דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אין די וואלאזשנער ישיבה אין די צייטן פון די נציב זענען די בחורים א דאנק די השכלה וואס האט געבושעוועט אין יענע צייטן געווען גאר שוואך ביז חילול שבת ממש האט מען עס פארמאכט און פאר די גאס האט מען פארקויפט עפעס א באבע מעשה אז די רעגירונג וויל מען זאל לערנען לימודי חול און וועגן דעם פארמאכט מען עס...
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:54 pm

ליטווישע מעשיות קויפט מען יא?!
ייש"כ פאר אויסקלארן. מפי השמועה זענען אויך געווען אנדערע פראבלעמען אין די וואלאזשינער ישיבה אז דער נצי"ב האט באשלאסן עס צו פארמאכן (צייטווייליג?).
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:54 pm
אין די וואלאזשנער ישיבה אין די צייטן פון די נציב זענען די בחורים א דאנק די השכלה וואס האט געבושעוועט אין יענע צייטן געווען גאר שוואך ביז חילול שבת ממש האט מען עס פארמאכט און פאר די גאס האט מען פארקויפט עפעס א באבע מעשה אז די רעגירונג וויל מען זאל לערנען לימודי חול און וועגן דעם פארמאכט מען עס...
ליטווישע מעשיות קויפט מען יא?!
אין ככר השבת ברענגען זיי א דריטע סיבה, אז ער האט געוואלט זיין זוהן זאל ווערן ראש ישיבה און דער עולם האט נישט געהאלטן דערביי, האט ער אויפגעגעבן זיין פירערשאפט און די משכילים האבן געמסר'ט די ישיבה (פארוואס פונקט נאך ער האט עס אפגעלאזט? איך ווייס נישט) און דעמאלט האט די רעגירונג פראבירט צו ארויף צווינגען לימודי חול.