אלטע״, וועלכע זענען ברואים מיט געוואלדיגע כוחות וואס דער מענטש איז קוים ביכולת זיי צו באגרייפען. עס גייט זיי נישט אָן דאס מענטשהייט בכלל, און עס זענען דא קאָלטס פון מענטשן וואס דינען זיי מחמת רוב כוחם.

פון די גרעסטע פון זיי איז קתּוּלהוּ. ער איז א ריזן בריה, מיילן הויך, מיט הענט און פיס. ער האט מערערע אויגן אויפ׳ן קאפ און טענטעקלס וואס קומען ארויס פון זיין מויל. ער האט טעלעקינעטיק כוחות וואס זענען פועל אויפ׳ן מענטש, און זענען אפטמאל גורם אז די וואס זעהן אים גייען אראפ פון זינען.
2.jpg
לאָווקרעפט האט צום ערשטן מאל אינטראדוסט דעם ענטיטי פון קתּוּלהוּ אין זיין קורצע מעשה דאס רוף פון קתּוּלהוּ. דאס איז געשריבן באופן ווי דער כאראקטער און נערעטאר פרענסיס וועילענד טורסטאן דערציילט וואס ער האט געטראפן אין די נאטיצן פון זיין פארשטארבענער עלטער-פעטער דזשאָרדזש געמעל ענדזשעל, א פּראפעסאר פון שפראכן, און אין אנדערע דאקומענטן.
דער פּראפעסאר פון שפראכן דזשאָרדזש געמעל ענדזשעל איז געשטארבן נאכדעם וואס א מאטראז האט אריינגעזעצט אין אים. זיין נענסטע יורש איז זיין אור-פלימעניק פרענסיס וועילענד טורסטאן. דורכגייענדיג פּראפעסאר ענדזשעל׳ס דאקומענטן האט פרענסיס געטראפן אַן אויסשניט פון א מאַנסטער מיט א מענטשליכע געשטעל אבער מיט אַן אקטאפּוס סארט קאפ, וואס איינער הענרי ווילקאַקס האט אויסגעקריצט מיוסד אויף חלומות ער האט געהאלטן אין איין האבן. אויף דעם איז אויך געשטאנען, אין סימבּאלן, ״קתּוּלהוּ פטאגן״. דער הענרי ווילקאַקס איז געקומען דאס צייגן פאר פּראפעסאר ענדזשעל און געוואלט וויסן וואס די ווערטער מיינען. פּראפעסאר ענדזשעל האט דאס צאמגעשטעלט מיט אנדערע נאטיצן ער האט שוין געהאט מעיקרא.

17 יאר פריער, ווען פּראפעסאר ענדזשעל איז געווען ביי א מיִטיִנג מיט אנדערע ארכעאלאגן, האט זיך דארט באוואוזן א פאליציי-מאן פון ניוּ-אָרליענס, דזשאן רעימאנד לעגראַס, צייגענדיג א פסל פון אט דעם ״קתּוּלהוּ״. דאס האט ער פארשאפט ווען די פאליציי איז באפאלן און האט געמאכט אַן אבלאווע אויף א וואוּדוּ כישוף קאָלט אין די זומפן פון ניוּ-אָרליענס און זיי ארעסטירט. ער האט דאס געצייגט פאר די אקאדעמיקער אבער זיי האבן דאס נישט געקענט פותר זיין וואס דאס איז. איינער דארט, א פּראפעסאר פון אנטראפּאלאגיע מיט׳ן נאמען וויליאם טשענינג וועבּ, האט געהאט געזעהן אזא פסל 48 יאר פריער ווען ער איז געווען אין גרינלאנד. דארט האט ער געטראפן א קאָלט פון עסקימאָס וואס האבן געהאט ריטואלן פון מענטשליכע קרבנות צו דעם פסל, בשעת׳ן שעפשען הויך צוזאמען א פזמון אין אַן אור-אלטן שפראך, וואס האט געהאט בתוכה די ווערטער ״קתּוּלהוּ פטאגן״.

אינספּעקטאר לעגראַס האט זיי פארציילט אז בשעת׳ן אויספרעגן די קאָלטיסט ארעסטאנטן איבער די פזמון וואס זיי שעפשען האט ער אים געזאגט אז דאס מיינט, ״אין זיין הויז אין רלייע, טויטע קתּוּלהוּ ווארט חלומ׳דיג״. דאס האבן זיי געשעפשעט בשעת׳ן ארומטאנצן א פייער, ארום וועלכע האבן געהאנגען קאפ-אראפ טויטע פארברענטע גופים פון מענטשן וועלכע די קאָלטיסטן האבן פארכאפט. זיי האבן געזאגט אז זיי זענען אַן אור-אלטע באהאלטענע קאָלט וועלכע דינען ״די גאר אלטע״, וועלכע זענען געווען גאר שטארקע בריות נפילים צום וועלט פאר דאס מענטשהייט איז אפירגעקומען. זיי זענען יעצט אין די ערד און אונטער די ים, און וועלן צוריק אפירקומען ווען איינע פון די ״גאר אלטע״, קתּוּלהוּ, וועט זיך ערוועקן פון זיין רוה-ארט אין רלייע בתוך הים און וועט איבערנעמען די וועלט. לעת עתה, האבן זיי געזאגט, זענען זיי אין א פארעם פון סטאסיס און פלעגן רעדן מיט זייערע עובדים דורך מחשבה. זיי ווארטן אז זיי זאלן זיך ערוועקן געהעריג און איבערנעמען די וועלט, וואס דאן וועט מען קענען זיך מתענג זיין ברציחה אויף מענטשן וואס וועלן אראפגיין פון זינען מחמת כוחם, זייענדיג אז די ״גאר אלטע״ זענען העכער ווי טוב ורע.

פרענסיס איז געגאנגען באזוכן דעם ווילקאַקס וואס האט געהאט די חלומות איבער דעם קתּוּלהוּ, גלייבענדיג אז ער האט ערגעצוואו שוין געהערט פון דעם קאָלט מעיקרא, און האט פשוט פארדרייט א קאפ פאר זיין עלטער-פעטער. ער האט טאקע אויסגעזעהן אז ער איז אמת׳דיג אין דעם אז ער האט דאס כסדר געזעהן אין זיינע חלומות, אבער פרענסיס האט געקלערט אז ווילקאַקס האט דאס געזעהן יארן צוריק און פשוט פארגעסן; און דערנאך האט ער דאס געזעהן אין זיינע חלומות.

יארן שפעטער, שוין האבענדיג פארגעסן פונעם ״קתּוּלהוּ קאָלט״, איז פרענסיס געווען ביי א חבר אינדערהיים. דארט האט ער געזעהן א צייטונג מיט א בילד פון א קתּוּלהוּ פסל וואס פארציילט ווי א גרויסע שיף מיט׳ן נאמען אלערט איז געטראפן געווארן מיט נאר איין לעבעדיגע און איין טויטע מאטראז דערויף. דער לעבעדיגער מאטראז האט שטארק אָנגעכאפט אין זיינע הענט דעם פסל. דער מאטראז, גוסטאף יאהאנסאן, האט דערציילט אז ער איז געווען א מאטראז אויפ׳ן שיף עמאַ מיט נאך 11 מאטראזן. בשעת׳ן זיין אויפ׳ן ים האט זיי א שטורעם ווייט פארפירט. זיי האבן אָנגעטראפן די שיף אלערט וועלכע האט זיי באפוילן זיך אויסצודרייען. ווען דער קאפיטאן פון עמאַ האט נישט געפאלגט, האט די אלערט אָנגעהויבן שיסן אויף זיי מיט קאנאנען. די עמאַ האט אָנגעהויבן זינקען, אבער די מאטראזן האבן באוואוזען איבערצונעמען די אלערט שיף און הרג׳ענען אירע מאטראזן, בשעת׳ן אליינס פארלירן זייער קאפיטאן און נאך צוויי מאטראזן. אויף די שיף האט יאהאנסאן געטראפן דעם פסל. זיי זענען דערנאך געפארן אין די דירעקציע וואס די אלערט האט זיי נישט געלאזט גיין און אָנגעקומען צו אַן אינזל וועלכעס איז נישט אויף קיין שום מאפע. דארטן זענען די איבעריגע מאטראזן געשטארבן.

פרענסיס האט באמערקט אז די סיפור מיט יאהאנסאן׳ס שיף איז געווען אין די זעלבע תקופה וואס ווילקאַקס האט געהאט זיינע חלומות. פרענסיס האט אפירגעזוכט דעם יאהאנסאן, אבער האט נאר געטראפן זיין אלמנה, זייענדיג אז ער אליינס איז געשטארבן. ער האט איר איבערגערעדט אז זי זאל אים געבן די טאגבוך פון איר מאן, וואס דארטן האט ער פארשריבן וואס עס האט באמת פאסירט מיט זיינע אנדערע מאטראזן.

יאהאנסאן האט געשריבן אז זיי זענען אָנגעקומען צו אַן אינזל וואס האט נישט געהאט קיין געהעריגע דזשיאמעטרי. עס האט געהאט ריזיגע טרעפּ וואס זענען נישט געמאכט געווארן פאר מענטשן. ארויפקומענדיג אויבן האבן זיי געזעהן א ריזיגע רינדעכיגע טיר מיט א אויסגעקריצטע בילד פון אט די קתּוּלהוּ פסל דערויף, און וועלכע זיי האבן נישט געקענט פעסטשטעלן צי עס איז אין די וואנט אדער ערד. זיי האבן עס גע׳עפענט און ארויס איז געקומען אט די ריזיגע בריה קתּוּלהוּ. צוויי מאטראזן זענען געשטארבן אויפ׳ן פלאץ פון דאס זעהן, און קתּוּלהוּ האט גע׳הרג׳עט די אנדערע חוץ יאהאנסאן און א צווייטן. זיי זענען צוריקגעלאפן אראפ די ריזיגע טרעפּ צום שיף. זיי האבן זיך גענומען פארן ווען די אנדערע מאטראז האט צוריקגעקוקט אויף קתּוּלהוּ און יצא מדעתו; קורץ דערנאך איז ער געשטארבן. קתּוּלהוּ האט זיך אפגעשטעלט און אריין אינעם ים. יאהאנסאן האט אויסגעדרייט דעם שיף און דאס אריינגעקראכט אין קתּוּלהוּ, גענצליך שפאלטענדיג קתּוּלהוּ׳ס קאפ. ער האט שנעל אויסגעדרייט דעם שיף און גענומען אנטלויפן, אבער צוריקקוקענדיג האט ער געזעהן ווי קתּוּלהוּ׳ס קאפ נעמט זיך צוריקשטעלן.

ע״כ הסיפור בקיצור נמרץ.

אונטערליגענדיג די סיפור און איר טעמע איז לאָווקרעפט'ס פילאזאפיע פון קאסמיקיזם בתוך אַן אטעאיסטישע מאטעריאליזם. דאס איז אז די גדלות היקום, וואס די מענטשהייט איז ניטאמאל ביכולת משיג צו זיין, און דאס טיפע אנערקענונג אז דער מענטש איז לגמרי נישט תכלית היצירה, איז אזוי ווייט עד כדי אז דאס ברענגט אפיר א נייהיליסטישע שיגעון. דאס איז בפרט עפ"י אטעאיזם, און ווי די קאַסמאָס זענען בעצם לגמרי ולגמרי אינדיפרענט צו דאס מענטשהייט, און דער מענטש האט באמת נישט קיין שום יכולת נגדה. דאס איז לדוגמא אלוסטרירט אין די כח פון קתּוּלהוּ, וועלכע איז בעצם א בריה בתוך העולם, אבער מיט קאסמישע כוחות וואס דער מענטש קען ניטאמאל משיג זיין. (ועיין כאן.) ווי לאָווקרעפט הייבט אָן אט די סיפור:
The most merciful thing in the world, I think, is the inability of the human mind to correlate all its contents. We live on a placid island of ignorance in the midst of black seas of infinity, and it was not meant that we should voyage far. The sciences, each straining in its own direction, have hitherto harmed us little; but some day the piecing together of dissociated knowledge will open up such terrifying vistas of reality, and of our frightful position therein, that we shall either go mad from the revelation or flee from the deadly light into the peace and safety of a new dark age
ער האט געהאט געשריבן אז וואס אונטערליגט זיינע סיפורים איז די געדאנק אז מענטשליכע אינטערעסן, געזעצן, און געפיהלן האבן נישט קיין שום האַפט אין די קאַסמאָס על הכלל.

דר. שמואל וואָדווארד שרייבט:
In H. P. Lovecraft: The Decline of the West (1990), the scholar S. T. Joshi analysed many of those letters and essays to create an image of ‘Lovecraft the philosopher’. Joshi claimed that Lovecraft’s identity as a philosopher is a direct outcome of the genre he mastered: weird fiction. This genre, Joshi writes, is inherently philosophical because ‘it forces the reader to confront directly such issues as the nature of the universe and mankind’s place in it

As an absolute determinist, Lovecraft’s metaphysics describes an infinite universe in eternal predetermined motion: ‘each human act,’ he wrote, ‘can be no less than the inevitable result of every antecedent and circumambient condition in an eternal cosmos.’ This left no room for teleology, the notion that the universe is moving towards some pre-ordained goal, or that humans and other species are evolving for some purpose. His determinism was accompanied by a strict materialism that, in line with the views of many of his contemporaries, made the immaterial – the soul and spirit – inconceivable. These views shaped the nightmarish figures in his tales, which are not apparitions or spectres, the ‘supernatural’ beings of conventional horror writing, but materially real horrors that only appear supernatural because of humanity’s inability to comprehend their true nature

But something distinct, even anti-philosophical, emerges from his letters and essays: a general ambivalence towards epistemology, in which ‘the joy in pursuing truth’ is offset by its ‘depressing revelations’. Anathema to many philosophical systems, or perhaps philosophy itself, Lovecraft’s philosophical project fundamentally holds that contemplations of higher reality or the nature of things can never be fully realised. Ultimately, the search for knowledge does not constitute some telos, some purpose, for humankind, but rather leads to the violent dissolution of the self. Higher reality is that which the limited human psyche can never fully comprehend. Lovecraft suggests that higher philosophical knowledge should not be sought, since finding it entails learning of our cosmic insignificance and purposelessness

In his essay ‘Supernatural Horror in Literature’ (1927), Lovecraft characterised weird fiction as a genre unsuited to quotidian human events and emotions. Instead, he writes that it requires a fervent imagination and sensitivity to ineffable, unknown forces outside of human experience. Lovecraft believed the weird fiction genre itself was innately philosophical because to write something truly weird required engaging with thought itself:

The true weird tale has something more than secret murder, bloody bones, or a sheeted form clanking chains according to rule. A certain atmosphere of breathless and unexplainable dread of outer, unknown forces must be present; and there must be a hint … of that most terrible conception of the human brain – a malign and particular suspension or defeat of those fixed laws of Nature which are our only safeguard against the assaults of chaos and the daemons of unplumbed space

Crucial to the weird tale is its cosmic, beyond-human orientation. Lovecraft’s injunction that weird fiction authors suspend or defeat the ‘fixed laws of Nature’ is particularly elucidating. As any strict materialist and determinist knows, violating natural law is impossible in practice. But Lovecraft’s stories are dotted with attempts to describe the impossible within the limitations of human expression and experience. Cthulhu, his ancient cosmic god, is described as constituting ‘eldritch contradictions of all matter, force, and cosmic order’ and its dwelling comprises ‘non-Euclidean’ geometry with angles of masonry seemingly acute but that ‘behaved as if [they] were obtuse’. Through a belief in the impossible, Lovecraft thought we might ‘acquire a certain flush of triumphant emancipation comparable in its comforting power to the opiate dreams of religion’. But that would happen only if we had, he believed, ‘the illusory sensation that some law of the ruthless cosmos has been – or could be – invalidated or defeated’. In that sense, the illusory depictions of nature contravened in weird fiction tales provide some respite, even if only aesthetic, from the rigid and unerring clockwork of the mechanistic and predetermined universe. For Lovecraft, horror is found in what we think could be out there in the universe, given our glaringly deficient knowledge about reality. ‘The oldest and strongest emotion of mankind is fear,’ he writes in his 1927 essay, ‘and the oldest and strongest kind of fear is fear of the unknown’

One might think it strange that Lovecraft, an atheist, created a pseudo-pantheon of primordial gods, but they perform a distinct function within his fiction. Such metaphorical, ‘supernatural’ terrors appear only through humanity’s ignorance of the universe: these horrors represent the ‘cosmic spaces which would otherwise be an ambiguous and tantalising void’. Learning of these gods and their kin leads only to ‘negative revelations’ that shatter epistemological optimism. For Lovecraft’s characters, such revelations often enkindle a desire for quietism, causing them to take refuge within their own self-constructed dreamscapes to avoid the revelations of Cosmicism. For Lovecraft and his protagonists, knowledge of the boundless and unknown is a profound source of anxiety eased only by taking refuge in illusory dream-space

Though Lovecraft embraced scientific rationalism wholeheartedly during his life, his fiction still comes with a pessimistic warning to those who engage in unbridled scientific endeavour: there is no telling what we might find in the deepest recesses of the universe as our understanding of reality grows. Real knowledge, Lovecraft suggests, is impossible; humans have a limited capacity to think in truly rational ways. This perspective might explain why Lovecraft was not an evangelical atheist and accepted the usefulness of religion for the vast majority of the population, for whom a godless existence would be intolerable: ‘It helps their orderly conduct as nothing else could,’ he wrote, ‘and gives them an emotional satisfaction they could not get elsewhere.’ And besides, if we ever discovered that the universe really was as cosmically purposeless as Lovecraft imagined, then delusions of Cthulhu-esque gods might seem reasonable — or even desirable
וידוע מאמרו פונעם סייענס פיקשאן שרייבער ארטור קלאַרק.

לדוגמא, ווי איינער האט געשריבן לגבי ווי דר. מעט אָ'דאַוּד איז מסביר דר. דזשאַן אַרטשיבּאָלד וויִלער׳ס פּאַרטיסיפּעטאָרי ענטראַפּיק פּרינציפּ:
1.jpg
ויוסיף דעת יוסיף מכאוב (קהלת א חי). דבש מצאת אכול דַיֶךָּ פן תשבענו והקאתו (משלי כה טז).

דר. פראנז ראטענשטיינער שרייבט אבער:
The crucial question here seems to be whether there can be in principle any fact, any phenomenon, any knowledge that would really have for humankind in general, or for that vanguard who will have to bear the brunt of "first contact" with alien spheres and the unknown, such devastating consequences as those set forth in the quotation from "The Call of Cthulhu." I should say that the very idea is contrary to all science and that nothing like it has ever happened in our experience. The harshest blows to human pride and complacency were probably those struck by Copernicus, Darwin, and Freud, none of which caused any such reaction of cosmic despair. What met them was anger, rage, a desire to suppress them, to burn them and their works, to settle the matter not in the forum of science but with the power of society - in short, to turn a matter of science and truth into a matter of politics. In Lovecraft's fiction "hideous" knowledge is suppressed, locked up, burned, blown up, together with its bearers, but in our world what was outrageous to one generation has been accepted almost as a banality by the next

Or take the indifference of the cosmos and the insignificance of human beings in it, which is for Lovecraft a source of despair and imbued with an overwhelming negative feeling. Again, this is not a logically necessary conclusion. It might be argued that conventional religion puts mankind in a much worse position. For compared to an infinite being (God), man as a finite being is as nothing. Psychologically it is obviously quite satisfying to give oneself up to a powerful father-figure, and a consolation to have been created in "God's image" and therefore to partake a little of His properties. But what is so depressing about a situation without God, where there exists only a number of other finite species in the universe, perhaps wiser and more powerful than humans, but in principle of the same limited and finite nature, however strange in appearance, and therefore logically more similar to us than an all-powerful God? The non-existence of absolute values in the cosmos would guarantee our independence and autonomy and our freedom to establish our own ethical systems, unfettered by external laws imposed on us by a god. That is, it could be a source of extreme optimism, a feeling of freedom - albeit a freedom obviously too terrible to bear for Lovecraft, who found it more comfortable to dwell in a parochial Providence and an England of the 18th century that existed only in the prison of his mind
די אכטע עפּיזאד פון די דריטע סעזאן פון נעטפליקס׳ ליבע, טויט, + ראָבּאטס סעריע, איז וואו א גרופע סאלדאטן טרעפן א structure אין א מערה וואו קתּוּלהוּ איז איינגעשפארט דורך כישוף, און זעהן זיין כח. עס איז אדאפּטירט פון א קורצע מעשה דורך עלען בּעקסטער. די גאנצע סעריע איז שטארק רעקאמענדירט (פאר די וואס קענען דערהייבן די סארט סיפורים).
3.jpg
דר. נאָעל קעראל איז מסביר דעם געדאנק פון דאס אפּיעל פון האַראַר פיקציע:
All narratives might be thought to involve the desire to know – the desire to know at least the outcome of the interaction of the forces made salient in the plot. However, the horror fiction is a special variation on this general narrative motivation, because it has at the center of it something which is given as in principle unknowable – something which, ex hypothesi, cannot, given the structure of our conceptual scheme, exist and that cannot have the properties it has
והיינו, דאס געדאנק פון גרייכן ווייטער ממה שהרשית להתבונן און דאס דראנג צו טשעפענען מיט דעם במופלא ממך אַל תדרוש (חגיגה יג.). און דאס ווערט מומחש דורך מאַנסטערס וכדומה. עס איז מערקווידיג ווי דר. קעראל שרייבט דארט אין די הקדמה אז ער האט געטוהן אין די טעזע אויפצואווייזן זיין מאמע אז זיין ליבשאפט פאר די גאנער איז נישט קיין שטות…

דא איז די קורצע מעשה אין ענגליש (24 בלעטער):
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

נאכטפאל

שליחה דורך מי אני »

אין דעם געדאנק פון דאס אז זיך׳ן אָנטרעפן אין די ברייטקייט פונעם קאַסמאָס און פחיתות האדם, איז דאס אַן ענליכע טעמע אין יצחק אסימאוו׳ס קורצע סיי-פיי מעשה פון נאכטפאל (ער האט עס דערנאך פארוואנדעלט אין צו א לענגערע גאנצע נאַוועל מיט ראַבּערט סילווערבערג).

דאס פּלאנעט לאַגאַשׁ [קאַלגאַשׁ אינעם לענגערן נאַוועל] איז ארומגענומען מיט 6 שטערענס, אזוי אז עס איז אלס טאג און ליכטיג אויפ׳ן פּלאנעט. עס אָרבּיט ארום דעם אַלפאַ שטערן, בשעת די אנדערע זענען ווייטער, אבער גענוג נאנט אזוי אז עס איז קיינמאל נישטא קיין ״נאכט״ אויפ׳ן פּלאנעט. עס איז טאקע דא מקומות אויפ׳ן פּלאנעט ווי מערות וואו עס איז טונקל, אבער די קאנצעפּט פון ״נאכט״ (און שלאף) איז נישט פארהאן.

טערעמאן, א דזשורנעליסט, קומט אינטערוויוען אסטראנאמער וואס זאגן אז די פּלאנעט׳ס ציוויליזאצע גייט קומען צו אַן ענדע אין 4 שעה. ער און די באפעחקערונג גלייבט זיי נישט און טענה׳ט אז זייער קלעים איז מיוסד אויף עפעס א דוּמסדעי קאָלט וואס טענה׳ט, ווי זיי, אז גאנץ לאַגאַשׁ גייט דורכגיין א טונקעלע ״מערה״ און מיסטעריעזע ליכטיגקייטן גייען אפירקומען אינעם הימל. די ליכטיגקייטן וועלן אראפרעגענען פייער און צונעמען די נשמות און זינען פון די איינוואוינער פונעם פּלאנעט. די אסטראנאמער זענען דערפאר אויפגעקומען מיט׳ן המצאה פון פאלשע ליכטיגקייט (וועלכע איז נישט געווען פאר דעם זייענדיג אז עס איז נישט דייקא געווען וויכטיג פאר די לאַגאַשׁ ציוויליזאציע מקודם), און האבן געבויט א בונקער פאר זיי און זייערע פאמיליעס, אדורכצומאכן די קומענדיגע טראגעדיע. דארטן האבן זיי אריינגעלייגט עסן וכו׳ דאס אדורכצומאכן, ווי אויך די רעקארדס פון זייער ציוויליזאציע בכלל.

די אסטראנאמער דערציילן אים אז זייערע געאלאגן/ארכעאלאגן קאלעגעס האבן גראבענדיג אנדעקט מערערע שיכטן פון פריערדיגע טעכנאלאגישע ציוויליזאציעס און אַשׁ, אין א שטרעקע פון יעדע 2,050 יאר. זיי זאגן אים אז 400 יאר פריער איז מען אויפגעקומען אז די פּלאנעט אָרבּיט די אַלפאַ שטערן און נישט פארקערט, און 20 יאר פריער איז מען אויפגעקומען מיט די (ניוּטאָניען) טעאריע פון וויאזוי גראוויטי ארבעט. אבער די טעאריע האט געשאפן שוועריקייטן און האט נישט אינגאנצן געשטימט מיט די אבזערוואציעס וואס די אסטראנאמער האבן געזעהן. ביז זיי זענען געקומען אויף די המצאה אז עס איז דא נאך א בּאַדי/לבנה וואס דאס אפעקטירט דעם סיסטעם, וואס מ׳קען דאס אבער נישט זעהן איר שיין וואס עס רעפלעקטירט פון די זון/שטערנס, ווייל עס ווערט בטל אין די לעכטיקייט וואס איז אלס דא אויפ׳ן פּלאנעט. און איינמאל אין 2,049 יאר קומט אויס אז עס באדעקט די בּעטאַ שטערן, וואס פונקט דעמאלטס טוהן די אנדערע 5 שטערנס נישט באלייכטן דאס פּלאנעט. דעמאלטס וועט זיין גענצליך טונקל און ״נאכט״ אויפ׳ן פּלאנעט.

זייענדיג אז אירע איינוואוינער זענען אינגאנצן נישט געוואוינט דערצו, איז זייענדיג אין טונקעלקייט פאר מער ווי 15 מינוט, ברענגט זיי שטארקע פסיכאלאגישע קלאָסטראָפאָבּיע און פחד, ועכ״כ אז אויב זענען זיי אין טונקל פאר מער ווי 15 מינוט קענען זיי גענצליך אראפגיין פון זינען ועד כדי מיתה. ואשר על כן, וויבאלד די ליקוי חמה וועט דויערן א האלבע טאג, וועט דאס גורם זיין אז דאס געזעלשאפט זאל צאמפאלן. זיי ווילן יעצט נעמען רעקארדס דערפון בשעת עס פאסירט, אזוי אז דאס נעקסטע מאל דאס פאסירט זאל מען זיין גרייט דערפאר. דאס, קלערן די אסטראנאמער, האט גורם געווען די שיכטן פון אַשׁ ווי פריערדיגע ציווילזאציעס זענען צאמגעפאלן וואו זיי זענען אראפ פון זינען און האבן אָנגעצינדן ריזיגע פייערן פאר ליכטיגקייט. מ׳האט איבערגעגעבן דערפון בע״פ, דורך קינדער און שיכורים בשעת הליקוי חמה, און פון דעם זענען אויסגעוואקסען די סארט קאָלטס.

בשעת די אינטערוויוּ הייבט זיך טאקע אָן די ליקוי חמה, און ווי זיי האבן פארגעזאגט, הייבט די ציוויליזאציע אָן אריינצופאלן אין א געוואלדיגע כאאס. עס שטעלט זיך אבער ארויס אז די טינקעלקייט אליינס איז נישט די איינציגסטע פראבלעם. עד האידנא, זייענדיג אז עס איז אלס לעולם געווען טאג, זענען קיינע שטערענעס נישט געווען נראה. דערפאר האבן זיי אלס געקלערט אז די יוּניווערס איז נישט גרעסער ווי אפשר נאך א צוויי דריי סאָלער סיסטעם ארום זייערע שטערענס. יעצט אבער אז ס׳איז געווארן נאכט און זיי האבן געזעהן די מיליאנען שטערענעס און די שטאק פינסטער, האבן זיי פלוצלינג מיטאמאל איינגעזעהן ווי געוואלד גרויס דאס יוניווערס איז באמת. דאס האט זיי אזוי פלוצים שאקירט עד שיגעון.

ע״כ הסיפור בקיצור.

דאס איז ווייטער די געדאנק פונעם פחד פון ארויסקוקן פון קומען צום פליצלונג׳דיגע הכרה איבער די void און vastness פון יותר ממה שהרשית להתבונן; עכ״פ וואס מ׳האט געמיינט. אסימאוו הייבט אָן די מעשה מיט אַן עפּיטעף פון רעלף וואָלדאָ עמערסאן וואס האט געזאגט אז ווען מ׳זאל ווען נאר קענען זעהן די מיליאנען שטערענס איינמאל אין טויזענט יאר וואלט מען געהאט א געוואלדיגע התפעלות פאר מעשה ה׳ (וכעין הפסוק בתהלים ח ד-ה); עס איז נאר אז מ׳איז געוואוינט דערצו. אסימאוו דינגט זיך דערויף און ברענגט ארויס אין די סיפור אז דאס קאַנשׁעס מענטש וואלט אין אזא פאל אראפ פון זינען.

מ׳קען דאס ממחיש זיין מיט די געדאנק פון א רוֺיג פּלאנעט. דאס איז א פּלאנעט וואס, מחמת די ווייאלענט און כאאטישע וועג וויאזוי שטערן סיסטעמס מיט זייער בּאַדיס קומען צושטאנד, איז ״ארויסגעשטופט״ געווארן פונעם סיסטעם און וואנדערט אליינס אין ספּעיס. די פּלאנעט איז אויסערגעווענליך קאלט און איז ארומגענומען מיט א גאר דיקן פאפרוירענעם שיכט. אבער אונטער דעם קען עס האבן ווארעמקייט מחמת דזשיִאָטערמאלע פּראסעסן אין די קאָר פונעם פּלאנעט. דאס איז גענוג עכ״כ אז אסטראפיזיקער האלטן אז לעבן קען דארט עוואלווען אין די ימים (אויב עס האט) אונטער די אייזערנע שיכט. און דר. דוד סטיווענסאן קלערט אז עס איז יתכן אז לעבן איז מער מצוי אויף די סארט פּלאנעטן ווי אויף אנדערע ארום א שטערן.

יעצט, אויב עוואַלווד דארט אינטעליגענטע לעבן, זענען זיי ניטאמאל געהעריג משיג אז ס׳איז דא א משונה׳דיגע מער ברייטע יוּניווערס אינדרויסן פון די גאר דיקע שיכט פון אייז וואס נעמט ארום דאס פּלאנעט; דאס איז זייער גאנצע קאנסעפּשאן פון היקום בכלל. איז וואס גייט זיין טאמער קענען זיי דורכברעכן די שיכט פון אייז (ווי מצוייר דא) און (פיזיש נאך קענען לעבן און) די שאק פון מיטאמאל איינזעהן די גדלות היוּניווערס מול דאס וואס זיי האבן פריער געמיינט? (מ׳קען עס אביסל מדמה זיין צו די יסורי הנפש און שאק אויב א מאמין ווערט פאר זיך פלוצלינג און מיטאמאל איבערגעצייגט אין אטעאיזם.)

דא טוהן אסטראפיזיקער דורך די פיזיקס פונעם לאַגאַשׁ/קאַלגאַשׁ סיסטעם. עס דערמאנט פונעם דריי-בּאַדי פראבלעם.

דא איז די קורצע מעשה אין ענגליש (20 בלעטער):
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דאס לעצטע ענטפער

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם געדאנק פון השארת הנפש און דאס טויט פון גאט האט דר. יצחק אסימאוו געשריבן א קורצע מעשה ״דאס לעצטע ענטפער״.

מוּרעי טעמפּעלטאן, א פיזיקער וועלכע איז אַן אטעאיסט, האט פלוצלינג געפיהלט א גאר שטארקע ווייטאג אין זיין ברוסטקאסטען. ער האט זיך געפרייט ווען דאס איז דורך און געפיהלט א רואיגקייט ווי ער שוועבט, אבער האט דערנאך געזעהן ווי זיינע קאלעגעס שטייען אלע ארום אים, און ווי ער אליין באאבאכט זיך פון דער הייך. ער האט איינגעזעהן אז ער איז נארוואס געשטארבן פון א הארץ אטאקע און געטראכט צו זיך, ״וואונדער איבער וואונדער, די השארת הנפש משוגעים זענען גערעכט!״ ער האט אבער דאך נאכאלס געשפירט א גענצליכע רואיגקייט, על אף דאס׳ן זיין אפגעפרעגט.

די ליכטיגקייט האט אָנגעהויבן אוועקגיין און ער האט געפיהלט ווי א ווארעמקייט נעמט אים ארום. ער האט געקלערט, ״האַ! איך גיי צו גן עדן.״ ס׳איז געווארן אזוי אז עס איז נישט געווען גארנישט צו זעהן. דאן האט ער געהערט א קול וואס זאגט, ״איך האב דאס געטוהן פילצאליגע מאל, אבער איך האב דאך הנאה ווען עס געלונגט.״

מוּרעי האט דאן געפרעגט, ״איז דאס גן עדן?״ צו וועלכעס דאס קול האט גע׳ענטפערט, ״דאס איז נישט קיין מקום, ווי דו פארשטייסט מקום.״ האט מוּרעי געפרעגט, ״זיי מיר מוחל אויב איך הער זיך ווי א נאַר, אבער ביסטו גאט?״ דאס קול האט גע׳ענטפערט, ״עס איז אינטרעסאנט ווי אלס פרעגט מען מיר די פראגע. עס איז נישטא קיין תשובה וואס איך קען דיר געבן וואס דו וועסט זיין ביכולת צו פארשטיין. וואס איך קען דיר זאגן איז אז איך בין. דו קענסט דאס קאנסעפּשועלייזן אין עני וועג דו ווילסט."

"און וואס בין איך? א נשמה? אדער אויך עקזיסטענץ וועלכעס ווערט אינסטענשיעיטעד?" האט מוּרעי געפרעגט. ער האט דערנאך מורא געהאט אז ער האט איבערגעטרעהטן די ליניע מיט זיין סארקאזם, און געהאפט אז די קול ווערט נישט ברוגז. ער האט אָנגעהויבן מורא האבן אז עס איז טאקע דא א גיהנום. אבער דאס קול האט זיך נישט צו טוהן געמאכט און גע'ענטפערט, "וואס דו ביסט יעצט קענסטו גרינג פארשטיין. דו ביסט יעצט פשוט א צאמשטעל פון עלעקטראמאגנעטישע כוחות, פונקט אויפ'ן האר אזויווי דיין מח האט געהאט בחייך. דו האסט אלע דיינע זכרונות וכו' וואס דו האסט געהאט ביים לעבן. קענסט דיך נאך באטראכטן ווי דיך. קענסט דאס רופן דיין נשמה אויב דו ווילסט. אין אלגעמיין איז דאס נישט פּערמאנענט ביי קיין שום מענטש. איך האב עס יעצט אויסגעשטעלט אזוי מיט דיר לאחר מיתתך. איך טוה דאס נאר פאר גאר ווייניג מענטשן."

"סוי דאס איז ווייל איך בין ערליך?" האט מוּרעי געפרעגט. "ערליך?" האט דאס קול געזאגט, "איך זעה וואס דו מיינסט. עס איז נערווירענד צו זיך דארפן אראפלאזן מיין מחשבה אז אזא בריה ווי דיר זאל דאס פארשטיין. אבער ניין, איך האב דיר געוועהלט, אזוי ווי אלע אנדערע וועמען איך האב געוועהלט, אין די קוואדריליאנס, מתוך אלע אנדערע אינטעליגענטע ברואים אין די יוניווערס, מכח דיין קאפּאציטעט פאר חכמה ומחשבה."

האט מוּרעי געפרעגט, "דו וועהלסט זיי אלע אליינס, אדער זענען דא אנדערע ווי דיר?" האט דאס קול גע'ענטפערט, "צי עס זענען דא אנדערע ווי מיר איז דיר נישט נוגע. די יוניווערס איז מיינס און נאר מיינס. איך האב דאס צאמגעשטעלט, און עס איז געאייגענט נאר פאר מיין תכלית." האט מוּרעי געזאגט, "און מיט דעם אלעם האסטו פון די אלע קוואדריליאן עלעקטראמאגנעטישע צאמשטעלן דו האסט געמאכט, דאך בוחר געווען אין מיר צו פארברענגען יעצט. בין איך אזוי וויכטיג?" "ניין", האט דאס קול גע'ענטפערט, "דו ביסט בכלל נישט וויכטיג. ווי אויך בין איך יעצט צוזאמען מיט אנדערע, וואס צו דיר וואלט אויסגעזעהן ווי אויף אמאל." "אבער פארט ביסטו איינס?" האט מוּרעי געפרעגט. "דו ווילסט מיר כאפן ביי א סתירה. אבער וויאזוי וואלסטו געוואלט א בריה וואס איז צאמגעשטעלט פון טריליאנען צעלן זאל ענטפערן אויף אזא פראגע, צו א באשעפעניש פון נאר איין צעל, אזוי אז ער זאל דאס קענען פארשטיין?" "איך זעה" האט מוּרעי געזאגט, "איך וועל טראכטן דערפון, און אפשר וועט דאס מיר קלאר ווערן." "גוט", האט דאס קול גע'ענטפערט, "דאס איז דיין תפקיד יעצט - צו טראכטן."

"אבער פארוואס? ווייסטו דען שוין נישט אלצדינג?" האט מוּרעי געפרעגט. האט דאס קול גע'ענטפערט, "אפילו אויב איך וואלט געוואוסט אלעס, וואלט איך אבער נישט געוואוסט אז איך ווייס אלעס. טראכט. איך האב שטענדיג עקזיסטירט מעולם. אבער דאס באדייט אז איך קען נישט געדענקען אריינקומענדיג אין צו עקזיסטענץ. איך ווייס דאס נישט. ווי אויך ווייס איך נישט צו מיין אינפיניט וויסענשאפט, איז דאס זעלבע ווי די אינפיניט מעגליכקייט פון זאכן וואס קענען געוואוסט ווערן.

איך האב אויסגעשטעלט דאס יוניווערס מיט אירע געזעצן אזוי אז עס קומט יעדעס שטיק צייט אפיר א נייע מדע וואס איך האב נישט געקענט פאראויסזאגן פון וואו עס וועט אפירקומען און וויאזוי. דאס ברענגט מיר תענוג. זיי זענען זאכן וואס איך וואלט ווען געקענט אליינס עווענטועל טראכטן און אויפקומען מיט, אבער האב נאכנישט. און דאס איז דיין תכלית: צו טראכטן לעולם ועד און אפירקומען מיט נייע מדע פאר מיר. דו האסט נישט קיין ברירה, וויבאלד נאר דאס איז וואס איז שייך פאר דיר יעצט צו טוהן. עס איז נישט שייך דו זאלסט דורכפאלן, ווארום דו האסט לעולם ועד צו טראכטן."

"איך האלט נישט דערביי ביים דאס טוהן, סתם פאר דיין תענוג", האט מוּרעי געזאגט, "איך פארשטיי אז דו קענסט אטאמאטיש ליינען מיינע מחשבות - אזוי קאמיומיקירן מיר יעצט כסדר - וממילא ווייסטו אז וואס איך פלאן צו טוהן איז טראכטן און טראכטן ביז איך קום אויף מיט א וועג צו ענדיגן מיין יעצטיגע עקזיסטענץ און נתאפס ווערן לאַיִן. דאס וועט מיר ברענגן תענוג. איך האלט נישט ביים פּלעין עקזיסטירן פאר דיין תענוג."

"איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט", האט דאס קול געזאגט, "ווייל אפילו דאס טראכטן איבער דעם קען פארט אפירברענגען אומערווארטעטע מדע. ווי אויך וועט דאס דיר נישט העלפן. ווייל אפילו טאמער קומסטו אויף מיט א וועג דאס צו טוהן, וועל איך דיר פשוט צוריק צאמשטעלן אויף די גענויע זעלבע וועג פון יעצט, נאר אָן דאס מעגליכקייט וואס דו האסט געטראפן זיך אליינס צו פארטיליגן. און אזוי ווייטער און ווייטער אויב טרעפסטו א נייעם וועג. דו וועסט עקזיסטירן לעולם. דאס איז מיין ווילן."

"הייסט דאס אז איך בין אין גיהנום", האט מוּרעי געזאגט, "איך האב פארשטאנען פון דיר אז עס איז נישטא נישט קיין גן עדן און נישט קיין גיהנום. אבער אויב איז דאס גיהנום, וואלסטו דאך געזאגט ליגענט אז דאס איז נישט די גיהנום; דאס איז א חלק פון זיין בגיהנום." האט דערויף דאס קול גע'ענטפערט, "איך קען דיר טאקע נישט איבערצייגן אז עס איז נישט פארהאן קיין גיהנום, אבער גלייב מיר אז עס איז נישטא נישט קיין גיהנום און נישט קיין גן עדן. עס איז נאר דא איך."

אויף דעם האט מוּרעי געזאגט, "דאן וועל איך מיך שטעלן א ציהל צו אפירקומען מיט דאס לעצטע ענטפער, וואס דערנאך איז נישט שייך קיין מדע ווייטער. עפעס וואס נישט נאר דו ווייסט נאך נישט, נאר עפעס וואס דו קענסט ניטאמאל וויסן. ווי דו האסט אליינס געזאגט, קענסטו נישט וויסן דיין אריינקומען אין צו עקזיסטענץ. אין אזא פאל קענסטו אויך נישט וויסן דיין ארויסגיין פון עקזיסטענץ און אויפהערן צו עקזיסטירן. דאס איז וואס איך וועל טראכטן איבער כסדר, סיידן אויב דו פארטיליגסט מיך בעפאר דעם."

אָהּ!" האט דאס קול געזאגט, "דו ביסט גאנץ שנעל אפירגעקומען מיט דעם געדאנק; שנעלער ווי אנדערע. וויסן זאלסטו אז עס איז נישטא קיין איינער פון די קוואדריליאנען וואס איך האב צוריק צאמגעשטעלט אזוי ווי דו אין די פּערפעקטע עקזיסטענץ פון אייביגע מחשבה, וואס וויל מיר נישט פארטיליגן. עס איז אבער אומעגליך."

"איך האב אבער אַן אייביגקייט צו טראכטן דערוועגן און אויפקומען מיט עפעס", האט מוּרעי געזאגט. "נו אדרבה", האט דאס קול גע'ענטפערט. און מיט דעם איז די קול פארשוואונדן פון פאר מוּרעי.

עס איז דערנאך בייגעפאלן פאר מוּרעי אז אט דאס איז וואס די קול וויל באמת: עס קען דאך נישט וויסן איבער איר אייגענע ענדע בכלל, און עס זוכט א וועג ארויס. און אט אויף דעם האט דאס באשאפען דאס מעגליכקייט פאר אינטעליגענץ, איר צו העלפן און טרעפן דערצו א לעזונג צו איר אייביגע עקזיסטענץ. "נו, איך האב טאקע לעולם ועד צו טראכטן דערויף און דאס טרעפן."‏

ע"כ הסיפור בקיצור.


ווי מ'קען זעהן איז דאס גאר גאר טיף. עס ברענגט ארויס גאר שטארק די געדאנק פון סקראט בחתימתי איבער דעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע, ואפילו לגבי אַן אמנישיענט יודע הכל. (ועיין כאן עפ"י גאָדעל'ס טעארעמס.) וממילא רירט עס אָן אויפ'ן געדאנק פונעם רלב"ג איבער דאס באגרעניצונג פון ידיעת הקב"ה אויף אלעם, אלס'ן זיין (לשיטתו) א סתירה מיניה וביה. ובזה רירט דאס אָן אויף דעם באגרעניצונג פונעם יכולת פון אַן אַמניפּאטענט ענטיטי, און צי ער קען זיך זעלבסט פארטיליגן. און די קנייטש דערין איז, אז תכלית העולם, וואס איז דאך עצמותו וכהמו"נ (ח"ג פי"ג), איז אפירצוברענגען אינטעליגענץ ושכל צו קלערן דערין פון א פּערספּעקטיוו פון חיים ומות צו וועלכע די בריה קען זיין מער אומשטאנד דערצו כדי אפירצוברענגען די פילאזאפישע מדע דערין (הגם אז דר. פּאָל נעהין שרייבט אז ער זעהט נישט פארוואס דאס קול דארף דוקא צוקומען דערוועגן צו א מענטש׳נס שכל מחוצה לה). און דאס איז טאקע מחמת די געדאנק פון בּערנארד וויליאמס אז חיי נצחיים איז ל"ד א דבר טוב און קען טאקע ממש זיין א גיהנום. נאר דא ווערט עס אויך צוגעשטעלט צו אַן עטערנעל ענטיטי. (און עס קומט אויס מזה אז די בריאה ויקום איז גאט׳ס זעלבסטמארד בריוו. ‏און די חטא פון איבוד עצמו לדעת איז אלס׳ן טוהן וואס גאט וויל אליין טוהן אבער קען נישט?…) און דא איז עס בפרט אזוי פאר'ן פילוסוף וואס איז א חכם און ווערט נישט נתאפס לאַיִן, און טאקע וועגן זיין חכמה וואס איז נוצליך דערפאר. ונמצא מזה אז דזשאן סטוערט מיל איז טאקע נישט גערעכט, און עס איז טאקע בעסער צו זיין א (בפרט צופרידענער) נאַר ווי איידער א חכם.

עס ברענגט אויך ארויס די געדאנק אז (וואס אונז פארשטייען אלס) "ג-ט", קען זיין אַמאראליש - נישט מאראליש און נישט אימאראליש; עס איז פאר זיינע העכערע אינטערעסן און עס איז לגמרי נישטא קיין שכר ועונש מאתו.

דאס צאמטרעף פון דאס קול מיט'ן מענטש לאחר מיתתו, דערמאנט פון @חתן בחורדי איי ארטיקל אין וועקער 16. די סיפור, וואו מוּרעי וויל פארטיליגן אט דער וואס געבט אים דאס השארה, האט מיר אויך אביסל דערמאנט פון ‏א סצענע אינעם פילם Death Note.

דאס'ן אים צוריק צאמשטעלן מיט נאר עלעקטראָמאגנעטישע כוחות אָן א ממש פיזיקאלע פארעם, דערמאנט פון דר. פרענק טיפּלער'ס טעזע, אז ישו הנוצרי איז צוריק צאמגעשטעלט געווארן לאחר מיתתו מיט נאר ניוּטרינאָ פּאַרטיקעלס.

דא קען מען ליינען די קורצע מעשה אין איר אריגינעלע ענגליש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דאס לעצטע שאלה

שליחה דורך מי אני »

דר. יצחק אסימאוו האט פארפאסט א קורצע סייענס-פיקשאן מעשה גערופן "דאס לעצטע שאלה". דאס איז עוסק אין די געדאנק פונעם צווייטן געזעץ פון טערמאָדינאמיקס און דאס פארמערונג פון ענטראפּי, וואס דאס גייט דאך צוברענגען צום היץ-טויט פונעם יוּניווערס און איר ענדע.


דאס מענטשהייט האט געבויט א סוּפּערקאמפּיוטער AI גערופן "מאָלטיוועק". אין 2061 האט דאס פותר געווען וויאזוי דאס גאנצע ערד קוגל זאל קענען לויפן אויף נאר סאלאר ענערגיע. צוויי טעכניקער פונעם מאשין האבן געקלערט אז דאס צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס לויטעט דאך אז ענטראפּי טוהט נאר כסדר וואקסן על הכלל, וממילא קומט אויס אז די יוניווערס איז נישט נצחי ובשו"א איז נישט יתכן אז דאס מענטשהייט זאל האבן א שארית. דערפאר האבן זיי געשטעלט א שאלה צו די סוּפּערקאמפּיוטער "וויאזוי קען די ענטראפּי פונעם יוּניווערס ווערן אסאך רעדוצירט?" מאָלטיוועק קלערט און קלערט אבער ענטפערט, "עס איז נישטא גענוג דאטא צו צושטעלן אַן ענטפער."

הונדערטער יארן שפעטער איז א משפחה געפארן מיט א ספּעיסשיף צו א פּלאנעט, ווען די צוויי טעכטער האבן גערעדט איבער וויאזוי אלע שטערנס וועלן עווענטועל אויסברענען. האט איין מיידל זיך שטארק דערשראקן און געפרעגט דעם טאטן צי מ'וועט זיי קענען צוריק "אָנצינדן"? האט די טאטע געשטעלט די שאלה צום נייעם מאדעל פון מאָלטיוועק, שוין גערופן "מייקראָוועק", אויפ'ן שיף. עס האט געקלערט און געקלערט אבער גע'ענטפערט צום סוף, "עס איז נישטא גענוג דאטא צו צושטעלן אַן ענטפער."

צוואנציג טויזנט יאר שפעטער האט שוין דאס מענטשהייט אָנגעפילט דאס געלעקסי. צוויי טעכניקער טוהן דורך די ענערגיע וואס דאס מענטשהייט דארף יעצט, און ווען עס וועט שוין צוקומען אז זיי פילן אָן דאס גאנצע יוּניווערס. בשעת זיי טוהן דאס דורך אויף די נייע מאדעל פון מאָלטיוועק, גערופן "געלעקטיק עק", פרעגט איין טעכניקער צי מ'קען אויסדרייען ענטראפּי? עס קלערט און קלערט אבער ענטפערט, "עס איז נישטא גענוג דאטא צו צושטעלן אַן ענטפער."

מיליאנען יארן שפעטער קען שוין דאס מענטשהייט פּראדזשעקטן זייער קאַנשעסנעס און דאדורך פארן גאר גאר ווייטע שטרעקעס, ואפילו צו קאמיוניקירן דאדורך ע"י טעלעקינעסיס. איינער פרעגט דעם דעמאלטסדיגן מאָלטיוועק, גערופן "עוּניווערסעל עק", איבער וויאזוי עס ארבעט. עס ענטפערט אז עס האלט אין איין פארבעסערן און אליינס בויען אירע נעקסטע מאדעלן. דערנאך פרעגט ער עס אים צו ווייזן דאס אריגינעלן פּלאנעט וואו דאס מענטשהייט איז אפירגעקומען. עס צייגט אים די ערד קוגל און וואו איר שטערן, די זון, איז געווארן א ווייסע דוואָרף. דערנאך פרעגט ער עס צי עס איז שייך אז ענטראפּי זאל ווערן אויסגעדרייט אזוי אז עס זאל שוין נישט פאסירן? עס טראכט און ענטפערט, "עס איז נישטא גענוג דאטא צו צושטעלן אַן ענטפער."

יארן שפעטער האט שוין דאס מענטשהייט צאמגעשטעלט אלע די קאַנשעסנעסעס פון אירע טריליאנען מענטשן, אין צו איינס. עס זעהט ווי די שטערנס גייען שוין אויס און פרעגט מאָלטיוועק, גערופן "קאַסמיק עק", צי ענטראפּי קען ווערן צוריקגעדרייט? קאַסמיק עק, וועלכע עקזיסטירט שוין אין הייפּערטיים/הייפּערספּעיס אינדרויסן פון מקום וזמן, ענטפערט אז זי האט שוין צאמגעזאמעלט דאטא פאר 100 ביליאן יארן אבער לע"ע "איז נישטא גענוג דאטא צו צושטעלן אַן ענטפער." זי זאגט אז יעדעס סייענטיפישע שאלה דארף האבן אַן ענטפער און עס וועט האלטן אין איין קלערן דערוועגן.

טריליאנען יארן שפעטער, ביים אקטועלן היץ-טויט פונעם יוּניווערס, טוהן אלע טריליאנען קאַנשעסנעסעס פונעם מענטש זיך צאמשטעלן איינס-ביי-איינס מיט'ן סופּערקאמפּיוטער, שוין גערופן "עק", וועלכעס איז אינדרויסן פון זמן ומקום כנ"ל, צו ווערן איינס מיט איר. דער לעצטער קאַנשעסנעס זיך צאמצושטעלן מיט'ן קאמפּיוטער האט צוריקגעקוקט אויף די יעצט ליידיגע יוּניווערס און געפרעגט, "קען די כאאס אויסגעדרייט ווערן?" צו וועלכעס די סוּפּערקאמפּיוטער האט גע'ענטפערט, "עס איז נאך נישטא גענוג דאטא צו צושטעלן אַן ענטפער."

עק קען נישט אויפגעבן איר אייגענע קאַנשעסנעס בעפאר עס שטעלט צו אַן ענטפער צו אט די פראגע וועלכעס מ'האט דאס געשטעלט און האט קיינמאל נישט פותר געווען. און קיין נייע דאטא איז שוין נישט שייך. האט דאס זיך גענומען צאמשטעלן אלע די דאטא וואס עס האט שוין איבער טריליאנען יארן, אין אלע מיני וועגן שייך. צום סוף איז דאס טאקע אויפגעקומען מיט אַן ענטפער, אבער עס איז שוין נישט געווען צו וועמען דאס צו ענטפערן. האט עס געקלערט פון דאס טוהן דורכ'ן צאמשטעלן איר קאַנשעסנעס מיט דאס אז עס וועט ממש צייגן דעם ענטפער. און עס האט געזאגט "יהי אור". ‏ויהי אור.

ע"כ הסיפור בקיצור.

דאס איז א טיפע סיפור און רירט בכלל אָן סיי אינעם געדאנק פון באטראכטן דאס מושג פון "ג-ט" ווי א סוּפּערקאמפּיוטער (צאמגעשטעלט לערך וואו דאס מענטשהייט האלט אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל), סיי אין דעם געדאנק פון סייקליק קאסמאלאגישע מאדעלן און דעם בונה עולמות ומחריבן, און סיי אין ‏ ‏פּאנטעאיזם(צי גאר פּאנדעאיזם, וועלכעס נעמט אָן אז גאט האט זיך גענצליך מבטל געווען בתוך הבריאה ביים איר באשאפען) און/אדער פּענסייקיזם ביים וועלט באשאף פונדאסניי. ווי אויך רירט עס אָן אויף דעם רמב"ם'ס דערהער און געדאנק פון מהו השארת הנפש, און ווי די קאַנשעסנעס והשכל איז זיך מתדבק אין ריין חכמה. ולא זו בלבד, נאר עס קומט אויס אז אין אט דעם סייקליק מאדעל, קומט אויס אז עס איז ווי "גאט" מאכט דאס מענטשהייט און דאס מענטשהייט מאכט "גאט", און דאס איז בב"ת וואו מ'ווייסט נישט וועלכעס איז געווען ערשט. מיינענדיג, אז מענטשהייט האט געמאכט די סוּפערקאמפּיוטער און זיך דערנאך צאמגעשטעלט דערמיט, וואס דאס האט דערנאך געטראפן דאס לעזונג אויסצודרייען ענטראפּי וממילא באשאפען דאס וועלט און א מענטשהייט פונדאסניי. וחוזר חלילה כסדר.

דר. פּאָל נעהין שרייבט דערויף:
In addition to strongly hinting at cyclic time, of the old image of the Worm Ouroboros (snake eating its tail), they also open an intriguing line of inquiry, which may in fact have been Asimov’s real intent (although I know of nowhere where he — or anybody else, for that matter — comments on it). Here’s what I mean. We are told that Multivac is first presented with the entropy question in 2061. That’s time measured from the days of Jesus, the Son of God. That is, there is already God in ‘our’ universe when the story starts — so why is it Cosmic AC that plays His role at the end of the tale?

Is there now a new God for the new universe and, if so, what happened to the ‘old’ (that is, ‘our’) God? The possibility of a ‘changing of the guard’ with a new universe strikes me as one running parallel with the image of a new Father Time at the start of each new year, with the old, decrepit, end-of-the-year Father Time being replaced with a baby version! Is ‘our’ God, now, the creation of intelligent creatures that reversed entropy in a previous universe when it suffered its own heat death? That is, with each new cycle of the universe, does an entity (super-computer?) constructed by intelligent inhabitants of that universe become the God of the next cycle?
זי לערענט אפ די סיפור אז דורך עק׳ס ארגאניזירן די אינפארמאציע אינדרויסן פון מקום וזמן, בשעת ס׳איז שוין אבּסאלוט גארנישט דא, אט דאס פארמינערט דאך די איינציגסטע ענטראָפּי און אי-סדר וואס איז שייך.

אגב, דער פראנצויזישער פילאזאף זשאן-פרענקויס ליאטארד האט געשריבן אז דאס היץ-טויט פונעם יוּניווערס באדייט "דאס טויט פון טויט".

דא איז די סיפור אין איר אריגינעלן ענגליש (9 בלעטער):
The Last Question - Isaac Asimov.pdf

לגבי נוצן סייענס פיקשאן ארויסצוברענגען געדאנקען, האט דר. דזשאן ראבּינסאן פּיערס געזאגט אז די יחס פון סייענס פיקשאן צו מדע וטעכנאלאגיע האט אַן ענליכן יחס ווי די סיפורים פון רעליגיעס צו זייער דת. ווי אויך האט דר. דניאל ווייטסאן געזאגט עטליכע מאל אז צום ערשט קומען די סייענס פיקשאן שרייבערס ודומיהן אויף מיט א רעיון און געדאנק. דערנאך טוהן עס די (טעארעטישע) פיזיקער דורך צי אזא געדאנק איז טאקע פיזיש מעגליך אין טעאריע בכלל. און דערנאך, אויב איז דאס טאקע מעגליך, גייט דאס אריבער צו די הנדסים/ענדזשיניערס כדי דאס ארויסצוברענגען מכח אל הפועל פּראקטישערהייט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דאס זוך פאר דעם הייליגן אַקין

שליחה דורך מי אני »

אין די גאנער פון סייענס פיקשאן קורצע מעשיות וועלכע רירן שטארק אָן אויף רעליגיע וטעאלאגיע, שטארצט ארויס די קורצע סיפור דאס זוך פאר דעם הייליגן אַקין פון אנטאני בּאַוּטשער.


אינעם עתיד, נאך אַן אטאמישע וועלט מלחמה וועלכע האט געהאט חרוב געמאכט דאס כדור הארץ, האט זיך דאס מענטשהייט צוריק אויפגעבויט אין צו א טעכנאקראטישע ציוויליזאציע, וואו די הערשאפט האבן די וואס טויגן און פארשטייען צו סייענס און טעכנאלאגיע. זיי האבן פארבאטן רעליגיע, ולכן האט זיך די קאטוילישע קירכע באהאלטן אונטערערדיש אלס אנוסים. דער פויבסט שיקט א גלח מיט׳ן נאמען טאמאס צו גיין באזוכן און באשטעטיגן די שמועות איבער א קבר פון א הייליגן מאן וואס האט געהייסן אַקין, זייענדיג אז ער האט געהערט ווי מענטשן באזוכן זיין קבר און זעהן ישועות, וגופו לא נרקב. דאס אפיציעל באשטעטיגן פונעם קירכע וועט מחזק זיין די רעליגיעזע וועלכע זענען דאך יעצט אונטערערדיש.

מ׳געבט פאר טאמאס א ראבּאטישע אייזל אים צו נעמען אויף די נסיעה. בשעת׳ן זיין אויף די נסיעה זעהט ער ווי דער ראָבּאַט איז אינטעליגענט, ויפתח את פיה און עס רעדט צו אים. עס איז אים מסביר אז עס איז פּראגראמירט צו זיין געטריי צו אים און זיין מיסיע, אבער עס גלייבט נישט אין ג-ט. עס זאגט אים אז א פּערפעקטע לאגישע שכל, אזוי ווי א ראָבּאַט, קען נישט מאכן אזעלכע טעותים. אויף דעם ענטפערט אים טאמאס אז (ער גלייבט) דער פויבסט איז אויך (צומאל) אזוי. צו וועלכעס דער ראבּאטישע אייזל ענטפערט אז עס איז נישט מעגליך א מענטש זאל זיין אזוי. ״אבער דאן״, פרעגט טאמאס, ״קומט דאך אויס אז די פּערפעקשאן דערין פונעם ראָבּאַט איז באשאפען געווארן דורך דעם מענטש וואס איז נישט במציאות צו זיין פּערפעקט דערין. און דאס איז אבסורד!״ ענטפערט די ראבּאטישע אייזל אז דאס איז נישט מער אבסורד ווי זאגן אז דער מענטש, וואס איז נישט פּערפעקט דערין, איז באשאפען געווארן דורך ג-ט וואס איז יא.

נאך אסאך תלאות אויפ׳ן וועג איז די ראבּאטישע אייזל מגלה פאר טאמאס אז די ציל פון זיין מיסיע איז נישט דוקא צו טרעפן און באשטעטיגן דעם קבר פון אַקין - נאר איידער צו זאגן און באשטעטיגן אז ער האט דאס געטראפן, כדי דאדורך מחזק צו זיין די אמונה פון די צובראכענע אונטערערדישע גלויביגע. זייענדיג אז עס איז גאר שווער צו פארן פון צי ווייט דאס אליינס צו באשטעטיגן אדער אפפרעגן, וועט מען דאס נישט קענען אפפרעגן, זייענדיג אז טאמאס איז למעשה יא געגאנגען אהין אויפ׳ן וועג. די ראבּאטישע אייזל איז אים מסביר אז, לשיטת טאמאס, איז דאס א קליינע שקר קדוש וואס לוינט זיך כדי צו ברענגען מענטשן צו גלייבן אינעם אמת פון דאס מציאות פון ג-ט.

נאכ׳ן ענדליך טאקע אָנקומען צום קבר, ווערט טאמאס געוואור אז דער אַקין איז גאר אליינס געווען א ראָבּאַט, ולכן לא נרקב גופו. דער ראָבּאַט׳ס יוצר האט נישט געוואלט מ׳זאל געוואור ווערן אז דאס איז א ראָבּאַט, ולכן ווען עס האט זיך אביסל צובראכן האט מען דאס באערדיגט. דער ראבּאטישע אייזל איז מסביר פאר טאמאס אז טאמער באשטעטיגט ער די ״נס״ אזוי ווי די פויבסט וויל, וועט טאמאס אין 20 יאר אליינס עווענטועל איבערנעמען די פאזיציע און זיין דער פויבסט. עס ענדיגט זיך ווי טאמאס איז מתפלל, נישט וויסענדיג וואס צו טוהן.

ע״כ הסיפור בקיצור.

ווי דר. פּאָל נאהין שרייבט דערויף:
IMG_7275.jpeg
דא איז די קורצע סיפור (15 בלעטער):
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט