איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
אחי ורעי, לויט אלע אנדייטונגען פלאנט כלל ישראל ווייטער צו אנגיין מיט די אוועקגעשטעלטע סיסטעם פון רבי’ס און חסידים, פאר סיי וואס די סיבה זאל נישט זיין, פונקט ווי דער פאלק אין ענגלאנד וויל נישט אויפגעבן די מלוכה שפיל, איז דער עולם נישט גרייט פאר א ריעל טשעינדש.
לויט ווי ס’קוקט אויס גייט מען ווייטער מאכן מנהיגים וואס די איינציגסטע קוואליפיקאציע זייערער איז אז זיי זענען א מאנסביל (זכר) ממשפחות האדמורי’ם, איז דאך פארשטענדליך אז רובם זענען נישט מער ווי א bad imitation פון א ריכטיגע רבי, און צי אלע צרות באקומען זיי דעם דזאב פאר זייער גאנצן לעבן.
אפשר אלס א הצלה פורתא וואלט כדאי געווען צי מאכן א געוויסע סארט אווערסייט קאמיסיע וואס זאל קענען קעיר נעמען פון עקסטרעמע פעלער ווען רבי’ס גייען קאמפליטלי ארויס פון קאנטראל, סיי א עצה ווי אזוי זיי צו קענען אימפיטשן און אויך וואס מ’זאל טוען מיט זיי דערנאך, אפשר א סארט גלות רעגירונג אדער פארשיקן אויף א אינזל אזוי ווי נאפאליאן.
ווער ס’האט א געדאנק ווי אזוי דאס זאל אוועקגעשטעלט ווערן, אפשר אזא פעלקער ליגע געדאנק, זאל ביטע שרייבן זיין הצעה ותשועה ברוב יועץ.

- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
ווי לאנג דער פערד לאזט דעם רייטער זיצן אויף זיין ריקן וועט גארנישט העלפן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 181
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 88 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
אז א שטאטס רב פון אנװערפן chickened out פון צו אױספירן א מערכה אױף אזא חצוף בריש גלי . קענסט צוריקגײן שלאפן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
אן אינדעפענדיט גרופע דיינים וואלט געווען א שטארקע זאך, אבער.....
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
ממש ווי ס’שטייט אין פסוק, אהבתי את אדוני, אדער קען אמאל זיין די סיבה איך דארף בלייבן וועגן אשתי ואת בני, אבער די סך הכל איז ”לא אצא חפשי”
זאגט די תורה ווייטער די שטראף וועט זיין, ורצע אדוניו את אזנו... ועבדו לעולם...
That's what you want, that's what you'll get!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
יעדעס ווארט גאלדתניא בניחותא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 11, 2024 8:27 pmממש ווי ס’שטייט אין פסוק, אהבתי את אדוני, אדער קען אמאל זיין די סיבה איך דארף בלייבן וועגן אשתי ואת בני, אבער די סך הכל איז ”לא אצא חפשי”
זאגט די תורה ווייטער די שטראף וועט זיין, ורצע אדוניו את אזנו... ועבדו לעולם...
That's what you want, that's what you'll get!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
אנדערע זאגן אז ס'נישט קיין שטראף נאר א קענענצייכן אז ער איז א קנעכט, חסידים overdid it מיט די צייכענעסתניא בניחותא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 11, 2024 8:27 pm ממש ווי ס’שטייט אין פסוק, אהבתי את אדוני, אדער קען אמאל זיין די סיבה איך דארף בלייבן וועגן אשתי ואת בני, אבער די סך הכל איז ”לא אצא חפשי”
זאגט די תורה ווייטער די שטראף וועט זיין, ורצע אדוניו את אזנו... ועבדו לעולם...
That's what you want, that's what you'll get!
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:42 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
און ווער וועט אויסוועלן די קאמיטע? די רבי'ס זעלבסט אדער זייערע דינערס?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:42 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
לאמיר אנהייבן אוועקשטעלן די יסודות וואס מ'דארף קוואליפיצירן און לאמיר זעהן וועלעכע אדמו"רים וועלן קענען בלייבן אויפן שטעלע.
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
ס'איז א גוטער געדאנק. די קאמיטע זאל זיך ריפען "וועד האדמורי"ם" און ס'זאלען זיין חברים דערין רבנים און עסקנים פון איבער די וועלט.
און די "וועד" וועט ארויס געבען רעקאמענדאציעס. און אין א מער ערענסטע פאל ארויסגעבען אן איסור אויף א געוויסע פערזאן צו עוסק זיין אין רעביסטווע.
איי וואס וועט זיין טאמער מען וועט זיין אנפייפען ?
קודם כל אז ס'קומט ארויס א צעטעל געחאסמעט דורעך 50 רבנים און 100 עסקנים. קעגען א ספעציפישע רבי וועט עס שוין אויפשוידערען די וועלט. און ס'וועט אוועקנעמען אסאך לגיטימיטעט פון יענע פערזאן.
צווייטענס קען די "וועד" ארויף לייגען געוויסע סאנקציות און עונשים טאמער יענע "רבי" זאגט זיך נישט אפ פון זיין פאזיציע .
למשל פסלען זייער שוחטים און סופרים. און אזוי ווייטער ביז אויסריפען א חרם אויף דער ספעציפישער "רבי" מיט לעכט און ספרי תורה ... אדער א פלסא דנורא ... און אזוי ווייטער.
אפילו יענער ספעציפישער "רבי" וועט צוריק פייטען. און זיינע חסידים וועלען זיך אויספייפען ...., אבער דאך וועט עס לייגען פרעשור בכלל אויף די "אדמורי"ם אינדעסטרי" ... ווייל די "רבי'ס" וועלען שפירען אז ס'שוין נישט קיין הפקר וועלט. און ס'דא א וועד וואס האלט א אויג אויף זיי. און קען זיי אנמאכען בושות.
אזוי אויך וועט די "וועד" ארויסגעבען "רעפארטען" פון צייט צו צייט. וואס וועט געבען צייכענונגען פאר "רבי'ס. לויט זייער אויפפירעכטס. למשל א A מיינט "גאנץ כמעשה". א A+ מיינט "גוט" א A++ מיינט "זייער גוט". א B מיינט "פראבלעמאטיש" נאכדעם א B- נאכדעם א C וואס מיינט "זייער פראבלעמאטיש" און א D מיינט אז ס'איז שוין בכלל נישט אקצעפטירבאר און ס'וועט גענומען ווערען שריט איבער דעי "רבי".
דאס אליינס אז ס'וועט ווערען אזא סארט "וועד האדמורי"ם" וועט שוין לייגען פרעשור אויף די רבי"ס. און ס'וועט גיי געבען א סיבה זיך צו אויפפירען נארמאל ...
מען ברויך האבען עפעס א גביר וואס זאל פינאנצירען דעם "וועד" און נאכדעם ברויך מען נעמען מענטשען וואס זאלען ארום גיין און איבער רעדען רבנים אז זיי זאלען זיין א חבר אינעם וועד. און אויך עסקנים. ווייל רבנים אליינס קען זיין זיי וועלען נישט האבען די קוראזש. ליטווישע רבנים וועלען מסתם נישט האבען אזא פראבלעם צו אריין גיין אינעם וועד. ווייל זיי האבען דאך בכלל א שטיקל פראבלעם מיט חסידות. נאכדעם ספרדישע רבנים. און אזוי אויך חסידישע.
די זאך איז בכדי שיעשו. ס'ברויך נאר זיין מענטשען ווס זאלען טוהן דערין.

- הודעות: 173
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
- געפינט זיך: ברעזוב
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
די גאנצע אינדאסטרי וואס רופט זיך אדמורו”ת בזמננו איז א פשוטע ביזנעס מאדעל פאר מענטשן צו שאפן פרנסה בדרך כבוד, ס’קומען זיך צוזאם אפאר אידן איינער ווערט רבי די אנדערע גבאים, עסקנים וכו’ וכו’ זייער דשאב איז זיכער צומאכן אז די רבי באקומט גענוג פי אר און ווי גרעסער די רבי איז אלס מער קען מען פארלאנגען ווען מגייט וויזיטן אן עושר, דערנאך צעטיילט מען זיך מיט די פראפעט. והיינו טעמא פארוואס אין אר”י ווי סדא אסאך מער ארבעטצלאזע איז עס אזא גוטע אינדערסטרי יעדע קליינע רבילע קען דארטן ווערן א גאנצע זאך.
אבער לעצטנס האט זיך עס אנגעהויבן אויכעט דאהי אין אמעריקע, למשל, די פשוטע סקולענע חסידים פלעגן אייביג קוקן מיט שנאה און קנאה אויף די אלע הויך געשעצטע גבאים וואס פאקן מיליאנען אין טאש, פארוואס זאל איך נישט קענען? ממילא גראד נאך די פטירה האט זיך יעדער צוגעכאפט צו אן אנדערע קינד פנעם רבין מיטן האפענונג אז דא וועט זיין מזל שיינען.
למעשה איז די גאנצע אדמורו”ת ביזנעס אויפן ריכטונג פון סעלף דיסטראקשן ווייל נאך אפאר יאר גייען שוין זיין מער רבי’ס ווי חסידים און בכלל די וואליו פון א רבי איז בלויז לויט ווי סאך ער קען מעלקן פון די עשירים און ווי מער קאמפעטישן סדא אלטס ווייניגער קענען זיי מעלקן
אבער לעצטנס האט זיך עס אנגעהויבן אויכעט דאהי אין אמעריקע, למשל, די פשוטע סקולענע חסידים פלעגן אייביג קוקן מיט שנאה און קנאה אויף די אלע הויך געשעצטע גבאים וואס פאקן מיליאנען אין טאש, פארוואס זאל איך נישט קענען? ממילא גראד נאך די פטירה האט זיך יעדער צוגעכאפט צו אן אנדערע קינד פנעם רבין מיטן האפענונג אז דא וועט זיין מזל שיינען.
למעשה איז די גאנצע אדמורו”ת ביזנעס אויפן ריכטונג פון סעלף דיסטראקשן ווייל נאך אפאר יאר גייען שוין זיין מער רבי’ס ווי חסידים און בכלל די וואליו פון א רבי איז בלויז לויט ווי סאך ער קען מעלקן פון די עשירים און ווי מער קאמפעטישן סדא אלטס ווייניגער קענען זיי מעלקן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
Wishful thinking my friend
איך האב מיך אויך איינגערעדט אז דער עולם גולם וועט קלוגער ווערן מיט די צייט, אבער דערווייל זעט אויס ווי די רבי ביזנעס איז היער טא סטעי.

- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
סאיז אן עמאשענעל פראבלעם און אזוי לאנג ווי סבלייבט אן עמאשענעל זאך וועט עס בלייבן די חסידים זענען אנגעהאנגען אינעם רבין עמאשענעלי...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
די עיקר דגוש דארף נישט יעצט זיין צו אויסרייסען די גאנצע מושג פון רבי'ס. מען דארף נאר זיכער מאכען אז זיי האבען נישט קיין אנלימיטעד פאווער. זיי מיזען שפירען אז ס'דא גרופעס וואס האלטען אן אויג אויף זיי און וועלען נעמען שריט טאמער זיי ביהעיווען נישט.
ס'דארף זיין עפעס א וועג צו האלטען קאנטראל אויף רבי'ס אז זיי זאלען נישט שיכור ווערען פון כוח. מען מיז זיי האלטען און די ראמען.
דער עיקר פראבלעם איז ווען א רבי האט צו סאך פאווער. און דאס דארף זיין די דגוש. צו זיי האלטען רעספאנסיבל פאר זייער אויפפירעכטס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
עפעס אזוי ווי קאנסטיטושענעל מאנארכיע וואס דארף רעפארטן צי א סענאט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
איך האב א מעכטיגע איידיע לאזטס אפ די אלע הייניטיגע רבי'ס.
לאמיר אראפברענגען די אמאליגע אמתע רבי'ס דורך AI פונקט ווי מהאט אראפגעברענגט ר' שלמה קארליבך ז''ל לייוו ביים העסק קאנצערט ושלום על ישראל...!!
לאמיר אראפברענגען די אמאליגע אמתע רבי'ס דורך AI פונקט ווי מהאט אראפגעברענגט ר' שלמה קארליבך ז''ל לייוו ביים העסק קאנצערט ושלום על ישראל...!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 10, 2023 11:41 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
איז טאקע דא א חילוק צווישן רבי'ס פון די פאריגע דורות און הייניטגע רבי'ס אסאך מאל טראכט איך ווי אזוי מ'וועט אנקוקן די האנטיגע רבי'ס אין 100 יאר ארום (אויב חסידות גייט נאך אנגיין)פון אונזערע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:57 am איך האב א מעכטיגע איידיע לאזטס אפ די אלע הייניטיגע רבי'ס.
לאמיר אראפברענגען די אמאליגע אמתע רבי'ס דורך AI פונקט ווי מהאט אראפגעברענגט ר' שלמה קארליבך ז''ל לייוו ביים העסק קאנצערט ושלום על ישראל...!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
די אמת׳ע פראבלעם לדעתי איז אז רבי׳סטיווע הנהגה איז עסאסיעטעד מיט ׳אידישקייט׳.
אידישע קינדער זענען מאמינים בני מאמינים און זענען בעצם מהותם עבדים. נאר די אדמורות ברעינוואשינג פראצעדור הייבטסעך שוין אן ביים וויגעלע און דרייט איבער דעם הייליגן אידישן כח פון אמונה און עבדות לה׳ צו אמונה טפשיות אין צו דאס דינען דעם פארטיי כל ימיהם...
די סעקונדע מ׳דערלענט זיך און מ׳איז משיג וואס ריין אידישקייט איז און אז מ׳קען זיין א אמת׳ע איד בשלימות הגמור אָן די אלע בעלאוני, דאן האט דאס ווארט כ״ק אדמו״ר, רבינו וכו׳ קיין שום ערך כלל וכלל.

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re:
דער פראבלעם איז אז ס’איז זיי געלונגען צו לייגן די הענט אויף רוב מוסדות אזוי מוזטו אנקומען און זיך בוקען צו זייבְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:12 am די אמת׳ע פראבלעם לדעתי איז אז רבי׳סטיווע הנהגה איז עסאסיעטעד מיט ׳אידישקייט׳.
אידישע קינדער זענען מאמינים בני מאמינים און זענען בעצם מהותם עבדים. נאר די אדמורות ברעינוואשינג פראצעדור הייבטסעך שוין אן ביים וויגעלע און דרייט איבער דעם הייליגן אידישן כח פון אמונה און עבדות לה׳ צו אמונה טפשיות אין צו דאס דינען דעם פארטיי כל ימיהם...
די סעקונדע מ׳דערלענט זיך און מ׳איז משיג וואס ריין אידישקייט איז און אז מ׳קען זיין א אמת׳ע איד בשלימות הגמור אָן די אלע בעלאוני, דאן האט דאס ווארט כ״ק אדמו״ר, רבינו וכו׳ קיין שום ערך כלל וכלל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
ווען ס’קומט צי שידוכים וויל יעדער וויסן ווי געהערט ער? איי דו גלייבסט אין דיין רבי’ן פונקט וויפיל ער גלייבט אין זיין רבי’ן אבער דאס איז דאס מ’דארף ערגעץ געהערן.
אברהם אבינו איז געגאנגען קעגן די עסטעבלישמענט און ער האט זיך גאנץ פיין געמוטשעט מיט א שידוך פאר זיין בן יחיד, נו וואס זאל שוין זאגן איינער וואס האט 12 קינדער?
אברהם אבינו איז געגאנגען קעגן די עסטעבלישמענט און ער האט זיך גאנץ פיין געמוטשעט מיט א שידוך פאר זיין בן יחיד, נו וואס זאל שוין זאגן איינער וואס האט 12 קינדער?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
תניא בניחותא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:04 am ווען ס’קומט צי שידוכים וויל יעדער וויסן ווי געהערט ער?
כ׳האב שוין באגעגענט פיהל מענטשען וואס די תשובה אויף דעם שאלה, איז געווען: צום רבוש״ע, צו כלל ישראל!
לעט׳ס געט די מעסעדזש עקראסס און לאמיר גרעסער מאכן ׳כלל ישראל׳...!!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
1. עס וועט דארפן זיין א ועד אויפן ועד צו זיכערמאכן אז זיי זענען נישט קארופטירט... וחוזר חלילה... וואס מאכט אייך טראכטען אז די ועד וועט זיין ווייניגער קארופטירט ווי די אדמורים אליין. מאך א סורטש אינעם חרדישען געוועב - לייג אריין די ווארט "ועד", זאג מיר וואס קומט ארויף... איך מיין אז די רעקארד איז נישט גאר אויסגעצייכענט... אזא "אין הנחתום מעיד על עיסתו"...
2. זיי וועלן זיך בלויז ארויסשטעלן קעגן אדמורים וועלכע מאכן שאדן פאר די אנגענומענע מאדעל פון אדמורות. למשל, אדמור מזנבות וועלכע גייט צו ווייט, און טוט מיט דעם שאדן מאכן פאר די אימעדש פון אדמורות. אבער וועלן זיך נישט ארויסשטעלן קעגן אזעלכע וואס טוען זאכן וואס זענען יונעווערסאל אינעם עולם האדמורות... סתם קארופציע און אויסנוצעריי, סתם עקסטרעמע קאנטראל, סתם היפאקראטיע, אזעלכע זאכן זענען דאך מוסכם בפי כל...
3. (המשך פון 2), עס וועט בלויז ברענגען אז אדמורים זאלן זיך אפהיטן פון טון זאכן אפען, וועלכע קען זיי ברענגען פראבלעמען. אבער וועלן דאס ווייטער טון אויף א באהאלטענעם און קליגערען אופן. למשל, אדמור מזנבות, וואלט ווען נישט ארויסגעקומען אפען מיט די שיטה הקדושה - אויף אן אופן וועלכע עקספאוסד זיין אג'ענדע, ער וואלט דאס געטון אויף אופן וואס איז נישט אזוי קלאר פאר צוקוקער אבער ברענגט די זעלבע תוצאה. עס איז א גרויסע מעלה אז מיט זיין יעצטיגע מהלך האט ער זיך כאטש עקספאוסד...

There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:16 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: איבערזיכט קאמיטע אויף אדמו”רים
חסידית גייט אנגיין און הונדערט יאר פון יעצט פונקט ווי די קאמפעני gefen גייט אנגיין. פשוט ווייל א מולטי מיליאן דאלער קאמפעני באקרטירט נישט אזוי שנעל.אסטיון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:24 amאיז טאקע דא א חילוק צווישן רבי'ס פון די פאריגע דורות און הייניטגע רבי'ס אסאך מאל טראכט איך ווי אזוי מ'וועט אנקוקן די האנטיגע רבי'ס אין 100 יאר ארום (אויב חסידות גייט נאך אנגיין)פון אונזערע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 12:57 am איך האב א מעכטיגע איידיע לאזטס אפ די אלע הייניטיגע רבי'ס.
לאמיר אראפברענגען די אמאליגע אמתע רבי'ס דורך AI פונקט ווי מהאט אראפגעברענגט ר' שלמה קארליבך ז''ל לייוו ביים העסק קאנצערט ושלום על ישראל...!!
אבער בנוגע די היינטיגע רבי'ס ווערסעס די אמאליגע איז פשוט אז סאיז דא א חילוק. אמאל ווען א רבי איז געווען א לץ איז ער ע''פ רוב אראפ פון די מאפע טאקע ווייל ער איז נישט געווען CEO פון א קאמפעני. משא''כ די היינטיגע וואס ווי לאנג ער איז א געלונגענע CEO וועט ער אזוי געדענקט ווערן אין היסטריה.