ישראל_הלוי האט געשריבן:דער העכסטער געריכט אינעם אייראפעאישער פאראיין האט ענדגילטיג פארבאטן כשר'ע שחיטה אין די גאנצע אי יו.
דער פארזיצער פונעם פאראיין פון אידישע ארגאניזאציעס אין אייראפע האט געווארנט אז די שווערע באגרעניצונגען אויף אידן צו לעבן לויט זייער אמונה, וועלן פירן צו א ערנסטע שאדנס צום לעבנסשטייגער אויפן קאנטינענט.
א מיטגליד פונעם אידישן פארלאמענט: " דאס איז אן עלבון פארן אייראפעאישן פארבאנד"
כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
יעצט געזעהן אין אייוועלט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:42 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
וועט די עדה קענען וייטער שחטען און פולין ? נעם דעס אויך אריין לונדון?
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
ווי עס קוקט אויס איז עס א פסק לגבי 2 פלעצער אין בעלגיע וואס האבן גע'אסר'ט שחיטה אדער האלאל אן ערשט שאקירן די בהמות.
https://www.israelnationalnews.com/news/385139
ס'קוקט אויס אז אידישע און להבדיל מוסלעמענער גרופעס האבען אריינגעגעבן א קלאגע אין אייראפעאישן געריכט אז ס'איז קעגן "פרידאם פון רעליגיע" און דער געריכט האט גע'פסק'ענט אז ס'נישט קעגן "פרידאם פון רעליגיע" ... און בעלגיע קען עס פארבאטן טאמער זיי ווילן.
למעשה איז עס א פסק לגבי בעלגיע. אנדערע EU מדינות וואס האבן נישט ג'אסר'ט שחיטה קען מען ווייטער שעכטען.
ממילא פוילישע שחיטה קען ווייטער אנגיין. און לגבי לאנדאן איז עס בכלל נישט שייך ווייל ענגלאנד איז דאך מער נישט אין די EU.
די זאך איז נאר אז נאך דעי "פסק" קען יעדע מדינה אין די EU וואס וויל, קענען זיי אסר'ן שחיטה אן מורא האבען פון קלאגעס אז ס'איז קעגן "פרידאם פון רעליגיע"...
למעשה אבער איז שחיטה דערווייל נישט פארבאטן אין די EU, נאר אין חלקים פון בעלגיע.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
אויך איז כדאי צו באמערקן אז אפילו די לענדער וועלכע פארבאטן די אידישע שחיטה לאזן יא אימפארטירן פלייש פון אנדערע מדינות...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:19 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
איז דא א וועג דעם פסק איבערצודרייען?
ווי למשל איבערמאכן די קעיס?
ווי למשל איבערמאכן די קעיס?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
די גאנצע קעיס איז באזירט אויף אנטיסעמיטיזם. ענג צו מאכן פאר די אידישע באפעלקערונג.
ס'איז אן אינטרעסאנטער צופאל אז אין אלע לענדער וואו די לעגיסלאטור און געזעצגעבער האבן זיך געקאכט אין פארבאטן די אידישע שחיטה (עפ"י הלכה) זענען די גרעסטע שטיצער פון פארבאטן שחיטה געווען די צער בעלי חיימ'ניקס. וועלכע זענען אין די זעלבע צייט געווען די גרעסטע אנטיסעמיטן און צושטערער פון דעם אידישן לעבן בכלל. סיי אין פוילן פאר די צווייטע וועלט מלחמה. און סיי אין אלע אנדערע לענדער ווי בעלגיע און שווייץ און ענגלאנד.
א טייל פון זיי ווילן אינגאנצן פארבאטן שחיטה. און די "בעסערע" צווישן זיי קענען יא באשטיין צו ערלויבן שחיטה נאר נאכדעים וואס מ'עלעקטריזירט די בהמה אז ס'האט שוין נישט קיין חיות אין זיך. דאס הייסט דאך נבילה.

- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:22 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
לכאורה זיי ווילן אז די אידן זאל אוועקמופן פון בעלגיע אזוי טראכט איך איינער האלט אויך אזוי?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
ניין: נאר זיי ווילן "ענג" מאכן פאר די אידן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
אפשר ווייל שחיטה איז לויט זיי צער פארן בעל חי? נישט אז איך געב זיי גערעכט, אבער פארוואס זאגן אנטיסעמיטיזם ווען עס איז דא א בעסערע הסבר?
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
ס'דאך הבלים. שחיטה איז נישט מער צער בעלי חיים ווי שאקען מיט עלעקטריציטעט. שחיטה איז מסתם ווייניגער צער בעלי חיים. ס'נאר א תירוץ כדי צו טשעפענען מיט אידען .
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
אזוי האלטסטו, אבער אסאך סייענטיסטן האלטן אנדערש (איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט). און די בעלגישע רעגירונג האט אנגענומען ווי די מיינונג
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
אויב דו האסט די ברירה צו שטארבן דורך איינס פון די צוויי וועגן וועלכע נעמסטו?ישי שטיינמעץ האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:48 pmס'דאך הבלים. שחיטה איז נישט מער צער בעלי חיים ווי שאקען מיט עלעקטריציטעט. שחיטה איז מסתם ווייניגער צער בעלי חיים. ס'נאר א תירוץ כדי צו טשעפענען מיט אידען .
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
דאס איז אפשר א צופאל. נאר אין פוילן איז דאס געווען א פאקט. פאר די צווייטע וועלט מלחמה. אז די גרופס און פאליטישנס וועלכע האבן באקעמפט די אידישע שחיטה זענען אויך געשטאנען אין שפיץ פון אנדערע געזעצן וועלכע האבן געזוכט ענג צו מאכן דאס לעבן פאר די אידן...!
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
ס'נישט קיין וועליד קשיא. דאס אז שאקען "קוקט אויס בעסער" מיינט נישט אז דאס איז די מציאות . און נעמען א החלטה לויט א אויבענאויפעדיגע בליק איז נישט ריכטיג. ספעציעל ווען ס'מאכט שאדען פאר אנדערע מענטשען.אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 6:33 pmאויב דו האסט די ברירה צו שטארבן דורך איינס פון די צוויי וועגן וועלכע נעמסטו?ישי שטיינמעץ האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:48 pmס'דאך הבלים. שחיטה איז נישט מער צער בעלי חיים ווי שאקען מיט עלעקטריציטעט. שחיטה איז מסתם ווייניגער צער בעלי חיים. ס'נאר א תירוץ כדי צו טשעפענען מיט אידען .
אונז ווייס מיר אז שעכטען מיט א גלאטע מעסער איז פון די גרינגסטע וועגען צו הארגענען א בעל חי. פון די גרינגסטע וועגען פאר א בעל חי. טאמער די בעלגישע שוטים קענען נישט אויפווייזען מיט געהעריגע סייענטיפישע באווייזען אז שאקען איז אסאך בעסער ווי אידישע שחיטה, דאן איז וואס זיי טוען לויטער אנטיסימעטיזם .
און א חוץ פון דעם די היינטיגע אינדעסטרי איז מצער בעלי חיים אויף אסאך ערגערע וועגען . וואס האבען זיי זיך פליצלונג פארלייגט אויף אידישע שחיטה ?? פונקט די זעלבע ווי זיי האבען אזוי "רחמנות" אויף די "נעבעכדיגע פאלעסטינער" און ס'קימערט זיי בכלל נישט אז אידען ווערען געשאחטען און זייער איינציגע קליינע לענדעלע... און זיי ווילען גאר אז אידען זאלען אויך אוועקגעבען די פינטעלע אויף די מאפע וואס זיי האבען !
נאר וואס דען. די בני עשו. זיי האסען אידען . ס'איז און זייער בלוט !! נישט קיין רחמנות אויף בעלי חיים ....
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: כשר'ע שחיטה פארבאטן אין די אי יו
אז מ'רעדט פון סייענטיסטן: נאך א לאנגע דעבאטע וואו די קעגנערס פון שחיטה האבן געטענה'ט אז די בהמה שפירט יא (פאר א פאר מינוטן/סעקונדעס) צער ווייל די בלוט צירקולירט נאך אין גוף נאכ'ן שעכטן, האבן די אידישע סייענטיסטס אויפגעוויזן אן אינטרעסאנטן פאקט. אז די אלע בהמות און חיות וועלכע זענען כשר פארמאגן נישט דעם עקסטער "וועין" וועלכע טוט רעצירקולירן די בלוט. נאר די נישט כשר'ע בהמות און חיות פארמאגן דאס. ממילא שפירט די בהמה נישט קיין שום צער נאך די שחיטה.